וואו צו טרעפן געשמאקע דאונאטס לכבוד חנוכה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

וואו צו טרעפן געשמאקע דאונאטס לכבוד חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

א פרייליכן חנוכה טייערע חברים.
ברוך השם, ס׳איז נאכאמאל חנוכה און אזוי ווי אלע יארן האבעך נאך אלץ נישט געטראפן ווי מען קען קויפ׳ן א דאונאט אזאנס וואס זאל ממש זיין, ווי געזאגט, לכבוד חנוכה...

די סיבה פארן נישט טרעפן איז ווארשיינליך מיין שולד, כ׳וואלט זיך שוין געמעגט אויסלערנען איינמאל פאר אלעמאל אז א גוטן דאונאט זוכט מען נישט אין גראסערי... סאו היי יאר בינעך ארויס אויף א מיסיע צו טרעפן ווי מען קען אריינבייסן אין עפעס וואס זאל מיר איבערלאזן מיט דעלישעס עקספיריענס.

אקעי,
נומבער איין, מ׳גיימער דאונלאודן א עפפ ווי מ׳גיימער קענען האלטן חשבון אויף די אלע אינפארמאציע וואס מען דארף האלטן חשבון פון די אלע בעקעריס ווי איך גיי אלץ אויסטרייען.

נומבער צוויי, מאכן א ליסט פון אלע קליינע בעקערייען וואס געבן בכלל א טשאנס פארן דאונאט צו ווערן דעוועלאפט.

נומבער דריי, אריינגיין קויפן אין יעדע איינציגע פלאץ, און זיך נעמען צו די אכילה...

יוש... ס׳ווערט שפעט, קודם גיימער כאפן א שחרית, און דערנאך וועלן מיר זיך נעמען צום תכלית.

פעסט פארווערד, די שחרית איז געווען א סוקסעס ברוך השם, פאר יעדע אינגעלע וואס איז געקומען שאקלען זיינע הענט מיט טשענדש אזוי ווי א פראו, האבעך געוויזן א גרויסע פייג, און פאר די ארץ ישראל׳דיגע ״ברוכים הבאים, ברשות האגאבויאים, בלא בלא בלא״ האבעך דיירעקט נישט געגעבן, זיי׳דשע מוחל אין היידשעק מיר נישט מיין מנין, די גאבויאים דאווענען נישט דא, נישט זייער צייט האלסטו אויף, און די רשות דארף קומען פין די מנין אידן וואס האלטן אין מיטן דאווענען צום מלך מלכי המלכים.

הקיצר,
די טלית ותפילין איז פארפאקט, די מאנטל אפירגעזוכט, די שאל פארווארפן איין עק צום הינטערוויילעכץ, און אט אט גיימער אנפאנגען מיין דשורני! יעה....

אבער איין מינוט, איך בין דאך טויט הינגעריג! אויף א ליידיגן מאגן וועלעך דאך עסן שטרוי אויך!

נמנו וגמרו אז קודם ברויך מען עסן פרישטאג.
און די בליק פאלט מיר אויף וויליאמסבורג בייגעל.

די נאמען פינעם בייגלעריי. געפעלט מיר נישט, זאג, איר שטייט נאך פון די צייטן ווען א פיקטשער איז געווען נאר שווארץ אין ווייס? וואס קומט ער אויף מיט אזעלכע באמבאסטישע נעמען?

נו נו, איך גיי אריין אהין פאר א פלעינע טונא סענדוויטש, אין כ׳וועל שוין פרעגן דעם באלעבאס צו דער מעכטיגע נאמען האט ער אויך גענומען ״ברשות האגאבויאים...״

איך עפן אויף דעם טיר, שטייען דארט ביהייד דעם קאונטער צוויי באקאנטע אינגעלייט, איינער שטייט אין די זייט אין באכעט אריין א סענדוויטש ווי כאילו ער צעמאלט יעצט אלע זיינע שונאים... דער צווייטער האט א שמייכל און ער פארציילט פארן באלאבאס, אז נעכטן נאכט ווען ס׳איז איבערגעבליבן דעם לעצן מילעכיגן דאונאט, האט ער עס אריינגעריקט אזוי שמיר ניש דיר ניש...

--- איין מינוט, וואס הער איך, א דאונאט? דא פארקויפט מען אויך פון די אויפגעבלאזענע סחורה? שנעל געב אהער איינס מיט קאסטעד אזוי אז עס זאל רינען! נא?

דער מיטן שמייכל פרעגט מיר, ווילסט א גוטן דאונאט צום געדענקען? (((ער ווייסט מיינע פלענער????)))) אט, דא! ס׳איז מילעכיג, מיט עקספרעסאו שמעקערעסאו באקערעסאו געשזמויזעכץ וואס רינט אראפ פינעם טשאקלאד און פארגייט אין א קליינע טייך פון דעלללישעס גערינעכץ...

----
די אויגן פארמאכט, די שפייעכץ דריזן זענען גרייט, ברוך אתה השם - מזונות!

די ערשטע בייס... אההההה די טייג אזוי פלאפי און דעלישעס! יא!!!!! דאס האט די רבי געמיינט!!! ענדליך!!! אההההה!!!!! יאםםםםם...

--- זאג, וויאזוי ווילסטו דיין טונא סענדוויטש?
איך קוק אים אן ווי פין זונען אראפ, איינער ווייסט פון וואס ער רעדט?!
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

פון דאן גאנצע באשרייבונג מאכט א רושם ווי די גאנצע יו"ט חנוכה איז געגעבן געווארן צו עסן און פרעסן... (אנטשולדיג פארן אויסדריק)

יתכן די דארפסט מאכן א ברכה "אשר קדשנו... וציונו לאכול דאונאטס" און נישט "להדליק נר חנוכה"...

און נאך עפעס, נאך דיינע לאנגע רייד פארשטיי איך א נייע פשט אין דברי הרמב"ם וואס זאגט אז מצות חנוכה איז א "מצוה חביבה עד מאד"...
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

דיין באשרייבונג באגלייט מיט די לשונות של חרדל איז געוואלדיג!
עס טראגט אריין דעם ליינער ביז אין צענטער פונעם פאסירונג, לייוו, אזש איך האב זעך געטראפען אינעם לאך פונעם דאונאט!. ;l;p-
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

און דאס באלאנגט אין 'ביזנעס'? אפשר אין אדווערטייזמענט...

איך וואלט דיר געראטן צו פרובירן די פארהאלטנסמעסיג נייע "שווארץ און ווייס" בעקעריי אויף פארק עוו.

איך שווער מיך (נישט ממש, נאר ווען די תורה וואלט געזאגט...) ביי זייערע קעז קוכנס, און איך שטעל מיך פאר אז די דאונאטס פאלן נישט ווייט דערפון.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

כ'וייס נישט פון וואס יענער רעדט... כ'וויי ספון וואס דו רעדסט.... פון..... וכו'!!

און וואסזאלעכדערזאגן, כ'ליב דיין שרייבעריי!!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

דער 'יסוד עבודה' פון סלאנים זי"ע האט געזאגט,
אז סאיז בעסער צו רעדן פון וואס קומט ארויס ווי צו רעדן פון וואס מ'לייגט אריין...
טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעגלאש »

פעלעד איז דערטראנקן געווארן אין א דונאט
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

טעגלאש האט געשריבן:פעלעד איז דערטראנקן געווארן אין א דונאט

;l;p-
ענדישער ווי די דאונאט זאל ווערן דערטראנקען אין מיר... :lol:
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

טעגלאש האט געשריבן:פעלעד איז דערטראנקן געווארן אין א דונאט

:lol: :lol:
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

לכאורה האט געשריבן:איך וואלט דיר געראטן צו פרובירן די פארהאלטנסמעסיג נייע "שווארץ און ווייס" בעקעריי אויף פארק עוו.

איך שווער מיך (נישט ממש, נאר ווען די תורה וואלט געזאגט...) ביי זייערע קעז קוכנס, און איך שטעל מיך פאר אז די דאונאטס פאלן נישט ווייט דערפון.


כ'האב געזען דעם אשכול האביך געוואלט אריינקומען פארציילן וואס כ'האב נעכטן טועם געווען פון דעם "שווארץ און ווייס", זע איך "לכאורה" האט מיך שוין אויסגעכאפט מיט די מיליכג'ס אבער ער איז נאכנישט זיכער מיט די דאנאט'ס, וויל איך מודיע זיין, יא ס'איז די בעסטע פאנקען, פריש און היימיש, אזוי ווי די מיליכיגע געבעקסען וואס ס'נישט דא זיין גלייכן דאהי.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

אזוי? בלעק ענד ווייט דאונאטס? גיימער אהין רייסן, כ׳האב דאך נאך נישט פארזיכט א דאונאט ווען כ׳בין זאט... זאט? ווי קען מען זיין זאט ווען מ׳רעדט פון דאונאטס?!
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

נו, גיימער זעהן וואס דאס פארציילט...
אטעטשמענטס
image.jpeg
image.jpeg (33.89 KiB) געזען 3314 מאל
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

בון אפעטיט...
אטעטשמענטס
1.jpg
1.jpg (17.7 KiB) געזען 3278 מאל
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

יאאאא......
דאס קען שוין זעטיגן טויטע אויך...
אטעטשמענטס
image.jpeg
image.jpeg (36.62 KiB) געזען 3262 מאל
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

מיינע בילדער זענען פון בלעק ענד ווייט
Agent
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Agent »

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

מילין_יקירין האט געשריבן:מיינע בילדער זענען פון בלעק ענד ווייט

זיי זענען גראדע קאלעפול...
בלעק ענד ווייט דאונאטס קען מען טרעפן אין די אלטע היים מיט זייערע קעמרעס...
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

זאג נישט אויס פאר קיינעם אבער בייגעלע נעמט זייער מיליכיגע פראדוקטן פון בלעק ענד ווייט...
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

האסטעך יעצט אויסגעזאגט....
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

כהאב אים געפרעגט. אמת דאס איז געווען אן איינמאליגע טובה פאר חדשים צוריק.
מי כעמך ישראל
בעל תשובה
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 4:45 pm

הפלא ופלא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל תשובה »

דער לץ מילין יקירין, שרייבט מוירעדיג. איך מוז זאגן. כ'וואלט איהם געוואלט פראזענליך באדאנקען אויפן פארענטפערן א האלטע קשיא. (און זייט מיר מוחל אויף די ציאקטע אידיש, איך בין א 'ארצישראלדיגער', פון די 'ברשות הגאבאים', כאטש דער רבש"ע שענקט מיר ברוב רחמיו וחסדיו בשפע ובהרחבה)
ובכן, סאיז מיר פארענטפערט געווארן א האלטע קשיא: ווי קען דער אמריקאנער זיך האנטוהן אזא בלעכענע פנים, ווען סשטייט און בעט זיך א יוד, א טאטע פון א גאנצע משפחתע, ואאס האט 'ליידער' מחליט געווען אז ס'געפעלט איהם נישט די וועלט, און ער ווילך ארבעטן פאר יענע וועלט?
יעצט האב איך באקומען א תירוץ: זיי טראכטן פון דאנאטס!... אוי, פון די שפייעכץ וואס רונט פון אלע זייטן און די אויגן וואס עפענען זיך ווי טעלער!... ווען מ'טראכט פון פרעסן איז אלעס געשטארבן!...
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

בעל תשובה האט געשריבן:דער לץ מילין יקירין, שרייבט מוירעדיג. איך מוז זאגן. כ'וואלט איהם געוואלט פראזענליך באדאנקען אויפן פארענטפערן א האלטע קשיא. (און זייט מיר מוחל אויף די ציאקטע אידיש, איך בין א 'ארצישראלדיגער', פון די 'ברשות הגאבאים', כאטש דער רבש"ע שענקט מיר ברוב רחמיו וחסדיו בשפע ובהרחבה)
ובכן, סאיז מיר פארענטפערט געווארן א האלטע קשיא: ווי קען דער אמריקאנער זיך האנטוהן אזא בלעכענע פנים, ווען סשטייט און בעט זיך א יוד, א טאטע פון א גאנצע משפחתע, ואאס האט 'ליידער' מחליט געווען אז ס'געפעלט איהם נישט די וועלט, און ער ווילך ארבעטן פאר יענע וועלט?
יעצט האב איך באקומען א תירוץ: זיי טראכטן פון דאנאטס!... אוי, פון די שפייעכץ וואס רונט פון אלע זייטן און די אויגן וואס עפענען זיך ווי טעלער!... ווען מ'טראכט פון פרעסן איז אלעס געשטארבן!...

:roll:
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

מענטשן נעמען דא זאכן זייער פערסאנעל. בארוהיגט אייך ביטע, מ'מיינט קיינעם נישט צו טשעפענען
טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעגלאש »

אוי באשעפער, מענטשן נעמען ערענסט, מילין, האסטער איינגעקויפט
אוועטאר
טרעפיק לייט
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעפיק לייט »

כהאלט אין מיטען זיכען די דאנאט עפפ.....
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”