ניק ניק האט געשריבן:מחותן די ווייסט מיסתמע אז רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט נישט געהאלטן פון קיין בייק'ס, פארוואס ווייס איך נישט ווער בין איך אריינצורעדן.
די תגובה האט מיר מעורר געווען א אלטע תמיה אויף סאטמער,
עס איז אייביג געווען איינגעפירט אז ווען אימער א איד האט געהאט א שאלה אין הלכה/מנהג/השקפה האט ער פראבירט עס אליינס מברר צו זיין, און אויב האט ער עס נישט געקענט מברר זיין איז ער געגאנגען צו זיין רבין/רב/דיין/תלמיד חכם אז יענער זאל אים מאכען די ריסורטויש אין אים זאגן את המעשה אשר יעשון,
און אזוי פירט זיך נאך היינט צוטאגס רוב וועלט, {כמעט} יעדער האט זיין קהלה/ישיבה/דיין/רב/רבי ווי ער באלאנגט און מען פראבירט זיך צו פירען ע"פ שו"ע ומסורה יעדער לויט ווי ער זעט איין פאר ריכטיג, די לעבעדיגע רבי'ס/דיינים/ורבנים געבן איבער פאר די וואס זענענן מקבשי דעתם את המעשה אשר יעשון און מען דעם הייבט זיך עס אן און מיט דעם ענדיגט זיך עס...
אבער אין סאטמער איז אנדערש, אין סאטמער האט קיינער נישט קיין "אייגענע" מיינוג, קיינער פון די "לעבעדיגע" האבן נישט קיין רעכט פאר אייגענע החלטות.. אלעס גייט מיט די זעלבע ניסוך: די רבי האט יא אדער נישט געהאלטען דערפון..
פון "שמירות שבת ביז עסן בארשט מיטעל נאכט" פון "פארען מיט א בייק ביז איסורי כריתות" פון "זינגען מודה אני שבת אחר יו"ט ביז פארן אויף אר"י" אלעס הייבט זיך אן און ענדיגט זיך מיט וואס די רבי וואלט געטיען, עס איז נישט דא קיין מנהגים, עס איז נישט דא קיין שו"ע, עס איז נישט דא קיין אייגענע מסורה, און עס איז נישט רעכט צו מאכען א אייגענע בירור הלכה אויף קיין שום ענין.. גארנישט גארנישט. אלעס הייבט זיך מיטען זמירות דברי יואל און ענדיגט זיך מיט די פאליש זיצער וואס געדענקן פינקטליך משנתו הבירה פון רביה"ק זי"ע, און נאר מיר אין סאטמער האבן מיר די פאני אומפארשטענדליכע לייען אויף אינזער ת"ת לעדער-העד "בהסתיידות כ"ק אדמור זיע"א" כאילו עס איז א חלק פון די שש זכירות וואס מען דארף האלטען פאר די אויגען.
#אומפארשטענדליך
אבער עס האט מורא'דיגע ריווח אויך, די ריווח איז מער ווי די מילתה דתמיה.