איך בין געווארן ''אויפגעקלערט''... ווילט איר אויך ווערן?!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 5:00 pm

איך בין געווארן ''אויפגעקלערט''... ווילט איר אויך ווערן?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב שלום »

עס איז היינט א וועלט פון שרייבעריי, מענטשן גלייכן דעם געשריבענעם ווארט, צו זאל דאס זיין אלטע פארלאפענע געשיכטע'ס, צו אייגענע זכרונות און איבערלעבענישן. אלע'ס ווערט היינט פארשריבען און געליינט מיט דורשט, אמאל צוליב איר טיפע מוסר השכל, און צומאל סתם צוליב איר אינטערסאנטע היסטארישע אינהאלט.

איך בין אבער פון געבורט-אויס קיינמאל נישט געווען עפעס ספעציעל, א קינד ווי אלע קינדער, און שפעטער א ישיבה בחור ווי אלע בחורים, און די זעלבע א יונגערמאן נישט מער ווי א פשוט'ער ''אברך'' כפשוטו. איך האב דעריבער דורכאויס מיין יונג לעבן דעם פענע קיינמאל נישט צוגערירט, ס'טייטש, איך האב דאך נישט קיין באזונדערע איבערלעבענישן וואס זאל זיין א חידוש פאר אנדערע צו ליינען, מיינע יארן זענען דורכגעלאפן טאקע מיט מערערע שוועריגקייטן דא און דארט, אלע'ס איז אבער פארט פארבליבן אונטער'ן שלייער פון ''געווענליך'' ס'האט נישט אנטהאלטן עפעס אויסעגעווענליכ'ס.

איך וואלט ווען באמת ווייטער פארבליבען א ''געווענליכער'' יונגערמאן גענוי ווי אין די פריערדיגע יארן. האט אבער פאסירט וואס האט פאסירט אזש אצינד בין איך שוין ווייט נישט דער ביז-איצטיגער ''געווענליכער'' יונגערמאן, און יא! איצט האב איך שוין די פעדער אין די האנט, און ווי דער סדר העולם האף איך אצינד עטוואס צו שילדערן מיינע דורכגענג מתחלתה ועד סופה ועד בכלל.

ניין, דאס איז גענצליך נישט קיין לעבנ'ס געשיכטע צו וואס איר זענט געוואוינט פון קינד-ווייז אן, ווי: געבוירן בין איך דארט, חתונה געהאט דארט, זיך געמאטערט מיט די און די שוועריגקייטן, און אויפגעשטעלט צום סוף א שיינע שטוב בנים ובני בנים עוסקים בתורה ומצוות... ניין, נישט דאס איז אונזער ציל דא, מיר זוכן נישט צו בארייכערן אייערע ידיעות, אינזער געשיכטע איז עפעס גאר אנדערש, עפעס וואס איר האט נאך קיינמאל נישט געהערט. עס איז בחיציונית א גאר געווענליכע געשיכטע גארנישט ספעציעל. אבער מיט א טיפערע בליק אונטער די קוליסן וועט איר געפינען שטורעמישע כוואליע'ס, א לעבן פיל מיט חידושים נפלאים וואס וועט אייך האלטן געשפאנט ביז צו איר געשמאקע ענדע...
אט לייגט צו אן אויער, ס'קען גאר זיין אייער געשיכטע.!!!

קודם מיין ביאגראפיע אין קורצן: אויפגעוואקסן בין איך אין וויליאמסבורג. געלערנט אין חדר האב איך אין סאטמאר, דארט האב איך אויך ממשיך געווען אלע מיינע ישיבה יארן. חתונה געהאט האב איך קיין מאנסי ושם מקום מושבי עד היום... דא ווייסט איר שוין די ביאגראפיע פון מיין זעקל ביינער. אבער נישט דערפאר בין איך אהער געקימען, איך בין דא אייך צו שילדערן די ביאגראפיע פון מיין 'אינערליכע גייסט', הנקרא בלשה''ק 'נפשי ונשמתי'.

איז אזוי: איך בין ב''ה יונגערהייט געווען א קליג קינד, אין חדר בין איך געווען פון די בעסטע, מיינע מלמדים האבן זיך מיט מיר אלעמאל געטשאטשקעט. דא און דארט פלעגן זיי זיך זייער בייזערן אויף מיר, וויבאלד איך האב שטענדיג געוויסט וויאזוי זיך אויסצו'טענה'ן מיט זיי, אמאל אין די גמרא פון די וואך, און אמאל בלויז לשם זיי אנצוציען,, יא, יא, אין דעם בין איך דאך געווען א דשענ''י. אנצוציען א צווייטן און נאכדערצו מיינע מחנכים איז פון אייביג אן געווען מיין פאך. איך פלעג זיי פרעגן קשיא'ס מיט וואס זיי האבן מיר בא'שגץ'ט אלס א ''אויבער-חכם''. זיי פלעגן מיר דערנאך אויס'מוסר'ן ''הער אויף פרעגן די אלע דיינע נארישע שאלות, ניץ אויס דיין פיין קעפל פאר אנדערע זאכן, לייג דיר אריין אין פארשטיין פשוט א שטיקעלע גמרא, און זיי נישט פארנימען אזויפיל צו טראכטן ווי א פילאזאפף, ס'וועט דיר גארנישט ברענגען, וועסט דערמיט און ערגעץ נישט אנקימען...''

בערך דאס איז געווען די נוסח וואס איך פלעג נאכאנאנד הערן פון מיינע רבי'ס אין חדר פון מיין טאטע און שפעטער אויך פון מיינע מגיד שיעורים. איך האב דאס אבער אנגעקיקט גלייך ווי מען זאל זאגן פאר איינעם וואס זעהט זייער גיט ''טוה דיר אן אויגן-גלעזער, זיי נישט קיין אויבער-חכם, רעדט דיר נישט איין אז די קענסט טאקע אזוי גיט זעהן, פאלג וואס מען זאגט דיר און טוה דיר שוין אן אויגן-גלעזער''

וואס זאל איך דען טיען - האב איך געטראכט ווי צו זיך אליין - איך בין געבוירן מיט א ווילן צו 'טראכטן', יא, פשוט איך בין נישט אזוי וויי מיינע ארימיגע מיט אזוינע פארמאכטע קעפ, איך בין געבוירן מיט א קאפ צום ניצן, און יא, איך בין אויסן דאס צו עררייכן פאר אלע געלטער, איך וועל מיין מוח נישט לאזן פארטעמט ווערן, איך וועל דאס אויסניצן עד הסוף.

מיין טאטע וועלכער איז געווען א ''רעבי זיכרוינע ליבראכע יוד'' האט זיך מיט מיר קיינמאל נישט פארשטאנען, ער האט אויסער דעם שטיקל 'דברי יואל' און די מעשה פון רבי'ן זי''ע, גארנישט אויף די וועלט געוויסט, עס האט אים גארנישט פאראינטערעסירט בלויז דער רבי, דער רבי, און שוין ווייטער דער רבי זי''ע. איך בין בכלל נישט געווען א ארויסגעפאלענער חלילה, פונקט פארקערט, איך בין געווען א געוואלדיגער מתמיד, און א וואוילער שעפעלע, נאר בלויז די 'צמצום' האב איך נישט געקענט דערליידן. איך האב נישט געקענט דערליידן פארוואס דארף מען לעבן אזוי קורץ-קעפיג, לאמיר זיך עפענען די קעפ, און לאמיר ווערן אביסל אופע''ן מיינדע''ט.

אלס א אויפגעקלערטער האב איך פיל עוסק געווען אין טיפע עניני חסידות, איך פלעג זיצן שעות אריכות און עוסק געווען בתורת חב''ד. איך האב אסאך עוסק געווען אין ספרי רמח''ל, מהר''ל, ספרי חב''ד, ספרי ברסלב, ספרי רבי צדוק, רמב''ם-מדע, וכדמה. אוי בין איך געווען אויפגעקלערט, איך האב געזעהן ווי מיין טאטע מיטשעט זיך אויף א תורה'לע אין דברי יואל, איך האב זיך כמעט ווי אינטער-געלאכט ''ההאא וואס גייט ער שוין דארט געוואויר ווערן, אפשר אז די ציניום זענען עמלקים, נו, כ'האב עס שוין געהערט טויזנט מאל, נו, ווי קומט דאס צי צו מיין גרויס חכמה,, איך האב דאך נארוואס געענדיגט א שטיקל לקוטי אמרים, אוי וואס איך בין דארט אלס געוואויר געווארן דאס וועט דאך מיין טאטע נישט וויסן נאכן ענדיגן גאנץ דברי יואל און ויואל משה טויזנט מאל, איך האב דארט געלערנט פון ''יחודאה עילאה'', ''יחודאה תתאה'', ''ממלא כל עלמין'', ''סובב כל עלמין'', א שיינעם הסבר אויפן כוח היולי פון וואס דער רמב''ן רעדט בריש פר' בראשית, און א הערליכע ביאור אויפן אור אין סוף, וכדומה, וכדומה, בקיצור איך שוועב דאך אין העכערע ספערן''

דער ווייטאג מיינער איז אבער בעיקר געווען, אז ווען איך האב אמאל גערעדט צו מיין טאטע'ן איבער די אלע העכערע זאכן וואס ער האט דערפון נישט קיין השגה, אנשטאט מיר אויסצוהערן בשתי אזניים, געט ער דאס א מאך א וועק זאגענדיג ''נע,, ביי אונז האט מען נישט געטיען אין די זאכן, דער ''רעבי זיכרוינע ליבראכע'' פלעגט אלעמאל זאגן אז א בחור זאל ליגן אין לערנען, און טאקע דייקה בלויז אין גמרא תוס' און נישט זיין פארנימען מיט די אלע שטיתים'' איך האב אבער גלייך צוריק גע'טענה'ט ''דאס איז נישט קיין שטיתים, דאס זענען זאכן וואס שטייען אין די ספרי תלמידי בעל שם, דאס איז דאך דער דרך החסידות'' באלד האט מיר מיין טאטע צוריק פארגעווארפן ''נו, דערפאר האט טאקע דער ''רעבי זיכרוינע ליבראכע'' געזאגט אז נשתכח דרך הבעל שם''

עכ''פ, דאס איז בלויז א קליינע ביישפיל, אזוינע טענה'רייען האבן געקענט נעמען שעות ארוכות און געווענליך האט זיך דאס געענדיגט אקוראט דארט ווי עס האט זיך אנגעהויבן. איך בין ווייטער געבליבען ''אויפגעקלערט'' און ער איז ווייטער געבליבען א ''געווענליכער תמימות'דיגער סאטמערער איד''.

שפעטער ווען איך בין עלטער געווארן און איך האב מחליט געווען אז מיין מקום איז אין ''בריסק'' אין ארץ ישראל, האט מיין טאטע אזא מחשבה אפילו נישט געקענט פארדייען, וואס הייסט האט ער גע'טענה'ט ''דער ''רעבי זיכרוינע ליבראכע האט דאך נישט געהאלטן פון זייער דרך הלימוד און בכלל איז זייער גאנצע השקפה אינגאנצען אפגעפרעגט ביי אונז'' איך האב משום כבוד אבי גארנישט געענפערט אבער אין הארץ האב איך צו מיר געטראכט ''די סאטמערע חברה ווייסן דאך ניטאמאל וויאזוי אפצולערנען א בלאט גמרא, די ליטווישע, דאס הייסט געלערנט, מען איז זיך מעמיק אין רבי חיים'ס א ווארט, אוי איז דאס זיס ס'דאך ממש טעם גן עדן, ווער רעדט נאך רבי שמעון שקאפ'ס חידושים דאס איז דאך ממש מעין עולם הבא. דאס הייסט געלערנט, דאס הייסט פארשטאנען א בלאט גמרא על בורי'... נע, די אונגארישע, וואס פארשטייען זיי צו א רבי חיים, צו א רבי שמעון, וואס פארשטייען זיי דען די עמקות הדברים...''

בקיציר א מעשה, איך וואלט נאך אסאך געקענט מאריך זיין אין די דאזיגע תקופה פון מיין לעבן ווען איך בין נאך געווען ''אויפגעקלערט'' כ'וויל אבער נישט אזויפיל מאריך זיין אין די דאזיגע הוא אמינא, און לאמיר מארשירן פאראויס און זעהן וואו און וויאזוי ס'האט פאסירט די יו-טירן.

במשך הזמן ווען איך בין שוין געשטאנען ביים סאמע שפיץ, כ'האב שוין געקענט כאפן א שמיעס מיט א חב''ד'סקער אין א שטיקעל ''אור תורה'', מיט א ליטוואק אין א שטיקעל ''רבי ראובן'', און זאגאר מיט א ספרד'ישער מקובל אין א שטיקעל ''רמ''ק''. האב איך הערשט דעמאלט אנגעהויבן איינזעהן אז יא! מיין פשוט'ער תמימות'דיגער טאטע איז געווען אסאך אסאך קליגער פון מיר, און יא! טאקע דייקה דערמיט וואס ער האט זיך געקענט ווייקן אין א שטיקעל דברי יואל...

איידער איך בין אבער ממשיך פינקטליך וויאזוי די דאזיגע איינערקענונג האט פאסירט, וועל איך זיך אפשטעלן, און קודם לאמיר זעהן צו דער עולם איז בכלל אינטערעסיט דערין, און צי די מנהלים וועלן דאס דערלאזן.
המשך יבא...
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

יישר כח עס איז זייער אינטערסאנט, זיי פליז ממשיך, אודאי איז דער עולם נייגעריג און אינטערסירט,
חביבי
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

שרייב שרייב! ריסט אן יסודות עמוקים, איך בין זייער 'נייגעריג' וויאזוי ס'האט זיך אויסגעקאכט לבסוף.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

נאאא גיי ווייטער לאז אונז נישט איבער אזוי אינמיטן..
א פשוטע איד.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

אוהב שלום האט געשריבן:
איידער איך בין אבער ממשיך פינקטליך וויאזוי די דאזיגע איינערקענונג האט פאסירט, וועל איך זיך אפשטעלן, און קודם לאמיר זעהן צו דער עולם איז בכלל אינטערעסיט דערין, און צי די מנהלים וועלן דאס דערלאזן.
המשך יבא...


איך מיין זאלסט שוין יעצט ממשיך נאך איידער די האן קרייעט נאך באישון לילה פאר די מנהלים וועקן זיך אויף..
סוף מעשה במחשבה תחילה.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א אקטועלע נושא, גיי אן.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

וואף... הערליך... איך זע מיר אביסל אין בילד ביז איך בין געוואר געווארן אז די אלטע זענען גערעכט.

מיין משגיח אין ישיבה האט מיר געזאגט אמאל אז איך וועל אויפוואקסן א טוען, ווייל אלעמאל בלייב איך מיטן לעצטן ווארט און איך בין נאך גערעכט אויך, און אזוי האט אנגעהאלטן ווען איך האב געהאלטן אז מיין טאטע פארשטייט נישט צו חסידות ווען ער האט אוועקגעמאכט מיין זיך אריינטון דערין, למעשה בין איך אביסל עלטער געווארן און איינגעזען דעם אמת, יאפ די אלטע ווייסן וואס זיי רעדן, מען דארף נישט זיין קליגער פון זייי.

איך ווארט אויפן צווייטען העלפט.
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

איין קאשע אויף א מאסע האבעך... אנהייב זאגסטו הרב רודף שלום אופס כ׳מיין אוהב שלום אז דו ביסט קיינמאל נישט געווען ספעציעל דערנאך שרייבסטו אז די מלמדים האבן זיך געטשאטשקעט מיט דיר ווייל דו ביסט געווען פון די בעסטע קינדער אין חדר, א שטיקל סתירה ניין?

ווי זאגט אבער האדמו״ר מיארמע; ווילסט הערן די מעשה אדער ווילסטעך מתוכח זיין...
חביבי
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

תמשיך
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

חביבי האט געשריבן:איין קאשע אויף א מאסע האבעך... אנהייב זאגסטו הרב רודף שלום אופס כ׳מיין אוהב שלום אז דו ביסט קיינמאל נישט געווען ספעציעל דערנאך שרייבסטו אז די מלמדים האבן זיך געטשאטשקעט מיט דיר ווייל דו ביסט געווען פון די בעסטע קינדער אין חדר, א שטיקל סתירה ניין?

ווי זאגט אבער האדמו״ר מיארמע; ווילסט הערן די מעשה אדער ווילסטעך מתוכח זיין...

איך האב פארשטאנען אז ער מיינט צו זאגן אז אין זיין פריע לעבנס יארן איז קיינמאל געווען עפעס ספעציעל אז ער זאל האבן וואס צו שרייבן פון זיין לעבנס דורכגאנג.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

שיינע שריפט און גאר האקעלע טעמע.

איך וואלט געגאנגען ווייטער אויב קענסטו גרעניצן.

א קליינע בקשה, ביטע טוישן די אידישיסטער אויסלייג אין די ווארט ז״ל (עס געבט גאר א ביליגן איינדרוק און געהערט נישט אויף דער פארום)
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

Naftule האט געשריבן:
חביבי האט געשריבן:איין קאשע אויף א מאסע האבעך... אנהייב זאגסטו הרב רודף שלום אופס כ׳מיין אוהב שלום אז דו ביסט קיינמאל נישט געווען ספעציעל דערנאך שרייבסטו אז די מלמדים האבן זיך געטשאטשקעט מיט דיר ווייל דו ביסט געווען פון די בעסטע קינדער אין חדר, א שטיקל סתירה ניין?

ווי זאגט אבער האדמו״ר מיארמע; ווילסט הערן די מעשה אדער ווילסטעך מתוכח זיין...

איך האב פארשטאנען אז ער מיינט צו זאגן אז אין זיין פריע לעבנס יארן איז קיינמאל געווען עפעס ספעציעל אז ער זאל האבן וואס צו שרייבן פון זיין לעבנס דורכגאנג.

ער זאגט דאך אבער אז ער איז געווען א פשוטע בחור און א פשוטע יונגערמאן... בהמשך זעהט מען אז עס איז געווען עטוואס מער ווי פשוט, עניוועי איך פרעג נישט קיין קשיות און איך בין נייגעריג אויף די המשך
חביבי
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

זייער שיין.

נאר איין קליינער דעטאל, שרייבסט אז דיין טאטע האט דיר געזאגט איבער בריסק אז "זייער גאנצע השקפה אינגאנצען אפגעפרעגט ביי אונז". מיר דאכט זיך אז בריסקע קנאות און השקפה איז נאך די נענטסטע פון סיי וועלכע קרייז צו סאטמאר.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

פלטיאל האט געשריבן:שיינע שריפט און גאר האקעלע טעמע.

איך וואלט געגאנגען ווייטער אויב קענסטו גרעניצן.

א קליינע בקשה, ביטע טוישן די אידישיסטער אויסלייג אין די ווארט ז״ל (עס געבט גאר א ביליגן איינדרוק און געהערט נישט אויף דער פארום)



גם אני מצטרף


אז דו האסט געשריבן די ערשטע העלפט מוזטו שרייבן די צווייטע
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

דו!!
זיי ממשיך זאפארט
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

פלטיאל האט געשריבן:א קליינע בקשה, ביטע טוישן די אידישיסטער אויסלייג אין די ווארט ז״ל (עס געבט גאר א ביליגן איינדרוק און געהערט נישט אויף דער פארום)

לאז געמאכט
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

נו וואס שטעלסטוך אפ אינמיטן איך זיץ דא נייגעריג און געשפאנט
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

וואדקע האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:א קליינע בקשה, ביטע טוישן די אידישיסטער אויסלייג אין די ווארט ז״ל (עס געבט גאר א ביליגן איינדרוק און געהערט נישט אויף דער פארום)

לאז געמאכט

ער מיינט שטערקער ארויס צוברענגען זיין נקידה
אוועטאר
אדלער
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדלער »

דו בוזט א מאסיווע שרייבער, איך בין מורא'דיג נייגעריג אויף דיין אויספיר, אולי ואולי איך און מיינס גלייכן וועלן עס אויך דערהערן.......

אסאך אינגעלייט ווילן טרעפן די שיינקייט און די וועג פון די עלטערן

אויב האסטו געטראפן די וועג לאורך נלך

ביטע זיי ממשיך איך בין ממש אדיקטעט יעצט צו טשעקן ווען דו שרייבסט שוין ווייטער
אוועטאר
אדלער
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדלער »

פלטיאל האט געשריבן:שיינע שריפט און גאר האקעלע טעמע.

איך וואלט געגאנגען ווייטער אויב קענסטו גרעניצן.

א קליינע בקשה, ביטע טוישן די אידישיסטער אויסלייג אין די ווארט ז״ל (עס געבט גאר א ביליגן איינדרוק און געהערט נישט אויף דער פארום)

דאס איז נישט אידישיסטיש דאס איז א וועג צו ארויסברענגן א געוויסע סארט מציאות
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אדלער האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:שיינע שריפט און גאר האקעלע טעמע.

איך וואלט געגאנגען ווייטער אויב קענסטו גרעניצן.

א קליינע בקשה, ביטע טוישן די אידישיסטער אויסלייג אין די ווארט ז״ל (עס געבט גאר א ביליגן איינדרוק און געהערט נישט אויף דער פארום)

דאס איז נישט אידישיסטיש דאס איז א וועג צו ארויסברענגן א געוויסע סארט מציאות

עס קומט פון א אויסגאבע וואס האט נישט די בעסטע רעפאטאציע און שעצן אידישקייט. ודי
אוועטאר
אדלער
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדלער »

נא נא....
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

צדיק.

זיי ממשיך!

מיר ווארטן געשפאנט.

חברה פארפירט נישט דעם שמועס אין מיסט קאסטן!, ס'איז זייער obvious וואס דער שרייבער האט געמיינט, און איז זייער א אקוראטע וועג צו מסביר זיין דעם פערספעקטיוו וואס ער און אנדערע זיין גלייכן האבן געהאט אויף אזעלכע אידן ווי זיין טאטע.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי שוין גיי »

דאס איז א וועג וואס די אינגווארג לאכן אפ פון עלטערן דור, @אוהב שלום לייגט עס אראפ מיט אלע קאלירן פונקט ווי די מצב וואס ער איז דאן געווען. האלטן אבער אנדערע (גא״מ) אז ווי נישט ווי קוקט עס אויס אביסל צו שארף/אויפגעקלערט/חוזק פונעם אלטן אמאהל.

עניוועי אוהב די חלק ביסטו שוין במילא דרוך אלזא גיי אן ווייטער באשרייב דיין קאמבעק מיט פיל פאכיגער קאלירן וילמדו תועים בינה,
אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערישער אינגרמאן »

ביטע פארזעצן, זייער אסאך דא אויפן וועלטל קענען רילעטן.
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”