א תורה'דיגע בעל הבית האט געשריבן:נקודהלע האט געשריבן:ממש א ווייגעשריי, איינער וויל פרום מאכן דער עולם... מ׳האט שוין געהערט ערגערס דערפון...
אבער לעצם הטענה האב איך צוויי הערות (כאטש וואס קען זיין זיין טענה איז אמת אז מ׳האט נישט גערעדט פון די ווידאוי) ערשטענס: בחורים און מיידליך קוקן און גרויסן אויף די זעלבע מאוויס וואס די איסור פונעם טראק דרייווער רעדט, נאר מ׳שיקט עס אריבער פון איין sd card צום צווייטן דורך wifi אין די קעמרעס.
צווייטענס אסאך היינטיגע רבנים זאגן יא אז ס׳איז אסור צו קוקן ווידיאוי אויף קאמפיוטער׳ס פאונס וכו׳
דריטנס לאמיר זיך נישט פאפן, ווייניגער ווי א האלבע % ווידאויס זענען ריין פון נשים, און דאס שטייט אין תורה אז ס׳איז אסור צו קוקן.
קומסט דאך אריין זייער קלאר,
רוב ווידיאוד'ס האבן ערענסטע פראבלעמען פון הסתכלות (וואס א חלק פון זיי איז אסור אויך פאר פרויען צו קוקן פאר ווער ס'האט נישט געוויסט),
אבער דא קומט דער הויפט נקודה, וואס עטליכע האבן שוין ערווענט:
ווען עס זאל ווען זיין א שווארץ און ווייסע שניט, יא אדער ניין, וואס ווען נישט געווען האלב פון די בחורים/מיידלעך וואס זעהן זיך צוזאם כל דבר אסור מיט היתר פון: וואס הייסט? זייט ווען איז ווידיאו אסור???
פונקט ווי יעדער בר דעת פארשטייט אז דער זינלאזער היתר פון "לעצוירעך פארנאסע" האט צובראכן דער חומת הדת אין די מערכה פון סמארטפאון'ס, ווייל יעדע שמויגער וואס דארף האבן עפעס א עפפ וואס ער דארף טאקע פאר זיין ביזנעס, מעג שוין יעצט האבן אלעס וואס א סמארט פאון שטעלט צו, ער און מעג שוין זיצן שעות אויף שעות אין זיין קאר (נישט אין ביזנעס שעות) און קוקן קליפס, מיטהאלטן נייעס, ווייל: וואס הייסט? כ'מעג עס האבן... כ'האב א קלארע היתר? ס'איז עכט לעצוירעך פארנאסעעעע........
די זעלבע זאך מיט ווידיאו
ווען יעדע בחור/קינד/מיידל זאל ווען וויסן קלאר אז "ווידיאו" איז חזיר טריף, ס'איז אסור, וואלט ער פארשטאנען אז מען רירט צו דעם נישט צו.
ווער איז שולדיג אז ס'הערשט אזא קאלטקייט אין דער נושא???
[align=center]די כשר'ע הייליגע לעכטיגע ווידיאו'ס, פון ערליכע פיינע וואוילע און הייליגע זאכן!
יא די ווידיאוס פון וואס מ'איז קונה יראת שמים און עס איז %100 "מותר"!
דאס איז די גרעסטע חורבן.[/align]
פינטל.
אדרבה זאל איינער אפרעגן דער געדאנק (נישט ווייל כ'זוך מיך צו טענה'ן מיט איינעם).
און אפשר איז שולדיג דאס אז מ'האט אריינגעשטעלט די ענין פון אפכאפן פאר זיך, און האבן ווידאו אויפן קעמערע, אריינגעשטעלט אין דעם 'איסור' הגדול והנורא. אפשר איז דאס שולדיג? ווייל וויבאלד דאס איז היפש א שווערע זאך צו פועל'ן, און לבי אומר לי אז עס גייט זיך נישט איינגעבן ביי יעדעם. און די איינציגע זאך וואס עס קען יא אויפטון איז אז מ'זאל זיך אלעס מתיר זיין. דערפאר זאג איך אז ס'דא א נפקא מינה.
דער בחור ווייסט ער דער מושג פון "ווידיאו" איז קודש קדשים, ס'איז מותר, און ס'איז טאקע מותר, ס'איז דאך א פלעינע פשוטע קעמרא, און מ'כאפט אפ ווי טאטי צינד חנוכה ליכט, און ווי משה'לע מאכט פאטשי הענטעלעך... ס'דאך צוקאש... ווי קען מען פארפאסן אזאלכע מאמענטן.
במילא מעג שוין יעצט דער בחור קוקן קליפס און ווידיאוס וואס זיין חבר האט אים ארויפגעלייגט אויף זיין עס די קארטל וכו', און אפי' עס איז ווייט פון כשר.
ווער איז שולדיג אין דעם? ווער האט געלאזט דורכגיין טייערע צייט און נאר געווען פארנומען מיט'ן זאגן אז מ'טאר נישט אפילו האבן א כלי וואס מ'קען זעהן אויף דעם ווידעאו אפילו אויב מ'קוקט נישט? און עפעס א אנדערע סארט וועג האט מען נישט געזעהן וואס מ'קען עפעס אויפטון. און מ'האט פארזעהן פון זאגן פשוט'ע אמת'ע דיבורים אז מ'דארף זיך האלטן ווייט פון ווידעאו אפילו אויב מ'האט געכאפט א קליפ וויאזוי מ'צינד חנוכה ליכט?
פארוואס האט מען געהאלטן די פאוקעס ביי קליפס פון די אייגענע חנוכה ליכט? ווייל יעדער מוז האבן א מעולה. אן דעם ביסטו נישט ווערד אפילו אז מ'זאל דיר ראטעווען פון ווידעאו.
אלעס פאר די אגענדע פון נאכדעם קומען זאגן: זעהסט, כאדיר געזאגט אז טאמער מ'וועט נישט לעבן מיט דעם אז חוץ א מעולה'דיגע קעמערע איז אלעס אסור, כאדיר געזאגט וויאזוי ס'וועט אויסקוקן. און דערפאר האט מען פארגעסן צו האלטן דרשות פון סתם קומען זאגן אז מ'דארף זיך פון ווידעאו דערווייטערן, נישט קיין חילוק צו מ'האט יא א קעמערע וואס קען כאפן ווידעאו צי נישט.
וואלט מען עס געמיינט לשם שמים, וואלט מען גערעדט דרשות מיטן סתם זאגן אז מ'דארף זיך האלטן ווייט פון ווידעאו, און נישט קומען מיט א אגענדע אז יעדער יוד מוז האבן נאר א מעולה'דיגע קעמערע. און צוליב דעם אוועקקוקן אז בחורים פאלן אוועק, אבי מ'זאל קענען נאך צעהן יאר זאגן: זעהסט, מ'מוז האבן א מעולה'דיגע קעמערע.
אלעס אבי אויסצופירן!
מ'דארף ראטעווען יודן פון קוקן ווידעאו נישט קיין שום נפקא מינה צי ער גייט צום סוף קויפן א מעולה'דיגע קעמערע. אפילו אויב ער גייט האבן ווידעאו, און ער גייט כאפן א קליפ פון א פייגעלע אויפן בוים, איז מען אויך מחוייב אים צוזאגן אז ער זאל זיך דערווייטערן עכ"פ פון פרעמדע ווידעאו, עכ"פ זאל ער מאכן עפעס א גדר.
נאר האבן ווידעאו אויף די קעמערע איז טעלעוויזיא! און ווער עס האט טעלעוויזשאן איז קיין יוד נישט! און ס'איז א שאד אפילו צו רעדן צו אים.
והשם הטוב יעזור