א פרישע מקורב האט געשריבן:אזויפיל זע איך יא
קיין מעזשביזש זעמער אנגעקומען ערב שבת בערך 12:00 פ.מ.
און צום עיר הגעגועים אומאן זעמער אנגעקומען 5:30 זונטאג פארטאגס
יאמפאלי בערך 7:00
מעזיבוז בערך 11:00
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
א פרישע מקורב האט געשריבן:אזויפיל זע איך יא
קיין מעזשביזש זעמער אנגעקומען ערב שבת בערך 12:00 פ.מ.
און צום עיר הגעגועים אומאן זעמער אנגעקומען 5:30 זונטאג פארטאגס
דממה דקה האט געשריבן:א פרישע מקורב האט געשריבן:אזויפיל זע איך יא
קיין מעזשביזש זעמער אנגעקומען ערב שבת בערך 12:00 פ.מ.
און צום עיר הגעגועים אומאן זעמער אנגעקומען 5:30 זונטאג פארטאגס
יאמפאלי בערך 7:00
מעזיבוז בערך 11:00
לכאורה האט געשריבן:יא, מעזבוז זיכער בעפאר 12, מ'האט דאך געכאפט א דרימל פון 12 ביז 3, און דאס שוין נאכ'ן זיך מסדר זיין אין די שטיבער און כאפן א פריש/מיטאג
sheetrock האט געשריבן:דממה דקה האט געשריבן:א פרישע מקורב האט געשריבן:אזויפיל זע איך יא
קיין מעזשביזש זעמער אנגעקומען ערב שבת בערך 12:00 פ.מ.
און צום עיר הגעגועים אומאן זעמער אנגעקומען 5:30 זונטאג פארטאגס
יאמפאלי בערך 7:00
מעזיבוז בערך 11:00
המממ.... נישט צו לאנג נאכן אנקומען בינעך געגאנגן אין מקוה און דערנאך צום מעיין הבע"ש און שאפינג (אויך מיר שאפינג...) און קוים געהאט צייט צו שלאפן. ווילסט מיר זאגן אז כ'בין געגאנגן אין מקוה בעפאר חצות?
לכאורה האט געשריבן:
"טייערע אידן, מיר קומען אט אן צום ציון המצויינת פונעם הייליגן צדיק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב, וואס בלויז דערמאנען זיין נאמען איז א סגולה אויף ישועות, און צדיקים האבן געזאגט אז אפילו בלויז ערווענען דעם נאמען פונעם שטאט בארדיטשוב, איז שוין מסוגל אויף אלעס גוטס. "לוי יצחק בן שרה סאשא" איז א נאמען וואס מיר אלע זענען אויפגעוואקסן דערמיט. נאך איידער מיר זענען באקאנט געווארן מיט "רבי ישעי' ב"ר משה / רבי חיים זאנוויל ב"ר משה ויוטא צפורה" האבן מיר שוין געשריבן אויף אונזערע בחינות און אויף די גורל צעטלעך דער נאמען פונעם הייליגן בארדיטשובער. כ'געדענק ווען מיר האבן אלס קינד געשווערצט עפעס עסנווארג פון אייראפע קיין אמעריקע (שיריים פון אדמו"ר מהר"י מפשעווארסק זי"ע), האט מען געשריבן א צעטל דערנעבן לוי יצחק בן שרה סאשא און אלעס איז אדורך בשלום.
"טייערע אידן, מיר וואלטן אלע געדארפט יעצט זיין איבערגענומען פון התרגשות אז מיר דערגרייכן ענדליך דעם ערשטן דעסטינאציע פון אונזער ציל און מיר גייען זיך משתטח זיין ביים ציון פון דעם גרויסן צדיק. אבער ליידער זענען מיר נישט דא... די גופים זענען דא, אבער דער קאפ איז ווייט פון מסודר און מיר קענען זיך נישט געהעריג אריענטירן צוצוגיין מיט די ריכטיגע התעוררות צום הייליגן צדיק. און דער סיבה איז הויפטזעכליך וויבאלד מיר האלטן נאך א טאג און א האלב ארומפליען און ארומפארן, זייענדיג מיד און הונגעריג, און יעצט אויפ'ן מינוט אנגעפאשעט...
"לאמיר אבער געבן א טראכט. ווען מיר זאלן יעצט ארויסנעמען א טעלעפאן און אנרופן צו אונזערע שטיבער, און מעלדן אז מיר קומען יעצט אן קיין בארדיטשוב און מען גייט יעצט אנהייבן דעם ערנסטן פאזע פון די אזוי אויסגעגארטע נסיעה... איך ווייס נישט וועגן ענק, אבער ביי מיר אין שטוב בין איך בטוח אז ביים באקומען אזא טעלעפאן רוף, לאזט מען אפ אלעס וואס מען האלט אינמיטן טון, מ'צינדט אן צוויי ליכט און מ'זעצט זיך אראפ ביים טיש מיט א תהלימ'ל וואס ווערט גוט דורכגענעצט, זיך שפירנדיג מקושר מיט אונזער חבריא וואס איז אט יעצט דא.
"אלזא, לאמיר פארגעסן פאר אביסל פון אונזער מידקייט און אלע אנדערע מצבי הגוף, און לאמיר זיך אריינשטעלן אינעם מצב פון אונזערע משפחות וואס האבן אונז געשיקט צו אויסבעטן אלעס גוטס פאר זיך און די קינדער.
"טייערע אידן. מיר האבן זיך אלע באקענט דורך די "אידישע וועלט"... וויסן זאלט איר, אז אויף דער "אידישע וועלט" איז דא - אויסער די אלע געשמאקע שמועסן און ווערטלעך - אסאך צרות ישראל ל"ע. איך בין פערזענליך באקאנט מיט אסאך חברים וואס שרייבן דא צוגלייך מיט אלעמען, אבער אין זייער שטוב איז פינסטער... זיי ווארטן צו ווערן אויפגעראכטן בזרע של קיימא. מיר זענען זייערע שליחים, און מיר דארפן איינרייסן פאר זייערטוועגן."
איך האב שוין נישט געהאט קיין צייט צו מאריך זיין לענגער, ווייל דער באס האט זיך שוין אפגעשטעלט ביים פארקינג לאט קעגנאיבער דעם בית החיים, און מיר זענען אלע אפגעשטיגן מיט א ציטערניש אין די אינערליכע גלידער.
.
לכאורה האט געשריבן:ווארט געדולדיג. כ'גיי דאווענען מעריב, כ'גיי צו א מסיבה לטובת א געוויסע כולל, און שפעטער וויל איך נאך שרייבן א טאגבוך קאפיטל... אפשר וועט בלייבן צייט פאר די "אדער יא" עפיזאד
רינדעכיג האט געשריבן:כ'מיין אז דער רב האט נאכגזאגט פון רבי'ן רבי זושא פארוואס מען מאכט א לחיים אויף א גלעזל ביר
לכאורה האט געשריבן:רינדעכיג האט געשריבן:כ'מיין אז דער רב האט נאכגזאגט פון רבי'ן רבי זושא פארוואס מען מאכט א לחיים אויף א גלעזל ביר
נאופס, אפשר א צווייטער האט דאס געזאגט (איך קען אפילו נישט דעם ווארט)
Kollel האט געשריבן:זייער שיין! שכוח פארן ממשיך זיין!
_____
דענקעך אז ווען אונז זעמיר געוועזן האט מען אויסגעטוהן די שיך דארט..
דוכצעך סידא א סיין "של נעליך מעל רגליך, כי המקום וגו' אדמת קודש היא"
סאכדעס האט געשריבן:Kollel האט געשריבן:זייער שיין! שכוח פארן ממשיך זיין!
_____
דענקעך אז ווען אונז זעמיר געוועזן האט מען אויסגעטוהן די שיך דארט..
דוכצעך סידא א סיין "של נעליך מעל רגליך, כי המקום וגו' אדמת קודש היא"
וואו רעדסטו, ביין מגיד? קיינמאל נישט געהערט אזא זאך.
לכאורה האט געשריבן: און דער ערד איז אויך געווען פול מיט מקומות קבורה וואס מען האט געדארפט אכט געבן נישט צו טרעטן דערויף (הגם, עס איז מסתבר אז וואו אימער מען שטעלט א טריט, איז מען אויסגעשטעלט צו טרעטן אויף קברים, וויבאלד די בתי חיים זענען גענצליך צעשטערט געווארן, און די מציבות זענען צוריקגעשטעלט געווארן אויף בערך'דיגע ערטער).
Kollel האט געשריבן:סאכדעס האט געשריבן:Kollel האט געשריבן:זייער שיין! שכוח פארן ממשיך זיין!
_____
דענקעך אז ווען אונז זעמיר געוועזן האט מען אויסגעטוהן די שיך דארט..
דוכצעך סידא א סיין "של נעליך מעל רגליך, כי המקום וגו' אדמת קודש היא"
וואו רעדסטו, ביין מגיד? קיינמאל נישט געהערט אזא זאך.
ברויך מיר אפירזוכן אויב אונז האמיר א בילד דערפון