א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בן טוב
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

קאנסאלטענט האט געשריבן:אלען דולעס איז זמעלעס אויבערהאר אדער טאקע דער נחשד?
(איך האב שוין פארגעסן אין איך האב נישט קיין געדולד צי איבערליינען,אנטשילדיגט.)

איך פארשטיי אז ער איז זיין אויבערהאר און אויך דער נחשד

@יש לו א דאנק פאר דיין זאפטיגן שטיקל
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

בן טוב האט געשריבן:
קאנסאלטענט האט געשריבן:אלען דולעס איז זמעלעס אויבערהאר אדער טאקע דער נחשד?
(איך האב שוין פארגעסן אין איך האב נישט קיין געדולד צי איבערליינען,אנטשילדיגט.)

איך פארשטיי אז ער איז זיין אויבערהאר און אויך דער נחשד

ניין, צוויי אנדערע מענטשען, געווען אן אויבערהאר און עקסטער א מיטארבערטער וואס איז געווען נחשד איך געדענק נאר נישט די נעמען.
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

מייסטערהאפטיג!!

נאך א וואך ביזן נעקסטן?? :evil: :evil:
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

מער איבער אלען דולעס, קוקט 7,8,9 קאפיטל.

אויסציג פון די 7טע פארזעצונג

די קול פון פארטריקענטע בלעטער ווערן צוטרעטן האט אים געזאגט אז איינער קומט צו גיין אין זיין ריכטונג, ער האט געהאפט אז ס'איז נישט עפעס א לאנגווייליגער וועכטער וואס האט נישט וואס צו טוהן און זעהנדיג אים האט ער באשלאסן צו קומען אביסעל שטופן די צייט און אפשר אויכעט שפילן קארטן, זיין אנגעצויגענקייט האט אבער נאכגעלאזט ווען ער האט געזעהן אז ס'איז אלען דולעס.

אלען דולעס איז געווען א שפיאנאזש אנאליסט, פינעף און פערציג יאר אלט, א הויכער מאן, מיט א קאלטע כאראקטאר, אבער א צוגעלאזענע פערזענליכקייט, זיין ארבעט איז געווען צו טרענירן די פרישע אגענטן וויאזוי אפצוליינען און אנאלאזירן שפיאנאזש באריכטן, און ארויסלערנען א באדייט פון יעדע ברעקל באווייז.

כאטש ס'איז געווען אסאך יארן צווישן די צוויי, האבן זיי אבער געטראפן א געמיינזאמע שפראך צווישן זיך, זעמעלע האט ארויפגעקוקט אויף אלען אלס זיין שטאנד און זיין פערזענליכקייט, און אלען האט גאר שטארק געגליכן דעם יונגען קאדעט, דאס שארפע כיטרע קאפ און גלייכצייטיג נישט פארלירן דעם ישוב הדעת, האט גאר שטאררק באיינדרוקט אלען, און ער איז געווען זיכער אז זעמעלע האט א גרויסע צוקונפט אין די שפיאנאזש וועלט.

אלען האט געגריסט זעמעלע, און זיינע אויגן זענען געפאלן אויף די תפילין וואס זעמעלע האט אקוראשט גענדיגט צוזאמלייגן, ער האט זיך געשפירט גענוג נאנט מיט זעמעלע אים צו פרעגן וואס דאס איז, און זעמעלע האט אים גערן געגעבן צו פארשטיין וואס דאס איז, ער האט זיך אריינגעלאזט אין א שטיקעל שמועס מיט אלען איבער אידישקייט פון וואס אלען איז גאר שטארק באיינדרוקט געווארן, די פאקט אז זעמעלע האט אפילו דא אין באזע ווייטער געהיטן אויף זיין רעליגיע מיט א שטארקייט, האט געברענגט אין אים א שטארקע רעספעקט צו די אינגערמאן.

''איז דיר נישט שווער צו זיין דער איינציגסטער איד אינעם גאנצן לאגער?'' האט אלען געוואלט וויסן.

זעמעלע'ס געזיכט איז פארטונקעלט געווארן, און ער איז שטארק פארטראכט געווארן, אלען האט געזעהן אז ער האט ארויפגעטרעטן אויף א הינער אויג האט ער זיך אנטשולדיגט, און געוואלט פארזעצן צום קומענדיגן נושא, אבער זעמעלע אין זיין פארחלומ'טקייט האט נישט געהערט אלענ'ס אנטשולדיגונגס, און ער האט אנגעהויבן דערציילן מיט א פארקלערטע מינע די גאנצע היסטאריע, פון ווען ער האט זיך באקענט מיט יצחק בינדער, זייער טעגליכע שיעור אין מאנהעטן, און דערנאך אין קאלעדזש, וויאזוי יצחק האט ארויסגעהאלפן ביי זיי אין שטוב מיט געלט, און אזוי דערהאלטן די משפחה נישט אויסצוגיין פון הונגער.

אלען האט זיך צוגעהערט מיט א שטארקע אינטערעסע.

און זעמעלע האט פארגעזעצט, ''און אנפאנג ווען מיר זענען געקומען האבן מיר ביידע עס זייער געגליכן, די מיסטריעזע וועלט פון שפיאנאזש איז עפעס וואס האט אונז ביידע זייער געצויגן, און מיר האבן געמאכט גאר אסאך פארשריט, נאך איין אהאלב יאר, ווען מ'געבט די געלעגענהייט פאר אלע קאדעטן אויסצואוועלן צו זיי ווילן פארזעצן זייער טרענירונג צו ווערן א פולשטענדיגער אגענט, אדער ענדיגן ווי זיי האלטן יעצט און פארלאזן די מיליטער, האט יצחק געקליבן צו ענדיגן זיין טרענירונג, און צוריקגיין אין אינווערסיטעט.''

''אין אנהייב האב איך נישט געקענט פארשטיין וואס האט געברענגט פאר יצחק צו פארלאזן דאס מיליטער, ווען כ'האב אים געדרוקט פאר א ענטפער, האט ער מיר געגעבן צו פארשטיין אז צו בלייבן דא מיינט זיין א פולשטענדיגער קנעכט פאר די מיליטער, אזאך וואס ער וויל בשום אופן נישט זיין.''

כ'האב מיך פרובירט צו טענה'נען מיט אים אז ס'איז נישט אזוי ווי די סאלדאטן וואס מ'קען אייביג אריינרופן אין דינסט ווען די מיליטער דארף זיי, ווידעראום מיר באקומען א באשטימטע צאל שטונדן פער יאר וואס מיר דארפן טוהן ארבעט פאר די מיליטער, צו איז דאס ברעכן קאודס אדער אפילו ארויסגיין אויף א מיסיע, אבער מיר זענען זעלבסט שטענדיג.''

''יצחק אבער האט אנדערש געהאלטן'' האט זעמעלע פארגעזעצט ווען זיין שטימע האט זיך שוין אויסגעקלארט און זיינע אויגן האבן דירעקט געקוקט אין אלענ'ס פנים אריין, ''ער איז געווען איבערצייגט אויף אונז ביידע אז די מיליטער גייט אונז נאך אסאך נוצן, זיין טענה איז געווען אז די קאמוניסטישע רוסלאנד וואקסט אויס צו זיין א גרויסע געפאר פאר די פאראייניגטע שטאטן, און די מיליטער מאנגעלט און פערזאנען וואס קענען א פליסיגן רוסיש און זענען אויך טראסטבאר, במילא האט ער געהאלטן אז אונז וועט מען אסאך נוצן, צוליב אונזערע קענטעניסן אין די רוסישע שפראך.''

''איך מוז מודה זיין'' האט זעמעלע צוגעלייגט נאך א קורצע שטיל שווייגעניש, ''אז טיף אין הארץ האב איך אויך געוואוסט אז יצחק איז גערעכט, אבער כ'האב מיך נישט געקענט ברענגען צו פארלאזן די שפיאנאזש וועלט.''

אלען האט געשמייכעלט, ער האט גוט געוואוסט וואס ס'מיינט פאר איינעם וואס געוואוינט זיך איין צו לעבן ווי א שפיאן, איז זייער שווער עס אפצולאזן, און ער האט נישט געדרוקט ווייטער אויף זעמעלע.

זיי האבן זיך ווארעם געדרוקט די הענט, און זיך צושיידט, זעמעלע האט נאך עספיעט אנצוקומען אין צייט צו זיין קאמפעני.

און אלען איז צוריק צו זיין טעגליכע רוטין.

------
לעצט פארראכטן דורך טעם וריח אום פרייטאג יולי 09, 2021 12:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

אויסצוג פון די 9טע פארזעצונג

וואשינגטאן 1954 למספ'.

זעמעלע האט זיך געיאגט דורך די לאנגע קארידארן צו זיין אפיס. כאטש ער איז געווען א פעלד אגענט האט ער פארמאגט די פריוויליגע צו פארמאגן א אייגענע אפיס. פונדערווייטענס האט זעמעלע געקענט זעהן דעם דירעקטאר אלען אים אקעגן קומען, ער האט געווארט ביז דולעס איז אים אריבערגעגאנגען און ער האט אים באגריסט מיט א פריינטליכע גוט מארגן.

דולעס האט זיך ווי געגעבן א כאפ אויף, קוקענדיג ווער עס האט אים באגריסט. א שטראל האט אויפגעלאכטן אין זיינע אויגן ווען ער האט באמערקט אז ס'איז זעמעלע.

''קום צו מיין אפיס אין א האלבע שעה'' האט דולעס באפוילן.

זעמעלע האט געקענט זעהן אז עפעס דרוקט אויף אלען און עס רויבט אים אוועק זיין געוויסן. ער איז געווען העכסט נייגעריג צו וויסן וואס גייט פאר, ער האט עס אבער דערשטיקט אין זיך און נאר געשאקעלט מיטן קאפ פאר אלען אלס באשטעטיגונג.

ער האט שוין אנגעהויבן גיין ווייטער ווען ער האט געהערט ווי דולעס שרייט אים נאך, '' זאג אויך פאר דיין אויבערהאר סעם, אז איך וויל אים אויך זעהן צוזאמען מיט דיר.''

דא איז שוין זעמעלע געווארן אינגאנצן צומישט, ס'איז אין גאנצן נישט דער סדר אז ער זאל זיין דער וואס זאל מעלדן פאר זיין אויבערהאר אזא זאך. ער האט עס אבער אראפגעשלינגען און שוין קוים געקענט ווארטן געוואויר צו ווערן וואס ס'שפילט זיך דא אפ.

ווען זעמעלע איז אריין צו סעם אין אפיס האט ער אים געזעהן זיצן מיט סטיוו און אנאלאזירן פארשידענע רעגלמעסיגע באריכטן.

סטיוו איז געווען אונטער סעם'ס אפטיילונג, און סעם האט זיך כמעט נישט גערירט אן אים, כאטש סעם האט מער געגליכן זעמעלע פון סטיוו, איז אבער זעמעלע נישט אייביג געווען צו דער האנט.

זעמעלע טראץ זיין הויעכע ראנג איז נאך אלס ארויס אויף מיסיעס, דאס איז געווען אויף זיין דירעקטער פארלאנג, ער האט געהאט די מעגליכקייט צו באקומען סעם'ס ארט, ער האט עס אבער נישט געדארפט, ווייל דאס וואלט געמיינט אז ער מעג מער נישט ארויס גיין אויף מיסיעס, א זאך צו וואס ער האט בשו''א נישט מסכים געווען.

זעמעלע און סעם האבן געהאט א ספעציעלע פריינדשאפט צווישן זיך, זייענדיג די איינציגסטע פרומע אידן אויף אזעלכע הויכע פאזיציעס אינערהאלב די סי איי עי, און ס'איז געווען זאכן וואס סעם האט מיטגעטיילט פאר זעמעלע אבער נישט פאר סטיוו, א שטייגער ווי דער עקזיסטענץ פון 'פארפרוירענע אייז'.

מיט אלענ'ס הסכמה האט סעם מיטגעטיילט די געהיימעניס מיט זעמעלע, און נישט פאר סטיוו, זיי זענען געווען גענוג קלוג נישט צו ווייזן פאר סטיוו אז זיי באהאלטן פון אים עפעס, אבער סטיוו האט עס געשפירט. ער איז געווען גענוג קלוג נישט צו מאכן קיין עסק דערפון, אבער די קנאה ווארימעל האט שטיל און טיף געגראבן.

יעצט ווען זעמעלע איז אריינגעקומען איז אריינגעקומען, האט סטיוו גלייך דערשפירט זעמעלע'ס אומבאקוועליכקייט מיט זיין אנוועזענהייט, ער האט עס אבער דערשטיקט און נישט געלאזט זיין געפיל זיך אויסדרוקן אויפן געזיכט.

זעמעלע האט מיט א טרוקענע שטימע דערציילט סעם אז אלען ווארט אים צו זעהן, אין א האלבע שעה ארום. ער האט קיין ווארט נישט געזאגט, אז ער איז אויך געלאדענט געווארן צום זיצונג.

א האלבע שעה שפעטער:

סעם און זעמעלע האבן זיך נישט געגלייבט וואס זיי זעהן.

אלען דוללעס, איז געזיצן מיט א צוזאמגעבראכענע מינע, זיינע אויגן זענען געווען האלבוועגס פארלאשן, פאר זעמעלע האט עס נאך מער געציפט צו זעהן, זינט זייער באקאנטשאפט גייט שוין צוריק 16 יאר ביז 1938.

אלען האט געוויזן פאר די צוויי זיך צו זעצן, און ער האט אנגעהויבן רעדן.

''ס'איז מיר קלאר געווארן אז מיר האבן א ליעק דא אינערהאלב די העכסטע ראנגען. הערשט נעכטן נאכמיטאג האב איך דערציילט פארן פרעזידענט אז 'פארפרוירענע אייז' האט אונז אין זיין לעצטן מעסעדזש צוגעלייגט א ווארענונג ווי פאלגענד. ביטע זיין פארזיכטיג מיט וועם ענק טיילן מיט אינפראמאציע, ענקער אנוועזענהייט אין קארעא איז מער נישט קיין געהיימעניס, איך ווייס דערפון,''. אלען האט זיך א סקונדע אפגעשטעלט כאפן דעם אטעם, און ער האט ווייטער פארגעזעצט, ''איך ווייס אויך ווער עס שטייט אונטער די ליעק, אבער איך קען מיך נישט ערלויבן דערווייל צו אנטדעקן ווער עס איז, אבער אזויפיל יא זייטס פארזיכטיג און געטרוי נישט קיינעם.''

אלען האט זיי ביידע אריינגעקוקט אין די אויגן און געזאגט. ''אין די איבער פינעף און צוואנציג יאר וואס איך בין אין די שפיאנאזש וועלט האב איך שוין געהאט אלע סארטן סיטואציעס, קאמפלעצירטע און שווערע, און איך בין עס אייביג איבערגעקומען, אבער אזא פארראט פונעם העכסטן קאליבער האב איך קיינמאל נישט געקלערט אז ס'וועט צו דעם אנקומען. דעריבער איז מיין באפעל צו ענק, אלס מיינע פארטרויליכסטע מענטשן אין די אגענטור, געב איך ענק די אויפגאבע צו דערגיין ווער ס'שטייט אונטער דעם.''

זעמעלע און סעם האבן זיך איבערגעבליקט, און דערנאך געשאקעלט מיטן קאפ אלס הסכמה.

''יעדע געזעץ אדער רעגולאציע מעג געבראכן ווערן אין דעם פאל, לאזטס נישט קיין שטיינדל אומבארירט.''

די אנטשלאסענקייט האט זיך געליינט אין זייערע אויגן, און אלען האט הנאה געהאט דערפון.

ביים ארויסגיין האט סעם זיך אנגערופן צו זעמעלע, ''מיר וועלן שוין באלד רעדן, איך דארף צוריקגיין ענדיגן מיט סטיוו איבערגיין די באריכטן.''

''אבער געב אכט וואס דו רעדסט'' האט זעמעלע א זאג געטוהן מיט א בליץ אין זיינע אויגן, סעם האט גוט געזעהן די פייערעל אין זעמעלעס אויגן ווען ער האט עס געזאגט. א שוידער איז דורעכגעלאפן זיין קערפער, ווען ער האט געכאפט ווי אהין ער צילט.

נעה.... מיטן גאנצן הארץ האט ער געהאפט אז זעמעלע מאכט א טעות
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ייש’’כ @טעם וריח פארן זיך באמיען אויסצוקלארן פארן עולם ווער אלען דולעס איז.

קומענדיגע פארזעצונג נעקסטע וואך דאנערשטאג בעז’’ה.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

וואלד האט געשריבן:WOW!! מלא דראמא און מלא טאלאנט די פריש ארויפגעשטעלטע פארזעצונג!!!!

ישר כוח @יש לו!!!!! כה לחי!!!

יעצט מיין איך עס שוין ערענסט...

ישר כוח!!
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

Wow יישר כח
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

היום יום חמישי!!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

בעז’’ה היינט נאכט כחצות הלילה
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

יש לו מנה האט געשריבן:בעז’’ה היינט נאכט כחצות הלילה

העמיר ווארטן מיט שפאנונג.
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

ר' שפאנונג זיצט דא מיט מיר ביינזאם
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

רייכער איד האט געשריבן:ר' שפאנונג זיצט דא מיט מיר ביינזאם

:lol:

גא"מ!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

גיימיר יעצט אנהייבן שרייבן מיט א פרישקייט!!
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

נייע פארזעצונג ארויף.

אנטשוליגט מיר פאר די פארשפעטיגונגס.

אי’’ה האף איך ענק צו שיקן א פרישע פארזעצונג קומענדיגן דאנערשטאג.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

מעכטיג, שטארק הנאה וויאזוי די מעשה אנוויקלט זיך, יש"כ

איין זאך וואס איך פארשטיי נישט איז, וויאזוי ווייסט יורי פון אנהייב אז דער מענטש איז אלען אויב שפעטער ווערט ער געוואויר אז ס'איז סטיוו?
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

בן טוב האט געשריבן:מעכטיג, שטארק הנאה וויאזוי די מעשה אנוויקלט זיך, יש"כ

איין זאך וואס איך פארשטיי נישט איז, וויאזוי ווייסט יורי פון אנהייב אז דער מענטש איז אלען אויב שפעטער ווערט ער געוואויר אז ס'איז סטיוו?

עס שטייט אינעם פריערדיגן קאפיטעל אז יורי האט געטראפן אין האטעל יענעמ’ס דאקומענטן און אלעס איז געווען אויף אלענ’ס נאמען, למעשה ווי געשריבן אינעם היינטיגן קאפיטעל האט עס נישט געשטימט מיט די דיאגראם וויאזוי אלען דארף אויסזעהן, פון דארט האט יורי געוואוסט אז ס’איז נישט אלען.

וויאזוי ער האט געוואוסט אז ס’איז סטיוו? כ’האב נישט געהאט קיין צייט-כח-מח עס צו מסביר’ן, ער האט גענישטערט און געזוכט ביז ער איז אנגעקומען אז ס’איז סטיוו.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

יש לו, ביסט בעסער ווי גאלד און שטערקער ווי אייזן!

זעמעלע האט יא געהאט א גוטע נאז..דער סטיוו.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

יש לו מנה האט געשריבן:
בן טוב האט געשריבן:מעכטיג, שטארק הנאה וויאזוי די מעשה אנוויקלט זיך, יש"כ

איין זאך וואס איך פארשטיי נישט איז, וויאזוי ווייסט יורי פון אנהייב אז דער מענטש איז אלען אויב שפעטער ווערט ער געוואויר אז ס'איז סטיוו?

עס שטייט אינעם פריערדיגן קאפיטעל אז יורי האט געטראפן אין האטעל יענעמ’ס דאקומענטן און אלעס איז געווען אויף אלענ’ס נאמען, למעשה ווי געשריבן אינעם היינטיגן קאפיטעל האט עס נישט געשטימט מיט די דיאגראם וויאזוי אלען דארף אויסזעהן, פון דארט האט יורי געוואוסט אז ס’איז נישט אלען.

וויאזוי ער האט געוואוסט אז ס’איז סטיוו? כ’האב נישט געהאט קיין צייט-כח-מח עס צו מסביר’ן, ער האט גענישטערט און געזוכט ביז ער איז אנגעקומען אז ס’איז סטיוו.

אה שכויעך
נאכאמאל א מחי' צו ליינען, כקען קוים ווארטן פאר די קומענדיגע.
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

מעכטיג
ייש"כ

נ.ב. איב קען מען טון א אין קורצן פון פריער
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

סופרים שטיבל האט געשריבן:מעכטיג
ייש"כ

נ.ב. איב קען מען טון א אין קורצן פון פריער

בלי’’נ איך קעניש צוזאגן.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

שכח פאר די פארזעצונג.
למעשה ווייסן מיר דאך אלע אז יורי איז דאך נישט קיין דאפלטער אגענט?
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

מעכטיג, שקויעך
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

Kollel האט געשריבן:יש לו, ביסט בעסער ווי גאלד און שטערקער ווי אייזן!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

כ'האב איין קאמענטאר און קאמפלימענט
כזה:
און?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”