מה רבו מעשיך ה'

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

און שוין! האט געשריבן:
יש הנאה האט געשריבן:.
איין קליינע הערה, צום סוף ביי די באוהעד וועהל שרייבסטו 60,000 ''טאן'' דאס איז לכאורה א טעות, עס איז 60000 'פונט''(זעכציג טויזנט טאן קומט אויס הונדערט צוואנציג מיליאן פונט....)

ריכטיג עס איז א טעות..
זיין וואג איז אין דורכשניט 120,000 טויזענט פונט, בלויז 60 טאן... (ש'קיינאנונג ווי אזוי אזא טעות איז געשעהן... )
שוין פאראכטן, ש'כח פארן אנמערקן.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

יש הנאה האט געשריבן:
און שוין! האט געשריבן:
יש הנאה האט געשריבן:.
איין קליינע הערה, צום סוף ביי די באוהעד וועהל שרייבסטו 60,000 ''טאן'' דאס איז לכאורה א טעות, עס איז 60000 'פונט''(זעכציג טויזנט טאן קומט אויס הונדערט צוואנציג מיליאן פונט....)

ריכטיג עס איז א טעות..
זיין וואג איז אין דורכשניט 120,000 טויזענט פונט, בלויז 60 טאן... (ש'קיינאנונג ווי אזוי אזא טעות איז געשעהן... )
שוין פאראכטן, ש'כח פארן אנמערקן.

:grin:
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אין פארן פדיון פונעם טעסלא...

הערליך שיין קלאר און רייך
א געשמאקע שפראך
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

האלט איך נאך אינמיטן ליינען, מוז איך מיך אבער שוין באדאנקען אויף די מאסיוו הערליכע ארבעט צו באשרייבן דעם באשעפער'ס ווינדער. יש הנאה! ובגדול! ;l;p-

(איך האף איך וועל נאך באקומען א מענשן אינעם ספוילער :grin: )


---
[spoil]
יש הנאה האט געשריבן:
[/spoil]
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

תנא-קמא האט געשריבן:האלט איך נאך אינמיטן ליינען, מוז איך מיך אבער שוין באדאנקען אויף די מאסיוו הערליכע ארבעט צו באשרייבן דעם באשעפער'ס ווינדער. יש הנאה! ובגדול! ;l;p-

(איך האף איך וועל נאך באקומען א מענשן אינעם ספוילער :grin: )


---
[spoil][/spoil]

:twisted:
איך האב מורא צוצולייגן, ווייל לכאורה באקומען די וואס זענען שוין דארט א פרישע נאטעפיקאציע..
---
א יישר פאר אלע באדאנקער!
ספעציעל פאר די וואס שרייבן נישט אפט, און האבן זיך אנגעשטרענגט זיך צו באדאנקן..
----
זייטס וויסן איך האב געציילט די אותיות פון יעדע באזינדערע תגובה! מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס א ש'כח קען אויפטון! :grin:
---
[spoil]
נו גוט נו שוין האט געשריבן:

תנא-קמא האט געשריבן:
[/spoil]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

WOW אן ארבעט! קלאר, הערליך, און אינטערסאנט.

נאך די בילדער, דזשיפסים, און קליפסים וואס מאכט עס אזויפיל מער אינטערסאנט.

א ריזן יישר יש!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

יש הנאה, זייער שיין, רייך און גרינג צום ליינען מיט די אלע בילדער און דזשיפס.

(קנאפער, דו קענסט נישט שרייבן סתם יש, באלד קען נאך די אריגינעלער יש נעמען קרעדיט...)
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

ממה נפשך האט געשריבן:(קנאפער, דו קענסט נישט שרייבן סתם יש, באלד קען נאך די אריגינעלער יש נעמען קרעדיט...)

יש ויש.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

והיא הוא...

(כ'ציטער פשוט פון 'יש' דורשים לשבח.. אבער 'ויש' דורשים לגנאי...)
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

יש הנאה האט געשריבן:והיא הוא...

הא???
יש ברירה האט געשריבן:WOW

די לעצטע דזשיף איז מוראדיג אינטערעסאנט!

:?: :!:
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

אפסס.... פאראכטן...
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

יש הנאה האט געשריבן:
תנא-קמא האט געשריבן:(איך האף איך וועל נאך באקומען א מענשן אינעם ספוילער :grin: )


:twisted:
איך האב מורא צוצולייגן, ווייל לכאורה באקומען די וואס זענען שוין דארט א פרישע נאטעפיקאציע..

נאופ, מען באקומט נאר א נאטיפיקאציע איינמאל פער תגובה.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

beautiful job!!

thank!

keep it up
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

יעצט ווייס געמאכט די ווייסע בער ארטיקל..

יוש איך בין נאך אלץ פארגאפט.. ווען נישט די ריקעדיגע בילדער, וואלט איך געזאגט אז די ביסט פשוט א מייסטער שרייבער, אז די לייגטס עס אראפ בעסער ווי עס איז עכט..

א ריזן אייזבארג דאנק!
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

יש הנאה האט געשריבן:והיא הוא...

(כ'ציטער פשוט פון 'יש' דורשים לשבח.. אבער 'ויש' דורשים לגנאי...)


דא האב איך אמאל געטייטשט יש ויש..

איך מיין אז דאס איז די ריכטיגע פשט..
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

פאקטען האט געשריבן:
דא האב איך אמאל געטייטשט יש ויש..

איך מיין אז דאס איז די ריכטיגע פשט..

;l;p-
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

פאקטען האט געשריבן:
יש הנאה האט געשריבן:והיא הוא...

(כ'ציטער פשוט פון 'יש' דורשים לשבח.. אבער 'ויש' דורשים לגנאי...)


דא האב איך אמאל געטייטשט יש ויש..

איך מיין אז דאס איז די ריכטיגע פשט..

איי עגרי
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

הערליך שיין! א ריזגע דאנק פאר דיין ארבעט.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

זייער שיין און רייך באשריבן! יישר כח גדול!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:הערליך שיין! א ריזגע דאנק פאר דיין ארבעט.

ש'כח פארן ארויפברענגן!


יש הנאה, האבעך איצטערט געלעהזט די לעצטע פאר בלעטער, דע שניי לעמפערט און דער פוילער בער!

דיינע גופים זענען עפעס מורא'דיג, ס'געט א שלימות צום שוין אזוי געוואלדיקער ארטיקל!!

געדענק! אונז ווארטמיר פאר נאך.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

בסייעתא דשמיא

עס איז געווען היפש א קאלטע פרימארגן ווען 'רודי עלווען' האט זיך אריינגעזעצט אין זיין קליינעם פריוואטן לוקסטרעיעזע שיפל, וואס ליגט אייביג פארקירט ביי זיין וואקאציע ווילא, הארט ביי די ברעגעס פון קאליפארניע, זייענדיג א נאטור ליבהאבער האט ער ליב צו פארברענגען שעות צו זיצן און באטראכטן די שיינע סצענעס.

און דעם היינטיגען טאג האט אים אויך נישט אנטוישט, נאכן שווימען אזוי געמיטליך פאר עטליכע מינוט זעט ער אויפן לינקע זייט פון זיין שיפל א זיסע 'סי לייען' האט זיך אנדעקט אויפן אויבערפלאך פונעם וואסער, אויף וואס ווארט מען? א שלעפ ארויס דעם טייערן קעמרע, און קליק!, אה, א שיינער בילד, ווען מאמענטום האט זיך דער שיפל אנגעפאנגען וואקלן..

וואס גייט דא פאר? רודי, זייענדיג א גוטער 'אויפכאפער', האט באמערקט אז די כוואליעס קומען אהער פונעם רעכטן זייט, רודי האט אפגעלאזט דעם 'סי לייען' און זיך אויסגעדרייט, און שארף באטראכט די כוואליעס..

קוקנדיג שטערקער ווערט אים ''שווארץ'' פאר די אויגן, נישט מער און נישט ווייניגער ווי עטליכע 'סובמארינען' שווימען מיט א שנעלע אימפעט דירעקט אין די ריכטונג פון זיין שיפל, אויסגעקוקט האט עס ווי אפאר יאר, אבער דאס איז געווען בלויז עטליכע סעקונדעס, די 'סובמארינען' האבן ווי א שאס אונטער געשווימען זיין שיפל און דאן איז געשען דאס אומגלויבליכע

בילד

די וואסער האט זיך געשפאלטן, איין 'סובמארין' איז ארויס געשפרינגען פופצן פיס אין די הייעך, נישט פאר די סיעל איז שוין געווען צופליקט אויף שטיקער.. און דאן האט ער דערקענט דעם ''סובמארין''...

באקענט אייך מיט די געפארפולסטע שטערקסטע באשעפעניש אויפן פלאנעט, די ''אָרקע''!







די אָרקע,(orca) אויך באקאנט מיטן צונאמען 'קיללער וועיל' איז א הערליכע באצויבערנדע באשעפעניש, ברייט באקאנט מיט איר פעך שווארצע רוקן, און א שניי ווייסע בויך, מיט אירע הערליכע ווייסע אויגן פלעקן, הארט הונטער די אויגן, און א הויכע פלוספעדער אויף איר רוקן (dorsal fin) גרייכענדיג אפט מאל צו א הייעך פון זעקס פיס! און נאך צום אלעמען, א זיסן אויסגעשפרייטן שמייכל, וואס שיסט חכמה, מיט הומאר און צינישקייט ביינעזאם.


מערקט די אויג

ארקעס זענען גרויסע באשעפענישן, די זכר איז אין דורכשניט 22-26 פיס לאנג און וועגט איבער 6 טאן! (12,000 פונט), דאס איז בערך די סייז פון אן ערוואקסענע 'אפריקאנער עלעפאנט', די נקיבה איז עטוואס קלענער, זי איז 18-23 פיס לאנג, און וועגט בערך 4 טאן (8,000 פונט).


די ארקע איז אזוי גרויס ווי אן עלעפאנט

דאס איז אלעס אין דורכשניט, מען האט שוין פיל מאל געפינען ארקעס וואס זענען געווען פיל גרעסער, דער גרעסטע זכר ארקע וואס מען האט נאר אמאל געפינען איז געווען 32 פיס לאנג און האט געוואויגן 22,000 פונט, די גרעסטע נקיבה איז געווען 28 פיס לאנג און האט געוואויגן 16,500 פונט.

ארקעס זענען נישט בכלל נישט קיין 'פישן' אבער דאך זענען זיי נישט געווען אין נח'ס תיבה.. זיי זענען 'ים חיות', זיי האבן געהעריגע לונגען וואס זיי אטעמען פרישע לופט דורך א ספעציעלע לאך וואס געפינט זיך העכער זייער קאפ, באמת וואלטן זיי געקענט לעבן אויף די יבשה, כאטש זיי קענען זיך נישט באוועגן אויף די ערד, אבער זיי האבן א צווייטע פראבלעם, זייער דריי אינטשיגע דיקע הויט, צוגאב מיט פילע שיכטן פון פעטענס, היצט שטארק אן זייערע קערפער, דערפאר דארפן זיי כסדר זיין אין וואסער צו אפקילן זייער קערפער, און אויב וועלן זיי יא זיין אינדרויסן פון די וואסער, וועלן זיי נישט איבערלעבן די היץ און אויסגיין נאך אפאר שעה.

ארקעס וועלן כסדר שעפן פרישע לופט, עס איז א שיינע סצענע צו זען ווי זיי בלאזן ארויס די לופט פון זייער לונגען, עס קוקט אויס ווי 'גייזערס' די 'פארע' קען ארויפגיין ביז פופצן פיס אין די הייעך. די גמרא פארציילט שוין(ב''ב ע''ד ע''א) אז ר' יוחנן האט געזאגט אז עס האט אויסגעקוקט ווי צוויי טייכן קומען ארויס פון די לעכער.



זיי וועלן כסדר זיך האלטן צו 300 פיס פון די וואסער אויבערפלאך, צו שעפן נאכאנאנד פרישע לופט, אבער ווען עס פעלט זיך אויס קענען זיי אראפנידערן ביז טויזענט פיס, און אייהאלטן זייער אטעם ביז פופצן מינוט.

אגב, איז דא א כלל ביי די וואלפישן, אויב האט די וואלפיש ציינער, דאן האט עס איין לעכל צו אטעמען, אויב האט עס נישט קיין ציינער האט עס צוויי לעכער צו אטעמען.
(אטעמען-אודיאו)


בילד
זיי קומען כסדר ארויף שעפן פרישע לופט

די דאלפין און די וואל-פיש זענען בעצם פון איין סארט פאמיליע (Cetacea), אבער דאך ווערן זיי צוטיילט און צוויי באזונדערע מינים, עס איז באמת דא אסאך חילוקים פון די צוויי, אבער די מערסט באקאנטע איז די סייז, די דאלפינס זענען רעלאטיוו צו א גרויסע פיש, אין די דורכשניט פון זעקס פיס לאנג, און די וואלפישן זענען אין אלגעמיין פיל גרעסער, און זענען פון זיבן ביז הונדערט פיס לאנג, די ארקע איז א אויסנאם, זי איז א 'דאלפין' און טאקע די גרעסטע סארט דאלפין וואס איז פארהאן, איבערשטייגענדיג די סייז פון איבער פופצן סארטן וואלפישן..

די מערסטע באקאנטע סימנים פון א דאלפין/וואלפיש איז, אז זיי קומען כסדר ארויף אויפן אויבערפלאך צו שעפן פרישע לופט, ווי אויך אז זייער וויידל איז פלאך/ליגעדיג אנדערש פון אלע פישן אינעם ים וואס זייער וויידל איז אויפגעשטעלט.

דאס פלאכע וויידל העלפט זיי אסאך צו צום שווימען, שאקלנדיג זייער וויידל ארויף און אראפ, דאס העלפט אפילו פאר די גרעסטע וואלפיש זיך צו באוועגן און צו שווימען שנעל.

פאר די וואלפיש און די ארקע איז די וויידל אויך נוצבאר פאר א שעדליכע וואפן, עס איז אזוי גרויס און שטארק, אז דאס קען דערלאנגען טויטליכע קלעפ, די וואלפישן זענען נישט אזוי פלינק און אינטעלעדזשענס דאס צו ניצן אין די ריכטיגע מינוט, ווער עס ווייסט יא גענוי דאס צו ניצן איז; אונזער ארקע, און נאך ווי...

זייער וויידל איז פאר זיי די 'צוויי רעכטע הענט' ניצנדיג דאס פאר וואס אימער מ'קען נאר, זיי קענען מיט איין שמייס ערלעדיגן א קרבן, און רוב מאל טיילן טויטליכע קלעפ ביז דער קרבן ווערט פאלאזירט.
בילד
ווארפנדיג א סיעל 80 פיס אין די לופטן!

ווידעראום אירע צוויי ארעמס ניצט זי בכלל נישט צו אטאקירן, ניצנדיג נאר צו זיך באלאנסירן ביים שווימען, און מאכן ווילדע שנעלע מאנעווערס, אינטערעסאנט אז זיי האבן פינף פינגער אין זייערע ארעמס.


נאך א זאך וואס העלפט זיי שווימען איז זייער 'דארסאל פין' (dorsal fin), ידער פיש האט דאס, אבער די ארקעס איז ריזיג, און קען זיין איבער זעקס פיס הויעך, די זכרים האבן גרעסערע דארסאל פינס בעת וואס די נקיבות האבן כמעט האלב אזוי גרויס, ביי זכרים וואקסט דאס גראד ארויף, און ביי די נקיבות איז עס מער בויגזאם.



די דארסאל פין מיט די פלעקן וואס איז הונטער דעם, זענען אזוי ווי פינגער אפדריקן, קיין איינער האט נישט די זעלבע דארסאל פין, און מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע קען מען פונקטליך אויפכאפן וועלכער ארקע דאס איז, דאס העלפט אסאך צו מיט די פארשונגען אויף די זעלטענע באשעפעניש..
(דארסאל פין - ווידיאו)

בילד
מ'קען וויסן גענוי וועלכער ארקע דאס איז, דורך זייער דארסאל פין

מיט א שטארקע ווייידל און שטארקע ארעמס, און מיט זיין גרויסע דארסאל פין, קען די ארקע אנציען צו שווימען אויף גאר א שנעלע ספיד, גרייכנדיג אפט מאל צו 35 מייל פער שעה, און זיי קענען אנהאלטן זייער גאלאפ פאר לאנגע שטרעקעס, די חידוש פון דעם איז, אז רעלאטיוו צו זייער סייז איז דאס גאר שנעל! און איז די צווייטע שנעלסטע ים חיה אין די וואסער.

בילד
זיי קענען שווימען גאר שנעל פאר לאנגע שטרעקעס

אונטער זיין ברייטן שמייכל פארמאגט די ארקע א מינימום פון 40 ביז 56 גאר שארפע ציינער, די סייז איז צווישן דריי ביז פיר אינטשעס (רעלאטיוו קליין פאר אזא באשעפעניש), די פאדערשטע ציינער זענען קלענער און מער גענויגט אויף ארויס נישט צו ווערן געשעדיגט פון זייער אייגענע ביס.


זיי האבן די שטערקסטע ביס קראפט אין די וועלט!

ארקעס האבן נישט קיין ציינער וואס צומאלען דאס עסן, נאר זיי וועלן אראפבייסן א שטיקל, און דאס אויפעסן גאנצערהייט.

קומענדיג צו זיין 'ביס קראפט' דארף מען זיך איינהאלטן דאס אטעם.. וויפיל מען האט בערך געטעסט די ארקעס וואס זענען אין געפענגעניש איז אויסגעקומען 19,000 psi, צו געבן א דוגמא ווי שטארק דאס איז, א לייב האט נאר א ביס קראפט פון 650 psi, וואס דאס מאכט די ארקע צו האבן די שטערקסטע ביס קראפט אין די וועלט!

די ארקע איז די איינציגסטע באשעפעניש וואס קען געפינען ווערן ארום די גאנצע וועלט (חוץ די מענטש), אין אלע אקעאנען פון ארקטיק ביז אנטארקטיקע, און אפילו אין זיסע וואסערן ווי גרויסע טייכן האט מען זיי שוין געפינען, פון די קעלטסטע פלעצער ביז די ווארעמע ביים קו המשוה, אבער דאך גלייכן זיי מער די קעלטערע וואסערן.

די ארקעס געפינען זיך אייביג נאר אין גרופעס וואס הייסט pods, די גרופע קען זיך ציילן פון 5 ביז 50 ארקע מעמבערס, און אפטמאל מער, די עלטסטע נקיבה איז די פירער פון די גרופע, און איז רוב מאל די מאמע אדער גאר די עלטער באבע פון די גרופע, ארקעס וועלן רוב מאל בלייבן מיט די אייגענע משפחה.




באמת זענען דא פינף סארטן ארקעס, אבער די צוויי מערסטע באקאנט איז די 'רעזידענט' (Resident) וואס שפייזט זיך בעיקר אויף פיש, און וואוינט מער טיף אינעם ים, און די 'טראנזיאנט' (Transient) וואס שפייזט זיך מער אויף גרעסערע מאלצייטן, און וואוינט מער נאנט צום בארטן.



יעדער גרופע פאר זיך, האט אן אייגנארטיגער לעבנסשטייגער, זייענדיג גאר קלוג און אינטעלעדזשענס, האבן זיי אן אייגענע שפראך באזירט אויף כל מיני קולות מיט וואס זיי האבן קאמיוניקאציע איינער מיטן צווייטען, און צו מעלדן ווי מען גייט, אדער ווי עס איז די קרבן, אונטערשטער שורה; א געהעריגע שפראך..

פארשער פראבירן שוין יארן צו דערגיין וואס יעדן קול מיינט, אבער אן ערפאלג, וואס זיי צייגן יא אן איז, אז דאס איז נישט עפעס א זאך וואס זיי האבן בטבע, נאר זיי דארפן זיך אליינס אויסלערנען די שפראך פונקט ווי א מענטש, ווי זיי צייגן אן וועט א בעבי ארקע ארויסלאזן אומקלארע קולות אן קיין שום סדר (אזוי ווי א בעבי וואס טוט וויינען..), און מיט די צייט וועט ער זיך אויסלערנען די שפראך.
(שפראך -אודיאו)

עס איז מערקווירדיג אז אן ארקע פון איין גרופע וועט נישט פארשטיין די שפראך פון א צווייטע גרופע, עס איז אזוי ווי מען וועט צאמשטעלן אן אראבער מיט א כינעזער, וואס די רעזולטאטן וועלן זיין; א דור הפלגה...

ממש לעצטנס האבן פארשער אויפגעכאפט אז זיי פארשטייען זייער גוט די 'ניגון שפראך' ד.מ. אז אפילו זיי פארשטייען נישט מענטשן שפראך וועלן זיי יא אויפכאפן די ניגון ווי אזוי מען זאגט עס, למשל ווען איינער וועט זאגן 'הע-לאאאו' וועט די ארקע נאכמאכן די ניגון פון 'הע-לאאאו', וואס דאס איז אגב קריטיש וויכטיג פאר זייער שפראך איז די וועג, און די 'ניגון' ווי אזוי מען זאגט די קול.

רעדנדיג פון זייערע קולות, איז די ארקע אויך באשאנקן געווארן מיט 'עכאָלאָקאַציע' (echolocation), דאס איז נאך עפעס א וואונדער פון דער אויבערשטער וואס האט דאס געגעבן פאר געוויסע בעלי חיים, צו העלפן געפינען זייערע שפייז.


עכאָלאָקאַציע

עס ארבעט אז די באשעפעניש לאזט ארויס א שטארקע קול אין די וואסער און די קול גייט ארום און עס קלאפט זיך אן אין די באשעפעניש וואס געפינט זיך ווייט אוועק, דאן קלאפט צוריק א ווידער-קול, און די קול קומט צוריק צום פארצוקער, און לויט ווי אזוי דאס קלאפט צוריק צו אים ווייסט ער גענוי ווער און ווי דער קרבן איז.

די וועג ווי אזוי די ארקע טוט דאס איז, ער לאזט ארויס אזאנע קראצעדיגע קולות פון זיין לאך ווי ער אטעמט, און די קולות גייט אריין אין זיין פאדערשטע חלק פון זיין קאפ, דארט איז דא פעטנס וואס הייסט 'מעלאָן' וואס דאס פארשפרייט די קול אינעם גאנצן ארום, ווען עס קלאפט צוריק גייט עס אריין אין די אונטערשטע חלק פון די באקן, דארט גייט עס צום אויער, און פון דארט נעם די מוח איבער די אינפארמאציע.
(עכאלאקאציע-אודיאו)


בילד

עס איז ממש א וואונדער צו זען ווי אזוי די פארצוקער ווייסט דורך דעם גענוי וואס פאר א מין פיש דאס איז, צום ביישפיל: אונזער ארקע די 'רעזידענט' סארט, גלייכן זייער א סארט סעלמאן מיטן נאמען 'טשינאָק סעלמאן' (Chinook salmon), די פיש קען זיך געפינען צווישן נאך פינף אנדערע מינים פון סעלמאן, און רוב מאל איז די טשינאָק סעלמאן גאר א קליינע פראצענט צווישן די אנדערע מינים, פון דעסטוועגן וועט די ארקע מיט די הילף פון 'עכאלאקאציע' גלייך טרעפן די 'טשינאָק סעלמאן', הפלא ופלא!
(אודיאו עכאלאקאציע)

די ארקע וועט געבוירן אן איינצעלע בעבי צווישן דריי אין פינף יאר, ווען די בעבי ארקע ווערט געבוירן איז ער שוין 4 ביז 6 פיס לאנג און וועגט איבער 400 פונט, די ערשטע זאך ביים געבורט דארף די מאמע ארויפשטופן די בעבי צום אויבערפלאך צו שעפן פרישע לופט, די מאמע און די גאנצע משפחה וועט זיך אפגעבן מיטן קליין קינד, די מאמע לייגט אריין שווערע חינוך אין די יונגע ארקעס אויסצולערנען אלע סטראטעגיעס און כל מיני טאקטיקן, ווי אזוי צו זיין א 'ריכטיגע' ארקע.



א בעבי ארקע, אונטער די אויפזיכט פון צוויי ערוואקסענע

א פלא פון א זאך, די ארקעס מיט די 'פיילעט וועיל' זענען די איינציגסטע באשעפענישן (מיט די מענטש) וואס הערן אויף צו געבוירן קינדער אין די מיטעלע יארן, אלע אנדערע באשעפענישן וועלן האבן קינדער ביז זייער שטארבן, שוין יארן וואס פארשער פראבירן צו זאגן הסברים דערויף, די איינציגסטע מסקנה איז, אז עס ליגט אין זייערע נאטורן אויפצוהערן האבן קינדער כדי זיך צו אפגעבן און אויפהאדעווען די יונגווארג, און אויסלערנען אלעס וואס זיי דארפן וויסן אנצוגיין מיט זייער לעבן, אזוי ווי א מענטש!..

ארקעס שלאפן נאר האלבוועגס, ד.מ. אייביג וועט נאר אהאלבע מוח שלאפן בשעת די צווייטע האלב איז אויף, דאס איז ווייל זיי דארפן כסדר ארויפקומען אטעמען פרישע לופט, אזוי שלאפן זיי אבער פארט גענוג אויף צו קענען אטעמען, און אזוי אויך זעען זיי וואס עס טוט זיך ארום און קענען אויפכאפן אויב א פיינט דערנענטערט זיך, ווען זיי שלאפן שווימען זיי שטייטער און מער רואיגער.

ארקעס לעבן נישט אזוי לאנג ווי אנדערע וואלפישן, די זכר וועט לעבן אין דורכשניט ביז פערציג יאר, די נקיבה וועט לעבן לענגער, ביז פופציג יאר און ארויף, מען האט שוין געטראפן ארקעס וואס האבן געלעבט לענגער, און נקיבות וואס האבן געלעבט ביז אכציג אדער ניינציג יאר.

די פאפולאציע פון ארקעס זענען נישט אין געפאר פון אונטערגיין, נעמעדיג אין אכט אז זיי זענען פארשפרייט ארום די גאנצע וועלט, און האבן נישט קיין נאטורליכע פארצוקער, די ציפערן ווערן געשאצט מיט א מינימום 50,000 ארקעס וואס איז זיכער פארהאן, (האלב דערפון אין די אנטארקטיקע ראיאנען) און היות זיי זענען אזוי פארשפרייט ווייסט מען נישט גענוי די צאל פון ארקעס.

****



ווען עס קומט צו עסן איז די ארקע א היפשע 'מחותן' אין דעם פאך, ארקעס דארפן עסן אסאך, חוץ פון דעם וואס זיי זענען אזוי גרויס ווי א עלעפאנט, פארברענען זיי אסאך 'קעלאריעס' א טאג, זיי ניצן אויס אסאך כוחות מיטן שווימען, און דאס פארלאגט זיי צו זוכן ריזיגע מאלצייטן יעדן איינציגע טאג.

זיי קענען עסן אלעס, מיט די הילף פון עכאלאקאציע, און זייער שנעלע ספיד, קען קיינער נישט אנטלויפן פון זיי, יעדע באשעפעניש וואס איז צווישן די סייז פון א קליינע 'הערינג' פישל ביז די גאר גרויסע וואלפיש איז אויף זייער מעניו, דאך האבן זיי א גוטע אפעטיט און וועלן זיך קלייבן וואס צו עסן, (אפילו זיי האבן נישט קיין נאז און זיי קענען נישט שמעקן..) און אפילו פון דעם איין קרבן וועלן זיי נאר עסן די גוטע חלקים, א שטייגער ווי די הארץ, לעבער, נירן, און איבערלאזן די שוואכע חלקים פאר די פויגלן און פיש וואס ווארטן שוין בכליון עניים צו געניסן אביסל שיריים פון די מאלצייט.

די סארט 'רעזידענט' ארקעס, גלייכן נאר פיש, דאס נעמט אריין אסאך סארטן, הויפט שפייז איז די 'טשינאָק סעלמאן' און נאך אנדערע גרויסע פישליך, ווי אויך גלייכן זיי קלענערע סארטן ווי למשל 'הערינג' וואס געפינען זיך אפטמאל אין די צענדליגע טויזענטערס.

עס איז צום שטוינען צו זען ווי אזוי אויף יעדע באשעפעניש האבן זיי אנדערע פארשריפטן ווי אזוי זיי צו פאנגען, ביי א גרויסע גרופעס פון קליינע פיש וועלן זיי גיין אונטער די פיש און ארויסלאזן גרויסע 'לופט באבלס' וואס דאס וועט זיי צווינגען צו ארויפשווימען צום אויבערפלאך דאן וועלן זיי ארומרינגלען די פיש, און אנפאנגען מיט די סעודה, אדער וועלן זיי קודם שמייסן מיט זייערע וויידליך, און אזוי הרגענען די פיש, דערנאך וועלן זיי עסן מיט רואיגקייט.

ביי גרעסערע פיש וועלן זיי ארומרינגלען פון אלע זייטן, צווינגענדיג ארויף צו גיין ביזן אויבערפלאך, און דאן אטאקירן פון אלע זייטן.

בילד
נעמענדיג ארום א גרויסע גרופע פון פיש


גייענדיג צום צווייטען הויפט סארט ארקעס די ט'ראנזיאנט', ווערט שוין אביסל אינטערעסאנט.. זיי שפייזן זיך אויף גרעסערע סארטן באשעפענישן, און רוב מאל פארצוקן זיי 'פארצוקערס', ד.מ. אז זייערע קרבנות פאר זיך זענען שטארק און לעבן אויף צו פארצוקן א צווייטן.


די קאליפארניע 'סי לייען' איז אויף די ארקעס מעניו

'סיעלס' און 'סי לייענס' פארנעמט א אויבן אן אויף זייער דיעטע, פון אלע סארטן, גרויס און קליין יונג און אלט, עס איז ממש א גארנישט פארן ארקע דאס צו פאנגען, שווימענדיג פיל שנעלער וועלן סיי אין א סופרייז ארויף שווימען פון הונטער זיי און מיט בלויז איין ביס איז די סיעל שוין עלימענירט און עס איז שוין צייט זיך צו; שפילן מיט די קרבן...

זעלטן וואס מען זעט ביי פארצוקער'ס אז זיי שפילן זיך מיטן קרבן, אבער ביי די ארקע איז דאס א נארמאלע ערשיינונג, נאך מער, זייער אסאך מאל זענען זיי נישט הונגעריג, און וועלן נישט עסן דעם קרבן ווען די שפיל איז פארטיג, דאס מאכט אונזער ארקע אלס א פשוטער 'טשעפנאק' און אונטער די פריינטליכער 'דאלפין שמייכל' ליגט גאר שלעכטע אכזרית...

בילד
זיך שפילנדיג מיט סיעלס

ביי געוויסע ארקעס זעט מען אן אינטערעסאנטע וועג ווי אזוי זיי פאנגען סיעלס, ווי באקאנט זענען סיעלס ים חיות, און זיי גייען אסאך מאל ארויס אויפן בארטן צו כאפן א דרימל, אבער אויף די יבשה זענען זיי 'קריכעדיגע' חיות און קענען זיך שווער באוועגן, האבן פארשער באמערקט אז ווען עס איז 'היי-טייד' (ד.מ. די וואסער איז יעצט העכער מיט עטליכע פיס, די וואסער איז כסדר העכער און נידריגער) וועלן זיי דאן צו שווימען ממש ביז צום בארטן, און פאנגען די סיעל ממש ווען ער טוישט פון שווימען צו קריכן ביים עק פון די וואסער וואס דארט באוועגט ער זיך זייער שווער, און קען נישט אנטלויפן פון דעם 'צונאמי' וואס האט אים דערגרייכט.

בילד
פאנגט א סיעל ביים בארטן

דאס איז א גרויסע ריזיקע פאר די ארקע, ווייל אויב גייען זיי צופיל ארויס פון וואסער קענען זיי פארלירן דעם כוואליע וואס וועט זיי העלפן צוריק שווימען, וואס דאס מיינט אז זיי וועלן אויסגיין ביים בארטן, און ווייניג ארקעס באווייזן טאקע דעם קונץ, און וואס קענען יא זענען זייער פארזיכטיג צו כאפן די כוואליע אויף צוריק, און עס מאכט טאקע ווען די ארקע האט מיסקאליקיולעיטעד, און דאן בלייבט די ארקע פארכאפט ביים בארטן, בפרט אויב עס איז דערנאך א לאו-טייד.

מענטשן האבן שוין פיל מאל געפינען אזוי אן ארקע ביים בארטן, אבער עס איז נישט מעגליך צו רירן די ארקע פון פלאץ, די איינציגסטע עצה איז צו כסדר אנגיסן מיט וואסער און ווארטן אויף א היי-טייד.


מי יחיה...

אין אנטארקטיקע, האבן זיי גאר אן אינטערסאנטע וועג ווי אזוי זיי פאנגען די סיעלס, ווען א סיעל איז אויף אן אייז בערגל, וועלן זיי צוזאמען שווימען צום אייז בערגל מיט א שנעלע ספיד, די רעזולטאט דערפון איז, אז עס פארמירט זיך א שטארקע וואסער כוואליע, וואס דאס צוברעכט די אייז בארג, זיי וועלן דאס טון נאכאמאל און נאכאמאל ביז די סיעל איז אין גוטע הענט...

בילד
שאפנדיג כוואליעס צו פאנגן א סיעל

איינע פון זייערע באליבטע עסן איז די סטינג-רעי, באקאנט מיט איר שפיזיגע וויידל, וואס קען דערלאנגען א פיינפולער שטאך, אבער נישט געזארגט די ארקע גיבט זיך אן עצה..
(ווידיאו 1 ווידיאו 2 )

בילד
אוטש!

ווי אויך איז דא ארקעס וואס פאנגען פויגלן, עס הערט זיך מאדנע, אבער זיי ניצן א פשוטער טאקטיק, זיי לייגן ארויס א טויטע פיש ווי צו אוועקגעבן פאר ווער עס דארף עס, און די פייגל וואס קומט עס נעמען ווערט געפאנגען פונעם ארקע, אזוי איז פון א קליין פישל געווארן א גרויסע פייגל...
(ווידיאו)

בילד
פאנגט א פייגל


****




אום יוני 2017, ביי די ברעגעס פון סאוט אפריקע, האט די וואסער אויסגעשפיגן פינף טויטע 'גרעיט ווייט שארקס', פיר פון זיי האט געפעהלט זייער 'לעבער' אויף א מאדנע אויפן, עס איז געווען אויפגעריסן גאר א קליינע לאך ממש ווי א 'דאקטערס אפעראציע', פארשער האבן עס באטראכט די סימנים פון די ביסן, און דער חשד איז געפאלן אויף אונזער צדיק'ל; די ארקע...

בילד

וואס איז די גרויסע חידוש דערפון? איז אזוי, עס זענען פארהאן איבער 400 סארטן שארקס אין די וועלט, שארקס זענען די גרעסטע 'פיש' אין וואסער (די וועיל שארק איז די גרעסטע שארק און 'פיש' אין די וועלט) אין די גרעיט ווייט שארק איז די שטערקסטע שארק, און די שטערקסטע און די גרעסטע 'פיש' פארצוקער אין די וואסער, לענג אין דורכשניט 16 פיס, דריי רייעס פון שארפע שפיזיגע ציינער, די גרעיט ווייט שארק, איז באקאנט מיט אירע ברוטאלע אטאקעס אויף סיעלס און אויף מענטשן, זיין ביס קראפט איז גאר שטארק (4,000 psi) און איז א גרויסער פארצוקער עסנדיג 11 טאן פלייש א יאר! מען האט אלץ געוואוסט א די גרעיט ווייט איז די קעניג פון וואסער, אבער אונזער ארקע האט געוויזן אנדערש..

אין די צייט וואס די גרעיט ווייט איז א גוטע בייסער, איז ער אבער נישט אזוי אינטעלעדזשענס, בעת וואס די ארקע איז גאר אינטעלעדזשענס, און אויך פיל שטערקער און גרעסער.

די וועג ווי אזוי די ארקעס באווייזן דאס, איז מיטן ארום רינגלען די שארק פון אלע זייטן, דאן געבן קלעפ אויף זיין רוקן מיט זייערע וויידליך צווינגענדיג די שארק זיך צו האלטן אויפן אויבערפלאך דאן זיך אריינהאקן אינעם שארק אויף אן אויפן וואס ער דרייט זיך איבער ווערנדיג האלב פאלאזירט (די שארק, אנדערש ווי אלע פיש, דארף כסדר שווימען כדי די וואסער זאל אדורכגיין זיינע גילס), דאן מיט א איידלקייט אראפציפן נאר די לעבער, (זייער לעבער איז זייער רייך פון פעטנס און ווייטאמינען, די לעבער קען צומאל זיין 24 פראצענט פון זייער גוף) און איבעלאזן די גאנצע שארק.

(גרעיט ווייט -ווידיאו טייגער שארק - ווידיאוו זיבן גיל שארק - ווידיאו)

פארשער צייגן אן אז זיי טוען דאס ווען די סופליי טשעין איז אין א מאנגל, אדער צו צייגן דאמינענץ.

אין אזא פאל וועלן אלע שארקס פונעם אומגעגנט נעלם ווערן, אין פאל די שארק וועט זיך ארויסדרייען באצייטנס וועט ער אראפנידערן צו די טיפענישן פון ים, און דארט זיין ביז א יאר, אויס פחד פון די ארקעס.

****


ארקעס זענען די איינציגסטע נאטורליכע 'וואלפיש' פארצוקער, יא! די ריזיגע באשעפענישן האבן אויך איינער וואס קען, און וועט זיי פארצוקן!

ס'כאפט א פחד מיטצוהאלטן אזא געשלעג, די ארקעס זייענדיג אין גרויסע גרופעס וועלן ארבעטן צוזאמען אראפצוברענגען די ריזיגע טאנקן, זיי וועלן צוזאמען ווייטער שווימען מיט די ריזיגע וואלפיש גאר נאנט פארשווערנדיג די וואלפיש פון געהעריג שווימען, די וואלפיש וועט ווערן שנעל אפגעמוטשעט פון דעם, בעת די ארקעס ענערגיע האלט זייער לאנג אן, ווי נאר די וואלפיש ווערט נאכגעלאזט פאנגט זיך אן די ביטערע ביסן פון אלע זייטן, און די ענדגילטיגע טאקטיק איז, צו אנהאלטן די וואלפיש אונטער די וואסער נישט ערלויבנדיג די וואלפיש צו כאפן דאס אטעם, זיי וועלן זיך ארויף ווארפן אויף אים און איבער דרייען, ביז די ריז ברעכט זיך אונטער און די ריזיגע סעודה איז גרייט.
(גרעי וואלפיש - ווידיאו מינקי וואלפיש - ווידיאו)


פארשער האבן אלע יארן געהאלטן אז פארט איין וואלפיש קענען נישט די ארקעס בייקומען, דאס איז די 'בלויע וואלפיש', דאס איז די גרעסטע באשעפעניש אויף דער וועלט! שטעלט אייך פאר ווען דער געלע 'סקול באס' איז גאר א לעבעדיגע באשעפעניש, און נישט איינס, נאר דריי סקול באסעס אויסגעשטעלט איינס הונטער דעם צווייטן.. די בלויע וואלפיש קען זיין לאנג ביז הונדערט פיס! און קען וועגן 150 טאן! (300,000 פונט!), צו געבן א שטיקל דוגמא; זיין צינג אליין וועגט מער ווי אן עלעפאנט! און זיין הארץ וועגט אזוי ווי א קאר! די גרעסטע בלויע וואלפיש וואס מען האט געפינען איז געווען 110 פיס לאנג, און די מערסטע בלויע וואלפיש האט געוואויגן איבער 200 טאן!

כאטש וואס יונגע בלויע וואלפישן וועלן די ארקעס פאנגען אן קיין איבריגע שוועריגקייטן, דאך ערוואקסענע וועלן זיי נישט פאנגען, כאטש עס איז שוין רעקארדירט געווארן צוויי אינצידענטן מיט יארן צוריק, האבן פארשער געהאלטן אז דאס איז געווען א צופאל, נעמליך די ארקעס אפילו זיי זענען די שטערקסטע באשעפעניש קענען זיך נישט פארמעסטן מיט אזא ריז, זיי האבן דאס באצייכנט אז דאס איז אזוי ווי איר ווילט אפשטעלן א 'שנעל פארנדיגע באן' וואס ווי שטארק מען איז נאר איז דאס נישט שייך, אויך איז די בלויע וואלפיש באקאנט מיט איר שטארקע מאכטפולע וויידל, וואס איז די גרעסטע און שטערקסטע וויידל אין די וועלט.

אבער.. אין די לעצטע דריי יאר איז אין דריי באזונדערע פעלער רעקארדירט געווארן, ווי ארקעס פאנגען ערוואקסענע בלויע וואלפיש אן קיין איבערמידליכע כוחות, ביי איין פאל איז די וואלפיש געווען 79 פיס לאנג, די אטאקע נעמט טאקע לאנג און שרעקעדיג, די ביסן פון אלע זייטן, און די סטרייק דערנאך נישט צו לאזן דעם ריז שעפן פרישע לופט איז א פחד! אבער פארשער האבן בלית ברירה צוריק געצויגן פון זייער שאצונג...




אן ארקע בייסט די צינג פון די בלויע וואלפיש

****


עס איז מערקווירדיג, אז די מאכטפולע ארקע איז בכלל נישט קיין סכנה פאר מענטשן, אדרבה זיי זענען זייער פריינטליך (נאך אלעם זענען זיי דאלפינס..), זיי גלייכן נישט קיין מענטשן פלייש, מען קען אפילו שווימען מיט זיי.

הגם זיי האבן שוין צומאל אטאקירט שיפן, דאס איז וויבאלד עס קוקט זיי אויס ווי די 'וואלפיש געים' אבער דאס מאכט זיך זעלטן, און אויף מענטשן איז נישט דא קיין איין רעקארדירטע אטאקע, אדער א פאטאליטעט באריכט, פון אן ארקע אויף דער פריי, (אין געפענגעניש יא, ווי ערקלערט שפעטער).

בילד
זיך שפילענדיג מיט מענטשן אויף א שיף

זינט 1960 זענען געפאנגען געווארן ארקעס אין געפענגעניש, כהיום זענען פארהאן 58 ארקעס אין געפענגעניש (האלב דערפון זענען אין אמעריקע) וואס זענען אין אקוועריעמס, וואס זיי דינען צו טון 'פארשטעלונגען' פאר די צושויער, דאס איז א גרויסע ביזנעס און עס קומען אריין שווערע מיליאנען דערפון.

בילד
טוט קונצן ביי א שאו

אבער די ארקע אנדערש ווי אנדערע בעלי חיים וואס לעבן לענגער אין געפענגעניש, לעבט די ארקע ווייניגער, און דאס ווייזט שוין עפעס...

די ארקע איז א קלוגע בעל חי, און לעבט אייביג אין גרויסע גרופעס מיט זייער גאנצע פאמיליע, זיי האבן געפילן ווי מענטשן, און אקוועריעמס איז פאר זיי אזוי ווי א תפיסה.. (זיי קענען שווימען אויף דער פריי פערציג מייל א טאג) און דאס איז גורם פאר זיי 'עקזייעטי' און זיי קענען נישט געהעריג אנגיין.

איינע פון די סימנים פון 'עקזייעטי' ביי די ארקעס אין געפענגעניש, איז אז זייער 'דארסאל פין' האלט זיך נישט גראד ארויף נאר איינגעבויגן, דאס געשעט טאקע פון טראמא און עקזייעטי, זעלטן וואס מען זעט ארקעס אויף דער פריי מיט איינגעפאלענע דארסאל פינס, אבער אין געפענגעניש איז דאס זייער אפט אזוי.



לאמיר גיין א טריט ווייטער, ארקעס אין געפענגעניש האבן שוין מערערע מאל אטאקירט מענטשן, און סך הכל שוין דערמארדערט פיר מענטשן, אן ארקע מיטן נאמען 'טילי' איז פאראנטווארטליך אויף דריי פון זיי... (די פאריגע בילד מיטן איינגעפאלענע דארסאל פין איז טאקע 'טילי') אין די וועלט איז איז טאקע דא א גרויסע פארלאנג צו אויפהערן האדעווען ארקעס, און לאזן במנוחה דעם מאכטפולע באשעפעניש.

****


וויפיל מיר ווייסן איבער די זעלטענע באשעפעניש, ווייסן מיר גארנישט... מיט יעדעס יאר וואס קומט צו ווערן אנפלעקט פרישע חידושים, וואס זיי קענען אלס באווייזן, זייער אינטעלעדזשענס און קלוגשאפט איז אזוי שארף אז פארשער האבן גענומען א מיסיע צו פארשן זייער מוח.



די ארקעס מוח איז די צווייטע גרעסטע מוח אין די וועלט (15 פונט, די מוח פון א מענטש איז דריי פונט).

רעכנדיג לויט א סארט וועג וואס הייסט 'Encephalization quotient' ד.מ. די סייז פונעם מוח רעלאטיוו צום גוף, איז די מענטש די ערשטע, די צווייטע איז די 'Bottlenose dolphin' (פלעגט ארבעטן פאר די מיליטער צו אויפכאפן 'מינעס' אין די וואסער), און די דריטע איז די ארקע.

ארקעס האבן אויך א שטארקע 'Insular cortex' דאס איז א חלק פון א מוח, וואס דאס העלפט אויפכאפן זאכן צולייגן קאפ וואס עס פאסירט ארום זיך, געפילן, און נאך.

גייענדיג ווייטער אינעם מוח, רעכנדיג די 'Gyrification' דאס איז די סארט קנייטשן וואס מען זעהט ארום די מוח, דאס העלפט שנעל פראסעסן אינפארמאציע, און ווי אויך צו האלטן אסאך דאטע.



קוקנדיג אויף ציפערן איז די מענטש דער דריטער אין רייע מיט א 2.2, און די ארקע די ערשטע מיט 5.7 !, האבנדיג די גרעסטע און מערסטע 'Gyrification' פון יעדע באשעפעניש אויף די פלאנעט!

א קליינער ביישפיל וואס פאר א טעסטס די ארקע גייט דורך, איז די באקאנטע 'שפיגל טעסט' ד.מ. צו דער באשעפעניש קען אויפכאפן אז דאס איז א שפיגל פון זיך אליינס, די ארקע אבער איז געגאנגען א שטאפל ווייטער, נאך וואס ער האט זיך שוין גוט געקענט אין שפיגל, האט מען ארויפגעפארבט אויף זיין שווארצע חלק הויט א ווייסע פלעק, און אויף זיין ווייסע חלק א שווארצע פלעק, אין די רעזולטאטן זענען געווען צום שטוינען! ווען די ארקע איז אדורך דעם שפיגל האט ער דאס באמערקט, און איז ממש געווען אויס מענטש(..) ער איז געווען אנגעצויגן פראבירט זיך צו שאקלן פון אלע זייטן, ארויסגעשטעקט די צינג, צו זען וואס ס'גייט דא פאר...

בילד

****


דער חובת הלבבות אין שער הבחינה איז פארנומען, אז עס ליגט אויף אונז א פליכט זיך צו מתבונן זיין און פראבירן צו פארשטיין די וואונדערליכן בריאה ווי ער שרייבט ''על כן התבונן בבריאות הבורא מקטנם ועד גדולם והתישב בנעלם ממך'' ווי ער איז מסביר אז די אלע כוחות וואס מען זעט האט גארנישט מיט די באשעפעניש, נאר אלעס ווערט געפירט פון דער אויבערשטער, די באשעפעניש פאלגט סך הכל נאך זיין טבע וואס די אויבערשטער האט אים געגעבן.

אונטער יעדע זאך איז דא א פונקליכער סיבה פארוואס עס דארף אזוי זיין, און נישט סתם א עולם כמנהגו נוהג, ווי למשל; א קראנקן אקס האט פארמירט א טויטליכע וויירוס (מיר ווייסן שוין היינט צוטאגס ווי לאנג עס נעמט ביז די גאנצע וועלט איז איבערגעקערט...) איז געקומען א לייב און פארצוקט דעם אקס, שטייט א א מענטש אין דער זייט און זעט דאס צו, וואס זעט ער? גארנישט ספעציעל, א לייב האט פארצוקט אן אקס... מענטשעלע!! עפען אויף דיינע אויגן! די וועלט איז נארוואס אפגעהיטן געווארן פון דאס ערגסטע!...

שטעלט זיך די שאלה, פארוואס האט דער אויבערשטער געגעבן אזאנע 'פארבארגענע כוחות' פאר די ארקע?

שטייט אין די גמרא בבא בתרא דף ע''ד ע''ב
אמר רב יהודה אמר רב, כל מה שברא הקב"ה בעולמו זכר ונקבה בראם, אף לויתן 'נחש בריח' ולויתן 'נחש עקלתון' זכר ונקבה בראם, ואלמלי נזקקין זה לזה, מחריבין כל העולם כולו, מה עשה הקב"ה? סירס את הזכר והרג הנקבה, ומלחה לצדיקים לעתיד לבא, שנאמר והרג את התנין אשר בים


ווי רש''י ערקלערט, אז ווען ביידע לעבן ווען, וואלטן זיי געבוירן אסאך ריזיגע קינדער ,און דאס וואלט חרוב געמאכט די וועלט.

קוקנדיג אויף ציפערן פון די וואלפישן זענען כעת פארהאן 75,000 וואלפישן אין די אקעאנען, וואס אסאך פון די וואלפישן עסן יעדען טאג איבער פיר טאן (8,000 פונט) פון פיש! שטעלט זיך די פראגע, ווער וועט זיכער מאכן אז זיי זאלן זיך נישט אזוי פארמערן און אויפעסן אלע פיש פון ים?

די תירוץ איז אין איין ווארט; ארקע!
דער אויבערשטער האט זיי אויסגעשפרייט אין די גאנצע וועלט, געמאכט פאר די שטערקסטע באשעפעניש וואס איז נאר פארהאן, געגעבן פארבארגענע כוחות, געגעבן וואס עס איז נאר פארהאן, נעמליך מ'האט ארויפגעלייגט אויף זיי גאר א שטארקע אויפגאבע, צו אנהאלטן די פאפולאציע פון די גרעסטע באשעפענישן אין די וועלט!

מָה רַבּוּ מַעֲשֶׂיךָ ה', כֻּלָּם 'בְּחָכְמָה' עָשִׂיתָ, מָלְאָה הָאָרֶץ קִנְיָנֶךָ!


k17.jpg
k17.jpg (198.68 KiB) געזען 7722 מאל
לעצט פארראכטן דורך יש הנאה אום דאנערשטאג מארטש 03, 2022 5:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

@יש הנאה! אנוועליבעוויל הערליכע ארבעט וואס דו האסט דא אנגעברענגט!!
WOW מה רבו מעשיך ה'
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

ווי האט מען צייט צו מאכן אזא מעכטיגן ארבעט @יש ?

אוי איז דעס גוט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

WOWOWOW א הערליכע ארבעט
א גרויסע יישר כח
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

Wowowwowwow
ש'טא קייןווערטער!!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”