חנוכה געלט פאר מלמדים

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

חנוכה געלט פאר מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

ביי אונז אין פוילן איז נישט געווען איינגעפירט דאס מנהג פון חנוכה געלט פאר די מלמדי תינוקות. נאר א זעקעלע צוקער פאר זיינע גלעזלעך טיי איז געווען איבער גענוג, אז מיין נחת'ל זאל בעסער קענען די הפטרה טראפן.

מיט א טיפן קרעכטץ אריין, צייטן האבן זיך געטוישט, און אז מען שמירט נישט דעם מלמד, וועט מיין שעפעלע אהיים קומען מיט בלוי הענט, און אויפ'ן טרייבל וועט דער מלמד מיר זייער שיין מסביר זיין, וויפל כחות ער לייגט אריין אין מיין קינד, און ווי שווער ער ארבייט, אזוי וועל איך מיך דארפן כאפן אז איך מוז שיקן א טיפ.

איז יעצט די פראגע וויפל זאל איך שיקן? למשל $100 אויף חנוכה, אדער $20 יעדע ראש חודש? זאל מען צושרייבן אפאר ווערטער?

אפשר האט איינער עפעס א גוטע עצות ווי אזוי צו שמירן די מלמדים, אז זיי זאלן האבן חשק ארויפצוארבייטן אונזערע קינדער.
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד

<< למשל $100 אויף חנוכה >>

וואאאאס? הונדערט דאלאר, ווער איז משוגע דא?

אפילו מיט דערמאנען אזא נומער מאכט מען עס שוין א "סטאנדערט" וואס יעדער מוז נאכטאנצן. א חוצפה!!!!

צוואנציג דאלאר איז פונקט גענוג פאר חנוכה געלט.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

איך האב געהערט פון א אינגערמאן אז ער גיט פארן באס דרייווער אויך, האט שוין נאכאיינער געהערט דערפון?

פאר טיטשערס דארף מעם אויך שיקן געלעט?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

יא יא פאר גוטע באס דרייווערס ברויך מען געבן
און אזוי אויך פאר טישטערס
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

וואס מיינט גוטע באס דרייוערס? און וויפיל דארף מען זיי געבן?
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

זיך יעצט דערמאנט, א חבר מיינער, א קעכער אין א ישיבה, האט באקומען פאריאר חנוכה א טיפ פון $50 דאלער, פון עלטערן וואס זייער בחור איז אלערשיק צו מילך, און דער קעכער פלעגט געבן פאר דעם בחור קאלעי וואסער.

ואמר כל העם: זה מדת הכרת הטוב.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ביי א באס דרייווער איז געווענליך איינגעפירט אז די שכנים נעמען זיך צוזאם און מען גיט אינאיינעם א סכום

ווי גרויס? ווענד וויפיל מאל ער האט געווארט פאר א יונגל וואס איז געקומען צו לויפן די לעצטע מינוט וכדומה
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מיין שכנ'טע וויל וויסן אויב איך שיק פאר מיין טאכטערל'ס פלעי גרופ טיטשער, וואט עי דזאוק.

פאר א רבי אין חדר ברויך מען שיקן, עס ווערט געברענגט פון פריערדיגע (שוין געווען אמאל א שמועס דא אדער אין אלט שטאט) אבער מיידלעך מאן דכר שמי', באס דרייווער פארוואס עפעס, קעכער אמער, פלעי גרופ זאלן זיי עטליעסט נאר טשארדשן אזוי ווי שכר לימוד, און פארוואס לאזט איר עפעס אויס דער עלעקטערישן איז עפעס נישט קריסטמוס פאר אים אויך?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

גראב געשמועסט. די גאנצע זאך פון חנוכה און פורים געלט פאר די מלמדים איז אין אנדערע ווערטער א טאקטיק צו שמירן די רעדער. ס'נישט דא וואס צו רעדן אז א מלמד וואס ערהאלט פון א טאטן א מתנת יד האט דאס אן השפעה אויף אים. דער פראבלעם איז נאר, אז וויבאלד ס'שוין איינגעפירט געווארן אלס א חוב אז יעדער טאטע שיקט חנוכה געלט, און אויב שיקט מען נישט ווערט דאס אנגעקוקט אין אויגן פון מלמד ווי כאילו דער טאטע האט אים נישט באצאלט זיין געהאלט וואס קומט אים. דעריבער, איז מיין סאלושן אז חנוכה ופורים, וועט מ'גיבט דאס בלויז אלס חוב אפצאל, דארף מען נישט געבן מער ווי א צוואנציג-דרייסיג דאלער, א חוץ אויב מ'וויל באמת שמירן דעם מלמד מחמת סיבה הנ"ל, דאן דארף מען שוין צוגעבן א שיינעם סכום, והעשיר לפי עשרו והדל לפי דלו.

פאר טיטשערס, ווי עס איז נאך לעת עתה נישט געווארן קיין חוב אפצאל, בלייבט בלויז איבער דער טעם פון שמירן די רעדער, און ווער ס'שפירט נישט אז ער דארפט דארט שמירן דארף גארנישט געבן. אפי' די וואס ווילן יא שמירן, דארף דאס אויך נישט צו זיין אזא טייערער זאלב ווי ביי די מלמדים.
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

אפשר ברויך מען געבן פאר די גאטמי וואס רוימט אין לאנטש רום ביי די קינדער אויך???

ס'ארא חוצפה דאס!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך האלט אויף אז די מצב איז געגאנגען אביסל אווער בארד (הגם סיי טיטשערס און סיי מלמדים זענען אנדער פעיד) עס איז געוארען א מצב אז יעדעס יאר גייט די פרייז ארויף וכו' אזוי ווי אנדערע האבן שוין געשריבן.


איך מאך מיך אבער א חשבן

אינטערשטע שורה

אויב עס איז דא א וועג צו מאכען די מלמד זיין מער איבערגעגעבן צו מיין קינד וועל איך מיך לאזען קאסטען וויפול עס לאזט זיך נאר.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

פאר די באס דרייווערס (מען רעדט פון די היימישע נישט די ערלים)
האלט איך אז מען דארף יא געבן אויב זיי געבן זיך אפ מיט די קינדער און מיט די עלטערן בדרך כבוד
עס איז זייער א שווערער ארבעט און אחריות און עס קומט זיך זיי
בעל עגלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל עגלה »

די אמת אז עס ווענט זיך לויטען קינד, וואס די האלסט ביים דעם מלמד
איז ער א וואיל גיט קינד מיט א גיט קעפעל, איז געניג חנוכה אין פורים,

אויב אבער דארפסטע עטוואס מער סערוויס פינעם מלמד, וווייל דאס קינד איז נישט פין די בעסטע, איז ווערט יעדן פעני, ענדער שיקען יעדע חודש א צוואנציגער, ווי צוויי מאל א יאר
אז איינער מאכט פרנסה בריווח, איז ווער צי שיקען אפילו מען האט א גיט קינד, הוצאות בניוו לתלמוד תורה, קארגט מען נישט
בכלל יעדער ווייסט אז די גרויס געהאלט פין די מלמדים קלעקט נישט, ממילא כל המוסיף שכרו מרובה
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

מסכים מיט גאלע אלל די וועי
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

בעל עגלה האט זייער גיט ארויסגעברענגט, קיין איין פאל איז נישט אייניג.
אני הק' בין ווייט פון זיין פארמעגליכט צו געבען א שיינער מתנת יד, אבער איך שטרענג זיך אן צו געבען לכבוד חנוכה און פורים כיד ה' הטובה, איך שרייב צו א קליין צעטעלע מיט הארציגע דאנקבארע רייד צום רבי'ן, ער זאל וויסען אז דאס איז על כל החסד שעשית, ואשר עתה עתיד וכו'.
ובדך אגב, א גרעסערע ווייטאג זענען די געוואלדיגע אויסגאבען פון חנוכה פרעזענטס ביי חנוכה פארטי'ס וואס ווערט אריין געשלעפט און הון תועפות, טייל אידען מיזען זיך פשוט אראפ ציפען פון טאג טעגליכען געברויכען צו קויפען א נייע בעט געוואנט סעט פאר די עלטערען אדער שוויגער וואס וועט ממילא איינטוישען ביים ערשטע געלעגנהייט. מי יתן והי' עס זאל ווערען אביסעל איינגעצוימט.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

פאר טיטשער'ס, איז שוין נישט שייך צו פרעגן, צו מ'געט צו נישט, ווייל היינט נעמט מען צוזאם פון אלע קינדער געלט און מ'קויפט א פרעזענט פאר די טיטשער, (דאס איז חנוכה, פורים איז אנדערש.) סאו דעיס יאר, האטעס מעך געקאסט דערווייל דריי מאל זעקס דאלער.

פאר מלמדים, איך האלט זייער שטארק, אז ווער ס'קען געבן יעדן חודש, איז עס א געוואלדיגע טובה פארן קינד, און דאן קען מען חנוכה און פורים געבן ווייניגער, און אז נישט, געט מען געווענליך אביסל מער פאר חנוכה, און פורים נאכמער.

פאר באס דרייווער'ס, פאר די וואס געבן זיך מער אוועק, ווי למשל אז זיי ווערן נישט גערעגט ווען א קינד שפעטיגט, אפילו ווען ס'נישט די ערשטע מאל, און זיי זענען אפילו גרייט צו ווארטן, ווען מ'שרייט זיי נאך אז איינער קומט שוין, דארף מען זיי ארויס ווייזען אן הכרת הטוב, וויפיל, איז שווער צו זאגן, אבער די איידיע פון אפאר שכנים אינאיינעם געפעלט מיר זייער, און איך גיי דאס טאקע אנטראגן ביי מיינע שכנים.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

בס"ד

ביי אונז אין וויליאמסבורג (זינט מיר האבן נאכנישט אויפגעשטעלט קיינע מוסדות אין בעד-סטיי, שיק איך די קינדער טעגליך צום נענטסטן אידישן פלאץ) איז איינגעפירט צו געבן חנוכה און פורים געלט פאר די מלמדים "און" לערערינס, מלמדים געט מען געווענליך א סכום הגון (הונדערט איז נישט איבערגעטריבן, אבער פופציג איז אויך שיין, צוואנציג איז א וויץ אויף וואס קיינער לאכט נישט) און לערערינס וואס זענען געווענליך אינגע צוציקעס וואס זיצן אויפן טאטע'ס קעסט - זענען צופרידן מיט א צוואנציגער (און אז נישט? זאלן זיי גיין בייגל באקן, צו וואס זיי טויגן פילייכט בעסער).

אויך איז ביי אונז איינגעפירט צו געבן א מתנת יד פארן באס דרייווער און - כאפט אייך אן דאס בענקל - פארן באס רבי! אנדערש ווי אין טייל געגענטער, גייען אונזערע קינדער איטליכער אויף א צווייטע פארב באס פון אן אנדערן מוסד, איז בכלל נישט שייך זיך צוזאמצונעמען און געבן איין גרויסע סכום-מאגען פארן דרייווער, און איטליכער איז מחויב (אזוי צו זאגן) אויסצולייגן א 25 גראשן פון טעשל חנוכה און פורים צייט פארן מנהיג התינוקות.

בשנים כתיקונן, ווען וועלט איז געווען וועלט, פלעגט מען געבן יעדן ראש חודש די שכר מלומדות פארן רבי'ן אין האנט אריין, פון דארט איז געבליבן א זכר צו דעם וואס מאנכע געבן נאך היינט ראש חודש געלט, אבער היינט איז מען לכאורה יוצא מיט שכר לימוד (זאל מען דאס נאר באצאלן באצייטנס - איך באצאל אנהייב יאר אויף א גאנץ יאר, און שפאר זיך עטליכע פראצענט).
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

פאר א יאר חנוכה האט מיר געקאסט איבער 250.00 פאר מלמדים טיטשערס באס רבי'ס דרייווערס , לאכטס נישט עס איז משיגע , היי יאר פלאן איך צי געבען פאר יעדן נאר "האלב" ווי פאר א יאר
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

איך זעה ווי מ'רעדט דא פון מנהגים, מ'פירט זיך אזוי אדער אזוי. אמער???? פיר דיך נישט אזוי.... האסטו געהערט אזאנס.

ביי מיר איז דער מנהג אז ווען איך האב געלט ראש חודש, שיק איך א צוואנציגער, און ווען כאב געלט חנוכה ר"ח טבת, האט דאס דעם זעלבן דין. פורים ביי שלוח מנות, קריגט ער אויך א צוואנציגער, דער נערסערי רבי, קריגט נאר ווען ס'איז דא אן איבערפלוס. לערירנס קריגן א בלא מיט אן אלף = גארנישט...

די סיבה פארוואס איך געב דעם מלמד א טיפ, נישט חס ושלום אז ווען נישט קומט מיין זוהן אהיים מיט בלויע הענט, ניין, ברוך השם מיינע קינדער לערנען נישט ביי קיינע רוצחים. - ווער עס שיקט זיינע קינדער צו א מלמד וואס איז אין זיינע אויגן א רוצח, איז אליינס א רוצח - נאר די טבע פון א מענטש איז, אויב געט מען איהם שוחד ווערט ער פארבלענדעט, און היות דער מלמד וואס האט 25 קינדער בלעיה"ר קען דאך פארט נישט האבן דעם זעלבן אויפפאסונג אויף יעדן צוגלייך. ממילא אויב וויל איך אז ער זאל מיין קינד גוט קעיר נעמען. זעהן אז ער זאל האבן אן הבנה ביים לערנען, און זאל איהם געבן א מתנת יד ווען ס'פעלט זיך אויס, און אויך א גוט ווארט ווען ס'באקומט זיך איהם. געב איך עקסטערע געלט ראש חודש, לאמר: מיין אינגעל דארף ווערן גוט קעיר גענומען.

קרעמער, איך געדענק נישט אויף זיכער, אבער לויט ווי מיין זיכרון דינט מיר, איז דאס אן עקסטערע זאך ווי שכר מלומדות... לכשירחיב, וועליך זוכען דעם מקור, אבער כ'פארלאז זיך אויף דיר אז דו וועסט געפונען פריערט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

קרעמער,
צוואנציג איז א וויץ אויף וואס קיינער לאכט נישט ??
וואויל איז דיר אז דו קענסט דיך עפארדן א פופציגער און מער.
אבער רוב יונגעלייטלעך פלאגן זיך וואו הינט צו צאלן די וועכענטליכע גראסערי ארדער, איז א צוואנציגער גאר קיין געלעכטער נישט.

סארי.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

עס איז נישט וויפל מען שיקט , דער מלמד דארף זען אז די טאטע מאכט זיך ווינסענדיג פוינעם קינד

א מלמד האט מיר געזאגט אז ער דאווענט און איין שיל מיט א טאטע פין זיין כיתה און דער טאטע האט א גאנץ יאר זיך נישט נאכגעפרעגט אויף זיין קינד
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וואס האט געשריבן:קרעמער,
צוואנציג איז א וויץ אויף וואס קיינער לאכט נישט ??
וואויל איז דיר אז דו קענסט דיך עפארדן א פופציגער און מער.
אבער רוב יונגעלייטלעך פלאגן זיך וואו הינט צו צאלן די וועכענטליכע גראסערי ארדער, איז א צוואנציגער גאר קיין געלעכטער נישט.

סארי.


אנטשולדיג מיר ר' וואס, איך זעה דו שפירסט דיך אנגעגריפן פון מיר. איך האב ח"ו נישט געמיינט צו טשעפן קיינעם. טראכט נאר אריין וויאזוי דער מלמד קוקט אן דעם צוואנציגער, ער האט אויך גרויסע חובות אין גראסערי וכו', און בכלל לויט די היינטיגע סטאנדארטן (וואס א זעקל ברויט אדער א פלאש מילך קאסטן שוין קרוב צו דריי טאלער) איז איין צוואנציגער היינט צוטאגס ווי געבן א ניקעל אין די פושקע (וואס איז אמאל געווען א סכום הגון).
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

דאס איז געהאנגען אין מיין בעסמעדרעש.
אטעטשמענטס
3.jpg
3.jpg (43.51 KiB) געזען 6676 מאל
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

קרעמער,
איך בין ח"ו נישט געווארן אנגעגריפן.
אבער דו זאגסט דאך גענוי וואס איך זאג.
וואס ? איך פלאג מיך עני טיים נישט אזוי ווי דער מלמד ? און וואס איז מיט דעם אינגערמאן וואס האט 5 אדער 6 קינדער אין די מוסדות ?
ער האט נישט קיין חובות אין גראסערי ?
אסאך אינגעלייט לעבן אויף די "צוואנציגערס" וואס דו זאגסט אז עס איז ווערט א ניקל...
ווען איך מאך מיין ארדער אין גראסערי, פריי איך מיך אויף יעדן "צוואנציגער" וואס ליגט אין מיין טאש.
ווייסט פארוואס ? ווייל איך קען מיט דעם איינקויפן פינף באטלעך מילך, מיט א גרעיפ דזשוס, און א פעקל קענדיס פאר צוויי דאלער...
משא"כ מיט ניקלעך קען איך דאס נישט באווייזן... דער מלמד פלאגט זיך ? איך פלאג מיך פונקט אזוי, נאכן צאלן מארגעדזש, יוטיליטיס, א מאיאנטיק פאר שכר לימוד, וכולי, און מטרעפט זיך מיט א דעפיציט... האט מען עפעס צו ווארפן פופציגערס פאר יעדן מלמד ?? פון ווי ?? מהיכן ירק זה חי ??

נו אוודאי וויל יעדער געבן ווי מער, אבער מען דארף דאך האבן פון ווי צו נעמען !
דארף מען זיך גיין בארגן פאר דעם ??

שאץ נישט אזוי אונטער דעם צוואנציגער... סיז אסאך געלט ביי אסאך מענטשן.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

אנדי,

איך האף אז די געלט וואס ער האט געצאלט פארן גרעפיקער, פרינטער און הענגער וועלן זיך אויסצאלן מיט די חנוכה געלט...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”