וואו ביסטו פארשוואונדן?

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

וואו ביסטו פארשוואונדן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

בס"ד


די פינקלנדע שטערן
אין האריזאנט פאלן
פילפארביגע אטמאספערן
פארלעשן זייערע שטראלן

די פויגל אין די לופטן
פארלאשן זייער געזאנג
די גראזיגע דופטן
אויסגעוועפט פון לאנג

די בלומעלעך אין שעם
פארבויגן די קעפעלעך
אייניג אין פראבלעם
די גלאנציגע עפעלעך

געפאלן דער שטרענגל
די טרויבן באזייטיגט
געהענגל נאך געהענגל
צי זענען זיי געצייטיגט?

דער הערשל אנטלאפן
מיטן לעמפערט פונעם וואוינונג
דער אדלער‘ס אויגן אפן
אויפן לייב קוקט אין שטוינונג

פראסטיגע סיגנאלן
פון ענדלאזע טרוקן
די בלעטעלעך פאלן
אויפן מוט זיי דרוקן

צווישן שרויפן, נאגל
טוויסטער, סטעפל
מיינע אויגן וואגל
אין א מיסטישע נעפל

פינגער צושטאכן
און מיין הארץ מיט איר
ברעטעלעך צובראכן
פענסטער און טיר

מיין שוץ,
מיין שאטן
ווי ביסטו אנטלאפן

מיין זיץ,
אפגעבראטן
פון זון באטראפן

ווי האסטו פארלאזט
דיין רעזידענט
צו וואלקן און פראסט
ווערן געשענדט

פון אפענע לעכער
און געטליכע קוועלער
צו פארבויעטע דעכער
און פארהאקטע שטראלן

שטיל,
זיך פארשוואונדן
מיר געלאזט אליין

איך וויל,
דיר פארבינדן
נישט לאזן גיין

בלייב מיט מיר
מיין סוכה'לע ליבע
אויף יעדע ריר
אויך מצבים טריבע

פון דיין שיין, דיין וועזן
און שכינה'דיגע אטמאספער
זאל בלייבן פאר שפעזן
און נוצן אלס געווער

כ'וועל באגנוגן דאסמאל
מיט דיין שיריים
ביזן זיך טרעפן נאכאמאל
איבער'ס-יאר אין ירושלים!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

יישר כח הערליך שיין!!
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

זייער הארציג
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4289
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

פששששששששששש...........
א מייסטער ארבעט.
דער צינג איז מיר נאך אינדרויסן...
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

הערליך שיין! ממש ווי א פארצייטישע פייטן...
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

נישטא קיין ווערטער. אין מעלות פלעגט שטיין אין די ערשטע יארן פון א דיכטער דוד, עפעס האסטו מיר יעצט דערמאנט
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

פון הארצן ריין
פונעם מייסטער אליין
שורות מיט חן

זיך באלעקט
און דערשמעקט
דעם ץ עפעקט
פייוויש בראדער
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייוויש בראדער »

זייער שיין.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

ענדע, סריזיג... שכח, העלן מיר אויך עס אהיים טראגען פארן בני בית.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

סריזיג...
אני ישנה ולבי ער
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וואו ביסטו פארשוואונדן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

כאניש קיין ווערטער..
הערליך!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: וואו ביסטו פארשוואונדן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

מורא'דיגע דיבורום
הערליכע סיפורים
מיר טוסטו פירן
צו אסאך העכער שפירן

עס קלינגען מיינע נירן
אויכעט די בינען
דעם באשעפער צו דינען
פרייליך און צופרידן

שכוח צ' ענדע
פארן טוישן מיין אגענדע
פארן הייליגן יו''ט סוכות
מיר דערקוויקט עס! 8.)
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: וואו ביסטו פארשוואונדן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איך וואונדער זיך אויף די ניקים וואס האבן געהאט די חוצפה צוצולייגן צו דעם הערליכן געדיכט. עס איז פשוט נישטא וואס צוצולייגן.

יעצט איז נאר פארבליבן צוצובינדן ענדע צדיק צום קיבאורד מיט צוואנגען, און אים נישט אוועקלאזן פון דארטן ביז ער שטעלט אהער נאך עטליכע אזעלכע.
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: וואו ביסטו פארשוואונדן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

הערלעך
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וואו ביסטו פארשוואונדן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אפנארמאל, אויסטערליש, מייסטערווערק.

טיפע געגועים, געפילן פון פארלוסט, פון מורא איבער פארלוסט. מיר גערירט טיף אין נשמה. מיט דיינע ווערטער האסטו געפארבט די הערליכקייט פון א סוכה. איך שפיר ווי די ווענט פון די סוכה האלזט מיר.

ש'כח, ענדע צדיק!

און 'טישטוך' איז גערעכט..
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וואו ביסטו פארשוואונדן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

היכי תמצא האט געשריבן:אפנארמאל, אויסטערליש, מייסטערווערק.

טיפע געגועים, געפילן פון פארלוסט, פון מורא איבער פארלוסט. מיר גערירט טיף אין נשמה. מיט דיינע ווערטער האסטו געפארבט די הערליכקייט פון א סוכה. איך שפיר ווי די ווענט פון די סוכה האלזט מיר.

ש'כח, ענדע צדיק!

און 'טישטוך' איז גערעכט..

נאך ווי איז ער גערעכט...
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: וואו ביסטו פארשוואונדן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

טישטוך האט געשריבן:איך וואונדער זיך אויף די ניקים וואס האבן געהאט די חוצפה צוצולייגן צו דעם הערליכן געדיכט. עס איז פשוט נישטא וואס צוצולייגן.

יעצט איז נאר פארבליבן צוצובינדן ענדע צדיק צום קיבאורד מיט צוואנגען, און אים נישט אוועקלאזן פון דארטן ביז ער שטעלט אהער נאך עטליכע אזעלכע.

רט
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: וואו ביסטו פארשוואונדן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ווער מאכט חיטוטי שכבי דא? ייש״כ אלע

דא איז דא נאך איינס מעניני דיומא.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
נאך א ניק
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 4:33 pm

Re: וואו ביסטו פארשוואונדן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך א ניק »

WOW
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: וואו ביסטו פארשוואונדן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

wow wow און wow זענען פיצי געזאגט!! שרעקליך גוט טיף און הארציג!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”