איז דא א לעזונג צום צובראכענעם שידוכים-שדכנים סיסטעם?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

איז דא א לעזונג צום צובראכענעם שידוכים-שדכנים סיסטעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

נאכן האבן צוויי קינדער אין שידוכים יארן, און מען האלט שוין בקרוב ביים דריטן, האב איך פערזענליך מיטגעהאלטן און געקומען צו די מסקנא וואס איך בין זיכער אז אז אסך דא ווייסן שוין.
דער וועג ווי אזוי שידוכים-שדכנים ארבעט איז דעפעקטירט. פינטעל

כמעט יעדער איינער האט א ברודער צו א שוואגער וואס האט א קינד העכער די 20, א זאך וואס איז אמאל גווען אסך מער זעלטען. עס איז דא גאר גאר אסך מענטשען מיט וואוילע קינדער פון 19 יאר וואס האבן נאך נישט באקומען קיין איין איינציגען טעלאפאון קאל פון א שדכן.

הקדמה: הכל בידי שמים. און א זיווג ווערט אויסגערופען מ' יום קודם יצירת הוולד, מיט דעם אלעם איז פשוט אז מען מעג און מען דארף אריינקוקען וואס זענען די יסודות פונעם פראבלעם און ווי אזוי עס איז שייך צו פארעכטען. און פונקט ווי יעדער פארשטייט בנוגע דעם דירות קריזיס אז עס איז א מצוה רבה צו געפינען א לעזונג על אף וואס מען האט אויסגערופען בית פלוני לפלוני, ה"ה וכ"ש הכא.

א. לענ"ד איז איינס פון די הויפט פראבלעמען, אויב נישט דער הויפט פראבלעם אז א שדכן ווערט זייער ווייניג באצאלט פאר זיין ארבעט. פאר סאם ריזאן האבן אונזערע חכמי כעלעם מחליט גווען אז שדכנות געלט גייט נישט ארויף מיט אינפלאציע. שדכנות געלט שטייט היינט בערך ווי עס איז געשטאנען 30 יאר צוריק (עטוואס העכער), און די ארבעט איז גארנישט געווארן גרינגער, אויב עפעס שווערער. די רעזולטאט, דער ציבור איז געוואקסן פי חמשה, אבער שדכנים זענען נישט צוגעקומען, ואין הקומץ משביע.

וואס נאך זענען די פראבלעמען און וואס קען מען טוען דערצו? לייגט צו אייערע צוויי צענט.
לעצט פארראכטן דורך חדשות אום פרייטאג נאוועמבער 17, 2017 2:30 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

און דאס אז מ'קען די שדכנים נישט גלייבן נאר אז דער האט א זון און דער צווייטער א טאכטער? כאב שוין מיטגעהאלטן ווי א שדכן זאָגט אז ער האט גערעדט צום צד שני בענין א לבוש און זיי האבן מסכים געווען, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט א גרויסע להד"ם! יארגאנג איז אפגערעדט אז מציפט אראפ,
כ'פארשטיי אמאל דארף מען צופיצען אבער היינט איז עס מותר און לכתחילה און נאכדעם קענסטו גיין צום דופן עקימה
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

מים שלנו האט געשריבן:און דאס אז מ'קען די שדכנים נישט גלייבן נאר אז דער האט א זון און דער צווייטער א טאכטער? כאב שוין מיטגעהאלטן ווי א שדכן זאָגט אז ער האט גערעדט צום צד שני בענין א לבוש און זיי האבן מסכים געווען, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט א גרויסע להד"ם! יארגאנג איז אפגערעדט אז מציפט אראפ,
כ'פארשטיי אמאל דארף מען צופיצען אבער היינט איז עס מותר און לכתחילה און נאכדעם קענסטו גיין צום דופן עקימה

דאס איז נישט קיין נייע זאך, אייביג אזוי גווען שקר דובר כסף נוטל. די עיצה פאר דעם איז פשוט אויב מען האט עפעס אפגעשמועסט מיטן שדכן, קאנפירמען מיטן מחותן פארן שידוך.

בכל אופן נישט דאס איז דער נושא האשכול, אויב ווילט איר רעדן וועגן דעם פראבלעם זענט איר מכובד צו עפענען א נייער אשכול.
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

בארירט גאר א הארבע נושא, פארווייטוגט און פארביטערט ביז גאר. וויפיל מען האט נאר געשריבען, אדווערטייזט, פארפירט אויף האטליינס, האט דאס אבער גאנץ ווייניג אויפגעטון און און מיט כמעט גארנישט פארמינערט די סיטואציע פארערגערונגס.

די ביטערע מציאות איז שוין היינט א אפענע און ברייט אויסגעשמועסטע ענין, גרויסע עסקנים, איינפלוסרייכע פרעזענליכקייטן, רבנים און ראשי ישיבות, שריפטשטעלערס און בכלל יעדער מיט הענט און פיס, האבן שוין פרובירט מיט אסיפות, כינוסים, האטליינס, אדווערטייזינג, דרשות ארטיקלען, צו ברענגען עפעס א לעזונג צום געשאפענעם דילעמע. אבער ליידער איז דערווייל נישט געמאכט קיין שום עכטע פראקטישע אויספירבארע פארשריט אין דעם אנגעווייטאגטן פעלד.

אדרבה, ווער פון אייך עס האט אין געדאנק א פאסיגע פארשלאג, זאל זיין אזוי גוט, און דאס מפרסם זיין בשער בת רבים, האפענטליך וועט דאס קענען לעזן די וואקסענדע פראבלעם.

ווי איך ווייס, זענען געוויסע עסקנים אויפגעקומען לעצטנס מיט א געניאלע איינפאל, נעמליך, וועם עס פאלט איין א געדאנק פון א פאסיגע שידוך, זאל דאס מעלדן פאר א גרופע עסקנים\שדכנים, וועלכע וועלן גרינדליך אריינקוקן אין דעם בייפאל און דאן אויב דאס וועט אין זייערע אויגן אויך אויסזעהן אלס פאסיג וועלן זיי דאס גיין אנטראגן פאר די באטרעפענדע. היות איך בין נישט באקאנט מער אין דעם אונטערנעמונג ווערן געבעטן די וועלכע ווייסן עפעס מערער זיך צו לאזן הערן.

ולמצוה גדולה יחשב
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

עניות דעתי הדלה איז אז די אלע עסקנים און עצות זענען זייער פיין אבער קען בהחלט נישט פאררעכטען דעם פאנדעמענטאלן פראבלעם אז א שדכן איז אונטערגעצאלט פאר זיין ארבעט.
מלה"ד שטעלט אייך פאר מען צאלט פאר א מלמד 400 דאלאר א וואך, און עס איז דא א שארטעזש פון מלמדים, טייל קינדער בלייבן אן מלמדים. יעצט קענסט מאכן וואלענטירן און ארגענעזאציעס ביז מארגן, אזוי לאנג ווי מענטשען פילן אז זיי זענען אונטערגעצאלט, זוכט ער זיך אנדערע ארבעט.

שדכנות איז זייער א שווערע ארבעט. ווען עס וואלט גווען א וועג ווי אזוי מען זאל קענען מאכן א סטאנדארד אז א שדכן באקומט א מינימום פון 3500 פער זייט וואלט ביז א שטיק צייט זיך געדאפעלט די שדכנים, און מיט דעם בעז"ה אויך די שידוכים.

יעצט איך הער שוין די טענות, דער עולם ברעכט אונטער, עס איז נישט מעגליך צו באצאלן 3500 פאר א שדכן. וויל איך פרעגן איז נישט דער שדכן אזוי וויכטיג ווי דעם 5000 דאלארדיגען שטריימעל, און די בלומען ביי די חתונה וכולי וכולי. פאר אלע שטותים והבלים איז דא געלט, און דוקא דער שדכן וואס ארבעט ווי א חמור מוז ווערן אונטערגעצאלט?? דארטן שניידט מען קארנערס?? מען שיסט זיך אליינס אין די פוס.

לויט ווי איך זע עס ווערט עס ערגער פון יאר צו יאר. דאס יקרות גייט ארויף יעדעס יאר, ספעציעל מיט דירות, אבער דער שדכן באקומט ווייטער זיינע 1500 דאלאר. איז דען א ווינדער אז יעדע פאר חדשים הערט מען נאך א שדכן וואס האט איבערגעלאזט שדכנות און אריין אין א צווייטען פעלד..
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

א גרעסערע הילף ווי מער שדכנים וועט זיין אויב מער מענטשען וואס זענען נישט קיין שדכנים וועלען טרייען צו העלפען טראכטען פון שידוכים פאר בחורים און מיידלעך וואס זיי ווייסען פון
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

ביודעי ומכירי קאמינא, זייענדיג אין דעם פעלד פאר א האלב יובל יאר.

צו זיין אן אקטיווער שדכן היינט, בימינו אלה, דארף א דאקטאר.

1) דער שדכן כאפט מכות.
2) באקומט כמעט נישט באצאלט.
3) פארן ענדיגן רוקט זיך אן א צווייטער שדכן, און מ׳כאפט אים אויס.
4) מ׳קען ארבעטן חדשים לאנג און נישט קריגן קיין פיאסטער.
5) מ׳הייבט זיך אן נאכפרעגן, אויף דעם מדובר/ת, און דער שידוך הייבט אן ארויסליעקן, וועמען בלעימט מען: שדכן דנן.

אזוי איז פאראן נאך מערערע סיבות שונות פארוואס עס איז נישט ראטזאם אריינצוגיין אין דעם פעלד.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

חדשות האט געשריבן:נאכן האבן צוויי קינדער אין שידוכים יארן, און מען האלט שוין בקרוב ביים דריטן, האב איך פערזענליך מיטגעהאלטן און געקומען צו די מסקנא וואס איך בין זיכער אז אז אסך דא ווייסן שוין.
דער וועג ווי אזוי שידוכים-שדכנים ארבעט איז דעפעקטירט. פינטעל


וואס נאך זענען די פראבלעמען און וואס קען מען טוען דערצו? לייגט צו אייערע צוויי צענט.


איך האב א לעזונג,

איך האב עס שוין אפגעשריבן א שטיק צייט צוריק, איך וועל עס דא שרייבן בקיצור,
נ.ב. נאר געאייגענט פאר אזעלעכע וואס פארנעמן טויש אין סיסטעם.

די יסוד הפראבלעמן זענען די פאלגענדע.
שדכן קען נישט דעם בחור/מיידל, ער האט פשוט א ליסט מיט אפאר קאמענטס ביי יעדן נאמען
שדכן ווייסט נישט וואס די עלטערן זיכן
שדכן זיכט נישט זיך איבערצוארבעטן
עלטערן ווארטן פאר א טעלעפאון קאל פון אן אומבאקאנטען סארס ווער עס וועט רופן. (ווער זאגט בכלל אז איינער ווייסט אייך צו רופן?)
עלטערן ווערן בייליידיגט נאך פאר ער האט א טשענס צו זאכן וואס ער זיכט
עלטערן'ס מחשבות זענען צומישט נאכדעם וואס פלוני טראגט אן עפעס וואס פאסט בכלל נישט פאר אים, הייבן אן צו טראכטן אלע מינע פארדרייטע מחשבות ארום דעם שידוך פונעם קינד
עלטערן ווייסן נישט וויפיל ארבעט דער שדכן האט אריינגעלייגט, באצאלן ווייניג, שדכן דיסקאראזדשט, גייט מטה מטה

די ליסט גייט נאך לאנג אבער לאמיר צוקומען צו סאלושען

א שדכן גייט דורך א טרעיניגט פון מכון לשדכנים
די מכון האט גיידליינס ווער קען זיין א שדכן ווער נישט, וואספארא קוואליפיקעישאנס מ'דארף האבן צו קענען ווערן א שדכן.
מ'לערנט אים אויס, פיעפל סקילס, קאמיוניקעישאן סקילס, מענטשהייט, נישט באליידיגן אנדערע, נישט ווערן באליידיגט, פארשטיין א צווייטן, נישט ארויפצווינגן א מיינונג אויף א צווייטן, קאלעקטן אינפארמאציע, מאכ'ן קאמפעריסאנס, פארשטיין מעטשעס
וכו' וכו',
ער באקומט א סערטיפיקאט פונעם מכון
די מכון אדווערטייזט זייערע שדכנים און די בענעפיטס פון ניצן זייערע מענטשן
די עלטערן קאלן דעם שדכן (די שדכן קאלט נישט די עלטערן)
די עלטערן מאכ'ן אן אפוינטמענט מיט'ן שדכן, ביידע עלטערן צוזאמען, מ'הייערט דעם שדכן צו גיין זיכן א שידוך
ביים מיטונג שמועסט מען אויס אלעס, וואס זיכט מען, וואס איז פרייאריטי, וואס איז מען גרייט צו פארקוקען און וואס נישט, וואס געשעהט אויב עס דויערט צו לאנג אן מ'וויל אפזאגען דעם שדכן, ווי אזוי גייט מען זיך נאכפרעגן אינפא. וואס איז דער שדכן ריספאנסיבל און וואס זענען עלטערן ריספאנסיבן.
שדכן באקומט באצאלט אויפ'ן שעה, פלאס א סכום אויף פירט ער אויס
שדכן ארבעט מיט'ן שדכן פון צד שני. נישט מיט די עלטערן, ווייל צד שני האט אויך געהייערט א שדכן

וואס פארדינט מען פון דעם סיסטעם
ש. באקומט באצאלט פאר'ן ארבעטן, און ארבעט פלייסיג
ע. ווייסן אז דער ש. ווייסט וואס זיי זיכן, ש. ווייסט וואס צו זיכן, פארט נישט צוזאם הודו מיט קיש
ע. ווערן נישט באליידיגט פון נארישע הצעות, ש. ווערט נישט בייליידיגט פון עלטערן קולות
ש. ווייסט ווי אזוי זיך אויפצופירן מענטשליך. ע. ווייסן א ש. איז פראפעשענאל און באהאנלען אים מישט רעספעקט

די מכון אדווערטייזט וועלעכע ש. זענען געמאכט פאר פשוטע שידוכים, וועלעכע פאר אביסל שווערערע, וועלעכע פאר גאר שווערע,
יעדע קאטאגאריע קומט מיט זיין פרייז פער שעה, פלאס אויספירן פרייז.

די מכון קען אויך צוטיילן די ארבעט צווישן מתחילים און גומרים פונקט ווי א מצה בעקערי, יעדער דארט ווי ער קען בעסער, פארשטייט זיך אז יעדע זאך האט זיין פרייז

קלוגע נארמאלע מענשט וועלן קענען ביישטיין צו ווערן שדכנים, עס וועט זיין א פול טיים זדשאב וואס מ'קען מאכן פרנסה בריווח. די קוואליטי פון שדכנים וועט ארויפגיין.

די מכון געבן א סורוועי פאר עלטערן נאכ'ן שידוך לויט די רעטונג וועט דער שדכן מעג'ן טשארזדשן מער געלט, א שוואכער פערפארמען וועט פארלירן זיין סערטיפיקאט, די מכון וועט אלעס אדווערטייזן און עלטערן וועלן קענען קלויבן מיט וועם זיי ווילן האנדלען.

לויט דעם סיסטעם דארפן אלע פראבלעמס פון שדכנים/עלטערן זיין גע'סאלווט.
לעצט פארראכטן דורך אפענע וועלט אום מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 10:53 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

אויב איז דער פראבלעם אז דער שדכן איז אונטערגעצאלט, איז די לעזונג פשוט, זאל דער פארווייטאגטער טאטע אריינלייגן אין א קאנווערט דריי מאל די געווענליכע פרייז און איינמעלדן עטליכע שדכנים אז דער קאנווערט איז גרייט אין שופלאד... אוטומאטיש וועט דיין בחור'ס נאמען ווערן די ערשטע אויף די ליסט.

אויך קען זיין א גוטע געדאנק צו צאלן פאר א שדכן זאל פרובירן, אפילו אויב ער פירט נישט אויס.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:א גרעסערע הילף ווי מער שדכנים וועט זיין אויב מער מענטשען וואס זענען נישט קיין שדכנים וועלען טרייען צו העלפען טראכטען פון שידוכים פאר בחורים און מיידלעך וואס זיי ווייסען פון

דאס איז זייער גוט, אבער אדרעסירט נישטנ דעם יסוד פונעם פראבלעם. עס איז בערך אווי איינער זאל זאגן אז אזוי ווי אסך קינדער האבן נישט קיין מלמדים איז ווער עס קען לערנען 2 שעה א טאג מיט א אינגעל זאל וואלאנטירן..

שדכנות איז א ביטער שווער ארבעט און קען נישט שטיין אויך וואלענטירן, פינטעל. אחוץ דעם איז עס אן ארבעט וואס פעלט אויס אסך טויגליכקייט צו קענען שטופען זאכן צו א גמר. און טויגליכע מענטשען זוכען זיך היינט בעסערע גליקן.
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

נישט קיין שלעכטער געדאנק, גאנץ ענליך צו א ריעל עסטעיט בראקער,

טא פארוואס צאלן אויף די שעה? דער שדכן וועטעך האבן אן אינטערעס צישלעפען,

אפשר ברויכן די עלטערן זיך אויפסיינען מיט א שדכן עקסלוסיוו, אין אלע הצעת מוז דורך גיין דעים עקסלוסיוו שדכן אזויווי א בייערס אגענט אדער סעללערס אגענט
שבעה מי יודע!?
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

zibala האט געשריבן:נישט קיין שלעכטער געדאנק, גאנץ ענליך צו א ריעל עסטעיט בראקער,

טא פארוואס צאלן אויף די שעה? דער שדכן וועטעך האבן אן אינטערעס צישלעפען,

אפשר ברויכן די עלטערן זיך אויפסיינען מיט א שדכן עקסלוסיוו, אין אלע הצעת מוז דורך גיין דעים עקסלוסיוו שדכן אזויווי א בייערס אגענט אדער סעללערס אגענט


גוט פארשטאנען מיין מהלך, ממש אזוי.
אויב א צווייטער שדכן קאלט, וועלן עלטערן זאגן, גיי רעדט צו מיין שדכן/בראקער וואס איך האב געהייערט, נאר אים באצאל איך, ער קען מאכן מיט יענעם צווייטען אן אפענעם דיעל, ברענג סחורה און באקום באצאלט.

עלטערן קענען אריינגעבן א קאמפלעינט צום מכון אויב פיעלן זיי אז ש. שלעפט ארום, אדער אים גלייך אפזאגן און הייערן א צווייטן.
בנוסף לזה,
אויפ'ן סורוועי וועלן עלטערן לאזן וויסן אויס דער שדכן האט געצויגען אין די וועלט אריין, וועט באקומען א שלעכטע רעטונג, ש. וועט זיך אליין שאדן מאכן, וועט עס נישט טוען אלס שוואך מאכן זיין רעטונג, דוגמת עמעזאן סעלערס.
לעצט פארראכטן דורך אפענע וועלט אום מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 10:53 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

אברך האט געשריבן:אויב איז דער פראבלעם אז דער שדכן איז אונטערגעצאלט, איז די לעזונג פשוט, זאל דער פארווייטאגטער טאטע אריינלייגן אין א קאנווערט דריי מאל די געווענליכע פרייז און איינמעלדן עטליכע שדכנים אז דער קאנווערט איז גרייט אין שופלאד... אוטומאטיש וועט דיין בחור'ס נאמען ווערן די ערשטע אויף די ליסט.

אויך קען זיין א גוטע געדאנק צו צאלן פאר א שדכן זאל פרובירן, אפילו אויב ער פירט נישט אויס.

אמת. פאר סאם ריזאן זענען דא מענטשן וואס שפירן אז עס קומט נישט צו רעדן פון געלט נאר נאכן אויספירן דעם שידוך... אנדערע ווערן גאר קארג ווען עס קומט צו באצאלן דעם שדכן.

אפאר טיפס אויב איינער וויל גיין מיט דעם מהלך.
1. ווארט נישט ביז דאס קינד איז 22 צו אפפערן פארן שדכן. אז איר זעט ביי די 18 א האלב אז זאכן גייען שווער אפפערט שוין דעמאלס.
2. זאג אן AMOUNT וואס זאל מאכן דעם שדכן עקסייטעד (5000 איז גוטע אנהייב פוינט. איר קענט צולייגן אן עקספיירעשין דעיט).
3. ווארט נישט שדכנים זאלן אייך קאלן, רופט זיי אן.
4. צום לעצט, איר קענט צוזאגן א מיליאן דאלאר פארן שדכן אבער אויב זענט איר נישט רעאליסטיש וועט קיינמאל גארנישט ווערן, און דער שדכן וועט זיך גאנץ שנעל אפשאקלען פון אייך. איר דארפט ווייזן פארן שדכן אז איר זענט גרייט אוועקצוקוקען עכ"פ אויף זאכן וואס זענען ברמת נישט אזוי וויכטיג.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

"אפענע וועלט" קען זיין אז א מכון איז א גוטע זאך, אבער די געלט וואס א שדכן גייט באקומען "מוז" ארויפגיין אין ארדער עס זאל זיין סוקסעספול.

אויב דער פרייז גייט ארויף קען דאס אליינס פארבעסערן מיט אדער אן א מכון.
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

wow wow!!!!

די מרכז לעניני שידוכים איז א געוואלדיגע איינפאל!! נישטא וואס צו רעדן, דאס איז אויסערגעווענליך, קיינמאל געהערט פון אזוינס, ניטאמאל ענדליך דערצו. איך גיי ניסלעך פאר די איידיע, עס זעהט אויס צו זיין געשמאק, פראקטיש, אויספירבאר, גוט פינאנציעל פאר עלטערן און שדכנים, בקיצור ס'האט שטארקע מעלות כמובן.

נו, נו, ווערט נאך געזוכט א ''מייסד המוסד'' א ''מנהל המוסד'' א פאסיגע שטעלע פאר די ריכטיגע פערזאן... נא, כל הקודם זכה...

די שפראך זאל ווערן: א גוט יאר ר' פלוני, איר זענט די שדכן פון פלוני?
אה, זייער פיין, לאמיר הערן פינקטליך, וואס זוכט מען דארט? אה, ווייל איך בין דער שדכן פון פלוני אלמוני און ס'איז מיר בייגעפאלן לויט דיינע פרטים אז דאס קען זיין זייער פאסיג!

עכ''פ, דער אנדערער שדכן וועט נישט זאגן, אקעי, כ'וועל אריינטראכטן אדער גאר פארשרייען נע, וואס פאלט דיר איין אזוינס פאר מיין געראטענע...?! די שמועס צווישן די צוויי שדכנים וועט זיין קורץ און צום פונקט, יא אדער ניין. אויב נישט דאס, נו וואס יא? די צוויי שדכנים וועלן זיך גוט פארשטיין און ארבעטן אינאיינעם מיט א געשמאק...

בקיצור, מיין דמיון ארבעט שוין פיבערהאפטיג, די איידיע איז געוואלדיג.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

נאטרוליסט האט געשריבן:ביודעי ומכירי קאמינא, זייענדיג אין דעם פעלד פאר א האלב יובל יאר.

צו זיין אן אקטיווער שדכן היינט, בימינו אלה, דארף א דאקטאר.

1) דער שדכן כאפט מכות.
2) באקומט כמעט נישט באצאלט.
3) פארן ענדיגן רוקט זיך אן א צווייטער שדכן, און מ׳כאפט אים אויס.
4) מ׳קען ארבעטן חדשים לאנג און נישט קריגן קיין פיאסטער.
5) מ׳הייבט זיך אן נאכפרעגן, אויף דעם מדובר/ת, און דער שידוך הייבט אן ארויסליעקן, וועמען בלעימט מען: שדכן דנן.

אזוי איז פאראן נאך מערערע סיבות שונות פארוואס עס איז נישט ראטזאם אריינצוגיין אין דעם פעלד.

פון דעם גאנצען ליסט איז דא איין זאך וואס איז ביד פון די עלטערן צו פארבעסערן. נומער 2. אבער אז נומער 2 פארבעסערט זיך איז מאכט דאס די אנדערע אסך אסך לייכטער.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

חדשות האט געשריבן:"אפענע וועלט" קען זיין אז א מכון איז א גוטע זאך, אבער די געלט וואס א שדכן גייט באקומען "מוז" ארויפגיין אין ארדער עס זאל זיין סוקסעספול.

אויב דער פרייז גייט ארויף קען דאס אליינס פארבעסערן מיט אדער אן א מכון.


נישט פארשטאנען, די סאלושען איז נישט א מכון, די סאלושען איז צו טוישען די גאנצע סיסטעם פון אנהייב ביז'ן סוף, פארשטייט זיך אז די פרייז וועט נישט זיין די נישטיגע 1500 דער איד דארף דאך האבן פאר פרנסה
אבער זאגן אז העכערן די פרייז וועט ארבעטן אן טוישן דעם סיסטעם איז לענ''ד נישט ריכטיג, עס וועט נישט סאלווען אלע אנדערע פראבלעמן
לעצט פארראכטן דורך אפענע וועלט אום מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 11:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

איש החסד האט געשריבן:wow wow!!!!

די מרכז לעניני שידוכים איז א געוואלדיגע איינפאל!! נישטא וואס צו רעדן, דאס איז אויסערגעווענליך, קיינמאל געהערט פון אזוינס, ניטאמאל ענדליך דערצו. איך גיי ניסלעך פאר די איידיע, עס זעהט אויס צו זיין געשמאק, פראקטיש, אויספירבאר, גוט פינאנציעל פאר עלטערן און שדכנים, בקיצור ס'האט שטארקע מעלות כמובן.

נו, נו, ווערט נאך געזוכט א ''מייסד המוסד'' א ''מנהל המוסד'' א פאסיגע שטעלע פאר די ריכטיגע פערזאן... נא, כל הקודם זכה...
.


איך זיך שוין לאנג ווי ארויסצולייגן דעם פלאן אין פאבליק, ב''ה אז איינער האט דאס אויפגעברענגט און א ווינטערדיגן מוצ''ש האב איך עס יעצט ארויסגעלייגט

עס איז נישט קאפירייט, ווער עס האט עקפיריענס אין דעם פעלד, זאל צוזאמענשטעלן א טרעינינג פלאן, א ביזנעס פלאן, און א נעטווארק פון געלונגענע מענטשן וואס זענען גרייט דערצו, און געגאנגען.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

אפענע וועלט האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:"אפענע וועלט" קען זיין אז א מכון איז א גוטע זאך, אבער די געלט וואס א שדכן גייט באקומען "מוז" ארויפגיין אין ארדער עס זאל זיין סוקסעספול.

אויב דער פרייז גייט ארויף קען דאס אליינס פארבעסערן מיט אדער אן א מכון.


נישט פארשטאנען, די סאלושען איז נישט א מכון, די סאלושען איז צו טוישען די גאנצע סיסטעם פון אנהייב ביז'ן סוף, פארשטייט זיך אז די פרייז וועט נישט זיין די נישטיגע 1500 דער איד דארף דאך האבן פאר פרנסה
אבער זאגן אז העכערן די פרייז וועט ארבעטן אן טוישן דעם סיסטעם איז לענ''ד נישט ריכטיג, עס וועט נישט סאלווען אלע אנדערע פראבלעמן

אמת. עס וועט נישט סאלווען אלע פראבלעמען. אבער וועט סאלווען דעם וויכטיגסטען פראבלעם.

איך בין מסכים אז מען קען אויסארבעטען א פיינעם מכון, אבער עס קען נאר זיין סוקסעספול אויב די עלטערן און די שדכנים וועלן ביידע פארשטיין אז 1500 פרייז איז א פארגאנגענהייט און די פרייז מוז זיין לכה"פ דאפעלט.
אוועטאר
א שדכן
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שדכן »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:א גרעסערע הילף ווי מער שדכנים וועט זיין אויב מער מענטשען וואס זענען נישט קיין שדכנים וועלען טרייען צו העלפען טראכטען פון שידוכים פאר בחורים און מיידלעך וואס זיי ווייסען פון

ברויך מען געווענדליך ווייטער דעם שדכן עס צו אויספירן.

ווען מער מענטשען וואלטן ווען באצאלט פאר א שדכן וואס האט אים אנגעטראגן שדוכים אפילו ער האט נישט אויסגעפירט, אדער אפילו מען האט נאך בכלל נישט געטוהן קיין שידוך, אבער דער שדכן וואס פארעט זיך פאר אים וואלט ווען באקומען עפעס באצאלט פאר זיין ארבייט וואס ער לייגט אריין. וואלטן אסאך מער מענטשען געטוהן אין שדכנות.

עס איז בכלל נישט באצאלט 1500 דאללאר א זייט. עס איז א געלעכטער.
אזוי ווי "חדשות" האט אויבן געשריבן. פאר בלומען און נארישקייטן איז דא געלט אבער פארן אויסגעהארעוועטן שדכן איז נישטא.
איך קען אסאך מאל אריינקומען צו א תנאים ווי עס איז אויסגעגאסן געלט אויף די טישן אין פארעם פון בלומען און אלערליי פיטשעווקעס. אבער פאר די שדכנים וואס האבן שווער געארבייט און געהאלטן און איין אנטראגן שדוכים, פאר זיי איז נישטא קיין רויטן גרייצער. מען וואונטשט אים ווארעם צוריק. מיט א עקסטערע דריק אין די הענט (וואס קאסט נישט קיין געלט) און אסאך מאל קען מען נאך צולייגן מיט א זיסן שמייכל "אפשר נעקסטיים, איך האב נאך קינדער" און דער שדכן שמייכלט און וואונטשט שיין צוריק. און דעטס איט.

ר' יוד דער שדכן האט פאר דיר אריינגעלייגט טייערע שעות ארבייט?! (איך רעד נישט ווען א שדכן האט קוים אנגעטראגן)
ווען איר האט ווען נישט קיין געלט, ממילא. אבער איך זעה דאך ווי איר האט פאר שטותים גענוג געלט. פאר וואס קענסטו נישט באצאלן פאר איינעם וואס האט געארבייט פאר דיר שעות ארוכות? עס איז דאך זיין עהרליך פארדינטע געלט?! עס איז אבסעלוטלי נישט קיין צדקה! ער איז נישט קיין שנארער!
ווען שדכנים וואלטן געוויסט אז זיי גייען באקומען כאטש עפעס באצאלט פאר זייער ארבייט, אפילו זיי פירן נישט אויס, וואלטן געווען אסאך מער שדכנים, און די שדכנים וואס זענען שיין יא דא, וואלטן אריינגעלייגט אסאך מער שעות און כוחות.

די ניי געדאנק פון אפענע וועלט איז זייער א גיטע איידיע. אבער לעטס פעיס ריאליטי. ביז עס ווערט נישט קיין נייע סיסטעם דארף די וועג פון באצאלן א שדכן ווערן געטוישט
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

'אפענע וועלט' איך מוז זאגן אז אייער סיסטעם איז זייער גוט צו הערן, און געוויסע נקודות דערפין קען מען באמת אימפלעמענטירן שוין היינט (און געוויסע זאכן וועלן בדרך הטבע קיינמאל נישט געשען, סאררי...), אבער איר לאזט אויס איין יסודות'דיגע נקודה, איר שטעלט אוועק אז אלעס זאל גיין מיט א 'פראפעשינעל' סדר און סיסטעם, און דער צייט וואס אסאך שידוכים וואס זענען סיי ווען צושטאנד געקומען זענען דוקא געווען באופן טעות/אינטערעסאנטער שדכן/דער שדכן ווייסט טאקע נישט אלעס/וכו'.

ס'איז באקאנט אז איינס פין די פלעצער ווי מ'זעט זייער שטארק אז דער אויבערשטער דרייט די וועלט, איז ביי די נושא פין שידוכים, און מיט'ן אריינלייגן אזויפיל קאפ אז אלעס זאל קלאפן, קען דאס חלילה אמאל פונקט אזוי שטערן שידוכים ווי העלפן.

אבער אויף די נקודה אז מ'זאל צאלן מער און אפי' אויב מ'פירט נישט אויס, גלייב איך אז יעדער וועט מסכים זיין. קיין שום סעילסמאן גייט נישט אריינגיין אין א ליין וואס ער ווייסט אז וויפיל כוחות ער וועט נאר נישט אריינלייגן צו מאכן דעם סעיל איז 1. דאס זייער א בלינדע פעלד, און מ'דארף זיין היבש קריעיטיוו און קענען דיעל'ן מיט כל מיני מענטשן 2. זיין קאמישען מינימום שבמינימום. 3. נישט מער (און רוב מאל, היבש ווייניגער) ווי 50% שאנס אז די סעיל זאל דורכגיין. 4. ווען זיין הארעוואניע איז שוין יא נושא פירות, דארף ער נאך רחמים אז ער זאל קריגן באצאלט, און נישט עפעס א צווייטער גומר.

וען אפי' נאר 3 פין די פראבלעמען זאלן זיין מסודר, וואלט געווען א אינגאנצן אנאנדערע וועלט.

_____

דער עולם האקט,

חדשות און שדכן זאגן ענליך
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

א שדכן האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:א גרעסערע הילף ווי מער שדכנים וועט זיין אויב מער מענטשען וואס זענען נישט קיין שדכנים וועלען טרייען צו העלפען טראכטען פון שידוכים פאר בחורים און מיידלעך וואס זיי ווייסען פון

ברויך מען געווענדליך ווייטער דעם שדכן עס צו אויספירן.

ווען מער מענטשען וואלטן ווען באצאלט פאר א שדכן וואס האט אים אנגעטראגן שדוכים אפילו ער האט נישט אויסגעפירט, אדער אפילו מען האט נאך בכלל נישט געטוהן קיין שידוך, אבער דער שדכן וואס פארעט זיך פאר אים וואלט ווען באקומען עפעס באצאלט פאר זיין ארבייט וואס ער לייגט אריין. וואלטן אסאך מער מענטשען געטוהן אין שדכנות.

עס איז בכלל נישט באצאלט 1500 דאללאר א זייט. עס איז א געלעכטער.

אז דער "שדכן" איז דא לאמיך רעדן צו אים א ווארט.

אפשר איז שוין צייט צו ווערן אויס שיינער איד, און פונקט ווי יעדער פראפעשאנאל אין סיי וואסערע מקצוע שמועסט אפ פאר דעם א פרייז, פארוואס קען נישט א שדכן טוען די זעלבע??

וואס איז ראנג צו זאגן פאר א מחותן, איך בין גרייט צו ארבעטען פאר אייך, איך וויל אבער וויסען וואס גייט איר מיר באצאלען? און טאמער יענער זאגט אייך 1500 אויב דער שידוך געשעט יא און זערא טאמער נישט, זאגט אים אז איר זענט נישט קיין וואלאנטיר, און שדכנות איז אייער פרנסה.

אין א געוויסן זין זענען זיך די שדכנים אליין שולדיג פארן נישט אפשמועסן געהעריג קיין פרייז אין אנהייב אזוי ווי יעדער ארבעטער טועט.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

און איך מיין אז ביז ווי לאנג עס קומט נישט ארויף עפעס א ברעיקינג גראנדיעזע סאלושען איז דאס מיין פארשלאג.

א. יעדעס מאל פאר א שדכן הייבט אן ארבעטען זאל ווערן אויסגעשמועסט קלאר וויפיל געלט דער טאטע האלט אדער קען באצאלן.
ב. אויב דער טאטע זאגט א פרייז וואס איז צו נידריג לפי המצב (עס איז דא שווערערע פעלער וואס 5000 איז אויך צו ווייניג) קען אים דער שדכן איידעלרהייט מסביר זיין.
ג. דער פרייז פון 1500 האט שוין 15 יאר צוריק געברויכט אריינגיין אין די גניזה. מען קען זאגן אז טאמער צאלט איר אונטער 3000 האט איר באקומען ארבעט פאר חצי בחנם.
ד. איך זע נישט ווי אזוי מען קען איינפירן א געהעריגער סיסטעם פון באצאלן נישט אויסגעפירטע שידוכים. דער סיסטעם ביי יעדע בראוקעריזש איז אז די באצאלונג פאר די אויסגעפירטע זאכן איז גענוג הויך אז עס טועט קאמפענסעטן פאר די נישט אויסגעפירטע. אבער מיט דעם אלעם, אז מען זעט א שדכן וואס האט שווער געארבעט און למעשה גארנישט אויסגעפירט איז אודאי און אודאי כדאי אים יא צו געבן.

איז דער עולם איינשטימיג מיט מיין פארשלאג?
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

הרב אבערוואס ,דארט ווי סשטייט אז ארבעים יום קודם יצירת הולד מכריזין בת פלוני לפלוני, שטייט אויך בית פלוני לפלוני, און שדה פלוני לפלוני, איז אויב ביי א הויז פארשטייט איר, אז סקען גיין מיט א בראקער וואס האט טרעיניג, וואזוי צו טוהן זיין ארבייט, און סאיז גארנישט קעגן השגחה עליונה, מיין איך אז ביי שידוכים קען זיין די זעלבע זאך,
און איך גיי בענענעס פאר ''אפענע וועלט''ס איידיע'ס, סאיז א ברעין סטארעם, מקען מאדיפייען אסאך זאכען, אבער בעקרון דער געדאנק איז מורעדיג,
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מעכטיגע געדאנק, איך גלייך עס שטארק.

חדשות, איך בין נישט מסכום אז געלט איז די אישו - לויט אפענע וועלטס מהלך וועט א שדכן נישט מורא האבען צו פארלירען צייט אדער עפארט אין א שידוך.

איינס) ווייל ער קען נישט ווערן אויס געכאפט.
צוויי) ווייל ער פארדינט עפעס געלט

צוויי בראוקערס אויפען טעלעפאן קענען קאווערן סך מער שידוכים און עס קען ברענגען צו משדך זיין מער מענטשען פער וואך אזוי מיינט עס כסדר מער געלט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”