הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:תרמב האט געשריבן:יעצט געענדיגט דורכלייענען דעם תוכנפולע אשכול, ס'האט מיר גענומען זייער לאנג דורכצולייענען יעדע תגובה מיט יישוב הדעת, אזויפיל שיינע געדאנקען אריינגערוקט אין אזא קורצע אשכול! די מערסטע האב איך ליב געהאט די תגובה פון @מה אנו ווי ער ברענגט אזוי שיין ארויס די פראבלעם וועגן מאכן א טראסק נאר פון די חיצוניות בשעת פארגעסט פון די עיקר עיי"ש.
שכח תרמ"ב פארן ארויפברענגען דעם העכסט אינטערסאנטע אשכול,
איך האב נישט געליינט דעם גאנצן אשכול איך האב נאר געליינט די ערשטע צוויי דריי בלעטער און אויך די תגובה פון מה אנו וואס די האסט צוגעצייכענט, איך מיין אז מה אנו רעדט פון אינגאנצן א צווייטע מין אויפגעקלערקייט פון וואס דער פותח האשכול רעדט, אוהב שלום'ס אויפגעקלערטקייט איז טאקע "א עמקן אין פלאטשיקייט" און טאקע וועגן דעם איז עס א נחלת הכלל און רוב חברה מאכן טאקע דעם יו טורן, ווייטער מה אנו'ס אויפגעקלערטקייט איז ווייניגער מצוי און דעי חברה בלייבען געווענליך מיט די קשיא.
איך האב דירעקט נישט גענומען קיין שטעלונג, דא אין די אשכול איז דא מער דעות ווי תגובות, סאיז פשוט זייער אינטערסאנט צו זעהן אלע מינע געדאנקען, און די תגובה פון מה אנו האב איך פשוט די מערסטע ליב געהאט