חנוכה געלט פאר מלמדים

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 3:27 pm

איך שיק אויך אויף חנוכה און פורים צווישן 50 און הונדערט דאללער, ווענדט זיך וועלכע כיתה, ווי שווער און ווי געטריי דער מלמד ארבייט.
דאס גייט בלי ספק אויך אריין אין הוצאות בניו לתלמוד תורה.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 3:58 pm

שאץ מאץ זייער גיט ארויס געברענגט י"כ

איך האב דאך אבער א חויב מחולק צי זיין וועלמער טאקע

כטה ד איז זייער זייער זייער א וויכטיגע יאר וויל מען הייבט אן לערנען גמרא אין דאס עפענט די הבנה פינעם קינד א גיטע מלמד וועט ארבייטען אז די קינד זאל פארשטיין וואס ער רעדט אין א אזא יו נאו
וועט זיין זייער העפי אז דאס קינד קען גיט נאכזאגען די טייטש
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 4:42 pm

כ'געדענק נאך ווען כ'בין געווען א קליין אינגל בינעך געווען פון די איינציגסטע וואס האבן געברענגט חנוכה געלט, נאר וואדען, מיט די צייט האט איזעס געווארן א מנהג און קיינער וויל נישט זיין דער וואס גיבט נישט.

לענינינו. ס'קיין ספק אז $20 איז גענוג געגעבן. פארוואס דארף מען הייבן דעם סטאנדארט? פארוואס ווען איינער גיט א פיפציגער זאל ער נישט פילן אז ער גיט א שיינע חנוכה מתנה? נישט לאנג צוריק, ווען א טאטע האט געגעבן א 20'ער האט ער געפילט אז'ר האט געגעבן איבער גענוג, זענען געווען די מער פארמעגליכע וואס האבן געגעבן א 50'ער. אבער קיינער וויל דאך נישט זיין דער וואס גיט ווייניגער, איזעס ציביסלעך ארויפגעפארן.

אבער צו מאכן דעם פרייז גלייך ביי $100 איז דאך אפנארמאל. אין די היינטיגע וועלט טאנצט יעדער נאך דעם אנדערן, ביז אפאר יאר גייט שוין א הונדערטער אויך נישט זיין געגעבן.

מיין מיינונג איז, אז $50 איז איבער גענוג, קיין חילוק די יארגאנג.


נ.ב. נישט פארציילן פאר מיין זינ'ס מלמד וואס כ'האב דא געזאגט

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2209
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 4:58 pm

my opinion is that when you have 5-6 children to give, the malamed understands that you dont need to make a tea party to give tips, except if you have a name as a balbatishe yid, and i beleive that he will appreciate a twenty dollar bill, the same like the $100 dollar bill of groinems ben yuchid,

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 1:58 pm

איך בין מחולק מיט די וואס טענה'ן אז 20 דאלער איז גענוג. און ניין איך בין נישט קיין מלמד (דערווייל) :grin: און אויך נישט קיין נגיד (דערווייל).

20 דאלער כמעט נישט קיין געלט לויט די היינטיגע ווערט פון געלט. אויסער אז דו מוזט ממש אן עני ואביון, ביזטו אינגאנצן פטור, און א קרבן עני איז שטענדיג חשוב.

אבער אויב דו ביזט א שטיקל בעל פרנסה, אפילו נישט קיין עושר, און דו שיקסט נישט קיין ראש חודש געלט, (מאך א חשבון אפילו דו געסט נאר א מינימום יעדן ראש חודש באטרעפסט דאס אויך א סוכם הגון דורכ'ן יאהר) איז ריכטיג צו געבן כאטש חנוכה און פורים א מתנה שיש בה ממש.
גיב דאס פון דיין מעשר געלט, רעכן דאס פאר צדקה, אבער גיב איהם דעם טיפ מיט'ן גוטן געפיל.

געדענקט אז די מוסדות זענען ס'רוב פארשלעפט מיט'ן באצאלן, מען איז שולדיג 10 - 15 וואכן אדער מער, און אפילן ווען מען האט דעם געהאלט צייטליך קלעקט דאס נישט לויט די היינטיגע לעבן סטאנדארט, ממילא קוקט דער מלמד זייער ארויס אויף די עקסטערע געלט, און וואס קומט פריער ווי די אייגענע קינדער.. דאס גיסטו פאר דיין קינד, מער ווי פאר'ן מלמד. כ'קלער אז דאס איז מסתמא אפילו אין כלל פון "הוצאת בניו לתלמוד תורה".

פראקטיק ווייזט אז א מלמד באקומט בעל כרח א שעבוד און נגיעה צום קינד און טאטן וואס האבן איהם אינזינען, און ס'צאלט זיך טויזענט מאל צוריק במשך'ן יאהר, בפרט אז ס'קומט אונטער א קריזיס, ווי צ.ב.ש. דאס קינד האט א שוועריגקייט אין קלאס, צו ס'האט פאסירט א גראטשקע מיט'ן קינד, א.א.וו. וועט דער מלמד גוט געדענקן וואס ס'איז געווען חנוכה...

אלזא, שיקט דעם מלמד לכתחילה הונדערט דאללער, און כאטש $50. עס קומט איהם, און עס לוינט אייך, דאס איז פון די בעסטע אינוועסטמענטס וואס איר האט נאר אמאל געמאכט.

העיקר שכחתי,
און דער עיקר, שרייבט צו א פאר ווערטער, אפילו איר קענט נישט שרייבן (וואס איז שווער צו גלייבן פון א קרעטשמע מיטגליד) אין פלעין מאמע לשון, אייער דאנקבארשאפט, מיט א ברכה, דאס איז אמאל נאך מער ווערט ווי דאס געלט, דאס צייגט אז איר מיינט דאס טאקע ערענסט.
לעצט פאראכטן דורך חייקל אום דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 2:02 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 1:59 pm

מען קען עס געבן פון מעשר געלט אויך (ס'איז ריכטיג צדקה) ממילא דארף מען נישט קארגן.

אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:01 am

תגובהדורך אינגערמאן » מוצ"ש דעצמבער 12, 2009 9:18 pm

יעצט גערעדט צו מיין שוועסטער א פיפטע קלאס טיטשער זאגט זי מיר אז געווענליך גיט די סקול וועקעשאן די לעצטע פאר טעג פון חנוכה, אזוי וואו די יאר איז געווען די ערשטע טאג חנוכה - שבת, און זונטאג איז ממילא נישט דא קיין סקול גיבן זיי שוין וועקעשאן יעצט ביז דינסטאג - מיטוואך.

למאי נפקא מינא פרעג איך איר?
וואס הייסט?! איך גיי באקומען מיינע טשעקס פון מיינע "סטודענטס" מיט אפאר טעג שפעטער...

ארויסגענומען האב איך פון דעם צוויי זאכן, 1 - וואו שטארק זיי קוקן ארויס דערויף. 2 - אז טיטשערס באקומען אויך חנוכה געלד.

(לידיעה בעלמא זי טיטשט קלאס 7 אידיש. און זי איז שוין חתונה געהאט.)

אוועטאר
צו געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4669
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מוצ"ש דעצמבער 12, 2009 11:33 pm

איך וויל וויסען אויב דארף מען געבן חנוכה געלט פאר באס דרייווערס, און אויב יא דאן ליבערשט פאר דעם דרייוער וואס טראגט דאס קינד צופרי אדער, דעם דרייווער וואס ברענגט אהיים דאס קינד
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 10:34 am

צייטליכע דערמאנונג

כל אחד לפי דעתו ויכולתו
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4065
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 11:40 am

צו געזונט האט געשריבן:איך וויל וויסען אויב דארף מען געבן חנוכה געלט פאר באס דרייווערס, און אויב יא דאן ליבערשט פאר דעם דרייוער וואס טראגט דאס קינד צופרי אדער, דעם דרייווער וואס ברענגט אהיים דאס קינד

מאי חזית דדמא דידיה סומק טפי, דילמא דמא דההוא גברא סומק טפי.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 4:02 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:איי וועט עטץ פרעגן פון וואנעט ווייס איך?
אויף דעם איז די תירוץ.....

ווארט'ס אויף מיין טאג ביך פון מנהל.....

דא איז עס...
http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=7163&#p207612

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 4:04 pm

א געטרייער באס דרייווער איז נישט נאר דער וואס ווארט אמאל ווען א קינד שפעטיגט.... פרעגט נאר די נשים צדקניות וואס ווארטן ביי די באסעס טעגליך וועט איר הערן ווא פאר א חילוק עס איז צווישן א געטרייער און א נישט געטרייער דרייווער.

איך מיין אז ער איז ווערט צו באקומען א טיפ.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 5:31 pm

ווינקל האט געשריבן:א געטרייער באס דרייווער איז נישט נאר דער וואס ווארט אמאל ווען א קינד שפעטיגט.... פרעגט נאר די נשים צדקניות וואס ווארטן ביי די באסעס טעגליך וועט איר הערן ווא פאר א חילוק עס איז צווישן א געטרייער און א נישט געטרייער דרייווער.

איך מיין אז ער איז ווערט צו באקומען א טיפ.


אמת , שוין געטרייט סאיז ווערט די געלט
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג דעצמבער 25, 2011 3:31 pm

הער איך נעכטן ביי די פאחדי אז א נורסערי אינגל איז אהיימגעקומען זאגן אז דער רבי האט געזאגט אז מען זאל נישט פארגעסן די חנוכה ענוולאופס...

מאדנע, הא?

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » זונטאג דעצמבער 25, 2011 7:17 pm

נורסערי... אוודאי די מלמד געמיינט ציזאגן נישט לאזן אויפן באס די ענוועלאפס.
-
אין לענינינו, עס איז א טיפשות צי קארגען ביי די טיפס צי די מלמדים כדלהלן:

א) די צאלס סייווי פארן חדר א יאר שכר לימוד ועוד בסך הכל א $3000 מינימום פאר א קינד, איז א שאד אז פאר נאך 2-3 הינדערט דאלער א יאר זאל זיך די $3000 אויסצאלען בכפלי כפלים

ב) א מלמד פין 25 קינדער קען נישט געבן די זעלבע פערזענדליכע אויפמערזאמקייט פאר אלע קינדער , אין אייביג איז דא טאטעס וואס טיפען זייערע קינדער באקימען עס, סא זיי פין דיע, אין פרעג נישט אז עס איז נישט יושר, ווייל די מציאות ערלויבט סייווי נישט פאר יעדן סא ווער עס באצאלט ער איז עס...

ג) אויב האט איר נישט צי געבן צופיל געלט קענט איר געבן א כפי יכולתם, אבער שרייבט מיט א זאפטיגע אין אמתע בריוו אז די אנערקענסט זיינע כוחות, אין אזאנס איז ווערט מער פין אלע געלטער....
ואשרי מי שיכול לצאת בשניהם,
איך האב געטראפן א חבר מיינע א מלמד אנהייב זמן אין ער האט א הייזעריגע שטימע.. זאגט ער מיר די מיינסט איין טאטע ווייסט וויפיל כוחות איך האב אריינגעלייגט אין מסביר געווען די חומש... אין לכבוד וועם מיינסטי איך בין הייזעריג געווארן... שלעפט ער ארויס א ענוועלאפ פין טאש אין זאגט קיקט וואס דא שטייט: "מיין זין האט נאכקיינמאל געקענט אזוי גיט די חומש ווי די וואך" אטא דאס געט אים די כוחות אנציגיין, פרעג איך וויפיל איז געליגען אינעווענדיג? זאג ער אוי ביסטי משוגה דאס איז נישט די עיקר קיק אבער וואס דא שטייט... ודו"ק.
לעצט פאראכטן דורך גבריאל אום זונטאג דעצמבער 25, 2011 7:21 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 27184
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג דעצמבער 25, 2011 7:19 pm

ווינקל, לא ידעתי אז טאטעס גייען אויך צו פארטיס..
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
לובלין
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 5:05 pm

תגובהדורך לובלין » זונטאג דעצמבער 25, 2011 8:01 pm

מיינע קינדערס מלמדים האבן אהיימגעשוקט א שיינע שכח בריוו פאר מיין טיפ,

איך האב געגעבן $36

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג דעצמבער 25, 2011 10:46 pm

farshlufen האט געשריבן:ווינקל, לא ידעתי אז טאטעס גייען אויך צו פארטיס..

וואס דען איז דאס? אביסל לאטקעס אנע זאלץ.... מיט א שפאר ביסל שטותים והבלים צאמגעהערט, שוין, לשון הרע'ס האט דער שווער נישט צוגעלאזט, כ'האב אדער נישט קיין בעסערן נאמען דערפאר.
-----
נישט פארגעסן שיקן שיינע בריוולעך פאר די מלמדים מיט די טיפ בייגעלייגט...

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7383
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג דעצמבער 26, 2011 8:24 am

וואס טוט מען אויב דעם מלמד קומט זיך נישט קיין געלט
בעסער געזאגט, מיין יונגל זאגט מיר: טאטי פאר דעם רבין טראג איך נישט קיין געלט, אים דארף מען ארויסווארפן, ער איז א.... וכו'

אריין אין חינוך אשכול (מעג שוין זיין אזוינס)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג דעצמבער 26, 2011 11:59 am

קודם דארף מען שיקן דאפלט, דערנאך ברויך מען רעדן צום מנהל און דאן גיין צום חינוך אשכול (שוין דא.. מאך א זיך).

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מאנטאג דעצמבער 26, 2011 12:10 pm

מי יודע האט געשריבן:וואס טוט מען אויב דעם מלמד קומט זיך נישט קיין געלט
בעסער געזאגט, מיין יונגל זאגט מיר: טאטי פאר דעם רבין טראג איך נישט קיין געלט, אים דארף מען ארויסווארפן, ער איז א.... וכו'

אריין אין חינוך אשכול (מעג שוין זיין אזוינס)

אז ער איז א .... קומט זיך אים שוין נישט קיין געלט? (אויב פארשטיי איך גוט האט עס צו טוהן מיט פאליטישע אינטערעסן, נו דאס איז חינוך???).

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 26, 2011 12:15 pm

מי יודע האט געשריבן:וואס טוט מען אויב דעם מלמד קומט זיך נישט קיין געלט
בעסער געזאגט, מיין יונגל זאגט מיר: טאטי פאר דעם רבין טראג איך נישט קיין געלט, אים דארף מען ארויסווארפן, ער איז א.... וכו'

אריין אין חינוך אשכול (מעג שוין זיין אזוינס)

דעם אינגל קומט שלעק, און פאר דעם אינגל'ס טאטע אויך אז ער לאזט דעם קינד אזוי רעדן אויף זיין מלמד

אגב, האב איך היינט געזען עין בעין ווי הוצאת בניו לתלמוד תורה קומט גלייך צוריק. איך האב נעכטן נאכט אנגעגרייט כך וכך דאלער פאר די מלמדים'ס חנוכה געלט, און די קינדער האבן דאס היינט אפגעטראגן אין חדר. נאך איידער דאס געלט איז אנגעקומען צו די הענט פון די מלמדים האב איך דאס אפבאקומען אין פארעם פון א מתנת יד דורך א ידיד, אבער אויפן דאלער!

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7383
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג דעצמבער 26, 2011 12:26 pm

באמבאסטיש האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:וואס טוט מען אויב דעם מלמד קומט זיך נישט קיין געלט
בעסער געזאגט, מיין יונגל זאגט מיר: טאטי פאר דעם רבין טראג איך נישט קיין געלט, אים דארף מען ארויסווארפן, ער איז א.... וכו'

אריין אין חינוך אשכול (מעג שוין זיין אזוינס)

אז ער איז א .... קומט זיך אים שוין נישט קיין געלט? (אויב פארשטיי איך גוט האט עס צו טוהן מיט פאליטישע אינטערעסן, נו דאס איז חינוך???).

איך ווייס נישט פארוואס דו פארשטייסט אזוי שלעכט, איך האב נישט געוואלט שרייבן די אויסדריקן וואס מיין אינגל האט געזאגט (טאמער וועט ער דא אמאל ליינען :lol: )
גראדער איז דער מלמד זייער לאיאל (איך האב מורא פאר דעם האלט מען אים על אף ער טויג פאר כפרות), ער האט פשוט אריבערגעשפרייזט דעם בן ששים לזקנה, און ער האט געדולד צו די קינדער ווי איך צו א קאץ.
איך גיי נישט דא אראפשרייבן אלע מעשיות וואס מיין אינגל דערציילט מיר טעגליך משום גילוי, אבער מיין יונגל'ס אויסדריק אז אים דארף מען ארויסווארפן, דאס האט פשוט מיט די אפענע קעפ פון די היינטיגע יונגווארג, ער איז מיר מסביר אז ווען די הנהלה זאל זען ווי אזוי ער פירט זיך מיט די קינדער, ווי ער ווארפט זיך מיט זיי און איז מבזה קינדער, וואלט מען אים איין טאג נישט געהאלטן דא.
האט נישט מורא איך געב אים נישט גערעכט, אבער איך דערצייל אייך א מציאות.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג דעצמבער 26, 2011 12:39 pm

האסט גערעדט מיטן מנהל?

איך האב א קלער אז מיין אינגל האט געלערנט פאריאר ביי דעם מלמד... למעשה האב איך גערעדט מיטן מנהל און מיט עלטערע מחנכים וואס האבן מיר געראטן צו ווארטן אביסל.. און קוקן אויף די גוטע חלקים (לאנגע יארן ערפארונג, ועוד), למעשה, מיין אינגל בענטשט עם נאך היינט.. אבער איך קען זאגן מיט א פולער מויל אז ער האט ב"ה געהאט א שטארקע התעלות אין פארשידענע הינזיכטן ב"ה, דער פון אויבן זאל העלפן אויף ווייטער.

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7383
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג דעצמבער 26, 2011 2:48 pm

ווינקל האט געשריבן:האסט גערעדט מיטן מנהל?

איך האב א קלער אז מיין אינגל האט געלערנט פאריאר ביי דעם מלמד... למעשה האב איך גערעדט מיטן מנהל און מיט עלטערע מחנכים וואס האבן מיר געראטן צו ווארטן אביסל.. און קוקן אויף די גוטע חלקים (לאנגע יארן ערפארונג, ועוד), למעשה, מיין אינגל בענטשט עם נאך היינט.. אבער איך קען זאגן מיט א פולער מויל אז ער האט ב"ה געהאט א שטארקע התעלות אין פארשידענע הינזיכטן ב"ה, דער פון אויבן זאל העלפן אויף ווייטער.

איך האלט שויןן נאכן מנהל
למעשה איז נאך חנוכה ועוד השנה גדול, קען זיין ס'וועט זיך בעסערן, אבער וואס זאל איך טון אז איך געדענק נאך דעם מלמד פאר דרייסיג יאר צוריק, און די אלע אפרעדענישן האט מען שוין דאן געהערט אויף אים
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bissli און 14 געסט