קען מען מעסטן א ריח?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

קען מען מעסטן א ריח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

גייענדיג אויפן גאס אין עיה"ק ווילאמסבורג ווי די היצען זענען לעת עתה גאר הויעך און אומאנגענעם, קומט נאך צו א ערגערע זאך, דאס איז סרחון פון די גאסן, ווי מ'גייט יעדע הויז גיבט ארויס א בעסערע און אנדערע ריח, גייט מען דורך נעבן א פיש אדער פלייש געשעפט, ברוך מען גרויס רחמנות די נאז זאל נישט ווערן טויב...

עכ"פ ביניך נייגעריג אויב ס'דא אזא זאך ווי א גראד פאר ריחות, און מ'קען עס מעסטן, למשל אז מ'וועט זאגן יעצט איז 108 די גערוך אא"וו.

***

אויב קען מען מעסטן די ריח, ברויך מען אויפמאכן א "ריח טשענעל", און דארט העט מען קענען הערן פונקטליך ווי די גערוך האלט און יעדע געגענט, און מ'וועט אזוי קענען אויסמיידן יענע מקומות המטינופות.

ווי אויך וועלן זיי פונקטליך אפדעיטען ווען די גארבידזש טראק פארט אדורך אין יעדע געגענט, אדער ווען די טראק וואס נעמט צוזאם די אפפאל פון די בוטשער פארט אריבער אין שטאט, אזוי וועט מען וויסן צו פארמיידן.

אויב קענען מען מאכן געלט דערביי, מאך איך שוין א פעטענט...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2937
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

בינעך פונקט היינט געווען שפעט אין מקווה, האבעך נישט געוויסט אז עס קען אנקומען צו אזאלכע ציפערן...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

וועלקאם בעק
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

פארדעם גייט מען דאך אין קאנטרי אין די זומער?
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
מיט דיר
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 7:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט דיר »

ריח איז רוחנית עס איז נאך נישט דא א מעשין וואס קען שמעקן אלעס איז שוין דא נישט שמעקן
קיינער האט נישט קיין צייט צו טרכאטן פון דיר
וואל ער איז פארנומען צו טרכאטן וואס די טראכסט אויף אים.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: קען מען מעסטן א ריח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ארויף לאור המצב, היינט איז קאלעקשען דעי אין ווילי. די גראד איז גאר הויעך...

מ'קומט צוריק אריין פון די קאנטרי, מ'טרעט ארויס פון די קאר אדער באס, און בום!!! אפשר קען מען מיטברענגען פון די קאנטרי די נאז קליפס.

ידע הציבור ויזהר!

שוין וואס טוט מען נישט צו וואוינען דא אינעם עיר ואם בישראל...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: קען מען מעסטן א ריח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

חחח...
שכל, ;l;p-
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: קען מען מעסטן א ריח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

די יאר איז דא אסאך װאס האבן נאך זײער ריח אױף לאו װאליום אדער אױף נול נאך פון די קאראנע עפאכע, סאו מ׳דארף זעהן די מאשין זאל דאס אױך קענען אױסרעכענען.

אני כשלעצמי האב אן ערענסטע חשד אז מײן ריח איז קײנמאל נאך נישט צוריק צו די ארגינעלע נומערן, ואין פוצה פה, שטא װער זאל עס קאנפירמען אדער דינײען, סיז א גרױס װײטאג, סעט װען געװען א גוטע צײט פאר אזאָ מאשינדל.

אײנער װײסט װאו ס׳האלט?
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קען מען מעסטן א ריח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

איי בי עם ארבעט שוין יארן אויף די טעכנאלאגיע, איך מיין עס דארף שוין פערטיג ווערן. זיי קאנצעטרירן זיך אויף א וועג צו קענען רעקארדירן און דערנאך אויפשפילן דעם ריח פון א פלאץ, מסתמא איינמאל מען קען דאס טון קען מען שוין גרינג ערצייגן אזא סארט מעסטער.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: קען מען מעסטן א ריח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

Programming האט געשריבן:איי בי עם ארבעט שוין יארן אויף די טעכנאלאגיע, איך מיין עס דארף שוין פערטיג ווערן. זיי קאנצעטרירן זיך אויף א וועג צו קענען רעקארדירן און דערנאך אויפשפילן דעם ריח פון א פלאץ, מסתמא איינמאל מען קען דאס טון קען מען שוין גרינג ערצייגן אזא סארט מעסטער.

איך האב הנאה צו הערן דערפון, און לכאורה וועט בקרוב מיין חלום פארוויקלעכט ווערן. איך בין זיכער אז פילע וועלן דעמאלטס אריינגיין אין די ריח פארקעסטינג ביזנעס.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”