ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

ש'כח, דעיס איז מורא'דיג
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

למעלה משבעים האט געשריבן:דאס איז עפעס נישט סתם. אפגעליינט אין איין אטעם.

א לינק צו א פידיעף.

ש'כח ש'כח ;l;p-
געשמאקע צייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 22, 2021 12:11 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע צייטן »

רעב איד איר זאלט מיר זיין געבענטש!
איך לייג אוועק די פארזענוצג פאר שבת די מאכסט מיר א ריכטיגע עונג שבת!
איך גיי פשוט באנאנעס......
די ספינערשקייט איז סופער דיינע געדאנקען און לשונת איז סופער איך קען די קלאר זאגן די סייזט אין אינטערגעציפטע שמייכל פון איתמר מיט זיין טיפע ליידיקייט וואס ברענט פאר נצחון און די ראויעלדויגע אויגן פון אדמאוו מיט די שטארקייט און בראווקייט פון מישא איך וואלט זיי דערקענט אין חלום!
אוועטאר
שרויפקאפ
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 9:08 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפקאפ »

אויפדעקונג! די מעשה איז נישט געשטויגן און געפלויגן!!!
הערשט יעצט אנגעפרעגט ביי ר גוגלען וועגן Blain Kurantzies, און ער ווייסט נישט דערפון צו זאגן...

אטערווייס איז עס גווען סופער עז יוזשעוואל, מיט דיין אייגענארטיגע געשמאק, א גרויסן טענק יו
האמיר און זיימיר, א לעכטיגן ביי
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

בערל קראקאווער האט געשריבן:איך בין געווען סטאק פאר א לענגערע צייט ביי די סאמע ערשטע קאפיטלען, אבער די לעצטיגע טעג האבן מיר געפינען מיין בינטל ארויסגעפרינטע בלעטער, און אפגעלעזט א שיין ביסל.

פשוט אלץ ׳אל תמנע טוב מבעליו׳ מוז איך נאטירן עטליכע שורות:

איך האב קיינע ווערטער - דער וואלטיער איז א מיסטעריע, באלד ווי זיינע מיסטעריעזע ווערק - שפאנונג און דראמא, א זעלטענע ברייטע ידיעה אין אזוי פיל אספעקטן, א לעקסיקאן שלא מעלמא הדין.

איבער אלעם אז ער גייט אן מיט אזא ערליכקייט, פארזעצונג נאך פארזעצונג, אזוי צייטליך! קודאס!

דו גיי נאר ווייטער אן מיט דיין זעלטענע ווערק, און מיר וועלן זיך באלעקן די פינגער.

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

שרויפקאפ האט געשריבן:אויפדעקונג! די מעשה איז נישט געשטויגן און געפלויגן!!!
הערשט יעצט אנגעפרעגט ביי ר גוגלען וועגן Blain Kurantzies, און ער ווייסט נישט דערפון צו זאגן...

אטערווייס איז עס גווען סופער עז יוזשעוואל, מיט דיין אייגענארטיגע געשמאק, א גרויסן טענק יו

קענסט שוין שלאפן רואיג :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

דינסטאג.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

וואלטיערטג
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

א גוטן דינסטאג נאכמיטאג...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 2-3, צווייטער טייל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

קאפיטל 2


ר' שמעון אויסלענדער האט באקומען אויף איין מאל צוויי זייער וויכטיגע טעקסטס אויף זיין סעל-פאן.

איינס פון זיין ווייב,
-די שדכנ'טע האט געזאגט אז די וויינבערגער משפחה וויל ווייטער גיין מיטן שידוך-

און די צווייטע פון זיין קאלעגע אין די ארבעט,
-קום שוין אריין אין אפיס. עף.בי.איי. און 'סעקוריטיס ענד עקסטשענדש קאמישן' אגענטן זענען דא. מען האט יעצט ארעסטירט לאוגען סטריקלענד-

די צווייטע טעקסט האט אזוי צושאקלט ר' שמעון אז ער האט פארגעסן צוריקצורופן זיין ווייב איבער די שידוך פאר זיין זוהן. לאוגען סטריקלענד איז געווען א בראוקער וואס האט געארבעט גלייך אונטער ר' שמעון און איז טרענירט געווארן דורך אים און האט באריכטעט צו אים. וואס האט פאסירט אז מען האט אים ארעסטירט? ר' שמעון האט זיך געאיילט צו אפיס, אנגעצויגן און צומישט.

ווי נאר ער האט אריינגעטראטן אינעם מאדערנע, עלעגאנטע בנין וואס האט ענטהאלטן אלע אפיס שטיבער פון בלעין קורענציס האט ער געשפירט א קאלטקייט פון אלע ווינקלען. פראסטיגע בליקן פון פעדעראלע אגענטן און קאלעגעס האט געצילט אויף אים אין באשולדיגונג. ביי טיר פונעם גרעסטן אפיס איז געשטאנען דער בעל הבית און סי.אי.או. פון בלעין קורענציס, מיסטער בלעין, און אים געוויזן מיטן פינגער איינצוקומען אין זיין אפיס. ר' שמעון האט קוים געקענט שלעפן זיינע פוס און זיינע אקסלען זענען געווען שוואך פון די דרוק פון שאנדע וואס איז געזעצן אין די לופט העכער אים. ווען ר' שמעון האט צוגעמאכט די טיר הינטער זיך האט מיסטער בלעין אים געלאדנט צו זיצן.

"סיימאן, איי עם טרולי סארי," האט ער אנגעפאנגען, "אבער דא ענדיגט זיך דיין ארבעט מיט בלעין קורענציס. עס איז נישט דא א שיינע וועג דאס צו זאגן, און איך וויל דיר נישט אנצוען. דו ביזט אויפגעזאגט פון דיין פאזיציע."

ר' שמעון האט נאכנישט געהאט פארדייעט די ערשטע שאק, און דא איז געקומען די צווייטע גלייך דערנאך.

"איך פארשטיי...נישט," האט ער געזאגט מיט א בראך אין זיין שטימע.

"סיימאן, איך קען דיך שוין אזויפיל יארן, און איך ווייס אז דו ביזט א געטרייער און ארנטליכער ארבעטער. אבער דיין ארנטליכקייט האט געברענגט אז דו זאלסט געטרויען מענטשן צופיל און נישט זעהן דאס וואס איז געווען גלייך אונטער דיינע אויגן. לאוגען סטריקלענד האט שוין לענגערע צייט 'עמבעזלט' פון די פירמע, און דו האסט גארנישט אויפגעכאפט. דו האסט נישט גענוג גוט און גרונטליך געקוקט אויף זיינע ליגנטס און פאלטשע באריכטן, און ער האט גערויבט פון אונז ריזיגע געלטער."

"וויאזוי קען דאס זיין?" האט ר' שמוען געפרעגט מיט צומישעניש, "איך האב פערזענליך איבערקוקט אלע זיינע באריכטן, און איך וואלט עס אויפגעכאפט."

"טאקע פאר דעם דארפן מיר דיר אויפזאגן. דאס אז דו האסט עס נישט אויפגעכאפט, ווען דאס איז דיין ספעציאליטעט. עס איז גרינג צו קוקן ביי אנדערע צו זעהן וויאזוי זייערע פינאנצן פאלן צוזאם, אבער דאס צו כאפן ביי די אייגענע איז קריטיש וויכטיג. ערשט ווען א פירמע 'אודיט' האט אויפגעכאפט די רויב האבן מיר געמיינט אז אפשר האסטו א האנט דערין. איך האב גענומען דיין זייט, פארשטייט זיך, ווייל איך קען דיר פאר אן ערליכער, אבער עס זענען געווען עטליכע וואס האבן דיר יא פארדעכטיגט. די עף.בי.איי. און סעקוריטיס אגענטן אבער געפארשט און גענישטערט און גארנישט געטראפן אויף דיר. אבער דאס אז דו האסט די גאנצע צייט נישט אויפגעפאסט וואס גייט פאר אין די 'בראוקערס' אונטער דיר איז צו פראבלעמאטיש. איים סארי."

ר' שמוען האט געפילט אזא הארץ-וויי און באליידיגונג, אז עס האט אים געברענגט כמעט צו טרערן. איז ער טאקע געווען אזוי אומפעהיג אלץ אן ארבעטער אז ער האט נישט געזעהן דאס וואס איז געווען גלייך אונטער זיין נאז?

"איך וויל זעהן די 'אודיט' באריכט," האט ער געזאגט מיט א וואקלדיגע שטימע.

מיסטער בלעין האט געשאקלט מיטן קאפ אין פארשטענדעניש. "איך וועל דיר עס שוקן, איך פארשטיי אז דו ווילסט עס אליין איבערקוקן. עס וועט אבער נישט העלפן. דו צייטונגען וועלן באריכטן מארגן אויף די נייעס פון לאוגען סרטיקלענד'ס ארעסט, און דאס וועט ברענגן פארשעמונג צום רעפוטאציע פון אונזער פירמע. מיר מוזן ווייזן אז עס זענען דא קאנסעקווענצן און אז מיר נעמען די סארט אויפפירונג זייער ערנסט."

ר' שמעון, אן ארבעט, פארשעמט און צובראכן, האט זיך אריינגעזעצט אין בית המדרש. עס האט אים גענומען א לאנגע צייט ביז ער האט אפילו געקענט עפענען א תהילים צו שעפשן א געבעהט און אויסגעבן זיין הארץ, זיין צומישעניש, און פארשעמונג. נאכן אויסגיסן זיין הארץ האט ער זיך אהייגעקערט, און ערשט פרובירט צו באהאלטן פון זיין משפחה וואס עס האט פאסירט. אבער ער איז נאך געווען צו שטארק צושאקלט, און כאטש ער האט געוואוסט אז פאר'פאניק'טע מענטש נעמט נארישע שריט, האט ער נישט באמערקט וויאזוי זיינע געפילן האבן אים געפירט צו מאכן נארישע באשלוסן.

***

"העלא, דשאנאטאן, דא רעדט שמעון אויסלענדער, עס זעהט אויס אז וועל מוזן איבערטראכטן דיין פארשלאג. אפשר קענען מיר זיך טרעפן מארגן אויף א מיטינג, דורכשמועסן די זאך. געב מיר א רוף צוריק, ישר כח, א גוטע נאכט."

ר' שמעון האט געדריקט די 'ענד' קנעפל אויף זיין טעלעפאן, ווען ער האט געפארטיגט מיטן מעסעדזש וואס ער האט געלאזט פאר אגענט ראטשעסטער. ער האט געהאפט אז ראטשעסטער וועט נישט אויפכאפן דעם לייכטן ציטער אין זיין שטימע, ווייל ער איז געווען איבערגענומען מיט געפיל, שרעק און פאניק ווען ער האט געמאכט דעם פאון קאל. אבער ער האט נישט געהאט קיין ברירה. ראטשעסטער האט צוגעזאגט אז די קאנטראקט אין אוקריינע צאלט גוט געלט, און שמעון איז פלוצלינג געווען אין א פאניקדיגע געדאנקנגאנג, און ער האט געשפירט א דרוק צו כאפן די ערשטע געלט געלעגנהייט וואס איז אים אונטערגעקומען. נישט ווייל ער איז פלוצלינג ארעם געווארן, נאר ווייל ער פלוצלינג געשפירט אז ער מוז זיך אליינס איבערצייגן אז ער קען נאך יא די פאך.

די זייגער האט שוין געוויזן שפעטע שעה'ן, און ר' שמעון האט זיך נאך געדרייט מיט זארג און אנגסט אינעם קיך. ער האט פראבירט זיך צו בארוהיגן אבער קיין איין מיטל האט אים נישט געהאלפן. זיינע נערווען און מחשבות זענען אים געווען צושאסן, ער האט געשפירט ווי די ווענט, די מעבל, די ארט אינעם שטוב באשולדיגן אים, און טייטלען אויף אים, אלס דער אומפעהיגער טאטע וואס האט געברענגט שאנדע אויף זיך און אויף זיין משפחה. וויאזוי האט ער געקענט זיין אזוי פארנאכלעסיגט? האט ער טאקע געטרויעט מענטשן צו שטארק? האט זיין ערליכקייט געברענגט צו דעם אז ער האט נישט געקענט באגרייפן אז אן אומערליכן בראוקער זאל ארבעט אונטער אים?

זיין ווייב איז אריינגעקומען אינעם קיך, אירע אויגן האבן געבלינקט קעגן די לעכטיגקייט פון די לעקטער, די זייגער האט געוויזן 4:00.

"צו האב איך דיר געוועקט מיט מיין גערודער?" האט ר' שמעון געפרעגט, "איך בעט דיין אנטשולדיגונג, איך האף אז דו קעסט נאך צוריק שלאפן. די קינדער וועלן זיין אויף באלד, עס איז שוין כמעט די פרי מארגן."

זיין אשת חיל האט זיך אבער נישט צוריק געלייגט, נאר זיך גענומען פארן ביים טיי לעדל. א הייסע טיי, גרינע בלעטער מיט האניג איז דאס בעסטע פאר אומרוהיגע נערווען, האט זי געקלערט. מיט א קליינעם לעפעלע, און אויף א גלאזערנעם טעלער האט זי אים סערווירט די טיי.

"יישר כח."

"מיט פארגעניגן."

"אז דו ביסט שוין יא גענצליך ערוועקט, דאן ביטע לאז מיר מיט דיר מיטטיילן מיין צומישעניש, לאה. איך ווייס נישט וואו זיך אהינצוטוען פאר זארג."

שווערערהייט האט ער מיטגעטיילט מיט איר זיין בראך. ער האט איר דערציילט וויאזוי ער האט פארנאכלעסיגט צו האלטן אן אויב אויף די 'בראוקערס', און צוליב דעם אלעס פארלוירן. ער האט איר אויך דערציילט איבער ראטשעסטער'ס פארשלאג.

"איך קען דיר נישט זאגן פאר זיכער איין וועג, אדער די אנדערע," האט זיין ווייב אים געענטפערט מיט מיטלייד, "ווייל די ריזיקעס וואס די וועסט נעמען אין א קריגס ארט, און די סכנה וואס דו קענסט זיך אריינשטעלן, קען מען נישט פאראויסזאגן. עס קען זיך אויסלאזן מיט גארנישט, אן קיין שום געפאר, אבער עס קען אויך זיין סכנות'דיג, און דעריבער קען איך דיר נישט פסק'נען. אבער פון די זייט, זעהט מיר דאך אויס ווי השי'ת האט צוגעגרייט די רפואה פאר די מכה. מר. ראטשעסטער האט דיר דאך געזאגט פונעם אנבאט, נאך פאר דו האסט זיך געטראפן אנגעוויקלט אין דעם פלאנטער."

ווען ר' שמעון האט צוגעשאקלט מיט'ן קאפ, האט זיין ווייב פארגעזעצט, "אלזא, איך האלט אז דו זאלסטו זיך בערראטן מיט א קלוגן איד."

שמייכלנדיג האט ר' שמעון צוריק געענטפערט, "איך בעראט זיך שוין מיט א קלוגע אידענע, דאס איז פאר מיר גענוג."

זיין ווייב האט צוריקגעשמייכלט, אבער געזאגט מער ערנסט, "איך האלט אז דו זאלסט זיך שואל עצה זיין מיטן רב, אדער עס איבעררעדן מיט א פארשטענדליכע איד וואס זאל די קענען גוט פירן אין דיין החלטה."

ר שמעון האט געשאקלט מיטן קאפ, אבער ער האט נישט אזוי געטוען. זיינע געפילן פון פארשעמונג און פאניק האבן אים געפירט צו פעלערהאפיטיגע באשלוסן. ער האט נישט אנגענומען זיין אידענע'ס ווערטער און פאר קיינעם נישט דערציילט וואס ער גייט דורך. די שידוך פאר זיין זוהן איז געלייגט געווארן אויף א זייט בעת ער איז געפארן אויף זיין געשעפטס-רייזע קיין אוקריינע. עטליכע טעג נאכן אנקומען אין קיעוו איז ר' שמעון פארשוואונדן געווארן.

* * *





קאפיטל 3
מאסקווע, יולי, 2014

די דיקע רויעך פון רוסישע ציגארן האט זיך קיינמאל אויסגעלופטערט פון דעם מיליטערישן שענק, און איז אלץ געהאנגען אין די לופט ווי א דינע נעפל. עס איז אלץ געווען פארטינקלט, און נאר א פאר שוואכע געל-לעכטיג לאמפן האבן געארבעט אין די וואנט-לייכטער. אויך די דיקקייט פון די ווענט איז געווען געמאכט אזוי צו דערשטיקן הויכע גערידער, געלעכטער, אדער סתם קלאנגען וועלכע קענען צושטערן דעם כמארע וואס האט זיך דארט איינגעגעסן אין די ווענט. די אטמאספערע האט געשפיגלט די מעלאנכאליכע וואס יעדער אפיציר וואס איז דארט אריינגעקומען האט געשפירט אין הארץ. אט די ביטערניש און אומצופרידנהייט וואס מיליטערלייט ליידן ווען עס איז נישט פארהאן קיין שלאכט פעלד. ווען די וועלט איז נישט קעאטיש, ווען פרידן הערשט אויף די ציווילע באפעלקערונג, איז נישטא קיין ארט פארן קאריערע אפיציר. א מיליטערישער מאן, וואס זוכט דעם נעקסטן שלאכט פעלד, דעם נעקסטן קאמף, קען זיך נאר טרעפן באקוועם אין איין פלאץ אינעם פרידליכן וועלט, און דאס איז איבער א גרויסן גלאז זויערע ביר.

אין אט אינדרויסן אזא מיליטערישן שענק האט אגענט דשאנאטאן ראטשעסטער זיך געפינען אויף אן אומגעווענליכע יולי פרי-אווענט. עס איז קיין שומר נישט געווען ביים טיר, ווייל ווער עס האט געוואוסט אז ער געהערט נישט אהין וואלט זיך נישט געוואגט אריינצוגיין. ער האט פארזיכטיג אויפגעמאכט די טיר, און לאנגזאם אריינגעטראטן אינעם 'אפיצירן סאלאן'. זיין טרענירונג איז אריין אין פולן קראפט, און ער האט מענטאל גענומען א בילד פונעם גאנצן שטוב, די אפיצירן אין יוניפארם, די אפיצירן אין ציווילע קליידער, די פארטונקלטע ווינקלען אין שטוב, און די הינטערשטע ארויסגאנג אין פאל ענינים פארפלאנטערן זיך. אפילו מיט זיין ראזיר-שארף אינסטינקטן איז ער פארט געווען אן אמעריקאנער אגענט אין אן אומאנגענעמע לאגע, אין אן ארט וואס שוואהמט מיט רוסישע אינטעליגענץ אפיצירן. ער האט זיך געשפירט ווי א גאזעל צווישן א גרופע ווילדע קעץ. א נארישער, געוואגטער, און געפארפולע פאזיציע.

אגענט ראטשעסטער האט געבלינקט צו קענען זעהן בעסער אינעם פאררויכערטן טינקלקייט, און געזוכט זיין קאנדידאט. עס וואלט נישט געווען שווער פאר ראטשעסטער ארויס צו קלויבן דעם איינעם, מאיאר מישא אלישייב, פון א רעגלמעסיגע עולם, צוליב דעם פאקט אז דעם מאיאר איז געשטאנען העכער און ברייטער רוב מענטשן, אבער אין א מיליטערישן געזעלשאפט איז געווען שווערער. די מאסיווע געשטעלן פון די ארומיגע סאלדאטן, טייל פון זיי ספעטסנאז טרענירט, האבן אים פארבארגן פון ראטשעסטער.

דאן האט ער באמערקט דעם מאיאר ביים שענקטיש. זיינע אקסלען זענען געווען געבויגן איבערן טיש, און זיינע פינגער האבן געצירקלט די ראנד פון א גלאז וואס האט געגלאנצט מיט די גאלדענע וויסקי דערון. זיין פנים איז געווען פארטונקלט אינעם שאטן, אבער מען האט אים גלייך געקענט אידענטיפיצירן ביי די לאנגע העסליכן וואונד וואס איז אראפגעלאפן אויף די רעכטע זייט פון זיין פנים, פון פונקט אונטער זיין אויג, ביז אונטער זיין באק. ראטשעסטער האט, ווי אמאל, זיך געוואונדערט פון וואו דער מאיאר האט באקומען אזא שלעכטער וואונד וואס האט זיך אזוי שלעכט פארהיילט. מיט די מחשבה האט ער זיך אוועקגעזעצט אויפן ליידן בענקל צו לינקס פון דעם קאריערע סאלדאט.

"העי, יעוו," האט ער געזאגט ווען מיט זיין האנט האט ער געוויזן פארן באר-מאן אז ער וויל די זעלבע אלקאהאל וואס דער אפיציר האט געהאט. נאר א געניטער אויג וואלט באמערקט אז מאיאר אלישייב איז איבערראשט געווארן ווען ער האט דערקענט דעם קול, 24 יאר נאכן עס לעצט הערן.

"עס זענען נאר פארהאן געציילטע מענטשן אויף די וועלט וועלכע האבן די געוואגטקייט מיר דאס צו רופן," האט אלישייב געזאגט, נישט אויפהייבנדיג זיינע אויגן פונעם גלאז.

עס איז געווען קלאר אז דער מאיאר איז נישט געווען אין די גוסטע, און אויפברענגענדיג זיין אלטער צונאמען האט נישט געהאט דעם געהאפטן אפעקט אויף אים. ראטשעסטער האט זיך נישט דערשראקן פון די אייזיגע וועלקאם.

'איך האף אז נאך דויטשלאנד, נאך דעם וואס איך האב דיר געהאלפן מיט דעם אלטן לעוו, האב איך זיך פארדינט די ווירדע צו זיין פון 'די געציילטע'."

"הממפף," האט זיך דער מאיאר אינטערגעברומט אן קיין אינטערעסע.

"איך שפיר זיך ווי א האן צווישן א באנדע וועלף, ווי זיי גרייטן זיך יעדע מינוט דעם קאפ מיר אפבייסן," האט ראטשעסטער אנגעמערקט אויף די פילע בליקן וואס ער האט געצויגן מיט זיין אנוועזנהייט, אבער זיין לייכטע טאן האט אנגעגעבן אז ער בכלל נישט באזארגט.

"ווי לאנג זיי זעהען אז דו ביזט מיט מיר וועט דיר קיינער באלאסטיגן," האט אלישייב אים אפגעענטפערט.

"און דאס איז א פאקט?"

"דאס איז דער פאקט."

"דו ביסט געשטיגן אין די וועלט, אויב טראגסטו אזויפיל געוויכט אין א פלאץ ווי אסאך זענען העכער ראנקיג פון דיר. איך קען זיך שווערן אז איך האב באמערקט גענעראל ניקאלאס סארגאסקי אין א שפיל פון 'דארטס' ביים עק צימער."

מאיאר אלישייב האט אויסגעליידיגט זיין גלאז אין איין טיפן שלינג, און אנגעוויזן פארן באר-מאן אז זיין גלאז איז ליידיג.

"איך קען זאגן די זעלבע אויף דיר," האט אלישייב געזאגט ווען ער האט צוריקגעקריגן זיין גלאז מיט די פרישע מאס וויסקי, "דו ביסט פיל געשטיגן פון אן איינפאכער אגענט צו די העכסט-ראנקיגער געלט-מאן, ערמיטלער, און פאנדן-נאכפאלגער אין די סי. איי.עי."

"און פון וואו ביזטו באקאנט אזוי מיט מיינע אקטיוויטעטן?"

"דיין נאמען איז פיל מאל אריבער מיין שרייבטיש. סיי די אינטעליגענץ און קאנטער-אינטעליגענץ געמיינדעס זענען פונקטליך באקאנט מיט דיינע אקטיוויטעטן. ווי אן אומגעוואונטשענער געוואוקס שפראצטסטו ארויס סיי וואו, סיי ווען, עס איז דא א קריג אדער א קאנפליקט צווישן לענדער. אלץ מיטן אנגעשטעלטן פנים פון א פשוט'ער קאנסולאט איינגעשטעלטער. מיר ווייסן אז דיין ספעציאליטעט אינעם סי.איי.עי. איז נאכצוגיין געלטער און פאנדן אין קאנפליקט לענדער. אבער, און גלייב מיר עס איז נישט ווייל מען האט נישט פרובירט, קיינער קען אנקלעבן די אקטיוויטעטן צו דיין נאמען. דו בלייבסט אייביג אויף די לעגאלע זייט פון די נאציאנאלע געזעצן. דו ביסט 'אנטאשטעבל', ווי די אמעריקאנער האבן ליב צו זאגן," האט דער מאיאר געענפערט.

"העי," האט ראטשעסטער געצויגן מיט די אקסלען, "מיר אלע שפילן די געים, טייל שפילן עס בעסער ווי אנדערע." ער האט זיך ווידער ארומגעקוקט דעם באר, און באטאנט: "איך שטעל זיך פאר אז אסאך פון די אנוועזנדע זענען עף. עס. בי. אגענטן וועלכע דערקענען מיר, און מיין אנוועזנהייט ווערט שוין באריכטעט איבער די איבער די אינטעליגענץ אפאראט."

נישט אויפהייבנדיג זיין בליק האט דער מאיאר געענטפערט, "דו שמייכלסט צו דיין אייגענעם עגא אויב דו טראכסט אז דיין אנוועזנהייט ווערט נאר יעצט באריכטעט. זיי ווייסן שוין לאנג אז דו ביסט דא, פילייכט ווייסן זיי נאך פון בעפאר דו האסט געוואוסט, אבער זיכער זינט דו האסט געלאנדעט. סיי די עף. עס. בי. און סיי די עס.ווי.אר.אר.עף. טראץ דעם, זאל דיר דאס נישט זארגן, ווייל אלע דא אינעם באר זענען נאר ארמיי און לופט-ארמיי אפיצירן, נישט אינטעליגענץ אגענטן."

דאס איז געווען אן אפענע ליגנד, אבער ראטשעסטער האט עס נישט אפגעפרעגט.

"און דו," האט ראטשעסטער געפרעגט, ווי איינער וואס פרעגט אויף דעם וועטער, "ביזט נאך אלץ א מיליטערישער ליעיזאן? יעצט צו די עף. עס. בי אז די ק.ג.ב. איז אונטערגעגאנגען?"

"ווער פרעגט?"

"א פריינט."

"און דאס ביזטו, מיסטער אמעריקאנער?"

"איך האף אזוי," ראטשעסטער האט פרובירט צו זיין סאנפט און פריינטליך, "כ'האב געהערט אז לעצטנס קענסטו נוצן נאך גוטע פריינט."

ראטשעסטער האט צוגעלייגט דעם שטאך ווייל ער האט געוואלט ארויסבאקומען אן רעאקציע פונעם מאיאיר. ער האט געוואוסט אז דאס וועט אים אונטערצונדן ווייל עס האט געזאגט פארן מאיאר אז די אמעריקאנער ווייסן וואס עס גייט פאר מיט אים. די אמעריקאנער האבן געוואוסט אז אלישייב ארבעט דירעקט אונטער וולאדימיר פוטין, און אז ער איז זיין קאנטאקט אין די מיליטערישע אינטעליגענץ אבטיילונגען.

זיי האבן אויך געוואוסט אז לעצטנס האט דער מאיאר געפונען אן אומ'חן ביי דעם רוסישן פרעזידענט, זיי האבן אבער נישט געוואוסט פארוואס. זיי האבן געהערט אז דער רוסישער פירער האט באפוילן די מיליטער צו שטראפן דעם מאיאר. פארדעם איז נאך אלישייב געווען פולער פאלקאווניק, אבער די מיליטער האט אים באליידיגט און געשטראפט אין אים אראפגערוקט א פולן ראנק, צוריק צו מאיאר. עס איז געווען א כמעט אומדערהערטער שריט פון די מיליטער, צו נעמען איינס פון זייערע אייפלוסרייכסטער און דעקארירטער אינטעליגענץ אפיצירן, מיט פארבינדונגען אין די העכסטע שטאפלען פון די רעגירונג און אונטער די פליגל פונעם פרעזידענט אליין, און אים אראפרוקן א ראנק אלץ שטראף. אבער אז דער פרעזידענט האט באפוילן האבן זיי געפאלגט. זיי האבן אפילו נישט געפרעגט וואס ער האט זיך אזוי פארזונדיגט. דער מאיאר האט געוואוסט וואס האט ער געטוען אז ער האט זיך פארדינט אזא שטראף, און דאס איז געווען גענוג. די שמועה איז געווען אז עטליכע 'פריינט' האבן פרובירט אראפצורוקן אלישייב'ן פון זיין אמט, און האבן שוין יארן געהעצט קעגן אים.

דעם מאיאר איז נישט געפאלן אז די אמעריקאנער ווייסן אז ער האט פארלוירן די שטיצע פון זיין 'באס'. ער האט זיך אויסגעדרייט דירעקט צום אמעריקאנער אגענט, אים געקוקט גלייך אין די אויגן, און שארף פארלאנגט, "וואס זוכסטו אין מאסקווע? איך גלייב נישט אז דו ביזט געקומען סתם פרעגן איבער מיין וואוילזיין, און צו זעהן וויאזוי איך האב פארברענגט מיין צייט זינט 1989 דויטשלאנד."

ראטשעסטער האט זיך נישט געיאגט צו ענטפערן.

"די קאלטע קריג איז פארטיג שוין איבער צוואנציג יאר. וואס זוכט איינס פון די בעסטע סי. איי.עי. אגענטן אין מאסקווע אין א צייט וואס רוב אגענטן זענען פארנומען אין די שטורמישע מיטל מזרח? וואס, אמעריקאנער, ווילסטו איינגטליך פון מיר?"

ראטשעסטער האט גענומען א לאנגן שארפן שלינג פון זיין גלאז זיך צו געבן צייט צו טרעפן די ריכטיגע ווערטער אריינצוציען דעם מאיאר. ער האט אים נישט געוואלט פארלירן מיטן ערשטן פארזוך. דעריבער האט ער באשלאסן צו גיין דירעקט צום פונקט. פראפעסיאנאלע אינטעליגענץ אפיצירן זענען נישט סובל ווען מען שפילט מיט זיי קינדערישע ווערטער שפילן.

"איך זעה אז דו געדענקסט די יארן אין וועלכע מיר האבן זיך ערשט באקענט. און דעמאלץ ביזטו מיר געקומען בעטן א טובה אין מיטן א גרויע, אנגעזעצטע טאג. און נאך די אלע הינדערנישן האב איך אויסגעפירט דיינע אנווייזונגען און געפירט דעם אלטן אהיים. די צייט איז געקומען וואס איך וויל איינמאנען די חוב."

"רעד," האט דער מאיאר געזאגט.

"עס רעדט זיך וועגן א איד אין געפענגעניש אין אוקריינע, העכטס ווארשיינליך פארכאפט דורך פרא-רוסישע רעוואלוציאנערן, און מעגליך דורך די רוסישע פארא-טרופן און ספעטסנאז סאלדאטן."

"אזוי גאר?" האט דער מאיאר געפרעגט, די סקעטיציזם קלאר אין זיין קול. וויאזוי העט געקענט זיין אז ער, אלץ הויעך-ראנקיגע אינטעליגענץ אפיציר, האט נישט געהערט דערפון?

"דער איד איז מיר א פערזענליכע פריינט. איך בין דיר געקומען בעט הילף. איך ווייס אז דו האסט די פארבינדונגען וואס איך האב נישט אין אוקריינע. אויך ווייס איך אז אונטער די שווארצע אויסדרוק און דיקע שלייער פון גלייכגילטיגקייט האסטו א ווארעמע הארץ."

דער מאיאר האט נישט געענטפערט.

"אנשטאט צו שפילן מיט דיר נישטיגע 'געימס' צו זעהן ווער עס קען בעסער איבערקלוגן דעם אנדערן, וועל איך קומען גלייך צום פונקט. איך בין נישט דא אלץ אן אפיציעלן פארטרעטער פון די אמעריקאנער רעגירונג. איך בין דא אלץ א איינער וואס האט פארלוירן א טייערע פריינט און וועט טוען אלעס אים צוריקצוזעהן געזונט און זיכער. דאס מיינט אז איך בין געקומען איינמאנען דעם חוב, אפילו אויב עס וועט מיר מאכן אומבאקוועם."

"חוב?" האט אלישייב אפגעווארפן ראטשעסטער'ס רייד, "דו האלטסט אז איך קום דיר עפעס אפצאל נאכדעם וואס איך האב דיר ארויסגענומען פון טורמע און טייער באצאלט אז מען זאל דיך פריי-לאזן? פארדאמטער אמעריקאנער גרויסהאלטונג," האט אלישייב געברימט.

ראטשעסטער האט נישט געוואוסט וואס אלישייב האט געמיינט מיט "טייער באצאלן" אבער ער האט זיך פארגעשטעלט אז עס האט געהאט עפעס צו טוען מיט די פארהאנדלונגען וואס אלישייב האט געהאט מיט פוטין נאכדעם וואס זיי זענען געפאקט געווארן אין בערלין די אלע יארן פריער.

"ניין," האט ראטשעסטער אים געענטפערט רואיג, וועלנדיג קלארער מאכן זיינע ווערטער. "נישט נאר פאר דעם חוב בין איך געקומען אהער. נאר ווייל איך ווייס אז דו וועסט טוען אלעס פאר דיינע אידישע ברידער. איך האב דאס געזעהן אין דיר נאך די אלע יארן צוריק, און איך גלייב אז עס איז ליגט אין דיר די געפיל. געדענק, עס איז נישט גרינג פאר מיר צו קומען בעטן אזא גרויסע זאך פון א רוסישע אפיציר, וועם רוב וואלטן באצייכנט אלץ מיין פיינט און קעגנער פון א פאליטישע און אינטעליגענץ פערספעקטיוו. איך האב מיך געבראכן פאר דעם איד'ס וואוילזיין, איך בעהט דיר ברעך זיך אויס. דו האסט ביז מארגן נאכט מיר צו געבן דיין ענטפער. סיי וואס דיין ענטפער וועט זיין, וועל איך אנגיין מיטן מיסיע אים צו טרעפן. איך בין אינעם 'דרוזשעסטוועני' גאסט הויז, נעבן 'אליטסא פעטראווסקע," האט ראטשעסטער פארענדיגט מיט'ן אדרעסע און גאס נאמען.

ווינקנדיג מיט זיין האנט פארן באר-מאן אז ער גרייט זיך ארויסצולאזן, האט ראטשעסטער זיך אנגערופן מיט א דרייסטיגקייט וואס האט געמיינט צו טריצן דעם אפיציר פון רוסלאנד, "מיין פרענד דא וועט באצאלן פאר מיין געטראנק" ער האט זיך אויפגעשטעלט, געקלאפט פריינטליך אויף אלישייב'ס רוקן, און ארויס פונעם סאלאן.

ווי נאר ער האט ארויסגעטראטן האט אים דער מאסקווער נאכט באגריסט מיט פרישע לופט וואס האט אים געפעלט אינעם שענק. ער האט ארויסגעלאזט א לאנגן אטעם, און דאס נערוועזיקייט וואס ער האט געשפירט, אבער קיינמאל געוויזן פאר אלישייב'ן, האט אים אביסל פארלאזט. נישט אז ער האט געפארכט אז איינע פון די אינטעליגענץ אפיצירן אינעם באר וואלטן אים אומאנגענעמליך געמאכט אדער געטשעפעט אפן, אבער ער איז געווען זיכער אז א רעפארט פון זיין באזוך און שמועס מיטן מאיאר האט שוין דערגרייכט די טישן פון די עף.עס.בי., און פילע פון זיי זענען געווען פרעכע אגענטן נאך איבערגעבליבן פונעם נאטארישן ק.ג.ב. מיט געציילטע פון יענע חברה האט ער געהאט אלטע חשבונות, און ער וואלט זיך נישט געוואלט טרעפן מיט קיין איינער פון זיי אין א טינקעלע גאס.

ראטשעסטער איז געמיטליך געגאנגען צו זיין גאסט הויז דורך די טווערסקעיע געגנט אין מאסקווע, דרייענדיג אין זיין געדאנק אהין און צוריק די ווערטער וואס ער האט געזאגט פאר אלישייב'ן, און דעם מאיאר'ס אנטווארטן צו אים. ער האט שפאצירט שטאטעלעך ווייל ער האט געוואלט אלעס פונקטליך איבערטראכטן און איבערקייען. ער האט פרובירט צו מאכן אן אינטעליגענטע שאצונג צו ער האט איבערגערעדט דעם מאיאר צו קומען צו דעם הילף פון דעם נעבעכדיגן איד, וועמענס לעבן איז געווען אין אן ערענסטן געפאר. ער האט זיך נישט פארגינען צו טראכטן אז עס קען ח"ו שוין זיין צו שפעט. אזעלכע געדאנקן וואלטן אים געגעסן לעבעדיגערהייט, און אין אזא מצב איז די בעסטע צו האלטן א פאזיטיוון אויסקוק.

ווען ער איז אנגעקומען צו זיין אדרעסע וואס דער אמעריקאנער קאנסולאט האט אים צוגעשטעלט, אן אלטער בעיזש וואוינהויז מיט פריש-לאקירטע שמידאזיין גאטער, האט ער זיך אומגעקוקט צי ער זעהט עפעס פארדעכטיגט. אפשר האט אים איינער נאכגעפאלגט, אדער אפשר קען ער דערשפירן סיי וואספארא אנדייטונג אדער גערוך פון געפאר, אבער אלעס האט אויסגעזעהן אין ארדענונג. נאר איין קליין קעצל האט ער געדארפט פארטרייבן פון די טרעפ ווען ער איז ארויף צום הויז. אין די קארידאר, פון צווישן צוויי קאסטנס, האט ער ארויסעצויגן זיין דינסט-וואפן וואס ער האט פארשאפט ביים עמבעסי. ער האט עס געהאט פריער באהאלטן דארט, נישט וועלנדיג מיטנעמען געוועהר צום באר, ווייל דאס וואלט געווען צו ריזיקאליש. אויב וואלט מען אים געכאפט מיט פארבארגענע וואפן וואלט מען אים ארעסטירט און אנגעקלאגט דערויף, און ווי אלישייב האט באטאנט, האט ער זיך אייביג געהאלטן אויף די לעגאלע זייט פון זיינע נאכיעגער.

אויפן דריטן שטאק האט ער זיך א קער געטאן צו די לינקע זייט און אריינגעלייגט זיין שליסל אינעם שליסל לאך פאר אפארטמענט דריי-בי. זייענדיג גוט טרענירט מיט די אינסטינקטן פון א פראפעסיאנאלע אגענט, איז ער פארזיכטיג אריינגעטראטן אין שטוב, און גלייך געשפירט אז ער איז נישט אליין אינעם פאדערצומער, כאטש די לעקטער אינעם שטוב איז געווען פארלאשן. פאר א רגע האט ער געטראכט פון אגענט ווילקינסאן, זיין פארטנער, אבער ער האט שנעל אפגעלאזט דעם געדאנק, ווייל ער האט נישט געקענט טראכטן פארוואס ווילקינסאן וואלט געזעצן אין א פולקאם טינקעלע צימער אזוי.

ער האט גענומען נאך א טריט אריין אינעם צימער, און מיט די שנעלקייט פון א צירקוס קונצלער האט ער אין איין באוועגונג, פון נאר סעקונדן, געברענגט זיין ביקס פארנט פון זיין ברוסטקאסטן, און מיט זיינע ארעמס אויסגעשטרעקט, אנגעצונגן די לעקטער פון שטוב מיט א הייב פון איין אקסל קעגן די וואנט. מיט די וואפן אין די הענט, אויסגעשטרעקט אין די ריכטונג אין צענטער פון צימער, גרייט צו אטאקירן, און קעמפן פאר זיין לעבן, האט ער געבלינקט שנעל זיך צוצוגעוואוינען צו די נייע ליכטיגקייט. ער האט געדרייט זיין קאפ שנעל רעכטס און לינקס, און געזעהן א פיגור זיצן אין א זייטיגע סאפע, און ווען יענער האט זיך נישט גערירט, און נישט אנגעגריפן, האט ער געקענט קוקן אויף יענעם, און געקענט איבערקומען זיין אדרענאלין צו פאקוסירן אויף דעם איינצעלנעם מאן.

צו זיין שאק האט ער דערקענט זיין אומערווארטעטע גאסט אלץ מאיאר מישא אלישייב, און יענער איז געזעצן רואיג אויפן קאוטש ווי ביי זיך אין אפיס. אויף זיין שויס האט ער געהאלטן די לעפ-טאפ וועלכע ראטשעסטער האט איבערגעלאזט אויפן טיש. ווען מישא האט אויסגעדרייט דעם לעפ-טאפ אינעם ריכטונג פון ראטשעסטער האט ער געקענט זעהן אז עס איז אפן געווען צום פייל וואס האט ענטהאלטן די אינפארמאציע איבערן שיקזאל פון דעם אמעריקאנער איד, אין וועמענס מצב ראטשעסטער האט געוואלט אריינדרייען דעם מאיאר.

אנערקענענדיג אז ער איז באמת נישט אין געפאר, נאר דער מאיאר האט געשפילט מיט אים, האט ראטשעסטער שארף ארויסגעאטעמט, און פרובירט זיך צו אריענטירן, צו באהאלטן זיין שרעק און צומישעניש פון דעם מאיאר. זיין בלוט איז אים אבער געווען אזוי צעקאכט אז ער האט אויסגעשאסן א רייע פראגן פאר ער האט זיך געקענט באהערשן.

"ווי אזוי ביזטו אריינגעקומען דא? ווי אזוי ביזטו בכלל אנגעקומען פאר מיר, אויפן דריטן שטאק נישט ווייניגער? און וואו איז מיין אסיסטענט, ספעציעלע-אגענט סאמועל ווילקינסאן? ער האט געהאט דירעקטע אנווייזונגען נישט צו פארלאזן דעם הויז," האט ער צוגעענדיגט אביסל מיט ביטערניש אז זיינע באפעלן זענען נישט אויסגעפאלגט געווארן, און דעריבער האט ער זיך צונאר געמאכט פארן רוסישן מאיאר.

מישא אלישייב האט זיך נישט געוואגט צו לאכן אויף דעם באדויערליכן לאגע פון ראטשעסטער אזוי אים נישט צו עפנטליך באליידיגן, אבער א שמייכל האט געשפילט אויף זיינע ליפן. ער האט קענטליך הנאה געהאט פון דעם אומבאקוועמליכקייט פונעם צומישטן אמעריקאנער.

"סאמועל ווילקינסאן איז יעצט אויף זיין וועג צום אמעריקאנער עמבעסי אויף 21 נאוויצקי בולוואר, וואו ער מיינט אז עס האט זיך געמאכט אן עמערדזשענסי, און אז ער האט יעצט א דרינגענדע קאנפרענץ מיט מיסטער קאנאר מקלעיש," האט מישא געענטפערט מיט הומאר, "און דאס וואס איך בין דא אין דיין גאסט הויז צימער, אן קיין ווארענונג, דאס איז מיין ענטפער צו דיין ווערטער. איך וועל דיר העלפן זוכן דעם איד. אה, און אויך לייג אוועק דיין האנט געוועהר. דו דערשרעקסט די שלעפעריגע טויבן אויפן פענסטער באנק."

ראטשעסטער האט אראפגעלייגט זיין ביקס אויפן קאווע טישל, זיך שווער אנידערגעזעצט אויפן ערשטן בענקל, און זיך צולאכט.

"איך זעה דו ביזט נאך דער זעלבער באנדיט וואס דו ביזט געווען פאר 24 יאר צוריק ווען איך האב זיך באקענט מיט דיר אין מזרח דייטשלאנד. און גוט אז דו האסט שוין דורך געקוקט דעם פייל וואס איך האב צוזאם געשטעלט מיט אינפארמאציע אויף דעם פאראומגליקליכן איד, אבער דאס איז נאר אויבערפלעכליכע אינפארמאציע. די פונקטיליכע דעטאלן פון זיינע פאנגער און מעגליכע ארט פון זיין געפענגעניש וועל איך נאר קענען איבערגעבן אויב נעמסטו ערנסט אן דעם מיסיע. וואס איז דיין אנטווארט?' און נאך פאר אלישייב האט אוספיעט צו ענטפערן האט יענער פארגעווארפן, "און אויך וויאזוי האסטו געעפנט מיין פאסווארט אנטשלאסענעם לעפ-טאפ?"

מאיאר אלישייב האט אראפגעשטעלט דעם לעפטאפ קאמפיוטער אויפן טיש, גענומען א טיפן אטעם, און קלאר געמאכט פאר ראטשעסטער זיין פאזיציע ,"איך נעם אן דעם מיסיע, אבער מיט דריי באדינגונגען. איינס, איך קלייב אויס די 'טיעם' פאר די אקציע. די וועלכע קומען מיט אויף די מיסיע, און די וואס פירן אויס די טעכנישע ראלע, אלע מוזן זיין מענטשן וועם איך קען פארטרויען מיט מיין לעבן. יעדער אמעריקאנער אגענט וואס וועט אנטייל נעמען מוז באקומען מיין פערזענליכע גוט זיגל. צווייטנס, אז איך בין דער ערשטער און לעצטער ווארט אויף די מיסיע. מיין ווארט שטייט, און ווערט נישט אפגעפרעגט. פון יעצט און ווייטער בין איך די אפיציעלע באפעהל'ס אפיציר. און לעצט," האט ער צוגעלייגט גוטמוטיג, "ווען די מיסיע איז פארענדיגט, און מיר האבן ארויסגעראטעוועט דיין פריינט, ברענג מיר א גלאז 'היילענד פארק 30 יעריגע סקאטש'."

ער האט נישט אדרעסירט די פראגע וועגן די קאמפיוטער פאסווארט, פשוט ווייל די קאמפוטער איז שוין געווען אנגעצינדן און אויפגעשפארט ווען מישא איז אהינגעקומען, מסתמא ווייל דער לעצטער וואס האט עס גענוצט האט פארלאזט דעם אפארטמענט, אגענט ווילקינסאן, האט געטוען אזוי אין יאגעניש, און נישט גענומען אין אכט דעם לעפטאפ. אבער עס האט אים נישט געשטערט אז דער אמעריקאנער וועט זיך איינרעדן פאר א וויילע אז ער האט אליינס געבראכן דעם פאסווארט אין די מינוטן וואס ער איז דארט געווען.

ראטשעסטער איז געווען גרייט איינצוגיין אויף אלע באדינגונגען, ווען פלוצלינג האט זיך די טיר פונעם אפארטמענט אויפגעעפנט, און ספעציעלע-אגענט ווילקינסאן, נידעריג, פעש, מיט רויטע באקן, און נאך רויטערע האר, איז שטורמיש אריינגעלאפן אינעם אפארטמענט. ער האט גלייך באמערקט דעם מאיאר, אבער ווייל אלישייב איז געווען אין ציווילקליידונג האט ער אים נישט געגעבן קיין אויפמערזאמקייט, נאר גלייך אדרעסירט זיין פארטנער.

"כ'הא... כ'האף דו וועסט מיר אנט... אנטשולדיגן, ראטשעסטער," האט ער ארויסגעכאפט צווישן שווערע אטעמס, "אז איך האב פארלאזט די הויז. איך האב זיך אר.... ארויסגעיאגט ווען עס איז אריינגעקומען א קאוד סעווענטי סעווען מעלדונג אויף דעם אפיציעלן ליניע. איך האב געהאלטן מיטלוועגס צום עמבעסי ווען איך האב געכאפט אז איינער האט געשפילט א שפאס אויף מיר. קאנאר מקלעיש איז איצט אין סט. פעטערבורג, נישט מאסקווע, דעריבער קען נישט זיין אז ער האט געפאדערט מיין אנוועזנהייט."

ווילקינסאן האט טיף אריינגעאטעמט און מענטאל זיך געמאכט א נאטיץ אויפצוגעבן ציגארעטליך. ער האט שוין נישט געקענט לויפן איין מייל אן אויסנוצן זיין גאנצן לונגן קאפאציטאט. "דו קענסט זיכער זיין אז עס וועט מער נישט פאסירן," האט ער צוגעלייגט מיט זיכערקייט.

ראטשעסטער האט מיט די האנט אוועק געמאכט דעם אינצידענט און געוויזן אויף זיין קאמפאניען, "ספעציעלע-אגענט וואלקינסאן באקען זיך מיט מאיאר מישא אלישייב, פונעם רוסישן ארמיי. דער מאיאר וועט זיין דיין באפעל'ס אפיציר פאר די קומענדיגע מיסיע."

אלישייב האט אויסגעשטרעקט זיין האנט צו ספעציעלע-אגענט ווילקינסאן און אים געפרעגט אין א פערפעקטן ענגליש, אן קיין שפיר פון א רוסישן אקצענט, "דו האסט זיך סיי וואספארא ערפארונג אין 'ארויסשווערצונג' אקציעס, אגענט ווילקינסאן?"

ווילקינסאנ'ס אויגן האבן זיך גרויס צועפנט אין א קאמישן אויסדרוק פון שאק און איבערראשונג ווען ער האט געהערט דעם מאיאר'ס שטימע און עס דערקענט אלץ דעם אריינרופער פון דעם מעלדונג אויף דעם פארזיכערטן עמבעסי ליניע און האט באריכטעט דעם פאלטשן עמערדזשענסי.

"דו ביזט דער אנדרייער וואס האט געשפילט די שפיצל אויף מיר?" האט ער געפרעגט מיט האלב פארדרוס, האלב שעצונג. "איך וועל דיר נאך איין טאג אפצאלן פארן מיר מאכן אויסזעהן קינדיש און נאריש אין די אויגן פון מיין 'באס'. אבער פאר יעצט וועל איך דיר געבן די קרעדיט וואס קומט זיך דיר."

ווען אלישייב האט גענייגט מיטן קאפ, א צייכן אז ער האט אנגענומען דעם קאמפלימענט, האט ווילקינסאן צוגעלייגט, "ראטשעסטער האט מיר אנגעגעבן אז דו טויגסט. ערשט קלאסיגע נייעס אז דו האסט אנגענומען צו פירן די טיעם, מאיאר, ווייל איך בין מער ווי גרייט צו גיין כאפן א שלאף. דיינע שטיקעס אין די לעצטע שעה האבן מיר ערשעפט. פארדאמטע ציגארעטלעך."

און ווילקינסאן איז געגאנגן שלאפן, לאזנדיג די צוויי טיעם פירער זיך ספראוון מיט די מיסיע איינצלהייטן.
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

ש'כח ש'כח ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

מייסטערהאפטיג!

אטעם פארכאפענד!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

WOW!!!
א נייע סטרעין... מיט די זעלבע שמעק!
געוואלטיק!!! ייש"כ!!!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

ריזיגע דאנקען אייך הער וואלטיער!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

הפלא ופלא, אינגאנצן א נייע מהלך הער וואלטיער, א פאך וואס צייגט יעצט ארויס אז די באזיצט גאר פעסט
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

וואלטיער! יו אר דע מען!
דיס איז מאמעש אוט אף דיס ווארלד!
יעדע פארזעצונג איז בעסער און שטערקער!!
קיפ איט אפ!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

איך האב געזוכט מיט וועלכע פון די רעאקציעס איך אידענטיפיציר מיך.

דאס איז עס!
Kollel האט געשריבן:וואלטיער! יו אר דע מען!
דיס איז מאמעש אוט אף דיס ווארלד!
יעדע פארזעצונג איז בעסער און שטערקער!!
קיפ איט אפ!
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

יש לו מנה האט געשריבן:איך האב געזוכט מיט וועלכע פון די רעאקציעס איך אידענטיפיציר מיך.

דאס איז עס!
Kollel האט געשריבן:וואלטיער! יו אר דע מען!
דיס איז מאמעש אוט אף דיס ווארלד!
יעדע פארזעצונג איז בעסער און שטערקער!!
קיפ איט אפ!

גם אני מצרף לדבריו
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

א ריזיגע שכח וואלטיער,
אטעמפארכאפנד!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

שלמה מולכו האט געשריבן:א ריזיגע שכח וואלטיער!

אטעם-פארכאפנד!

גא"מ!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

Kollel האט געשריבן:וואלטיער! יו אר דע מען!
דיס איז מאמעש אוט אף דיס ווארלד!
יעדע פארזעצונג איז בעסער און שטערקער!!
קיפ איט אפ!
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

בלעכענער פנים האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:וואלטיער! יו אר דע מען!
דיס איז מאמעש אוט אף דיס ווארלד!
יעדע פארזעצונג איז בעסער און שטערקער!!
קיפ איט אפ!

רט
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

איך האלט ענדע ערשטע טייל, איך שטיי און קראץ מיך די מארדע, נו.. וואס איז געווען די לעצטע נאמען פון אונזער רוסישע (איים סארי אוזבעקער) בערעלע - מישא, אפשר לאזאר.....
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

חחח
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

היום!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”