האום ווארק - שולע היימארבעט

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: דארף מען טוישן די יעצטיגע סיסטעם פאר היי סקול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

לייג צו, צוריק גיין פאר מתמידים. צולאנג זיין אינדערהיים איז אויך נישט גוט.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: דארף מען טוישן די יעצטיגע סיסטעם פאר היי סקול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אמאל ווען מען האט געוואשן די וועש ביים טייך, און ברויט אין הויף, איז געווען גענוג די שטוב עול. היינט איזעס נישט גענוג. אזוי זאגט ער מיר, און עס מאכט סענס. איך בין טאקע זייער נייגעריק צו הערן דיטעילס פון ר' יואל ראטה'ס מיידעל סקול, וואס דארט לייגט מען נישט קיין דגוש אויף לימודים. ווי אזוי פילן זיי אן דעם טאג?

א צווייטע באקאנטע אלטע מיידעל סקול וואס לייגט נישט קיין דגוש אויף לימודים, זאגן זיי אז עס איז כמעט נישט דא קיין יוצאים וואס שיקן דארט זייערע טעכטער. עס איז נישט געווען וואס צו טוהן אויסער זיך טשעפענען.

דער עולם האקט.
מיכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: דארף מען טוישן די יעצטיגע סיסטעם פאר היי סקול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

היימישער הייקער האט געשריבן:איך האלט זייער דעפון! ספעציעל אז זיי זאלן גיין אין סקול שפעטער ווי די קליינע.

לגבי היים ארבעט, האב איך גערעדט צו א חשוב'ע און ערליכע מנהל פון א גרויסע מיידעל סקול, און ער האט געטענה'ט אז ווען מיידלעך האבן נישט קיין עול ברענגט עס צרות. יש דברים בגו.


איך פארשטיי אז מען גיבט היים ארבעט, אבער מעולם איז מיר נישט געגאנגען אין קאפ וואס איז פשט פון געבן פאר מיידלעך היים ארבעט/פראיעקטן וועלכע זיי קענען באמת נישט באווייזן אן הילף פון די עלטערן? וועלכע צוועק דינט עס?

עס איז א הימל געשריי.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

אז מען רעדט שוין יא וועגן טוישן היי סקולס מעג מען שוין אויך אדרעסירן די 12טע קלאס וואס איז אמאל נישט גווען, און איר חלק אינעם שידוכים אומבאלאנס קריזיס פון אינגלעך און מיידלעך. און צו עס איז דא עפעס עיצות דערצו.

(נ.ב נישט אויסמישן מיטן זשענערעל שידוכים קריזיס און די מאנגעל פון שדכנים. עס איז 2 עקסטרע קריזיסין וואס האבן כמעט נישט קיין שייכות איינס מיטן צווייטען, הגם ביידע רירן אן דעם זעלבען נושא)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

חדשות האט געשריבן:אז מען רעדט שוין יא וועגן טוישן היי סקולס מעג מען שוין אויך אדרעסירן די 12טע קלאס וואס איז אמאל נישט גווען, און איר חלק אינעם שידוכים אומבאלאנס קריזיס פון אינגלעך און מיידלעך. און צו עס איז דא עפעס עיצות דערצו.

(נ.ב נישט אויסמישן מיטן זשענערעל שידוכים קריזיס און די מאנגעל פון שדכנים. עס איז 2 עקסטרע קריזיסין וואס האבן כמעט נישט קיין שייכות איינס מיטן צווייטען, הגם ביידע רירן אן דעם זעלבען נושא)

זייטש'ע אביסל בעסער מסביר, עס איז דא אן אומבאלאנס אז בחורים הויבן אן שידוכים ביי 18 און מיידלעך ביי 19? און דערפאר איז דא מער בחורים אויף די מארק ווי מיידלעך?
למעשה מיין איך אז די עווערידזש עלטער ווען א בחור ווערט א חתן איז העכער ווי ווען א מיידל ווערט א כלה.
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: דארף מען טוישן די יעצטיגע סיסטעם פאר היי סקול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

היימישער הייקער האט געשריבן:איך האלט זייער דעפון! ספעציעל אז זיי זאלן גיין אין סקול שפעטער ווי די קליינע.

לגבי היים ארבעט, האב איך גערעדט צו א חשוב'ע און ערליכע מנהל פון א גרויסע מיידעל סקול, און ער האט געטענה'ט אז ווען מיידלעך האבן נישט קיין עול ברענגט עס צרות. יש דברים בגו.


ר''ט אויף ביידע.
קאנאדישע קאריספעדאנט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 1:24 pm

Re: דארף מען טוישן די יעצטיגע סיסטעם פאר היי סקול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנאדישע קאריספעדאנט »

ישר כח פארן ארויף ברענגן די נושא.
איך האב נאך קשיות. פארוואס לערנט מען מיט די מיידלעך זאכן וואס זענען בכלל נישט נוגע, מען פרעשורט זיי געפערליך, זיי מוזן עס קענען. קודם זיי פארגעסן עס סיי וויי, ווייל א זאך וואס מען פארגרעמט אין קאפ צו קענען פאר א פארהער וועלן זיי פארגעסן פינעף מינוט נאכן פארהער. (טשעק עס אליין אויס) און פארוואס דארף א פרוי וויסן אויסענווייניג אלע אמעריקנע סטעיטס, און להבדיל נ"ך.
וואס יא?
לערן גוטע רעסעפיס, פירס עיד קורסעס, לערן וואס צו טיען מיט די קינדער אין פאל פון עמערדזשענסי, לערן וויפיל טיילענויל צו געבן. און אפשר איז אפילו כדי צו לערנען אביסל חינוך און איך וועל מיר אפילו ווייגן צו אויף ברענגן אז אפשר זאל מען אפילו לערנען שלום בית מיט די "עלטערע" מיידלעך, (וואס עלטער מיינט זאלן די רבנים באשליסן) מען דארף אויס לערנען פאר די עלטערע מיידלעך ווי אזוי זיך אויף צו פירן מיט די עלטערן נאך די חתונה, ווען דען דארף מען דאס לערנען??

נאך זאכן וואס דארפן פאבעסערונג לדעתי. די איינציגע זאך וואס מען לערנט מיט מיידלעך וועגן חתונה האבן איז אז מען דארף שעצן די מאן'ס תורה. און וואס איז אויב די מאן האלט נישט ביים לערנען, מען לייגט אריין אין מיידלעך השגות אז א גוטע מיידל באקומט א בחור וואס לערנט פלייסיג, עס ווערט א גאנצע קאמפעטישן ביי די מיידלעך וועמענס חתן לערנט פלייסיגער. און וואס איז אויב א האלבע יאר נאך די חתונה דארף די מאן גיין ארבעטן ה"י?
קאנאדישע קאריספעדאנט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 1:24 pm

Re: דארף מען טוישן די יעצטיגע סיסטעם פאר היי סקול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנאדישע קאריספעדאנט »

איך בין זיכער מען קען טרעפן נאך וייכטיגע נושאים צו לערנען
אהבת ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: דארף מען טוישן די יעצטיגע סיסטעם פאר היי סקול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת ישראל »

איך האלט אז מדארף טוישן, אבער גארנישט מיט דעם אז ביי די בחורים איז בעסער,.....חוץ פון דעם איז עס בכלל נישט אמת, מרודףט פיין אויס די בחורים, אויפשטיין פארטאגס, זיין 14 שעה אין ישיבה, אנגעהויבן פון די 14 יאר.....נישטא קיין קעמפ האצקעריי, אא"וו
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דארף מען טוישן די יעצטיגע סיסטעם פאר היי סקול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ביי דיפאלט האב עך געהאלטן ווי היימישער, און איך קלער נאך אלץ אז ער איז לכאורה יא גערעכט, אבער יא, מען קען נישט אוועקמאכן מעלאונע'ס ארגומענטן, ער שרייבט גאר שטארקע רייד.

-----

אויף בחורים ווס מיידלעך זאגט אהבת ישראל גאר שטארק. (יתכן אז ביי היימישער אין שטוב האט מען יא געגעבן א געוויסע ברייטקייט פאר די בחורים ווס די מיידלעך.)
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: דארף מען טוישן די יעצטיגע סיסטעם פאר היי סקול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

בכלל איך קוק אן אלס אכזריות דאס ארויסטרייבער 7 יעריגע מיידליך 7:00 אזייגער פארטאגס פון די בעטן... בעת וואס אין פיל פעלער שלאפן נאך די עלטערן...

זאג נישט אז מען וויל זיין מחנך זיין נישט צו פאפען אין די טאג אריין ווייס קוק ווען זיי שטייען אויף שבת און זונטאג וכ'ו

פארוואס קען זיך סקול נישט אנפאנגן 10 11 ??
א'מונה ב'טחון ג'עלט
ווארעמע מעלאנע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: האום ווארק - שולע היימארבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמע מעלאנע »

א בעסערע עצה איז אז מען זאל סערווירן פאר די קליינע קינדער פרישטאג אין חדר/ סקול. (אסאך טוהן דאס שוין טאקע.)
דאס קען העלפן אז די מאמע זאל נישט זיין אזוי פארפארעט אינדערפרי, און אז די מיידלעך זאלן זיי קענען לייגן אויף די באסעס, ווייל די קלענערע קינדער וועלן אויך דארפן גיין פריער.
עס איז אפשר נאר אזוי ארויסגעשטעלט ווייל די מוסדות האבן נישט גענוג באסעס צו נעמען די עלטערע און יונגערע קינדער די זעלבע צייט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: האום ווארק - שולע היימארבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ווער ס'גיט פרישטאג אין שולע האט א פראגראם דערפאר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: האום ווארק - שולע היימארבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

מ'דארף טאקע מאכן א באלאנס. דער פראבלעם איז ביי ביידע. איך ווייס נישט אין וועלכע ישיבות יעדער איז געגאנגען און ווי לאנג צוריק, אבער ווען איך בין געווען אין ישיבה האט מען פיין קאנטראלירט. ליידיג גייען איז בכלל נישט געווען אן אפציע. און אזוי ווי @אהבת ישראל האט געשריבן. פארטאגס האט זיך אנגעהויבן 6:30, דאס מיינט מקווה און אלעס פארדעם. גענדיגט האט זיך עס 8:30 (האלב מאל יא געווען נאכטמאל, האלב נישט). אהיימגעקומען איז מען שוין נאך 9 און די מאמע האט געדארפט ספעציעל ארויסנעמען די נאכטמאל פון פרידזש, אנצינדן די לעקטער אין קאך, אנווארעמען די עסן, וכו'. דורכאויס דעם טאג אין ישיבה האט מען געברויכט זיצן ביי אלע לימודים פארשטייט זיך, העכסטענס האט מען געקענט שמועסן ווען מ'האט געברויכט חזר'ן, און נאך פופצן מינוט איז די מגיד שיעור געקומען פאדערן (איך האק נישט דערויף איך ברענג נאר מיין מציאות ווייל אנדערע האבן געשריבן אז בחורים האבן מער ברייטקייט). נאכדעם קומט בין הזמנים ווען ס'נישטא קיין שום סדר היום און בחייכון וביומיכון האט מען נישט געוויסט וואס צו טאן מיט'ן טאג. אבער טאקע די פרעשער איז טאקע נישט געווען אזוי שטארק ווי ביי די מיידלעך. סך הכל האט מען געברויכט מיט גיין מיט'ן פראגראם, נישט בורדענען, און זיין א בעל מידות. קיין טעסטס געדענק איך נישט און ווען ס'יא געווען איז נישט געווען עק וועלט ווי לאנג מ'האט זיך אויפגעפירט לייטיש.

ביי די מיידלעך איז פארקערט. ס'נישט נאר וואס מ'וואלט ווען געקענט לערנען א סאך בעסערע נושאים ווי אנדערע האבן שוין אויבן דערמאנט. די פרעשער איז מוראדיג שטארק אויף די לימודים מער ווי די מידות. די טשעפענען גייט פאר גאר א סאך ווייל די הנהלה קוקט ניטאמאל דערויף. ס'טוט זיך גרופעס אקעגן גרופעס, מ'ציפט און מ'שטעכט, געוויסע וויינען אינדערהיים אבער דער טאטע ווייסט נישט פונקטליך צו וועם זיך צו ווענדן (אפיציעל לויט די הנהלה קומט דאס בכלל נישט פאר...). א האלבע טאג רעדט מען אידיש, די אנדערע האלב רעדט מען ענגליש, און נישט סתם ענגליש נאר קנאקעדיג מיט אלע כללים און גדרים. חס וחלילה אז א מיידל וועט רעדן אידיש דורך די ענגלישע שעות אדער ענגליש דורך די אידישע שעות. דאס איז גערעכנט אלס אטמאוסט דיסריספעקט אנטקעגן די טיטשערס. און נאכדעם דינגט מען זיך מיט זיי אויב זיי זאלן רעדן אידיש אין זייער אייגענע צייט אדער ענגליש. וועלכער אלגעמיינע מענטש בכלל רעדט פונקטליך איין האלב טאג איין שפראך און די אנדערע האלב טאג אן אנדערע. די צייט ווען זיי זענען יא אינדערהיים ברויכן זיי טון אלעס פון וואשן די וועש ביז'ן אויפרוימען נאך די ברידער וואס פארשטייט נישט מער ווי דרייסיג ווערטער ענגליש, און צומאל אז זי זאגט אים א פאר ווארט אין ענגליש (אפשר געדענקט זי נישט וועלכע האלב טאג יעצט איז...) ווייסט ער שוין נישט אויב ער ברויך זיך דרייען לינקס אדער רעכטס.

און מיט זייער אייגענע פערספעקטיוו און עקספיריענס דרייען זיך ביידע דער בחור און די מיידל ביז די חתונה וואס דעמאלטס פאסירט א קראך פון צוויי וועלטן... א סאך שלום בית פראבלעמען וואלט מען געקענט פארמיידן אויב מ'ברענגט אביסל צוזאם דאס ריזן שפאלט אין דרך החיים דורכאויס די טיענעדזש יארן אנשטאט אנהייבן ביים תנאים

שוין כ'האב שוין צופיל גע'דרש'נט... איך זיך מיר נישט אריינצולייגן אין הייסע וואסער.
לעצט פארראכטן דורך היכי תמצא אום דינסטאג יוני 22, 2021 11:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

Re: דארף מען טוישן די יעצטיגע סיסטעם פאר היי סקול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאנץ 2 »

Amazing האט געשריבן:בכלל איך קוק אן אלס אכזריות דאס ארויסטרייבער 7 יעריגע מיידליך 7:00 אזייגער פארטאגס פון די בעטן... בעת וואס אין פיל פעלער שלאפן נאך די עלטערן...

זאג נישט אז מען וויל זיין מחנך זיין נישט צו פאפען אין די טאג אריין ווייס קוק ווען זיי שטייען אויף שבת און זונטאג וכ'ו

פארוואס קען זיך סקול נישט אנפאנגן 10 11 ??

RT
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”