מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

ווייסן מיר.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

די שאלה איז טאמער דא קומט אפילו אריין מסירה, משל למה הדבר דומה, א פריץ האט פארדינגען א קרעטשמע, און די בעה"ב האט נישט צוגעשטעלט קיין געהעריגע סערוויס, יעצט קומט א איד און ער וויל א געהעריגע קרעטשמע כדי צו קענען הנאה האבן דערפון, מעג עא יעצט גיין צום פריץ און פארציילן פארן פריץ וואס דא טוהט זיך, כדי די פריץ זאל נישט באנייען די קאנטראקט?
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

נאכמער, אויב הייבט מען אן אדאנק דעם אריינצוקוקן אין יענעמס געשעפט, און מ'טרעפט עפעס קרימענאל, דמו בראשך.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

בבקשה האט געשריבן:די שאלה איז טאמער דא קומט אפילו אריין מסירה, משל למה הדבר דומה, א פריץ האט פארדינגען א קרעטשמע, און די בעה"ב האט נישט צוגעשטעלט קיין געהעריגע סערוויס, יעצט קומט א איד און ער וויל א געהעריגע קרעטשמע כדי צו קענען הנאה האבן דערפון, מעג עא יעצט גיין צום פריץ און פארציילן פארן פריץ וואס דא טוהט זיך, כדי די פריץ זאל נישט באנייען די קאנטראקט?

זייער נישט דומה

ערשטענס, דא איז נישטא קיין פריץ מיט א פריוואטע אייגענטום, די רוט באלאנגט פארן ציבור, ווען גיבט נישט קיין סערוויס בא'גנב'ט ער דיר מיט מיר.

צווייטנס, מען רעדט נישט פון אוועקכאפן די רוט אינמיטן די צען יאר קאנטראקט, מען רעדט פון די נעקסטע צען יאר, דאס איז דאך נאכנישט זיינס.

שמואל בארג האט געשריבן:נאכמער, אויב הייבט מען אן אדאנק דעם אריינצוקוקן אין יענעמס געשעפט, און מ'טרעפט עפעס קרימענאל, דמו בראשך.

אהא, און ווער רעדט נאך אויב מען וועט כאפן אז ער איז א שפיאן פאר רוסלאנד :roll:
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

ליינט ביטע שטייט אדורך די ווערטער פון הרה"ג ר' מענדל זילבער שליט"א געשריבן בעת המגיפה רח"ל.

(אנטשולדיגט פאר די אפגעהאקטע פייל)

AcroRd32_2020-09-10_11-32-24.png
AcroRd32_2020-09-10_11-32-24.png (60.87 KiB) געזען 1922 מאל

AcroRd32_2020-09-10_11-33-12.png
AcroRd32_2020-09-10_11-33-12.png (192.37 KiB) געזען 1922 מאל

AcroRd32_2020-09-10_11-33-41.png
AcroRd32_2020-09-10_11-33-41.png (56.37 KiB) געזען 1922 מאל
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

בבקשה האט געשריבן:די שאלה איז טאמער דא קומט אפילו אריין מסירה, משל למה הדבר דומה, א פריץ האט פארדינגען א קרעטשמע, און די בעה"ב האט נישט צוגעשטעלט קיין געהעריגע סערוויס, יעצט קומט א איד און ער וויל א געהעריגע קרעטשמע כדי צו קענען הנאה האבן דערפון, מעג עא יעצט גיין צום פריץ און פארציילן פארן פריץ וואס דא טוהט זיך, כדי די פריץ זאל נישט באנייען די קאנטראקט?

אין די חסידישע סיפורי צדיקים איז דא א מעשה מיט'ן הייליגן שינאווער רב זי"ע וואס א פריץ האט געוואלט אוועקנעמען די קרעטשמע פון איין איד בלויז ווייל ער איז שוין עלטער געווען און נישט געפירט די קרעטשמע ווי אזוי עס דארף צו זיין, קונדן זענען געווארן ווייניגער און ווייניגער איז געגאנגען דער פריץ און פארגעשלאגן די קרעטשמע פאר א פרישע אינגערמאן א שינאווערע חסיד ער זאל איבערנעמען און ארויף בליען צירוק דאס געשעפט.

איך האב נישט די געשיכטע פארנט פון מיר צו איבערגעבן אלע פרטים אבער די תמצית פון די מעשה איז געווען אז דער ערשטער איז געלאפן צום הייליגן שינאווער רב זי"ע וויינען אז מען נעמט אוועק זיין פרנסה, די צדיק האט געשיקט רופן דעם אינגערמאן פארהאלטן, ווען דער אינגערמאן האט געטענט אז דער פריץ זאגט ער דערלייגט געלט, האט דער שינאווער רב איהם געזאגט עכ"ז נעמט מען נישט אוועק פון א צווייטן איד, בקיצור המעשה דער שינאווער רב האט משפיע געווען עשירות פאר'ן אינגערמאן ער זאל זיך אפלאזן פון די קרעטשמע, און דער האט אזוי מצליח געווען למעלה מדרך הטבע, דער אינגערמאן האט פארמאגט קייט-געשעפטן דורכאויס גאנץ איירופא, בזכותו של אותו זקן, זי"ע.

ווער עס ווייסט וואו די סיפור ווערט געברענגט בשלימות זאל צוצייכנען וזכות הרבים יהיה תלוי בו.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

דממה דקה האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:די שאלה איז טאמער דא קומט אפילו אריין מסירה, משל למה הדבר דומה, א פריץ האט פארדינגען א קרעטשמע, און די בעה"ב האט נישט צוגעשטעלט קיין געהעריגע סערוויס, יעצט קומט א איד און ער וויל א געהעריגע קרעטשמע כדי צו קענען הנאה האבן דערפון, מעג עא יעצט גיין צום פריץ און פארציילן פארן פריץ וואס דא טוהט זיך, כדי די פריץ זאל נישט באנייען די קאנטראקט?

זייער נישט דומה

ערשטענס, דא איז נישטא קיין פריץ מיט א פריוואטע אייגענטום, די רוט באלאנגט פארן ציבור, ווען גיבט נישט קיין סערוויס בא'גנב'ט ער דיר מיט מיר.

צווייטנס, מען רעדט נישט פון אוועקכאפן די רוט אינמיטן די צען יאר קאנטראקט, מען רעדט פון די נעקסטע צען יאר, דאס איז דאך נאכנישט זיינס.

די סיבה פארוואס איך האב אנגעכאפט פריץ איז ווייל ס׳איז יתכן אז ער גייט כאפן פיינס פון די שטאט וואס שטייט נישט אין קאנטראקט, אין דעם הינזיכט איז די היינטיגע שטאט גארנישט אנדערש פון די פריץ.

די קרעטשעמע איז אפשר נישט קיין גוטע משל, איך האב געמיינט אבער די חלק אז אידן האבן הנאה געהאט

דיין צווייטע טענה פארשטיי איך אינגאנצען נישט, ווייל איך האב קלאר געשריבן אז איך רעד פון באנייען א קאנטראקט.

להבהרת הענין אן קיין משלים:

א איד מאכט מיט א גוי א קאנטראקט, און די איד פאלגט נישט, און ס׳איז נישט נוגע אידן, לכאורה איז דאס אסור צו זאגן פאר די גוי משום איבה, זיכער נישט קיין מסירה
א איד מאכט מיט א גוי א קאנטראקט, און א צווייטע וויל אוועקכאפן די קאנטראקט, איז לכאורה א שאלה פון השגת גבול
א איד מאכט מיט א גוי א קאנטראקט, און ער פאלגט נישט, און ס׳איז יא נוגע אנדערע אידן, מעג מען גיין צום גוי מסר׳ן און אזוי ארום זאל ער פארלירן זיין קאנטראקט? דאס איז זיכער נישט קיין שאלה פון מסירה, פאלט אריין אין א שאלה פון השגת גבול, ס׳איז יתכן אז מען מעג, מען דארף פרעגען א דיין.

אונזער שאלה:
א איד מאכט מיט א גוי א קאנטראקט, און ס׳איז נוגע אנדערע אידן, און די גוי איז א גבר אלים, (א פריץ אדער די שטאט), ס׳איז א שאלה פון השגת גבול, און ס׳איז א שאלה פון מסירה, געוואנדען אין ווי שטארק די מעגליכקייט איז אז עס וועט עם קומען שאדן חוץ די קאנטראקט. דארף מען געוואיר ווערן טאמער עס שטייט אויס צו באקומען פיינס אינדערויסן פון די קאנטראקט, טאמער נישט, איז לכאורה נישט דא, דא קיין מסירה, און עס איז נאר דא די שאלה פון השגת גבול.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

טעם וריח האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:די שאלה איז טאמער דא קומט אפילו אריין מסירה, משל למה הדבר דומה, א פריץ האט פארדינגען א קרעטשמע, און די בעה"ב האט נישט צוגעשטעלט קיין געהעריגע סערוויס, יעצט קומט א איד און ער וויל א געהעריגע קרעטשמע כדי צו קענען הנאה האבן דערפון, מעג עא יעצט גיין צום פריץ און פארציילן פארן פריץ וואס דא טוהט זיך, כדי די פריץ זאל נישט באנייען די קאנטראקט?

אין די חסידישע סיפורי צדיקים איז דא א מעשה מיט'ן הייליגן שינאווער רב זי"ע וואס א פריץ האט געוואלט אוועקנעמען די קרעטשמע פון איין איד בלויז ווייל ער איז שוין עלטער געווען און נישט געפירט די קרעטשמע ווי אזוי עס דארף צו זיין, קונדן זענען געווארן ווייניגער און ווייניגער איז געגאנגען דער פריץ און פארגעשלאגן די קרעטשמע פאר א פרישע אינגערמאן א שינאווערע חסיד ער זאל איבערנעמען און ארויף בליען צירוק דאס געשעפט.

איך האב נישט די געשיכטע פארנט פון מיר צו איבערגעבן אלע פרטים אבער די תמצית פון די מעשה איז געווען אז דער ערשטער איז געלאפן צום הייליגן שינאווער רב זי"ע וויינען אז מען נעמט אוועק זיין פרנסה, די צדיק האט געשיקט רופן דעם אינגערמאן פארהאלטן, ווען דער אינגערמאן האט געטענט אז דער פריץ זאגט ער דערלייגט געלט, האט דער שינאווער רב איהם געזאגט עכ"ז נעמט מען נישט אוועק פון א צווייטן איד, בקיצור המעשה דער שינאווער רב האט משפיע געווען עשירות פאר'ן אינגערמאן ער זאל זיך אפלאזן פון די קרעטשמע, און דער האט אזוי מצליח געווען למעלה מדרך הטבע, דער אינגערמאן האט פארמאגט קייט-געשעפטן דורכאויס גאנץ איירופא, בזכותו של אותו זקן, זי"ע.

ווער עס ווייסט וואו די סיפור ווערט געברענגט בשלימות זאל צוצייכנען וזכות הרבים יהיה תלוי בו.

כמדומה לי איז אין הראי׳ דומה לנידון, ווייל די אלטער איד וויל באמת צושטעלן שיין ער קען פשוט נישט, אויב וואלט דיר אינגערמאן געוואלט ארויסהעלפען דעם אלטער איד, כדי אז אידן וואס באזוכען די קרעטשמע זאלן הנאה האבן, וואלט ער זיך געקענט אנטראגען צום אלטער איד צו ווערען א שותף, ועוד, ס׳איז משמע אז מדינא וואלט ער געמעגט, דער שינאווער רב האט עם נאר געזאגט ער זאל טוהן לפנים משורת הדין, און בזכות זיין מדת חסידות, האט די שינאווער רב געגעבען א ברכה אויף עשירות.
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

איך האב מיטגעהאלטן וי א דריעווער פאשט אראפ איינעם פונעם באס מיט זיינע הענט פארן נישט האבן די נייע קארטל
נאר ער האט געהאט א אלטע קארטל וואס מען דארף פאנטשען.
הצלחה
המעריב ערבים
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המעריב ערבים »

מהאלט שוון נאך יו״ט.
ווי זענען די נייע באסעס ?
אולימיטעד טאלק & טעקסט פאר בלויז $8 חודש דא
צבישלום
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 3:02 pm

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צבישלום »

המעריב ערבים האט געשריבן:מהאלט שוון נאך יו״ט.
ווי זענען די נייע באסעס ?

Think it was fake news
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

יש בו האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:מ'דארף דעם רש"י גיין ווייזן פאר די רבנים וואס לאזן מענטשן גיין אין ערכאות...

רובם ככולם פון די התירים איז בעיסד ווען דער נתבע איז נישט ציית לדינא

Screenshot_20201013-020820_Drive.jpg
Screenshot_20201013-020820_Drive.jpg (445.71 KiB) געזען 1427 מאל
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

וויסט איינער ווי מ'קען באקומען א סטודענט קארטל ?
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

דער מעיאר גאר האט דורך געמאכט דעם שווערע רייזע..
ווער זענען געווען די גרינדער ?
[attachment=0]915D1E11-9CB9-405B-A880-EA3106F9232E.jpeg[/attachment]
אטעטשמענטס
915D1E11-9CB9-405B-A880-EA3106F9232E.jpeg
915D1E11-9CB9-405B-A880-EA3106F9232E.jpeg (384.87 KiB) געזען 1050 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

shalsheles האט געשריבן:דער מעיאר גאר האט דורך געמאכט דעם שווערע רייזע..
ווער זענען געווען די גרינדער ?
915D1E11-9CB9-405B-A880-EA3106F9232E.jpeg

ר' שמחה יוסף העניג זז"ג, אק"א ר' יאסל שארמאשער צו לאנגע געזונטע יארן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

דעמאלס איז עס נאך געווען נייע באסעס
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

farshlufen האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:דער מעיאר גאר האט דורך געמאכט דעם שווערע רייזע..
ווער זענען געווען די גרינדער ?
915D1E11-9CB9-405B-A880-EA3106F9232E.jpeg

ר' שמחה יוסף העניג זז"ג, אק"א ר' יאסל שארמאשער צו לאנגע געזונטע יארן.

זאל ער רוען אין לעכטיגן גן עדן, יהא זכרו ברוך
---
אוועטאר
שטרענגע מענטש
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 06, 2021 12:06 pm

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרענגע מענטש »

ווען ער וואלט עס היינט געפירט וואלט געווען נארמאלע באסעס.
ווען איך ווער געוואר מארגען אז איך בין עדאפטעד און בעצם א גוי וואלט איך געטון בלויז איין זאך בעפארן זיך מגייר זיין, איך וואלט אונטערגעברענגט, אויף יעדע מיטל אפילו דורך מסר'ן, די פארשאלטענע קאמפאני,
דערנאך וואלט איך זיך מגייר געווען מיט א רוהיגע הארץ וויסנדיג אז איך האב אויפגעטון פאר ערליכע יונגעלייט און נשים צדקניות.
זיי שוין שטיל דארטן!
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

שטרענגע מענטש האט געשריבן:ווען ער וואלט עס היינט געפירט וואלט געווען נארמאלע באסעס.
ווען איך ווער געוואר מארגען אז איך בין עדאפטעד און בעצם א גוי וואלט איך געטון בלויז איין זאך בעפארן זיך מגייר זיין, איך וואלט אונטערגעברענגט, אויף יעדע מיטל אפילו דורך מסר'ן, די פארשאלטענע קאמפאני,
דערנאך וואלט איך זיך מגייר געווען מיט א רוהיגע הארץ וויסנדיג אז איך האב אויפגעטון פאר ערליכע יונגעלייט און נשים צדקניות.

יואש ביסטו א שטרענגע מענטש...
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
שטרענגע מענטש האט געשריבן:ווען ער וואלט עס היינט געפירט וואלט געווען נארמאלע באסעס.
ווען איך ווער געוואר מארגען אז איך בין עדאפטעד און בעצם א גוי וואלט איך געטון בלויז איין זאך בעפארן זיך מגייר זיין, איך וואלט אונטערגעברענגט, אויף יעדע מיטל אפילו דורך מסר'ן, די פארשאלטענע קאמפאני,
דערנאך וואלט איך זיך מגייר געווען מיט א רוהיגע הארץ וויסנדיג אז איך האב אויפגעטון פאר ערליכע יונגעלייט און נשים צדקניות.

יואש ביסטו א שטרענגע מענטש...

;l;p- ;l;p-
אברך משי
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2020 12:33 am

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך משי »

נאר לידיעה בעלמא. דעם חנוכה געמוזט מאכן א רייזע מיט דעם פארשאלטענעם באס, איז אזוי:

א נסיעה קאסט פינעף טאלער קעש פער קאפצאל

מיט א קארטל איז עס ביליגער

אבער איינציהאנדלען א קארטל ביים הארטנעקיגן גערעגטער כינעזער קאסט עס א מאה אין קעש! יא איר האט גוט געהערט, גאנצע הונדרעט טאלער טבין ותקילין, און דווקא גרינליכע בלויע פאפירן, קיין שום אנדערע מעטאד ווערט נישט נתקבל. זענט איר נישט קיין אייניקל בן אחר בן פון ראטשילד, דאן קומט אייך נישט די פריוויליגע פון א קארטל.

אויב ווילט איר אנלאדענען דעם קארטל און מקיים זיין מוסיף והולך כדעת בית הלל, מוזט איר געבן פערציג דאלער בבת אחת, ווינציגער פון דעם נעמט נישט דער אפאראט (נאר מיט קרעדיט קארד קען מען יא אנפילן ווייניגער, אויך פאר א טשארדזש)

אויב ווילט איר וויסן אוואו דער באס האלט יעצט (ווייל זען קען מען דאך נישט ביינאכט פון די אמן באדעקטע פענסטערס), אדער וועלכע סטאפ איר ברויכט אראפשטייגן, וכדומה וכדומה, אזעלכע קליינע מינדערוויכטיגע זאכן... דאס איז א פריווליגע בלויז פאר די צווישן אונז וואס רעדן א פליסיגן כינעזיש, ווייל אנדערש איז נישט פארהאן קיין וועג צו קומיוניקירן מיט'ן פארשטאפטן פארשוין וואס זיצט ביים רעדל.

אויב קלערט איר פאר איין רגע אז נאך אזעלכע פרייזן, וועט חנוכה אוודאי זיין צוגעשטעלט מער באסעס אזוי ווי יעדער פארשטייט אליינס, נע, דאס איז לוסקוס! אין געוויסע זמנים איז נאר דא א באס איין מאל א שעה. אויף מיין באס זענען געווען אנשים נשים וטף מיט בעקעלעך און לאטקעס אלע צוזאמגעדרוקט, מער געשטאנען ווי געזעצן, און מקיים געווען דעם כיצד מרקדין אלע אינאיינעם.

נישט צום גלייבן ווי מ'קען אזאנס טון לעיני השמש, חוזק מאכן פון א ציבור בריש גלי, מיט אלטע פארשטינקענע באסעס וואס מאכן ריסוק איברים פאר אלע משתתפים.

איך האב נאך געהאט אסאך אבזערוואציעס אין דעם נושא וואס איך האב אלס מיטגעלעבט אין דעם איינע (זייער-לאנגע) רייזע, אבער יעצט בינעך מסיים מיט דעם. ומחה ה' אלקים דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן

דער עיקר איז, פארגעסט נישט צו זאגן ברכת השחר מיט א חברותא און זאגטס אמן מיט כוונה
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

אברך משי האט געשריבן:נאר לידיעה בעלמא. דעם חנוכה געמוזט מאכן א רייזע מיט דעם פארשאלטענעם באס, איז אזוי:

א נסיעה קאסט פינעף טאלער קעש פער קאפצאל

מיט א קארטל איז עס ביליגער

אבער איינציהאנדלען א קארטל ביים הארטנעקיגן גערעגטער כינעזער קאסט עס א מאה אין קעש! יא איר האט גוט געהערט, גאנצע הונדרעט טאלער טבין ותקילין, און דווקא גרינליכע בלויע פאפירן, קיין שום אנדערע מעטאד ווערט נישט נתקבל. זענט איר נישט קיין אייניקל בן אחר בן פון ראטשילד, דאן קומט אייך נישט די פריוויליגע פון א קארטל.

אויב ווילט איר אנלאדענען דעם קארטל און מקיים זיין מוסיף והולך כדעת בית הלל, מוזט איר געבן פערציג דאלער בבת אחת, ווינציגער פון דעם נעמט נישט דער אפאראט (נאר מיט קרעדיט קארד קען מען יא אנפילן ווייניגער, אויך פאר א טשארדזש)

אויב ווילט איר וויסן אוואו דער באס האלט יעצט (ווייל זען קען מען דאך נישט ביינאכט פון די אמן באדעקטע פענסטערס), אדער וועלכע סטאפ איר ברויכט אראפשטייגן, וכדומה וכדומה, אזעלכע קליינע מינדערוויכטיגע זאכן... דאס איז א פריווליגע בלויז פאר די צווישן אונז וואס רעדן א פליסיגן כינעזיש, ווייל אנדערש איז נישט פארהאן קיין וועג צו קומיוניקירן מיט'ן פארשטאפטן פארשוין וואס זיצט ביים רעדל.

אויב קלערט איר פאר איין רגע אז נאך אזעלכע פרייזן, וועט חנוכה אוודאי זיין צוגעשטעלט מער באסעס אזוי ווי יעדער פארשטייט אליינס, נע, דאס איז לוסקוס! אין געוויסע זמנים איז נאר דא א באס איין מאל א שעה. אויף מיין באס זענען געווען אנשים נשים וטף מיט בעקעלעך און לאטקעס אלע צוזאמגעדרוקט, מער געשטאנען ווי געזעצן, און מקיים געווען דעם כיצד מרקדין אלע אינאיינעם.

נישט צום גלייבן ווי מ'קען אזאנס טון לעיני השמש, חוזק מאכן פון א ציבור בריש גלי, מיט אלטע פארשטינקענע באסעס וואס מאכן ריסוק איברים פאר אלע משתתפים.

איך האב נאך געהאט אסאך אבזערוואציעס אין דעם נושא וואס איך האב אלס מיטגעלעבט אין דעם איינע (זייער-לאנגע) רייזע, אבער יעצט בינעך מסיים מיט דעם. ומחה ה' אלקים דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן

דער עיקר איז, פארגעסט נישט צו זאגן ברכת השחר מיט א חברותא און זאגטס אמן מיט כוונה

ווייז איך נישט אויב עס איז א אמן יתומה אדער חטופה.
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

ווען איינער האט 5 מענטשן צוזאמען לוינט זיך שוין נישט צו גיין מיטן באס (געלטווייז, נארמאלווייז לוינט זיך סתם אזוי נישט...)
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

די כולל אינגעלייט רופן עס די "המן" באס....
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”