טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

הענדימען האט געשריבן:לאמיך שרייבן וויפיל איך געדענק אויף די מינוט

;l;p-
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

לכאורה האט געשריבן:.. דאן איז געווען מיין תירוץ דער ריינער אמת, אז איך בין נישט דער אנפירער פון די גרופע, און אלס אורח קען איך נישט אריינברענגען קיין געסט. איך האף זיי זענען נישט הונגעריג געבליבן, ווייל ביי אונזער סעודה האב איך זיי למעשה נישט געטראפן.

מ'האט זיי געטרייט צו אפערו אז מ'קען זיי געבן צו עסן אבער זיי זאלן עס עסן ערגעץ אנדערש, למעשה זענען זיי מיינעך נישט אנגעקומען עס אויפפיקן
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

הענדימען האט געשריבן:
יעצט גיימער פלאצירן די ביר וואס מ'האמער געקויפט אין די פאבליק פרידזשידער אין די לאבי. פרעגץ נישט וואס איז די גרויסע גדולה דערמיט ווייל כ'ווייס אויך נישט אבער סאמהאו בינעך געווען שרעקליך ביזי דערמיט. שיטראק געדענקט אפשר וואס ס'איז געווען אזוי קאמפליצירט

"אויסגערוהטערהייט" מיט די קלארע קעפ זעמיר ביזי געווען אויב ס'לוינט זיך עס צא האלטן אין פריזער אדער ס'וועט פלאצן? זאל מען עס לייגן אין א בעג אדער אפן? וכו' וכו'...
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

א ריזן דאנק @לכאורה און @הענדימען! טאקע שוין לאנג נישט אויסגעקומען צו באזוכן דא, אבער כ'באלעק מיך די פינגער.

גייט אן..
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כויררע און הענדי, א גרויסן דאנק פאר אייך ביידע.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

כבוד המנהל, קענען מיר ערווארטן פרישע ווארע היינט נאכט?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ארחיקה נדד האט געשריבן:כבוד המנהל, קענען מיר ערווארטן פרישע ווארע היינט נאכט?
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:כבוד המנהל, קענען מיר ערווארטן פרישע ווארע היינט נאכט?
אין עוד מלבדו
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

מי שברך האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:כבוד המנהל, קענען מיר ערווארטן פרישע ווארע היינט נאכט?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
משיבת נפש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 10:19 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיבת נפש »

ווען לכאורה זאל ווען וויסן וואו שטארק דער עולם האט הנאה...
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

יעצט גענדיגט אפליינען די לעצטע קרוב צו 20 בלעטער, אין כלכאורה בטאגבוכער! ס׳לעצטע מאל כ׳בין געווען אין אוקריינע איז געווען איבער 5 יאר צוריק, אבער כ׳האב עס ממש איבערגעלעבט נאכאמאל!

יישר כח גדול!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

בלעכענער פנים האט געשריבן:יעצט גענדיגט אפליינען די לעצטע קרוב צו 20 בלעטער, אין כלכאורה בטאגבוכער! ס׳לעצטע מאל כ׳בין געווען אין אוקריינע איז געווען איבער 5 יאר צוריק, אבער כ׳האב עס ממש איבערגעלעבט נאכאמאל!

יישר כח גדול!

א גוטן
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
בלעכענער פנים האט געשריבן:יעצט גענדיגט אפליינען די לעצטע קרוב צו 20 בלעטער, אין כלכאורה בטאגבוכער! ס׳לעצטע מאל כ׳בין געווען אין אוקריינע איז געווען איבער 5 יאר צוריק, אבער כ׳האב עס ממש איבערגעלעבט נאכאמאל!

יישר כח גדול!

א גוטן

א בעסערן! שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, ווי אזוי גייט עס עפעס אין עבודת השם?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

בלעכענער פנים האט געשריבן:

די שווערסטע שאלה האסטו אויסגעקליבן...
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

אל תדאג האט געשריבן:א ריזן דאנק @לכאורה און @הענדימען! טאקע שוין לאנג נישט אויסגעקומען צו באזוכן דא, אבער כ'באלעק מיך די פינגער.

גייט אן..

@הענדימען שליידער ארויף נאך א באריכט וועט דער מנהל ענפערן מיט באריכט וחוזר חלילה. און נאך דעם וועט מען מאכן אן אקעטע וועמעןס מען גלייכט בעסער...
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אוי דאס נישט! ס'זאל נאר נישט ווערן א פארמעסט צווישן מיר און דעם רב

איין קליינע קרישקעלע דערמאנעכזעך

ביי קריאת שמע ווען כ'האב זיך ארומגעדרייט זעהן וואו דער עולם האלט האבעך א בליק געגעבן אויפן רב. כ'האב געהאט א מחשבה'לע אז אויב ער האט שוין געענדיגט עלעך ווייטער גיין

עטס האטס געמוזט זעהן דעם בליק אין זיינע אויגן. ס'איז אים געהעריג שלעכט געווארן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יום שנכפל בו כי טוב לסדר לך לך מארצך וגו' אל הארץ אשר אראך - ו' מרחשון תשפ"ב לפ"ק

דער שבת טיש איז געווען אויסגעשטעלט בלויז אויף צוויי זייטן פונעם גרויסן ענדע-מ"ם, ארום צען בענקלעך אויף איין לאנגע זייט און נאך ניין אויף די אנדערע לאנגע זייט, בעת די צוויי זייטן פונעם ברייטקייט זענען ליידיג געבליבן. ווען מען האט אנגעהויבן אויסזעצן דעם עולם, האט איינער באשלאסן אז מ'דארף יא מאכן אן אויבנאן, און וויבאלד די לייכטער האבן געשטערט פון דאס מסדר זיין, האט מען מכבד געווען דעם ערל טמא באגדאן צו ריקן דעם גרויסן לייכטער צום אנדערן טיש (פרעג מיך נישט וועלכער דיין עס האט גע'פסק'נט אז דאס איז גענוג א צורך צו מאכן אמירה לעכו"ם) און מען האט געשטעלט צוויי פארציאנען מיט עסצייג ביים פריש געשאפענעם אויבנאן, פאר'ן דאיען און פאר מיר. (בייטאג האט מען מיך שוין געזעצט ערגעץ אנדערש, אויף די לענגערע זייט פונעם טיש, כ'געדענק נישט פארוואס).

מען האט געזינגען די זמירות און קידוש געמאכט, יעדער אויף וואס ער האט געוואלט, עס איז געווען א שטיקל אויסוואל פון וויינען וואס מען האט מיטגעשלעפט אין די גראנדיעזע רענצלעך ארומגענומען מיט ספעציעלע שאכטלעך צו פארמיידן מזל-טוב'ס. איך האב גענומען וויין פון א ספעציעלע פיינע אימפארטירטע פלאש וואס איינער פון די מיטרייזנדע - קענטיג א מבין - האט געבראכט. תיכף נאך קידוש האב איך שוין געשפירט די נאכווייען, ווען בצירוף די שלאפלאזע טעג און נעכט האט דער וויין געהאט א באלדיגע אימפאקט אויפ'ן מח. כדי צו ערגענצן דעם שוועבעניש וואס האט זיך געשפירט גאנץ פיין, האט מען נאך די פיש ווידעראמאל גענומען א כוס וויין, און פון דארט און ווייטער איז שוין אלעס געפארן אויף קרוז.

א גרויסע פאנטשער איז געווען ווען דער איין-מאן-כאר וואס פארקערפערט זיך אין סטאוו-יא-פיטא האט געכאפט א פלאכע-רעדל ביים אויג... שוין פון א וויילע בעפאר האט ער זיך אנגעהויבן שטארק אפרעדן אויף יסורים ביי די אייגעלעך, אבער ווען עס איז געקומען צו דער סעודה האט עס דערגרייכט צו שטאפלען וואס מען האט ממש געמוזט דערקלערן אן עמערדזשענסי. אונזער אין-פלייט פאראמעדיק ארחיקה-נדד האט באטראכט דעם בובו פון אלע זייטן, און נאכ'ן זיך נאכפרעגן ביי די לאקאלע שקצים אויב זיי האבן סיי וועלכע אויגן-טראפן און הערן א גרויסן 'ניעט', האט ער באפוילן דעם משרת באגדאן צו אנקלינגען די עמערדזשענסי הילפס אגענטורן, א סכנת אבר - בפרט די אויגן וואס זענען אנגעוואנדן אין הארץ ווי די גמרא זאגט - איז נישט קיין קינדערשפיל.

מיר האבן געווארט מיט שפאנונג אויף די ערשיינונג פון די הילפס אגענטורן, און דערווייל האט מען זיך צונויפגערעדט וואס מען וועט טון אין פאל זיי פארלאנגען אז ער מוז אריינפארן מיט זיי אין שפיטאל תיכף ומיד, א זאך וואס יעדער נארמאלער מענטש וויל פארמיידן אויף אלע קאסטן (באזוכענישן אין אוקריינישע שפיטעלער האט שוין ביליגער געמאכט מענטשן מיט א ניר וכדומה...) אבער אויך אויף דעם האט ארחיקה-נדד אן עצה אויפ'ן ארט: ער וועט זיך דערקלערן אלס פראפעסאר נדד און פסק'ענען אז ער נעמט דאס אויף זיין אחריות און מען וועט אים נישט אריינפירן.

טיף אינמיטן די סעודה זענען די פארשלעפטע קראנקן-שוועסטער פון די מעזבוזער אמבולאנס סערוויס אנגעקומען, א פויער און זיין פויערטע וואס האבן שוין פארהייראט אלע אייניקלעך מיט מזל און גליק עטליכענע דרייסיג יאר צוריק. פארשטייט זיך אז זיי זענען געקומען פארפאנצערט מיט הענטשוך און מאסקעס, און האבן זיך גלייך גענומען צו דאס וואס זיי טויגן דאס בעסטע: גארנישט טון. נאכ'ן ארומ'דא'ען און 'ניעט'ן מיט זיי א לענגערע וויילע, מיט די הילף פון באגדאן וואס האט געדינט אלס דאלמעטשער (באגדאן קען נישט קיין ענגליש, אבער עברית רעדט ער פיין... האבן מיר גערעדט צו אים אויף לשון הקודש און ער האט געדאלמעטשט אויף אוקרייניש), איז געבליבן אז אויך זיי האבן ניטאמאל עפעס א טראפן וואס מען קען נוצן צו בארואיגן דעם אויג וואס האט געריסן שטיקער פון אונזער טייערער סטאוויאלע, און מען האט זיי פארשיקט לחיים ולשלום.

סטאוו-יא האט נעבעך געליטן שטארקע יסורים, וואס האבן אים פארמיטן פון מיטהאלטן דעם סעודה'ניו און אים פארטריבן צום שלאפצימער וואו ער איז אריינפאלן אין א טיפע שלאף וואס האבן געבראכט מאדנע חלומות (איין אזא חלום האט ער איבערדערציילט שפעטער ביים אויפשטיין, און די שטאטישע אינסטאנצן האבן באריכטעט א 5.4 טרייסל אויפ'ן ריכטער-וואג פון די מאסן וואקלערייען וואס האבן זיך אפגעטון ביי אונזער ציבור ביים פותר חלום זיין, זע שפעטער אי"ה). פון איין זייט האבן מיר פארלוירן דעם באגאבטן זינגער און ניגונים קענער וואס וואלט אונז אנגעפירט די זמירות שירות ותשבחות אויף א העכערן פארנעם, אבער כ'מוז זאגן אז פון די אנדערע זייט האבן מיר געהאט א שטיקל ריוח פון זיין אפוועזנהייט, ווייל אזוי האט מען אפגעפארטיגט דעם סעודה אויף 10 אזייגער און מען האט געהאט א געלעגנהייט צו כאפן א געהעריגן נאכט-שלאף לכבוד שבת. ווען ער וואלט אנגעפירט מיט די ניגונים, איז מיר שווער צו גלייבן אז מען וואלט געקענט אזוי שנעל אפבענטשן און זיך גיין לייגן.

די מאכלים זענען געווען גאר גוט ב"ה, בפרט אז עס איז שוין געווען א וויילע זינט אונזער לעצטע ווארעמע מאלצייט. געטראנקען זענען געווען די והותר, א גאנצע טיש מיט כל-ערליי משקאות איז געווען צוגעגרייט ביים עק פונעם זאל, אריינגערעכנט וואסער, סעלצער, עפל דזשוס, קאוקע-קאולע (אדער פעפסי, גיי געדענק, כ'האב סייווי נישט געטרינקען אלס פרינציפ, וויבאלד דער הכשר איז נישט געשטאנען אויפ'ן פלאש) און אפשר אויך ביר. אינמיטן סעודה האבן מיר באקומען א חשוב'ן גאסט, דער חשוב'ער דומ"ץ שליט"א איז אריינגעקומען מיטהאלטן די סעודה. פארשטייט זיך אז מיר האבן אים מכבד געווען בכבוד הראוי און געזעצט אין צענטער פון אויבנאן. האבנדיג א דיין צו די האנט, האב איך תיכף געפרעגט די שאלה וואס האט מיר גענודזשעט פונעם פליגער שוין, צי עס איז א פראבלעם צו נעמען פון די באהעלפער 'אייז' וואס זיי טיילן מיט'ן זעלבן לעפל וואס האט פריער געכאפט א טבילה אין א גלעזל יין נסך. דער דיין האט געזאגט אז אויב מען זעט קלאר אז דאס האט אנגערירט די וויין, דארף מען זיכער מחמיר זיין. אונזער דאיען האט זיך ארויפגעכאפט אויף דעם פסק, אז דאס איז נישט אין קעגנזאץ מיט זיין פסק אז מען דארף נישט חושש זיין...

דער דיין שליט"א האט אויך געזאגט אפאר ווערטער לכבוד המסובין, און דאן האט ער פארלאזט דעם זאל און מיר האבן ווייטער געקענט ממשיך זיין מיט די היימישע געשפרעכן... מען האט פארקויפט דאס בענטשן (אדער נישט... ווער געדענקט נאך זאכן פון דעמאלטס?) און מען האט מכבד געווען איינעם פון די חבורה (איך? געדענק ממש נישט) צו בענטשן אויפ'ן כוס, און מען האט זיך אריבערגעקליבן צום האטעל, וואו דער וועכטער מיט'ן רעוואלווער איז געזיצן צוגעשמידט צום זעלבן בענקל און באוואכט דעם ארט פון אלעם בייזן.

ווי נאר דער עולם האט זיך דערזען אינעם לאבי פונעם האטעל, האט א ספאנטאנע פארברענג אויסגעבראכן אויפ'ן ארט. פון צענע ביז עלעווע ביינאכט האט זיך דארט געטון א שמועסעריי אויף די העכסטע טענער, באגלייט מיט צווישנרופן און לאכערייען פון בגילופינ'דיגע אידעלעך, אזש איך האב געשוינט די פאר פרעמדע וואס האבן קונה שביתה געווען אין זעלבן האטעל, אריינגערעכנט אן אומשולדיגע אידענע און א יונגערמאנטשיק וואס איז די לעצטע מינוט אנגעקומען קיין מעזבוז נאכ'ן נישט ווערן אריינגעלאזט קיין פוילן מיט א פאמיליע נסיעה. (דער יונגערמאן האט מיר געפרעגט פאר'ן זמן וואו איך פלאן צו עסן, און אויב איך ווייס וואו ער קען פארשאפן עסן. ליידער האב איך אים נישט געקענט העלפן, כ'האף ער איז נישט געבליבן הונגעריג). [ליידער האט מען צווישן אנדערע אויך געלאזט פאלן אומ'בכבוד'יגע ווערטער אויפ'ן חשבון פון אנדערע, ווען לויזע צינגען האבן איבערגעזאגט וויצן וואס וואלטן ליבערשט געברויכט באגראבן ווערן אין די קושקעס, און מען האט אפגעשמועסט אז בעפאר מען וועט אהיימפארן וועט מען אראנדזשירן א גרויסארטיגע מעמד בקשת מחילה...]

אין די שטיבער זענען געווען פארשידענע מזונות און פירות וואס דער הכנסת אורחים האט צוגעשטעלט, און נאכ'ן שמועסן א וויילע האט מען אנגעהויבן ארויסברענגען פון די שטיבער צום לאבי די אויבסט און דער עולם האט זיך מחי' געווען דערמיט צווישן איין זאפטיגע מעשה און די אנדערע. מיר רייזנדע האבן זיך אין יענע מאמענטן געהאט א שטיקל געלעגנהייט נענטער צו באקענען מיט די קאלעגעס, און עס האט זיך אויסגעשטעלט אז אייוועלט באשטייט פון אלע שיכטן און פראקציעס, אבער דער שלום און הארמאניע איז געבליבן די זעלביגע אפילו נאכ'ן הערן אז פלוני האט אמאל געטון כך וכך פאר אלמוני אלס טייל פון א פאליטישע געראטשקע.

ווען די מילצן האבן געדראעט אז אט אט רייסן זיי זיך איבער, און די פיס האבן געשיקט ווארנונג סיגנאלן אז עס איז דא א גרעניץ וויפיל צייט זיי קענען שטיין און זיך וואקלען, האט מען אנגעהויבן קלערן פון ליינען קריאת שמע און זיך לייגן שלאפן לכבוד שבת קודש. נאכ'ן זיך איבערטון צו די נאכט קליידער און זיך אריינדרייען אין די בעט געוואנט, האב איך נאך געשמועסט אביסל מיט מיין שטוב-חבר, אבער נישט לאנג דערויף האט מיך די שלאף פארכאפט אויף גאנצע זעקס שעה, א פריוועליגיע וואס איך האב שוין נישט געהאט עטליכע מעת לעת.

המשך יבא אי"ה.
אוועטאר
בית לחם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 12:20 pm
לאקאציע: https://goo.gl/maps/dmKg7e6Dd8fEdKXg8

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית לחם »

;l;p- ;l;p- הערליך
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

זייער אינטרעסאנט, א דאנק פארן זיך אנפאנגען צויאגען אביסל...
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

אהההה!! נאסטאלגיע!!

יישר כח גדול כבוד המנהל!!!

אפאר קליינע קרישקעלעך ארום די עמערדשענסי, וואס דער מנהל האט פארזעהן...

אינמיטן קבלת שבת האמיר שוין אנגעהויבן אנזעהן אויף סטאוועלע אז דא קומט יו"ט, ווען א פלייץ טרערן אינמיטן כגוונא האט נאס געמאכט די פאדלעגע פונעם בעש"ט שול, קענטיג פון א אויגן אינפעקציע און נישט פון התעוררת...

נאכן אינטערזוכן די קיטס אינעם הכנסת אורחים הויפטקוואטיר האבעך געזעהן גענוג עקוויפמענט צו אינטעבעיטן צעהן מענטשן, אבער א פשוטע איי וואש סטעישן איז נישט געווען צום האבן!

האמיר פרובירט אביסל צו שווענקן דורך גיסן פשוטע וואסער (גראדע געווען אין האטעל צימער, ווי דער באוואפענטער וועכטער איז מיר געקומען צו הילף אנצוהאלטן סטאוו, און אפי' דער הארטער אוקריינער האט געהאט א טרער אין די אויג זעענדיג סטאוו אין יסורים) אביסל בעסער געמאכט אבער נאר אביסל.

ווען די אוקריינישע פארפאלק (הצלה... וואט??) איז אנגעקומען, האבעך תיכף געהייסן באגדאן זיי ערקלערן אז ביי אונז אין ניו יארק איז א פאראמעדיק ממש א דאקטער און איך דארף בלויז זייער עקוויפמענט. נאך א קורצע דין ודברים האט באגדאן געוואונען, די צוויי האבן זיך אפגעריקט מיט יראת הכבוד, מיך צולאזנדיג צו זייערע טאשקעס.

עפענענדיג איינע פון די טאשקעס האצעך מיר אנטפלעקט א שורה פון א צוויי צענדליג מעדיצינישע באטעלעך, איך הייב אויף די ערשטע צו זעהן אז ס'איז וואסער, וכן בשני, שלישי וכ'...

ענדליך האבעך אפירגעזוכט א כלי מיט וואס צו שווענקן בעסער די אויג, (איך האב עס אנגעכאפט מיט דרך ארץ אלץ די יארגאנג...) נעמענדיג א טישו צו קענען אינטערלייגן, זענען די אוקריינער אויפגעשפרינגען: נאאא!!!! סטערל!!!! קוקט אויס עפעס לערנט מען זיי יא...

למעשה האט עס אביסל געלינדערט די יסורים, אבער סטאוו האט בוחר געווען צו גיין חלומ'ן פון ערדציטערנישן...
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אה, דא ביסטו...

איך האב נישט געלערנט מעדעצין, אבער מיר וואונדערט נאך עד היום פארוואס פונקט סטאוו'ס אויגן איז אזוי שווער אפעקטירט געווארן פון די מקוה וואסער/כלארין/בליעטש

כ'ציטער אויב דאס פאסירט נאר ווען די כלארין טרעפט זיך מיט מאסיווע דאזעס אלקאהאל ביים גלעטן דעם מענטשליכן קערפער...
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

לאו דווקא געהאט מיט די מקוה.

קאן זיין די לענסעס פאר צוויי מעת לעת, קאן זיין סתם עפעס אריינגעפלויגן אין אויג.
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

נאך א קרישקעלע, דאס איז שוין געווען כטוב לב המנהל ביין...

זינט דער מנהל איז נישט געווען דער איינציגסטער מקדש על היין, און א חלק עולם האט נאך מוסיף געווען עטליכע לחיים'ס צווישן יעדע לחיים, האט די סיטואציע אביסל דערמאנט פון די חסידים אין קרעטשמע...
וויסענדיג אז מארגן ברויך מען פרישע כוחות, האב איך אנגעהויבן אונטעראיילן דאס בענטשן. איינער פון די חשובע מיטרייזענדער (אביסל א רינדעכיגס) זייענדיג שוין נמאס פון ארחיקה'ס באפעלן... האט ער באשלאסן מ'גייט מאכן סדר! דער האט גענומען פארפירן אז מ'האט נאכנישט געזינגן צמאה נפשי! (כאילו אינדערהיים זינגט ער עס.. באט עניוועי) יאך האמעך געבעטן ביינעם אז ער קען עס זינגן נאכן בענטשן ולא עלתה בידי און דער האט אנגעהויבן זינגען מיט א בערישע שטימע. איך גיב אזא ווינק פארן מנהל וואס מעלדט תיכף דעם רבותי מיר וועלן בענטשן און ווערט נאכגעזאגט מיט א הילכיגן יהי שם, אבער יענער זינגט נאך... איך געדענק נישט ווען יענער האט אויפגעגעבן, אבער נאכן בענטשן קומט ער מיר זאגן אז עכט האט ער זיך געלאזט ווייל ער וואלט געקענט אויסגיסן דעם בעכער...

נו שוין.
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

דאכט זיך מיר אז די פאראמעדיקס האבן זיך אויך אפגעגעבן מיטן פארוואונדעטן פיס פון "טוב ה' לכל"
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

:lol: :lol:
סווערט בעסער און בעסער
קומט אלע אריין לאזט נישט דעם מנהל אליין....
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”