מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (זיבעטע און לעצטע טייל שוין ארויף)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פערטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

maybeeynot האט געשריבן:יישר כח פאר די שיינע באשרייבונג אין מזל טוב צום פרישע מיידעל זאלסט זען אסאך אידיש נחת געזונטרהייט

ב.ד.וו. פארוואס האסטו נישט אריינגעוואקט צי באבי קיין ווילי ?

איך האב נישט געהאט קיין כח צו וואקן אזוי לאנג נאכ'ן נישט שלאפן פאר איבער 24 שעה.
Browsing
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פיפטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Browsing »

מאסיוו מאסיוו!!!

איז שוין דא א גאנצע פי די עף, מיט אלע 5 חלקים?

(וועגן די שטריימעל אין מאנהעטן, האב איך געהערט בשפ כ"ק ר' ישראל חיים מנשה בן בילא לרפו"ש שליט"א, ראב"ד סאטמאר, אז צווישן גוים גייט מען נישט מיט א שטריימעל, דאס רופט ארויס ביי זיי מאדנע'שאפט וואס פעלט נישט אויס, משא"כ אין וויליאמסבורג איז עס ווי אין טשיינע טאון, ווי זיי קוקן נישט געהעריג...)
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פיפטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

וואוינענדיג סמוך ונראה צום וויליאמסבורג בריק האב איך קיינמאל נישט געזעהן אידן אריבער וואקן די בריק מיט א שטריימל
טייל פלעגן עס איבערלאזן אין די דערנעבענדיגע בתי מדרשים אדער איבערלאזן אינדערהיים
מאנכע פלעגן גאר וואקן מיט א הוט, אבער מיט א שטריימל מאן דכר שמיה
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2365
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פערטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

עולם הפוך האט געשריבן:האט דער ראביי געזאגט א פשט, אז דער באשעפער האט טאקע געוואלט אז אברהם אבינו זאל שחט'ן יצחק און אברהם האט טאקע נישט אוועקגעשטיפט זיינע געפילן צו זיין קינד, נאר פארקערט גאר ער האט אויסגענוצט די צייט און איינגעריסן

איינגעריסן אז דער כביכול זאל חרטה האבן.
היבש היבש מאדנע...
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פערטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

עולם הפוך האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:הערליך שיין און גוט געשריבן!
איך ווארט שוין קוים אויף די נעקסטע.
איך מיין אז יעצט וועט דער עולם דאווענען אז דו זאלסט מאכן אסאך שמחות אזוי וועלן אונז האבן אסאך צו ליינען פון דיינע סחורה.
----
א רבנישע מענדלאוויטש איז מסתם נאר פון די לאדאני משפחה.

קען זיין. ער האט מיר געזאגט די באקאנטע מענדלאוויטש משפחה פון וויליאמסבורג און בארא פארק.

דא האסטו זיין אינטערוויו
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 6#p1609916
און די מענדלאוויטש, זענען די ר' משה מענדל'ס משפחה. ר' יצחק מענדלאוויטש
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פיפטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

קרייסלער האט געשריבן:וואוינענדיג סמוך ונראה צום וויליאמסבורג בריק האב איך קיינמאל נישט געזעהן אידן אריבער וואקן די בריק מיט א שטריימל
טייל פלעגן עס איבערלאזן אין די דערנעבענדיגע בתי מדרשים אדער איבערלאזן אינדערהיים
מאנכע פלעגן גאר וואקן מיט א הוט, אבער מיט א שטריימל מאן דכר שמיה

אלס איינער וואס האט שוין געוואקט דעם בריק האלט איך אז דער עולם לאזט עס פשוט איבער מפני טורח המשא.
חול המועד בין איך שוין אפאר מאל געווען מיטן שטריימל אין מאנהעטן, נאר איין מאל האט מיך איינער אפגעשטעלט פרעגן דערוועגן.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו

דו ווערסט בעסער בעסער און בעסער מיט יעדע חלק!
איך ווארט שוין קוים אויף די זעקסטע הקפה.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פיפטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

שטומפיג האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:וואוינענדיג סמוך ונראה צום וויליאמסבורג בריק האב איך קיינמאל נישט געזעהן אידן אריבער וואקן די בריק מיט א שטריימל
טייל פלעגן עס איבערלאזן אין די דערנעבענדיגע בתי מדרשים אדער איבערלאזן אינדערהיים
מאנכע פלעגן גאר וואקן מיט א הוט, אבער מיט א שטריימל מאן דכר שמיה

אלס איינער וואס האט שוין געוואקט דעם בריק האלט איך אז דער עולם לאזט עס פשוט איבער מפני טורח המשא.
חול המועד בין איך שוין אפאר מאל געווען מיטן שטריימל אין מאנהעטן, נאר איין מאל האט מיך איינער אפגעשטעלט פרעגן דערוועגן.

גא"מ

דעם גוי היינט צוטאגס גייט בכלל נישט אן וויאזוי דו גייסט אנגעטוהן, אז דו וועסט דיך אנטוהן זאקן אויפן קאפ וועט איהם עס אויך נישט שטערן קיין כי הוא זה, און אפילו אויב איינער שטעלט יא אמאל אפ פרעגן וועגן דעם שטריימל איז דאס עפ"י רוב פאר אינטערעסאנטקייט, כבדידי הוה עובדא אז דער גוי האט געדארפט א פונקטליכע אדרעס וואו מען קען עס קויפן ווייל ער וויל עס אויך האבן...

נאר וואס דען, אמאליגע צייטן ווען די גוים אליין זענען געווען מער מאראלישער און עס איז נאך געווען ביי זיי אזא זאך ווי א נארמאלע לעבנס שטייגער, וואלט ארויסגערופן א שטיקל וואונדער ווען א איד גייט מיטן שטריימל אין גאס און פארדעם פלעגט מען טאקע נישט גיין, אבער היינט צוטאגס שהאדם כבהמה נדמה גייט זיי בכלל נישט אן וויאזוי דו ביזט אנגעטוהן, מען קוקט דיר ניטאמאל אן.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פיפטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:

אזוי איז אין מאנהעטן.
פרוביר צו גיין מיט א שטריימל אין א קאנסערוואטיווע שטעטל וואו דער עולם גייט אין קירכע יעדן טאג.

אה"נ, מרעדמיר דאך פונעם מאנהעטענעם לעבנס שטייגער.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פיפטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

האב מיר שוין שפאצירט אמאל פון די דרייסיגסטע גאס ביז ווילי דורכן בריק מיטן שטריימל, ס'ניטאמאל אויפאלענד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פערטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

גלאזער האט געשריבן:
עולם הפוך האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:הערליך שיין און גוט געשריבן!
איך ווארט שוין קוים אויף די נעקסטע.
איך מיין אז יעצט וועט דער עולם דאווענען אז דו זאלסט מאכן אסאך שמחות אזוי וועלן אונז האבן אסאך צו ליינען פון דיינע סחורה.
----
א רבנישע מענדלאוויטש איז מסתם נאר פון די לאדאני משפחה.

קען זיין. ער האט מיר געזאגט די באקאנטע מענדלאוויטש משפחה פון וויליאמסבורג און בארא פארק.

דא האסטו זיין אינטערוויו
viewtopic.php?p=1609916#p1609916
און די מענדלאוויטש, זענען די ר' משה מענדל'ס משפחה. ר' יצחק מענדלאוויטש

א גרויסן יישר כח פאר'ן ברענגען די אינטערוויאו מיט הרב יאזעפאוויטש.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פערטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

עולם הפוך האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:
עולם הפוך האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:הערליך שיין און גוט געשריבן!
איך ווארט שוין קוים אויף די נעקסטע.
איך מיין אז יעצט וועט דער עולם דאווענען אז דו זאלסט מאכן אסאך שמחות אזוי וועלן אונז האבן אסאך צו ליינען פון דיינע סחורה.
----
א רבנישע מענדלאוויטש איז מסתם נאר פון די לאדאני משפחה.

קען זיין. ער האט מיר געזאגט די באקאנטע מענדלאוויטש משפחה פון וויליאמסבורג און בארא פארק.

דא האסטו זיין אינטערוויו
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 6#p1609916
און די מענדלאוויטש, זענען די ר' משה מענדל'ס משפחה. ר' יצחק מענדלאוויטש

א גרויסן יישר כח פאר'ן ברענגען די אינטערוויאו מיט הרב יאזעפאוויטש.

https://www.yiddish24.com/interviews/130/3528
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פיפטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

קודם מזל טוב צום קינד, האסט כאטש א נאמען געגעבן נאכ'ן באבע'ן?

שרייב נאך. מיין מאמע פלעגט זאגן אז מ'בעט נאך איז עס די בעסטע קאמפלימענט
איר זענט עפעס מורא'דיג..יעך גיי ניסלעך פאר דיין דעטעלירקייט
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פיפטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

Kollel האט געשריבן:קודם מזל טוב צום קינד, האסט כאטש א נאמען געגעבן נאכ'ן באבע'ן?

שרייב נאך. מיין מאמע פלעגט זאגן אז מ'בעט נאך איז עס די בעסטע קאמפלימענט
איר זענט עפעס מורא'דיג..יעך גיי ניסלעך פאר דיין דעטעלירקייט

יאפ! נאך די באבע.. פון וואו ווייסטו סודות פון חדר.. :lol:
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פיפטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

זעקטע טייל

---------

א גאר אינטערעסאנטע זאך פאר מיר איז געווען דעם צווייטן טאג ראש השנה ביים דאווענען ווען פאר מוסף האט דער ראביי אויסגערופן אז צוליב דעם וואס מ'טאר נישט מפסיק צווישן די תקיעות במילא טאר מען נישט ענפערן 'ברוך הוא וברוך שמו' דורכאויס גאנץ מוסף, אבער 'אמן' מעג מען יא וויבאלד ס'הייסט נישט קיין הפסק.

נאכ'ן דאווענען איז א איד (ווארשיינליך אין זיינע 50'ער 60'ער יארן) צוגעקומען צו מיר ארויסגייענדיג אין גאס, ער האט מיר אויסגעפרעגט וואו איך וואוין, וויאזוי איך הייס, וואס די יולדת טוט, וויאזוי איז די בעבי אא"וו (ווייזט אויס אז נישט נאר מיר חסידישע אידן פרעגן יענעם אויס...). ער האט גערעדט א פליסיגן חסידישע אידיש, נאכ'ן רעדן מיט אים עטליכע מינוט האב איז אים געפרעגט וויאזוי ער הייסט, ער האט מיר געזאגט אז ער הייסט ריקמאן און ער וואוינט שוין יארן אין מאנהעטן, יעדע זאך וואס איך האב אים געפרעגט האב איך געדארפט איברפרעגן אמווייניגסעטנס 2 מאל, ער האט מיר געזאגט אז ער הערט שווער, האט איך אים פרובירט צו בארואיגן אז ווען מ'רעדט מיט א מאסק הערט מען נישט יענעם אזוי גוט, ער האט זיך נישט געלאזט טרייסטן און האט מיר געזאגט אז ער מוטשעט זיך אייביג מיט די שמועה.

איך האב אים געזאגט אז איך האב באמערקט אז רובא דרובא מתפללים זענען עלטערע אידן איז מיין שאלה צו אים געווען אויב די אינגערע דורות קומען שוין ליידער נישט אין ביהמ"ד? האט ער מיר געזאגט אז מסתמא דאווענען זיי מיט די ערשטע (8:00 מנין), אויף וואס איך האב אים געענפערט אז איך האב געזען די אידן פונעם ערשטן מנין פארלאזן די ביהמ"ד און זיי זענען אויך געווען מער ווייניגער עלטערע אידן, האט ער מיר געזאגט אז סתם א שבת איז דאס ביהמ"ד מער פול ווי יעצט ר"ה במילא גלייבט ער אז אסאך מענטשן זענען אוועקגעפארן אויף ראש השנה. איך האב אים קאמפלימענטירט אז איך זעה ער קען א פיינעם אידיש (א זאך וואס איך נישט געזען דארט אויסער ביי הרב יאזעפאוויטש), עס האט אים קענטיג געשמעקט די קאמפלימענט און ער האט זיך אויפגעטון אז זיין ב"ב קען אויך א פליסיגן אידיש. נאכ'ן רעדן מיט אים עטליכע מינוט אויפ'ן גאס האב איך אים געפרעגט וועלכע זייט ער גייט, וויבאלד אויב גייען מיר אויף די זעלבע וועג איז קענען מיר דאך גיין אינאיינעם. וכך הוה, ער האט טאקע געדאר]ט גיין אויף די זעלבע וועג ווי מיר אראפ East 29th st אראפ צו די נידריגערע עוועניו גאסן.

מיר האבן אפגעמאכט אז מיר גייען טאקע גייו צוזאמען, ער האט צוגערופן זיין ב"ב און איר געזאגט אז מיר גייען און ער האט זיך נאכאמאל צו מיר אויפגעטון זאגענדיג "דאס איז מיין פרוי זי קען א פליסיגן אידיש".. איך האב אים געזאגט אז די ראביי האט געמאכט א פיינעם ארבעט מיט די דאווענען אויף וואס ער האט צוגעשטימט. ער האט מיר אויך געשאגט אז ער איז בלויז צייטווייליג וויבאלד די אפיציעלע ראביי איז געפארן מיט זיין גאנצע קיין ארץ ישראל צו זיין דארט א יאר צייט און ער איז הערשט יעצט געפארן און ער גייט נאך דארט זיין לאנג. "מ'דארף האפן אז די ראביי גייט נישט בלייבן וואוינען אין ארץ ישראל" האב איך אים געגעבן א זאג. "יאפ! ווער וויסט וואס דא גייט זיין האט ער געזאגט" (מיט א טיפע ווייטאג), די לינקע ליבעראלן טוען צודרייטע זאכן, זיי זענען אנטיסעמיטן מ'דארף רחמי שמים. האב איך אים געזאגט אויף דעם האבן מיר יעצט מתפלל געווען אז אלעס זאל זיין גוט פאר אונז. זיין אשת חיל האט זיך אנגערופן צו אים This is not for Rosh Hashuna talk.. (עס איז נישט געמאכט צו רעדן דערפון אום ראש השנה). התשא דאתית להכא.. אז מ'רעדט שוין "פאר וועם גייט איר שטימען אין די נאוועמבער וואלן?" האב איך אים געפרעגט. זאגט ער מיר פאר ביידן זיכער נישט, די לינקע ליבעראלן זענען בעל הבית איבער אים. לגבי טראמפ האט ער געזאגט א אויסדרוק בזה"ל וואס איז מיר שטארק געפאלן, און איך קוואוט: "טראמפ אלץ א מענטש איז ער א בהמה" (א ליטווישע כאפ..) אבער ער איז געווען גוט צו אידן און פאר די עקענאמיע במילא גייט ער ווארשיינליך שטימען פאר טראמפ.

רעדענדיג פונעם ביהמ"ד "אדרת א-ל" האט ער מיר געזאגט אז ס'איז די עלטסטע קהלה אין גאנץ מאנהעטן וואס געפינט זיך נאך אויפ'ן זעלבן ארט זינט איר גרינדונג, ס'זענען דא נאך שוהלן וואס זענען אוין אזוי אלט, אבער אלע האבן זיך אריבערגעצויגן צו נייע לאקאציעס אויסער די דאזיגע ביהמ"ד. די קהלה און ביהמ"ד איז געגרידעט שוין 163 יאר אלט, און איז געגרינדעט געוועארן אין יארע 1857 למס'. ער האט מיר געזאגט אז לכתלה איז עס געווארן געגרינדעט אלץ א 'יעקישע' קהלה, למעשה האט זיך עס געטוישט צו א ארטאדאקסישע קהלה. אנקומענדיג פארענט פון זיין הויז האב איך אים געזאגט אז איך האב באמערקט א אינטערעסאנטע זאך ארומגייענדיג אויף צענדליגער גאסן אין מאנהעטן (אריינגערעכנט ערב יו"ט אויפ'ן וועג צום בית חב"ד) אז איך האב נישט געזען קיין שום אנטיסעמיטיזם גייענדיג אויפ'ן גאס, אויב עפעס איז עס געווען פונקט דאס פארקערטע, מענטשן האבן מיר באגריסט מיט "העפי ניו יער" אדער "שאנא טאווא" באגריסונגען, קיינער האט מיר נישט נאכגעשריגן אגער חוזק געמאכט פון מיין אידישקייט. אויף דען האט ער געזאגט אז ס'איז אמת אז אין מאנהעטן הערט מען נישט פון קיין אנטיסעמיטיזם ב"ה. (אזוי בשעצ'ן רעדן דערפון האט אונז א גוי באגריסט מיט א שאנא טאווא).

צואיקקומענדיג אין שפיטאל איז שוין געווען 1:20 דעריבער האב איך פארפאסט די שופר בלאזן אין די הויף פונעם שפיטאל. איך האב שנעל איינגעפאקט די עסן פאר די סעודה און מיך ארויפגעיאגט צו 13טן שטאק מיט די האפענונג נאך צו כאפן די שופר בלאזן דארט (געהייסן אויף 1:30) פאר די פרויען וואס האבן געבוירן קינדער אז זיי זאלן קענען יוצא זיין די מצוה פוון תקיעת שופר. ב"ה איך בין אנגעקומען נאך פאר ער האט אנגעהויבן בלאזן. דער בעל תוקע איז געווען א איד מיט א שטיקל בערדל ער האט מיר געזאגט אז ער איז די איינציגסטע ארטאדאקסישע איד וועלכע וואוינט אין די NYU קאמפלעקס (זעט אויס אז זיי האבן א צאל קביעת'דיגע איינוואוינער) במילא האט מען אים מכבד געווען צו בלאזן. ער האט מיר געזאגט אז ער האט נאר באקומען רשות צו בלאזן 30 תקיעות, ער האט מיר געפרעגט אויב איך האב שוין געהערט שופר בלאזן? איך האב אים געזאגט אז יא אבער נאר 60 תקיעות און איך דארף נאך משלים זיין. האט ער מיר געזאגט אז לכבוד מיר גייט ער בלאזן נאך 10 תקיעות צו א ס"ב פון 40 תקיעות אז איך זאל קענען משלים זיין צו מאה קולות. איך האב מיר באדאנקט פאר אים, ער האט זיך אנטשולדיגט פאר'ן בלאזן אז ער איז נישט קיין גוטע בעל תוקע און ער קען נישט בלאזן דעריבער זאל איך אים מוחל זיין.

די פלאץ וואו ער האט געבלאזן איז געווען אין די צעטער פון די שטאק, (ביי די עלעוועיטארס), דארט געפינט זיך אויך א קאנפערענץ רום. ער איז אריינגעגאנגען צו זיין אין די קאנפערענץ רום בשעת ער בלאזט און ער האט געלייגט א מאסק אויפ'ן שופר - דארט ווי די קול קומט ארויס צו באדעקן די לופט - (כדי ח"ו אונז נישט אנצושטעקן מיט קאראנא..). למעשה האט ער פיין געבלאזן, (בעסער ווי הרב מארקס האט געבלאזן אין ביהמ"ד). איך האב אים געזאגט אז ער האט זיך נישט וואס צו שעמען פון פראפעסיאנאלע בעלי תוקע..

פארזעצונג קומט בעז"ה
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (זעקסטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

כ’קען נישט גלייבן א כ’האב נאכנישט רעאגירט אין דעם אשכול.

א געוואלדיגער ארבעט! איך שלונג מיט דארשט.
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (זעקסטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

זיבעטע טייל

---------

נאכ'ן דאווענען דעם צווייטן טאג ראש השנה האט דער ראביי געהאט אויסגערופן "At 4:00 we will be doing a Tashlich service at East 35th st. at the River" (אז ס'גייט פארקומען א מעמד תשליך ביי די וואסער וואו כל הקהל איז מזומן, אזוי אויך גייט מען דארט בלאזן שופר פאר די וואס האבן נאכנישט געהערט) דארט נעבן וואו די טעקסי שיף נעמט אויף רייזענדע. דער ראביי האט מיר געבעטן נאכ'ן דאווענען אז איך זאל אנטיילנעמען אין די מעמד. אום 4:00 בין איך אנגעקומען צו די וואסער, עס איז געווען דארט גרויסער עולם פארזאמעלט - ארום 100 מענטשן - אנשים נישם וגם טף (גם לרבות די הינטלעך וואס טייל האבן מיטגעברענגט מיט זיך..) מען האט געווארט א שיינע פאר מינוט, דער עולם איז געווארן גרעסער און גרעסער פון מינוט צו מינוט. איך האב געזעהן אסאך מענטשן וואס האבן נישט אויסגעקוקט צו זיין מבני ישראל איך האב מיך געוואונדערט וואו די אלע אידן זענען געווען ביים דאווענען.

נאכ'ן ווארטן א היבשע וויילע איז דער אויבנדערמאנטער בעל תוקע ר' מרדכי מארקס אנגעקומען מיט'ן שופר, ער האט זיך אנגעטון א טלית (ביים דאווענען האט ער אויך געהאט א קיטל) און ער האט געבלאזן 30 תקיעות. (נאך א מזל איך האב מיר נישט פארלאזט דארט צו משלים זיין די מאה קולות וויבאלד ער האט נאר געבלאזן 30 צו א ס"ה פון 90 תקיעות). אזוי אינמיטן האב איך באמערקט ווי הרב ריקמאן און זיין ב"ב קומען אן צו תשליך, ער איז צוגעקומען צו מיר און זיך געפריידט אז איך בין געקומען אנטייל נעמען אינעם תשליך צערעמאניע. אויף מיין פראגע אויב די אלע אידן וואס זענען דא יעצט האלטן שבת ויום טוב? האט ער געזאגט אז ער וויל נישט מקטרג זיין אום ראש השנה אבער זיכער אז נישט אלע פון די באטייליגטע היטן שבת. איך האב אויסגעדריקט מיין וואונדער צו אים אז שבת ויו"ט היטן זיי נישט אבער צו תשליך קומען זיי, האט ער מיר געזאגט "כאטשיג עפעס", אז די מענשטן טראכטן שבת האלט איך טאקע נישט אבער כאטשיג צו תשליך גיי איך. דערנאך האט ער מיר געזאגט אז אסאך מענטשן וואס זענען נישט אזוי פרום אבער זיי שיקן די קינדער דא אין די לאקאלע מוסד און זיי באקומען אויך די אנליידענונגען אויף אימעיל וועגן דעם קומען זיי אויך צו תשליך.

בעפאר תשליך האט די ראביי געהאלטן א דרשה צו אלע פארזאמעלטע (איך האב נישט געקענט הערן קיין ווארט וויבאלד ער האט גערעדט א מאסק און איך ביך געשטאנען ווייט צוליב וואס א גרויסע עולם פון די באטייליגטע זענען געווען פרויען). איך האב באמערקט א אינטערעסאנטע זאך וואס זעט אויס אז ביי זיי איז עס א מנהג אז יעדער בלי שום יוצתא מן הכלל ווארפט אריין א שטיקל ברויט אדער לקח פאר די פיש אין ים, יעדער ברענגט זיך מיט א קליינע בעג איינגעפאקט מיט א שטיקל און מ'ווארפט עס אריין. (איך ווייס נישט אויב ס'איז אויסגעהאלטן הלכה'דיג צו געבן עסן פאר די פיש אום יו"ט). דארט איז געווען אן עלטערער איד (ביים דאווענען האב איך אים נישט געזען) וואס תיכף ווען ער האט אריינגעווארפן זיינע צוויי שטיקלעך קעיע איז א גרויסע פייגל געקומען און זיך גלייך מחי' געווען מיט די קעיק. ער איז געווען אביסל באליידיגט פארוואס די פייגלעך קומען גלייך צו זיינע שטיקלעך קעיק..

אזוי שטיי איך ביים וואסער, אפגעריקט מער פון 6 פיס פון אלע ארומוגע און איך קוק מיך אום אויף די שיינע פאנעראמע (די וועטער איז געווען היבש קאלט יענע טאג) אינמיטן קומט איינער צו צו מיר און פרעגט מיר אויב איך קען ביטע ארויפרוקן מיין מאסקע העכער מיין נאז וויבאלד זיי האבן א קליין קינד מיט זיך און מ'דארף אכטונג געבן צוליב קאראנא.. נישט קיין פראבלעם, איך האב ארויפגערוקט מיין מאסק. זייענדיג נייגעריג ווי אלט איז דאס קינד וואס צוליב דעם דארף מען ארויפרוקן דעם מאסק, געב איך א קוק זעה איך אז דאס קינד איז שוין ווארשיינליך אמווייניגסטענס איין יאר אלט אבער דאך האבן זיי מורא געהאט אז ס'קען שעדיגן דאס קינד אין פאל איך האב קאראנא (איי מ'זאגט דאך אז קינדער ווערן ע"פ רוב נישט אפעקטירט שטארק?.. אין די צייטן פון קאראנא פרעגט מען נישט קיין קשיות..).

האלטענדיג פאר'ן אוועקגיין פונעם מעמד אדיר תשליך זעה איך ווי צוויי חבד'סקער חסידים, טראגענדיג די פולן טראגע, זיצן צוזאמען ביים וואסער איך בין צוגעגאנגען נענטער העאב איך געהערט ווי זיי זינגען אונטער ווארימע אידישע לובאוויטשע ניגונים, איך האב זיי געפרעגט פון וואו זיי קומען, האבן זיי געזאגט אז זיי זענען געקומען פון קרוינהייטס צו בלאזן שופר פאר די אידן וואס האבן נישט געהערט (איינער פון זיי האט מיר געזאגט אז געווענליל א יאר ראש השנה בלאזט ער אין שפיטעלער אבער היי יאר צוליב קאראנא האט מען אים נישט אריינגעלאזט). איך האב מיטגעהאלטן ווי זיי פרעגן א משפחה אויב זיי האבן שוין געהערט שופר בלאזן? ווען זייער תירוץ איז געווען אז נישט האבן זיי זיך אנגעטראגן צו בלאזן פאר זיי, די חביבות המצווה צו נזכה זיין אנדערע אידן מיט שופר בלאזן האט אזוי געברענט אין זיי אז עס איז נישט אדורכגעגאנגען מער ווי עטליכע סקונדעס און זיי האבן געפרעגט איינמאל און נאכאמאל די משפחה אויב זיי זענען שוין גרייט צו הערן שופר בלאזן.

דערנאך בים איך צוריק צום שפיטאל און דעמיט איז געקומען צו אן ענדע מיין אינטערעסאנטע היסטארישע איבערלעבעניש זייענדיג אויף ראש השנה אין שפיטאל אין מאנהעטן, ב"ה פאר א שמחה, און דאווענען אין א ביהמ"ד זיך צו באקענען מיט אונזערע ברידער תושבי מאנהעטן, מיט זייערע הלכות און מנהגים ספעציעל בעת קאראנא. דאס חסד פון כלל ישראל האט זיך הערליך ארויסגעשריבן מיט'ן אזוי שיין צחשטעלן די ביקור חולים שטוב צו זיכער מאכ'ן אז אידן וועלכע דארפן אנקומען אין שפעטאל פאר זיי וועלכע סיבה זאלן האבן מכל טוב וטוב (ווי איך האב שפעטער געהערט איז אנגעקומען מיט גרויס שוועריגקייטן ביז די שפיטאל האט אריינגעלאזט די עסן. א איבערלעבעניש וואס איך וועל בעז"ה קיינמאל נישט פארגעסן.

זאל דער אייבערטער העלפן אז מיר זאלן אלע האבן אויס'געפועל'ט א זיסע יאר, א יאר מיט שמחה ונחת, השפעות לרוב עד אין סוף ,פרנסה בריוח בבריאות השלימת און ס'זאל שוין זיין ת'הא ש'נת פ'דה א'ותנו און מיר זאל זיך שוין צוריקקערן צו אונזער לאנד מיט משיח צדקינו בקרוב ,אמן.
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (זעקסטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

זייער שיין. א גרויסן שכח
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (זיבעטע און לעצטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

הערליכע ארטיקעל, אנגענעמער שפראך.
א דאנק
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (זיבעטע און לעצטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

רייכער איד האט געשריבן:הערליכע ארטיקעל, אנגענעמער שפראך.
א דאנק
קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (זיבעטע און לעצטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינקעפיק »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
רייכער איד האט געשריבן:הערליכע ארטיקעל, אנגענעמער שפראך.
א דאנק
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (זיבעטע און לעצטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

הערליך שיין, נאר אויף שמחות

כמיין זאלסט אנהייבן ארומפארן פראווען שבתים אין אזעלכע פארווארפענע מקומות און צוריק קומען מיט א באריכט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (זיבעטע און לעצטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

קרייסלער האט געשריבן:הערליך שיין, נאר אויף שמחות

כמיין זאלסט אנהייבן ארומפארן פראווען שבתים אין אזעלכע פארווארפענע מקומות און צוריק קומען מיט א באריכט

גא"מ להנ"ל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6285
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (זיבעטע און לעצטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

PDF?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”