דממה דקה האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז די פאראמעדיקס האבן זיך אויך אפגעגעבן מיטן פארוואונדעטן פיס פון "טוב ה' לכל"
זיכער!!
בלויז געקענט באשטעטיגן אז זיי קענען גארנישט טוען...
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
דממה דקה האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז די פאראמעדיקס האבן זיך אויך אפגעגעבן מיטן פארוואונדעטן פיס פון "טוב ה' לכל"
לכאורה האט געשריבן:
טיף אינמיטן די סעודה זענען די פארשלעפטע קראנקן-שוועסטער פון די מעזבוזער אמבולאנס סערוויס אנגעקומען, א פויער און זיין פויערטע וואס האבן שוין פארהייראט אלע אייניקלעך מיט מזל און גליק עטליכענע דרייסיג יאר צוריק. פארשטייט זיך אז זיי זענען געקומען פארפאנצערט מיט הענטשוך און מאסקעס, און האבן זיך גלייך גענומען צו דאס וואס זיי טויגן דאס.
ארחיקה נדד האט געשריבן:נאך א קרישקעלע, דאס איז שוין געווען כטוב לב המנהל ביין...
זינט דער מנהל איז נישט געווען דער איינציגסטער מקדש על היין, און א חלק עולם האט נאך מוסיף געווען עטליכע לחיים'ס צווישן יעדע לחיים, האט די סיטואציע אביסל דערמאנט פון די חסידים אין קרעטשמע...
וויסענדיג אז מארגן ברויך מען פרישע כוחות, האב איך אנגעהויבן אונטעראיילן דאס בענטשן. איינער פון די חשובע מיטרייזענדער (אביסל א רינדעכיגס) זייענדיג שוין נמאס פון ארחיקה'ס באפעלן... האט ער באשלאסן מ'גייט מאכן סדר! דער האט גענומען פארפירן אז מ'האט נאכנישט געזינגן צמאה נפשי! (כאילו אינדערהיים זינגט ער עס.. באט עניוועי) יאך האמעך געבעטן ביינעם אז ער קען עס זינגן נאכן בענטשן ולא עלתה בידי און דער האט אנגעהויבן זינגען מיט א בערישע שטימע. איך גיב אזא ווינק פארן מנהל וואס מעלדט תיכף דעם רבותי מיר וועלן בענטשן און ווערט נאכגעזאגט מיט א הילכיגן יהי שם, אבער יענער זינגט נאך... איך געדענק נישט ווען יענער האט אויפגעגעבן, אבער נאכן בענטשן קומט ער מיר זאגן אז עכט האט ער זיך געלאזט ווייל ער וואלט געקענט אויסגיסן דעם בעכער...
נו שוין.
ארחיקה נדד האט געשריבן:חחחח
און יאך האב געמיינט ער'ט אויפגעגעבן...
לכאורה האט געשריבן:יום שנכפל בו כי טוב לסדר לך לך מארצך וגו' אל הארץ אשר אראך - ו' מרחשון תשפ"ב לפ"ק
דער שבת טיש איז געווען אויסגעשטעלט בלויז אויף צוויי זייטן פונעם גרויסן ענדע-מ"ם, ארום צען בענקלעך אויף איין לאנגע זייט און נאך ניין אויף די אנדערע לאנגע זייט, בעת די צוויי זייטן פונעם ברייטקייט זענען ליידיג געבליבן. ווען מען האט אנגעהויבן אויסזעצן דעם עולם, האט איינער באשלאסן אז מ'דארף יא מאכן אן אויבנאן, און וויבאלד די לייכטער האבן געשטערט פון דאס מסדר זיין, האט מען מכבד געווען דעם ערל טמא באגדאן צו ריקן דעם גרויסן לייכטער צום אנדערן טיש (פרעג מיך נישט וועלכער דיין עס האט גע'פסק'נט אז דאס איז גענוג א צורך צו מאכן אמירה לעכו"ם) און מען האט געשטעלט צוויי פארציאנען מיט עסצייג ביים פריש געשאפענעם אויבנאן, פאר'ן דאיען און פאר מיר. (בייטאג האט מען מיך שוין געזעצט ערגעץ אנדערש, אויף די לענגערע זייט פונעם טיש, כ'געדענק נישט פארוואס).
מען האט געזינגען די זמירות און קידוש געמאכט, יעדער אויף וואס ער האט געוואלט, עס איז געווען א שטיקל אויסוואל פון וויינען וואס מען האט מיטגעשלעפט אין די גראנדיעזע רענצלעך ארומגענומען מיט ספעציעלע שאכטלעך צו פארמיידן מזל-טוב'ס. איך האב גענומען וויין פון א ספעציעלע פיינע אימפארטירטע פלאש וואס איינער פון די מיטרייזנדע - קענטיג א מבין - האט געבראכט. תיכף נאך קידוש האב איך שוין געשפירט די נאכווייען, ווען בצירוף די שלאפלאזע טעג און נעכט האט דער וויין געהאט א באלדיגע אימפאקט אויפ'ן מח. כדי צו ערגענצן דעם שוועבעניש וואס האט זיך געשפירט גאנץ פיין, האט מען נאך די פיש ווידעראמאל גענומען א כוס וויין, און פון דארט און ווייטער איז שוין אלעס געפארן אויף קרוז.
א גרויסע פאנטשער איז געווען ווען דער איין-מאן-כאר וואס פארקערפערט זיך אין סטאוו-יא-פיטא האט געכאפט א פלאכע-רעדל ביים אויג... שוין פון א וויילע בעפאר האט ער זיך אנגעהויבן שטארק אפרעדן אויף יסורים ביי די אייגעלעך, אבער ווען עס איז געקומען צו דער סעודה האט עס דערגרייכט צו שטאפלען וואס מען האט ממש געמוזט דערקלערן אן עמערדזשענסי. אונזער אין-פלייט פאראמעדיק ארחיקה-נדד האט באטראכט דעם בובו פון אלע זייטן, און נאכ'ן זיך נאכפרעגן ביי די לאקאלע שקצים אויב זיי האבן סיי וועלכע אויגן-טראפן און הערן א גרויסן 'ניעט', האט ער באפוילן דעם משרת באגדאן צו אנקלינגען די עמערדזשענסי הילפס אגענטורן, א סכנת אבר - בפרט די אויגן וואס זענען אנגעוואנדן אין הארץ ווי די גמרא זאגט - איז נישט קיין קינדערשפיל.
מיר האבן געווארט מיט שפאנונג אויף די ערשיינונג פון די הילפס אגענטורן, און דערווייל האט מען זיך צונויפגערעדט וואס מען וועט טון אין פאל זיי פארלאנגען אז ער מוז אריינפארן מיט זיי אין שפיטאל תיכף ומיד, א זאך וואס יעדער נארמאלער מענטש וויל פארמיידן אויף אלע קאסטן (באזוכענישן אין אוקריינישע שפיטעלער האט שוין ביליגער געמאכט מענטשן מיט א ניר וכדומה...) אבער אויך אויף דעם האט ארחיקה-נדד אן עצה אויפ'ן ארט: ער וועט זיך דערקלערן אלס פראפעסאר נדד און פסק'ענען אז ער נעמט דאס אויף זיין אחריות און מען וועט אים נישט אריינפירן.
טיף אינמיטן די סעודה זענען די פארשלעפטע קראנקן-שוועסטער פון די מעזבוזער אמבולאנס סערוויס אנגעקומען, א פויער און זיין פויערטע וואס האבן שוין פארהייראט אלע אייניקלעך מיט מזל און גליק עטליכענע דרייסיג יאר צוריק. פארשטייט זיך אז זיי זענען געקומען פארפאנצערט מיט הענטשוך און מאסקעס, און האבן זיך גלייך גענומען צו דאס וואס זיי טויגן דאס בעסטע: גארנישט טון. נאכ'ן ארומ'דא'ען און 'ניעט'ן מיט זיי א לענגערע וויילע, מיט די הילף פון באגדאן וואס האט געדינט אלס דאלמעטשער (באגדאן קען נישט קיין ענגליש, אבער עברית רעדט ער פיין... האבן מיר גערעדט צו אים אויף לשון הקודש און ער האט געדאלמעטשט אויף אוקרייניש), איז געבליבן אז אויך זיי האבן ניטאמאל עפעס א טראפן וואס מען קען נוצן צו בארואיגן דעם אויג וואס האט געריסן שטיקער פון אונזער טייערער סטאוויאלע, און מען האט זיי פארשיקט לחיים ולשלום.
סטאוו-יא האט נעבעך געליטן שטארקע יסורים, וואס האבן אים פארמיטן פון מיטהאלטן דעם סעודה'ניו און אים פארטריבן צום שלאפצימער וואו ער איז אריינפאלן אין א טיפע שלאף וואס האבן געבראכט מאדנע חלומות (איין אזא חלום האט ער איבערדערציילט שפעטער ביים אויפשטיין, און די שטאטישע אינסטאנצן האבן באריכטעט א 5.4 טרייסל אויפ'ן ריכטער-וואג פון די מאסן וואקלערייען וואס האבן זיך אפגעטון ביי אונזער ציבור ביים פותר חלום זיין, זע שפעטער אי"ה). פון איין זייט האבן מיר פארלוירן דעם באגאבטן זינגער און ניגונים קענער וואס וואלט אונז אנגעפירט די זמירות שירות ותשבחות אויף א העכערן פארנעם, אבער כ'מוז זאגן אז פון די אנדערע זייט האבן מיר געהאט א שטיקל ריוח פון זיין אפוועזנהייט, ווייל אזוי האט מען אפגעפארטיגט דעם סעודה אויף 10 אזייגער און מען האט געהאט א געלעגנהייט צו כאפן א געהעריגן נאכט-שלאף לכבוד שבת. ווען ער וואלט אנגעפירט מיט די ניגונים, איז מיר שווער צו גלייבן אז מען וואלט געקענט אזוי שנעל אפבענטשן און זיך גיין לייגן.
די מאכלים זענען געווען גאר גוט ב"ה, בפרט אז עס איז שוין געווען א וויילע זינט אונזער לעצטע ווארעמע מאלצייט. געטראנקען זענען געווען די והותר, א גאנצע טיש מיט כל-ערליי משקאות איז געווען צוגעגרייט ביים עק פונעם זאל, אריינגערעכנט וואסער, סעלצער, עפל דזשוס, קאוקע-קאולע (אדער פעפסי, גיי געדענק, כ'האב סייווי נישט געטרינקען אלס פרינציפ, וויבאלד דער הכשר איז נישט געשטאנען אויפ'ן פלאש) און אפשר אויך ביר. אינמיטן סעודה האבן מיר באקומען א חשוב'ן גאסט, דער חשוב'ער דומ"ץ שליט"א איז אריינגעקומען מיטהאלטן די סעודה. פארשטייט זיך אז מיר האבן אים מכבד געווען בכבוד הראוי און געזעצט אין צענטער פון אויבנאן. האבנדיג א דיין צו די האנט, האב איך תיכף געפרעגט די שאלה וואס האט מיר גענודזשעט פונעם פליגער שוין, צי עס איז א פראבלעם צו נעמען פון די באהעלפער 'אייז' וואס זיי טיילן מיט'ן זעלבן לעפל וואס האט פריער געכאפט א טבילה אין א גלעזל יין נסך. דער דיין האט געזאגט אז אויב מען זעט קלאר אז דאס האט אנגערירט די וויין, דארף מען זיכער מחמיר זיין. אונזער דאיען האט זיך ארויפגעכאפט אויף דעם פסק, אז דאס איז נישט אין קעגנזאץ מיט זיין פסק אז מען דארף נישט חושש זיין...
דער דיין שליט"א האט אויך געזאגט אפאר ווערטער לכבוד המסובין, און דאן האט ער פארלאזט דעם זאל און מיר האבן ווייטער געקענט ממשיך זיין מיט די היימישע געשפרעכן... מען האט פארקויפט דאס בענטשן (אדער נישט... ווער געדענקט נאך זאכן פון דעמאלטס?) און מען האט מכבד געווען איינעם פון די חבורה (איך? געדענק ממש נישט) צו בענטשן אויפ'ן כוס, און מען האט זיך אריבערגעקליבן צום האטעל, וואו דער וועכטער מיט'ן רעוואלווער איז געזיצן צוגעשמידט צום זעלבן בענקל און באוואכט דעם ארט פון אלעם בייזן.
ווי נאר דער עולם האט זיך דערזען אינעם לאבי פונעם האטעל, האט א ספאנטאנע פארברענג אויסגעבראכן אויפ'ן ארט. פון צענע ביז עלעווע ביינאכט האט זיך דארט געטון א שמועסעריי אויף די העכסטע טענער, באגלייט מיט צווישנרופן און לאכערייען פון בגילופינ'דיגע אידעלעך, אזש איך האב געשוינט די פאר פרעמדע וואס האבן קונה שביתה געווען אין זעלבן האטעל, אריינגערעכנט אן אומשולדיגע אידענע און א יונגערמאנטשיק וואס איז די לעצטע מינוט אנגעקומען קיין מעזבוז נאכ'ן נישט ווערן אריינגעלאזט קיין פוילן מיט א פאמיליע נסיעה. (דער יונגערמאן האט מיר געפרעגט פאר'ן זמן וואו איך פלאן צו עסן, און אויב איך ווייס וואו ער קען פארשאפן עסן. ליידער האב איך אים נישט געקענט העלפן, כ'האף ער איז נישט געבליבן הונגעריג). [ליידער האט מען צווישן אנדערע אויך געלאזט פאלן אומ'בכבוד'יגע ווערטער אויפ'ן חשבון פון אנדערע, ווען לויזע צינגען האבן איבערגעזאגט וויצן וואס וואלטן ליבערשט געברויכט באגראבן ווערן אין די קושקעס, און מען האט אפגעשמועסט אז בעפאר מען וועט אהיימפארן וועט מען אראנדזשירן א גרויסארטיגע מעמד בקשת מחילה...]
אין די שטיבער זענען געווען פארשידענע מזונות און פירות וואס דער הכנסת אורחים האט צוגעשטעלט, און נאכ'ן שמועסן א וויילע האט מען אנגעהויבן ארויסברענגען פון די שטיבער צום לאבי די אויבסט און דער עולם האט זיך מחי' געווען דערמיט צווישן איין זאפטיגע מעשה און די אנדערע. מיר רייזנדע האבן זיך אין יענע מאמענטן געהאט א שטיקל געלעגנהייט נענטער צו באקענען מיט די קאלעגעס, און עס האט זיך אויסגעשטעלט אז אייוועלט באשטייט פון אלע שיכטן און פראקציעס, אבער דער שלום און הארמאניע איז געבליבן די זעלביגע אפילו נאכ'ן הערן אז פלוני האט אמאל געטון כך וכך פאר אלמוני אלס טייל פון א פאליטישע געראטשקע.
ווען די מילצן האבן געדראעט אז אט אט רייסן זיי זיך איבער, און די פיס האבן געשיקט ווארנונג סיגנאלן אז עס איז דא א גרעניץ וויפיל צייט זיי קענען שטיין און זיך וואקלען, האט מען אנגעהויבן קלערן פון ליינען קריאת שמע און זיך לייגן שלאפן לכבוד שבת קודש. נאכ'ן זיך איבערטון צו די נאכט קליידער און זיך אריינדרייען אין די בעט געוואנט, האב איך נאך געשמועסט אביסל מיט מיין שטוב-חבר, אבער נישט לאנג דערויף האט מיך די שלאף פארכאפט אויף גאנצע זעקס שעה, א פריוועליגיע וואס איך האב שוין נישט געהאט עטליכע מעת לעת.
המשך יבא אי"ה.
לכאורה האט געשריבן:ייטאג האט מען מיך שוין געזעצט ערגעץ אנדערש, אויף די לענגערע זייט פונעם טיש, כ'געדענק נישט פארוואס
לכאורה האט געשריבן:פון צענע ביז עלעווע ביינאכט האט זיך דארט געטון א שמועסעריי אויף די העכסטע טענער,
ארחיקה נדד האט געשריבן:עפענענדיג איינע פון די טאשקעס האצעך מיר אנטפלעקט א שורה פון א צוויי צענדליג מעדיצינישע באטעלעך, איך הייב אויף די ערשטע צו זעהן אז ס'איז וואסער, וכן בשני, שלישי וכ'...
ענדליך האבעך אפירגעזוכט א כלי מיט וואס צו שווענקן בעסער די אויג, (איך האב עס אנגעכאפט מיט דרך ארץ אלץ די יארגאנג...) נעמענדיג א טישו צו קענען אינטערלייגן, זענען די אוקריינער אויפגעשפרינגען: נאאא!!!! סטערל!!!! קוקט אויס עפעס לערנט מען זיי יא...
א נעכטיגן טאג האט געשריבן:זעהט מיר אויס ווי די מנהל מישט די דומ"ץ מיטן דיין, עס וועט מיר נישט זיין קיין חידוש אז די דומ"ץ האט א ניק דא אינעם וועלטעל.
הענדימען האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:פון צענע ביז עלעווע ביינאכט האט זיך דארט געטון א שמועסעריי אויף די העכסטע טענער,
די שמועסן האבן זיך געצויגן ביז לאאאאנג נאך עלעווע
רינדעכיג האט געשריבן:ארחיקה נדד האט געשריבן:נאך א קרישקעלע, דאס איז שוין געווען כטוב לב המנהל ביין...
זינט דער מנהל איז נישט געווען דער איינציגסטער מקדש על היין, און א חלק עולם האט נאך מוסיף געווען עטליכע לחיים'ס צווישן יעדע לחיים, האט די סיטואציע אביסל דערמאנט פון די חסידים אין קרעטשמע...
וויסענדיג אז מארגן ברויך מען פרישע כוחות, האב איך אנגעהויבן אונטעראיילן דאס בענטשן. איינער פון די חשובע מיטרייזענדער (אביסל א רינדעכיגס) זייענדיג שוין נמאס פון ארחיקה'ס באפעלן... האט ער באשלאסן מ'גייט מאכן סדר! דער האט גענומען פארפירן אז מ'האט נאכנישט געזינגן צמאה נפשי! (כאילו אינדערהיים זינגט ער עס.. באט עניוועי) יאך האמעך געבעטן ביינעם אז ער קען עס זינגן נאכן בענטשן ולא עלתה בידי און דער האט אנגעהויבן זינגען מיט א בערישע שטימע. איך גיב אזא ווינק פארן מנהל וואס מעלדט תיכף דעם רבותי מיר וועלן בענטשן און ווערט נאכגעזאגט מיט א הילכיגן יהי שם, אבער יענער זינגט נאך... איך געדענק נישט ווען יענער האט אויפגעגעבן, אבער נאכן בענטשן קומט ער מיר זאגן אז עכט האט ער זיך געלאזט ווייל ער וואלט געקענט אויסגיסן דעם בעכער...
נו שוין.
דער מנהל האט נישט געבענטשט, מ'האט געהאט א כהן המברך!
ער איז געווען פארכאפט צווישן די שטרענגע בליקן פון ארחיקה יא צו בענטשן, און די דראענדיקע אויגן פונעם רינדעכיגס אז בשום אופן נישט!
אוי האב איך אים געשוינט זייענדיג אין אזא סיטואציע פון אוי לי אם יאמר אוי לי אם לא יאמר!
למעשה האט ער געזינגן מיטן עולם, ערגעץ אינדערמיט האט ארחיקה באפוילן דעם עולם אים צו לאזן זינגן סאלא, האט ער אנגעהויבן פון א צמאה מיט א פרישקייט פון אנהייב, אז ארחיקה האט זיך געבעטן ביי אים ממשיך צו זיין וואו ער האט געהאלטן פריער, אויב דענק איך גוט האט מען געבענטשט ווען דער יעניגער האט געהאלטן ביים 7טער מאל זכות אהבת קדומים....
לכאורה האט געשריבן:הענדימען האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:פון צענע ביז עלעווע ביינאכט האט זיך דארט געטון א שמועסעריי אויף די העכסטע טענער,
די שמועסן האבן זיך געצויגן ביז לאאאאנג נאך עלעווע
עלף אזייגער האב איך געשלאסן די אויגן לעפלעך. ווי געשריבן אויבן, האב איך געהאט מזל צו באקומען דעם סאמע לעצטן צימער אינעם לאנגען קארידאר, בין איך פארמיטן געווארן פון ווערן אויפגעוועקט דורך די וואס האבן ממשיך געווען די געשפרעכן אויך נאך עלף אזייגער.
לכאורה האט געשריבן:ווען איך שלאף, איז די וועלט געשטארבן... נאך עלף האט גארנישט עקזיסטירט
בדרך אפשר האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:ווען איך שלאף, איז די וועלט געשטארבן... נאך עלף האט גארנישט עקזיסטירט
אז די מנהל האט זיך געלייגט, ווער האט משגיח געווען?
farshlufen האט געשריבן:די חברה זענען נאך געהעריג דארט..
בדרך אפשר האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:ווען איך שלאף, איז די וועלט געשטארבן... נאך עלף האט גארנישט עקזיסטירט
אז די מנהל האט זיך געלייגט, ווער האט משגיח געווען?
הענדימען האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:די חברה זענען נאך געהעריג דארט..
מיינסט טאקע. דער לכאורה טראגט אונז געהעריג צוריק
לכאורה האט געשריבן:בדרך אפשר האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:ווען איך שלאף, איז די וועלט געשטארבן... נאך עלף האט גארנישט עקזיסטירט
אז די מנהל האט זיך געלייגט, ווער האט משגיח געווען?
א שיכור'ער מנהל איז שוין בעסער ער זאל שלאפן... אנדערש דארף מען א מנהל וואס זאל משגיח זיין אויף דעם מנהל
לכאורה האט געשריבן:דו מאכסט נאר ערגער מיט אזא סטעיטמענט, דאס מיינט אז איך וועל געהעריג דארפן איבערבעטן יעדן וואס איך האב בארעדט יענעם פרייטאג צונאכטס
לכאורה האט געשריבן:דו מאכסט נאר ערגער מיט אזא סטעיטמענט, דאס מיינט אז איך וועל געהעריג דארפן איבערבעטן יעדן וואס איך האב בארעדט יענעם פרייטאג צונאכטס