גייען מיר דאווענען ותיקין די נעקסטע צוויי וואכן?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8850
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
גייען מיר דאווענען ותיקין די נעקסטע צוויי וואכן?
כידוע די גרויסע מצוה און סגולה פון דאוונען כוותיקין.
שיטת ריף ורמב"ם אז תפילת ותיקין איז א חיוב גמור!
אין שלחן ערוך (או"ח סי' נ"ח סעיף א') ווערט ג'פסק'נט: ומצוה מן המובחר לקרותה כוותיקין (פי' תלמידים. ורש"י פי' אנשים ענוים ומחבבים המצות) שהיו מכוונים לקרותה מעט קודם הנץ החמה (פי' יציאת החמה כמו הנצו הרמונים) (שיר השירים ו, יא; ז, יג) כדי שיסיים קריאת שמע וברכותיה עם הנץ החמה ויסמוך התפלה מיד בהנץ החמה. ומי שיוכל לכוין לעשות כן שכרו מרובה מאד.
חז"ל הקדושים זאגן אונז צו "כל הסומך גאולה לתפילה כ'ותיקין' אינו ניזוק כל היום כולו" (ברכות ט, ב, ותוס' שם).
דער משנה ברורה דארט שרייבט: (ס"ק ח') "ומובטח לו שהוא בן עוה"ב ולא יוזק כל אותו היום".
פונעם הייליגן בעל שם זי"ע ווערט געברענגט אין צוואת ריב"ש
"ולכל הפחות יזהר להיות התפלה בין בקיץ בין בחורף קודם הנץ החמה, דהיינו יהיה רוב התפלה עד קרוב לק"ש קודם הנץ והחילוק בין קודם הנץ לאחר הנץ כרחוק מזרח ממערב. כי אז עדיין יכולין לבטל, וסימנך והוא כחתן יוצא מחופתו ישיש כגבור וכו' ואין נסתר מחמתו אל תקרי מחמתו אלא (מחימתו, כלומר, כשכבר השמש יצא על הארץ אזי אין נסתר מהדינים הבאים ממלאכי חימה. על כן אל יהא בעיניך דבר זה קטן כי גדול הוא ובעל שם ז"ל הוה מדקדק גדול ע"ז ולפעמים כשהיה עת שלא היה לו מנין היה מתפלל ביחיד."
מוראדיג!!
דער רבי ר' יונתן אייבשיץ זצ"ל שרייבט אין אלון בכות איכה ג' מ"ד אז א תפילה כוותיקין מוז אנגענומען ווערן. אין אויב וואלטן יידן גדאוונט ותיקין אין טאג פון חורבן ביהמ"ק וואלט דער ביהמ"ק נישט חרוב ג'ווארן.
על כן טייערע פריינט, אין די צוויי וואכן ביז וואנעט מ'ריקט דעם זייגער קומט אויס דער הנה"ח נאך 7:00, איז דאך דער זמן גאר שפעט און גאר לייכט זיך צוצוכאפן צו אזא הערליכע און חשוב'ע מצוה.
אין יעדע יידישע ישוב איז שוין היינט דא מנינים פאר תפילת ותיקין.
לאמיר זיך משתדל זיין איש כפי כחו אז לכה"פ אין די צוויי וואכן צו דאווענען א גוטע תפילה כוותיקין.
און אין דעם זכות וועלן מיר זוכה זיין אז אונזערע תפילות וועלן נתקבל ווערן איש כפי משאלות לבו לטובה.

לעצט פארראכטן דורך יידישע קהילות אום מוצ"ש אקטאבער 20, 2018 11:37 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8850
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8850
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
קונטרס בעניני השכמה מאת הג"ר שלום לופס זצ"ל
דא
דא
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8850
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
חושב מחשבות... האט געשריבן:יישר כח פאר די התעוררות
אפשר איז טאקע א גוטע צייט אריינצוכאפן, ויהא הזכות על ראשך
איך בעט ווער עס איז נתעורר געווארן, זאל ביטע שרייבן דא אז ער פלאנט זיך משתדל צו זיין אויפצושטיין און דאוונען כותיקין. וממנו יראו וכן יעשו אחרים יראי ה' וחושבי שמו.
זכות הרבים בידכם!
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 502
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9235
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
יישר כוח פאר די התעוררות, טאקע א געוואלדיגע געלעגנהייט צו אריינכאפן תפילה מן המובחר, וועל מיר פרובירן בלי"נ צו דאווענען אזוי אין די קומענדיגע טעג.
אגב ווייס איך פון איינע פון די חשוב'ע רבנים בדורינו וואס דאווענט יעדן טאג כוותיקין, און למעשה שטעלט זיך ארויס אז ס'קומט עם אן זייער שווער צו אנהייבן דעם סדר היום אזוי פרי ספעציעל אין די זומער וואכן, צוליב דעם וואס ער נעמט אויף אידן ביז שפעט ביינאכט, און צופרי האט ער אסאך מאל שמחות ביי וועלכע ער דארף זיך משתתף זיין, וכו' וכו'.
און וויפיל מאל זיינע זיינע שטוב מענטשן האבן שוין פרובירט עם משכנע צו זיין אז ער זאל זיך אפלאזן פון דאווענען וותיקין, ווייל ס'שטערט אים זייער מיטן סדר היום דורכן טאג, אבער הוא באחת אז ער וויל עס נישט אויפגעבן, ווייל עס שטייט קלאר אז איינער וואס דאווענט וותיקין הערט מען אים אויס די תפילות, און אזוי ווי אסאך אידן זענען זיך מזכיר ביי אים וואס דארפן געהאלפן ווערן זה בכה וזה בכה, מילא האט ער נישט קיין ברירה נאר ער מוז אנהאלטן זיין מנהג פון דאווענען כוותיקין.

---
ווען שטעלט מען זיך ברכות מארגן?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
https://sellerboard.com/?partner=00529
- maybeeynot
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5474
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8850
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
רעסטאראנט האט געשריבן:מנינים ביטע
עס זענען פאראן כמה מנינים אין אלע געגנטער.
אבער אין די נעקסטע צוויי וואכן גייען כמעט אלע בתי מדרשים וואס האבן מנינים שחרית האבן א מנין ותיקין. בערך 6:45 - 6:50 מנינים.
קען זיין אז מ'דארף אמאל מעורר זיין דעם בעל תפילה צו גיין א משהו שטייטער צו כאפן דעם זמן.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8850
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1229
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm
לעכטיגער האט געשריבן:חמרא האט געשריבן:נאך וויכטיגער מעורר צו זיין אז דאווענען פאר׳ן נץ החמה איז א דיעבד. יעצט קומט אויס אז די מנינים וואס זיך 6:30 דאווענען שמו״ע פארן נץ
אזוי ווי נאך סוף זמן תפילה.
נאר האט מען נישט קיין ברירה. מ'האלט שוין נאכען זמן.
להלכה איז נאך סוף זמן תפילה לכו' ערגער (ע"פ חסידות אפשר נישט)
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8850
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
זמנים פאר מאנטיג וירא הבעל"ט
קרית יואל
7:17:24 AM
ברוקלין
7:15:31 AM
מאנסי/סקווער
7:16:38 AM
מאנטרעאל
7:21:03 AM
לאנדאן
7:37:21 AM
7:17:24 AM
ברוקלין
7:15:31 AM
מאנסי/סקווער
7:16:38 AM
מאנטרעאל
7:21:03 AM
לאנדאן
7:37:21 AM
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
יישר כח האט געשריבן:לעכטיגער האט געשריבן:חמרא האט געשריבן:נאך וויכטיגער מעורר צו זיין אז דאווענען פאר׳ן נץ החמה איז א דיעבד. יעצט קומט אויס אז די מנינים וואס זיך 6:30 דאווענען שמו״ע פארן נץ
אזוי ווי נאך סוף זמן תפילה.
נאר האט מען נישט קיין ברירה. מ'האלט שוין נאכען זמן.
להלכה איז נאך סוף זמן תפילה לכו' ערגער (ע"פ חסידות אפשר נישט)
ס׳איז ערגער אלס ברכת ק״ש, אויב זאגט מען ברכת ק״ש נאך ארבע שעות (עכ״פ אויב איז מען נישט געווען קיין אונס) איז עס א ברכה לבטלה לויטן פסק פון שו״ע און רוב פוסקים