איז דא א לעזונג צום צובראכענעם שידוכים-שדכנים סיסטעם?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אויס וועלט
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויס וועלט »

למעשה
טוב לי
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 22, 2019 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לי »

אויס וועלט האט געשריבן:למעשה

איז די סיסטעם געבליבן צעבראכן
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

איך ווייס פון עסקנים וואס האלטן שוין אינמיטן ארבעטן אויף א גוטע מהלך ארויסהעלפן די שידוכים / שדכנים סיסטעם בעזהשי׳׳ת.
אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכטונג אכטונג »

איך זיך די אימעיל אדרעס פון ''לשדך'' כדי אריינצושיקען אינפארמאציע פון עלטערע בחורים,
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1603
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

דאס אז דער סיסטעם איז צעבראכן, איז ליידער נישט קיין סוד.
דאס איז הונדערטער עלטערע בחורים דרייען זיך ארום, און קיינער קוקט זיך נישט אום, איז ליידער באקאנט.
דאס איז הונדערטער שטובער זענען ליידער רואנירט, צעבראכן און זעהן נישט קיין מאין יבוא עזרם, איז ליידער וואויל באוואוסט.

די גרעסטע צרה איז אבער דאס:
אז א קארופטיער באנדיט עפענט אן ארגאניזאציע און מאכט רעקלאמעס אין די גאנצע שטאט און איז מכריז ומודיע קבל עולם ומלואה:
מיר האבן אן א ריזיגע אפאראט פון הונדערטער שדכנים, אין אלע שוהל'ן, אין אלע קהילות, אין אלע מוסדות, אין אלע קרייזן אין ווער עס צאלט איין א גרויסן סכום געלט, וועט זיין שטאב מיט שדכנים אנהייבן ארבעטן מיט א ברען - און גאראנטירט א פאסיגן שידוך.

דאס איז די גרעסטע הימל געשריי פון אלעס.

ביודעי ומכירי קאמינא. חברים און משפחה האבן אריינגעשיקט געלט פאר דעם רויבער, און דערנאך געווארט אז "כאטש איינער" פון די ריזיגע נעץ שדכנים זאל אנהייבן רופן. - אבער אין יוצא ואין בא, אין קול ואין עונה. דער באנדיט הייבט נישט אויף קיין טעלעפאן און דאס געלט איז פארפאלן, און מ'ווערט נאך מער צעבראכן.

ליידער איז נישטא קיין ארגאניזאציעס פאר עלטערע בחורים. ס'איז אלעס א סקעם און א בלאף.
קיינער קאלט נישט די משפחה פון מיין קרוב, כאטש ער רופט אן אלע ארגאנזיציעס. קיינער רופט נישט. ס'איז א רשעות צו נעמען אדווענטענדזש אויף א צרה פון צעבראכענע אידן.
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

Yoely האט געשריבן:איך ווייס פון עסקנים וואס האלטן שוין אינמיטן ארבעטן אויף א גוטע מהלך ארויסהעלפן די שידוכים / שדכנים סיסטעם בעזהשי׳׳ת.

לאדיך אפ... :lol:
"ס'דא מענטשען וואס גייען צו פרנסה/ביזנעס אווענט'ס, און ס'איז דא מענטשען וואס מאכן עכט ביזנעס!"
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

קיסריה האט געשריבן:דאס אז דער סיסטעם איז צעבראכן, איז ליידער נישט קיין סוד.
דאס איז הונדערטער עלטערע בחורים דרייען זיך ארום, און קיינער קוקט זיך נישט אום, איז ליידער באקאנט.
דאס איז הונדערטער שטובער זענען ליידער רואנירט, צעבראכן און זעהן נישט קיין מאין יבוא עזרם, איז ליידער וואויל באוואוסט.

די גרעסטע צרה איז אבער דאס:
אז א קארופטיער באנדיט עפענט אן ארגאניזאציע און מאכט רעקלאמעס אין די גאנצע שטאט און איז מכריז ומודיע קבל עולם ומלואה:
מיר האבן אן א ריזיגע אפאראט פון הונדערטער שדכנים, אין אלע שוהל'ן, אין אלע קהילות, אין אלע מוסדות, אין אלע קרייזן אין ווער עס צאלט איין א גרויסן סכום געלט, וועט זיין שטאב מיט שדכנים אנהייבן ארבעטן מיט א ברען - און גאראנטירט א פאסיגן שידוך.

דאס איז די גרעסטע הימל געשריי פון אלעס.

ביודעי ומכירי קאמינא. חברים און משפחה האבן אריינגעשיקט געלט פאר דעם רויבער, און דערנאך געווארט אז "כאטש איינער" פון די ריזיגע נעץ שדכנים זאל אנהייבן רופן. - אבער אין יוצא ואין בא, אין קול ואין עונה. דער באנדיט הייבט נישט אויף קיין טעלעפאן און דאס געלט איז פארפאלן, און מ'ווערט נאך מער צעבראכן.

ליידער איז נישטא קיין ארגאניזאציעס פאר עלטערע בחורים. ס'איז אלעס א סקעם און א בלאף.
קיינער קאלט נישט די משפחה פון מיין קרוב, כאטש ער רופט אן אלע ארגאנזיציעס. קיינער רופט נישט. ס'איז א רשעות צו נעמען אדווענטענדזש אויף א צרה פון צעבראכענע אידן.

was discussed here many times
לעצט פארראכטן דורך טיכטיגער אום דינסטאג אפריל 02, 2019 7:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"ס'דא מענטשען וואס גייען צו פרנסה/ביזנעס אווענט'ס, און ס'איז דא מענטשען וואס מאכן עכט ביזנעס!"
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

:roll:
אטעטשמענטס
Lezaveg.PNG
Lezaveg.PNG (68.77 KiB) געזען 4468 מאל
"ס'דא מענטשען וואס גייען צו פרנסה/ביזנעס אווענט'ס, און ס'איז דא מענטשען וואס מאכן עכט ביזנעס!"
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

טיכטיגער האט געשריבן::roll:


אזוי?
293 שדכנים אין זיין ארגאניזאציע?

זענען זיי ל״ו צדיקים וואס זייער אידענטיטעט דארף זיין אין שטרענגע געהיים?
אפשר זענען זיי ״סיקרעט סערוויס״?
וואו זענען זיי?
וויפיל שידוכים האט יעדער פון די אזויגערופענע ״שדכנים״ אויסגעפירט?

אוז עס אויך א מיליטערישע סוד?

נישט צען שדכנים
נישט 20 שדכנים
נישט 100 שדכנים
נישט 200 שדכנים

נאר גאנצע 293 מיסטריעזע שדכנים!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

וואס איז די פארפירעכטס פונקטליך? לזווג פארלאנגט נישט קיין געלט פון קיינעם, זיי שלאגן גאר פאר געלט פאר'ן אנטראגן שידוכים. @קיסריה האט קענטיג גערעדט פון א צווייטן...
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:וואס איז די פארפירעכטס פונקטליך? לזווג פארלאנגט נישט קיין געלט פון קיינעם, זיי שלאגן גאר פאר געלט פאר'ן אנטראגן שידוכים. @קיסריה האט קענטיג גערעדט פון א צווייטן...

און וואס איז מיט "לשדך"? האט איינער געהערט פון זייער געוואלדיגע אויפטוענגן?
חוץ די ראפפעל שטייציך!
:lol:
"ס'דא מענטשען וואס גייען צו פרנסה/ביזנעס אווענט'ס, און ס'איז דא מענטשען וואס מאכן עכט ביזנעס!"
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1603
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:וואס איז די פארפירעכטס פונקטליך? לזווג פארלאנגט נישט קיין געלט פון קיינעם, זיי שלאגן גאר פאר געלט פאר'ן אנטראגן שידוכים. @קיסריה האט קענטיג גערעדט פון א צווייטן...


ווער זענען די 293 שדכנים?
בני בלי שם?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

און אויב יא?

האבן זיי דען עפעס פארלאנגט אדער גענומען פון עמיצן?
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:און אויב יא?

האבן זיי דען עפעס פארלאנגט אדער גענומען פון עמיצן?

(אויב אמת.. ) יא, אז מען פראפאגאנדירט אז מען באהאנדעלט די פראבלעם, און מען טוט ווייניגער ווי משרייבט קילט עס אפ אנדערע פון טוהן
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

זיי פראפאגאנדירן נישט אז זיי באהאנדלען דעם פראבלעם, זיי אפעלירן צום המון עם זאל אנטראגן שידוכים דורך זייער סיסטעם.
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:זיי פראפאגאנדירן נישט אז זיי באהאנדלען דעם פראבלעם, זיי אפעלירן צום המון עם זאל אנטראגן שידוכים דורך זייער סיסטעם.

און קיינער רופט נישט צוריק!
"ס'דא מענטשען וואס גייען צו פרנסה/ביזנעס אווענט'ס, און ס'איז דא מענטשען וואס מאכן עכט ביזנעס!"
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

www.bashertnow.com
There Should be a site for frum chasidish singles to find their basherta
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

איין זאך איז זיכער אז א טאטע/מאמע וואס באקומט א טעלפאון קאל פון א שדכן זאל זיכער מאכן אז די שדכן פילט אז אים קען מען און עס לוינט זיך צורעדן צו
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

lshadeich.PNG
lshadeich.PNG (34.12 KiB) געזען 3848 מאל

???
"ס'דא מענטשען וואס גייען צו פרנסה/ביזנעס אווענט'ס, און ס'איז דא מענטשען וואס מאכן עכט ביזנעס!"
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

today
אטעטשמענטס
alter bucrim.JPG
alter bucrim.JPG (29.11 KiB) געזען 3353 מאל
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

yid האט געשריבן:today


גוטע איידיע!
וואס מיינט אבער 10 - 20 בחורים?
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

סאיז לכוראה א עדזש וואס האט צוזאם גענומען געלט פאר געבליבענע בחורים, אז שדכנים זאלן זיך אימקוקען
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

דער אנהייב און סוף פון מיין שדכנות קאריערע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

רעדנדיג וועגן צובראכענעם שדכנים-שידוכים סיסטעם, ליגט מיר אין די ביינער א פסק וואס כ'האב געכאפט פארן אנטראגן א שידוך.
ס'געווען נישט לאנג נאך מיין חתונה ווען כ'האב געוואלט פרובירן מיין מזל מיט אנטראגן שידוכים.
איין שידוך איז מיר ארויף אויפן געדאנק, כ'האב זיך אינטרעסירט אויף די צדדים, וועמען כ'האב ביידע אביסל געקענט. נאכן גרובלען האט עס מיר אויסגעזען ממש ענבי הטרויבעלע בענבי הראזשינקע... צוגעפאסט פיקס-פארטיג.
אבער רבות מחשבות בלב איש. כ'הייב אויף א טעלעפאן, איך טריי צו סאונדען פראפעשענעל, אבער איידל. יענער פרעגט מיט נייגער וועלכע נאמען כ'וויל אנטראגן.
ווי נאר כ'זאג ארויס דעם נאמען, הייבט ער ממש אן מיר צו באוואשן היתכן כ'טראג אים אזוינס אן בכלל?! מ'קען נישט צאמפארן אבי וועמען, ס'איז א אחריות וכו' וכו'. דער הויכפונקט איז געווען זיין סטעיטמענט אז "ס'איז א נארישער איינפאל".
פלוצלונג כאפט ער זיך ווער איך בין, און אז כ'בין נאך אין שנה ראשונה, הייבט ער אן געבן א לעקציע: ביסט דאך נאך א יונגערמאנטשיק, לאמיך דיר אויסלערנען א כלל אין שדכנות וכו' (קוקנדיג אויף צוריק איז דער סך הכל פון זיין לעקציע געווען: "כ'בין אין א געפערליכע שלעכטע מאד היינט"...).
כ'האב אראפגעלייגט דעם טרייבל צוטומלט און צומישט. דאס איז געווען דער לעצטער שידוך וואס כ'האב אנגעטראגן פאר איינעם, והשוטים שקלקלו עתידים ליתן את הדין...

5 יאר שפעטער ווען כ'האב זיך באפריינדעט מיט א גרויסער שדכן, האט ער מיר אגב'דיג דערציילט אז א גוטע פאר שדכנים האבן געארבעט אויף יענעם זעלבן שידוך וואס איך האב אנגעטראגן. ס'איז א געלונגענער צושטעל פון יעדן ענגעל. בין איך, עפטער אלל, נישט אזא שוטה געווען...
שוין, זאל זיין אזוי. כפרות עוונות...
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

א איד זאגט מיר די וואך אז ס'איז פארהאן אזעלכע וואס קוקן די דבר יום ביומו אינדערפרי און - נישט מער נישט ווייניגער - זיי קאלן מחותנים 'פארהאלטן' אויף שידוכים וואס זיי האבן געטון.
מחותנים קוקן היינט מער אויף די שיינע נאמען פון מחותם, וויסנדיג אז די גאס זעט פונקטליך אלע שידוכים
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

ויקץ פרעה והנה חלום
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”