האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

בערך דריי טעג נאך די ערשטע פרעזידענטליכע דעבאטע שפיל איז עס געווען, איך טרעף מיין חבר בנצי אין מקוה, מיר ביידע זיצן מיטן האנטוך אויפן שויס און קרייזלען די פאות, ווען צווישן אונז פארציהט זיך א געשמאקע שמועס,

ער רעדט וועגן זיינע נייע ביימעלעך וואס זענען נעכטן מיט גרויס פראכט געפלאנצט געווארן פארנט פון זיין הויז, איך האלט גראדע אז דעי פורפל צווייגישע פלאנצונגען זענען גרויליג, אבער איך קאמפלימענטיר אים דערויף, און אזוי פארציהט זיך דער שמועס מענין לבנין באותו קנין, מען רעדט וועגן די צוריסענע מקוה האנטוכער, די ריינקייט פונעם בור, און אזוי דרייט זיך א שמועס, ביז מיטאמאל מאכט עס א שארפן דריי אריין אינעם פייכטן חרוסת... 'זאג נאר פופציגער, ווער האלטסטו גייט געוואנען?'

-איך ווייס נישט, כ'האלט נישט מיט די נייעס,

-גוט, פיין, אבער אויבנאויף, וויאזוי קוקסטו עס אן, ווער מאכט עס?

-מיין פריינד, איך ווייס נישט, איך ווייס עכט נישט, איך האלט נישט מיט די נייעס, איך בין נישט אין פאליטיק און סהאט מיר פאר סאם ריזען קיינמאל נישט אינטערסירט!

-יא, אבער נאכן ערשטן דיבעיט זעהט מען שוין אביסל קלארער דעם בילד, ניין?

-פאר א גוט געבענטשט יאר, איך ווייס נישט!! איך ווייס נישט!! איך קען דעם פאליטיק פונקט ווי איך קען די כינעזע פאליטיק!

-אקעי הער אויף עקטן מעטשאור, דו וואינסט אין אמעריקע, יא? וואס האלטסטו? ווער ווערט אונזער ירום הודו?

-הער אויס חבר מיינער, איך מיין נישט גארנישט פערזענליך, ס'מיר זייער געשמאק צו שמועסן מיט דיר, אבער איך בין אויפריכטיג מיט דיר, ס'אינטערסירט מיר ווי די פאריעריגע שניי!!


*


מיין שוואגער מאכט א שמחה, ווי אייביג קום איך אן שפעט ווען די קינדער האבן שוין עספיעט אריינצוגיסן לעמאן סאדע אין די קאולסלאו און אין די טשאקלעד, איבעראל ליגן אויפגעריסענע בילקעס, ביז למעשה טרעף איך א פלאץ נעבן מיין ערשטע קוזין, און גלייך הייבט זיך עס אן,

-שאלעמאלייכעם פופציגער, שוין לאנג נישט גערעדט, נו, וואס שמועסט מען ביי ענק? ווער מאכט עס?

-אה, רעדסט פון די אייוועלט ראשעקאל וואלן? נעווער מיינד...

-האלאו, ס'מאכסטעך נאריש, די פרעזידענט וואלן!!!

-אה, דעיס? ווייס איך נישט, ---- אםם, אז מ'רעדט שוין, דו ביסט נאך אין כולל? וואס לערנט מען יעצט ביי ענק?

-וואס פארדרייסטו די שמועס? אזוי פערסענאל נעמסטו עס?

-ניין קוזין מיינער, איך פארדריי די שמועס ווייל איך קען מיך נישט אויס אין דעם נושא (און אין כולל לימודים יא? כהאף אזוי...),

-ביסט משוגע??? דו ווייסט וואס גייט געשען מיט דיין פ.ס. אויב ביידען (אדער טראמפ, כ'געדענק נישט ווער) געוואונט??

-אקעי, סא וואס ווילסטו פון מיר יעצט? וועגן דעם מוז זיין אז איך ווייס די נייעס?? קען דען מיין וואוסענשאפט רוקן די ציפערן??

-אקעי.... קיוט... כהאב נישט געהייסן זאלסט יעצט גיין פעלשן וואוטס, אבער וויאזו קענסטו זיין רואיג אין אזא אנגעצויגענע צייט? וויאזוי קענסטו זיך צוריקהאלטן פון הערן די נייעס???

-איך האלט מיך צוריק? עס אינטערסירט מיך באמת נישט!! האלטסט איך בין נישט געזונט? קען זיין, אבער ווי פאני עס איז אינטערסירט מיך עס נישט, ביטע לאמיר רעדן פון אנדערע זאכן,

-דו טרייסט יעצט סתם צו שפילן אויף מיינע נערוון? זאג מיר גלייך איך זאל זיך אפשאקלען פון דיר,

-הער אויס קוזין מיינער, איך האב באמת הנאה אז מיר האבן זיך געטראפן, איך גלייך זייער צו רעדן מיט דיר, אבער איך בין אויפריכטיג מיט דיר, ס'אינטערסירט מיר ווי די פאריעריגע שניי!!


*


איך רעד צו מיין קאלעגע שרייבער, עפעס איז ער געפערליך אנגעזעצט, ס'גייט עפעס נישט, צוויי מאל אנגעהויבן דעם וועכנטליכער ארטיקל און ס'ארבעט זיך נישט אויס, ער רעדט פארצווייפלט, זעהט נישט דעם וועג ארויס, און איך פרוביר צו פארשטיין וואס דרוקט אים? וואס איז דען? נאך קיינמאל נישט געהאט שוועריגקייטן מיט א ארטיקל??

ביז ער זאגט מיר,

-וואס זאל איך דיר זאגן פופציגער, מיין קאפ איז געהעריג נישט אויפן פלאץ! איך קען נישט שלאפן און נישט אויף זיין! נעקסטע וואך נאך די וואוטס שטיי איך צוריק אויף תחיית המתים!

-וואס הייסט?? לאדיך אפ, מיר ניו יארקע איינוואוינער וועלן סייווי גארנישט אויסמאכן, און דיין זיך זארגן וועט נישט טוישן דעם מציאות,

-אבער איך בין נייגעריג!!! עס ברענט מיר צו וויסן ווער עס גייט עס מאכן!! טראץ וואס איך קען גארנישט טוישן!

-נו ווארט, נעקסטע וואך מיטוואך וועסטו וויסן!

-פופצי, וואס גייט םאר מיט דיר? דו כאפסט טאקע נישט? וויאזוי קען זיין אז דיר גייט עס נישט אן??? ביסט נישט נייגעריג??

-אודאי בין איך נייגעריג!! אזויווי יעדע מענטש איז נייגעריג צו וויסן עתידות, אבער ניין, עס נעמט נשט איבער מיין קאפ, איך בין אופריכטיג מיט דיר, ס'אינטערסירט מיר ווי די פאריעריגע שניי!!

*

רבונו של עולם! פארוואס מיינט א מענטש אז ווען איך וויל נישט דיסקוסירן פאליטיק איז עס ווייל איך האלט נישט ביים רעדן מיט אים???

איך גיי נישט שרייבן יעצט קיין השקפה ארטיקל ווי עקלדיג אין געמיין טיילן פון אונזער היימישע עולם ליגן אין די גוי'שע פאליטיק, דאס לאז איך פאר די עלטערע פון מיר, אבער מיינע פריינט! קוקט אראפ פון בוים!! כאפט א בליק און זעהט, נישט יעדער איז מיטגעקראכן מיט ענק!! עס זענען דא מענטשן וועמעם עס גייט 'עכט', אבער 'עכט', נישט אן!!


דעריבער, אין ליכט פון די פאר פאסירונגען, און פון אזעלכע ענליכע וואס קומען כסדר פאר, וויל אך דא מודיע זיין און בעטן פון אלע מיינע חברים וידידים, שכנים און קרובים, פעטערס און שוואגערס, גבאים און ראשי הקהלה, קאלעגעס און שטערערס, צדקה גייערס און בעלי בתים, רעפובליקאנער און דעמאקראטן, כאניאקעס און שיילערס, גארבעדזש קאלעקטערס און הצלה מעמבערס, ענגליש טיטשערס און פארמערס;

לאזט מיך צורוה!!!

דעי פאליטיק גייט מיר נישט אן!!!

ניין! נישט!!! ניין ניין, און ניין!!

זיי קלאר, ווען דו הערסט אמאל איינער פרעגט דיר ווער עס גייט עס מאכן, אדער ווער עס שטייט בעסער אין די פאולס, נעם שוין אין אכט אז נישט איך בין דאס געווען!!

גלייבטס עס אדער נישט, עס זענען דא מענטשן וועמען עס אינטערסירט א גאנצן קנעפל וועלכע סווינג סטעיט אדער סיסאו סטעיט גייט אריבער אדער ווערט פארכאפט בלוי אדער רויט,

איך וועל זיין פולשטענדיג צופרידן ווען איך וועל הערן אין קאווע שטובל ווער עס האט געוואונען, איך בין בכלל נישט נייגעריג מיטצוגיין מיט דיר אויף דעם פעיק ניוז אדער ריעל ניוז ראלער קאוסטער,

איך וואוין אין אמעריקע, איך וויל וויסן ווער דער אמעריקאנער פרעזידענט איז, איך וויל עס זאל זיין גוט פאר אידן, פיין און וואויל, אבער איך וויל נישט מיין קאפ זאל נישט זיין אויף מיינע פלייצעס פאר אפאר חדשים לכבוד דעם!

און דער סוד איז, אז איך בין נישט דער איינציגער אזוי! יא יא! אסאך, אבער אסאך, פון מיינע באקאנטע גייט עס אן עקזעקט די סעים ווי עס גייט זיי אן די פאריעריגע שניי, אויפן האר!

*

נו זאג שוין מיין חבר, למעשה האט געשנייט פאריאר מיטוואך?

וואס הייסט דו ווייסט נישט? דו וואוינסט אין אמעריקע? פאריאר איז געווען מיטוואך? און אויב האט געשנייט האסטו געדארפט גיין מיט שטיוול? נו וואס הייסט דו ווייסט נישט???


זייטס געזונט, און טעיק איט איזי!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

וואס זאל איך דיר זאגן, דיין יא /נישט אינטערעסירטקייט אין פאליטיק אינטערעסירט מיר ווי די פאריעריגע שניי
--------
;l;p- פארן זאפטיגן שפראך
The Divided States Of America
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

האט אראפגעשנייט דא א פופציגער בתפארתו

(גראדע איז היינט דאנערשטיג)

לכבוד פרשת 50/50..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

פופצי, פאראפאלן האסט געfaileד די טעסט צו ווערן עושר...

פיינע ארטיקל!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

קנאקעדיג, ווי אלע מאל

איך האב געוואלט שרייבן אז דאס איז אפטנארמאל, אבער פאר א פופציגער ארטיקל איז דאס דאך אזוי נארמאל

חן חן לך, אזא שכל הישר, און א שיינעם געשליפענעם שפראך,

איך נעם דאס מיט ביי מיר אין טאש, פון יעצט ווער ס'פרעגט מיר ווער געווינט, וועט בל"נ באקומען א קאפי פון דעם ארטיקל.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

וואף.. סיסאו סטעיט איז איט...

ביסטעך אזוי גערעכט!
ווער קען די ניגון: ר' אייזיק צושמייכלט זיך א טראפ (נישט טראמפ),
אין שאקעלט אים צו מיטן קאפ! נא נא..
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

פריש!
מיין לופי'לע........
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

צ\ק

כ'מיין אז יא
אוועטאר
געשמאק און זאפטיג
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 3:14 pm

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאק און זאפטיג »

בלא בלא בלא האט געשריבן:צ\ק

כ'מיין אז יא

יענע שניי ווען דו האסטיך אויסגעגליטשט אויף מארסי עוו. מיינסטו?
סאיז גראדע געווען א דאנערשטיג. זוי ליגט מיר אין זכרון.
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

אייזן גוט!!!
אזוי זאפטיג ארויסצושרייבן וואס אסאך טראכטן אין קאפ די טעג :)

שקויעך!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
כ'האב אלץ געמיינט איך בין פאני. א שאד איך בין נישט קיין שרייבער (אדער עושר)...
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

;l;p- :lol: :lol: :lol:
גוט איז גוט.

כ'מיין ס'געווען גאנץ א שוואכע שניי פאריאהר...
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5182
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

כבוד הרב מחצית דאס איז קנאקעדיג
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

צ / ק

ס'עפעס?! די זוהן האט געשיינט מיטן פולסטן קראפט, ס'געווען 70! אין פלארידע
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

אוי פיפציגער רעדסט דרך אזוי צים זאך מען קען אראפ גיין פון זינענען פון די אלע נייעס איך שריי אויס
סגייט מיך עכט עכט עכט נישט אן
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

פיין פיין!!
פופציגער, ביסט גוט!!

אבער איין פראבלעם, דאס איז נישט נארמאל;

איך האב געפענט דעם אשכול מיטן ציל צו ענדליך געוואר ווערן צו עס האט טאקע געשנייט פאריאר מיטוואך, וואס אזוי האט דער קעפל געמאלדן.

דערווייל....

אגב, ס'אינטערעסירט מיר צו עס געשנייט פאריאר מיטוואך פונקט ווי די פאריעריגע שניי מיטוואך.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

ענדליך רעדט איינער צום דבר
מיך גייט יא אן פאליטיק אבער טעק איט איזי כאפ א דרימל
די גאנצע פאליטיק איז גוט אויף צו ליינען א שיינע מעשה
;l;p-
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

חבקוק האט געשריבן:פיין פיין!!
פופציגער, ביסט גוט!!

אבער איין פראבלעם, דאס איז נישט נארמאל;

איך האב געפענט דעם אשכול מיטן ציל צו ענדליך געוואר ווערן צו עס האט טאקע געשנייט פאריאר מיטוואך, וואס אזוי האט דער קעפל געמאלדן.

דערווייל....

אגב, ס'אינטערעסירט מיר צו עס געשנייט פאריאר מיטוואך פונקט ווי די פאריעריגע שניי מיטוואך.

געוויסע חברים דא האבן עס שוין פארענטפערט...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

אוראייניקל האט געשריבן:האט אראפגעשנייט דא א פופציגער בתפארתו

(גראדע איז היינט דאנערשטיג)

לכבוד פרשת 50/50..


האט איינער באמערקט דאס גוט ווארט צווישן די שורות?

לך לך = 50-50
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

@פופציגער, אמת יעדעס ווארט, הערליך גוט ארויסגעברענגט,
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

מי ראה את פיפצי כותב ואינו קורא?

הערליך פיפצי!! לוינט זיך שוין די גאנצע וואלן פאר אזאנע ווארע, קיפיראפ !!
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

למעשה זאגן די כעוורע א דאס יאר וועט יא שנייען מיטוואך...

צוויי שעה געבליבן! - אנגעבליך
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כאנישקנאאאנונג וועגן שנייען מיטוואך. פופצי, זאג נאר, ווער האט געווינען די וואלן, הע?

גראדע האסטעך באנארישט, (נמביגדפ) אויב ווייסעך אויף דיר נאך צוויי פרטים, האסטעדעך מגלה געווען אין נאו טיים.
וויפיל מענטשן טערסירט נישט די וואלן, הא?

לענין, א הערליכע גארדזשעס ארטיקל.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

געשנייט??? גערעגנט??? ווייסעך נישט!

הנאה געהאט?

ביטע ווארף אריין עפעס!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: האט למעשה געשנייט פאריאר מיטוואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך גיי כאפן א היטש מיט די פופציגער און לייגן מיין פעידזש אויך...

https://www.charidy.com/cmp/ivelt/admin
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”