טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
יישר כח גיימער ליינען
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
און יעצט...
אאההה... א ווינטערדיגן שבת פארטאגס... א פרישע ווייסע שניי... דער עולם שלאפט נאך... די גאנצע מעשה פאסירט אין מעזעביש....מ’זיצט איבער די גמרא... ס’פארעט א קאפפע ....
וואס איז גן עדן התחתון?? נישט די דיסקריפציע???
ווי קען מען נישט בעטן נאך נאך אזוינע פרישע אנגענעמע זיסע ווארע
טענק יו כבוד הרב מיר באלעקן זיך

- שלמה מולכו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4185
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
- לאקאציע: אין פעלד
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
כורע, ווען ביסט מיד קומסטו ארויס אין דיינע שענסטע פארבן.
דאסמאל האסטו מיר באזונדער מחי׳ זינט כ׳קען נאך נישט שלאפן משום סיבות.

פון רעמסס קיין ניו יארק
פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.
מיין וואקאציע - קאליפארניע
ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.
מיין וואקאציע - קאליפארניע
ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
שלמה מולכו האט געשריבן:כורע, ווען ביסט מיד קומסטו ארויס אין דיינע שענסטע פארבן.
דאסמאל האסטו מיר באזונדער מחי׳ זינט כ׳קען נאך נישט שלאפן משום סיבות.
פערצופאל בין איך נישט מיעד, זינט איך פרוביר יעדן זונטאג צו כאפן א שטיקל שינת צהרים צו ערגענצן דעם פארפאסטן איבער א שעה שלאף פון די קורצע מוצאי שבתות...
ווייס איך דאך פארוואס דו קענסט נישט שלאפן, און איך שפיר מיט מיט דיר. (ס'דא א נייע סגולה פאר אלע סארט ישועות, געהערט אויפ'ן לעצטן דרעזדנער-שמעלצער שמועס: 2 מאל מזמור לתודה - 1 מאל מזמור יענך, וחוזר חלילה; צוויי מאל הודאה און איין מאל בקשה).
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
שטארקע קאפיטל דאס!
כ'קען מעיד זיין כּכאורה ועוד לקרא אז די פארטאגס שעהן שבת צופרי אין מעזיבוש, איז געאייגנט פאר א בלאט גמרא!
דעי קאווע(ס) צעינע פארטאגס האבן געהאט אלע טעמים, יאפ!

רעוואלטאלתי יותר מדי...
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
לכאורה האט געשריבן: זיך ערהוילן פון די נסיעה
אזוי ארויסצוברענגען א מצב אין א ווארט
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
הערליך!
א דאנק פארן מהנה זיין און פארן זיך אונטערפלייסן.
איך האף נאר אז @סטאוו'ס חלום, און די פתרונות החלום, וועלן נאכפאלגן אינעם קומענדיגע באריכט..

- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30752
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
שטארקע נייעס דער נדידת שינה שבת פארטאגס!
יישר מנהל פאר דער פארזעצונג.
יישר מנהל פאר דער פארזעצונג.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

- ארחיקה נדד
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5907
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
- לאקאציע: מ'וואנדערט
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
אנבעליוועבל דאס!
יישר כח גדול!
יישר כח גדול!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
נאסטאלגיע
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל

-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4514
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
יאפס דעם שבת פארטאגס אין מעזיבוז האט א העכערע באדייט, גם אני בחלומי האט מיר די שר החלומות פארלאזט אין די גאר פריע שטונדען לאנג בעפאר די מארגנשטערן האט עספיעט צו מאכן זיין וועג צום האריזאנט
איך האב באשלאסן צו כאפן א בליק אינעם אהל הקדוש פונעם רבן של ישראל מרן הבעל שם טוב, ווי איך האב באגעגענט א בחור'ל וועלכע האט שוין געזעהן בעסערע צייטן זיך אויסגיסן זיין הארץ אויפן תהלימ'ל
איך ווייס נישט וויאזוי, אבער איך האב מיר געטראפן מיט א תהלימ'ל אין מיין האנט, היות שבת זאגט מען נישט קיין בקשות האב איך באשלאסן צו 'לערנען' תהילים אין א תהילים המפורש
עס איז געווען דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך האב פארשטאנען יעדעס ווארט פונעם נעים זמירות ישראל מיט א קלארקייט
גאנצע צוויי און א האלב שעה האט גענומען ביז כל הנשמה תהלל קה
אה! די מתיקות ליגט מיר נאך יעצט אין די ביינער

מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם

- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24355
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
ייש"כ יעדער המשך ווערט בעסער אין בעסער...
איך ווער פין פריש דזשעלי... אז איך האב נישט געקענט מיט קומען....

מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
יישר כח אלע באדאנקער, עס געבט אסאך גאזאלין צו שרייבן ווייטער
אגב, געטוישט פון בעדואינער צו דרוזן, נאכ'ן זיך כאפן היינט צופרי אויפ'ן טעות

- בשעה שיש
- שר האלף
- תגובות: 1201
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
- לאקאציע: עולם החלומות
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
יישר כח! א געשמאק צו לעזן אייער ווערק!
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
הרב "לכאורה" מיר ווארטן פאר נאך פרישע ווארע...
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
יש מזל האט געשריבן:הרב "לכאורה" מיר ווארטן פאר נאך פרישע ווארע...
ראנג ניק
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2659
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
שכח, געליינט אין איין אטעם
- שלמה מולכו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4185
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
- לאקאציע: אין פעלד
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
ארחיקה נדד האט געשריבן:
ווען קומט נאך א ריקוועסט צום מנהל פאר א פארזעצונג?
פון רעמסס קיין ניו יארק
פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.
מיין וואקאציע - קאליפארניע
ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.
מיין וואקאציע - קאליפארניע
ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
מוצש"ק וירא, אור ליום א' חיי - ח"י חשון תשפ"ב לפ"ק
עטליכע מינוט בעפאר דער אפגעשמועסטער צייט פון ברכות-זאגן, האב איך מיך ארויסגעלאזט אויפ'ן קורצן וועג צום שול פונעם הייליגן אפטא רב זי"ע, א וועג פון געציילטע מינוטן - אבער גייענדיג איינער אליין פארקלאצט מען זיך אויף די אור אלטע ביידעלעך און הייפעלעך און מען פאר'דמיונ'ט זיך אז דא האט דער רבי ר' ברוכ'ל אלס קינד געשפילט באהאלטן, און שפעטער געוויינט צום זיידן דער בעל שם אז קיינער קומט אים נישט אויפזוכן, און דער זיידע האט אים בארואיגט אז אויך דער באשעפער כביכול וויינט אז קיינער זוכט אים נישט אויף...
אט קומט מען אן צום שיינעם פרישן בית המדרש פונעם אוהב ישראל, און מען שפאצירט אריין צו טרעפן א שיינער ציבור - פון אונזער ציבור - זיצן און לערנען! עס איז געווען א מחזה הוד צו זען אז לא אלמן ישראל, און כאטש מיר זענען מער באקאנט אלס שמועסער און פארברענגער, אבער אין די געהויבענע מינוטן פון שבת אינדערפרי האט זיך דער עולם קובע געווען אינעם לעכטיגן שול מיט א פרישע הערליכע אוצר הספרים, און מען האקט שטיקער! דער איז מעביר סדרה, דער לערנט א חסיד'יש ספר פאר'ן דאווענען, און דער דאיען האקט שטיקער גמרא.
רעדנדיג פונעם דאיען, האט מען מיר דארט פארציילט אז א קורצע וויילע פריער האט דער דאיען מעביר סדרה געווען אינעם פריוואטן צימערל וואס דער אוהב ישראל זי"ע האט אנגעבליך גענוצט אלס דאוון-שטוב, און טיפיש דער דאיען האט ער זיך באקוועם געמאכט אויף דעם ברייטן רבי'שן בענקל וואס ישראל מאיר גבאי האט אהינגעשטעלט אלס אנדענק צום אפטער רב'ס שטול [ברייט, צוליב די לעגענדע אז דער אפטער רב איז געווען א ברייטער געשטעל]. נו שוין... איך וואלט אזאנס נישט געטון (והא ראי', איך האב עס נישט געטון...), אבער דער דאיען האט דאך ברייטערע פלייצעס ווי מיר, בוכשטעבליך.
איך האב מיך אביסל ארומגעקוקט אין דעם שיינעם גרויסן שול, און געכאפט אן אייגענע טור אין די עטליכע זייטיגע צימערן, וואס איינס איז געווען געווידמעט פאר א ווייבער שול, אבער איז נאך יעצט געווען ליידיג (עטליכע פרויען האבן זיך פארווארפן אין מעזבוז יענעם שבת, איינע פון זיי האט דער מאן געדאוונט מיט אונזער מנין [מיר האבן שוין גערעדט פון אים, ער איז אויך מיטגעווען ביי אונזער השתטחות על הציון אין בארדיטשוב] און איך שטעל מיך פאר אז הוא עומד בעזרת אנשים והיא עומדת בעזרת נשים, כדרך נשים צדקניות צו אריינכאפן א תפלה בצבור, בפרט אין אזא הייליג מקום).
דער אוצר הספרים דארט איז ממש א פראכט, א איד א נגיד האט זיך איינגעקויפט ריזיגע זכותים ביים מנדב זיין יעדע נוצליכע ספר אין דעם פארשטופטן בית המדרש, וואס ווערט למעשה באזוכט יעדן שבת אין יאר אן אויסנאם, נאכדעם וואס מעזבוז איז געווארן ווי אן עיר ואם בישראל און יעדע צווייטע חסידות אדער חבורה האט שוין דארט אפגעראכטן א שבת אדער מער. איך האב זיך זייער געפריידט צו טרעפן דארט א געוויסע ספר וואו מיין נאמען פיגורירט פראמינענט אויף איינע פון די פאדערשטע בלעטער... איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן און ארומגעגאנגען ווייזן פאר'ן ציבור ווי פאפולאר איך בין... אז אפילו אין דעם ווייטן מעזבוז דרייען זיך ספרים מיט מיין נאמען דערינען. שפעטער האב איך דאס זעלבע געטון אין אומאן, און איינער פון אונזער גרופע האט מיר ל"ג בעומר אריינגעשיקט א בילד אז אויפ'ן קבר הרשב"י אין מירון האט ער זיך אויך אנגעשטאלפערט אין דעם ספעציפישן ספר. ווייזט אויס אז די מפיצים דערפון מאכן טאקע א גוטע ארבעט...
די טישן און בענק פון אפטא שול זענען יא היינטיג און באקוועם, אבער א קאווע שטיבל אדער הכנות שטיבל קען מען נישט געפינען דארטן, מען דארף אויך ארויסגיין אין גאס און צוגיין צום באזונדערן כאטקע וואס שטייט נעבן דעם אלטן שול פון בעל שם טוב הק' [איך האב נישט געזען יענעם כאטקע פון אינעווייניג, און אפשר אפילו נישט פונדרויסן]. עס האט זיך געטון א שטיקל גערודער אויב מען זאל זיך טאקע האלטן צום באשטימטן צייט פון דאווענען, אדער שענקן פאר'ן ציבור נאך צייט צו לערנען פלייסיג. מסתמא האט מען געמאכט א שטיקל פשרה, און געזאגט קדיש דרבנן צווישן פערטל צו צען און צען אזייגער.
צו פסוקי דזמרה האט מען מיך צוגעשיקט, און דאסמאל האב איך שוין נישט אפגעזאגט. עס איז געווען שבת שירה, האב איך פארגעזאגט די שירה פסוק בפסוק כמנהג. (אגב, מיר האבן נישט געוואוסט, אבער איך האב געליינט פון אנדערע נסיעות אז דער אלטער שול פון בעל שם טוב האט געוויסע מנהגים, ווי צום ביישפיל זאגן געוויסע זאכן פסוק בפסוק, און נאך). צו "שוכן עד" איז צוגעגאנגען ר' סטעוויע [נייע אויסלייג, על שם די צוקער ערזאץ וואס האט לעצטנס קונה שביתה געווען ביי מיר אין שטוב] וועלכער האט אראפגעלייגט א ווארעמע חסיד'ישע דאווענען, באגלייט מיט חסיד'ישע ניגונים צו "א-ל אדון" און "ממקומך". ביים ליינען בין איך געכאפט געווארן אין שאק צו הערן א העכסט פראפעסיאנאלע בעל קורא וואס איז גאר געווען טייל פון אונזער גרופע. ער האט געליינט כזקן ורגיל, און לויט זיינע רייד דינט ער אלס שטענדיגער בעל קורא אין דעם שול וואו ער דאוונט. דאס איז געווען א שטארקע מעלה, אז מיר האבן נישט געדארפט הערן עפעס א צייטווייליגער בעל קורא וועם מען דארף אונטערזאגן אדער אריינשרייען - א זאך וואס שטערט געפערליך דעם ציבור.
מען האט פארקויפט די עליות, און דאס געלט גייט פאר "אהלי צדיקים" וואס פארפיגט אויפ'ן מקום קדוש. מוצאי שבת האט זיך טאקע דער פארוואלטער פונעם ארט אראפגעשטעלט איינקאסירן דאס געלט פונעם ציבור המנדבים. (דאס איז א יונגערמאן מיט'ן נאמען ירמי' קארניצער, ער וואוינט דארט א גאנץ יאר מיט זיין משפחה, און זיין שווער דינט אלס משגיח כשרות - כ'דערמאן מיך יעצט ווי מיר האבן פרייטאג ביי פרישטאג מיטגעהאלטן טייל פון די עבודת הקודש ביים צוגרייטן די שבת עסן, עס איז געווען וואס צו זען. אגב, דערמאן איך מיך נאך עפעס... פרייטאג ביי פרישטאג האב איך געזען א קינדער וועגעלע מיט א קליין קינד, און איך האב פארשטאנען אז דאס איז די פאמיליע פון דער דערמאנטער יונגערמאן וואס איז אחראי אויפ'ן מקום. האב איך אבער אויך באמערקט אז איינער געבט זיך אפ מיט'ן קינד, און דאס איז א יונג מיידל מיט א לאנגע צעפ - כדרך הירושלמיות וכדומה. ווי שטארק איז געווען מיין אנטוישונג ווען יענע האט זיך אדורכגעדרייט נעבן מיר און איך האב באמערקט אז זי טראגט גאר הויזן... שטעלט זיך ארויס אז דאס איז עפעס אן אוקריינישע געהילף [באגדאן'ס שוועסטער וכדומה] וואס העלפט משפחת קארניצער מגדל זיין די קינדער).
איך געדענק נישט פונקטליך דער סדר פון די עליות, אבער צווישן אנדערע האט עולה געווען דער דומ"ץ וואס האט זיך געשפירט היימיש אין אונזער געגנווארט (איינער פון אונז איז א שטיקל תלמיד און האט עס אים געקויפט), און אויך אני הקטן. [ווער האט מיר עס געקויפט? מסתמא ארחיקה נדד, ער האט מיר שוין זינט דאן עטליכע מאל געקויפט עליות... ער איז אין די ביזנעס פון קויפן עליות, מסתמא באקומט ער א קיק-בעק באיזה אופן... פארלאז דיך אויף אים, ער האט שוין עפעס א דיעל מיט די גבאים און שמשים אלוועלטליך].
ווי געשמאק איז צו דאווענען אין בית המדרש פונעם אוהב ישראל און בשעת'ן דאווענען אריינבליקן אין ספר אוהב ישראל? נאכדערצו ווען עס איז הוצאת פאר מקדושים וואס איז באקאנט מיט זייער געשמאקע אויסלייג און זאכליכע מילואים פון אונטן? איך האב געלערנט אפאר שטיקלעך תורה אויף פרשת בשלח, און זיי זענען מיר גאנץ פיין צוניצגעקומען שפעטער אינעם טאג ווען מען האט מיך באצווינגען צו זאגן שלש סעודות תורה פאר אונזער גרופע. (נו ווער? יא יא, דער וואס האט די מאה און קויפט עליות, האט די דעה אויף שלש סעודות תורה).
נאך קריאת התורה, האט זיך דער גאנצער עולם אויסגעשטעלט אין א רייע און אדורך איינציגווייז פאר'ן באלעמער צו בענטשן "הגומל", נאכדעם וואס איינער האט געבענטשט און יעדער האט זיך געכאפט אז מיר זענען באמת אלע מחוייב... עס איז געווען א קלער אז איינער זאל יעדן מוציא זיין, אבער דער דומ"ץ האט געזאגט אז יעדער זאל באזונדער בענטשן.
צו מוסף איז צוגעגאנגען דער דאיען, און נאכ'ן דאווענען איז מען ארויס צום אפטער רב'ס הויז וואו מען האט למעשה נישט געקענט אריינגיין - ווי שוין געשריבן אויבן. פון דארט איז מען צוריק צום האטעל זיך איבערטון, און פון דארט צום עסזאל וואו עס איז ווידעראמאל געווען אנגעגרייט א רייכע סעודת שבת, וואס מיר וועלן אי"ה ווידמען דערפאר א באזונדערן קאפיטל.

נאופ, דממה דקה איז נישט צוגעגאנגען צו מוסף.
איך געדענק אויך נישט ווער יא.
איך געדענק אויך נישט ווער יא.
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
אויב נישט דממה דקה, דאן דער דאיען
- שלמה מולכו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4185
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
- לאקאציע: אין פעלד
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
יעדע ספר וואס כ׳האב נאר אמאל געלערנט רעדט פון ״לכאורה״, אדרבה, טרעף מיר א ספר וואס פארמאגט נישט די ווארט לכאורה אין זיך.
שכח מנהל.
שכח מנהל.
פון רעמסס קיין ניו יארק
פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.
מיין וואקאציע - קאליפארניע
ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.
מיין וואקאציע - קאליפארניע
ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
א דאנק אייך רבי פארן פרישן שטיקל
דער אויבשטער זאל העלפן ס’זאל זיין וידגו לרוב
די באזינדערע קאפיטל..
דער אויבשטער זאל העלפן ס’זאל זיין וידגו לרוב
די באזינדערע קאפיטל..
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
דער אשכול האט מיר פארכאפט כמעט א שעה. לכאורה האט א געוואלדיגע ציאונגס קראפט אין זיין פעדער, זיינע פארזעצונגען זענען אדיקטיוו.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק