הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א בריוו וואס א טאטע האט געשריבן פאר זיין זוהן ביים אים איבערלאזן אין א ספעציעלע היים פאר ספעציעלע קינדערלעך. איך האב באקומען רשות דאס מפרסם צו זיין, בתנאי אז מען מאכט נישט דערפון קיין פד"ף.
אויפ'ן וועג אהיים...

צו מיין טייער קינד ______________ לרפו"ש בתושח"י.

יעצט אויפ'ן וועג אהיים, נאכ'ן דיר מסדר זיין דיין בעטל אין דיין שטוב, אין דיין נייע היים "סאנשיי"ן", קומט מיר אויפ'ן געדאנק דער פסוק אין איוב, "ה' נתן...וה' לקח...יהי שם ה' מבורך"... כ'וועל פרובירען דיר עס מסביר זיין אין די קומענדיגע שורות.

מיר זענען נישט אין הימל, און מיר האבן נישט די מינדעסטע פארשטאנד אין די גאנצע פירערשאפט פון אונזער הייליגער און גרויסער באשעפער, "לו יחיה גבר שנין אלפין לא ייעול גבורתך בחושבניא", אפילו א מענטש וועט לעבן טויזנט יאר, וועט ער אויך נישט צוקומען צו פארשטיין, די פארהוילענע חשבונות פון אונזער גרויסער באשעפער, אבער וויפיל אונזערע חכמים האבן אונז געלערנט ווייסן מיר אז די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן בלויז מיט די איינע ציל, אז ס'זאל זיין "יתגדל ויתקדש שמיה רבא" עס זאל געגרויסט און געהייליגט ווערן דער נאמען פונעם אויבערשטן, וואס דאס קען נאר צושטאנד קומען דורך אונז מענטשעלעך אויף דער וועלט, וואס האבן א יצר הרע מיט נסיונות, און דורכדעם וואס מיר שטארקן זיך אויף די שוועריגקייטן צו טוהן דעם רצון ה', ווערט געהייליגט דעם אויבערשטנ'ס נאמען, און דער באשעפער באקומט א געוואלדיגע הנאה דערפון, און מיט דעם ווערט ערפילט די תכלית פון די וועלט באשאפונג.

געווענליך ווען ס'ווערט געבוירן א געזונט קינד - אויף אלע אידן געוואונטשן - און די עלטערן האבן די זכי' אויפצוציען דאס קינד לה' ולתורתו, און דער קינד וועט דינען דעם אויבערשטן, קומט ארויס דערפון א געוואלדיגע קידוש ה', "ועל מנוחתם יקדישו את שמך" - דאס אליין אז ס'גייט גוט פאר אידישע קינדער איז א קידוש ה', אבער נאך אלעם, קומט דער כבוד שמים פונעם באשעפער אליינס, ער ברענגט עס צו, ער געבט געזונט, נחת, און נאר אזוי קומט עס צושטאנד.

משא"כ אז דער באשעפער שיקט אמאל א שוועריגקייט, אויף וואספארא אופן ס'זאל נאר נישט זיין, איז עס א מצב ווי דער בורא כל עולמים שטייט, און קוקט ארויס צו זעהן, וויאזוי זיינע קינדערלעך וועלן עס אננעמען און וויאזוי זיי וועלן רעאגירן דערצו, און אז א מענטש האט דעם קאפ אויפ'ן פלאץ, און ער פארשטייט, אז ער דארף נישט און ער קען נישט אלעס פארשטיין, איז דער קידוש ה' אויף א פארנעם וואס עס איז אומבאשרייבליך, דעם באשעפער'ס נאמען ווערט געהייליגט אויף אזא מורא'דיגע אופן, "בקרובי אקדש", א מציאות וואס דער בוכ"ע באקומט כביכול א מתנה פונעם מענטש – דער קליינער מענטש קרוץ מחומר - אויסגעקריצט פון ליים, געבט פאר'ן אלמעכטיגער באשעפער - אז ער נעמט אן זיין גזר דין מיט א ליבשאפט און פארשטענדעניש, א מתנה וואס איז נישטא, ווען אלעס גייט זיך גוט פאר'ן מענטש, וואס דעמאלטס איז דער קידוש ה' א זאך וואס דער באשעפער אליינס האט צוגעברענגט.

יא.. יא.. "ה' נתן" ס'איז דא אמאל וואס די אויבערשטער געבט פאר'ן מענטש, אבער ווען ס'איז א מצב פון "ה' לקח" דער אויבערשטער נעמט פונעם מענטש, ער באקומט פונעם מענטש די מתנה - פון אננעמען זיין ווילן מיט א שמחה - דעמאלטס קומט ארויס די ריכטיגע "יהי שם ה' מבורך"... ביי להבדיל א גוי ווען ס'גייט אים גוט דאנקט ער אויך זיין געטשקעלע, אבער טאמער עפעס גייט נישט פונקטליך אין זיין ריכטונג, דאן ווארפט ער אלעס אוועק, און ער גייט זיך רייסן די האר פון קאפ, אבער דער איד וואס גלייבט אינעם "א-ל אמונה ואין עול, צדיק וישר הוא", ער ווערט גאר נענטער צו זיין בורא, ער ווייסט אז ער איז אין גוטע הענט, דער הייליגט אזוי דעם באשעפער'ס נאמען, עס שיינט ארויס דעם "יהי שם ה' מבורך... מעתה עד עולם"...

מיין טייער קינד, "שמע בני מוסר אביך", הער מיר אויס וואס איך האב דיר צו זאגן, טראכט נישט קיין איין מינוט אז איך האב אויפגעהערט טראכטן פון דיר, איך קען נישט פארגעסן פון דיר קיין איין מינוט, ווייל נאר ווען א מענטש גייט חלילה אוועק פון דער וועלט, שטייט "גזירה על המת שישתכח מן הלב", אבער פון דיר מיין קינד, נישט קיין חילוק אין וואספארא מצב דו געפינסט זיך, בענק איך צו דיר, און דו פארנעמסט דער אויבן אן פון מיין הארץ, איך בעט כסדר פאר דיר, אז דו זאלסט שנעל קומען צו דיין גאנצע ערהוילונג, צי דען "היד ה' תקצר?", "איז דען דער געטליך האנט צו קורץ עס צו באווייזן??" דער באשעפער קען אין איין רגע מאכן אז דו זאלסט אהיים קומען פון שפיטאל געזונטערהייט. און ס'זאל זיך דיר נישט דאכטן פון מיין בריוו, ווי איך שרייב אז איך בין מקבל דעם אויבערשטענ'ס רצון אזוי ווי עס איז, אז איך האב שוין חלילה אויפגעגעבן, ניין, ביי אונזער גרויסן טאטען אין הימל איז עס נישט קיין סתירה, פון איין זייט צו מקבל זיין זיין ווילן, וויאזוי עס איז נאר, און פון די אנדערע זייט נישט אויפגעבן קיין איין מינוט, נאר וויסן און גלייבן אז דער כל יכול קען און וועט דיר אויסהיילן שנעל און גיך בתוך שאר חולי ישראל.

מיט א שווער געמוט שרייב איך צו דיר מיין קינד, געווענליך איז א טאטע געוואוינט צו שרייבן אויף זיין קינד, נחת צעטלעך, תעודות, און שווערסטנס שפעט צעטלעך... אבער צו דיר מיין לעכטיגע נשמה'לע, האט דער גוטער באשעפער אויסגעשטעלט, נישט איך זאל דיר שרייבן א נחת צעטל א.ד.ג., נאר איך זאל דיר שרייבן די קומענדיגע שורות. וויסן זאלסטו, דורכאויס די אלע טעג און נעכט וואס מיר האבן געוויילט אינאיינעם אין די שפיטאל קארידארן, פלעג איך קוקן אויף דיר מיט א רחמנות'דיגע בליק, כאטש אין הארץ האב איך געוואוסט אז די רחמנות איז אויף מיר, נישט אויף דיר. דיר איז גוט אזוי ווי דו ביסט. און דו האסט געהאט די זכי' צו אראפקומען אויף דער וועלט אויף די פארמאט ממש וואס דו האסט זיך אויסגעקליבן, א זאך וואס גאר ווייניג זענען זוכה דערצו. אסאך געפילן האב איך געוואלט מיט דיר מיטטיילן, אבער אנשטאט עס ארויסצוזאגן האב איך רוב דערפון איינגעקריצט אין מיין הארץ. איך ווייס נישט ווי גוט דיינע אויערן הערן, אבער עס איז דיין נשמה וואס הערט יא, און איז מיט אונז אויף שטענדיג, הערט אונזער קול, האלט מיט אונזער קלעם און שפירט אונזער צער.

דאס ביסל וואס איך פלעג יא רעדן מיט דיר, נישט קענענדיג זיך באהערשן, איז ווי פאלגנד: "טייער קינד מיינס, עס איז מיר ביטער אויפ'ן הארץ, נישט וויסנדיג צי איך וועל קענען מקיים זיין מיט דיר די מצוה פון 'ושננתם לבניך', עס איז פון מיר אוועקגענומען געווארן די זכיה און מעגליכקייט דיר צו ערציען בדרך התורה ויראת שמים. מיר האבן זיך אלע געוואונטשן ביי דיין ברית "כשם שנכנס לברית, כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים", אבער זעהט אויס אין הימל האט מען געהאט אנדערע פלענער, און אויף דער וועלט וועסטו נישט קענען טון קיינע מצוות.

דאך זאלסטו וויסן, מיין קינד, אז דורכאויס די ניין ירחי לידה האסטו מקיים געווען די מצוה פון 'כיבוד אב ואם', נאכדעם וואס אונזער הארץ איז אין יענע צייט געווען אנגעפולט מיט פרייד און האפענונגספולע ערווארטונג, און אויך מיט די שמחות וואס דער באשעפער האט מיר געגעבן די זכי' צו פראווענען מיט דיר, דיין שלום זכר, דיין וואכ-נאכט, און דיין ברית.

ווי אויך האסטו אויסגעפירט וואס חז"ל דרשנ'ען אויפ'ן פסוק "ואהבת את ה' אלוקיך – שיהא שם שמים מתאהב על ידך", עס איז געגרויסט און געהייליגט געווארן דעם אויבערשטנ'ס נאמען א דאנק דיר, דער 'מי כעמך ישראל' האט באקומען אן אנדערע אפטייטש אין מיינע אויגן ווי ביז יעצט, עס האט ארויסגעשיינט די 'רחמנים בני רחמנים' אויף א געוואלדיגע פארנעם, סיי מיט די חסד דרייווערס וואס האבן געטראגן און געברענגט צו יעדע צייט, די חסד שטוב אין שפיטאל, די פרויען און מיידלעך וואס זענען געשטאנען ביי דיין בעטל טאג און נאכט ממש, אפילו שבת און פורים, ס'קומט מיר טרערן זיך צו דערמאנען ווי אידן האבן מיטגעפילט מיט מיר, און זיכער געמאכט כסדר אז ס'פעלט אונז גארנישט, און געשיקט מכל טוב וטוב ווען זיי האבן נאר געקענט, מיט דעם מיין קינד, האסטו אויסגעפירט, און דו פירסט אויס, דער תכלית און סיבה פארוואס א איד קומט אראפ אויף דער וועלט, צו הייליגן דעם אויבערשטנ'ס נאמען, עס איז מיר א זכי' צו זיין דיין טאטע, חז"ל זאגן (יומא פו.) א קינד וואס איז מקדש שם שמים "מה הבריות אומרים עליו", וואס זאגן מענטשן אויף אים? "אשרי אביו שזו ילד" "וואויל איז דער טאטע וואס האט אים געבוירן".

יעצט אז עס האט זיך אזוי אויסגעשטעלט אז דו וועסט נישט קענען פארברענגען מיט אונז, נאר דו וועסט זיין אפגעזונדערט אין א ספעציעלע היים צוליב דיינע געברויכן, זיי וויסן, אז דער שכר אויף מצות כיבוד אב ואם, און דער שכר פון די געוואלדיגע קידוש ה' וואס איז ארויסגעקומען דורך דיר, און איז ממשיך אין דיין נייע היים אויך, איז געוואלדיג גרויס, און דער זכות וועט דיר באגלייטן סיי אויף דער וועלט, און סיי אויף יענע וועלט. ווי די תורה זאגט צו: 'למען יאריכון ימיך', און די חכמים ערקלערן אז דאס מיינט סיי אריכות ימים אויף דער וועלט, און אויך בעולם שכולו טוב, בעולם שכולו ארוך.

איך האב דיר געוואלט פארליינען, איידער איך האב מיר געזעגנט פון דיר פאר א לענגערע תקופה, ווען דו ביסט יעצט אריין אינעם היים סאנשיי"ן, וואס איך ווייס נישט ווען איך וועל דיר קומענדיגע מאל קענען קומען באזוכן - לויט זייערע יעצטיגע רעגולאציעס, די פסוקים וואס דיין טייערע מאמע שתחי' ליינט מיט דיין לעכטיגע שוועסטער יעדע נאכט מיט אזא ליבליכקייט - די פסוקים פון קריאת שמע, וואס רעדן זיך פון ייחוד ה' און אהבת ה' - וואס וועט דינען פאר דיר אלס די קרי"ש וואס עלטערן ליינען מיט די קינדער א יעדע נאכט, וואס דיין טייערע מאמע האט אזוי געגארט דיר אויך ארומצונעמען, געבן א מוטערליכע גלעט און ליינען קרי"ש, און דיר אריינלייגען און א זיסע קינדער בעטל אין אונזער ווארעמע היים. און פאר מיר אלס חיזוק אין אמונה בהשי"ת. כ'גלייב אז דו וועסט מיטליינען מיט מיר די הייליגע פסוקים.

מיר זענען געוואוינט, אז די ערשטע פסוקים וואס א קינד לערנט זיך אויס צו זאגן, זענען די פסוקים פון קריאת שמע. אזוי אויך זענען זיי די לעצטע פסוקים, וועלכע מען ליינט בשעת יציאת נשמה. ביי דיר מיין קינד, איז דיין גאנץ לעבן איין קייט פון "ואהבת את ה' אלוקיך בכל לבבך, נפשך, ומאודך", וואס די משנה זאגט (ברכות ט א) אז ס'מיינט "בכל מידה ומידה שהוא מודד לך הוי מודה לו" "אין יעדע מצב וואס א מענטש געפינט זיך זאל ער זיך אונטערגעבן צום אויבערשטן און אים דאנקען דערפאר", איין קייט פון קבלת עול מלכות שמים, סיי פאר דיר און סיי פאר דיינע עלטערן.

איך האב געשפירט ווי איך בין מקיים 'פתח פיך לאלם' (רעד דו אנשטאט דעם שטומען). אבער ווי נאר איך האב ארויסגעזאגט די ווערטער 'בכל לבבך ובכל נפשך', האב איך עס נישט געקענט דערהייבן. איך און דיין טייערע מאמע שתחי' האבן דאן זייער געוויינט, און נאר מיט גרויס שוועריקייט האב איך געקענט פארזעצן. פון דא וועל איך פארצייכענען מיינע מחשבות, וועלכע איך האב נישט ארויפגעברענגט אויף מיינע ליפן: וויאזוי קען איך עפענען מיין מויל צו רעדן? כאטש עס איז אוודאי נישטא קיין ארט זיך אפצורעדן, דאך בין איך פארטרויערט און דער פאטש טוט זייער וויי. מיר האבן געווארט זאלסט געבוירן ווערן און ברענגען א ליכטיגקייט, אבער עס איז מקויים געווארן ביי אונז 'יקו לאור ואין', מען ווארט אויפ'ן שיין און עס קומט נישט, זעהט אויס אז דו האסט געהאט די קשיא וואס איוב האט געפרעגט: "פארוואס זאל איך דען נישט שטארבן ביים געבורט?" און אז דו ביסט יא געבוירן געווארן האסטו מקיים געווען די צווייטע חלק "יעצט רוה איך אין שטילשווייגעניש, איך שלאף און עס איז מיר גוט!" (למה לא מרחם אמות, מבטן יצאתי ואגוע... כי עתה שכבתי ואשקוט, ישנתי אז ינוח לי).

יא, שעפעלע, דו ליגסט מיט א רואיגקייט, אן קיין דאגות פון די הבלי עולם הזה, דו ביסט אראפגעקומען דא אויף דער וועלט, אויסצופירן א הויכע שליחות וואס מיר זענען צו קליין צו פארשטיין, א דערהויבענער חן איז אויסגעגאסן אויף דיין געזיכט, א שיין פנימ'ל מיט לעבעדיגע קאלירן. אוי דיינע זיסע רויטע ליפן, דיינע לעכטיגע אויגעלעך, אבער קיין ווארט קענען זיי נישט ארויסרעדן 'אין אומר ואין דברים בלי נשמע קולם'. איך זעה ווי דו ביסט גאנץ מיט דיינע רמ"ח איברים און שס"ה גידים, אלעס האסטו אבער דו קענסט זיי נישט ריכטיג באוועגן.

וויסן זאלסטו, אז איך שפיר מיט דיין צער, איך זעה ווי דו מוטשעסט דיר, ווי דו היסט, ווי ס'קומט דיר ארויף די עסן, ווי מ'שטעכט דיר איינמאל און נאכאמאל, וויפיל מאל האב איך געדארפט ארויסגיין פון דיין שטוב נישט קענענדיג צוקוקען ווי מ'נעמט אזויפיל בלוט און דו ווארפסט זיך פאר געוויין, זאלסט וויסן, די שכינה וויינט מיט מיט דיר, 'בשעה שישראל בצער, שכינה מה היא אומרת קלני מראשי קלני מזרועי', "ווען א איד איז בצער וויינט מיט די שכינה, אז כביכול עס טוט איר אויך וויי", דו ביסט דאך נישט אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, דו ביסט דאך גאר פון די סמעטענע פון כלל ישראל, יעדע איינציגע טרער וואס דו פארגיסט, און וואס דו האסט פארגאסן, סיי אין ________ אויף די ניינטע שטאק, אויף די אכטע, אויף די זיבעטע אויף די זעקסטע, פיפטע און פערדע, און אין________, און בשעת די טרענספער"ס אינמיטען די נאכט אן דיין טאטע מאמע ביי דיין בעט, איז אוועקגעלייגט פאר'ן כסא הכבוד, גארנישט איז נישט געגאנגען, און גייט נישט לריק.

זעהט אויס דיין פליכט אויף דער וועלט איז אזוי געהויבן און הויך אז דער באשעפער האט גענומען די גאנצע ארבעט פאר זיך, "אני ולא מלאך, ולא ע"י שרף, ולא ע"י שליח", ער האט אזוי אויסגעשטעלט אז מיר זאלן נישט קענען זיין קיין סאך ביי דיין בעט, דו ביסט געליגן אזוי עלנד אין מאנהעטן אויף די ניינטע שטאק, אן קיינער נעבן דיר וואס זאל זעהן ווי דו וויינסט און דו דארפסט דיין צומי, ביסט אבער נישט געווען אליינס פאר קיין סעקונדע, "שכינה למעלה מראשותיו של חולה" (שבת יא:), הקב"ה בכבודו ובעצמו, האט גערועט און ער רועט נאך אלץ ביי דיין בעט, "הקב"ה זן את החולה" (שבת יא:), דער באשעפער מאכט זיכער אז דער חולה האט אלע זיינע באדערפענישן, אזא געהויבענע תפקיד ממש ווי פסח אויף דער נאכט אין מצרים, "אני ה' - אני ולא אחר".....

איך וועל אפשר קיינמאל נישט אנערקענען דיינע מעלות, דיינע מדות, דיין זיסקייט און דיינע תכונות הנפש וועלכע וואלטן מיר זיכער געשאפן נחת און תענוג. אוי ווי שטארק איך האב דיר געהאפט צו ערציען, ווי שטארק האב איך דיר געוואלט קענענלערנען און פארברענגען מיט דיר, צוערשט אין דיינע קינדערישע יארן, און דערנאך בשעשועי אורייתא, צו לערנען אינאיינעם, כי הם חיינו. דיר חתונה מאכן, אבער איך האב נישט זוכה געווען דערצו. פון הימל איז פארשריבן געווארן, אז זאלסט מיר אפילו נישט קענענלערנען פאר א רגע, און נישט געבן דיין מאמע די הנאה פונעם געוויין פון א ניי געבוירן קינד מיט א זיסן קול'כל וואס ווארט אויפ'ן מאמע'ס עסן. פון דעם טאג וואס דו ביסט אראפגעקומען אויף דער וועלט ביסטו שוין אראפגעקומען אויף דעם ספעציעלן אייגנארטיגן פארעם וואס דו האסט זיך אויסדערוועלט, אז דו זאלסט קענען אדורכמאכן די וועלט אן נפגע ווערן קיין איין טראפ און ארויפגיין צוריק ריין, אויף דיר זאגט דער פסוק "ברוך אתה בבואך וברוך אתה בצאתך" כשם שבאת בלא חטא כך תזכה לילך לאחר שנות ימיך בלא חטא. איך האב דיר קיינמאל נישט געקענט אהיימברענגען צו מיר אהיים און דיר האדעווען און צערטלען, אפשר בין איך נישט געווען ראוי דערצו.

כ'ווייס נישט צי דו זעהסט מיר, דו ליגסט דא ווי א 'נראה ואינו רואה', ווי א קטן שנולד וואס האט נאכנישט קיינמאל ריכטיג געעפנט זיינע אויגן, און ווער ווייסט צי די וועסט זיי נישט עפענען ביז משיח'ס טאג. אינאיינעם מיט דיר, איז אונז אויך טונקל געווארן פאר די אויגן. אנשטאט מיר זאלן זעהן ליכט שטראלן, זענען אונזערע אויגן פארוואנדלט געווארן אין א קוואל פון טרערן. אונזער שטענדיגער פרייד און לוסט איז מיטאמאל איבערגעהאקט געווארן, און איז ערפילט געווארן מיט טרויער און אומעט. וואויל איז דיר וואס דו האסט זוכה געווען אראפצוקומען אויף אזא פארנעם, כדאי צוצוענדיגען דיין תפקיד אויפ'ן וועלט. עס ווייזט אויס, אז דו האסט אנגענומען ווי דער שיטה וואס האלט אז 'עס איז בעסער פאַרן מענטש ער זאל נישט באשאפן ווערן, ווי איידער יא באשאפן ווערן'. ועכשיו שנוצרת, כאילו לא נוצרת.

דיינע קליינע זיסע פינגערלעך, זענען אויסגעשפרייט אפן, ווי זיי זאלן זאגן: 'איך נעם גארנישט פון די הבלי העולם הזה'. 'אשריך וטוב לך' דו ביסט, מיין קינד, אן עולה תמימה, דו ביסט אראפגעקומען אויף דער וועלט אינגאנצן פאר'ן באשעפער. מיר האבן דיר געגעבן פאר'ן אויבערשטן גאנצערהייט, אן דעם וואס מיר זאלן קענען הנאה האבן פון דיר אפילו בלויז אביסל.

טאקע דאס ציפט אונז אזוי, אז אזא טייערע און הייליגע נשמה וואס האט געהאט די זכי' זיך אויסצווועלן אראפצוקומען דא אויפ'ן עולם השפל באפאנצערט פון ווערן נאכגעשלעפט נאך עבירות, איז אזוי ווייט פון אונז. אבער כאטש האבן מיר זוכה געווען עס צו האבן אזוי נאנט צו אונז, דורכאויס די קורצע צייט פון ניין חדשים און בשעת מיר האבן פארברענגט אינאיינעם אין די שפיטאל קארידארן.

קינד מיינס, האב נישט צער איבער דער פארלוסט פון א גאנצער וועלט מיט וועלכן דו האסט נישט די מעגליכקייטען צו באקענען. גלייב מיר, דו פארפאסט גארנישט! פארלירסט גארנישט! נאר תורה ומעשים טובים. אויב פילט דיין נשמה א צער אויף די תורה ומעשים טובים וואס דו קענסט נישט מקיים זיין, זייענדיג אין אזא צושטאנד, קען איך דיר פארזיכערן אז השי"ת וועט דיר געבן שכר נאך די הונדערט און צוואנציג, כאילו דו וואלסט אלע יארן מקיים געווען אלע מצוות ווי געהעריג, ווייל עס איז נישט שייך א גרעסערער אָנוּס ווי דו.

געדענק וואס די חכמים זאגן: איין שעה הנאה אין עולם הבא, איז בעסער ווי דער גאנצער חיי העולם הזה. עס איז בעסער אז דו ביסט צוגעשמידט צו א בעט, ווי צו זיין צוגעשמידט צו אלע הבלי עולם הזה, עס איז בעסער צו זיין אפגעהאקט פון די גאנצע וועלט, ווי זיין חלילה אפגעהאקט פונעם חיי החיים. יעצט געדענק, דו האסט א טאטע און מאמע וואס פארגעסן נישט פון דיר קיין איין מינוט. מיר זענען דיר נישט פרעמד, כאטש מיר געבן דיר איבער אין אנדערע הענט. געדענק דאס מערסטע דיין טייערע מאמע, וועלכע האט מיט אומערמידליכע כוחות און הארציגע איבערגעגעבנקייט מקיים געווען דעם 'הלוך ילך ובכה נושא משך הזרע', אבער זי האט נישט זוכה געווען צום 'בא יבוא ברינה', דיר צו קענען האלזן און קושן, פיטערן און באקליידן, דיר צו ערציען און שעפן פון דיר הויפנס נחת. ניין חדשים האט זי דיר געטראגן און דורכגעמאכט שווערע פלאגענישן. ניין מאנאטן האט זי געהאפט דיר צו זען און דיר קושן.

אין די ניין חדשים איז איר הארץ געווען אנגעפולט מיט געבעט צום בורא כל עולמים, זי זאל זוכה זיין צו א געזונט און ערליך קינד, און דיר קענען גרינג ערציען מתוך נחת. איר געבעט איז צוריקגעוויזן געווארן, איר ערווארטונג איז צערינען. דער צוזאג 'בעצב תלדי בנים' איז געקומען מיט'ן גאנצן קראפט. אן מאכט האט זי דיר געהאלטן, במשך די אלע לאנגע טעג און נעכט וויילנדיג מיט דיר אין שפיטאל, מיר האבן זיך כסדר געשטארקט מיט יעדע ביסל גוטע נייעס און רעזולטאטן, מיר האבן אנגעוואנדן אלע סארט השתדלות'ן, מיר האבן זיך פארבינדן מיט די גרעסטע מומחים אין רפואה, איינגעריסן ביי אלע תפילות, אויסגעזאגט אזויפיל מאל תהלים, אינדערהיים, אין ביהמ"ד, און ביי דיין בעטל, ווער נאך ווי דו ווייסט און האסט מיטגעהאלטן, וויפיל מאל איך האב אויסגעזאגט "שיר המעלות ממעמקים", דיר האלטנדיג אין מיינע הענט, מיט א געוויין צום בוכ"ע "ויהיו רחמיך מתגוללים על עם קדשיך - רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערלעך", מיר האבן זיך פארגענומען גוטע קבלות פאר דיינעטוועגן, אבער ווען מיר זענען שוין געקומען צום באוואוסטזיין איבער דיין מצב לויט די דאקטאר'ס אויגן, איז אונז געווען זייער שווער. און דיין מאמע, כאטש זי האט מצדיק געווען אויף זיך דעם דין שמים, מיט דערהויבנקייט און גבורת הנפש, דאך איז איר הארץ פארקלעמט פון גרויס צער און ביטערניש, זי שפירט דעם חלל, דאס ליידיגקייט, ווי עפעס פעלט איר. דו האסט איר זייער אויסגעפעלט. אנשטאט אהיימצוברענגען פון שפיטאל א זיס קינד אין וויגעלע, קערט זי זיך אהיים מיט ליידיגע הענט, צו א פיינפולע ליידיגע קינדער-בעטל. אל תקראנה לי נעמי – תקראנה לי מרה, כי המר שד-י לי מאוד, אני מלאה הלכתי וריקם השבני ה'.

איך בין מתפלל יעדן טאג 'למען לא ניגע לריק ולא נלד לבהלה', מיר זאלן זיך נישט אומזיסט פלאגן, און נישט געבוירן קינדער אויף צו האבן דערפון שרעק, צער, און עגמת נפש, איך בין מתפלל פאר דיינעטוועגן. נאטורליך קומט עס, אז א קליין קינד כאפט אן די הענט פון טאטע און מאמע, און מען לאזט אים נישט איבער אליין, צוליב זיין פחד און אומזיכערהייט. דאך, זאלסטו יא גיין אליין, פאר דיין הנאה און פאר דיין טובה וועגן, ווייל אזוי האט דער הייליגער און גוטער באשעפער איינגעזען אז ס'איז די בעסטע פאר דיר, האב נישט קיין מורא, געדענק אז 'ה' עמך גיבור החיל', מיר זענען איבערצייגט אז דו ביסט אינעם ארט וואס איז דאס בעסטע פאר דיר... דו האסט זוכה געווען צו אנקומען אין א פלאץ וואו מ'וועט ליינען מיט דיר קרי"ש יעדע צופרי און ביינאכט, מ'וועט דיר אפגיסן דיינע הענטעלעך מיט נעגל וואסער א יעדע צופרי, דו וועסט מיטהאלטן אי"ה חנוכה לעכט צינדן, ווי מ'ליינט די מגילה, א סדר פסח ביינאכט, און אפילו באקן חלות א יעדע ערב שב"ק... דאס איז זאכן שעפעלע, וואס א סאך אין דיין מצב זענען נעבעך נישט זוכה.

שעפעלע טייערע, דיין אפוועזנהייט וועט אונז זיין זייער שווער אויפ'ן געמוט, אבער מיר וועלן דיך אלץ געדענקען אלס משפחה מיטגליד, וויסנדיג און גלייבנדיג אז איין טאג ווען דו וועסט אהיימקומען פון דארט וועלן מיר זיך אי"ה באקענען, און אויב חלילה איז אנדערש באשערט, וועלן מיר זיך באקענען און פאראייניגן ווען משיח וועט קומען.

ביז אהער האב איך געטראכט דיר צו זאגן, איך וויל צוענדיגען מיט א געבעט צום כל יכול דער רופא לשבורי לב, אז דו זאלסט זיך קענען שטארקן ברמ"ח אבריך ושס"ה גידיך, און אהיימקומען צו אונז געזונטערהייט בתוך שאר חולי ישראל, און אי"ה ביי דיין סעודות הודאה וועל איך פארזינגען דעם בריוו אלס זמירות... אמן.

דיין פאטער וואס ליבט דיר, שרייבט מיט טרערן, און פרובירט זיך צו שטארקן.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

:-e;/ :-e;/
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

געסאטפט אינמיטען איך קען נישט מער.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אחת ואחת האט געשריבן:געסאטפט אינמיטען איך קען נישט מער.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ראטזאם אוועקצולייגן אויף ת"ב
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

נישטא קיין ווערטער
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

מיין הארץ איז פארוויינט
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

איך בין פארטראכט.... מיינע אויגן פייכט...
נישט שייך צו באגרייפן!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

לכאורה האט געשריבן:ראטזאם אוועקצולייגן אויף ת"ב

א שאד האסט עס נישט געשריבן פאר די ארטיקל,
ועכשיו שקריתי אני במצב של ת"ב
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

נשמה האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:געסאטפט אינמיטען איך קען נישט מער.

טשילס...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

נתעוררתי אז א טייל פון דעם בריוו איז באזירט אויף א בריוו וואס למעלה-משבעים האט געברענגט פון איינעם אין אישי קעסטל דא: viewtopic.php?f=3&t=39647

יענע בריוו איז געשריבן געווארן צו א נישט-לעבעדיג קינד ל"ע, בעת דער בריוו איז געשריבן געווארן צו אן אומגעזונט קינד ל"ע.

השי"ת זאל אויפרעכטן אלע אידישע קינדער מיט אלעס וואס זיי דארפן, ישועות און רפואות און נחמות בקרוב.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

די הארץ פארקלעמט. די געפילן צושוידערט. די שטימע קרעכצט. די קי-באורד נאס. ס'וויינט זיך מיט, נאכן אריינטראכטן וואס די צובראכענע עלטערן זענען און גייען דורך, די צער און פיין איז אין לשער.

צום שרייבער: שטארק געשריבן, שטארק ארויסגעברענגט די געפילן, אונז שטארק צוטרייסלט, אבער דו ווייזט אז דו האלסט זיך שטארק! חזק חזק! האלט זיך ווייטער שטארק! נאר מיט דיינע ריינע השקפות און ריכטיגער אידישער בליק אויפן שרעקליכן מצב, וועסטו בעז"ה טרעפן לאנג-טערמיניגע חיזוק!

ויהי רצון שירחם המרחם אויף די משפחה בפרט, און אויף גאנץ כלל ישראל.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

לכאורה האט געשריבן:ראטזאם אוועקצולייגן אויף ת"ב

געאייגנט פאר די 9 טעג.
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

:-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

לכאורה האט געשריבן:נתעוררתי אז א טייל פון דעם בריוו איז באזירט אויף א בריוו וואס למעלה-משבעים האט געברענגט פון איינעם אין אישי קעסטל דא: viewtopic.php?f=3&t=39647

יענע בריוו איז געשריבן געווארן צו א נישט-לעבעדיג קינד ל"ע, בעת דער בריוו איז געשריבן געווארן צו אן אומגעזונט קינד ל"ע.

השי"ת זאל אויפרעכטן אלע אידישע קינדער מיט אלעס וואס זיי דארפן, ישועות און רפואות און נחמות בקרוב.

איז דאס דער זעלבער פאטער מיט צוויי שווערע דורעכגענג, אדער ביידע על דרך משל. אדער איינס גענאשט פונעם צווייטען?
אז יענער קען קענסטו אויך
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

נאר געליינט דערווייל די תגובות, כ׳האב מורא צו ליינען דעם בריוו..
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4032
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

באקסער בוים האט געשריבן:נאר געליינט דערווייל די תגובות, כ׳האב מורא צו ליינען דעם בריוו..

איך אויך
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

הארצרייסענד!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פרוביר אויך האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:נתעוררתי אז א טייל פון דעם בריוו איז באזירט אויף א בריוו וואס למעלה-משבעים האט געברענגט פון איינעם אין אישי קעסטל דא: https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=39647

יענע בריוו איז געשריבן געווארן צו א נישט-לעבעדיג קינד ל"ע, בעת דער בריוו איז געשריבן געווארן צו אן אומגעזונט קינד ל"ע.

השי"ת זאל אויפרעכטן אלע אידישע קינדער מיט אלעס וואס זיי דארפן, ישועות און רפואות און נחמות בקרוב.

איז דאס דער זעלבער פאטער מיט צוויי שווערע דורעכגענג, אדער ביידע על דרך משל. אדער איינס גענאשט פונעם צווייטען?

נישט דער זעלבער, און ביידע על דרך אמת. כנראה האט דער צווייטער געבויעט אויפ'ן ערשטן.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

WOW אין מילים
זייער שטארקע התחזקות פאר יעדן מצב
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

Haklal האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:נאר געליינט דערווייל די תגובות, כ׳האב מורא צו ליינען דעם בריוו..

איך אויך

לייענטס עס כאטש מיט פארמאכטע אויגן...
איר וועט פארידנען צוויי פאכיג:
1. איר וועט נישט זען די גאנצע טרויעריגע מעשה.
2. די טרערן וועלן נישט האבן פון וואו ארויסצורינען...
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

איך בין אינגאנצן מרוגש.
זאל דער רבוש"ע טרייסטן אלע אידן אין אלע מצבים.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

יעצט געליינט, מורא'דיג! געוואלדיג! א שטיק מוסר ספר!

יעדער איד דארף ליינען דאס!

דער באשעפער זאל טרייסטן אלע אידישע קינדער ומחה ה' דמעה מעל כל פנים, מיר זאלן זוכה זיין צו זעהן משיח צדקנו במהרה בימינו אמן!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
התגלות
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2020 12:57 pm

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התגלות »

זייער זייער פיליש אויפוואכונג!
איך ווייס נישט אויב ס'איז וואהר, אדער נאר א ביישפיל, אבער זיכער, זייער קונצליך אויסגעגאסן פון פענע צום פאפיר, א ביטער שווערע איבערלעבעניש

ה' יעזור, מ'זאל ארויסגיין פון גלות כללי, און מיט דעם וועט שוין מיטקומען א גאולה פרטי
מברך על העיקר ופוטר את הטפילה. אמן
הנה ימים באים נאום ה'..... ויקיים בי מקרא שכתוב ....ונגלה כבוד השם.....אה..לעכטיג...
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6330
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: הרגשים פון א טאטע אויפ'ן וועג אהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

p d f?
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”