ווען מיין מאמע האט געברויכט מאכן לאטקעס - א פרייליכע חנוכה!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שיך פיץ
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 8:47 pm

ווען מיין מאמע האט געברויכט מאכן לאטקעס - א פרייליכע חנוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיך פיץ »

ווען מיין מאמע האט וויכטיג געברויכט מאכן חנוכה לאטקעס...

אנגעהויבן האט זיך עס אז ס'איז א מנהג, און "מ'מוז"
דערנאך האבן שוין אלע קינדער געמוזט צוהעלפן אלץ כיבוד אם... און אך און וויי פאר ווער ס'האט ארויסגעזייגט א מוג דערוועגן...

ווי פארשטענדליך האבן מיר נישט געהאט אלע צוגעהערן וואס מ'ברויך האבן צו מאכן לאטקעס. וואס? עט'ס האט'ס נישט פאטעיטאס מיט אייער און אביסל שמן זית? אינז האמיר יא אלעס, נאר ווען מיין מאמע מאכט לאטקעס, איז עס א מין לאטקע וואס מ'ניצט די רעצעפט פאר די פסח'דיגע פיש.

איז וועלכע פון די עשרת קינדער גייט באקומען די באפעל פין "מוזן" גיין צום שכן - און חלילה נישט בלייבן שמועסן? (וואס איז עניוועי געשען) ס'איז פארבליבן אז מיין שוועסטער מלכע'לע גייט מוזן טון די "שווערע" ארבעט...

יארן פארביי.....
און ב''ה אלע צוגעהערן ליגן שוין אויפן קאונטער נעבן די מיקסער.
ווי פארשטענדליך שיילט זיך נישט די פאטעיטאס פין זיך אליינס... איינער איז אויך מחיוב דאס צוטון... און דעיס קען נאר איינער טון וואס האט חזקה צו מיטשיילן א האלבע פינגער יעדע'ס מאל מ'שיילט קארטאפל.... (כ'פלעג זיך אלץ וואונדערן פארוואס די קיגלען טעיסט אזוי גוט...)

טו מעיק דע לאנג סטארי שארט.
איך האב אלעס געדארפט טון - מיט די "הילף" פין מיין מאמע...
(אפגערעדט.... מיין מאמע האט געהאלטן און איין שרייען אז מ'דארף טעיסטן!! איינער ווייסט אפשר וויאזוי רויע לאטקעס ברויך טעיסטן??)

- נישט צו פארגעסן, איך דארף נאך גרייטן די חנוכה קנויטן.
אויף דיע תירוץ איז זי שוין געווארן מאדערן. - קענסט עס מאכן גלייך פארן צינדן! האסט נאך צייט!

הקוצר התקצרות.
האלב האט זיך פארברענט (נאכפאלגענדיג מיט א פסק) און די אנדערע האלב האט מען פארטיילט פאר די שכנים, ווייל מ'ברויך זיך גרויס האלטן ווי גוט זי קען באקן..... (גאוה?! חלילה! נאר כיבוד אם איז א מצוה... )


צום שליס. אויב ווילט איר האבן א טעם אין לאטקעס? מאמי, מאך עס ביטע אליינס....

חג שמח
לעצט פארראכטן דורך שיך פיץ אום מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 11:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאס לעבן איז קורץ - שרייב שנעל!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לאל!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

:)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קיוט... ווי א געפוצטע שוך
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

גוט, די שריפט איז פיין, ברענג נאך זכרונות....
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

זיס אראפגעלייגט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

סארי פארן זיין א ספוילער אבער איך גלייך נישט פעליטאנען אויף די מאמעס חשבון (מ'נוצט די שוויגער אין אזא פאל...). ודי בזה
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
שיך פיץ
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 8:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיך פיץ »

מילכיגער האט געשריבן:סארי פארן זיין א ספוילער אבער איך גלייך נישט פעליטאנען אויף די מאמעס חשבון (מ'נוצט די שוויגער אין אזא פאל...). ודי בזה


אבער אויב מ'איז נאך א בחור, ברויך מען ניצן די מאמע'ס נאמען...
דאס לעבן איז קורץ - שרייב שנעל!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מילכיגער האט געשריבן:סארי פארן זיין א ספוילער אבער איך גלייך נישט פעליטאנען אויף די מאמעס חשבון (מ'נוצט די שוויגער אין אזא פאל...). ודי בזה

דער ברענגט דאך ארויס אז נאר די מאמע קען! עס פארברענט זיך... ער צושניידט די פינגער חלילה.....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: ווען מיין מאמע האט געברויכט מאכן לאטקעס - א פרייליכע חנוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

זאל דער אשכול האבן אן עלי'
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”