א קלאפ מיטן האמער'ל!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

א קלאפ מיטן האמער'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

די בנין איז א ריזיגער בנין, הויעכע שטאקן און הערליכע אויסגעשניצטע טויערן, ריזיגע זיילן ענטפאנגען דעם אריינקומער, וואס פירן אריין צו די לאנגע קארידארן און אויגפארכאפענדע זאלן.

ברייטע לענגליכע שטיגן פארנט פונעם בנין, וואס אויף יעדע איינער שטייט א סאלדאט מיט געביגעלטע מונדירן און א גרויסער ביקס, וואס ווארפט אן א פחד און צומישעניש פאר יעדען וואס קומט נאר אריין, אויפן דאך פלאטערט א פאן פון יוסטיץ.

דער בית משפט!

דער גרויסער זאל ווערט צוביסלעך מער און מער פול, די אלע זייטיגע שטיבלעך זענען שוין אויך אויסגעלייגט מיט פילע בענקלעך, צו אקאמאדירן דער ריזן עולם וואס ווערט ערווארטעט, אלע גאלעריען פון ארום זענען שוין איבערגעפולט עד אפס מקום, די צייטונג שרייבער און פאליצייאישע אויספארשער יעדער אויף זיין באשטימטע ווינקל, ווען אויפן אויבן אן שטארט ארויס דער הויעכער שווארץ לעדערנע בענקל, און מען ווארט.

די משפחה, אלע ידידים און גוטע פריינד, אלע זענען פארזאמעלט מיט אנגעצויגענע געזיכטער, א שרעק ליגט אויסגעצויגן אויפן פנים, מען פרובירט צו האפן אויפן בעסטן און זיך רישן אויפן ערגסטן, די פראסעקיוטער בעטן אזויפיל ווי 35 יאר טורמע!

א קלאפ מיטן האמער'ל!

א דינערדיגע שטילקייט שפרייט זיך אויס אין זאל, אלעמענס אויגן זענען געוואנדן צום טיר, ווען די סוויטע פון שמשמים און אנקלעגער קומען אריין, האלטענדיג די טעקעס מיט די פילע באווייזן, די מצב קוקט נישט אויס גוט..

און ביים עק פון זאל אונטער פארמאכטע גראטעס זיצט דער אנגעקלאגטער, די הענט פארבינדן אויף הונטערווילכעס מיט אייזערנע קייטעלעך, אנגעטאן אין די אראנדזשע תפיסה בגדים, און שמייכעלט...

אלס א נייגעריגער בטבע, ריק איך מיר צו נענטער און נענטער צו יענע ווינקל, יעדע מינוט גיי איך אביסעלע נאנטער, אזא ספעקטאל זעה מען נישט יעדן טאג. איך מוז דערגיין דעם סוד פון די שמייכעל!
זייענדיג שוין גאר נאנט, אזוי שטילערהייט – די היטער זאלן נישט באמערקן, גיב איך איהם א ציה אין די פלייצע..

זאג נאר, וואס איז פשט פון די שמייכעל? אזוי גוט ערווארטסטו דיינע יארן אין תפיסה?

זאגט ער מיר אזוי שטילעהייט, הער אויס, איך בין געוואויר געווארן א סוד...

מיין טאטע איז דער שופט!

*

טייערע חברים האט'ס מיר א זיס געבענטשט לעכטיג יאר! זאלט איר אלע אנגעשריבן לאלתר לחיים טובים! עס זאל קומען אויף אונז אלע, א יאר פול מיט נחת פרנסה און גליק! מיר זאלן אלע ארויסגיין זכאי ביום הדין! די השפעות זאלן זיך גיסן איבער די ברעגעס, עד שיבלו שפשותינו מלומר די!

ואמר כל העם אמן
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

א יסוד א פעסטען
אז דער שופט דער גרעסטען

אבינו איז ער אונזער פאטער
און אפי' דער אידעלע פון גלייכען וועג אוועק פארט ער

ווארט ער געדולדיג
זאלסט זיך צוריקערען, וועט ער דיר ערקלערען אומשולדיג .
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

זייער שיין, יישר כח
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

"ענד" יו שאקעלד מי עגעין. א שיינעם דאנק.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

פיין געדאנק גוט געזאגט, ענדע ברענג נאך דו זאגסט גוט
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

מ'זאגט נאך פון איינעם פון די צדיקים, אז דאס איז פשט אין "אבינו מלכנו" דו ביזט אונזער טאטע, וואס וויל אונז געבן אלעס ווי א טאטע, און אונזער מלך וואס קען אונז געבן אלעס ווי א מלך. בעטן מיר מיט ביידע.

זייער שיין געשריבן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

גוט אינעם זין פון ווארט.
ayidishe
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ayidishe »

אם כבנים רחמינו כרחם אב על בנים ואם כעבדים עינינו לך תליות עד שתחנינו ותוציא כאור משפטינו
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א דאנק אייך ענדע צדיק.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

סלח לנו אבינו. טאטע טאטע רחמים....
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

דו האסט געהאט גאטס, אינמיטן קאורט זיך אהינצורוקן? ווייסט וואס דאס קען מיינען?????



אוי איך האב דאך פארגעסן.... דער ריכטער איז דאך דיין טאטע אויך! נא, בעהט אויס אלדעס גוטס
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

פיין געזאגט!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

אמן אויף די ברכות. זאפטיג אראפגעלייגט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30745
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שיין הערליך אראפגעלייגט! דיינע לשונות און דראמאטישקייט וואס לייגט צו א עכטקייט צום שרייבעריי איז צום באוואונדערן!!!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שיין אראפגעלייגט, מיך אריינגעטראגען דארט אין געריכט! דאס הארץ האט געצאפלט, און דערנאך אזא בארואיגונג!

ישר כח.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינקעפיק »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:שיין אראפגעלייגט, מיך אריינגעטראגען דארט אין געריכט! דאס הארץ האט געצאפלט, און דערנאך אזא בארואיגונג!

ישר כח.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: א קלאפ מיטן האמער'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

גאש

צום פינטל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”