חנוכה ליכט אין דערפל (מי מנוחות חנוכה תשע"ה)
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
חנוכה ליכט אין דערפל (מי מנוחות חנוכה תשע"ה)
בס"ד
חנוכה מיט ר' נטע'ן אין דאָרף.
ס'איז יעצט כמעט טונקל נאכט. די לבנה באווייזט נישט איהר ליכטיגקייט ווייל ס'איז באדעקט מיט וואלקענעס. דאס גאנצע אויר וואס מ'זעהט איז פיהל מיט פאלענדע שניי פאלענדיג אראפ פון די הויעך. צופיהל זעהט מען נישט נאר קליינע ווייסע קריסטאלענע מתנה'לעך פון הימל.
די שניי פערוועלעך פאלן גאר געמוטליך פאר מיינע אויגן איינס נאכן צווייטן נאך און ווייטער אן קיין אפשטעל. און איך באטראכט ווי זיי רירן זיך טאקע נישט אן. נאר אויף עפעס אן אופן ריקן זיי זיך אפ איינער פונעם צווייטן. גאט'ס ב"ה וואונדער.
מיט יעדן דורכגייענדיגן מינוט און די גיסטע מיינער ווערט צוביסלעך מער און מער די זעלבע ווי די וועטער אין דרויסן. רואיג און פארדעקט.
די מצב באנעמט מיך פון אלע זייטן און קריכט אריין ביז די אינעווייניגסטע מחשבות און געדאנקן. און זיי ווערן אויך באדעקט מיט די אטמאספערע וואס הערשט אינדרויסן ארום און ארום און ארויף אויף מיילן ווייט. זיי ווערן אויך ווייס און פאזיטיוו. שטיל און איינגעמאכט.
אין א ווינקל אין דעם דאָרף שטייט זיך א געביידעל, ווי ר' נטע זיצט דארט און ארבעט אויס לעדער. שעה נאך שעה, טאג נאך טאג. יאר נאך יאר, ארבעט דארט אונזער ר' נטע מיט זיינע פארשידענע ארבעטס געצייג, און ארבעט אויס לעדער. ער מאכט דערפון פארשידענס. מיט זיין גאט געבענטשטע הענט. פויערן פון ארום קומען קויפן פון ר' נטע'נן זיינע קליידער, היטן, ועוד, ועוד.
האבעך מיינע טריט געווענדעט אהין צום ביידל. איך עפן דעם טיר.
איך קום מיך אריין אינעווייניג אין דעם כמו פאבריק. א פייער וואס ברענט אינעם אויווען מיט אן אימפעט הייצט פיין אן דעם פלאץ און פארשפרייט אן אנגענעמען ווארעמקייט ארום און ארום, אדורך און אדורך.
א בא'טעמ'טער לולקע גערוך פיהלט זיך אין דעם גאנצן הייזקע און עפעס א מין רואיגקייט באנעמט דאס פלאץ, און כמעט אינסטינקטיוו ציה איך אריין אפאר מאל דעם איינגענעמען געשמאקען טאבאק גערוך. איך ווער רואיג און צעפרידן. קיין דאגות קיין פראבלעמען, נישט מיטן עבר נישט מיטן עתיד, נאר דער איצטיגער הווה אינעם ביידל פון אונזער ערליכער ר' נטע.
די דאך און די ווענט זענען פון האלץ געבויעט , גוט באשמירט מיט פּעך.
מיין בליק דרייט זיך ארום און איך באטראכט איינס ביי איינס די פארשידענע ארבעטס געצייג וואס ליגן אוועקגעלייגט מיט א רעלאטיווען ארדענונג ארום און ארום. אויבן און אונטן. און אויך אויף די שעלווס וואס ר' נטע האט צאמגעשטעלט עפעס א מאל אין איינע פון זיינע הארעוואניע טעג. א רייבער דא. א קראצער דארט. אן ארויפגעבויגענעם טשוואק און אויף דעם איז אנגעהאנגען א געוויסער מעסערל, מיט א דיקען האלצערנעם הענטל, גרייט מ'זאל איהם נאכאמאל אראפנעמען פון דארט. אויפן הענטל פונעם מעסערל קען איך מערקן אז דאס איז שוין גענוצט געווארן גאנץ א לאנגע תקופה. אסאך הויט זענען שוין דערמיט געשניטן געווארן.
איך בין זיכער בלי שום ספק, אז אלע ארבעט געצייג וואס איך זעה הענגן און ליגן ארום און ארום איז א חלק פון ר' נטע'ס נשמה. איך קען זאגן מיט א זיכערקייט אז נישט נאר זיי האבן ניצוצות פון זיין נשמה נאר זיי באלאנגען אינגאנצן דייקא נאר צו איהם. און זיי פארציילן זייער שטארקער באקאנטשאפט און שייכות וואס זיי האבן מיט אונזער ר' נטע'נן.
אט נעמט ר' נטע א גרויסן רולער לייגט איהם אוועק אויפן אויסגעשפרייטן הויט, באצייכענט מיט א געוויסער פארב, דעם גענויען פלאץ, און באלד דערנאך ווערט די פעל געשניטן אויף גרעסערע, קלענערע און נאך קלענערע שטיקלעך.
די הענט פון ר' נטע פארציילן מיר אסאך. זיי שלעפן מיך מיט כח אריין אין אן אנדערער וועלט וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן. פון וואו ווייס איך וואס מיט דעם ר' נטע האט פאסירט נעכטן און א צייט צוריק. וויאזוי ווייס איך זיין מצב ארום און ארום, אלעס נאר פון די הענט זיינער? אבער אזוי איז עס.
אויפן טיש אין די זייט ליגט א תהלימ'ל, א ברוינער. יעדעס בלעטעל עקסטער איז ערגעץ אנדערש אפגעריסן א קליין שטיקל. יעדעס בלעטעל שטעקט זיך ארויס.
אהינציער שטייט א שולחן ערוך אורח חיים חלק א', מיט נאך און נאך ספרים, און ספרימ'לעך. אלטע און גאר אלטע.
איך עפן אויף דעם אלטן תהלים צום אנהייב. איך זעה די ווארט "אשרי" אריינגעדרוקט מיט גרויסע אותיות. איינגעפרעימט אין די שענסטע פרעים וואס דער דרוקער האט נאר געקענט ארויסגעבן. בלאט נאך בלאט האב איך מיט ערענפורכט געמישט, באטראכט זיינע פלעקן, זיך איינגעקוקט אין אט דעם תהילימ'ל וואס איז שוין אומצאליגע מאל אויסגעזאגט געווארן דורך אונזער ר' נטע'ס מויל. ווייל ווען ער האט געהאט אפילו אביסל צייט ביים ארבעט, האט ער עס אויסגענוצט צום תהלים זאגן. און צום לערנן.
בשעת'ן זאגן איז די גאנצע וועזן זיינער איין שטיק געזאגעכץ. אינגאנצן אריינגעטונקען אין די ווערטער פונעם תהלימ'ל איז אונזער ר' נטע. און יעדעס ווארט ווערט ארויסגעזאגט מיט התרגשות און טיפע געפילן. ה' חזקי, ה' סלעי, ומצודתי, ומפלטי, קלי, צורי, אחסה בו, מגיני, וקרן ישעי, משגבי... אתה ה' לא תכלא רחמיך ממנו חסדך ואמיתך תמיד יצרוני.
אלעס ארום איז יעצט אפס ואין. ס'איז גארנישט פארהאנדן אחוץ. יעצט איז דא נאר איין זאך, א ר' נטע מיט א תהילימ'ל אין זיינע איידעלע הענט, וואס גיסט זיך אויס דאס הארץ פאר זיין באשעפער וואס האט איהם אנידערגעשיקט דא אינעם דארף אלץ א לעדערער אויסארבעטער.
אויפן וואנט ערגעץ וואו הענגט א זייגער אויף א טשוועקעל. איך הער זיינע קלאפן מיטן ריטעם פון דעם סקונדע. טיק! טאק! טאק! טיק!. מיט א שטארקער שטאלענעם רואיגקייט טיק! און ווייטער א סקונדע טאק! און קלאפט ווייטער צום טאקט פונעם סקונד. טיק! טאק! טיק! טאק! איך הער ממש ווי דער זייגער זאגט מיר: מענטשעלע דו ביסט דא אין א דארף אמאל... אמאל... לאנג צוריק... נישדא גארנישט נאר מנוחה... מיט הארץ און געפיהל... טיק! טאק! טיק! טאק!...
ר' נטע ווייסט נישט פון גארנישט זיין מח איז אינגאנצן מקושר צום שיויתי ה', און ער איז פארנומען מיט זיינע לעדער וואס ער ארבעט אויס. דאס פיהרט איהם פון מינוט צו מינוט אין זיין ארבעט.
מיט שווייס און מיה ארבעט ער פלייסיג. ער שניידט, רייבט, ציהט, הענגט, בייגט, נייט, און אזוי ווייטער. ביז ס'קומט ארויס שיינע היטן, שיינע קליידער, מיט נאך און נאך פארשידענע זאכן. געוואנדן וואס מ'באשטעלט ביי איהם. און די פויערן צאלן איהם שיין, ווייל זיינע זאכן טרעפן חן אין זייערע אויגן. ווי אויך ווייל ער איז זייער ערליך מיט געלט זאכן.
א יוד א יודע ספר קוקט ער מיר אויס צו זיין אונזער ר' נטע. ער פארשטייט וואס אזוינס חנוכה באדייט. ער ווייסט אז ער איז אויף די וועלט געקומען מתקן צו זיין א שליחות. און זעהט אויס אז ארבעטן מיט לעדער איז א חלק פונעם שליחות.
פון די פענסטער פון דעם הייזקע זעה איך אז אינדרויסן פאלט נאך אלץ א שניי. גאר ווייטער דארט ארויפציהר זעה איך נאך הייזקעלעך צעשפרייט. קוקט אויס פון דעם זעלבן אמאל...
דער ר' נטע איז א פלאם פייערדיגער יוד. אינעווייניג אין איהם קלאפט א קאכעדיגער הארץ צו תורה ומצוות. און זיין נשמה ציהט ווי א מאגנעט צום גרויסן באשעפער וואס האט איהם דא אין דארף, און אין דעם הייזקעלע אראפגעשיקט...
נישט הויעך און נישט נידריג איז אונזער ר' נטע'ס געשטעל, נישט דאר, אבער אויך נישט צו ברייט. ער פארמאגט א שווארץ רינדיג גאנץ קליינעם ברייטן בארד, וואו א היפש פאר ווייסע הערעלעך זעה איך אויך דארט אריינגעמישט איבעראל. און די שנויצן זיינער באדעקט גאנץ איבער די ליפן. א גרויסער וואלענער טלית קטן מיט דיקע ציצית וואס גרייכן שיער נישט ביז צו דער ערד רינגלען איהם אינגאנצן ארום. טונקל גרויע דארפישע הויעכע שיך, שווארצע הויזן וואס קומען אראפ נאר ביז נאכן קני, און איז דאן מיט שטריקלעך גוט פארבינדען, די העמד איז אויך פארבינדן מיט שטריקלעך חוץ דעם אויבערשטען שטריקל וואס ר' נטע לאזט צוליב א סיבה אפן.
טיף קלוגע בליציג אנטשלאסענע טונקל ברוינע גליענדיגע אויגן, שווארצע ברעמען, יעדעס הערעלע פון זיין בארד איז פאר זיך א גלאנץ. א דריי פיהר טיפע כוואליע קנייטשן לענגאויס דעם שטערן. א גרויסן לכתחילה'דיגן קאפל. און צוויי אנגעפיהלטע - משהוא צעשטרויבעלטע שווארצע פיאות קומען אראפ פון ביידע זייטן מיט שטאלץ.
זיינע תנועות, זיינע טריט און אלע זיינע באוועגונגען איז מיט א רושם פון שטארקער זיכערקייט, אז ער ווייסט זייער קלאר וואס ער האט צו טון, און ער האט נישט קיין ספיקות און קווענקלנישן.
דאס פנים זיינער לייכט און שטראלט אלעמאל מיט א געוויסער באהאלטענעם געהיימניס. א סוד. דהיינו אז מ'זעהט כמעט גארנישט פון דרויסן נאר דאס זעהט מען אז ס'איז פארהאן מער - אסאך מער אינעווייניג. און דער ר' נטע האט געוויסט אז ער האט דעם סוד... און דאס איז דער סוד פון אן ערליכער יוד וואס זעהט השגחה פרטיות תמיד... וואס זעהט ווי איין גרויסער מעכטיגקייט פיהרט אלעס מיט א פונקטליכקייט מיט השגחה פרטית...
איך טרעף דא א כמו בענקל, וואס לאזט זיך גאנץ געשמאק זיצן דערויף ווייל אלע בענקלעך איז באדעקט מיט ווייעכן געשמאקן לעדער. און איך באטראכט ווייטער דעם ר' נטע, וויאזוי ער ארבעט מיט זיינע לעדער מיט א געטריישאפט. ווען יעדעס תנועה זיינער איז מיט א הימלישן זיסקייט באשאנקען.
איי, היינט נאכט איז דער ערשטער ליכטעל חנוכה. רופט אונזער ר' נטע אויס די אויגן פארמאכט און דעם קאפ פארווארפן אויף הונטן... איי חנוכה. א ליכט. א ליכטיגקייט. איי איי חנוכה חנוכה. די ליכטעלעך. איי די הייליגע ליכטעלעך. איהר נשמה'דיגען ברען, וואס באגלייט אונז אין דעם לאנגען גלות. איי די באשיידענע ליכטיגקייט זייערס. זינגט ער זיך אונטער מיט א בענקענדיגער ניגונ'דל אינגאנצן פארקאכט.
איך דארף אהיים נעמען דאס אויל טראכט צו זיך ר' נטע...
ר' נטע גיט זיך א הייב אויף פון זיין צאמגעשטעלטן הילצערנעם בענקל מיטן רינדעכיגן זיצער באדעקט מיט פיינעם לעדער און שטייפע פיסלעך מיט קנעכלעך קניפן.
אינעווייניג ביי איינע פון די ווענט אין דעם ארבעטס פלאץ פון אונזער ר' נטע, זעה איך איז פארהאן א טיר. א טיר וואס עפענט ווארשיינליך אויף צו נאך טיפער אריין. זעהט אויס צו א קאמערל, איך האב פריער געוואלט אריינגיין זעהן וואס דארט טוט זיך. איך בין זייער נייגעריג אויסצוגעפונען, און יעצט גייט אונזער ר' נטע צו צו יענעם טיהר, ער עפענט עס. א הייזעריגער קרעכץ הערט זיך אלץ דער ברוך אתה בבואך געזאנג. א קרעכץ פון א טיר וואס הענגט שווער אראפ אויף די אלטע פארדזשאוועטע אנגלען. דער טיר פארציילט מיר זיינע פערזענליכע איבערלעבענישן וואס ער איז דורך זייט אפאר פויערן האבן איהם דארט אויפגעהאנגען יארן פריער.
די גערוך פונעם קאמער ענטפאנגט מיר. לאמיר זעהן וואס אזוינס טוט זיך דארט טראכט איך צו מיר בשעת איך גנב'ע אריין מיינע בליקן. א ליכטל ברענגט ר' נטע אריין פון אינדרויסן וואס ווארפט א שוואכער שיין אינעם קאמער. איך זעה די שאטענעס ארום און ארום וואס טאנצן צוזאמען מיטן ליכטל. מ'קען נישט זעהן צופיהל אינעם קאמער יעצט. איך זעה נאר קוים קוים. און אפילו איך קוק זייער שטארק מיט די מערסט צועפענטע אויגן געלונגט מיר נישט צו זעהן מער ווי נאך אביסל וואס קוקט מיר אויס צו זיין פעק מיט זעק אבער נישט צופיהל מער ווי דעם.
אונזער ר' נטע קריכט אריין און ווערט פארשוואונדען אין דער טונקעלקייט פונעם קאמער צו עפעס א ווינקל דארט. איך הער ווי ער נעמט אפיהר עפעס א חפץ. און קומט צוריק מיט א שמייכעלדיגן געזיכט. ס'דאכט זיך מיר אז ס'איז א שארבענעם אדער אייזערנעם באטל. שפעטער האב איך געזעהן אז דאס איז פון צעבויגענעם בלעך. א ליכטיגקייט זעהט זיך אויף זיין פנים. ער איז אזוי פרייליך מיט זיין בלעכענעם באטל אויל. ער לייגט דאס אוועק ביים ווינקל פון טיש. און נעמט צוריק ארויס דאס לעכטל פונעם קאמער, און פארמאכט דעם טיר ביזן סוף. קנאק.
מ'זעהט קלאר ווי ס'קאכט אין איהם. מיט א שטרעק פונעם האנט שאפט ער ארויס א ספר, א רמב"ם הלכות חנוכה, עפענט עס און פארטיפט זיך דערין. נעמט אפיהר זיין לולקע, ציהט אריין, און קנוילן רויעך פיהלן אן די לופט ארום איהם. מיט זיין קליינעם פינגער טייטעלט ער שורה נאך שורה, זיין וועזן שטראלט. איך טראכט צו מיר צו איך בין נישט יעצט אין די ת"ק יארן און איך זעה אן אלט פארצייטישער יוד. אזוי האבן זיי אויסגעזעהן?
א קלאפ אויפן טיר הערט זיך, ר' נטע פארמאכט זיין רמב"ם, מיט א קרעכץ, און גייט צו צום טיהר. די טיר פון די פאבריק/געשעפט עפענט זיך אויף. ס'קומט אריין א פויער אינגאנצן אנגעשנייט, מיט א לאנגען בארד, אנגעטון אויפן קאפ א רינדעכיגע קוטשמע, איך הער איהם רעדן א שפראך וואס איך פארשטיי נישט דערפון קיין איין ווארט. ר' נטע ענטפערט איהם עפעס ווייטער מיט דעם זעלבן שפראך וואס יענער האט אנגעהויבן. יענער נעמט ארויס פון זיין טאש אביסל געלט און געט עס איהם אהין. דער פויער גריסט איהם מיט אפאר אומפארשטענדליכע ווערטער און גייט זיך ארויס, די טיר ווערט פארמאכט און די ווארעמקייט נעמט ווידער אן די מאכט דא אינעם הייזקע, איך ווער רואיגער און ווייטער גרייט צו באטראכטן דעם ר' נטע.
דער ר' נטע זעה איך גרייט זיך צו גיין. ער נעמט די אויל פון טישל לייגט עס אריין אין א זוטשקע, נאך אפאר זאכן שטופט ער דארט אריין. טוט זיך אן אויפן קאפ עפעס איך ווייס נישט פונטליך וואס דאס איז, זעהט מיר אויס ווי א מין קוטשמע וואס ער האט זיך עס אליין אויסגעארבעט. פון וועם האט ער זיך דען צו שעמען. ער לעבט עכט פאר זיך. ער טוט זיך אן זיין מאנטל. אזא מאנטל וואלט איך געבעטן ער זאל מיר אויפנייען, ווייל וויבאלד דער ר' נטע האט געארבעט מיט לעדער האט ער אויך פאר זיך געמאכט א מאנטל און אויפן מאנטל האב איך דערקענט די פאכמאנישקייט פון זיינע גוטע הענט. ס'איז געווען גאר גוט אויסגענייט. און געניט געמאכט.
ס'האט איהם מן הסתם גוט דערווארעמט אונזער ר' נטע'ן.
פון די אויווען הער איך די צאנקעריי פון האלץ וואס געבן זיך איבער צום פייער. צאנק נאך צאנק. איך וויל נאך נישט אוועקגיין פון דא. איך וויל נאך אריינאטעמען די הייליגע לופט פון דעם אלטער אמאל. כ'וויל נאך זאגן א קאפיטל תהלים אין דעם אלטן אויסגעבעטענעם תהילים. כ'האב נאך איינמאל געוואלט פיהלן די ארבעטס געצייג. און אפשר אפילו בעהטן א שטיקל לעדער אדער פעל.
מיט א רואיגען געמיט כאפט ער און דרייט דאס קלאמקע מיט די רעכטע האנט בעת ער האלט די זוטשקע אינעם לינקען. און עפענט אויף די טיר. א קאלטער ווינטל קומט אריין פונדרויסן. און די פייער פלאמען אינעם אויווען לויפן דערשראקענערהייט אהין און אהער.
איך האב איבערגעלאזט הונטער מיר דאס קלאפן פונעם זייגער. איך האב מיך געוואונדערט פאר וועם ס'וועט קלאפן פון יעצט און ווייטער, קיינער איז דאך נישט דארט איבערגעבליבן.
שניי פערוועלעך. איבעראל. וואו איך קוק. די ווייטסטע אויפן האריזאנט און די העכסטע אויף ארויף איז פאלענדער שניי. די בריאה שלאפט. די ביימער זענען מקבל די שניי אן קיין ברירה. די בלעטלעך האבן זיי שוין פון לאנג פארלוירן. נאר אנטבלויזטע צווייגן זענען זיי איבערגעבליבן. ווען איך בין ארויס מיט ר' נטע איז שוין געווען אפגעשנייט א שיין שטיקל צייט און אלעס איז יעצט ממש באדעקט. מיט א ווייסן צודעק וואס מאכט ליכטיג דעם טונקלען נאכט. אוי גאט. מ'זעהט דיך קלאר. טו פארוואס אפילו זארגן?
דער ר' נטע שטעלט גיכע טריט איינס נאכן צווייטן. א שטילער געראש הער איך פון אונזערע טריט, איך גיי איהם נאך. נישט וואוסענדיג וואו אהין ער גייט אונזער ר' נטע...
מיר גייען שוין אזוי א גוטע פאר מינוט אויף געדרייטע וועגן. ווען די שניי קלאפט אין פנים. און אט נעם איך אן אז ער גייט צו עפעס א הייזקע, ווייל איך האב באמערקט ווי אונז קום מיר נענטער און נענטער צו א פלאץ וואס עס שטייען דריי הייזער אפגעריקט איינס פון צווייטן...
היבש שטיל איז געווען די אומגעגענט ארום אבער איך הער קלאר רעדן. איך פארשטיי אז עפעס ווארט אויף מיר צו זעהן. און אט זעמער דא.
לויטן אויסקוק פון דרויסן פארשטיי איך אז דאס איז א קליין שוהל'עכל... די שוהל פונעם דארף וואו אונזער ר' נטע דאווענט.
דער ר' נטע וואוינט טאקע אין א דארף אבער מנין איז יא דא. א פערצן אנגעהארעוועטע יודעלעך וואוינען דא אין דעם דערפעלע...
מיר קומען שוין באלד אן צום שוהל זעה איך ר' נטע'ן זיך איינבייגן. איך זעה אז ער נעמט אביסעלע שניי און וואשט זיך אפ דערמיט זיינע הענט...
די טיר פון שוהל איז אן אלטער שווערער טיהר וואס מ'דארף נוצן א היבש ביסל כח עס צו עפענען... מיר קומען אריין אינעם שוהל... ר' נטע שאקעלט אזוי מיטן קאפ אהין און ארויפציהר, און באגריסט זיינע דארפ'ס פריינד, ווען זיי גריסן איהם צוריק זייער פריינטליך. אן אלטער גערוך קומט מיר אנטקעגן און רייסט זיך אריין בעל כרחי אין מיין נאז. אלעס איז דא אזוי אלט. יעדעס טיש באזונדער איז אנדערש געבויעט ווי א טיש וואס דערנעבן.
די שוהל דא איז פיין אנגעווארעמט. זעהט אויס אז די היזיגע דארפ'ס יודן האבן גענוג העלצער וואס זיי האקן אראפ פון די ביימער ארום... באלד זעץ איך מיך אראפ אויף איינע פון די בענק. זיך אביסל אפצורוהען.
א ווארעמקייט נעמט מיך ארום. ס'איז פיין ליכטיג דא אין שוהל, פון אזויפיהל ליכט וואס הענגען איבעראל. אפאר מענטשן קומען נאך צוגיין.
מיינע אויגן באמערקן דעם ספרים שאנק וואס שטייט ביי איינע פון די ווענט. און איך גיי אהין עס צו באטראכטן... איך זעה ר' נטע'ן קומען צום שאנק...
דא אינעם שאנק ליגן אפאר אלטע סידורים. די בלעטער זעען אויס רעלאטיוו פריש. די יודן דא האבעך נישט קיין צייט צופיהל צו באטראכטן. זיי זעען אויס וואוילע דארפסלייט. פלייסיגע ארבעטער. רעדן צווישן זיך א משהוא אן אנדער יודיש אבער איך פארשטיי עס גאנץ כמעשה...
א סך מינע סידורים זענען דא אינעם שאנק. גרויסע און קליינע, דיקע און דינערע, און פארשידענע קאלירן, אונזער ר' נטע נעמט א סידור און גייט אהין צו זיין פלאץ.
איך דאווען מיט מיטן ציבור.
ס'איז שוין נאך מעריב. דער שמש פון ביהמ"ד צינד ליכט. און רופט אויס עפעס. איך פארשטיי נישט וואס. דער ר' נטע זעה איך גייט שוין ארויס, גיי איך איהם נאך.
מיר קומען ארויס פון שוהל, א קעלט נעמט מיך ארום. די שניי זעצט ווייטער פאר, און ס'דאכט זיך מיר אפילו אז די שניי ברעקלעך וואס פאלן אצינד איז אביסעל גרעסער ווי פריער. דער ר' נטע שלעפט אראפ זיין כמו קוטשמע ביז איבערן בריקל פונעם נאז. און אין די זייטן ביז איבער די אויערן. ער האלט אין האנט זיין זוטשקע מיט זאכן און גייט. איך גיי נאך איהם אין די טונקעל פון די נאכט ווען שניי הערט נישט אויף צו פאלן אויף אונז.
טריט נאך טריט נאך טריט צווישן ביימער און גראזן, און אט מיר קומען אן צו אן איין שטאקיגע הייזקע. וואס זיצט א משהו שיף איינגעגראבן. א ליכטיגקייט שפארט ארויס פון די באהאנגענע פענסטערס מיט די לאדענס. איך האב שוין נאר געוואלט אריינגיין פטור צו ווערן פון די קעלט און זיך דערווארעמען... ווי איך קום נענטער הער איך שעפשן. און איך הער א שטילער שמועס צווישן צוויי. א בחור'ל און א קינדערישער קול'כל.
דער ר' נטע קומט אריין אין פאר צימער. איך באמערק די מזוזה אויפן טיר. זעענדיג ר' נטע'ן אהין פירן זיין האנט. ער קלאפט אפ זיין שוך א גוטע פאר מאל, און אויך אלע זיינע קליידער.
איך קום אריין אינעם הייזקע. ס'איז שיין באלאכטן. הערליך. א היימליכקייט איז פארשפרייט אויפן גאנצן הויז פון די פייער וואס ברענט און פלעמעלט דארט אינעם אויווען. און דער ווארימקייט דערגרייכט ביז יעדעס פארשטופטער ווייטסער ווינקל און דרינגד אדורך יעדעס איינציגסטער צעל פון מיין קערפער. און נעמט איבער מיינע גלידער און מיין נשמה. די ריח אפילו ס'איז טאקע אלט, איז עס אבער פארט זיס און גן עדנ'דיג. די מצב דא האט א העכערער באדייט, א באדייט פון יודישע קינדער וואס ס'פעהלט זיי גארנישט, ממש גארנישט. ווייל זיי פארלאזן זיך שטארק אויפן אייבערשטען וואס גייט מיט- מיט זיי אויף טריט און שריט.
די האלץ אויף וואס איך טרעט לאזט זיך הערן, יעדע טריט ענטפערט מיט אן אנדערן ניגון.
די שטומע פונעם שעפשענדן קול האט מיך פריער באנומען, אבער יעצט הער איך אויך די ווערטער וואס ווערן ארויסגעזאגט פון די עקרת הבית וואס זיצט אין א ווינקל. "הייליגער גאט פון אברהם און גאט פון יצחק און גאט פון יעקב אונזערע אבות הקדושים, און ווי עס פאלט אויף אונז דער הייליגער יו"ט חנוכה און מיר זענען נאך אין גלות פארטריבן צווישן די פעלקער. ווי א שעפעלע צווישן זיבעציג וועלף זענען מיר ארומגענומען, דערבארעמדיגער פאטער, דערבארעם דיך אויף אונז, דערבארעם דיך אויף מיר דערבארעם דיך אויף מיין מאן און אונזערע קינדערלעך און אזוי ווי מתתיהו כהן גדול האט מיט אן אייפערקייט זיך געווארפן פאר דיין הייליגן ווילן און דו האסט איהם געראטעוועט פון אונזערע פיינט... אז אונז זאל מיר זוכה זיין צו צינדן די ליכטעלעך מיט פרייד..."
איך פארשטיי אז ס'איז א תחינה וואס זי זאגט, אזוי הארציג, אזוי הייליג, אזוי געהויבן, איך פיהל, אז דאס איז אמת'ע גייסטישע לעבן, די חנוכה איז אזא שטארקער מציאות.
אויפן טיש באמערק איך ליגן א גרויסער ספר איך געב א קוק זעה איך גאלדענע ווערטער "שני לוחות הברית" אויפגעשריבן אויפן דעקל, א של"ה הקדוש. האבעך געטראכט אז אפשר האבן די צוויי - די בחור'ל מיטן יונגעל וואס יעצט זענען זיי פארנומען מיט עפעס - געלערנט דערין.
איך זעה דא גאנץ א קליינעם זילבערנעם מנורה, ממש ווי דאס וואס מיר האבן היינט. אבער גאנץ אפגענוצט זעהט אויס אז ס'איז א ירושה. און אין די זייט שטייט א פאס וואסער.
דער ר' נטע קומט הונטער מיר ער עפענט די טיר און ס'ענטפאנגט איהם זיין טאכטער'ל. ער גריסט איהר א גוטן חנוכה. זיין טאכטערל שטייט דארט מיט אזא צניעות אין די זייט און ענטפערט צוריק מיט חנ'עוודיגן שמייכל פון א יודישע טאכטער א גוטן חנוכה טאטי. האסט געברענגט די אויל? און באלד באמערקט זי עס אין טאטענס הענט.
איך קוק מיך ארום און איך זעה אז די גאנצע הויז באשטייט פון דריי עיקר שטובער, איין גרויסער שטוב, מיט נאך צוויי קלענערע שטובער אין די זייטן, דער גרויסער שטוב דינט ווי דאס וואס מיר רופן דייניגרום און דאס איז אויך א שלאף שטוב מיט א ספרים שטוב. דארט אויף יענעם האלצערנעם בענקל ביי דעם וואקעלדיגען אפגעשפענדלטער טיש זיצט ר' נטע און לערנט ביז אין די טיפע שעות פון דער נאכט.
ר' נטע'ס שיינענדער פנים מאכט ממש לעכטיג דאס הויז. זיין געזיכט שטראלט, מיט אזא מין שמחה. ס'איז עפעס אזוי נאטורליך, איך דארף זיך נישט דערמאנען אז יעצט איז חנוכה, איך שפיהר עס.
דארטן שטייט א שאנק. נישט קיין מעבל איז עס. א פשוט'ער שאנק. צאמגעקלאפט פון א פאר ברעטער. איין פיסל איז אין די לופט. אין די שאנק זעה איך ליגן אלעס וואס ס'פעהלט אויס צו נוצן אינעם הויז פון צייט צו צייט. אויך די מנורה שטייט דארטן גרייט פארן באנוץ. א רעלאטיוו גאנצע מנורה אבער היבש קנייטשן און זעצעס. דער טאטע ר' נטע גייט צו צום שאנק, און נעמט פארזיכטיג ארויס די מנורה.
ער לייגט אוועק די מנורה ביי איינע פון די פענסטער, איך פאר'חלום מיך ווייטער, אויף די פאלענדער שניי ארויסקוקענדיג פון פענסטער די גאנצע דארף איז איינגעהילט אין שניי.
די צאנקעריי פונעם אויווען און די טעטיגקייט פון משפחת ר' נטע האט מיך צוריקגעברענגט.
זיין בחור'ל כאפט אן די מנורה פעסט ס'זאל זיך נישט שאקלן, בעת ר' נטע נעמט אפיהר זיין בלעכענעם באטל מיט א שטארקע פארזיכטיגקייט, ווי איינער וואס כאפט אן א טייערער חפץ וואס ער האט ענדליך געקויפט, און ער גיסט אריין אויל. די אויל פליסט זייער גערן ארויס פונעם באטל, אריין אינעם האלטער'ל. נישט צופיל אויל האט ער אינעם באטל, און נאך ווייניגער גיסט ער, קוקט אויס אז ער האט כמעט נישט קיין אויל, נאר ער האט זיך פשוט אפגעשפארט במשך א גאנץ יאר, פון פאריאר זאת חנוכה ביז יעצט, יעדע וואך נאך אביסעלע און נאך א טראפקעלע ביז ס'האט זיך פארזאמעלט א היבש ביסל אויל. אויך וואטע פארן קנויט זעה איך דארט אנגעגרייט פון פריער.
איך באטראכט ר' נטע ווי ער איז עוסק מיט די מצוה פון הדלקת נר חנוכה, און איך זעה אז ער מאכט כמעט נישט קיין תנועות, גאנץ רואיג און סאליד, אבער מ'קען זעהן אין איהם א חיות, אז ס'לעבט אינעווייניג, מ'קען זעהן ווי אינעווייניג שפרודעלט זיסע קוועלעדיגע וואסער. פון א יוד וואס ציהט באמת צום בורא כל עולמים, מ'קען זעהן אז אינעווייניג איז דא זייער אסאך, זייער זייער אסאך. און ס'שטעלט זיך נישט אפ, פארקערט, איך האב למשל פריער אוועקגעקוקט באטראכטן דעם מנורה'לע, איך קוק צוריק זעה איך ווייטער ווי א נייעס זיין לעכטיגן שמייכעלדיגן געשטאלט ווי כאילו איך זעה גאר עפעס א חידוש.
מ'זעהט קלאר ווי ער ווייסט גוט וואס ער טוט, אלעס טוט ער, דאס און יענץ, א יודע ספר האבעך פריער געזאגט, א יוד א תלמיד חכם איז ער אונזער ר' נטע.
ער וואשט זיך די הענט מיטן וואסער פונעם פאס,
זיין פנים פלאקערט, איך זעה ווי זיין בחור'ל קומט צו גיין פון ערגעץ וואו, מיט אן אנגעצינדענעם וואקסענעם ליכטל, אט די נר ווערט די שמש. די יודענע האט שוין געענדיגט אויסבענקן אירע הארציגע תחינות. זי איז גרייט צום צינדן. זי שטייט אביסל אפגערוקט. נעבן איהר שטייט איר טאכטער'ל איידל ווי א בת מלכה. שטיל און שפאנענד זענען די יעצטיגע מינוטן וואס ר' נטע גייט אנצינדן דעם קוים זעהבארן פארשעמטן קנויטל. די הערצער זענען געהויבן. די פייער'ל אינעם אויווען לאזט הערן אירע צאנקען. די זייגער געט אויך אירע גאר איידעלע שטילע טאקן.
ר' נטע איז נישדא, ער איז אין הויעכע ספערן, פאר'דבק'עט און פארקאכט, ער לעבט יעצט מיט, זאכן וואס מ'זעהט נישט מיט די אויגן, וואס מ'קען נישט טאפן מיט די הענט, גאר העכערס.
ער נעמט איבער פון זיין בחור'ל דעם נר, דעם שמש, דער פייער'ל אויפן שמש ברענט מיט התלהבות, זיין בחור'ל שטייט אין די זייט מיט יראת הכבוד, און ערענסטקייט. נישט ווייל ער איז אלעמאל אזוי ערענסט אדרבה אלעמאל איז ער גארנישט ערענסט נאר גאנץ פרייליך און לעבעדיג. אבער יעצט אפילו ער טראכט נישט צו זיין ערענסט, שטייט ער אויך מיט א צופרידענע ערענסקייט.
פון די אנדערע זייט שטייט דאס יונגעלע מיט זיסע רויטע בעקעלעך און מיט צועפענטע אויגן קוקט ער שטארק אריין אינעם קנויטל וואס עס גייט אט אט ארויפגיין דערויף א פלאם.
גארנישט איז יעצט נישדא, גארנישט איז יעצט נישט פארהאנדן, נאר דעים יעצטיגן הדלקת נר חנוכה, מ'שטייט און מ'ווארט ר' נטע זאל אנצינדן דאס פלאם.
ר' נטע שעפשעט עפעס א געמורמעל, און פלוצים הייבט ער אן מיט זיין קלונגעדיגער זיסער שטומע וואס הערט זיך אינעם גאנצן הייזקעל, ברוך אתה ה' ... להדליק נר חנוכה. ברוך... שעשה נסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה. ברוך... שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה.
טייערע ליינער'ס צו קען איך אראפשרייבן וואו איך בין געווען דאן אין יענע מאמענטן, כ'האב געזעהן א יוד ווי ער מאכט דעם אשר קדשנו במצותיו וצונו, און דעם שעשה נסים לאבותינו, מיט אזא מין קאך, מיט אזא מין געהויבענקייט, וואס איז דאס געווען? איך ווייס נישט פונקטליך. אבער דעי אמת'דיגע אמת'דיגקייט וואס דארט האט געהערשט קען מען דען אראפשרייבן מיט ווערטער? און דעם שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, איך קען נישט מער, דאס קען נישט ווערן פאר'גשמ'ט אין אותיות, צו הויעך. אזויפיהל קען איך אייך זאגן אז דער ר' נטע מיט זיינע משפחה'לע האט זיך עכט עכט עכט געפרייט מיט דעם דערגרייכונג, מיט אזא אמת.
ר' נטע מיטן חיות'דיג פארפלאמט פנים, זעצט זיך ענדליך אוועק איידלערהייט אויף א בענקל, די גאנצע אטמאספער זאגט קדושת חנוכה, א העכערע רואיגקייט האט זיך פארשפרייט אין די גאנצע לופט. וואס איך טראכט וואס איך זעה און פיהל איז אן אויסטערלישער זיסקייט, און גוטמוטיגקייט. אמער די שכינה איז אראפ למטה מעשרה. אינעם חושך געצינדען א אור. וואס זאל איך ענק זאגן לי' ליינער, איך וויל גארנישט יעצט, איך בין גייסטיג זאט, רואיג, זיכער און צעפרידן.
איך קוק זיך אזי צו צו די עבודה פון דעם ר' נטע, זיינע אויגן קוקן פאר'דבק'עט, אויפן ליכטעל, וואס לעבט און לייכט, און ציהט אויף ארויף, ס'דאכט זיך מיר ווי די לעכטל שפיגלט אפ די נשמה פון אונזער ר' נטע, ס'פלאמט, ס'ציהט, ס'לעבט, ס'שיינט, ס'ברענט, ס'לייכט. אזוי איידל און באשיידן, און אמת'דיג. וואס ביסטו ליכטעלע, ביסט עפעס מער ווי דעם, עפעס מער, איך ווייס נישט וואס.
געמיטלעך דאווענט די פייערל פארטון,
מיטן שפיץ ער קאכט זיך אהער און אהין.
איך נייג צו אן אויער געניט
עס אראפצושרייבן באמיהט
האט מיך דא באשאפן איינער,
און דא אראפגעשטעלט מיטן רצון זיינער.
איך טרינק פונעם שמן זית וואויל.
דאס איז מיין קוואל מיין אויל.
כמעט וואס איך ריר זיך נישט במילא,
נאר איין מאל א תנועה'לע יעדע וויילע.
אמאל בייג איך רעכטס געהארכזאם
און דאן בא'חנ'ט צי איך מיך צאם.
אבער מיט מיין עצמיות בלייב איך
ווייל דאס דארף איך דאך זיין, פייער.
מיט א קאך קלאר מ'זעהט מיין טאן,
מיט איין געגאסענעם שטיק פון אנהייב אן.
איך ברען און ברען אזוי ערליך.
פון אנהייב אן, אומאויפהערליך.
אזוי איידל און טייער ברען איך
פלוצלינג, א צעברויז איך געב מיך,
אבער נישט אויף צו לאנג,
איך ווער צוריק, צו זיין ווי אנפאנג,
ווייטער צו זיין מיין עכטער נאטור
איידל און באשיידן ביז גאר.
און דאן ווידער אויף אהין אביסל געבויגען
ווייל יעצט האט מיך זיין רצון אזוי געצויגען,
און צומאל מיט א ציטער א קליינס,
איך געב אזא טענצל, איינס.
איך ציה צו ארויף צו מיין מקור
און איך ווייס צו ציהען אהין מיין אור
איך ווייס וואו צו גיין.
איך ווייס אז ווי פיצל איך בין, בין איך אבער פייער.
פון וואו איך שטיי וועל איך ציען צום מקור.
און די קינדער? זיי זענען פונקט ווי דעם ערשטן סקונדע איבעראשט און ערענסט, הויעך און געהויבן,
אינמיטן א גריצעלנדן קלונג פונעם טעלפאון האט ... ניין!
נישדא קיין טעלעפאון. גארנישט. וואס יא? וואס איז יא דא דארט? "מנוחה" און גוטמוטיגקייט. ווייל דער עיקר שרייבט דער ספר שמחת הנפש איז דער גוטער מוט.
און א ניגון האט זיך געהערט אינעם גאנצן הויז, מעוז צור ישועתי לך נאה לשבח, פאר דיך טאטע איז שיין צו רומען.
חשוף זרוע קדשיך וקרב קץ הישועה.

- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
אזא ניווא ארטיקל, האבן די לעצט געשריבן די אור אלטע שרייבער פון די אידישע ליכט!!
נשמה, ממש אומגלויבליך! א כח פון שרייבן, זיך צו פארמעסטען מיט די גרעסטע! א כח פון דמיון, און עס קענען אזוי אראפשטעלן!!
האסט מיך מחי' געווען! א גרויסן דאנק.

לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 12:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- אַבּערוואַס
- שר האלפיים
- תגובות: 2178
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm
- לאדיךארויס
- שר האלף
- תגובות: 1379
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
- לאקאציע: נישט
געליינט דעם ארטיקל אין מי מנוחות פרייטאג צונאכטס נאכן סעודה. דער האט מיך ממש גענומען אויף א רייזע אין עפעס א פארשטופט דערפל... איך האב ממש געשפירט דעם גערןך פון ר' נטע'ס הייזקע, און זיין שוסטעריי... די אלטע אפגעקראצטע האלץ... יעדע דעטאל אזוי לעבעדיג...
ביז איך האב זיך אויפגעכאפט און זיך געטראפן זיצן אין א לעכטיגן דיינינג רום - באלויכטן מיט לעקטער - אויפן קאוטש...

- א גראם מיט טעם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3947
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
- לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
וואס גייט דא פאר? איך האב נאכנישט מגיב געווען?
נשמה דאס איז איין שטיק דמיון! האסט גענומען מיינע פאנטאזיעס און מיר אריינגעשלעפט אין אזא זיסן וועלטל. אנבעליוועבל!

צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
מילכיגער האט געשריבן:נשמה נשמה!!! אזוינס צו באווייזן?
איין קאמענט האב איך נאר... האסט געשריבן פויערן. אין אזא טיפ באשרייבונג קומט "פויערים"...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31226
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אזא ניווא ארטיקל, האבן די לעצט געשריבן די אור אלטע שרייבער פון די אידישע ליכט!!
נשמה, ממש אומגלויבליך! א כח פון שרייבן, זיך צו פארמעסטען מיט די גרעסטע! א כח פון דמיון, און עס קענען אזוי אראפשטעלן!!
האסט מיך מחי' געווען! א גרויסן דאנק.
WOW נשמה!! זאג פאר קיינעם נישט אויס אבער חנוכה בינעך נישט דערצו אנגעקומען האב'ך משלים געווען אין דער שבת נאָך חנוכה...
אזאנס און אזעלעכס! נישטא קיין ווערטער, אזוי אריינצוברענגען דער מענטש צו ר' נטע'ן אין פאבריק מען האט געשמעקט די גערוך פון די קעמיקאלן טיף אריין. און דערנאך זעמיר אנגעקומען צו די הייליגע לעכטעלעך, די קדושה'דיגע ערענסטקייט האט מיר געהאלטן געשפאנט מיטהאלטענדיג ווי ר' נטע פאר'דביקה'ט זיך אזוי פארטראכט...
איי נשמה נשמה! ביסט אריין אין מיין נשמה. א ריזיגן יישר.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

נשמה'לע, הערשט געלעהזט דיין ווערק דעם שבת, דו ביסט אומגלויבליך!!
עס רעדט זיך טאקע פון חנוכה אבער עס איז גוט פאר א גאנץ יאר, אזא בענקעניש צום פשוט'ן אבער הייליגן אלטער מעורר געווען, אזוי עכט אראפגעלייגט.
מיר מיטגענומען אויף דיין שפאציר, יעדע גרילץ און שארך האט זיך מיטגעהערט.

בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
Re: חנוכה ליכט אין דערפל (מי מנוחות חנוכה תשע"ה)
געליינט אינעם שרייבער.
מוראה'דיג!!! וויאזוי ס'טראגט דיך אריין אין אן אנדערע וועלט... די פשטות, די שלוות הנפש... אה!
יישר כח!!!
מוראה'דיג!!! וויאזוי ס'טראגט דיך אריין אין אן אנדערע וועלט... די פשטות, די שלוות הנפש... אה!
יישר כח!!!
Re: חנוכה ליכט אין דערפל (מי מנוחות חנוכה תשע"ה)
נישט פשוט... נישט פשוט...
דאס טראגט דיר ממש אין שטעטל אריין, מיט אלע פיטשיווקעס.
א דאנק פאר דער וואס האט עס ארויפגעברענגט.
דאס טראגט דיר ממש אין שטעטל אריין, מיט אלע פיטשיווקעס.
א דאנק פאר דער וואס האט עס ארויפגעברענגט.
Re: חנוכה ליכט אין דערפל (מי מנוחות חנוכה תשע"ה)
יו איז דאס נעקסט לעוועל....!!!!!
געליינט אונם שרייבער.... די האסט מיר צירוק געפירט מיט צוויי הונדרעדט יאר צום דערפעל, מיטן גאנצען קנאק!!!!
כה לחי!!!!
דיין כח הדימון איז אפנארמאל....!!!

אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
Re: חנוכה ליכט אין דערפל (מי מנוחות חנוכה תשע"ה)
א דאנק פאר'ן ארויפברענגן.
א הערליכען ארטיקעל דאס, ניטא נאך אזאנס!
דעי נשמה טויגט!
א הערליכען ארטיקעל דאס, ניטא נאך אזאנס!
דעי נשמה טויגט!
- בערל קראקאווער
- שר האלף
- תגובות: 1559
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
- לאקאציע: בעקבתא דמשיחא
Re: חנוכה ליכט אין דערפל (מי מנוחות חנוכה תשע"ה)
איך האב עס געליינט דעם שב"ק אינעם שרייבער, אן וויסן האב איך עס גלייך געשליידערט אויף נשמה'ס קאנטע.
דער האט עפעס א חוש פון אהער שטעלן א מצב אזש מ'שפירט עס אין די נאז לעכער!
וואס זאל איך זאגן ס'האט זיך מיר פארגליסט א באזוך ביי ר' נטע

ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז

בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: חנוכה ליכט אין דערפל (מי מנוחות חנוכה תשע"ה)
סופער סופער!!!
דא עטליכע שטיקלעך וואס חזרן זיך איבער, אבער אזא ארטיקל איז אין בנמצא!
די געפיל וואס נעמט דיר איבער, ער שלעפט דיר אריין אז דו ביסט דארט ממש, מער פון דעם די וועג וואס סאיז געשריבן מאכט דיר פילן ווי דו ביסט א ראוה ואינו נראה, דו שטייסט דארט מיט א קעמערע און כאפסט אלעס אראפ, אבער ר׳ נטע זעהט דיר נישט און באמערקט דיר נישט אזוי אז סנעמט נישט אוועק זיין אטענטישקייט.
נשמה נשמה נשמה.....

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14566
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: חנוכה ליכט אין דערפל (מי מנוחות חנוכה תשע"ה)
יוש, זיך גענומען ליינען אינעם שרייבער (גראדע האב איך חושד געווען @איינס אינעם ארטיקל, ע"ע שטייטס אויף צו סליחות) אבער איך בין געבליבן סטאק אינמיטן און נישט געקענט ווייטער ליינען, וועלן מיר פראבירן היינט נאכט נאכאמאל צו ליינען.
Re: חנוכה ליכט אין דערפל (מי מנוחות חנוכה תשע"ה)
א מין ארטיקל דאס.. האסט מיך צוריקגענומען אזא 200 יאר צוריק.