טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35249
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

Columbia - Morgan Stanley2.jpeg
Columbia - Morgan Stanley2.jpeg (393.93 KiB) געזען 676 מאל

Columbia - Morgan Stanley1.jpeg
Columbia - Morgan Stanley1.jpeg (409.44 KiB) געזען 676 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

ווען קומט די נעקסטע?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

המשך פון מיין אינגעלע'ס אויג מיטמאכעניש [געשריבן דינסטאג, יום שנכפל בו כי טוב לסדר שופטים תשפ"א, נשלם געווארן שפעטער ביינאכט אור ליום ד']:

מיר האבן זיך געקווענקעלט אויב מיר זאלן טאקע אריינפארן צום שפיטאל צו מאכן דעם פראצעדור, ווייל פאר אונזערע אויגן האט אויסגעזען אז דער שניט האט נישט בארירט דעם אויג און עס איז שוין פארהיילט וכו'. אבער די מומחים פון שפיטאל האבן דוקא געוואלט כאפן א טיפערן בליק, אונטער איינשלעפונג (א קליין קינד לאזט זיך נישט מטפל זיין מיט'ן אויג אזוי לייכט, מ'דארף גענצליכע אנטשלעפונג), און נאכ'ן דאס איבערשמוסן מיט דער בארימטער דאקטאר שאקוהי פון או. די. עי. און די בארימטע מרת כהנא פון "חיים מעדיקל" (אזוי מיין איך. זי איז די אפיציעלע אידישע ליעזאן דא אין קאלאמביע פרעסביטעריען שפיטאל), איז געבליבן אז מען זאל יא אריינגיין.

זייער זייער שווער געווען צו האלטן דאס קינד הונגעריג... ער האט געגעסן אביסל ברויט מיט אייערשפייז אכט אזייגער אינדערפרי, אבער ביז פיר אזייגער נאכמיטאג (וואס איז למעשה געווארן פערטל נאך פינף) האט ער נישט געמעגט ארייננעמען גארנישט אין מויל אריין. זיי האבן געזאגט אז וואסער און עפל דזשוס איז ערלויבט, האבן מיר אים געלאזט נאגן אן עפל דזשוס אייסעס, אבער וויאזוי דרייט מען זיך ארויס פון א קינד וואס נודזשעט און פארפירט יעדע מינוט/סעקונדע "איך דארף א קוקי"... בפרט ווען ער זעט נעבן אונז עטליכע בעגס אנגעפולט מיט עסנווארג פאר די עלטערן און פאר אים נאך די פראצעדור...

די שטאב דא האט אים געשאנקן עטליכע סארט שפילצייגן, וואס האבן אים עטוואס געהאלטן פארנומען, אויך האבן מיר מיטגענומען דעם לעפטאפ און געוויזן עפעס כשר'ע אונטערהאלטונג וואס האט אים געהאלטן געשפאנט, אבער הערצער פון עלטערן האלטן נישט אויס דעם "איך דארף א קוקי" - וואס וועט שוין בלייבן מיין שלאגווארט פאר א וויילע און מיר ברענגען צו טרערן ביי יעדן עת מצוא...

ענדליך האט מען גענומען דאס קינד צום אפעראציע שטוב, אבער צוליב קאוויד (וואס?) האט מען אים צעטיילט פון די עלטערן... ב"ה ער האט שיין מיטשפאצירט מיט די פרעמדע קראנקן-שוועסטערס, ממש ווי א שעפעלע וואס גייט צו... נישט וויסנדיג וואס ווארט אים אפ...

מיר זענען ארויסגעפירט געווארן צום ווארטזאל, וואו מיר האבן געזאגט תהלים און געגעסן און געטרינקען (וואס מיר האבן נישט געקענט טון פארנט פונעם קינד). נאך א שטיקל וויילע איז די שטאב ארויסגעקומען און געזאגט אז דער פראצעדור איז געווען וויכטיג, ווייל זיי האבן געפינען אז דער טרערן-דאקט איז איבערגעריסן געווארן און מען האט דאס געדארפט פארריכטן. זיי האבן אריינגעשטעלט עפעס א פלאסטישע שטיקל וואס האלט עס אין פלאץ, און וועלן עס ארויסנעמען אין א האלב יאר ארום (אן קיין איינשלעפונג).

---
פון דא און ווייטער געשריבן לאחר חצות הלילה:

דער דאקטאר - וועלכער איז א מומחה אין זיין פאך, כעדותה של הרבנית כהנא תליט"א, וועלכע האט גע'שתדל'ט אז דוקא ער פערזענליך זאל דאס אונטערנעמען, און נישט שיקן איינער פון זיין שטאב - האט געזאגט ביים ארויסקומען פון צימער, אז עס איז געווען גאר וויכטיג צו מאכן דעם פראצעדור, ווייל מען האט למעשה טאקע געטראפן אז דער שניט איז אריין טיפער ווי מען האט זיך פארגעשטעלט, און מען האט דאס וויכטיג געדארפט פארריכטן. ער האט זיך געפריידט צו האבן דעם ערפארונג, ווייל ער געבט יעצט שימוש פאר א תלמידה זיינע, און יעצט האט זי געהאט די געלעגנהייט צו מיטהאלטן אזא זעלטענע פראצעדור.

נאך ממש געציילטע מינוטן, איז די שטאב פון די רעקאווערי שטוב ארויסגעקומען, און געזאגט אז מיר קענען אריינגיין צום קינד. ווען איך האב אנגעהויבן שטייטליך צוזאמקראצן אלע זעק און פעק, האבן זיי געמאלדן אז איינער זאל פאקן פעק און דער צווייטער זאל זאפארט אריינגיין, ווייל דאס קינד פארפירט אז ער דארף די מאמע... (שטילערהייט: כ'גלייב שווער אז ער האט גערעדט פון די מאמע דוקא, ער איז מער א 'טאטע' קלעבער... אבער ביי דיפאולט האבן זיי פארשטאנען אז א תינוק איז צריך לאמו...)

דאן האבן מיר געכאפט אז מען הערט טאקע ארויס א קינד וויינען פון דארטן, און יא... עס הערט זיך ווי אונזער צדיק'ל... נעבעך, וועקט זיך אויף א קינד פון טיפן אנטשלעפונג און דערזעט זיך ארומגענומען מיט פרעמדע קראנקן-שוועסטער און בייזע מאשינען און קלעפיגע ווייערס אויף אלע זייטן, אודאי וויינט ער... אבער ביים אריינגיין האבן מיר געזען אז ער וויינט פשוט פון צעמישטקייט, ער איז נאכנישט געווען גענצליך אויף דער וואך. מיר האבן אים געהאלטן, געגלעט, גערעדט צו אים, געזינגען, אבער ממש גארנישט האט אים בארואיגט. ער האט זיך אויפגעפירט ווי א טיפישער דריי יעריגער נאכ'ן דורכגיין אן אנטשלעפונג פראצעדור...

ווען דאס האט אנגעהאלטן לענגער ווי די געדולד וואס די געהילפן דארט האבן געהאט, האבן זיי אנגעהויבן מטכס עצה זיין וואס צו טון. זיי זענען הפנים נישט צוגעוואוינט צו קינדערישע 'טענטראמס'... שיק זיי העלפן אין א שטוב מיט צען נפשות, זיי וועלן באקומען פיינע שימוש וויאזוי צו באהאנדלן אזעלכע און ענליכע פעלער.

דער שייגאץ האט אנגעצינדן דעם טעלעוויזיע און אויפגעזוכט די קינדערישע קארטאן סטאנציעס, וואס האט פארשטענדליך נישט גערעדט צום קינד... דאן האט ער אויף זיין פריוואטע טעלעפאן אויפגעמישט עפעס א יו-טוב קליפ פון פישעלעך וואס זינגען און שווימען, דאס האט שוין יא מער געצויגן דעם אטענציע פונעם קליינעם, וועלכער האט זיך געהאלטן שטילער פאר געציילטע מינוטן. דאן האט מען פרובירט אים צו געבן עפל דזשוס (וואס ער האט ממש פארשלינגען אין אן אויגנבליק, שעפעלע... נישט געטרינקן פאר א גוטע איבער צען שעה), אויך האבן זיי געברענגט כשר'ע אייסעס (געוויזן אז ס'האט אן או-יו הכשר...) וואס ער האט עטוואס געלעקט.

די זאך וואס האט אים דאס מערסטע געבאדערט, איז געווען די אינטערווינעס נאדל מיט די גאנצע געמויזעכץ פון טעיפ וואס האט געהאלטן זיין לינקע האנט פארשמאכטעט. ווי נאר עס איז פארטיג געווארן דער דאזע טיילענאל וואס זיי האבן אים געפיטערט דורך די איי.ווי., האט מען דאס ארויסגענומען און ער האט זיך עטוואס מער בארואיגט. אויך די בלוטדרוק נעמער פון די אנדערע האנט האט מען ארונטערגענומען, און אזוי ארום האט מען אים ענדליך געקענט אנטון די אייגענע וועש, א זאך וואס האט אויך געהאלפן צו זיין באקוועמקייט און רואיגקייט.

נאך א וויילע פון ווערן געהאלטן דורך די עלטערן, האט ער זיך געבעטן צוריקצוגיין אין די בעט, און נאך עטליכע קורצע מינוטן איז ער אריינגעפאלן אין א טיפע זיסע שלאף.............

ער וואלט נאך יעצט געשלאפן דארט, ווען מיר דארפן נישט אהיימקומען צו די איבריגע קינדערלעך וואס האבן זיך אליינס ארומגעדרייט אין די הויפן און זענען געווען אנגעוויזן אין די חסדים פון די קאנטרי שכנים. (ברם זכור לטוב, עטליכע משפחות וואס האבן זיך אפגעגעבן מיט די ילדים שיחיו, בראש וראשון ידידי הרה"ג וכו' שליט"א וועמענ'ס בני בית האט איבערגענומען דעם דריי מאנאטיגן און זיך אפגעגעבן מיט אים ארום צען שעה, אריינגערעכנט פיטערן פלעשלעך, לייגן שלאפן, און אלעס וואס א דריי מאנאטיגס ברויך. און אויב דאס איז נישט גענוג געווען, האב איך באקומען א הייסע פרישע נאכטמאל ביים אנקומען אין שטוב נאנט צו עלף אזייגער ביינאכט, שטיקער בשר בהמה און נאך נארהאפטיגע מאכלים וואס די חשוב'ע אידענע האט געקאכט און געהיטן ווארעם פאר אונזערטוועגן. זאלן זיי געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן, און זיי זאלן קיינמאל דארפן צוקומען צו די גענאדע פון אנדערע).

מיר האבן געפרעגט און באקומען רשות פון די שטאב צו באשטעלן א קאר, און טאקע גערופן איינער פון מאנסי וואס האט ביליגע דרייווערס, יענער האט פארשפראכן צו זיין ביים טיר ביז א האלבע שעה, ווען מיר האבן זיך צוזאמגעקליבן די זאכן, און אראפ צום קאר מיט'ן שלאפעדיגן קינד. מיר האבן נישט מיטגענומען קיין קינדער וועגעלע, און די שטאב האט צוגעגרייט א גרויסע רעדער בענקל און געבעטן די מאמע זאל זיך אראפזעצן מיט'ן קינד אויפ'ן שויס, און אזוי האבן זיי דאס צוגעפירט ביז'ן קאר, און אפילו פארמאכט די טיר! שיין פון זיי.

די גאנצע לאנגע וועג אהיים (בערך א שעה מיט פערציג מינוט) איז דאס קינד געשלאפן אויף מיינע הענט (פונקט ווי אויפ'ן וועג צום שפיטאל, און פונקט ווי אויף ביידע וועגן במשך שבת קודש), נאר אנקומענדיג אהיים און אים אריינלייגנדיג אין זיין בעטל, הייבט ער אן וויינען "כ'וויל נישט גיין שלאפן"...

מען האט אים ארויסגענומען פון בעט, און ער האט ענדליך באקומען זיינע אזוי געגארטע און אויסגעלעכצטע 'קוקיס'... איר האט נישט קיין אנונג ווי דער האט זיך באלעקט מיט די שווארצע-און-ווייסע קוקיס... ער האט ממש גענומען עטליכע אויפאמאל אין די הענט, און אראפגעגאלפט איינס נאכ'ס אנדערע... ער האט זיך נאכנישט באפרידיגט דערמיט, ביז ער האט אויך דעם פעקל טשאקאלאדע פארניכטעט, און אויף דעם אלעם צוגעלייגט אן עפל-דזשוס אייסעס... ב"ה דאס עסן האט זיך פיין פארדייעט, ער האט דערווייל גארנישט צוריקגעגעבן (טראץ וואס די שפיטאל האט געזאגט אז איין מאל ברעכן נאך אנעסטידזשיע איז נארמאל).

יעצט שלאפט ער זיס, ב"ה, און מיר וואונטשן אים א שנעלע און גענצליכע ערהוילונג, בתוך שאר חולי ישראל. (טאקע געטראפן עטליכע היימישע אידן אין שפיטאל, זאלן אלע זיין געזונט און שטארק אויף אלע אברים און גידים, און מיר זאלן הערן בלויז בשורות טובות כל הימים).
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פארגעסן א וויכטיגע קרישקעלע - סתם נקמה צו נעמען אין ארחיקה...

אינמיטן טאג האט ארחיקה געפרעגט אונזערע פלענער מיט א וועג אהיים, און ער האט זיך אנגעטראגן צו פארן א מהלך פון אנדערטהאלבן שעה בערך, בלויז צו קענען אונז אפפירן אהיים!

כמובן האב איך נישט אויסגענוצט זיין גוטסקייט, און שיינערהייט באצאלט א סכום הגון פאר'ן רוסקי. (דער עיקר טעם איז אבער געווען, וויבאלד מיר האבן נישט געוואוסט צופיל פריער ווען מיר וועלן ערלויבט ווערן צו אהיימנעמען דאס קינד, און דער רוסישער דרייווער האט געקענט דארט זיין נאך א מעלדונג פון בלויז א האלבע שעה פריער, משא"כ ארחיקה וואס האט געברויכט א מעלדונג כאטש אנדערטהאלבן שעה פריער).

אבער, מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה, און השי"ת זאל געדענקן דאס גוטס פון ארחיקה, און אים באשירעמען פון אלעם בייזן, און ער זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו קיינעמ'ס חסדים.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

רבי, אביסל ח&ח האסטו אים נישט פארגינען?
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בעפאר די אפעראציע האט ער נישט געמעגט, נאכדעם - איז גארנישט איבערגעבליבן פון מיינע... (גראדע יא איבערגעלאזט אביסל, אבער דאס איז נישט געאייגנט פאר קליינע קינדערלעך)
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

זייער אינטרעסאנט ר' @לכאורה.

א דאנק פארן פארשרייבען אייערע טאג ביכער.
אוועטאר
בית לחם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 12:20 pm
לאקאציע: https://goo.gl/maps/dmKg7e6Dd8fEdKXg8

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית לחם »

זייער אינטערעסאנט @ לכאורה

עס איז דא א שיינע באר מים חיים אויף די ווערטער שופטים ושוטרים תתן לך, זאגט ער דארט אז ווען א טאטע זעהט זיין קינד אריבערגיין אן אפעראציע איז דאס א מוראדיזע צער פארן טאטן דאס צו צוקוקן, נאר מרוב רחמיו טוט ער זיך אן די מידת אחזריות כדי עס זאל ארויסקומען א טובה אויף שפעטער, די זעלבע זאך איז מיט אונזער ליבע טאטע אין הימל ער וויל אזוי שטארק אז מיר זאלן זיין ראוי צו מקבל זיין די אורות לעתיד לבא און ער רייניגט אונז דורך יסורים דערפאר זאל מען מקבל זיין יסורים באהבה וכו',
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

וואס טוט זיך עפעס אין אוקריינא?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

א ביזי וואך און נאך פארגעלערנט פרק אויך?
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

דהיינו?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:א ביזי וואך און נאך פארגעלערנט פרק אויך?

דעם שבת זענען מיר ב"ה געווען אן-דוטי דריי מאל, ליל שבת קודש ביי די סעודה פאר די ישיבה קטנה (וואו מען האט עטליכע מאל אויפגעטרעטן מיט דברי תורה און אויך אנגעפירט מער-ווייניגער די ניגונים), שבת נאכמיטאג ביי פרקי אבות פאר די אינגלעך (וואו מען האט פארציילט מעשה'לעך במשך פערציג מינוט), און ביי שלש סעודות פאר די טאטעס (פארגעלערנט דברי יואל, א וועכנטליכע אמט וואס איך האב היי יאר באקומען).
די וואך איז היבש פארנומען. מארגן האט מיין צדיק'ל אן אפוינטמענט (אום אכט אזייגער אינדערפרי) ביים אויגן דאקטאר (דער שותף פון דער וואס האט דורכגעפירט דעם פראצעדור) צו כאפן א בליק אויב זאכן היילן זיך ריכטיג. דאסמאל האט די אידענע גענומען דעם דזשאב, און שוין היינט מיטאג אהיימגעפארן איבערנעכטיגן כדי צו קענען ארויספארן גענוג באצייטנס צו כאפן דעם אפוינטמענט, בין איך געבליבן דא צו פיטערן און שלאפן לייגן די פארבליבענע ילדים.
דא האלטן מיך די טאליבאנער פארנומען...
און אט קומען שוין די טאכטוירים אהיים פון קאנטרי, און דאן ווערט שוין א שטורעם ווינט פון פאקערייען און מען קען זיך נישט געהעריג מסדר זיין אין דעם קליינעם לעכל...
די גוטע נייעס איז, אז די אנדערע וואך אזא צייט, וועט מען שוין האפנטליך צוריק זיין אינעם געווענליכן ביורא מיט די שנעלע פארבינדונג, און מען וועט קענען צוריקקומען כימי קדם... און שרייבן ווייטער אי"ה.
אוועטאר
מאמענטאל
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:25 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאמענטאל »

לכאורה האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:א ביזי וואך און נאך פארגעלערנט פרק אויך?

דעם שבת זענען מיר ב"ה געווען אן-דוטי דריי מאל, ליל שבת קודש ביי די סעודה פאר די ישיבה קטנה (וואו מען האט עטליכע מאל אויפגעטרעטן מיט דברי תורה און אויך אנגעפירט מער-ווייניגער די ניגונים), שבת נאכמיטאג ביי פרקי אבות פאר די אינגלעך (וואו מען האט פארציילט מעשה'לעך במשך פערציג מינוט), און ביי שלש סעודות פאר די טאטעס (פארגעלערנט דברי יואל, א וועכנטליכע אמט וואס איך האב היי יאר באקומען).
די וואך איז היבש פארנומען. מארגן האט מיין צדיק'ל אן אפוינטמענט (אום אכט אזייגער אינדערפרי) ביים אויגן דאקטאר (דער שותף פון דער וואס האט דורכגעפירט דעם פראצעדור) צו כאפן א בליק אויב זאכן היילן זיך ריכטיג. דאסמאל האט די אידענע גענומען דעם דזשאב, און שוין היינט מיטאג אהיימגעפארן איבערנעכטיגן כדי צו קענען ארויספארן גענוג באצייטנס צו כאפן דעם אפוינטמענט, בין איך געבליבן דא צו פיטערן און שלאפן לייגן די פארבליבענע ילדים.
דא האלטן מיך די טאליבאנער פארנומען...
און אט קומען שוין די טאכטוירים אהיים פון קאנטרי, און דאן ווערט שוין א שטורעם ווינט פון פאקערייען און מען קען זיך נישט געהעריג מסדר זיין אין דעם קליינעם לעכל...
די גוטע נייעס איז, אז די אנדערע וואך אזא צייט, וועט מען שוין האפנטליך צוריק זיין אינעם געווענליכן ביורא מיט די שנעלע פארבינדונג, און מען וועט קענען צוריקקומען כימי קדם... און שרייבן ווייטער אי"ה.

אז איז גאר זיס צי זעהן ווי די מנהל פארענפערט זיך אזוי קלאר....
שכויעך פארן דיין הייליגע ארבעט
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ליל ששי פרשת כי תצא תשפ"א, ברוכים הבאים צו די חודש'ליכע איינטראגע פון די לכאורה טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה קיין אייראפע...

מיר האלטן אינמיטן שילדערן דעם פרייטאג טאג פון פרשת בשלח (שירה) העבר עלינו לטובה, ווען אונזער פאיאכעלע מיט 19 חרוב'ע גופים (גייסטיש, בלויז איינער פיזיש מיט א צעבויגענע פוס ל"ע. יענער האט באקומען ערשטע הילף פון "ארחיקה נדד" וואס האט זיך געלערנט עטוואס דאקטאריי, און אלס עצה טובה האט ער אים געראטן צו האלטן די געשוואלענע פוס אינדערהייך, און מ'האט עס שיין פלאצירט אויפ'ן טישל פונעם באס... ביז עס איז געווען קפצה עליו רוגזו של אוקריינישער באס דרייווער, וועלכער איז געקומען צו לויפן מיט בלוט פארלאפענע אויגן, מיינענדיג אז ער האט דא צוטאן מיט א שיכור וואס לייגט די פיס אויפ'ן טיש פאר שוואוילטאג. ער האט געמאכט קולות אז מען טאר נישט אזוי זיצן דא, און ארחיקה האט אים געדארפט בארואיגן אז דא האנדלט זיך פון א פאציענט וכו') איז אריינגעפארן אין דעם הייליגן שטעטל מעזיבוז.

עס איז געווען ארום עלף אזייגער פארמיטאג ווען מיר האבן זיך אראפגעשלעפט מיט די פעק און זעק פון די באס און זיך אנגעהויבן ארומקוקן וואו מיר ברויכן שטעלן אונזער קומענדיגע טריט. די גאסטגעבער פון מעזבוז זענען געשטאנען גרייט צו העלפן, און האבן אונז אריינגערופן אין אזא סטאר-פראנט / קרעטשמע סטיל שטוב וואו יעדער האט באקומען דעם שליסל צו זיין צימער. מען האט אונז צוגעוויזן וועלכן האטעל מיר וועלן באנוצן (עס איז דא דארט עטליכע געביידעס וואס באדינען די געסט), און מיר האבן זיך צוביסלעך אראפגעשלעפט מיט אונזער האב און גוטס צו דעם דעזיגנירטן האטעל, וואס איז געווען היבש א מהלך פון וואו דער פיאכעלע שטעלט זיך, מיט אסאך שטיגן און פארשנייטע וועגן דורכצוגיין. איך האב מיך אביסל געמוטשעט מיט מיינע צוויי רענצלעך און נאך א טלית ותפילין און א זעקל, אבער ווער זאל מיר קומען צו הילף ווען יעדער איינער איז פארנומען מיט די אייגענע שלעפגעצייג. (אפשר האט מיך איינער למעשה יא צוגעלייגט א האנט, איך געדענק שוין נישט... נישט פארגעסן, מיר שטייען שוין היינט זיבן חדשים פון די פאסירונגען!)

מען פירט אריין די רענצלעך און געפעק אינעם שיינעם האטעל, און מען זוכט אויף דעם שטוב נומער וואס מען האט פאר יעדן צוגעטיילט. מיין צימער איז געווען ביים עק פונעם קארידאר, אזוי האב איך געהאט עטוואס שטילקייט אפילו בשעת'ן שטורעם פון געלעכטער און שמועסעריי, ווי מיר וועלן אי"ה צוקומען אויסצושמועסן... מ'לייגט אראפ די פעקלעך אין צימער, מ'כאפט אן אשר יצר, און מ'גייט גלייך אריבער אין חדר האוכל צו זען אויב עס איז נאך געבליבן עפעס פרישטאג, ווייל די לעצטע מאל מיר האבן געגעסן איז געווען איבער זעקס שעה פריער אין האניפאלי, און די קומענדיגע סעודה וועט ערשט זיין ארום אכט שעה שפעטער בליל שבת קודש. (מסתמא האט מען צוגעשטעלט ערגעץ וואו טועמי' אויך, אבער מיר האבן ליבערשט פארנוצט די וויכטיגע צייט פונעם ווינטערדיגן ערב שבת קודש צו כאפן א דרימל און א מקוה לכבוד שבת).

מיר קומען אריין אינעם עס צימער און עס אנטפלעקט זיך פאר אונז א שיינע סצענע. ליגן אויסגעלייגט צענדליגער טישלעך מיט בענקלעך, און מערערע געסט זענען זיך מכבד מיט די פרישע דעליקאטעסן וואס שטייען אויסגעלייגט אויף די פאדערשטע טישלעך. עס איז געווען צוגעגרייט א פיינע פת שחרית מיט מערערע אויסוואלן, אריינגערעכנט פרישע וואפלעך וואס די געהילפן האבן צוגעשטעלט אויפ'ן ארט. איך האב געהאט א דילעמא וואס צו טון, ווייל פון איין זייט פיר איך מיך טעגליך צו עסן פת שחרית מיט אן עמטליכקייט, מען וואשט זיך און מען בענטשט, אבער דא שטייט מען מער מיד ווי הונגעריג, און נאך א סעודה גדולה וועט זיין שווער אנטשלאפן צו ווערן... איך קען מיך נישט דערמאנען וואס איך האב למעשה געטון! אבער אזויפיל געדענק איך יא, אז איך האב געגעסן פון יעדע מאכל אביסל, אריינגערעכנט פון עפעס א יאגורט וואס האט מיך אנטוישט...

דארט אין עס זאל האט מיך אפגעווארט א סורפרייז. צווישן אלע געסט האב איך דארט דערקענט א היימיש פנים פון א יונגערמאן וואס האלט זיך יערליך אויף ניין וואכן אינעם זעלבן קאנטרי ווי מיר! דער יונגערמאן איז נישט סתם א יונגערמאן, ער איז א מורה הוראה בישראל, און פארמאגט נאך עטליכע זייטיגע טאלאנטן צו דער זייט (אריינגערעכנט די אומנות פון שחיטה). דער דומ"ץ איז געזיצן ביי איין טישל מיט א צווייטער יונגערמאן, א שטילטשיגער וואס האט געמאכט א רושם ווי אן עובד. שטעלט זיך ארויס אז יענער האט גאר געשלעפט דעם דומ"ץ אויף א פריוואטע נסיעה, ווען זייער ציל איז בלויז "מעזבוז"! זיי זענען געקומען פארוויילן א שבת מיט נאך א האלבע וואך אין די שטאט מעזבוז! יענער האט אים באצאלט די שפעזן וויבאלד זיי לערנען עפעס בחברותא, און אזוי האבן זיי געהאלטן אינמיטן עסן זייער פרישטאג ווען מיר האבן אריינשפאצירט און זיך דערפרייט איינער צום צווייטן.

איך האב גלייך געהאט א טשעפע גרייט פאר אונזער דאיען (נישט פארמישן ח"ו... 'דאיען' איז 'סאכדעס', און 'דומ"ץ' איז דער פון 'התאחדות'...), אז מיר דארפן שוין נישט צוקומען צו אים, זינט מיר פארמאגן דא דעם ריכטיגן דומ"ץ... אבער כמובן האט זיך דער דאיען נישט געלאזט, און אפילו ווען מיר האבן געשטעלט הלכה שאלות פאר'ן דומ"ץ ביים שבת טיש (וואס דער דומ"ץ האט אונז מכבד געווען מיט זיין ערשיינונג און תורה זאגן), האט ער אויך געהאט א פתחון פה לפניו און זיך מפלפל געווען מיט א ריתחא דאורייתא כראוי לדת של תורה.

אונזער ציבור האט אקופירט עטליכע טישלעך דארט, ווען יעדע פאר מינוט רוקט זיך אריין נאך איינער-צוויי און מען צייגט אים אן וואו זיך צו וואשן (אין אנדערן צימער) און וועלכע מאכלים עס לוינט זיך צו פארזוכן... איך געדענק נישט יעצט ווער עס איז מיטגעזיצן מיט מיר ביי פרישטאג, אבער איך געדענק אז מען האט געבענטשט מיט מזומן (און איך האב געמאכט אן על-המחי', לויט ווי מיר דאכט זיך יעצט).

נאך פרישטאג איז שוין געווען חצות היום, און מ'דארף גיין כאפן אן ערנסטן דרימל אנשטאט די לעצטע צוויי פארפאסטע נאכט-שלאפן. אן קיין שהיות בין איך אריין צו מיר אין צימער, וואו איך האב אנגעשטעלט מיין אלארם פונעם טעלעפאן אויף אכט אזייגער אינדערפרי ניו יארקער צייט / דריי אזייגער נאכמיטאג אוקריינער צייט (דער טעלעפאן האט נישט געהאט קיין סערוויס, און זייענדיג אנגעשטעלט אויף 'עראפלאן מאדע' די גאנצע צייט, האט עס נישט געצויגן צופיל באטעריע קראפט און עס האט געארבעט די גאנצע צייט פון די נסיעה אן ברויכן ווערן ריטשארדזשד. אויך האט עס געצייגט דער ניו יארקער צייט, און אזוי ארום האב איך צו יעדע צייט געקענט וויסן אין די רגע וויפיל אזייגער עס איז אינדערהיים ביי די משפחה), זיך אויסגעדרייט צום וואנט און גלייך איינגעשלאפן.

איך האב מיך אויפגעכאפט פונעם טעלעפאן אלארם, און גלייך ארויס פון בעט, וויבאלד עס איז געווען בלויז א קארגע שעה מיט א האלב צום ערשטן שבת פייף, און דא דארף מען נאך נעמען א קאוויד טעסט, גיין אין מקוה, און זיך איינרישן געהעריג אין צימער לכבוד שבת קודש. עס איז געווען אפגעשמועסט אז אום דריי אזייגער וועט אראפקומען א מעדעצינישע שטאב צו איינע פון די הכנסת אורחים געביידעס, און דער גאנצער עולם וועט זיך לאזן שטעכן כדי צו קענען צייגן א 'נעגאטיווע' קאוויד רעזולטאט וואס איז גענומען געווארן אין די 48 שעה פונעם אפפליען.

איך בין שנעל צוגעגאנגען צו דעם געביידע, וואו איך בין אנגעקומען פון די ערשטע. מען האט דארט געדארפט באצאלן 75 דאלער און ארויפשארן די ארבל... איך האב געהאפט אז די 'מעדעצינישע שטאב' טויגט אויף עפעס מער ווי כפרות, אבער קיין צוויי ברירות האב איך סייווי נישט געהאט, דען איך וויל דאך נישט בלייבן אין אוקריינע אויף א גאנץ יאר... למעשה, איז די 75 דאלער געווען א שטיק בל תשחית, ווייל מוצאי שבת ווען איך האב באקומען דעם פאפיר מיט'ן נעגאטיוון רעזולטאט, איז געשטאנען דארט אן אומריכטיגע געבורטס דאטום, און מ'האט מיר געדארפט איבערשיקן א פרישע - פאלשע - צעטל אין אימעיל אריין, וואס מיר האבן הערשט ערהאלטן אין לופטפעלד (אויסערדעם האבן זיי נישט אנגענומען די מעזבוזער צעטעלעך וויבאלד זיי זענען געווען געשריבן אויף די אוקריינישע שפראך, און ביים ארויספארן קיין אמעריקע - טענה'ן זיי - ברויך מען האבן ענגלישע קאוויד פאפירן). נו שוין, אויף דעם זאל עס אויסגיין...

נאכ'ן אפפארטיגן מיט'ן קאוויד בלוט טעסט, האב איך געכאפט מיינע וועש פון רענצל און געלאפן אין מקוה אריין. דער מקוה געפונט זיך אינעם זעלבן געביידע ווי דער "היכל בעש"ט" שול, און לפלא דארף מען ארויפגיין א שטאק צו קענען גיין אין מקוה... נישט וויסנדיג אויב די מקוה שטעלט צו האנטוכער, האב איך מיטגענומען מיין פריוואטע האנטוך אויפ'ן אקסל, זיך דערמאנענדיג פון די קאנטרי סעזאן (וואס, איראניש, שרייבנדיג די שורות, גייט מען זיך אט אט געזעגענען דערפון...). כאטש איך פיר מיך געווענליך צו גיין אין טוש אריין לכבוד שבת, האב איך מיך זייער געיאגט, און אויך האט מיר נישט געפאלן דער מצב ביי שאוערס [אגב, אין ישיבה אלס בחור איז מיר שטארק נישט געפאלן דער מצב הרוחני פון די שאוער געגנט, און אלס רעזולטאט האב איך דאס נישט באזוכט במשך די גאנצע צייט וואס איך האב דארט געלערנט! איר קענט אייך פארשטעלן וואס עס האט זיך אפגעטון אויף מיין קאפ... די אראבישע אויל קוועלער וואלטן זיך געקענט פארשטעקן דערפאר... נו שוין, אל תזכר לנו עונות ראשונים]. איך האב מיך גע'טובל'ט, אפגעווישט, און אנגעטון די שבת'דיגע בגדים, ווען אינמיטן באמערק איך א סורפרייז...

ביים ארויסנעמען דעם שבת הויזן פון זעקל, פאלט ארויס דערפון א מילכיגע שאקאלאדע באר... און צו דעם איז צוגעקלעבט א פאום פון די ב"ב מיט וואונטשעוואניעס פאר א לעכטיגע שבת און זיך אויסבעטן אלעס גוטס. כ'מוז מודה זיין אז עס איז געווען אן אנגענעמע איבערראשונג און עס האט מיר געקאסט א שמייכל. (דעם שאקאלאדע האט מען פארניכטעט מוצאי שבת אויפ'ן לאנג וועג צווישן מעזבוז און אומאן, צווישן נאך אנדערע שאקאלאדען וואס אנדערע האבן ארויסגעלייגט...)

צוריקקומענדיג פון מקוה, האט איינער פון די גרופע באמערקט אז איך טראג די ווייסע זאקן מיט'ן קאפעלוטש, די פיאות זענען צעפלוטשקעט פון די מקוה און מיין האלז איז ארומגענומען מיט'ן רבני'שן שאל, ווען אויף די רעכטע פלייצע ליגט דער נאסער האנטוך. דער מחזה האט אים עפעס געכאפט אזש ער האט דאס פאראייביגט מיט א בילד (וואס ווען נישט גילוי, וואלט איך עס דא ארויפגעשטעלט... עס איז א געלונגענע בילד).

יעצט האבן מיר שוין געהאט א פארמעסט מיט'ן זייגער ווער עס וועט שנעלער אנקומען צום שבת... איך האב מיך געאיילט צום צימער, וואו איך האב אלע מוקצה זאכן געשטעלט באזונדער פון די נישט מוקצה זאכן, און אנגעהויבן ארומלויפן זוכן פון וועמען איך קען יעצט בארגן א טעלעפאן צו אהיימרופן און זאגן גוט שבת (נאכ'ן נישט רעדן קיין אמעריקע ארום 18 שעה, אויסער א מעסעדזש וואס איך האב איבערגעלאזט אויפ'ן היים טעלעפאן ווען קיינער איז נישט דארט געווען). צו מזל האט מיר איינער פארבארגט זיין טעלעפאן, איך האב גערופן צו מיין אידענע'ס סעלפאון. איך האב געזאגט אז עס איז קארגע מינוטן צו שבת און איך קען נישט יעצט רעדן מער ווי געציילטע ווערטער, זיך באדאנקט פאר די שאקאלאדע, געוואונטשן גוט שבת און אראפגעלייגט.

א חשוב'ער יונגערמאן האט זיך געפארעט מיט די ליכט צינדן לכבוד שבת, ער איז אריבער פון האטעל צום ארט וואו אונזער גרופע האט געגעסן די שבת סעודות און דארט אנגעצינדן ליכט לכבוד שבת. איך האב אים געזאגט אז דער דאלער וואס איך האב אים געבארגט אין אוסטראה צו געבן פאר'ן שומר בית החיים, ווערט אים יעצט נמחל במתנה, אזוי בין איך מיך משתתף בפרוטה מיט זיין ליכט צינדן און יוצא דערמיט.

דער האטעל האט ארומגעלייגט ביי יעדן צימער א ספעציעלע שאכטל געשניטענע פאפיר לכבוד שבת (אויסערדעם האב איך ארויסגענומען די שבת פאפיר וואס איך האב מיטגעברענגט פון אמעריקע), אבער דאן האב איך מיך דערזען מיט א פראבלעם איום ונורא... דער בית הכבוד אין מיין צימער איז ארבעטלאז... איך קוועטש און קוועטש דעם חצי-פלאש און דעם פלאש-שלם, ואיננו... עס לאזט נישט אראפ דאס וואסער. מיט איין אטעם בין איך געלאפן צום גוי'אישן וועכטער וואס זיצט ביים אריינגאנג (מיט א רעוואלווער! אוי האבן מיר געציטערט) און איינגעמאלדן אויף עטליכע שפראכן אז די טוילעט ארבעט נישט אין צימער פלוני. ב"ה ער האט תיכף געכאפט דעם צרה און אריבערגעשיקט דעם שוסטער-פלאמבער וואס דרייט זיך דארט, און עס האט אנגעהויבן ארבעטן צום צופרידנהייט פון מיר און מיין שטוב-שכן.

דער זמן איז געווען ארום א פערטל צו פינף, און אויף פינף אזייגער זענען מיר אלע געווען גרייט בס"ד.

המשך יבא אי"ה.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

גוטע נייעס! יישר כוח פאר די אפדעיט.

אגב, דער גוי האצעך נישט נאר געבייזערט אויף די פוס ארויף אויפ'ן טיש, נאר זאגאר געגעבן א זעץ דערויף.

און יא, די מחזה הוד פונעם רב מיט די קאפעלוטש און ווייסע זאקן, (מסתמא אויך אייליגע האר...) צוריק קומענדיג פון די מקוה, ווען אין די בעקראונד זעט מען דעם ציון פונעם אור שבעת הימים, וועט בלייבן איינגעקריצט מיט א גאלדענען פארב אין די הערצער.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

זייער אינטרעסאנט און דעטאלירט.

פארוואס קענסטו נישט ארויפשטעלן די בילד, מיט דיין פנים פארשווארצט, אזויווי @סטאוו האט געטאן עטליכע בלאט צוריק?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

נע, די פנים איז די היילייט פונעם בילד...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער שיין הערליך אין זיס

ייש"כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

הערליך שיין כורע,

האסט מיך ממש צוריקגענומען קיין מעזיבוז ווי אונז האבן פארברענגט א שבת עטליכע וואכן נאך די אייוועלט נסיעה.

ישר כח.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

הערליך שיין לכאורה!

כ'האב מורא האסט זיך משתתף געווען מיט 2 ליכט צינדען'ס איך האב געהאט די זכי' דיר צי מוצא זיין ע"י השתתפות און נאכדעם ליין איך דא וועגן דער חשוב'ער יונגערמאן הועווער דעעט איז..

ווארט מיר שוין פארן המשך...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

הענדימען האט געשריבן:

אוקעי. ערב שבת ווען מ'זעמיר אנגעקומען אין מעזשעביזש בינעך געגאנגן צו מיין צימער מיט מיין @הענדיפרענד אלס רום-מעיט, דאן זענער געגאנגן עסן עפעס מאדנע מאכלים וואס איז גראד ארויס פון @באגדאן'ס פענדל און עס אנגעשמירט מיט קאלירטע געציקערטע געמויזעכצער.

נאכן עסן זאג פאר הענדימען, לאמיר יעצט געין אין מקוה און דערנאך וועט מען זיך אראפלייגן. פיין מ'זעמיר געגאנגן צום גרויסן בנין און געזיכט די מקוה. געדענקט האב איך אז ס'איז אויפן צווייטן פלאר אבער כ'האב עס נישט געטראפן, למעשה האמיר עס געטראפן אויפן ערשטן פלאר (אויב כ'געדענק גוט) אבער כ'האב נישט דערקענט די מקוה (ווארשיינלעך איז דא דארט 2 מקוואות). די מקוה איז געווען אפן צום גאס און געפרוירן קאלט, די קאליר און שמעק פונעם בור איז מיר זייער נישט געפאלן, בינעך קודם געגאנגן אין בור און דערנאך אין שאווער מיט ציטערדיגע הענט און פיס.

ארויסקומענדיג פון מקוה ווייזט מיר @הענדימען אז די פאיכאלה'ס שטייען אביסל ארויפציר, לאמיר פארן צום מארק און צום מעיין הבע"ש און דערנאך זיך גיין לייגן. פיין, מ'זעמיר אריין אין קאר און פליצלינג קומט די אויבן דערמאנטע דומ"ץ צו לויפן אז ער וויל אויך גיין צום מעיין הבע''ש, אבער היות ער האט געהערט אז מיר גייען אויך צום מארק איז אים פארגאנגן דאס אפעטיט.

זעמער געפארן אזא 10 מינוט וועג צום מעיין הבע"ש און גענומען בילדער, פון גרויס מידעקייט האבעך נישט געהאט די שכל מיטצוברענגן א האנטעך צו כאפן דארט א געפרוירענע טינק. דערנאך זעמער געפארן צום מארק, געקויפט ביר מיט שפילצייג פאר די קינדערלעך שיחי' און דאן זעמער צוריק געפארן קיין מעזשעביז און כ'האב פראבירט צו רופן עטליכע נסיעה מיטגלידער צו וויסן ווען מ'גייט געבן בלוט פאר די טוקריינישע מצות אבער קיינער האט נישט אויפגעהויבן, האבער אנגעשטעלט דעם טעלעפאון וועקער זייגער וואס זאל קלינגן כ'געדענק שוין נישט אויף ווען און געגאנגן שלאפן.

------

מיט א איידעלע און שטילע שטומע האט מיר @הענדימען אויפגעוועקט אז ס'איז שוין שפעט און מ'ברויך שוין גיין אין ביהמ"ד... כ'גיב א קוק די זייגער אויף מיין טעלעפאון (מ'קען זעהן די זייגער אפילו ווען די סקרין איז אויסגעלאשן, אזוי האבעך עס נישט געמוזט מטלטל זיין אגאנץ שבת און געהאט א זייגער) און זיך שנעל אנגעטון און געלאפן צום הייליגן בעל שם טוב'ס שול זיך צוצוגרייטן צו דאווענען אויף אזא מקום קדוש. ארויסגייענדיג פונעם בנין זעה איך דארט שטיין דער מיטן צובויגענעם פיס און מ'האמער אים גע'אפערט אז מ'קען מיר אים העלפן קומען אבער האט געזאגט אז היות ס'איז א 10 מינוט וואק אויף אייז און גליטשיגע שניי קען ער נישט קומען אין ביהמ"ד. זעמער געגאנגן אן אים. אגאנצן וועג האט זיך @הענדימען געגעסן אז מ'ברויך צוריק גיין און אים פשוט און פראסט אויפהייבן ווי מ'הייבט אויף א בעבי און אים ברענגן אזוי אין ביהמ"ד, "היתכן א יוד איז געקומען צום בעש"ט און קען נישט אליין קומען צו זיין שול, און מיר כאפן אים נישט אן און מ'שלעפ מיר אים מיט געוואלט" בערך אזא לשון האט ער מיר געהאלטן אין איין איבער חזר'ן.

-----

מוצאי שבת ביים זמן פרעג איך @הענדימען, מ'ברויך שוין כמעט גיין פון דא און מ'האמער נאכנישט קיין קאוויד טעסט? זאגט ער מיר אז אינעם נייעם אפיס דארט אינמיטן שטאט קען מען עס ארלעדיגן פאר נישטיגע $30 און דו האסט עס אין געציילטע מינוטן... והך קאווע מ'האמער עס דארט ארלעדיגט, און די דאיען שילט''א האט מיר אויך געבעטן אים עס צו מאכן, האבעך אים עס אויך געמאכט.

דא וועל איך אראפברענגן וואס כ'האב איינעם ציטירט נאכן נסיעה
sheetrock האט געשריבן:

נעקסט טיים גיי אויפן דרך הישר. איך און דעי אלע וואס האבן גענומען די 30 דאלערדיגע טעסט האבן געזעהן הצלחה פונעם ערשטן מינוט. קודם כל האט מען געהאט 1 בענעפיט אז מ'האט נישט געדארפט שטעכן די הענט און נישט קיצלען די נאז, שנית מ'האמער באקומען די רעזאלטס אין געציילטע מינוטן. שלישית די אוקריינישע האבן אונז אדורכגעלאזט מיטן בלויזן בליק אויב די נאמען פונעם טעסט און פונעם פאספארט מעטשט (ווייל אויב ס'שטייט אויף דעי קראנקע שפראך קען מען עס נישט ליינען, פונקט ווי דו קענסט עס נישט ליינען...).

צו וואס האט אויסגעפעלט ענק זאלן זיין אויבער חכמים און נעמען די 85 דאלערדיגע טעסט און האבן דעי אלע פראבלעם'ס?[/quote]
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:הערליך שיין לכאורה!

כ'האב מורא האסט זיך משתתף געווען מיט 2 ליכט צינדען'ס איך האב געהאט די זכי' דיר צי מוצא זיין ע"י השתתפות און נאכדעם ליין איך דא וועגן דער חשוב'ער יונגערמאן הועווער דעעט איז..

ווארט מיר שוין פארן המשך...

ער האט פארט געוואלט יוצא זיין ביפאר די שקיעה...

(שוין... נאך אן אשכול...)
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:הערליך שיין לכאורה!

כ'האב מורא האסט זיך משתתף געווען מיט 2 ליכט צינדען'ס איך האב געהאט די זכי' דיר צי מוצא זיין ע"י השתתפות און נאכדעם ליין איך דא וועגן דער חשוב'ער יונגערמאן הועווער דעעט איז..

ווארט מיר שוין פארן המשך...

ער האט פארט געוואלט יוצא זיין ביפאר די שקיעה...

(שוין... נאך אן אשכול...)

האצעך דערלערנט צו מוטשען איידל…
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35249
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

farshlufen האט געשריבן:
בית לחם האט געשריבן:זייענדיג א דרייווער פאר חסד האב איך שוין כמה פעמים מיטגעהאלטן וויאזוי מענטשן גייען אין שפיטאל נישט וויסענדיג ווי די ביקור חולים איז, איך זאג אייביג ווען איך טראג קיין קאלאמביע אז קעגן איבער די האספיטעל איז דא א ביקור חולים דארט ווי עס איז אמאל געווען "אנטיקע רעסטוראנט", זיי האבן דארט עסן, טרינקען, מייקראוועיוו, ספרים וכולהו אפילו מנינם מיט א ספר תורה איז דא דארט, די אדרעס איז 3924 בראדוועי עוועניא, היות זיי זענען א פריוואטע אונטערנעמונג און נישט אונטער די האספיטעל זענען זיי אפען 24 שעה

די חב"ד האוס?

א צעטל אין די קאושער רום זאגט אז איצט איז ער ערגעץ אויף 168 אדער 167 סט. סטריעט.

די ביקור חולים רום Kosher room איז געהעריג אפן 24/7, האב מיר געפונען דארטן אידישע קינדער אין אלע שעות פון טאג, ס'דארף יא צו זיין א וועג אנצוקומען אהין פון די עמערדזשענסי רום אן צו דארפן אדורכגיין נאכאמאל סעקיוריטי.

היצט פארמאכט
אטעטשמענטס
Chabad.jpg
Chabad.jpg (302.7 KiB) געזען 5125 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

א שטיקל אילוסטראציע, נישט ווייט פון דא איז געכאפט געווארן די היסטארישע בילד פונעם מנהל מיטן האנטוך אויף די פלייצע און טראפעדיגע פאות און בארד ופניו כמלאך אלוקים

בילד
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”