פריפאנטעין האט געשריבן:אינטערעסאנט, ס'איז דא א איד וואס פארשטייט אז דער איסור פון די פריערדיגע רבנים און גדולי הדור זצ"ל איז נאך יא נוגע...
אה, בכלל נישט, מען האט געמאכט גרויס וואס מען האט געוואלט..... ער זאגט נישט אנדערש ווי מיך, ער זאגט אז די פריערדיגע גדולים האבן גע'אסר'ט ווידיאוס, און ממילא איז א כל שכן אז די טמא'נע כלים איז אסור, און מען טאר דאס נישט אריינברענגען אין שטוב.
ווער לייקנט דען אז די פריערדיגע גדולים האבן גע'אסר'ט ווידיאוס, און אז מען קען פון דעם ברענגן א ראי' אז א טריפה'נע כלי אינטערנעט איז אוודאי אסור? סאטמארע רבי שליט"א האט דא גערעדט פון ווידיאוס אויף די אינטערנעט. על כל פנים, לאמיר זאגן אז עס איז דא רבנים וואס האלטן אזוי, ווייס איך קלאר אז עס איז דא אסאך ערליכע אידן רבנים מיט דיינים וואס האלטן אז דאס איז נישט קיין פראבלעם, צו קוקן כשר'ע ווידיאוס.
אז איך בין שוין דורכגעפאלן און געשריבן דא נאכ'ן זיך פארנעמען אז נישט..... וועל איך דיך אגב ענטפערן אויף וואס די האסט דוקא געוואלט וויסן וועלכע צוויי מורה הוראות איך האב גערעדט און זיי האלטן אזוי בפשיטות, וועל איך דיר דא ענטפערן דערויף, אז היות איך ווייס אז זיי דערליידן נישט ווען מען טעראריזירט זיי, ממילא וועל איך דיר דוקא נישט זאגן וועלכע צוויי דיינים איך האב געפרעגט.
אז דיין דיין שליט"א האלט אנדערש, איז דאס דיך מחייב אלס א נייע איסור פון דיין דיין שליט"א, נעם עס אן און האלט דיך שטארק. אבער עס טוישט נישט די פאקט אז די איסור פון אמאל, איז געווען אויף אן אנדערע זאך ווי די היינטיגע זאכן, דאס איז א מציאות אז זיי האבן נישט גע'אסר'ט קיין פראזשעקטערס און קיין ריקעדיגע זאכן, נאר די סיבה פון די דעמאלסדיגע איסור איז געווען וויבאלד די טריפה'נע ווידיאוס וועט אריינקומען, און נישט סתם ווייל עס איז א ריקעדיגע זאך, ממילא היינט ווען די ווידיאו אינדאסטרי האט זיך אינגאנצן געטוישט אז עס ליגט בכלל נישט אין געוויסע גויאישע הענט, האבן זיי בכלל נישט געאסרט אזא מציאות ווי היינט. די רבנים דארטן האבן פונקטליך מסביר געווען די טעם האיסור, און די טעם איז נישט שייך היינט צוטאגס.
(אגב, נאך א נקודה, אז מען צוגעוואוינט צו קוקן ווידיאוס און ווען עס וועט נישט זיין גענוג כשר'ע איז דא א חשש אז מען גייט אויך קויפן טריפה'נע, אזוי איז טאקע געווען דעמאלס ווען עס איז כמעט נישט געווען קיין כשר'ע ווידיאוס נאר טריפה'נע, היינט קען מען זיך זעטיגן מיט בלויז הייליגע רבי'שע זאכן, אן קיין טראפ טריפה'נע זאכן, דאס איז א זייטיגע נקודה, אבער בעצם האב איך שוין אויבן געשריבן באריכות פארוואס עס איז קלאר אז די רבנים אין תשמ"ב האבן בכלל נישט געמיינט צו אסר'ן בשעת ווען אין יעדע קעמרע ליגט א ווידיאו)
איך טוה שוין תשובה.... איך גיי אי"ה בל"נ ווייטער נישט שרייבן דא אין די קומענדיגע תקופה.