טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זעכציגער
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 12:57 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעכציגער »

יוי איז דאס רירנד...

איך שרייב זיך שוין איין צום קומענדיגע נסיעה!
הק' פופציגער - זעכציגער
פה זונטאג ניו יארק
אייוועלט .קאם
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

געברויכט אריינסיינען מיטצוטיילן אז דער לעצטער ארטיקל האט מיר אויך געברענגט טרערן פון תשובה.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
זלאטניק
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 1:11 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זלאטניק »

עקבי הצאן האט געשריבן:געברויכט אריינסיינען מיטצוטיילן אז דער לעצטער ארטיקל האט מיר אויך געברענגט טרערן פון תשובה.

שלום!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

לכאורה, ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען, רירענד ביז גאר!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח גדול אלע באדאנקער, בפרט עקבי הצאן (הגם, דו האסט אפילו נישט אויף וואס תשובה צו טון...)

איך וויל דא מיטטיילן אן אישי וואס איך האב באקומען פון א חשוב'ע ניק (חשוב - ווייל ער קאמפלימענטירט מיך...), וזה לשונו:
כ'האב נישט קיין ווערטער.

נישט לאנג צוריק האב איך געהאט די זכיה צו זיין אין מעזבוז אויף שבת. וואס זאל איך זאגן? איך קען אפילו נישט אויסרעכנען וויפיל מאל איך האב געטראכט פון דיר. אויף יעדעס טריט אין שריט האב איך כסדר צו זיך געטראכט 'אה, דא איז לכאורה געזיצן און זיך געקאכט אין דעם בעל שם טוב'ס שול, און דא אין די אפטא רב'ס בית מדרש'.

ווי די סדר איז אז ווען מ'פארט מקומות הקדושים איז מען אפגעמיטשטעט און נישט אלעמעאל איז דא די יישוב הדעת צו קענען אריינטראכטן און זיך אנווארמען צו די ריכטיגע התעוררות וואס מ'דארף האבן אויף דעם אדמת קודש. כ'פארשטיי נישט פונקטליך די פסיכילאגיע פון דעם, אבער איבערטראכטענדיג ווי אזוי דו האסט מיט דעם זעלבן אויסגעמיטשעטקייט זיך מצליח געווען דא אנצווואמרעמען און זיך אויסגיסן דאס הארץ, די מחשבות אליין זענען געווען ביי מיר ווי א שטיקל בריקל צו דעם אמאל וואס האט דא אלץ פאסירט. עס הערט זיך אינטערסאנט, אבער אזוי איז עס געווען. דו האסט מיר ממחיש געווען די מחשבות וואס מ'קען האבן ביי דעם פלאץ און וועלכע געדאנקען צו טראכטען דארט.

ווען איך האב ווען א פעדער וואלט איך דיר אויסגעשריבן מער בפרטות וואס כ'מיין, אבער איך האב דאך נישט דיין פעדער...

בכל אופן, שכרך הרבה מאוד. וועסט קיינמאל נישט קענען אפשאצן וויפיל השפעה דיין געשרייבעכטס האט.

שטארקע רייד! זיי געבן מיר שטארקע חיזוק פאראויסצוגיין

(טעכנישע נאטיץ: אין די קומענדיגע פאר וואכן וועלן מיר אי"ה זיין טרוד מיט א שמחה, אלזא לייגט נישט קיין צו שווערע דרוק אויף א פארזעצונג. אז מיר וועלן זיך טרעפן מיט צייט און כח, וועלן מיר אי"ה שרייבן)
אוועטאר
מאמענטאל
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:25 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאמענטאל »

לכאורה האט געשריבן:יישר כח גדול אלע באדאנקער, בפרט עקבי הצאן (הגם, דו האסט אפילו נישט אויף וואס תשובה צו טון...)


(טעכנישע נאטיץ: אין די קומענדיגע פאר וואכן וועלן מיר אי"ה זיין טרוד מיט א שמחה, אלזא לייגט נישט קיין צו שווערע דרוק אויף א פארזעצונג. אז מיר וועלן זיך טרעפן מיט צייט און כח, וועלן מיר אי"ה שרייבן)

מזל טוב !!! מנהל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

מיינע אויגן זענען נאס

א חלק פונעם התעוררות האמער דאך מיטגעהאלטן. האסטע מיר אויפגעוועקט די דעמאלטסדיגע געפילן

איי ווארעם
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

רירענד ביז גאר!
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

זייער זייער ווארעם.
פליז לאזט מיר וויסן ווען עס ארגענזירט זיך די נעקסטע נסיעה.
נאכן ליינען דא קען איך עס נישט פארפאסן.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

אפשר קען מאכן א פדפ פון די ארטיקלען, מ'זאל קענען ליינען דאס גאנצע אן די פילע תגובות?
ייש"כ למפרע
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך האף מען זאל מאכן א פד"ף, אבער ביטע ווארטן ביז נאך די לעצטע פארזעצונג, וועט האפנטליך נישט געדויערן צו לאנג
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

לכאורה האט געשריבן:איך האף מען זאל מאכן א פד"ף, אבער ביטע ווארטן ביז נאך די לעצטע פארזעצונג, וועט האפנטליך נישט געדויערן צו לאנג

פראטאקאלירט!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
שמחה מתוך שמחה
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 4:58 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה מתוך שמחה »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איך האף מען זאל מאכן א פד"ף, אבער ביטע ווארטן ביז נאך די לעצטע פארזעצונג, וועט האפנטליך נישט געדויערן צו לאנג

פראטאקאלירט!



לכאורה האט געשריבן:(טעכנישע נאטיץ: אין די קומענדיגע פאר וואכן וועלן מיר אי"ה זיין טרוד מיט א שמחה, אלזא לייגט נישט קיין צו שווערע דרוק אויף א פארזעצונג. אז מיר וועלן זיך טרעפן מיט צייט און כח, וועלן מיר אי"ה שרייבן)

האיך יתקיימו שניהם ?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

היינט האט מיין מחותן (זע אייוועלט-שידוכים אשכול אין פארברענגען...) "ארחיקה נדד" געטון פאר מיין פאמיליע א געוואלדיגע גמ"ח וואס האט געדויערט א שיינע פאר שטונדען, וועל איך פרובירן זיך מצמצם זיין און אט באלד צוריקקומען מיט א המשך אי"ה.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אור ליום ד' שמות, ח"י טבת תשפ"ב לפ"ק

ביים ענדיגן אפשרייבן דעם לעצטן קאפיטל, בין איך שוין געווען ערשעפט און נישט אויסגעשמועסט געהעריג די טענץ וואס האבן אויסגעבראכן ווען איך בין ערשינען אין מלוה-מלכה זאל, איז לאמיר אנהייבן מיט דעם. ווי געשריבן האב איך געזוכט א שותף מיט וועמען זיך אויסצוגעבן אויף דעם באקאנטן "האטס גע'פועל'ט אלעס גוטס" ניגון וואס איז געווארן דער הימנע פון אלע "מקומות הקדושים". ידידי עוז ר' סאכדעס האט וואלונטירט און איך האב זיך שטארק מחיה געווען. איך האב א קליפ וואס איינער האט געכאפט פון אונזער טאנץ, עס איז טיטולירט "דער רב מיטן דאיען", און לויפט בלויז דריי סעקונדעס לאנג. אבער עס דערציילט אלעס... מען הערט פון הינטערגרונד די נארישע 'דזשעז' ניגונים וואס די פויערן פונעם געדינגענעם ארקעסטרע האבן געשפילט לכבוד סעודתא דדוד מלכא משיחא, אבער איך דריי זיך רינגס און ארום טאנצענדיג מיט'ן קאפ אנגעלענט אויפ'ן דאיענ'ס פלייצע... דער דאיען שמייכלט און ווייסט נישט וואס עס האט אים דא באטראפן, אבער איך האב דרינגענד געברויכט האבן שטיצע און חיזוק פון א קאלעגע, און ווער נאך אזוי גוט ווי ער קען דאס געבן. אזוי האבן מיר געטאנצט א קורצע וויילע, און דאן האב איך זיך בארואיגט און געקענט אנהייבן קלערן פון זיך וואשן צו מלוה מלכה.

אבער בעפאר מען וואשט זיך, דארף מען מקיים זיין דער מנהג פון "חמין במוצאי שבת". יעדן מוצאי שבת ווי נאר איך ווער 'מילכיג', פיר איך זיך צו טרינקען א הייסע קאווע לכבוד 'חמין', און אט דאס האט מיר געפעלט יענעם אויפדערנאכט. עס איז שוין געווען ארום צען אזייגער ביינאכט, א גוטע פיר שעה נאכ'ן זמן מוצאי, אבער אויסער די גרעיפ דזשוס פון הבדלה האב איך גארנישט אין מויל גענומען. איך האב זיך צוגעשארט צום טישל ביים עק זאל וואו עס איז געווען צוגעגרייט אלע צוגעהערן פאר א פיינע קאווע, און זיך צוזאמגעקלאפט א חמין'דל וואס איז אויסגעטרינקען געווארן מיט גרויס אפעטיט.

מיר האבן שוין ערווענט אינעם עבר, אבער מען דארף חזר'ן ווייל אסאך וואסער איז שוין זינט דאן פארלאפן אינעם האדסאן. לאמיר דערמאנען דעם עולם וואס אזאנס דער סעודת מלוה מלכה איז געווען. עס איז געווען א איד וואס דרייט זיך אין די "קרעטשמע" המכונה "אידישע וועלט פארומס", וואס ער האט געוואלט אז אונזער חבורה זאל אינזין האבן צוויי נעמען פון זיינע קרובים אדער ידידים וואס זענען פארעלטערטע בחורים וואס ווארטן שוין גאר לאנג אויף זייער באשערטע. דער איד האט פארגעשלאגן צו באצאלן א סכום הגון אז מיר זאלן אויספירן די שליחות בשלימות. ר' ארחיקה האט אנגענומען דעם אנבאט, און דער איד האט געספאנסערט א גאנצע טויזנטער אין דאלארן וואס זאל פארנוצט ווערן פאר אונזער מלוה דמלכה, און בשכר זאת זאלן מיר ביי יעדן הייליג ארט אינזין האבן און דערמאנען די נעמען פון די עלטערע בחורים געהאלפן צו ווערן מיט א זיווג הגון.

איבריג צו זאגן אז מיר האבן דעם שליחות אויסגעפירט, ווען איך האב ביי יעדן מקום קדוש פארגעזאגט הויך די נעמען און געבעטן אז דער עולם זאל מיטזאגן און זאגן א קאפיטל תהלים ספעציעל פאר זייערטוועגן. אויך איז איבריג צו זאגן - און מיר האבן דאס שוין געשריבן בשעתם אין דעם אשכול - אז ביידע פון די בחורים זענען שוין ב"ה געהאלפן געווארן, און כאטש איינער פון זיי האט שוין חתונה געהאט בשעטומ"צ.

יעצט איז דא א מורא'דיגע פראבלעם... ארחיקה האט באקומען גע'ווייער'ט טויזנט דאלער פאר א מלוה מלכה, אבער "אנה יכנס כל הפשתן הזה?" - אין אוקריינע וואו אלעס קאסט קאפיקעס, איז שרעקליך שווער צו פארשווענדן טויזנט דאלער אויף א מלוה-מלכה'לע פאר אונטער צוואנציג אידעלעך... אבער נישט גע'דאגה'ט... מען האט זיך ב"ה אן עצה געגעבן. צווישן די עצות איז געווען צו דינגען א גאנצע מוזיק באנד וואס זאל שפילן מוזיק בשעת מיר עסן, און אזוי האט מען טאקע געטון. דער פראבלעם איז אבער געווען אז די דאזיגע באנדע האבן קיין איין רעכטן היימישן ניגון נישט געקענט, און אפילו ווען מען האט זיי אויפגעמישט אויף די טאבלעטן נאטן פון אונזערע סארט ניגונים, האבן זיי זיך נישט געקענט צושטעלן דערצו. האבן זיי די גאנצע צייט אפגעזינגען גאנצע לאנגע מערכות פון אוקריינער ניגונים, וואס האבן זיך געהערט ווי 'דזשעז' [פרעג מיך נישט וואס דאס מיינט, און פארוואס עס דאכט זיך מיר אז דאס איז געווען פון דער סטיל נגינה...] אפילו שפעטער ווען מיר אלע זענען ארויס אין א טאנץ, האט מען נישט געזינגען "ומניח" אדער עפעס אנדערש, נאר געקלאפט מיט די פינגער צום טאקט פון די נארישע פויערישע קלעזמער מוזיק וואס האט דארט געשפילט לבטלה.

אט איז א בילד פון די דריי סטודזשעס קלעזמער שפילער...
ארקעסטרע.jpg
ארקעסטרע.jpg (352.6 KiB) געזען 2067 מאל


אבער אזוי ווי די גאנצע דריי מאן באנד קאסט נישט מער ווי עטליכע גריוונעס, זענען מיר געבליבן מיט אסאך געלט צו פארשווענדן אויף עסנווארג. און אט איז איינס פון די תוצאות... א גאנצע פישל נארוואס געכאפט פונעם טייך, ספעציעל אפגעבראטן לכבוד מלוה מלכה...
מלוה מלכה.jpg
מלוה מלכה.jpg (628.59 KiB) געזען 2064 מאל


אבער עס איז נאך אלץ געווען אסאך געלט אין די מלוה מלכה קאסע, האט מען באשטעלט עטליכע סארטן פון די נארגילע קטורת... (אט איז באגדאן אריין אין א 'ספעל' אינמיטן פאררייכערן)
באגדאן3.jpeg
באגדאן3.jpeg (662.99 KiB) געזען 2067 מאל


איך האב מיך געוואשן און געגעסן, אבער מיט א מאס. ס'טייטש אזוי, איך האב געוואוסט אז תיכף נאך מלוה מלכה לאזט מען זיך ארויס קיין ברסלב (לויט'ן הוי אמינא) און אומאן, און עס וועט זיכער נישט זיין קיין געלעגנהייט זיך מסדר צו זיין דעם מאגען נאך אן אכילה גסה, און האבנדיג אמאל געהאט א שווערע ערפארונג ביים פליען זונטאג אויף א כרס מליאה פון מלוה מלכה [געווען איז עס ביי מיין נסיעה קיין אנטווערפען תשס"ט, ווען אויפ'ן וועג צוריק האב איך געדארפט באזוכן דעם פיצעלן שטוב עטליכע מאל, און דאן תיכף נאכ'ן לאנדן האב איך ממש עמערדזשענסי געזוכט א בית הכבוד ווייל דער מצב איז געווען שרעקליך], האב איך שטארק אכט געגעבן וואס איך נעם אריין אין מויל במשך דעם גאנצן סעודה.

דער הויכפונקט פונעם סעודה איז געווען אן אפגעשמועסטע שאלות-ותשובות סעסיע מיט די מנהלים (סאכדעס און איך) אנגעפירט דורך דער ראש הקהל (שמערי בערי), ווען מען האט געגעבן א געלעגנהייט פאר אלע פארזאמלטע צו פרעגן שאלות און באקומען ענטפערס איבער אלעס און אלעמען אנבאלאנגט די אידישע וועלט פארומס. ר' שמערי האט אנגעהויבן מיט פראגעס פון זיך אליין איבער די גרינדונג, און די ערשטע פראגע איז געווענדעט געווארן צו מיר.

זייענדיג אונטער'ן רושם פון מיין איבערלעבעניש ביים ציון, האב איך אנגעהויבן מיינע ווערטער מיט א התנצלות אז באמת איז עס גרויסע בושות צו רעדן דערוועגן, עס איז מיר בכלל נישט קיין כבוד צו איבערשמועסן די היסטאריע פון דעם פלאץ, און בכלל וואלט איך געקענט באשטיין צו ווערן אויסגעפרעגט איבער אנדערע אויפטואונגען אין מיין לעבן ווי איידער דער טייל דערפון, אבער וואס קען מען טון, א געשעפט איז א געשעפט, און עס איז שוין די גאנצע צייט אפגעשמועסט אז מוצאי שבת קומט אן אפענע שמועס איבער די זאך וואס האט אונז צוזאמגעברענגט לפונדק אחד, און איך האב טאקע געענטפערט אויף אלע שאלות כפי שידי מגעת. (צום באוואונדערן ווי שמערי-בערי האט הפלא'דיג געדענקט אזויפיל פרטי פרטים פון זאכן וואס זענען זיך פארלאפן מיט צען יאר צוריק און מער, בעת איך האב בלויז צוגעשאקלט מיט'ן קאפ און געזאגט 'אה, דערמאנסט מיך טאקע'...)

עטליכע אנוועזנדע האבן אראפגעשטעלט רעקארדיר מאשינקעס, און איך בין נייגעריג אויב איינער האט מצליח געווען צו אוועקלייגן דעם גאנצן שמועס, ווייל איך געדענק ממש גארנישט, בלויז אז עס איז געווען אינטערעסאנט און האט זיך געצויגן א לענגערע וויילע.

דער זייגער האט זיך פאראויסגעריקט און מען האט געדארפט גיין בענטשן, ווייל עס איז געווען אפגעשמועסט אז דער פאיאכאלע וועט אונז אפנעמען פון מעזיבוז אום צוועלף אזייגער ביינאכט. מען האט געזינגען זמירות און געבענטשט, און צוריקגעגאנגען צו די שטיבער זיך ענדיגן איינפאקן די פעק און זעק פאר די לעצטע פאזע פונעם ערשטן אייוועלט נסיעה קיין אויסלאנד.

המשך יבא אי"ה
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

":"?
:lol: :lol: :lol: :lol:
אזוי גוט אראפצולייגן דעם מלוה מלכה מיט אלע פיטשעווקעס

האסט מיר געהעריג דערשטיקט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הענדי.. דיינע חברה קענען יא אידישע ניגונים?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

פיינע סחורה!!

זאג נאר, ברויכסט נאך א גמ"ח היינט?
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

נאך א גמ"ח נאך א פארזעצונג, פיינעלי האמיר געטראפן דעם שליסל צום טאג בוך שרייב טיש
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

Wow, ר׳ לכאורה, האסט מיר ערנסט מהנה געוועהן. (וואס מיינט ספעל?)
יענעמס נאז איז גרינער…
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

ארחיקה נדד האט געשריבן:פיינע סחורה!!

זאג נאר, ברויכסט נאך א גמ"ח היינט?

ש'כח ארחיקה!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ווענגלייך האט געשריבן:Wow, ר׳ לכאורה, האסט מיר ערנסט מהנה געוועהן. (וואס מיינט ספעל?)

יעצט ביים זוכן אויף גוגעל, זע איך אז איך נוץ עס עטוואס אומריכטיג... "אונטער א ספעל" מיינט ווען איינער איז אונטער די איינפלוס פון א געוויסע כח ווי מעדזשיק וכדומה
https://www.merriam-webster.com/diction ... 0a%20spell
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

וואוו מיט יעדער ארטיקל פאראויס מאכסטו מיר מער עגמת נפש - אז כ'האב כמעט געקענט מיט פארן אין איך בין נישט געפארן למעשה.....

שוין ס'איז געוועהן באשערט....

אבער ייש''כ רבינו לכאורה פאר די שיינע ארטיקל ...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אוראייניקל האט געשריבן:הענדי.. דיינע חברה קענען יא אידישע ניגונים?

מיינע? סעפעס? אייוועלט'ס!

כאגעמאכט די וואליום אויף די העכסטע און כערניש גארנישט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

@לכאורה
שכח.
הערליך באשריבען
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”