טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

א פרישע מקורב האט געשריבן:אזויפיל זע איך יא
קיין מעזשביזש זעמער אנגעקומען ערב שבת בערך 12:00 פ.מ.

און צום עיר הגעגועים אומאן זעמער אנגעקומען 5:30 זונטאג פארטאגס

יאמפאלי בערך 7:00
מעזיבוז בערך 11:00
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יא, מעזבוז זיכער בעפאר 12, מ'האט דאך געכאפט א דרימל פון 12 ביז 3, און דאס שוין נאכ'ן זיך מסדר זיין אין די שטיבער און כאפן א פריש/מיטאג
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

דממה דקה האט געשריבן:
א פרישע מקורב האט געשריבן:אזויפיל זע איך יא
קיין מעזשביזש זעמער אנגעקומען ערב שבת בערך 12:00 פ.מ.

און צום עיר הגעגועים אומאן זעמער אנגעקומען 5:30 זונטאג פארטאגס

יאמפאלי בערך 7:00
מעזיבוז בערך 11:00

המממ.... נישט צו לאנג נאכן אנקומען בינעך געגאנגן אין מקוה און דערנאך צום מעיין הבע"ש און שאפינג (אויך מיר שאפינג...) און קוים געהאט צייט צו שלאפן. ווילסט מיר זאגן אז כ'בין געגאנגן אין מקוה בעפאר חצות?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

לכאורה האט געשריבן:יא, מעזבוז זיכער בעפאר 12, מ'האט דאך געכאפט א דרימל פון 12 ביז 3, און דאס שוין נאכ'ן זיך מסדר זיין אין די שטיבער און כאפן א פריש/מיטאג

הקזת הדם איז געווען 4'ע דאכצעך מיר... (אוי בין איך עס אדורך געשלאפן...
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

SmartSelect_20210627-011056_Photos.jpg
SmartSelect_20210627-011056_Photos.jpg (300.92 KiB) געזען 1408 מאל
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

sheetrock האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
א פרישע מקורב האט געשריבן:אזויפיל זע איך יא
קיין מעזשביזש זעמער אנגעקומען ערב שבת בערך 12:00 פ.מ.

און צום עיר הגעגועים אומאן זעמער אנגעקומען 5:30 זונטאג פארטאגס

יאמפאלי בערך 7:00
מעזיבוז בערך 11:00

המממ.... נישט צו לאנג נאכן אנקומען בינעך געגאנגן אין מקוה און דערנאך צום מעיין הבע"ש און שאפינג (אויך מיר שאפינג...) און קוים געהאט צייט צו שלאפן. ווילסט מיר זאגן אז כ'בין געגאנגן אין מקוה בעפאר חצות?

איך האב געדאווענט שחרית מיט מנין פאר חצות אין היכל הבע"ש.

און פארגעסט מן הסתם, ס'האט גענימען צייט ביז מ'האמיר געוויסט ווי מ'שטיימיר איין, און דו האסט מן הסתם געגעסן פרישטאג פאר דו האסט זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע.
א פרישע מקורב
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 2:31 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פרישע מקורב »

עטס זענטס גערעכט, איך האב געשריבן 12 בעיסד אויף א מעסעדזש צום שטוב אז איך גיי זיך לייגן, אבער עס האט דאך טאקע גענומען צייט ביז מען האט מסדר געווען די צימערן, סא 11 מאכט טאקע מער סענס.
איך פרעג נאר... איך בין בסך הכל א פרישע מקורב...
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

11:15 איז מען אנגעקומען קיין מעזיבוש
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

לכאורה האט געשריבן:

"טייערע אידן, מיר קומען אט אן צום ציון המצויינת פונעם הייליגן צדיק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב, וואס בלויז דערמאנען זיין נאמען איז א סגולה אויף ישועות, און צדיקים האבן געזאגט אז אפילו בלויז ערווענען דעם נאמען פונעם שטאט בארדיטשוב, איז שוין מסוגל אויף אלעס גוטס. "לוי יצחק בן שרה סאשא" איז א נאמען וואס מיר אלע זענען אויפגעוואקסן דערמיט. נאך איידער מיר זענען באקאנט געווארן מיט "רבי ישעי' ב"ר משה / רבי חיים זאנוויל ב"ר משה ויוטא צפורה" האבן מיר שוין געשריבן אויף אונזערע בחינות און אויף די גורל צעטלעך דער נאמען פונעם הייליגן בארדיטשובער. כ'געדענק ווען מיר האבן אלס קינד געשווערצט עפעס עסנווארג פון אייראפע קיין אמעריקע (שיריים פון אדמו"ר מהר"י מפשעווארסק זי"ע), האט מען געשריבן א צעטל דערנעבן לוי יצחק בן שרה סאשא און אלעס איז אדורך בשלום.

"טייערע אידן, מיר וואלטן אלע געדארפט יעצט זיין איבערגענומען פון התרגשות אז מיר דערגרייכן ענדליך דעם ערשטן דעסטינאציע פון אונזער ציל און מיר גייען זיך משתטח זיין ביים ציון פון דעם גרויסן צדיק. אבער ליידער זענען מיר נישט דא... די גופים זענען דא, אבער דער קאפ איז ווייט פון מסודר און מיר קענען זיך נישט געהעריג אריענטירן צוצוגיין מיט די ריכטיגע התעוררות צום הייליגן צדיק. און דער סיבה איז הויפטזעכליך וויבאלד מיר האלטן נאך א טאג און א האלב ארומפליען און ארומפארן, זייענדיג מיד און הונגעריג, און יעצט אויפ'ן מינוט אנגעפאשעט...

"לאמיר אבער געבן א טראכט. ווען מיר זאלן יעצט ארויסנעמען א טעלעפאן און אנרופן צו אונזערע שטיבער, און מעלדן אז מיר קומען יעצט אן קיין בארדיטשוב און מען גייט יעצט אנהייבן דעם ערנסטן פאזע פון די אזוי אויסגעגארטע נסיעה... איך ווייס נישט וועגן ענק, אבער ביי מיר אין שטוב בין איך בטוח אז ביים באקומען אזא טעלעפאן רוף, לאזט מען אפ אלעס וואס מען האלט אינמיטן טון, מ'צינדט אן צוויי ליכט און מ'זעצט זיך אראפ ביים טיש מיט א תהלימ'ל וואס ווערט גוט דורכגענעצט, זיך שפירנדיג מקושר מיט אונזער חבריא וואס איז אט יעצט דא.

"אלזא, לאמיר פארגעסן פאר אביסל פון אונזער מידקייט און אלע אנדערע מצבי הגוף, און לאמיר זיך אריינשטעלן אינעם מצב פון אונזערע משפחות וואס האבן אונז געשיקט צו אויסבעטן אלעס גוטס פאר זיך און די קינדער.

"טייערע אידן. מיר האבן זיך אלע באקענט דורך די "אידישע וועלט"... וויסן זאלט איר, אז אויף דער "אידישע וועלט" איז דא - אויסער די אלע געשמאקע שמועסן און ווערטלעך - אסאך צרות ישראל ל"ע. איך בין פערזענליך באקאנט מיט אסאך חברים וואס שרייבן דא צוגלייך מיט אלעמען, אבער אין זייער שטוב איז פינסטער... זיי ווארטן צו ווערן אויפגעראכטן בזרע של קיימא. מיר זענען זייערע שליחים, און מיר דארפן איינרייסן פאר זייערטוועגן."

איך האב שוין נישט געהאט קיין צייט צו מאריך זיין לענגער, ווייל דער באס האט זיך שוין אפגעשטעלט ביים פארקינג לאט קעגנאיבער דעם בית החיים, און מיר זענען אלע אפגעשטיגן מיט א ציטערניש אין די אינערליכע גלידער.
.

טייערע חברים און טאג בוך ליינער,

די התעוררת יעמאלטס איז געווען עד אין לשער! די בכיות פאר אונזערע ברודער וואס ווארטן אויף זש"ק האט געשפאלטן הימלען!
פי כמה איז די התעוררת וואס שפילט זיך אצינד אפ צווישן די שפאלטענעס פון אונזער וועלטל, ווי איינס ביי איינס רופט מען זיך אן מיט הערליכע סכומים! די אחדות און געטריישאפט איז ממש אומבאשרייבלעך.

דא האט איר א לינק צום בלעטל ספעציעל פונעם נסיעה, ויה"ר איבערעסיאר זאלן מיר נאכאמאל פארן, און דאסמאל אפגעבן א שבח והודאה פארן אויבערשטן פארן באשענקן אונזער חבר מיט אן אייגן קינד.

https://charidy.com/ivelt/ar
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

א אלטע פארשטיפטע אשכול... אפגעווישט די שטויב... עס איז דא נייעס... סטעי טונד...

לכאורה האט געשריבן:ווארט געדולדיג. כ'גיי דאווענען מעריב, כ'גיי צו א מסיבה לטובת א געוויסע כולל, און שפעטער וויל איך נאך שרייבן א טאגבוך קאפיטל... אפשר וועט בלייבן צייט פאר די "אדער יא" עפיזאד
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

הממ
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

נעה
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איך האב ערשט יעצט אפגעליינט דער לעצטיגע רשימא קדישא פון הרב לכאורה... פין אוסטראה... באקאנט מיטן דער נאמען אור תורה.... הערליך געוואלדיג... ייש"כ.

איז נישט דא נאך צדיקים וואס ליגן אין אוסטראה???
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

וגמו
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אור ליום ג' שנכפל בו כי טוב לסדר מטות-מסעי, כ"ו תמוז תשפ"א לפ"ק

נחזור לענינינו, מיר זענען שולדיג א באשרייבונג איבער אונזער באזוך אין די שטאט אניפאלי, מקום מנוחתם פון הרה"ק רבי ר' בער ממעזריטש זי"ע, הרה"ק רבי ר' זושא מאניפאלי זי"ע, און נאך עטליכע תלמידי בעשטה"ק.

ווען אימער איר וועט ליינען א באשרייבונג איבער א נסיעה אין אוקריינע, וועט זיך דער באזוך אין אניפאלי רעדן פון פערד מיט וועגענער. אויך בילדער וואס קומען ארויס פון ארטיגע נסיעות, שטייען ארויס מיט פערד און וועגענער וואס שלעפן דעם עולם צום בית החיים, צוליב וואס דער ארטיגער בית החיים איז ארומגענומען מיט א שטראוז וואס איז נישט אויסגעפלאסטערט, און מען דארף טרעטן אין בלאטעס און אין זומפן כדי אנצוקומען צו דעם מקום קדוש.

אונזער נסיעה איז אבער אנדערש געווען, כ'ווייס נישט צי דער אורזאך איז געווען וויבאלד מיר האבן דארט באזוכט טיף אין די נאכט שעות ווען די פערד און זייערע בעלי בתים שלאפן שוין, אדער איז עס פשוט נישט אזא וויכטיגע זאך, און די וואס באנוצן זיך יא דערמיט - איז עס מער פאר די פאטא-אפ און נאסטאלגישקייט דערפון ווי פאר פראקטישקייט.

ווי געשריבן ביי די הכנות צו דער נסיעה, האב איך פרובירט צו פארשאפן א פאר שטיוול, טאקע האבנדיג אין געדאנק דער שווערער בלאטיגער וועג אין אניפאלי, אבער איך בין צופרידן צו מעלדן אז מיר האבן ב"ה דורכגעמאכט דעם וועג מיט די פשוט'ע שיך און זאקן, כאטש עס איז אפילו געגאנגען א שניי און דער ערד איז געווען אנגעלייגט פון פריערדיגע שנייען און נאס פון בלאטע - הגם, ביי איין טריט, שוין אינעם בית החיים, האב איך יא געשפירט א זינקעניש, און דער שיך איז מיר מאראסטיג געווארן.

מיר זענען אנגעקומען קיין אניפאלי ארום א פערטל נאך צוויי אזייגער פארטאגס (ווי עס זאגט עדות אונזער קאלעגע 'א פרישע[ר] מקורב'), און דער באס האט אונז אראפגעשטעלט ביים זייט פונעם ראוד, זאגנדיג אז פון דא און ווייטער איז צו שמאל פאר אים אריינצופארן און זיך ארומדרייען. עס איז געווען שטאק טונקל און דער עולם האט נישט געהאט די מינדעסטע אנונג וואו מען דארף דא שטעלן טריט... טייל עולם האט זיך צוערשט פאררויכערט א לילקע כדרכם, בעת איך האב אנגעהויבן שפאנען מיט א קליינע קבוצה פון ארום 3 יונגעלייט אין ריכטונג פון אן אומאויסגעפלאסטערטע וועג וואס מען האט אונז אנגעוויזן אז מען דארף דאס דורכהאקן און דאן וועט מען שוין זען דעם בית החיים.

מיר זענען געגאנגען טריט נאך טריט, אכט געבנדיג נישט אומצופאלן אדער איינזינקען ערגעץ... און נאכ'ן אפגיין א שטיק וועג האבן מיר דערזען פונדערווייטנס די אנגעצינדענע לעקטערס פון דעם אוהל הקדוש. שטעלט זיך אויס אז מיר זענען אנגעקומען צום הינטערשטן טייל פונעם בית החיים, און אלס רעזולטאט האבן מיר נאך געדארפט דורכשניידן דעם גאנצן לענג פונעם בית החיים, וואו עס איז שוין געווען מער זומפיג און דער ערד איז אויך געווען פול מיט מקומות קבורה וואס מען האט געדארפט אכט געבן נישט צו טרעטן דערויף (הגם, עס איז מסתבר אז וואו אימער מען שטעלט א טריט, איז מען אויסגעשטעלט צו טרעטן אויף קברים, וויבאלד די בתי חיים זענען גענצליך צעשטערט געווארן, און די מציבות זענען צוריקגעשטעלט געווארן אויף בערך'דיגע ערטער).

מיר זענען ב"ה אנגעקומען בשלום אין דעם אוהל הקדוש, וואס איז פרעכטיג און גרויס, און באשטייט פון עטליכע צימערן. אינעם גרויסן שטוב ליגט דער גרויסער מגיד (אגב, ביי אונז אין סאטמאר געדענק איך נישט מען זאל זיך באציען צום הייליגן ר"ר בער זי"ע אלס דער 'גרויסער' מגיד, איך האב דאס אויפגעכאפט אין סקווירא, און אזוי רופט מען אים אויך אין אנדערע חסידות'ער, פילייכט צו פונאנדערשיידן צווישן אים און די אנדערע מגידים פון די דינאסטיע, א שטייגער ווי דער טשערנאבילער מגיד), קעגן אים ליגט דער ר"ר זושא, און דערנעבן ליגן נאך אנדערע צדיקים. אינעם זייטיגן צימער ליגן נאך צדיקים, וואס ליידער בין איך נישט באקאנט מיט זייערע נעמען.

ווען דער איבריגער עולם איז אנגעקומען (זיי האבן גענומען אן אנדערן מהלך, אנקומענדיג דורך די פאדערשטע זייט פונעם בית החיים), האט מען צוערשט איבערגעזאגט א דבר תורה פונעם הייליגן מגיד (איך האב געזאגט דעם באקאנטן טייטש אויף "משוך חסדך ליודעיך א-ל קנא ונוקם", אז עס איז דא צוויי אופנים פון נקמה - ווי דער הייליגער בעשטה"ק האט געזאגט אויפ'ן פסוק א-ל נקמות ה' וגו' - איין אופן פון באשטראפן, און די צווייטע אופן דורך יענעם נענטער ברענגען צו זיך, און יענער אנערקענט מער דאס חשיבות פונעם קעניג און האט מורא'דיג חרטה אויף זיין מרידה במלכות. און דער בקשה איז, "משוך חסדך ליודעיך א-ל קנא ונוקם", אז דער נקמה אין אונז זאל נישט זיין באופן פורעניות ח"ו, נאר דורך שענקן חסדים גדולים) און א דבר תורה פונעם רבי ר' זושא (איך האב געזאגט דעם ווארט וואס דער ר"ר אלימלך ברענגט פונעם ברודער אין פרשת בהר, אויפ'ן פסוק וכי תאמרו מה נאכל וגו', אז דורכדעם וואס מען וועט פרעגן וויאזוי עס וועט זיין צו עסן אום שמיטה, וועט זיך אפהאקן דער שפע, און עס וועט אויספעלן א פרישע "וצויתי את ברכתי". אנדערע האבן דערציילט די באקאנטע מעשה פון ר"ר זושא וואס האט זיך אויסגעדרוקט אז ער האט נישט קיין אנונג וויאזוי מען טייטשט אפ דעם "חייב אדם לברך על הרעה כשם שהוא מברך על הטובה", ווייל פשוט, ער האט נאך קיינמאל נישט געהאט עס זאל ביי אים פאסירן א דבר רע...), און דאן האט מען געזאגט תהלים אינאיינעם מיט גרויס התעוררות, און אויך געזאגט דעם יהי רצון מיט די י"ג מדות של רחמים.

דערנאך האט מען אויסגערופן אז דער עולם זאל זיך אריבערקלייבן צום דערנעבנדיגן בנין, וואו "אלעקסיי" און זיין סוויטע באדינער האבן צוגעגרייט א ליל ששי טועמיה כמו שכתוב. מען האט דאך שוין געהאלטן א גוטע פאר שעה זינט דער גראנדיעזער מאלצייט אין בארדיטשוב, און מיר האבן נאך געהאט פאר אונז א שיינע פאר שעה ביז מיר וועלן האפנטליך אנקומען קיין מעזבוז וואו עס איז געווען געפלאנט צו דאווענען שחרית און עסן פת שחרית, האט מען דאך געמוזט עטוואס שטילן דעם הונגער (אויסער די איבערבייס וואס איז געווען אויפ'ן באס גענוג און נאך, באהאלטן אין דעם גרויסן ריזיגן רענצל וואס האט קונה שביתה געווען צווישן די זיצן און מ'האט פון דארט כסדר ארויסגעשלעפט אנדערע גוטע מטעמים).

אין דעם אלטן הכנסת אורחים שטוב איז געווען צוגעשטעלט א פיינע הייסע טשאלענט, קארטאפל און לאקשן קוגלען, און אפילו זויערע אוגערקע (וועלכע זענען אבער, לדאבוני, געווען היבש פלאטשיג און אומאפעטיטליך, עס האט זיי פשוט געפעלט דער בארימטער 'קראך' פונעם פיקל...). איך האב נישט געוואוסט אויב איך זאל מיך פארפליישיגן פון פריש, קלערנדיג אז אפשר וועט מען שפעטער וועלן טרינקען א קאווע איידער תפלת שחרית, האב איך צוערשט בלויז גענומען א שטיקל ירושלימ'ער לאקשן קוגל. כ'מיין אז דערנאך האב איך אויך גענומען א שטיקל קארטאפל קוגל. איין שטיקל דורכפאל איז געווען, אז די סארווירער - וועלכע האבן אריבערגעשלעפט די טעפ און בעקעלעך פון בארדיטשוב אהער - האבן פארגעסן מיטצושלעפן עפעס געטראנקן... דער עולם האט נעבעך געלעכצט נאך א קאלטע שלונג ביר, אדער זאל שוין זיין אפילו סאדע וואסער אדער פשוט'ע וואסער, אבער ואיננו... נו שוין, עפעס א דורכפאל מעג מען דאך האבן ביי אזא געהויבענע נסיעה, זאל עס זיין קעגן עין הרע.

נאכ'ן עסן האט מען געקענט צוגיין אין א דערנעבנדיגע שטוב וואס האט פארמאגט אור אלטע בתי כסאות, דאכט זיך אז אויך א מקוה שטייט דארטן, אבער מיר האבן דאס נישט גענוצט.

פון אניפאלי איז מען געפארן קיין אוסטראה, וואס דער טייל פונעם נסיעה האבן מיר שוין - בטעות - געפעדערט צו באשרייבן אינעם פריערדיגן קאפיטל.

אונטערוועגנס איז דער שניי געווארן שטארקער און שטארקער, און דער באס האט נישט געקענט אנציען דעם פולן ספיעד, האט מען אנגעהויבן איינזען אז דער נאכט וועט זיך אנדערש אויסשטעלן, ווייל עס איז נישט גענוג לאנג דער נאכט צו קענען דעקן די אלע מקומות הקדושים פארנדיג אזוי שטייטליך. ביי איין פאל האט דער באס אפילו געכאפט א שטיקל גליטש, און דער עולם האט זיך דערשראקן וויאזוי דער קומענדיגער טייל פון די נסיעה וועט אויסקוקן. איך האב דאן ארויסגענומען פון מיין רעכטן בוזעם טאש די בענטשער-און-קריאת-שמע-ליינער וואס איך האב מיר מיטגענומען פונדערהיים, און כאטש עס איז נישט געווען אין פלאן זיך צו לייגן שלאפן, האב איך אבער געזאגט די גאנצע קריאת שמע שעל המטה, וואס די מזמורים דערפון זענען א סגולה לשמירה.

די אנפירער פון די נסיעה האבן שטיל געמאכט דעם ציבור אויפ'ן באס, און פארגעלייגט דער מצב, אז עס גייט א שניי און מען קען נישט פארן שנעל, און געפרעגט דעם עולם אויב מען זאל אלס רעזולטאט ארויסשניידן איינע פון די בעפארשטייענדע מקומות הקדושים וואס מען האט גערעכנט צו באזוכן במשך דעם ליל ששי. דער עולם איז געווען צעטיילט, און מען האט זיך געשטעלט צו אן אפשטימונג. איך פערזענליך האב נישט געקענט באשליסן אויב עס איז מיר מער ניחא אנצוקומען צו אלע אפגעשמועסטע ערטער, אדער זיך צו האלטן מער אויפ'ן סקעדזשועל און נישט אויסציען דעם נאכט לענגער ווי געפלאנט. מיין שטימע איז געווען "אנוועזנד"... א שטייגער ווי מען הערט צומאל אין קאנגרעס/סענאט, ווען די יעניגע קענען מחמת סיבה נישט שטימען פאר אדער קעגן, אבער ווילן דאך מען זאל וויסן אז זיי זענען דארט געווען בשעת מעשה.

למעשה, האט דער איבערוויגנדער מערהייט פונעם ציבור געוואלט מען זאל פארזעצן דעם סדר הנסיעה געהעריג, און נישט אויסלאזן קיין איין מקום קדוש וואס מען האט גערעכנט צו באזוכן, און מען האט אפגעשמועסט מיט די דרייווערס אז זיי זאלן פארזיכטיג פארן אויף די וועגן, און נישט אויסלאזן קיין איינס פון די פאראויסבאשטימטע שטעטלעך.

פארזעצונג קומט אי"ה
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1832
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

כ'מיין אז דער רב האט נאכגזאגט פון רבי'ן רבי זושא פארוואס מען מאכט א לחיים אויף א גלעזל ביר
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

רינדעכיג האט געשריבן:כ'מיין אז דער רב האט נאכגזאגט פון רבי'ן רבי זושא פארוואס מען מאכט א לחיים אויף א גלעזל ביר

נאופס, אפשר א צווייטער האט דאס געזאגט (איך קען אפילו נישט דעם ווארט)
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

זייער שיין! שכוח פארן ממשיך זיין!

_____

דענקעך אז ווען אונז זעמיר געוועזן האט מען אויסגעטוהן די שיך דארט..
דוכצעך סידא א סיין "של נעליך מעל רגליך, כי המקום וגו' אדמת קודש היא"
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

לכאורה האט געשריבן:
רינדעכיג האט געשריבן:כ'מיין אז דער רב האט נאכגזאגט פון רבי'ן רבי זושא פארוואס מען מאכט א לחיים אויף א גלעזל ביר

נאופס, אפשר א צווייטער האט דאס געזאגט (איך קען אפילו נישט דעם ווארט)

יא געוויס א צווייטער, געווען א גאנצע שמועס.
כ'בין נישט זיכער צי עריז אפן מיט זיין ניק .
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

Kollel האט געשריבן:זייער שיין! שכוח פארן ממשיך זיין!

_____

דענקעך אז ווען אונז זעמיר געוועזן האט מען אויסגעטוהן די שיך דארט..
דוכצעך סידא א סיין "של נעליך מעל רגליך, כי המקום וגו' אדמת קודש היא"

וואו רעדסטו, ביין מגיד? קיינמאל נישט געהערט אזא זאך.

און אן עקסטערע דאנק פאר'ן רב לכאורה פאר'ן אזוי שיין באשרייבן די נסיעה, יעדעס ווארט איז מתוק מדבש.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

סאכדעס האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:זייער שיין! שכוח פארן ממשיך זיין!

_____

דענקעך אז ווען אונז זעמיר געוועזן האט מען אויסגעטוהן די שיך דארט..
דוכצעך סידא א סיין "של נעליך מעל רגליך, כי המקום וגו' אדמת קודש היא"

וואו רעדסטו, ביין מגיד? קיינמאל נישט געהערט אזא זאך.

ברויך מיר אפירזוכן אויב אונז האמיר א בילד דערפון
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17132
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לכאורה האט געשריבן: און דער ערד איז אויך געווען פול מיט מקומות קבורה וואס מען האט געדארפט אכט געבן נישט צו טרעטן דערויף (הגם, עס איז מסתבר אז וואו אימער מען שטעלט א טריט, איז מען אויסגעשטעלט צו טרעטן אויף קברים, וויבאלד די בתי חיים זענען גענצליך צעשטערט געווארן, און די מציבות זענען צוריקגעשטעלט געווארן אויף בערך'דיגע ערטער).

ביי איינע פון די נסיעות קיין בעלזא (קען זיין מער ווי איינמאל, אבער לעצטע פאר מאל געדענק איך נישט אז מ'זאל אויסרופן), האט דער בעלזער רב זז"ג געהייסן אויסרופן אין ביה"ח אין שטאט בעלזא אז מ'בעט איבער די אלע קברים וואס מ'האט געטרויטן אויף זיי.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

זאפטיג

ווען מ'פארט מיט א קאר אדער ווען קען מען צופארן זייער נאנט צום טויער פונעם בית בחיים אין אניפאלי און מ'פארמיידט אויס די גאנצע בלאטיגע וועג
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
ראש חדשים
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש חדשים »

Kollel האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:זייער שיין! שכוח פארן ממשיך זיין!

_____

דענקעך אז ווען אונז זעמיר געוועזן האט מען אויסגעטוהן די שיך דארט..
דוכצעך סידא א סיין "של נעליך מעל רגליך, כי המקום וגו' אדמת קודש היא"

וואו רעדסטו, ביין מגיד? קיינמאל נישט געהערט אזא זאך.

ברויך מיר אפירזוכן אויב אונז האמיר א בילד דערפון

יאפס, ר' יוסף חיים גר"וו האט שטארק ארום גערעט ביי זיין נסיעה וועגן ריח גן עדן און אז פארן קריג פלעגט מען אויסטוהן די שוך
---
ליגן דארט דער מגיד הגדול און דריי תלמודים רר זושא ר' לייב כהן ר'??? סופר
---
און עס איז דא נייע בתי כבוד ממש הונטערן זאל.
לעצט פארראכטן דורך ראש חדשים אום דינסטאג יולי 06, 2021 7:35 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
החדש הזה לכם ראש חדשים
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”