לויפט נישט...

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום פריעדמאן
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 2:12 pm

לויפט נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום פריעדמאן »

א דארפסמאן האט זיך דערוואוסט אז אין א דערנעבנדיגע שטעטל האט אן עושר מיט א גוט הארץ זיך דערבארעמט אויף די שטאטסלייט און אנגעהויבן אויסטיילן זיין פארמעגן כדי צו ראטעווען די איינוואוינער פון הונגער. דער ארעמער דארפסמאן האט אפילו נישט פארענדיגט הערן די פרטים וואו און ווען, ער האט נאר געהערט דאס ווארט 'געלט' און אנגעהויבן לויפן אין ריכטונג פון שטאט האפנדיג אז ס'וועט נאך עפעס איבערבלייבן פאר אים. אנקומענדיג אין שטעטל איז ער ארומגעלאפן קוקנדיג אויף ביידע זייטן צי ער זעט ערגעץ א לאנגע שורה מיט מענטשן. ער לויפט דורך איין גאס נאכ'ן צווייטן און קוקט אהער און אהין אבער זעט גארנישט. נאך צוויי שעה ארומלויפן, ער שטייט ביים עק שטאט, האט ער זיך בלית ברירה אפגעשטעלט און און געפרעגט איינער פון די איינוואוינער: "זאגט נאר, וואו טיילט מען די געלט?"

"מען טיילט נישט," ענטפערט יענער, "די געלט ליגט אויסגעשפרייט אויף די גאסן און דער עולם כאפט אין גרויסן." 'אוי וויי!' הייבט ער אן יאמערליך וויינען, 'איך לויף שוין אפאר שעה מיט'ן לעצטן ברעקל כח, און כ'האב גארנישט געוואוסט אז איך דארף זיך נאר אראפבייגן צו דער ערד און אויפהייבן די גאלדענע מטבעות.'

דער נמשל איז: ס'מאכט זיך אמאל אין די הייליגע טעג אז מען פארשפעטיגט אביסל, און ווען מ'זעט שוין אז מ'איז אונטערשטעליג הייבט מען אן יאגן, אפשר וועט מען נאך קענען אויסשרייען "המלך" צוזאמען מיט'ן עולם. און אויב עס געלונגט נישט, איילט מען זיך אונטער אז כאטש ביי הויך שמונה עשרה זאל מען שוין קענען זאגן יוצרות מיט'ן עולם, און אומוועלנדיג האט מען אפגעכיפערט קרבנות, פסוקי דזמרה און שחרית.

רבותי, מיר אנטלויפן פון די גאלדענע אוצרות ווי יענער דארפסמאן! די ספרים הק' שרייבן אז מ'זאל זיין געווארנט נישט אפצוכאפן די קרבנות און פסוקי דזמרה, הגם דער מענטש שפירט אז דאס איז זעלבע ווי יעדן טאג ער זעט נישט קיינע חידושים, דאך זאל מען עס זאגן אין די ימים הנוראים מיט מער כוונה און התלהבות.

לשבר האוזן וועלן מיר דאס מסביר זיין מיט א גשמיות'דיגן משל: ס'איז איינגעפירט ביי כלל ישראל אז לכבוד יו"ט גרייט מען אמאל צו א ספעציעלע צושפייז כדי צו סערווירן ביים סעודה. לאמיר זיך אויס'משל'ן יום טוב צופרי, דער טאטע קומט אהיים פון בית-המדרש, ער איז שוין גרייט מקיים צו זיין דעם חציו לכם, ער הייבט אן שניידן די חלה און ס'גייט נישט... ס'איז האלב פארפרוירן, גם זו לטובה. וויל ער טועם זיין פון די פיש, און ס'איז כמעט נישט ראוי לאכילה. און די זעלבע מיט די זופ. דער עקרת הבית פארענטפערט זיך, אז זי איז געווען אזוי פארנומען מיט'ן אנגרייטן די אלע צושפייזן, אז זי איז פשוט נישט אנגעקומען אהערצושטעלן די געווענליכע מאכלי יו"ט כדבעי. דערנאך ברענגט מען אריין די האלב געקאכטע פלייש און דערנעבן ליגט טאקע א צושפייז אזוינס און אזעלכעס מיט אלע טעמים. צו קינוח סעודה האט מען אויך אריינגעברענגט אן אייזקרים גג על גג.

יעדער בר דעת פארשטייט אז ספעציעלע הוספות לכבוד יו"ט איז זייער געשמאק, אבער אויב דער עצם סעודה איז נישט צוגעשטעלט געהעריג, מען ווערט נישט זאט פון די געווענליכע מאכלי שבת ויו"ט, ברענגען די צושפייזן בכלל נישט קיין שמחת יום טוב.

דער נמשל איז פארשטענדליך, די ראשונים כמלאכים האבן מתקן געווען א סדר התפלה פאר יעדן טאג, זיי האבן אויסגעוועלט די חשוב'סטע שטיקלעך פון לויב און געבעט, און דאס האבן זיי אריינגעלייגט אינעם סידור צו דאוונען יעדן טאג.

די יוצרות און פזמונים וואס מ'האט צוגעלייגט לכבוד די הייליגע טעג זענען טאקע חשובע געסט, זיי זענען געשריבן געווארן דורך בעל רוח הקדוש ושרפי מעלה, אבער אויב מען כאפט אפ קרבנות און פסוקי דזמרה בנשימה אחת, האט דאס א פנים ממש ווי יענעמ'ס סעודה...

די תפילות פון יעדן טאג זענען טאקע א תענוג תמידי, דער מענטש שפירט נישט קיין ספעציעלע התעוררות און געפיל, און טאקע דערפאר דארף מען זען אז אלס א הכנה צו די הייליגסטע טעג פון יאר, זיך אנצואווארעמען און אריינלייגן אן עבודה רבה אז די טאג-טעגליכע דאוונען זאל באקומען א פנים חדשות!

און ממש אזוי שרייבט דער הייליגער יושר דברי אמת (אות נו): "בענין התפלות של ראש-השנה ויום הכיפורים שהעולם אומרים אותם באמת בהתעוררות גדול, אך עיקר מגמתם שהם מתעוררים הוא בפיוטים ותפלות החדשות הנאמרים במחזור, אבל התפלה הסדורה בפסוקי דזמרה וקרבנות, וקריאת שמע ותפלה, הם אומרים במרוצה כמו בכל השנה, ואינם יודעים כי זה העיקר, וזה התוספות, ולא יקובל התוספות בלתי העיקר."

דעריבער קומען מיר דא ארויס מיט א קול קורא צום ציבור "לויפט נישט".

מיר וועלן דא נעמען אביסל פון אונזער טעגליכער דאוונען און איבערשמועסן געוויסע ענינים, רוב דערפון זענען דברים ידועים ופשוטים, און טאקע דערפאר איז וויכטיג דאס איבערצו'חזר'ן יעצט לכבוד די הייליגע טעג הבאים עלינו לטובה.

מודה אני:
אין ספר עולת תמיד להגה"צ רבי שמואל הומינער זצ"ל (פרק ב) ברענגט ער א לשון: "ראה אחי שלא יצא מפיך הודאה זו מבלי שימת לב כמצות אנשים מלומדה, מפני שכך הורגלת מקטנותך, אלא מעומק הלב". ס'איז דא וואס זענען נישט אזוי געווינט צו זאגן "מודה אני" פאר נעגל וואסער, פשוט ווייל מ'שלאפט נאך האלבוועגס, א טאג ווי ראש השנה לוינט זיך זיכער אנצהייבן דעם טאג מיט א שבח והודיה פארן אייבערשטען געזאגט יעדעס ווארט מלה במלה.

ברכת אשר יצר:
ס'זענען ליידער דא מענטשן וואס קענען נישט ארויסגיין פון זיך אליין, זיי דארפן גיין עטליכע מאל אין וואך זיך אויסרייניגן מיט ספעציעלע מאשינען. מיר מאכן דער ברכה "אשר יצר" מער פון טויזנט מאל דורכ'ן יאר, אבער עס זאגט זיך שוין פון זיך אליין, מען טראכט נישט אריין אינעם "אי אפשר להתקיים ולעמוד לפניך אפילו שעה אחת". די הייליגסטע טעג אין יאר, וואלט געווען זייער פאסיג צוצולייגן אביסל מחשבה און דאנקען אויף דאס געזונט און בעטן אויף ווייטער.

ברכות התורה:
בימינו אלה דארף מען קיינעם נישט הייסן מתפלל זיין אויף ערליכע קינדער. יעדע טאטע וואס האט נאר אביסל אפענע אויגן, לעבט אין א כסדר'דיגע פחד, שלא ימות בני כדרך שמת פלוני ר"ל. אבער אמאל מחמת איילעניש, פארגעסט מען אז מ'דארף אריינלייגן אן עבודה אין דעם. היינט צו טאג איז שוין כולי עלמא מודה, שאין לנו להשען אלא על אבינו שבשמים! אין אזא טאג ווי ראש-השנה דארף מען פארגיסן הייסע טרערן ביי 'ונהיה אנחנו וצאצאנו יודעי שמך'. דער חכם הרואה את הנול׳׳ד מעג ערליך בעטן "וצאצאי צאצאינו", אייניקלעך קענען אויך ברענגן נחת... בשעת'ן זאגן "וצאצאי עמך בית ישראל" מעג מען ערליך אינזין האבן די צענדליגע יונגע נשמה'לעך וואס זענען נעבעך פארבלאנדזשעט ה"י, זיי זאלן שוין טרעפן דער לעכטיגער וועג אויף צוריק, והשיב לב בנים אל אבות!

מ'טאר נישט פארגעסן: מיר זענען קינדער פון א טאטע... מ'מעג אויף זיך אויך בעטן 'והערב נא ה' אלוקינו את דברי תורתך בפינו', דער שיעור קבוע זאל נישט זיין לעול ולמשא, און אז ס'זאל טאקע קענען זיין בקביעות חוק ולא יעבור, אז די חז"ל האבן מתקן געווען א ספעציעלע בקשה אויף לימוד התורה, איז א סימן אז מ'דארף בעטן אויף דעם, און תפלה העלפט.

קריאת שמע בזמנה:
יעדע מצוה וואס א מענטש טוט טאג-טעגליך ווערט א געוואוינהייט. די חז״ל האבן דאס באווארנט און אנגעזאגט (שו"ע סי׳ סא): "מען דארף עס ליינען ווי א נייער בריוו פונעם קעניג, נישט ווי עפעס וואס ער איז שוין געוואוינט צו דעם און ס'איז מער נישט באליבט". דער אופן וויאזוי צו ליינען שטייט אויך אין שו׳׳ע: "יקרא אותה בכונה, באימה, ביראה, ברתת, וזיע". אויך דארף מען על פי הלכה אינזינען האבן וואס מ'זאגט, און סיקען זיין אז אנדעם איז מען נישט יוצא די מצוה. דורכן יאר קען זיין אז דער קריאת שמע איז נישט יעדן טאג ממש כהלכתה, אין אזא טאג וואס איז אונזער עבודה איז 'קבלת עול מלכות שמים', איז אוודאי ריכטיג כאטש צו ליינען ווי די הלכה פארלאנגט.

אדון עולם:
דער מטה משה שרייבט מורא'דיגע ווערטער וועגן דער "אדון עולם" פון ראש השנה וזה לשונו: "כל מי שמכוין בעת התחלת אדון עולם... ערב אנכי בדבר שתפלתו נשמעת, ואין שטן מקטרג על תפילתו, ואין לו שטן ופגע רע בראש-השנה וביום כיפור בתפילתו, ואויביו נופלים לפניו, ויש אומרים אף יצר הרע משלים אתו" און טאקע ווייל ס'איז אזא חשובע תפלה האט מען מתקן געווען עס צו זאגן יעדן צופרי פאר שחרית און נאך יעדע תפילה.

ראש-השנה ווען דער עיקר עבודה איז שתמליכינו עליכם, איז ריכטיג צו צולייגן אביסל מחשבה צו די הייליגע ווערטער "אדון עולם אשר 'מלך'... אזי 'מלך' שמו נקרא... לבדו 'ימלוך' נורא... והוא אחד ואין שני להמשיל לו." און טאקע מחמת גרויס חשיבות איז דער מנהג העולם אז דער בעל תפלה זונגט עס מיט א ניגון מיוחד.

ברכות השחר:
אז מיאיז זיך מתבונן אין די פופצן ברכות, זאגט עס זיך אביסל אנדערש, מיר פארגעסן אמאל צו דאנקען אויף די טאג- טעגליכע חסדים; ב"ה מיאיז א איד; מיקען זען מיט די אויגן; מיקען גיין אויף די פיס; מיהאט וואס אנצוטון אא׳׳וו. די צוויי "יהי רצונ'ס" זענען דאך ממש געבעטן אין אידיש: "שתרגילנו בתורתך, ואל תביאנו לא לידי חטא, ולא לידי עברה ועון, ולא לידי נסיון." אלעס וואס ליגט ביי אונז כסדר אויפין הארץ בעט מען דא. ביים זאגן 'והרחקינו מאדם רע ומחבר רע', מעג מען ערליך מתפלל זיין אז אונזערע קינדער זאלן ווערן אפגעהיטן פון בייזוויליגע עלעמענטן און פון פארדארבענע חברים. 'ותצילנו ממקרים רעים, ומשטן המשחית, ומחולאים רעים.'

די אלע זאכן זענען טאקע נישט קיין חידושים, אבער דער מציאות איז, מחמת געוואוינהייט זאגן זיך די תפילות אן כוונה, און כדי צו קענען אביסל מכוין זיין, דארף מען עס זאגן מיט מתינות, מלה במלה און צו לייגן מחשבה צו דעם.

כמעט אין יעדע תפלה ראש-השנה דערמאנט מען די עקידת יצחק, די גאנצער תקיעות שופר איז כדי צו ערוועקן דער זכות פון דעם אילו של יצחק. דער צווייטער טאג ליינט מען דאס ביי קריאת התורה אא"וו. דער זוה׳׳ק שרייבט: "ס'איז נישט דא א זאך וואס איז מבטל די טויט און היט אפ פון טראגעדיעס, אזויווי די פרשה פון עקידת יצחק." דער זוה׳׳ק פירט אויס: "ווען א איד זאגט די פרשה פון די עקידה, רופט א בת-קול אויס אין הימל "אל תעש לו מאומה". (ד. מ. ער זאל ווערן באהיטן).

קרבנות
די גמרא זאגט, אברהם אבינו האט געפרעגט פונעם רבונו של עולם: "תינח בזמן שבית המקדש היה קיים בזמן שאין בית המקדש מה תהא עליהם (ווער וועט מוחל זיין זייערע עבירות)?"

אמר להם: "כבר תקנתי להם סדר קרבנות, בזמן שקורין לפני מעלה אני עליהם כאילו הקריבם לפני, ואני מוחל להם על כל עוונותיהם". קומט אויס, מען קען אין אפאר מינוט ברענגען א גאנצע סטאדע מיט שעפעלעך און ווערן ריין פון עבירות. דער מגן אברהם שרייבט מען זאל עס זאגן שטייעדיג אזויווי ביים מקריב זיין די קרבנות. דער משנה ברורה לייגט צו, אז ס'איז כדאי אינזינען צו האבן פירוש המילות.

אויף די פרשה פון קטורת שרייבט דער זוה׳׳ק: דבר זה גזירה הוא לפני הקב"ה, שכל מי שמסתכל וקורא בכל יום מעשה הקטורת, ינצל מכל הדברים הרעים והכשפים שבעולם, ומכל פגעים רעים, מהרהור רע, ומדין רע, וממיתה, ולא יהא ניזוק כל היום ההוא, כי אין הסטרא אחרא יכולה לשלוט עליו."

אויך שרייבט דער זוהר הק': "ווען מענטשן וואלטן געוואוסט דאס גרויסע חשיבות פון די פרשת הקטורת פאר'ן אייבערשטן, וואלטן זיי גענומען יעדעס ווארט, געמאכט דערפון א קרוין און אנגעטון אויפ'ן קאפ, און דער וואס זאגט עס בכוונה יעדן טאג, האט א חלק בעולם הזה ובעולם הבא און ווערט אפגעהיטן פון אלעם בייזן." איז אוודאי כדאי אין די ימים נוראים עס צו זאגן מיט ישוב הדעת און כוונה.

פסוקי דזמרה
די אלע פסוקים וואס עס זאגט ביי אונז פון זיך אליינס למשל דער פסוק "ה' הושיעה המלך יעננו ביום קראנו", דער פסוק איז ביי אונז אויפן צונג, אז מען טראכט אריין אין דעם איז עס ממש א גאלדענע בקשה. צדיקים האבן געטייטש, אז דער מענשט ווייסט דאך נישט וואס וועט אונטער קומען און אויף וואס ער דארף אלס בעטן פארן גאנצע יאר, בעט ער יעצט, "ה' הושיעה", איך בעט היינט אז "המלך יעננו ביום קראנו", ווען איך וועל האבן א בקשה אינמיטן יאר.

"האדרת והאמונה" וואס מען זאגט פאר "ברוך שאמר", איז גענוי דער זעלבע ווערטער ווי מ'זאגט ביי יום כיפור ביי שחרית... דער מהרי"ל (מנהגי יו׳׳כ) שרייבט: "האדרת והאמונה אומר שליח ציבור בנעימות, ביראה, ובכוונה גדולה, בכפיפת ראש ובהשתחואה, כי הרבה שמות וסודות כלולים בו."

די גמרא (ברכות ד:) זאגט: "כל האומר תהלה לדוד ג' פעמים בכל יום, מובטח לו שהוא בן עולם הבא". ס'איז א שטיק חיזוק אין אמונה און בטחון. בשעת מען זאגט דער פסוק: "פותח את ידיך ומשביע לכל חי רצון", דארף מען על פי הלכה אינזינען האבן די טייטש. (ער עפנט אויף זיין האנט און גיבט פאר יעדן וויפיל ער בעט פון אים און וויפיל ער דארף).

די פוסקים שרייבן, אז דער גאנצע סיבה פארוואס מען זאגט "אשרי", איז נאר כדי צו זאגן דער פסוק "פותח את ידך", און אגב אז מ'זאגט שוין "אשרי", ענדיגט מען שוין צו אלע קאפיטלעך ביז סוף ספר תהלים ביז נאך כל הנשמה. קומט אויס, אז די פינף הללוקה'ס וואס מען זאגט, איז נאר לכבוד דעם איין פסוק "פותח את ידיך", דארף מען אוודאי זיכער מאכן עס צו זאגן פאמעליך און קלאר מיט די ריכטיגע כוונה.

אז מען קוקט אריין אין די טייטש פון "אשרי", זעט מען מורא'דיגע לשונות פון לויב פאר'ן אייבערשטן, און אויך חיזוק פאר די אידן. אז מ'זאל נעמען דעם שטיקל "וכל מאמינים" פון מוסף צוזאמען מיט "אשרי יושבי ביתך", וועט מען זען אז ביידע האבן זייער ענליכע לשונות פון שבח ותהלה, דארף מען עס זאגן מיט'ן זעלבן געשמאק און התלהבות.

אויף דער "הללוקה את ד' מן השמים" שרייבט דער אבן עזרא: "זה המזמור נכבד מאוד, ויש בו סודות עמוקים."

"אז ישיר" האט גאר א ספעציעלע חשיבות אין הימל. דער זוה׳׳ק שרייבט: "דער וואס זאגט שירת הים מיט א שמחה, איז מען אים מוחל אלע זיינע עבירות."

אין די הייליגסטע טעג פון יאר דארף מען אריינלייגן אן עבודה רבה אינעם "נשמת כל חי'" עס זאל זיין כל עצמותי תאמרנה, דאנקן דעם אייבערשטן אויף זיינע חסדים ביז אהער, און בעטן 'ואל תטשנו ה' אלוקינו לנצח'.

אהבה רבה
אין אזא טאג ווי ראש-השנה מעג "אהבה רבה" נעמען כאטש צוויי מאל אזוי לאנג ווי געווענליך. אונטער'ן טלית מעג מען פארגיסן א טרער ביי "והאר עינינו בתורתך ודבק לבנו במצותיך," דאס איז דאך אונזער גאנצע ציל אין לעבן, "ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים, את כל דברי תלמוד תורתך באהבה." אין דער צווייטער חלק בעט מען אויף די גאולה שלימה. דער הייליגער תולדות יעקב יוסף שרייבט: "שמעתי בשם מורי [הבעל שם טוב זי"ע] מה שנאמר לו מן השמים, טעם איחור ביאת משיח, שאין מאריכין באהבה רבה."

*

די אלע ענינים וואס מיר האבן אנגעכאפט ביז אהער איז נאר אויפ'ן שפיץ גאפל. יעדע שטיקל דאוונען וואס די חז״ל האבן מתקן געווען איז יסודתו בהררי קודש, און דאס איז דער שליסל צו עפענען די שערי רחמים אז אונזערע בקשות זאלן אנגענומען ווערן. ממילא דארף מען זען אז אין די הייליגע טעג זאלן די אלע תפילות ווערן געזאגט מיט מתינות און ישוב הדעת, און אוודאי איז כדאי צו טון אלעס וואס איז מעגליך צו קענען דאוונען בציבור פון 'אדון עולם' ביז 'אדון עולם'.

ווען א סוחר פארט אוועק אין מרחקים אויף א 'שאו' פאר זיין ביזנעס, ווייסט ער איין זאך, אויב וויל איך מצליח זיין א גאנץ יאר, קען ער נישט שלאפן היינט. זאל ער האבן ארויסגעדינגען דעם שענסטן שטוב אין א טייערע האטאל, וועט ער זיך באגיין מיט מינימאלע שלאף און עסן. היינט דארף מען טרעפן ווי מער קאסטומערס, אזוי וועט מען דורכ'ן יאר קענען הנאה האבן פון די רווחים.

די ימים נוראים זענען אפשר נישט אזוי לייכט בגשמיות, אבער אז מען מאכט א ביזנעס חשבון, לוינט זיך אלעס צו לייגן אין א זייט און זיך מתגבר זיין כארי לעבודת הבורא. קומען בזמן כדי צו קענען דאוונען מיט א רואיגקייט און ישוב הדעת און זיך אויסבעטן א גוט יאר פאר זיך און פאר די משפחה.

פרנסה
פרנסה איז היינט צו טאג גארנישט קיין ווערטל, אין אזא יום הדין זענען דא טויזנטער אידישע משפחות וואס האפן אז מ'זאל פאר זיי אריבערמישן א נייעם בלעטל און ס'זאל שוין זיין פרנסה בריווח און פטור ווערן פון די חובות. יעדער וויל זיך ערגעץ ווי אויסרעדן דאס הארץ. די ספרים הק' ברענגען אז ביים זאגן "לדוד מזמור לה' הארץ ומלואה" זאל מען ערליך מכוון זיין.

ס'איז דא וואס זוכן ערגעץ וואו מ'קען בעטן אין אידיש... איז די זעלבע מעשה ווי ביי די תפילות, טאקע דארט וואו מען בעט א גאנץ יאר לוינט זיך ראש-השנה צו צולייגן כוונה. ס'איז א באקאנטע לשון פונעם ספר החינוך: "כך מקבל אני מרבותי, שכל הזהיר בברכת המזון מזונותיו מצויין לו בכבוד כל ימיו". (- דער וואס איז געווארנט מיט די מצוה פון ברכת המזון, וועט האבן פרנסה בכבוד אלע זיינע טעג). דאס איז אפשר א שטיקל סגולה פון א ראשון. אבער חוץ דעם, איז עס פשוט פארשטענדליך, מען בעט דאך אזעלכע הארציגע בקשות: "זוננו, פרנסנו, וכלכלנו, והרוחינו. ונא, אל תצרכינו ה' אלוקינו לא לידי מתנת בשר ודם, ולא לידי הלואתם, כי אם לידך המלאה וכו'", "הרחמן הוא יפרנסנו בכבוד" אא"וו. מיר האבן די זכיה עטליכע מאל דורך ראש-השנה מקיים צו זיין דעם מצוה דאורייתא, און צו דער זעלבער צייט זיך אויסבעטן פרנסה בריוח.

אחדות
ראש השנה איז א זמן פון מלכות. אין מלך בלא עם, דער רבוש"ע וויל א פאראייניגטע פאלק, יעדער וויל אז מ'זאל אים פארשטיין און נישט דן זיי לחובה. ה' צלך, אז מיר וועלן יעדעם אנקוקן מיט א גוטע אויג, ווער דער רבוש׳׳ע אונז אויך דן זיין לכף זכות ותוציא כאור משפטנו.

תשובה
ביז אהער האבן מיר געשמועסט פון 'תפילה', וואס טוט זיך מיט 'תשובה וצדקה', מען קען נישט נאר בעטן 'געב, געב', מען דארף עפעס צושטעלן אויך. די צדיקים וואס האבן שוין תשובה געטון חודש אלול, צו זיי רעדן מיר נישט דא. מיר וועלן זיך באציען צו די בינונים און אראפ - אנשים כמוני, וואס האבן נאך וואס צו פאררעכטן.

ס'זענען דא וואס קענען זיך שוין פון לאנגע יארן, זיי ווייסן שוין וואס זייערע קבלות זענען ווערד, קלערן זיי צו זיך: ס'איז גענוג דער אלטער פעקל, וואס פעלט נאך אויס צו זאגן לינגט...

ס'זענען דא צוויי נקודות, ערשטענס דארף מען וויסן, דער רבונו של עולם איז א יודע מחשבות, ער קען יעדנ'ס יצר הרע, מיט זיינע פריוואטע נסיונות. ווען א איד טראכט צו זיך: 'איך קען טאקע נישט אונטערנעמען קיינע גרויסע זאכן, לאמיר זיך מקבל זיין עפעס א קלייניגקייט', ביים אייבערשטן איז יעדע זאך חשוב און טייער. ווען איינער איז זיך מקבל עפעס אן ענין וואס ער דארף חיזוק, זאל עס זיין שמירת ענינים, קדושה וצניעות, דיבור, אפילו ס'איז גאר א קליינע קבלה, האט דאס ביים אייבערשטן גאר א גרויסע חשיבות. אבער בתנאי אז פון דאס וואס מ'נעמט זיך אונטער זאל מען בשום אופן נישט נאכלאזן.

ווען א מענטש נעמט אויף זיך א קבלה לטובה, אנהייב גייט עס אביסל גרינג, נאכדעם קומט אמאל א שווערע נסיון, און אז מען שטארקט זיך אויפן דעם איינעם נסיון און מ'האלט זיך פעסט, ווערט עס שוין אסאך לייכטער און מ'קען בלייבן דערמיט אויף אייביג. מ'דארף נאר זיין גרייט אויפ'ן שווערע מינוט און נאכדעם איז פיל גרינגער זיך מתגבר צו זיין.

ס'איז דא נאך א נקודה: דער שלחן ערוך שרייבט, אז דער וואס עסט א גאנץ יאר ברויט פון א גוי'אישן בעקער זאל אין עשרת ימי תשובה עסן פת-ישראל. עס איז א חידוש, היינט עסט ער מיט א גוטן הכשר און מארגן גייט ער צוריק צום אלטן, ס'איז עפעס א שפיל מיט'ן אייבערשטן?... זאגן די ספרים, אז יא. ווען דער רבונו של עולם משפט א מענטש, קוקט מען אויף יעצט, וויאזוי ער פירט זיך היינט - אזוי איז מען אים דן. אויב יעצט אויפ'ן מינוט איז ער ערליך, פארשרייבט מען אים צום גוטן.

דעם ערשטן טאג ביי קריאת התורה ליינט מען די מעשה פון ישמעאל, ווען ער איז געווען מיט הגר אין מדבר און איז כמעט אויסגעגאנגען פון דארשט. די מלאכים האבן געפרעגט פונעם אייבערשטן, אזא פרא אדם וואס וועט נאך הרג'ענען דיינע קינדער, אים גייסטו ראטעווען? האט דער רבונו של עולם צוריקגעפרעגט, "וואס איז ער יעצט, א צדיק אדער א רשע? אויב איז ער יעצט א צדיק, דארף מען אים לאזן לעבן, מען איז דן א מענטש 'באשר הוא שם'."

אלזא ווען מען נעמט זיך פאר א קבלה, אפילו ס'איז נאר אויף די עשרת ימי תשובה קען מען זיך איינהאנדלען א גוטע יאר. לדוגמא דאוונען דריי תפילות בציבור מתחלה ועד סוף אנגעהויבן פון קרבנות. אדער אכטונג געבן נישט צו בארעדן קיין שום איד, זהירות יתירה בשמירת עינים וכו'.

א כתיבה וחתימה טובה
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

Wow!!!
גיימיר עס אויספרינטען און איבערליינען מיט יושב הדעת
א ריזען דאנק
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שכח פאר דיין מיה.
נישט יעצט
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 3:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט יעצט »

זייער שטארק געזאגט
ישר כח
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

א הערליכער ארבייט
פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2011 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר דוקא »

ארויסגעפרינט וועל מיר עס ליינען יום טוב בעזה
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

יש''כ א גוט געבענטשט יאר
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

מלא וגדוש!!!
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

יישר כח ר' שלום
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שיינע חומר למחשבה!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

פאר דוקא האט געשריבן:ארויסגעפרינט וועל מיר עס ליינען יום טוב בעזה
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יישר חילך ר' שלו'.
אבי איינער זארגט זיך דערויף.

באקאנט ביי צדיקי אמת אז אין די ימים נוראים האט מען א שטארק אריינגעארבעט ביי קרבנות און פסוקי דזמרה.
דאס איז ווי א פתח אריינצוגיין צו די עבודות היום.


ולשבחו של אייוועלט:
כמיין היי יאר איז געווען א רעקארד ברעיקינג פון געוואלדיגע ארטיקלען איינס ביי איינס פון לכאו' פשוטע אינגעלייט "המסתתרים מאחורי הניק",
ממש צום באוואונדערן די תוכן ופנימיות וואס ליגט טמון אין יעדן איד.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

מוירעדיגע ווערטער. מען כאפט זיך פשוט נישט מען איז פאריאגט און פארפלאגט דארף מען הערן אזעלעכע שיינע חיזוק אז ס פשוט א מחיה.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

איך האב דערווייל נאר אנגעהויבען ליינען דעם יסוד פונעם געדאנק און עס איז גאר ריכטיג. ייש"כ. בל"נ אין די קומענדיגע טעג וועל איך צוענדיגען צו ליינען דער גאנצע מאמר, און נאכאמאל באדאנקען.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

יישר כח אייך ר׳ שלום שטארק הנאה געהאט און גרויס חיזוק
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

מילכיגער האט געשריבן:מלא וגדוש!!!

יישר כחך
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

שכח שלום!
כאטש ס'שוין נאך ר"ה, וויבאלד ס'איז אבער אויך נוגע פאר עשי"ת און יוה"ק האב איך עס ארויפגעלייגט אויף א PDF צו פארגרינגערן פאר די וואס האבן עס נאכנישט געליינט
אטעטשמענטס
לויפט נישט.pdf
(210.56 KiB) געווארן דאונלאודעד 253 מאל
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

א טענצל! האט געשריבן:שכח שלום!
כאטש ס'שוין נאך ר"ה, וויבאלד ס'איז אבער אויך נוגע פאר עשי"ת און יוה"ק האב איך עס ארויפגעלייגט אויף א PDF צו פארגרינגערן פאר די וואס האבן עס נאכנישט געליינט


עס איז נוגע אויך פאר יעדען טאג!


יעצט דורכגעליינט און שטארק הנאה געהאט. אזויפיהל קורצע נקודות מעט הכמות (פער ברכה\תפלה) אבער רב האיכות.
---
אגב, דער משנ"ב שרייבט אז איידער מען זאגט ואהבת את ה' אלקיך זאל מען זיכער מאכען אריינצוברענגען אהבת ה' אין הארצען שלא יהא כדובר שקרים ח"ו.
---
איין נאכט די וואך האב איך געטרוימט ווי איך בין אריין אין שפיטאל גאר קראנק רח"ל מיט געציילטע טעג צום לעבען. קוים האט מען מיר מסדר געוועהן מיט מיין בעט אין שפיטאל ווען איך האב זיך אויפגעזעצט - און זיך געטראפען אין מיין אייגענע בעט. מודה אני האט זיך גאנץ אנדערש געזאגט...

עס איז גוט צו געדענקען ביים בעטען זכרנו לחיים וכו', מען זאל אינזינען האבען פשוט'ע פירוש המילות אהנע פשטעלעך און כונות - באשעפער העלף איך זאל איבערלעבען ס'יאר געזונטערהייט.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

ש'כח הרב פריעדמאן, ארויסגעפרינט, געלעזט און שטארק הנאה געהאט.
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

נארוואס אפגעליינט. מורא'דיג! אזוי שיין הערליך צוזאמגענומען, ממש א נחת.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

אפגעליינט בעפאר און דורכאויס יו"ט, גאר שיין און גאר גוט, די דאווענען איז געווען מיט מער כוונה נאך אזא קלארע שיעור.

יישר כח.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

א טענצל! האט געשריבן:שכח שלום!
כאטש ס'שוין נאך ר"ה, וויבאלד ס'איז אבער אויך נוגע פאר עשי"ת און יוה"ק האב איך עס ארויפגעלייגט אויף א PDF צו פארגרינגערן פאר די וואס האבן עס נאכנישט געליינט
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: לויפט נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

גאש

דברים קילורין לעינים.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”