7 אינגלעך א שטול..אויף די וועלט?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

7 אינגלעך א שטול..אויף די וועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

וואס? וואס פאלט דיך איין אזא נארישקייט?
אקעי, לאז מיר אייך זאגן פון וואו כ'האב געצויגן די מסכנה!
ראש השנה צופרי קום איך אריין אין שול, זוך אויף די באצאלטע פלאץ, מאך זיך באקוועם, און מען גייט דאווענען.
איך געב מיר א דריי אויס טרעף איך מיין חבר ער דאווענט נישט דא א גאנץ יאר אבער לכבוד ר"ה איז ער געקומען, ער זעצט זיך אראפ, מיט 2 בחורים און 5 יונגעלעך קעניינעהאאראה!, אלל סייזעס ענד שעיפס, מען ריקט בענקלעך אהער און אהין, עס טוט זיך א מהומה, ווילאנג ב"ה יעדער זיצט, בבחינת בניך כשתולי זיתים.

מען הייבט אהן הודו, דער עלטערער בחור האט פארגלייזטע אויגן, לייגט אריין זיינע 2 פינגערס אין די גארטעל, נעמט זיך שאקלן פון רעכטס צו לינקס, הייבט אהן הויך אויפן קול, הודו לה' קראו בשמו, הודיעו בעמים עלילותיו, בניגון הידוע פון אדון עולם, עס ווערט העכער און העכער, ביים יעדן ערשטן האלבן פסוק פארט מען ארויף, און ביים צווייטען האלב פארט מען אראפ,עס האלט אזוי אהן אהן קיין סטאפ נישט קיין חילוק צי אשרי, אז ישיר, נשמת, אהבה רבה, בקיצור ביז שטיל שמו"ע, אזש, מען האט איהם געהערט ביז אינדרויסן אויפן גאס, בלי גוזמא, איך דריי זיך אויס אין טריי צו טרעפען די טאטענס אויגן וואו זיך צו בעטן ער זאל מיר פליז לאזן הערן מיין אייגן קול, אבער איך קען נישט טרעפען זיין בליק.

שוין איך טריי שלום צומאכן מיט מיין גורל, אין ווארט אויף שמו"ע וואו איך זאל באפרייט ווערען, קומענדיג דארט אינמיטן שטיל שמו"ע, הייבט ער אהן אויסצוזינגען די גאנצע שמו"ע, אויף א נידעריגע טאן, אבער גענוג צו צומאלן מיינע נערווען, ניטאמאל האט ער פארגעסען צו זינגען קאדעשיינו בעמוצוואותייך, איך שטיי און טראכט, האט די טאטע מיטגעברענג עיר פלאגס, אדער האט ער לעצטענס באקומען העירינג עידס, נעבעך אזוי יונג..

קומט צו הויך שמו"ע, דא איז שוין געווען די קלימאקס, אזוי וואו אין די שול זינגט מען ספעשעל שיינע שטאטע אביסל אומבאקאנטע ניגונים, וואס מען דארף עס הערען אפאר מאל צו קענען, קומט מען אהן צו מכלכל חיים, און אלע 7 הייבן אהן מיטצוזינגען, און בלי גוזמא 7 אנדערע קולות, קיין איינס גלייך צום צווייטן, אידן אין שול האבן זיך אויסגעדרייט צו זען, וואס איז די געשרייערייען, אזש מען האט געמיינט ס'איז א הצלה געשריי.
איך ווייס דאך אז די טאטע קען זינגען, דריי איך מיך אויס צו זען וואס די טאטע זאגט דערצו, אבער די טאטע זיצט מיט צוגעמאכטע אויגן אין זינגט געמיטלעך מיט א האלבע אויסגעצויגענע שמייכל אויף זיין ליפן, וואו איינער זאגט, ממש א נחת!!!
אין איך שטיי אין קען נישט גלייבן, איז ער טאקע טויב, זעט ער נישט וואו די גאנצע ביהמ"ד ווערט געשטערט?

ביז איך בין בהכרח געקומען צו די מסכנה, אז יא! "ער האט זיך שוין אראפגעזעצט אויפן שטול אין גן עדן אין ער איז בכלל נישט אויף די וועלט"!

ווען נישט וואס כ'האב דערמאנט א שמועס פון איינעם, אז דאס איז א חלק פון קבלת מלכות שמים אין ראש השנה, צו מקבל זיין אלע מצבים וויאזוי די באשעפער שיקט עס, וואלט איך געהאט א צושטערטע ראש השנה!
תואר
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 13, 2014 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תואר »

כפרת עוונות.
איך פיל מיט דיר, די וואס ברומען אינמיטן שטילע שמונה עשרה זיי שטערן געפערליך דאס דאווענען פאר די שכינים.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

האב איך געמיינסט דו ווילסט וויסן די מקור, ווייל איך זיך נאך אויך א מקור

האב איך נישט געוואוסט אז די ברומען ביי שטילע שמונה עשרה מאכט נערוועז, קיין איינער האט מיר נאך נישט אויפגעמערקט דערויף, אני נוהג כן בימים נוראים, און דאכט זיך ס'האט א שטיקל מקור אין די הלכה ימים נוראים צו דאווענען אביסל העכער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6815
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

עס שטייט נישט אז מען זאל נאר אז מען מעג, און עס איז אויך נישט קיין לכתחילה עפ"י חסידות
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איימעניט »

אויב געדענק איך גוט שטייט אין מטה אפרים טאקע וועגן דאווענען אביסל העכער אבער ס'זאל נישט שטערן אנדערע
אז מ'זאגט אייך נישט מיינט נאכנישט אז ס'שטערט, מיין געוועזענע שכן פלעגט מיר אויך שטארק שטערן און כ'האב אים גארנישט געזאגט
לעצט פארראכטן דורך איימעניט אום דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

קאכעדיגע (קאכעדיגע וואס ? בלוט אדער וואסער ?) א דאנק פאר'ן שרייבן.

מי יודע, ברעיקינג נוז, אוי אבער נאך ווי ס'נערווירט יענעמ'ס געברומעכטס, רוב מענטשן דאווענען שטיל.

אויב מ'פאלט אריין מיט א שכן וואס ברומט ווי א פארענדיגע באן מיט'ן גאנצן נוסח קען מען פשוט פון זינען אראפ, ס'שטערט יעדן איינעם.
איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איימעניט »

קרעפטיג האט געשריבן:אויב מ'פאלט אריין מיט א שכן וואס ברומט ווי א פארענדיגע באן מיט'ן גאנצן נוסח קען מען פשוט פון זינען אראפ, ס'שטערט יעדן איינעם.

וה"ה ווען איינער קומט אן שפעט צום דאווענען און נעמט זיך דאווענען ערליך הויך אויפן קול פון אנפאנג מיט א קאכעדיגע ברען
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

איך האף קיינער זעהט נישט ווי איך לאך דא אין מיין קאר....קאכעדיג a1...
עת לחשוב
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עת לחשוב »

אה איך ווארט שוין לאנג אויף אזא אשכול אבער נישט צוליב די סיבה נאר ווייל ב"ה איך בין געבענטשט מיט א שטול אין גן עדן און א שמוץ אריבער מיט בלויז איין בת יחידה וואס פליט שוין ארויס. איך זיך עפעס הילף אין די נושא ווער עס איז מיט מיר א שותף און ער האט א שטול נעבן מיר זאל ביטע מיטטיילן פראבלעמען, עצות, סאלאשנס, וכו' וכו' אפשר באלאנגט דאס נישט דא נאר ביי יעזרו אבער עכ"פ מען דארף טון צו די זאך און מען בעט דער עולם זאל זיך ווארעם אנרופן.
אגב, מיינע קענען גאנץ שיין זינגען איך מיין זיי מאכן נישט נערוועז.
לעצט פארראכטן דורך עת לחשוב אום דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

עי' ‎מחבּר‎ ‎סי' ‎תקפ‎''‎בּ‎ ‎ס‎''‎ט‎.
ועי' שע‎''‎ת
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

קרעפטיג האט געשריבן:קאכעדיגע (קאכעדיגע וואס ? בלוט אדער וואסער ?) א דאנק פאר'ן שרייבן.

מי יודע, ברעיקינג נוז, אוי אבער נאך ווי ס'נערווירט יענעמ'ס געברומעכטס, רוב מענטשן דאווענען שטיל.

אויב מ'פאלט אריין מיט א שכן וואס ברומט ווי א פארענדיגע באן מיט'ן גאנצן נוסח קען מען פשוט פון זינען אראפ, ס'שטערט יעדן איינעם.

אקעי, סארי, יום כיפור וועט מען מוזן דאווענען שטיל, דו קענסט אבער די מעשה מיט יענעם וואס האט געווארפן נאר איין שוך אינמיטן די נאכט און דער שכן האט נישט געקענט שלאפן ווייל ער האט געווארט די צווייטע זאל אראפפאלן
כ'האב מורא מיינע שכנים זענען שוין צוגעוואוינט, ס'וועט זיי שטערן ווען איך ברום נישט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אנכי
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:46 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכ"י יושבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי »

מי יודע האט געשריבן:האב איך געמיינסט דו ווילסט וויסן די מקור, ווייל איך זיך נאך אויך א מקור

כאן שאלת
viewtopic.php?p=606821#p606821

וכאן השיבו לך
viewtopic.php?p=606846#p606846
אנא נפשי כתבית יהבית
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אנכי האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:האב איך געמיינסט דו ווילסט וויסן די מקור, ווייל איך זיך נאך אויך א מקור

כאן שאלת
viewtopic.php?p=606821#p606821

וכאן השיבו לך
viewtopic.php?p=606846#p606846

איך האב דאס געדענקט, ס'איז מיר אבער נאכנישט גענוג א גוטע מקור
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אנכי
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:46 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכ"י יושבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי »

כפי הנראה אין לזה מקור באיזה ספר, והוא רק מאמר העולם כמו שאר המאמרים המובאים שם.
אנא נפשי כתבית יהבית
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אביסעל לייכטער געמאכט די אנגעצוגענע אטמעספערע,
זיסע שריפט, ש'כח.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זאג פאר דעם בחור'ל אז פאר די ריכטיגע פרייז פארקויפסטו אים די ניק "קאכעדיגע" וואס וועט זיך פאסן צו אים ווי זיינע צוויי פינגער אין גארטל...

זייער פיין געשריבן, שרייב אפטער.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: 7 אינגלעך א שטול..אויף די וועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

וכאן המקום לעורר פאר די אלע וואס דאווענען שמו“ע אפי' אביסל העכער אז עס כמעט נישט במציאות אז קיינער פין די שכינים זאלן נישט ווערן געשטערט
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: 7 אינגלעך א שטול..אויף די וועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יעדער האט געשריבן:
וכאן המקום לעורר פאר די אלע וואס דאווענען שמו“ע אפי' אביסל העכער אז עס כמעט נישט במציאות אז קיינער פין די שכינים זאלן נישט ווערן געשטערט
והשכנים יבקשו רחמים ממי שהכל (שהקול..) שלו, אז מ’זאל קענען דאווענען אן געשטערט ווערן
אוועטאר
אבי דוד
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2022 5:52 pm

Re: 7 אינגלעך א שטול..אויף די וועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי דוד »

איך האב געהערט אמאל א שיין ווארט אז פארוואס מאכט מען קאלט די גיהנום פאר איינער וואס ליינט קרי"ש מיט אלע דיקדוקים לכאורה וואלט ער אינגאנצן נישט געדארפט גיין אין גיהנום אבער די תירוץ איז אז אויב האט ער טאקע געליינט קריאת שמע מיט אלע דיקדוקים קען נישט זיין אז קיינער ארום איז נישט געווארען געשטערט
דא האט איר וואס ספעלט איר קענט דאס לייגן וואו איר ווילט לויט אייער געשמאק
,,,,,,,,,,,,,,,,,,,................."""""""""""""""???????????????????!!!!!!!!!!!!!!!
אוועטאר
גאר.געשמאק
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 7:08 pm
לאקאציע: הארי הררט

Re: 7 אינגלעך א שטול..אויף די וועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר.געשמאק »

קאכעדיגע האט געשריבן:
וואס? וואס פאלט דיך איין אזא נארישקייט?
אקעי, לאז מיר אייך זאגן פון וואו כ'האב געצויגן די מסכנה!
ראש השנה צופרי קום איך אריין אין שול, זוך אויף די באצאלטע פלאץ, מאך זיך באקוועם, און מען גייט דאווענען.
איך געב מיר א דריי אויס טרעף איך מיין חבר ער דאווענט נישט דא א גאנץ יאר אבער לכבוד ר"ה איז ער געקומען, ער זעצט זיך אראפ, מיט 2 בחורים און 5 יונגעלעך קעניינעהאאראה!, אלל סייזעס ענד שעיפס, מען ריקט בענקלעך אהער און אהין, עס טוט זיך א מהומה, ווילאנג ב"ה יעדער זיצט, בבחינת בניך כשתולי זיתים.

מען הייבט אהן הודו, דער עלטערער בחור האט פארגלייזטע אויגן, לייגט אריין זיינע 2 פינגערס אין די גארטעל, נעמט זיך שאקלן פון רעכטס צו לינקס, הייבט אהן הויך אויפן קול, הודו לה' קראו בשמו, הודיעו בעמים עלילותיו, בניגון הידוע פון אדון עולם, עס ווערט העכער און העכער, ביים יעדן ערשטן האלבן פסוק פארט מען ארויף, און ביים צווייטען האלב פארט מען אראפ,עס האלט אזוי אהן אהן קיין סטאפ נישט קיין חילוק צי אשרי, אז ישיר, נשמת, אהבה רבה, בקיצור ביז שטיל שמו"ע, אזש, מען האט איהם געהערט ביז אינדרויסן אויפן גאס, בלי גוזמא, איך דריי זיך אויס אין טריי צו טרעפען די טאטענס אויגן וואו זיך צו בעטן ער זאל מיר פליז לאזן הערן מיין אייגן קול, אבער איך קען נישט טרעפען זיין בליק.

שוין איך טריי שלום צומאכן מיט מיין גורל, אין ווארט אויף שמו"ע וואו איך זאל באפרייט ווערען, קומענדיג דארט אינמיטן שטיל שמו"ע, הייבט ער אהן אויסצוזינגען די גאנצע שמו"ע, אויף א נידעריגע טאן, אבער גענוג צו צומאלן מיינע נערווען, ניטאמאל האט ער פארגעסען צו זינגען קאדעשיינו בעמוצוואותייך, איך שטיי און טראכט, האט די טאטע מיטגעברענג עיר פלאגס, אדער האט ער לעצטענס באקומען העירינג עידס, נעבעך אזוי יונג..

קומט צו הויך שמו"ע, דא איז שוין געווען די קלימאקס, אזוי וואו אין די שול זינגט מען ספעשעל שיינע שטאטע אביסל אומבאקאנטע ניגונים, וואס מען דארף עס הערען אפאר מאל צו קענען, קומט מען אהן צו מכלכל חיים, און אלע 7 הייבן אהן מיטצוזינגען, און בלי גוזמא 7 אנדערע קולות, קיין איינס גלייך צום צווייטן, אידן אין שול האבן זיך אויסגעדרייט צו זען, וואס איז די געשרייערייען, אזש מען האט געמיינט ס'איז א הצלה געשריי.
איך ווייס דאך אז די טאטע קען זינגען, דריי איך מיך אויס צו זען וואס די טאטע זאגט דערצו, אבער די טאטע זיצט מיט צוגעמאכטע אויגן אין זינגט געמיטלעך מיט א האלבע אויסגעצויגענע שמייכל אויף זיין ליפן, וואו איינער זאגט, ממש א נחת!!!
אין איך שטיי אין קען נישט גלייבן, איז ער טאקע טויב, זעט ער נישט וואו די גאנצע ביהמ"ד ווערט געשטערט?

ביז איך בין בהכרח געקומען צו די מסכנה, אז יא! "ער האט זיך שוין אראפגעזעצט אויפן שטול אין גן עדן אין ער איז בכלל נישט אויף די וועלט"!

ווען נישט וואס כ'האב דערמאנט א שמועס פון איינעם, אז דאס איז א חלק פון קבלת מלכות שמים אין ראש השנה, צו מקבל זיין אלע מצבים וויאזוי די באשעפער שיקט עס, וואלט איך געהאט א צושטערטע ראש השנה!

איך פארשטיי דיין צער,

אבער איך האב דאס מיט איין אלטע זיידא!

וואס האט אייביג געמיינט אז ער קען זינגען, ווייל זיין עלטער באבע פאר די קריג האט עם געגעבן א גלעט אין געזאגט אז די זינקסט אזוי שיין,

סייג לכחמה שתיקה!!!
מלה בסלע משתוקא בתרין!!!
אמור מעט ועשה הרבה!!!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: 7 אינגלעך א שטול..אויף די וועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
וכאן המקום לעורר פאר די אלע וואס דאווענען שמו“ע אפי' אביסל העכער אז עס כמעט נישט במציאות אז קיינער פין די שכינים זאלן נישט ווערן געשטערט
והשכנים יבקשו רחמים ממי שהכל (שהקול..) שלו, אז מ’זאל קענען דאווענען אן געשטערט ווערן
קלי וקלי דברי..... כ'מיין צו זאגן...... הא לן והא להו

יענער זאל נישט שטערן און דער אנדערער זאל נישט ווערן געשטערט


דערמאנט פון גאר א טייערן שמועס געהערט פון ר' י"ח גרינוואלד שליט"א

האט פאסירט אז די זעלבע זיץ איז פארקויפט געווארן פאר 2 מענטשן און ערב ר"ה פארנאכטס קומט ראובן צו "זיין" זיץ און טרעפט דארטן שמעונ'ען....

בקיצור. ער באשליסט אז ער גייט נישט מאכן קיין מצב ס'איז דאך דער יום הדין. ער זיצט זיך אראפ אויף א ליידיגע זיץ אויף מערב

געווען דארט אפאר חברה וואס האבן נישט אויפגעהערט שמועסן און ער האט נישט געקענט דאווענען און ער האט באשלאסן אז מארגן גייט ער זיך נישט לאזן, ער גייט זיצן אויף "זיין" זיץ און פארטיג. מילא פאר זיך קען ער נאך מוחל זיין אבער ס"ה וויל ער דאווענען. אויף דעם איז ער נישט מוותר

ביינאכט חלומ'ט ער ווי מ'איז אים דן..... די מצוות אקעי, גאנץ פיין אבער די עבירות בררררררר........... ס'שרעקעדיג.......... און זיי וועגן איבער........... אוי טאטע! וואס גייט זיין די קומענדיגע יאר?

בי"ד פאנגט אן דן זיין. זאל ער ח"ו נפטר ווערן? ניין. ער איז דאך גאנץ וואויל. אבער אפשר ערנסט קראנק ווערן? אוי באשעפער!!!!! איך בעט!!!!! אפשר א קליינע מיחוש? עפעס מיט די קינדער? אוי באשעפער ריר נישט מיינע קינדער!!!!! פרנסה? אוי ניין באשעפער!

ווייסטע וואס? מ'גייט אים געבן א צישטערטע דאווענען. אויב וועט ער עס אננעמען שיין וועט ער אפקומען די יסורים מיט דעם....

ויקץ. און ער האט געדענקט דעם חלום

צופרי איז ער געלאפן צו "זיין" פלאץ ביים מערב וואנט און הנאה געהאט יעדעס מאל די שמועסערס האבן געהויבן זייער קול. געדאנקט דעם שמש פאר'ן מאכן דעם טעות. קיינמאל אין לעבן האט ער נאכנישט געהאט אזא געהויבענע דאווענען


פירט ר' י"ח אויס. און אויב האט מען נישט געהאט דעם חלום?...
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: 7 אינגלעך א שטול..אויף די וועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

הענדימען האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
וכאן המקום לעורר פאר די אלע וואס דאווענען שמו“ע אפי' אביסל העכער אז עס כמעט נישט במציאות אז קיינער פין די שכינים זאלן נישט ווערן געשטערט
והשכנים יבקשו רחמים ממי שהכל (שהקול..) שלו, אז מ’זאל קענען דאווענען אן געשטערט ווערן
קלי וקלי דברי..... כ'מיין צו זאגן...... הא לן והא להו

יענער זאל נישט שטערן און דער אנדערער זאל נישט ווערן געשטערט


דערמאנט פון גאר א טייערן שמועס געהערט פון ר' י"ח גרינוואלד שליט"א

האט פאסירט אז די זעלבע זיץ איז פארקויפט געווארן פאר 2 מענטשן און ערב ר"ה פארנאכטס קומט ראובן צו "זיין" זיץ און טרעפט דארטן שמעונ'ען....

בקיצור. ער באשליסט אז ער גייט נישט מאכן קיין מצב ס'איז דאך דער יום הדין. ער זיצט זיך אראפ אויף א ליידיגע זיץ אויף מערב

געווען דארט אפאר חברה וואס האבן נישט אויפגעהערט שמועסן און ער האט נישט געקענט דאווענען און ער האט באשלאסן אז מארגן גייט ער זיך נישט לאזן, ער גייט זיצן אויף "זיין" זיץ און פארטיג. מילא פאר זיך קען ער נאך מוחל זיין אבער ס"ה וויל ער דאווענען. אויף דעם איז ער נישט מוותר

ביינאכט חלומ'ט ער ווי מ'איז אים דן..... די מצוות אקעי, גאנץ פיין אבער די עבירות בררררררר........... ס'שרעקעדיג.......... און זיי וועגן איבער........... אוי טאטע! וואס גייט זיין די קומענדיגע יאר?

בי"ד פאנגט אן דן זיין. זאל ער ח"ו נפטר ווערן? ניין. ער איז דאך גאנץ וואויל. אבער אפשר ערנסט קראנק ווערן? אוי באשעפער!!!!! איך בעט!!!!! אפשר א קליינע מיחוש? עפעס מיט די קינדער? אוי באשעפער ריר נישט מיינע קינדער!!!!! פרנסה? אוי ניין באשעפער!

ווייסטע וואס? מ'גייט אים געבן א צישטערטע דאווענען. אויב וועט ער עס אננעמען שיין וועט ער אפקומען די יסורים מיט דעם....

ויקץ. און ער האט געדענקט דעם חלום

צופרי איז ער געלאפן צו "זיין" פלאץ ביים מערב וואנט און הנאה געהאט יעדעס מאל די שמועסערס האבן געהויבן זייער קול. געדאנקט דעם שמש פאר'ן מאכן דעם טעות. קיינמאל אין לעבן האט ער נאכנישט געהאט אזא געהויבענע דאווענען


פירט ר' י"ח אויס. און אויב האט מען נישט געהאט דעם חלום?...
;l;p- ;l;p- ;l;p-

שיק עס פאר ר' י''ח.
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”