רבי אביגדור מיללער זצ"ל ענטפערט

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

נאכן איבערקלערן מיין איך ר' אביגדור ענטפערט אזוי.

דער שואל פרעגט פארוואס מענטשן טראגן נישט הערנער אלס זעלבסט באשיצונג גענוי ווי חיות.

אויף דעם קומט די תשובה אז יעדער וואלט זיך דעם אנדערן צעפליקט כפשוטו. איי וואס יא? א מענטש ברויך דאך אויך עפעס א זעלבסט באשיצונג אין פאל פון נויט? דערויף איז ער ממשיך אז איה"נ דער מענטש האט א פול שטערקערע און מער ווירקזאמע זעלבסט באשיצונג, למשל דער מויל, די חכמה (ומלט את העיר בחכמתו וגו'), פונקט ווי די סארט חיות וואס האבן נישט קיין הערנער און דאך האבן זיי אנדערע סארטן זעלבסט באשיצונג דאס זעלבע איז ביים מענטש ער האט אנדערע טולס דערפאר. ע"כ בקיצור.


יעצט וועט יעדער זיך וואונדערן, מען רעדט דאך דא אז "יעדער" זאל טראגן הערנער צוגלייך נו אויב אזוי וואלט זיך קיינער נישט צעפליקט וויבאלד דער אנדערער האט דאך פונקט אזוי הערנער ווי דו.
מיט וואס וואלט עס געווען אנדערש ווי היצט ווען "קיינער" האט נישט קיין הערנער, און דו ביסט רואיג אז קיינער צעפליקט זיך נישט, וויבאלד אלע זענען גלייך. נו איז דאך אפילו מיט הערנער וואלטן דאך אויך אלע געווען גלייך?

נאר די כוונה פון דעם תשובה איז אזוי, דו שואל פארלאנגט אז מענטשן זאלן טראגן הערנער אלס זעלבסט באשיצונג. לאמיר זען אויף וואסערע אופן איז הערנער באמת זעלבסט באשיצונג?
לאמיר נעמען למשל א הירש, עס טראגט נישט קיין הערנער זיך צו שיצן פון אן אנדערן הירש, זיי לעבן פרידלעך ביינאזעם. ער דארף אבער הערנער זיך צו שיצן פון פרעמדע פרעדעיטערס וואס זוכן זיי צו פארצוקן.

האט דער שואל פארשטאנען די זעלבע זאך וואלט געווען ביי א מענטש, אז די הערנער וואלט נישט געווען זיך צו באשיצן פון אנאנדער מענטש, ווייל מיר לעבן אין א ישוב בדרך כלל און מענטשן לעבן פרידליך, עס וואלט אבער געווען גוט זיך באשיצן פון א פרעמדע חיה וכדומה. אויף דערויף קומט די תשובה אז דער שואל לעבט אין א טעות! אויב מענטשן וואלטן געהאט הערנער וואלט מען עס אויסגענוצט לרעה צו פארציקן דעם אנדערן מענטש. ווייל א מענטש מיט זיינע מדות און נטיות איז אנדערש פון א הירש!

און דער ביאור דערויף קען מען שוין זאגן אסך סיבות. פשוט איז אז וויבאלד מיר זען די אברים וואס א מענטש האט יא, נוצט ער אויך נישט כדבעי, וכ"ש הערנער שדרכן אך ורק להזיק.
יעצט אויב א מענטש זאל טראגן א מעסער מיט א גאן איז שוין דאס זיין אייגענע בחירה, אבער מיט געבוירענע הערנער וואלט ממש געווען ווי אוועקגענומען די בחירה פון א מענטש!

ווייל ווען מען איז מתבונן זעט מען אן אינטעראסאנטע זאך, די איניציאלע באגריף פון הערנער איז טאקע אלס זעלבסט באשיצונג, אבער נישט אלעמאל העלפט דאס. אויב זאל קומען א קעצל אדער קליינער חיה'לע וועט דאס אפשר זיין ווירקזאם, אויב אבער קומט א לייב, בער אדער אפילו א וואלף איז הערנער טאטאל ווערדלאז, פארוואס ווייל דאן איז דא א יסודותדיגע פראבלעם אז דער הירש איז צו קליין קעגן דעם פרעדעיטער און הערנער קען צו דעם נישט העלפן מיט גארנישט.

די זעלבע איז דא ביים מענטש, עז איז פארהאן א יסודותדיגע פראבלעם פון מידות ונטיות וואס זענען פול שטארקער און גרעסער פון די הערנער באשיצונג, ממילא וואלט מען דעם אנדערן חיים בלעו און הערנער וואלטן סייווי געווען ווערדלאז.


והשתא דאתינא להכא... אפשר איז דאס אן ענטפער איבער די גאן קאנטראל דעבאטע, אויב מען זאל יעדן ערלויבן טראגן א גאן וועט זיין איש את רעהו חיים בלעו פונקט ווי הערנער, או דילמא סיז זיין אייגענע בחירה, תיקו...
לעצט פארראכטן דורך שוועמל אום מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

שוועמל זייער שיינער ביאור. יעצט פארשטיי איך עס אפילו נאך קלארער.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אפשר בינעך צו איינגעעקשנ'ט. אבער חביבין עלי דברי ר' אביגדור, און כ'וויל עס פארשטיין!

אלע וואס ענטפערן דא, זאגט איינער אז "באמת דארף מען יא וויינען" ווייל די דור האט פארלוירן. אבער פון ר' אביגדור איז משמע אז מען רעדט אין א פאל וואס מען האט נישט אויף וואס צו וויינען - כאטש עס איז באמת דא, ווייל דער דור האט פארלוירן - אבער נישט פון דעם רעדט ער, ווייל אויס יא, איז דאך נישט שייך צו זאגן מען דארף וויינען נישט צו ווערן פארהארטעוועט, נאר ער דארף ווען זאגן "טראכט שטארק אריין, וועסטו זעהן אז עס איז יא דא אויף וואס צו וויינען. און נישט דאס דאגט ער.

אנדערע ברענגען דעם חינוך אויף "אדם נפעל". אבער דאס איז דאך נישט שייך אויף קיין געפיל, נאר אויף א מעשה. "שאקל זיך שטארק ביים דאווענען", "דאווען הויך אויף א קול" וכו' וכו'. אבער אויף געפיל איז דאך נישט שייך, מען קען נישט "זיך מאכען" כאילו מען האט א געפיל, איבערהויפט אז דו ווילסט עפעס פוילן ביי זיך אליין. אפשר קענסטו אויפטאן אז אנדערע וועלן ווערן נתעורר, אבער ביי דיר אליין איז דאך נישט שייך. און ר' אביגדור רעדט דאך פון פוילן ביי זיך אליין, נישט צו ווערן פארהארטעוועט.

אריין טראכטען אז מיתה איז שלעכט, נא דארף מען זיך ניטש מאכן "נישט צו ווערן פארהארטעוועט", טראכט אריין אז דו גייסט איין טאג שטארבן, יזכיר לו, און וועסט ווערן נתעורר.

אולי וואס שוועמל זאגט אז "רגש איז א וויכטיגע זאך", קען זיין בדיעבד דאס איז פשט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

איך האב אמאל געמיינט אז איך בין א גוטער בעל הסבר, אולי בין איך א חסר הבנה. איך ווייס דיר נישט וואס צו ענטפערן. לאמיר בלייבן מיט שוועמעלס פשט.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

בדרך כלל האט רבי אביגדור מיללער געזאגט דער זעלבע זאך אין מערערע געלעגענהייטען (וועגען דעם איז ער דאך געווען א גאון, אז רוב ענטפערס אויף קשיא'ס וואס ער האט געגעגעבען איז אים נישט יעצט אויף דער סעקוננדע "פינקט" איין געפאלען, נאר ער האט שוין געטראכט פון דער נקודה פריער, יארען פריער). ממילא איז כדאי צו טרעפען ווי נאך ער האט געזאגט ענליכע דיבורים, און אפשר דארט האט א ביסעל קלארער מסביר געווען דעם ענין.

קען מען סורטשען זיינע טעיפס פאר געוויסע "קעטש ווערטער"?
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תשובה יח'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

- ליינט א העכסט שפאנענדע באלערנדע שמיעס וואו רבי אביגדור ענטפערט א איד וואס פרעגט אים אן איבער יסודות הדת -

קשיא: פארוואס דארף די איבערגעגעבנקייט פאר "די באשעפער און די תורה" זיין מער איבער אלע אנדערע צילן?

ענטפער: איך וועל עפעס פרעגן יעדעם איינעם פון דא אליבא דנפשיה, יעדער לויט זיין אייגענע ווערטער. עס איז דא א מענטש וואס איז איבערגעגעבן צו בלומען, ער האט ליב בלומען, אדער ער האט ליב פויגל. דאס איז זיין גאנצע לעבן. סא אונז גיימיר אים פרעגן: קוק, דו גייסט נישט לעבן מער פון 120 יאר, סא וואס גייסטו פארדינען פון די בלומען צום סוף פון דיין לעבן? זיי גייען דיך באערדיגען צווישן בלומען? די פויגל וועלן קומען זינגען העכער דיין קבר? דו וועסט וויסן בכלל וואס טוט זיך? וואס גייסטו פארדינען פון א לעבן וואס איז געווען מאטיווירט פאר בלומען? אדער א לעבן מאטיווירט פאר מוזיק? אדער א לעבן מאטיווירט פאר עבודה זרה? אדער א לעבן איבערגעגעבן לאמיר זאגן ארום צו פארן שטודירן? א לעבן איבערגעגעבן פאר סייענס? וואס גייסטו ארויסנעמען פון זיי? זענען זיי דיר מבטיח אין דיין סייענס טעקס בוך, אז ווען דו גייסט שטארבן גייסטו גראדאירן צו א יוניווערסעטי וואו דו גייסט דארט לערנען פאר די קומענדע מיליאן יאר? קיינער איז דיר גארנישט מבטיח דארט. אלעס וואס זיי זענען דיר מבטיח איז A Hole in the ground A hole in the ground!

וואס זענען מיר מבטיח? אונז זענען אים מבטיח עפעס אנדערש. לאמיר זאגן דו ווייסט נישט די אמת, אבער איז עס דען נישט ווערט צו געמבלען אויף דעם? נאך אלעם, וואס וועסטו פארדינען? א A hole in the ground סא דו מוזט אויסוועלן, אדער וועל דיר אויס א A hole in the ground אדער וועל דיר אויס א אינערליכן לעבן.

לאמיר זאגן דו ווילסט א אינערליכן לעבן, איז אבער א A hole in the ground זיכער נישט א אינערליכן לעבן. דאס איז א ודאי, און דאס איז א ספק. סא דו מעגסט נעמען א טשענס, דו גייסט גארנישט פארלירן, עס איז אזוי פשוט ווי עס איז. אבער גארנישט וועסטו פארדינען ווען די צייט וועט קומען, יעדער איינער דארף זאגן Goodbye פאר די וועלט. יעצט, איז עס וויכטיג צו וויסן וויאזוי דו לעבסט אין די וועלט? איז עס וויכטיג ווי סאך פאן דו האסט געהאט אין די וועלט? יא עס קומט צו אן ענדע, מענטשן ווערן אלט, אויסגעוועטשט, און קראנק. אלעס ווערט גרוי און זויער, ביז עס ווערט אש פון זיי. סא עס איז אלעס גארנישט, אלעס איז גארנישט. זכרונות און גארנישט. דו נעמסט נישט מיט קיין זכרונות מיט דיר. סא די שאלה איז, וואס גייט געשען מיט דיר נאך דיין קבר? סא אלע איסלאמישע זאגן דיר אז נאך דיין קבר וועסטו זיין אזוי טויט ווי א נאגל פון א טיר. אבער אונז זאגן אז נאך דיין קבר וועסטו נישט זיין אזוי טויט ווי נאגל פון א טיר. עס איז דא א מאסיווער ברענעדיגן גיהנם וואס ווארט אויף דיר פארן פאברענגן דיינע יארן. אה, זיכער, עס איז דא א משפט. פארוואס האסטו נישט אויסגענוצט דיין לעבן עפעס צו מאכן פון דיר? פארוואס האסטו נישט הנאה געהאט פון דיין אייגענע אמונה? פארוואס האסטו נישט פראבירט צו זען די אמת אין די וועלט, וואו דו קענסט זען די הענט פונעם אייבירשטען. און עס איז אוממעגליך פאר א מענטש צו נוצן זיינע אויגן און עס פארבלענדן און לייקענען אז עס איז דא קלוגשאפט אין די וועלט. דו האסט זיך אויסגעדרייט דיין ריקן אויף זאכן וואס איז געווען עוועילעבל, און דו האסט אויסגעוועלט שטותים, ליידיגע זאכן. סא דו דארפסט וויסן, נישט נאר איז דיין קבר דיין ענדע, נאר די קבר איז די אנהייב פון די עונש.

יעצט, ווען איינער הערט דאס, אויב ער גייט איגנארן די אלטערנאטיוויס, און ער וועט זאגן איך וועל צומאכן מיינע אויגן, און איך וועל אוועקווארפן אלעס און איך וועל אויסוועלן מיט דעם אלעמען A hole in the ground. איז אלע אזעלכע רעליגיעזע מענטשן להבדיל קלייבן למעשה אבער נישט אויס A hole in the ground, זיי זענען איבערגעמאכט דורך זייערע לערער, אז ״זיי האבן אויך א אינערליכע לעבן״. יעצט, אונז גייען מיר נישט זיי אויפמאכן, דאס איז נישט אונזער ארבעט צו רעדן צו די גויים, און זאגן אז זיי זענען פאלטש. [דא איז רבי אביגדור אריין און צונומען די פיסטע פארשאלטענע קריסטליכע גלויבן, און געמאכט ביטערע מטעמים פון זיי, ער האט אויסגעצויגן חידות סתימות לענגאויס זייערע גאנצע גלויבן, און עס צושטויסן אויף פיצלעך. מיר האבן דאס נישט טרענסאלירט, ווייל מיר האבן געשפירט זייער אוממוטיג איבער צושרייבן זייערע פארשאלטענע קולטור. דער שרייבער פון די בוך ברענגט נאך אז רבי אביגדור האט געזאגט ביי א אנדערע געלעגנהייט אז ער האט באקומען א היתר פון א אדם גדול אין אייראפע צו ליינען די ביכער פאר זיין תועלת]

[די קומענדע שורות ברענג איך יא, ווייל דאס איז ממש לאכעדיג]

אינעם קאראן וועסטו אויפמישען די בלעטער, וועסטו זען אז די קאראן זאגט אז ווען פרעה, אין די צייטן ווען די אידן זענען געווען אין עגיפטען, האט פרעה געזיכט איינעם מיט וועם זיך אדורך צו רעדן וואס צו טון מיט די אידן. סא ער האט אריינגערופן א קאנסלאר מיטן נאמען המן. פרעה האט אריינגערופען המן אלס עדווייזער. איר פארשטייט וואספארא היסטארישע מענשטן זיי זענען געווען. איך האב געמיינט אז עס איז געווען א טעות, אבער איך האב אריבער געמישט אפאר בלעטער שפעטער, און ער ווערט נאכאמאל דערמאנט המן! עס איז האר אויפשטעלנד! עס איז אזוי קראנק ווי עס קען זיין! אבער די גויים זענען נאריש, און זיי פראבירן זייערע בעסטע היינט, צוזאמען מיט זייערע פראפעסערס און פיסטע לערערס איבערצושטיקלען היסטאריע. אבער עס איז צו שפעט, עס איז שוין געשריבן שווארץ אויף ווייס.

אבער א איד וואס קוקט אויף די וועלט און זעט שטענדיג די האנט פונעם אייבירשטען אין די נאטור. וואונדער איבער וואונדער! פארוואס זענען די שארפע ציינער אין פראנט פונעם מויל? איז עס א אינצידענט אז דו האסט שארפע ציינער אין פראנט? איך האב גערעדט צו א דענדטיסט, און אים געפרעגט: וויפיל מיילער האסטו שוין געזען? האט ער געזאגט טויזענטער מיילער. האב איך אים געפרעגט: האסטו שוין געזען די שארפע ציינער אין די בעק? ניין, האט ער גאזאגט, אייביג אין די פראנט. האב איך אים געפרעגט 'פארוואס? האט ער געזאגט: וואס מיינסטו צו פרעגן, אויב די שארפע ציינער וואלטן געווען אין די בעק, און די באק ציינער אין פראנט וואלט מען נישט געקענט עסן. דו דארפסט האבן די שארפע ציינער אין פראנט צו קייען די עסן. נאכדעם קומט די צינג און שטיפט עס אריין אין די האלדז, און עס איז קיינמאל נישט פארקערט. יעצט, דו האסט געקוקט אין טויזענטער מיילער, דו נארישער דענטיסט, האסטו נישט געזען אז עס איז די האנט פונעם אייבירשטען? וויאזוי קען אזא פלאן זיין פראגאמירט אין די דזשינס פון די קליינע אומגעבוירענע קינדער. אין יעדעם איינעם איז דא דעם פראגרעם, אזוי ווי אין א קאמפיוטער. סא דו זעסט אז עס איז דא א פלאן, עס איז נישט קיין צופאל.

למשל מען וואלט געלייגט א מאלפע ביי א טייפריידער, לאמיר זאגן, מיליאן מאלפעס ביי מיליאן טייפריידערס, און דו וועסט זאגן, חברה! הייבטס אן ארבעטן! סא זיי נעמען זיך צוהאקן אוועק, וועלן זיי אמאל אויפקומען מיט א פראזע ווי "Dog bites cat? קיינמאל נישט! אין ביליאן יאר פון האקן וועט קיינער נישט מצליח זיי צו מאכן א פראזע פון Dog bites cat. אזא פשוט'ער מושג, אן קיין פיליזאפיע, קענסטו ניטאמאל ביי א טעות מאכן עפס ניצבאר. סא וויאזוי קענסטו מאכן ביי א טעות א ציין? יעדער קען זען די האנט פונעם אייבירשטען אין די נאטור. זיי ווילן עס נישט זען, זיי זענען רשעים גמורים! און דאס איז פארוואס זיי גייען אלע גיין אין גיהנם. עס איז נישט דא קיין שום התנצלות פאר דעם, דעפאר ווען דו קוקסט אויף די תורה קעסטו דיפענדען יעדער ווארט פון די תורה. קיינער האט קיינמאל נישט געקענט אוועק שטיפן א ווארט פון די תורה. די תורה איז געשריבן געווארן אין אזא וועג אז עס איז גאראנטירט אמת. און אויב פארשטייסטו דאס נישט, פראביר עס אויסצוגעפונען. דערפאר ווען א איד קלייבט אויס, אידישקייט איבער קאמאניזעם, אדער איבער ליעבערליזאם, טוט ער א קאמען סענס, אלעס איז בעסער פון א A hole in the ground.

[איך האב געטראכט צו זאגן א הערה אויף די ווערטער פונעם גאון. ער נוצט די ווארט A hole in the ground ווי צו זאגן קאפ אין וואנט. טראכט איך אז אזא מענטש איז נישט מער ווי ״א לאך אין דער ערד״. מען וועט באמיטשענען די ערד מיט נאך א לאך נאך זיין שטארבן. ער מאכט סל הכל א לאך אין דער ערד, ער איז נישט ווערט מער ווי צו לעכערן די ערד. מענין לענין האב איך אמאל געהערט א ציפידיגע פשט פון א אדם גדול אינעם ״איזהו שוטה הלן בבית הקברות״, איינער וואס נוצט נישט אויס זיינע טעג ווי עס דארף צו זיין וועט נאכאמאל דארף מגולגל ווערן, טייטש ער ווערט באגראבען און נאכאמאל מגולגל, טייטש ער שלאפט אין ״בית הקברות״, אזא מענטש איז נעבעך א שוטה.]
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תשובה יט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

- איך בין נישט מקנא דעם גוי וואס האט מלעיב געווען בגחלתן פונעם גאון -

קשיא: פארוואס איז משיח נאכנישט געקומען?

ענטפער: ער וויל דיר געבן א געלעגענהייט צו עררייכען עפעס. ווען משיח וועט קומען, זאלסטו וויסן, וועלן רוב מענטשן מער נישט האבן די געלעגעהייט עפעס צו עררייכען. יעצט איז עס זייער גרינג עפעס צו עררייכען. ווען דו שפאצירסט אויפן גאס, דו האסט א בארד, דו האסט פיאות, האסט א שווארצע היט, יעדער האט דיך פיינט. עס איז וואונדערליך! עס איז וואונדערליך! ווי מער מען האט דיר פיינט אלס גרעסער איז די שכר. עס איז אזוי גוט. שפאציר אריין אין די סאבוועי אין פאל דו האסט נישט קיין קאר, די רגע וואס דו שפאצירסט אריין וויל קיינער מער נישט קוקען אויף דיר. יעדער האט דיר פיינט. ברוך השם! עס איז א וואונדערליכער זאך, וואס מיר האבן אויף די וועלט. ווען משיח וועט קומען וועסטו שפאצירן אין די סאבוועי, און מ'וועט זיך אויפשטעלן פאר דיר! דו וועסט מער נישט באקומען קיין שכר, מער נישט קיין שכר פארן זיין א גוטער איד. דערפאר איז עס לפום צערא אגרא, דו באקומסט שכר לויט ווי שווער דאס איז, און יעצט איז עס שווער. סא וואס יאגסטו זיך אזוי אויף משיח? ער וועט קומען, אבער אונז וועלן זיך מער נישט קענען העלפן ווען ער וועט קומען. מיר קענען אים נישט סטאפן פון קומען, אבער אונז האבן הנאה פונעם לעבן אזוי ווי עס איז יעצט.

עס איז אזוי גוט צו זיין א פרומער איד יעצט. דו שפאצירסט אמאל אויפן גאס און דו הערסט אן איטאליען באם וואס ווארט פאר די טראפיק ליכט זאל זיך טוישן. סא בכדי מיר צו דערשרעקן האט ער א ווארף געטון די קאר פאראויס, עס האט איינמאל פאסירט מיט מיר. איך האב געקוקט אויף אים, און ער האט רעאגירט כאילו ער האט מיר נישט געזען. זיין ווייב וואס איז אבער געזיצען נעבן אים האט געלאכט. סא האט איך געזאגט צו מיר: רבונו של עולם, איך האב נישט געוואלט טון קיין שום שלעכטס פאר די מענטש, סא זיינע פיס זאלן אים אראפ קומען ביז העכער די קני, דאס אלעס. מער פון דעם וויל איך נישט, בלויז ביז העכער די קני זאלן אים זיינע פיס אראפ קומען. און איך וועל ענק זאגן עפעס, ער וועט זיין גליקלעך אויב דאס וועט געשען צו אים. אויב ער ווארט פאר די גיהנם דאמאלטס וועט עס זיין א רחמנות אויף אים. עס וועט זיין א גרויסער חסד אויב ער וועט פארלירן ביידע פיס יעצט.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

שקח קעניגזאהן מיר ליינען מיט דורשט


קעניגזאן האט געשריבן:סא האט איך געזאגט צו מיר: רבונו של עולם, איך האב נישט געוואלט טון קיין שום שלעכטס פאר די מענטש, סא זיינע פיס זאלן אים אראפ קומען ביז העכער די קני, דאס אלעס. מער פון דעם וויל איך נישט, בלויז ביז העכער די קני זאלן אים זיינע פיס אראפ קומען.[/i]

כאניש געוואוסט אז ער קען זיין אזוי שארף
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

SPUSMN האט געשריבן:בדרך כלל האט רבי אביגדור מיללער געזאגט דער זעלבע זאך אין מערערע געלעגענהייטען (וועגען דעם איז ער דאך געווען א גאון, אז רוב ענטפערס אויף קשיא'ס וואס ער האט געגעגעבען איז אים נישט יעצט אויף דער סעקוננדע "פינקט" איין געפאלען, נאר ער האט שוין געטראכט פון דער נקודה פריער, יארען פריער). ממילא איז כדאי צו טרעפען ווי נאך ער האט געזאגט ענליכע דיבורים, און אפשר דארט האט א ביסעל קלארער מסביר געווען דעם ענין.

קען מען סורטשען זיינע טעיפס פאר געוויסע "קעטש ווערטער"?

אדרבה כ'וואלט שטארק הנאה געהאט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יעצט געליינט די נייע צוויי פראגעס און ענטפערס! ישר כח גדול נאכאמאל!

כ'מיין איין זאך זאגט ער דארט - אין תשובה י"ח - אבער עס קען ווערן פארזעהן. ער זאגט אז צום סוף שטארבט מען, און לויט ווי דו - אומגלויביגער - גלייבסט, וועט נאכדעם גארנישט זיין, משא"כ איך געב דיר מינימום א ספק אז דו האסט א צוקומפט, נא ווער איז א נער צו וועלן די זיכערע פארלוסט איבער די ספק געווינס.

אבער ער לייגט אגב צו נאך א נקודה. ער זאגט אז אונזער לעבנ'ס שטייגער, איז נישט נאר ספק גוט נאכדעם, נאר גאר גוט יעצט אויך. משא"כ די נארישקייטן איז באמת יעצט אויך נישט גארנישט. אז איינער זאל נישט קענען זאגן, אז יעצט כאטש מאך איך א לעבן, זאגט ער אז אן ערליכער לעבנ'ס שטייגער, איז יעצט אויך פיל בעסער, און נאכדעם איז עס מינימום א ספק בעסער, קעגן יעצט גארנישט מיט גארנישט, און נאכדעם זיכער גארנישט.
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 3:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דארף מען פרעגען די יודעי דבר, ווי אזוי מען טרעפט וואס רבי אביגדור מיללער האט געזאגט אויף א ספעציפישע ענין.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תשובה כ'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

קשיא: זאלן פרומע אידן זיין באזארגט פארן לאנד, וועגן ירושלים, אז עס זאל נישט אריינפאלן אין די הענט פון אראבערס?

ענטפער: איך פרעזענדליך זאג אז אונז זאלן זיך זארגן. ווייל אויב די אראבערס באקומען ירושלים, אדער אפילו א חלק פון עס, דאן וועט זיין ראבעריי, שודדים, עס וועט זיין אלע מיני צרות פון זיי. דאס איז נישט קיין שאלה. ווען איך בין געווען א קינד, איז געווען א רב אין מיין שכונה. ער אז געקומען פון ארץ ישראל. און ער האט געזאגט: ״עס איז נאר דא איין וועג צו דיעלן מיט די אראבערס, די אייבירשטער זאל אראפ ווארפן א באמבע אויף זיי!״, דאס איז די איינציגסטע וועג צו דיעלן מיט אראבערס. אראבערס זענען זייער נידריגע מענטשן, נידריג און שלעכט. מאך נישט קיין טעות איבער דעם, זיי זענען נידריג און שלעכט. דעפאר בעט דעם אייבירשטען ״נקום נקמת בני ישראל״, וואס זיי האבן געטון צו אונז ביזדערווייל דארפן זיי באקומען א שטארקע נקמה. אודאי, די לעצטע נקמה וועט זיין ווען משיח וועט קומען. אבער אינדערצווישן, וואלטן אונז געוואלט אביסל נחת אויך. אינדערצווישן לאמיר זען א מפלה פון די רשעים.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תשובה כא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

קשיא: פארוואס זענען די קערלעך פון א סטראבערי אינדרויסן?

ענטפער: איך וועל ענק פרעגן א אנדערע קשיא, פארוואס זענען די קערלעך פון א עפל אינעווייניג? בעפאר דו עסט א סטראבערי, געב א קוק אויף דעם, און זע די וואונדער. דו זעסט אז די מטרה פון די סטראבערי איז דיר אנצורייצן עס צו עסן, און דאס איז די רויטע שיינע קאליר.

בימים ההם, בעפאר אונז האבן געהאט אפלויף רערן, און בית הכיסות, איז א מענטש געגאנגען אויפן פעלד, און אזוי האט ער צוריק געקערט צו די פעלד אלע וויכטיגע באשטאנטיילן וואס ער האט געהאט אריינגענומען אין זיך. נישט אזוי ווי היינט ווי מיר שיקן עס גראד אין די אפלויף רערן, גראד צום טייך, ווי די נוצן דערפון איז גארנישט. דאמאלטס האט די מענטש דיפאזיט די קערלעך פון די סטראבערי גראד אינעם פעלד אריין. דאס איז פארוואס מיר זעען היינט סטראבעריס וואקסען ארויף אויף א צוים, דאס איז ווייל פייגלעך וואס האבן געגעסן סטראבעריס, האבן זיך אראפגעזעצט אויפן צוים, און זיי האבן אראפגעלאזט אביסל פערטעלייזער מיט עטוואס סטראבערי קערלעך אין דעם. און דאס איז פארוואס סטראבעריס וואקסן נעבן צוימען, ווילדע סטראבעריס. סא די בענעפיט פון די זרעים איז צו דעמאנעסטירן צו מענטשן "די שיינקייט פון די פלען".

יעצט, די קערלעך פון אינעווייניג האט אויך די באדייט. ווייל ווען דו עסט א עפל, און דו קומסט נאנט צו די געדערעם, זעסטו אז דו ביסט קאנפראנטעט מיט א פלעסטיג אפהאלט, וואס ערלויבט דיר נישט צו גיין ווייטער. סא וואס טיסטו? דו נעמסט די גאנצע שיריים און דו ווארפסט עס אוועק ערגעץ, אדער דו שפייסט אויס די קערלעך, וואס דאמאלטס הייבט די פלען אן צו ארבעטן. יעצט, פארוואס איז עס געמאכט אזוי, פארוואס זאלן נישט די קערלעך זיין ווייעך און עסנדיג, און זיי זאלן נישט האבן די באשוצטער פלעסטיג אויפן געדערעם פונעם עפל? די ענטפער איז: "דאס איז די וואונדער". ווען אימער מיר קוקן, אויב נעמסטו א פיטש, א פיטש איז א מחיה, עס איז צוענדיג, עס איז ווייעך, זאפטיג און זיס, ביז אבער דו קומסט אן צו די שטיין אינעווייניג. פראביר נישט אריינצובייסן אינדעם, ווייל דאס מיינט א באזוך ביים דענטיסט. דו קענסט עס נישט עפענען, סא דו ווארפסט עס אוועק. אסאך מאל וועט אפילו נישט א האמער העלפן. יעצט, דו ווארפסט עס אוועק, און עס פאלט אריין אין די שמיץ, טיף טיף אינעווייניג עפענט זיך די שטיין אליין אויף. וואס דו האסט נישט געקענט עררייכען מיט א האמער איז עס געשען מיט א בעקטיריע וואס ליגט אין די זאמד, ווייל עס איז דא געוויסע קלעב וואס ליגט צווישן די צוויי שעלס וואס באשוצען די קערל פון אינעוויינג. עס איז א וואונדער! אן "עקסידענט" פון עווילאציע. (קוקט די הערה אונטען) וואלט עס ווען געווען א שטיקל צימענט, וואלט עס ווען אריינגעפאלן אין דער ערד, און דארט פארבליבן פארמאכט אויף אייביג. אבער הקב"ה'ס קלעב ווערט אבער יא געעפענט דורך די פעולה פון די בעקטיריע, און עס עפענט זיך אליין אויף. דאס איז די נס פון דער ערד.

דערפאר ווען מיר שטודירן קערלעך, קומען מיר צו די פארשטאנד אז קערלעך איז געגעבן געווארן פאר די וועלט, מער פון די טובה פון ריפראדאקציע. די גרעסטע טובה פון קערלעך איז צו מאכן מענטשן באוויסטזיניג אז עס איז די א פלען און א מטרה. אזוי ווי איר האט שוין געהערט מערערע מאל, אז א קערל איז נישט קיין פשוט'ער זאך, א קערל איז א פראגרעם, עס איז קאמפיוטער מאשין. א קערל אינהאלט הונדערטער טויזענטער אינסטארקציעס פונקטליך וויאזוי זיך צו באגיין ווען עס קומט אן אין דער ערד. אין דיזע אינסטארקציעס איז באשריבן אין די קלענסטע באשטיינטייל פון די די. ען. עי. אויב וואלט מען זיי באשריבן אין פאפיר, וואלט עס אויפגענומען צען טויזענט לייבעריס אראפצושרייבן די פלען פון א קערל. דאס איז די רעזאלט פון א "עקסידענט". יעצט, די קערל האט נישט נאר די טויזענטער בלוי פרינטס וויאזוי צו פראדיצירן ווען עס קומט אן אין דער ערד, נאר עס האט אויך די כלים זיי צו מאכן. אסאך מער וואונדערבאר! אזוי איז אריינגעקוועטשט אין א קליין קערעלע א גאנצער קאמפלעקס פון פעקטעריס. און זיי ווערן איינגעשרינקען אין א קליין פיצעלע קערל.

אויב ווילסטו היינט פראדיצירן די מאטריאל וואס א קערל קען פראדיצירן, וועסטו דארפן די מערסט קאמפליצירטע פעקטעריס, און אלעס וואס זיי וועלן קענען מאכן איז בלויז חלקים פון די פלענס. ווייל די גאנצע פלענט איז ניטאמאל א שאלה. קיינער וועט קיינמאל נישט קענען פראדיצירן 'איין' פיטש. זיי קענען אפשר אימיטעטן חלקים [ווי שמעק, טעם א.ד.ג.- עד] אבער די גאנצע פרוכט זאל פינקציאנירן געהעריג איז העכער יעדער מעגליכקייט, עס וועט אייביג בלייבן העכער זייער מעגליכקייט.

סא יעצט הייבן מיר אן צו פארשטיין די פונקציע פון קערלעך. דערפאר, דארפן מיר שטודירן די גאנצע נושא פון ריפראדאקציע. ריפראדאקציע איז נסי נסים. און עס איז א שטארקע קאנטראסט צו אלע היינטיגע אקאדאמיסטן. די אמת איז, אז זיי ווילן נישט זען דעם אמת. זיי פראבירן צו באוועגן די נושא, זיי נוצן ווערטער צו פארמאכן זייערע צומישעניש. קיינער קען דיר נישט זאגן אז ריפראדאקציע איז אין רעזאלטאט פון א צופאל. איך ווייס מענטשן זענען פארבלענדעט צו הערן די שקרים פון עווילאציעס. עס וועט נעמען א לאנגער צייט בעפאר זיי וועלן קענען אויסליידיגען זייערע מוחות און אנהייבן צו זען די נס פון קערלעך. סא די קומענדע מאל, אזוי ווי איר הערט אייביג פון מיר, ווען די עסט אן עפל, און א קערל פאלט ארויף אויף דיין בארד, און דו גייסט ארויס צו דיין גארטן אביסל זיך אויפצופרישן, און די שאקעלסט דיין בארד, און די קערל פאלט אראפ אויפן ערד, זאלסטו וויסן אז דו האסט באגעגענט איינער פון די גרעסטע נסים פונעם וועלט באשאף.

[הערה: ״עקסידענט אוו עוואלאציע״ איז א באקאנטער אויסדריק וואס רא״מ נוצט אראפצורייסן די צודרייטע טעמע פון עוואלאציע. עס איז אויסדריק ווי איינער זאגט אז דיין שיך, קאפל, און העמד זענען אנגעטון געווארן דורך א עקסידענט. די זעלבע טוט די ארויסגעזויגענע עוואלאציע אז די קונצליכער דעטאלירטער וועלט באשאף איז געשען דורך אן עקסידענט עפ״ל. ]
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

שקויעך פארן ברענגן פרישע נייעס,

בד"וו, עס דערקענט זיך אין זיינע ווערטער די סארקאזם אנקעגן די כופרים באלקי ישראל
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

איך האב עס שיין מסדר געווען פאר מיר צו קענען ליינען. קעניגזאן יישר כח פאר די געוואלדיגע ארבעט, לאמיך וויסן צו דו האסט א פראבלעם דערמיט. אנטשולדיגט אויב עס איז נישט קיין דבר השלם, איך האב עס געטון זייער שנעל.
אטעטשמענטס
R' Avigdor.pdf
(102.19 KiB) געווארן דאונלאודעד 199 מאל
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

קיין שום פראבלעם דערמיט, אדרבה. שכוח פאר די שיינע פי די עף, א פיינעם ארבעט, די זכות זאל דיר ביישטיין.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

יישר כח קענזיגטאן און גרויזי

א געוואלדיגע ארבייט!
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זייער שיין קעניג, טענקס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ישר כח פאר די טייערע פערל ווערטער
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

קענזיגטאן, עס קומט נאך?
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

פ' לך לך האט געשריבן:קענזיגטאן, עס קומט נאך?

בעז"ה - Stay Tuned
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קעניגזאן האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:קענזיגטאן, עס קומט נאך?

בעז"ה - Stay Tuned

קענט וועיט, איי מין א קולד וועיט, איי מין...... וואטעווער, דו שרייב נאר!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

קעניגזאן האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:קוקן אויף די לבנה איס לידיעתי א זוה"ק

אויב שייך א קלארע מקור און מראה מקום ביטע.

_____________
רבי אביגדור איז נישט געווען קיין חדר אינגעל, און ווען ער האט עפס געזאגט איז עס געווען אויסגעהאלטן ע"פ הלכה און ע"פ השקפה.


לענ"ד זאגט ער עס נישט בתורת הלכה, ער רעדט דארט צו שוואכע אידן וואס האלטן למחצה לשליש ולרביע און ער מיינט צו זאגן כאילו 'דאס איז דען ביי דיר אן עוולה?, האלסט דאך נאך אסאך פריער,
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תשובה כב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

קשיא: וואס איז די מושג פון עבודה זרה, און וויאזוי האט אברהם אבינו געקענט זען פון די בריאה די אפווענדונג?

ענטפער: עבודה זרה איז א מושג וואס איז באשאפן געווארן דורך די יצר הרע. און הערטס מיך צו: עס איז דא א יצר הרע, עס איז דא א מלאך, וואס זיין ביזנעס איז צו מאכן שטרויכלונגען פאר מענטשן, און זיי אויסצופראבירן. די תכלית איז זיי צו מאכן פארלירן די זעה קראפט קעגן קלארע פאקטן. דאס איז די תכלית פון עבודה זרה. עס איז די זעלבע ווי עוואלאציע, די יצר הרע זוכט וועגן און מיינונגען צו מלחמה האלטן קעגן די קלארע אמת.

איך וועל אייך געבן א משל: די בעסטע מענטשן אויף דער וועלט זענען די פרומע אידן, ניטאמאל דא א שאלה איבער דעם. און די מערסט באשמוצטע זענען די פרומע אידן. יעדער ווייסט דאס. איך האב אמאל שפאצירט אויפן גאס, און א פרוי וואס האט שפאצירט מיט איר טאכטער, האט זיך אנגערופען הויעך צילנדיג צו מיר: "און די גרעסטע גנבים זענען די פרומע". דאס איז וואס זיי אלע גלייבן. דאס איז ווייל זייער ליטעראטור האט זיי אזוי אויסגעלערנט. עס איז באגראבן אין זייער אויערן אז "די ארגסטע מענטשן זענען די פרומע". די פרומע זענען אלע קראקס. סא דו דארפסט צוריק קעמפען.

ווער איז בעסער פון די פרומע אידן? גארנישט אין די וועלט קען זיך פארגלייכן צו אונז. און דאס איז פארוואס דו דארפסט מאכן א גרויסע פראפעגאנדע. איך האב געעפענט א דיקשענערי נישט צו לאנג צוריק. און איך האב געזוכט פאר די ווארט 'איד'. צוזאמען מיט די ווארט 'איד' איז מיט געקומען ווערטער ווי, עקסטארטעניסט, אלע סארט קרימינאלע ווערטער אלס סינאנימס פאר די ווארט 'איד'. סא דאס בעסטע זענען ביי אונזערע שונאים דאס ערגסטע. די תכלית פון זיי איז צו איבערדעקן די ווארהייט. דערפאר, די פאקט פון ה' אחד, וועלכע איז די מערסטע וויכטיגסטע פון אלע פאקטן, איז אוועק געשטויסן ביי יעדעם אין די וועלט ביי די גרעסטע מעגליכקייט וואס קען נאר זיין. דאס איז פארוואס אלע יוניווערסיטעטן היינט זענען צוזאמען פארבינדן אין די מלחמה קעגן השי"ת.

יעצט, די שאלה איז, וויאזוי האט אברהם אבינו אוועק געווארפן די עבודה זרה? עס איז געווען גרינג. ווען איינער איז אריינגעקומען צו אברהם, און געזאגט אז ער וויל א געטשקע וואס מען קען דינען דעם זין, האט אברהם געזאגט: קוק אויף די זין, עס גייט יעצט אונטער, און די לבנה קומט אנשטאט ארויף. סא איז די זין נאר צייטווייליג. האט דער מענטש געזאגט: סא איך וועל פראבירן א געטשקע וואס מען קען דינען די לבנה. אבער די לבנה גייט אויך אונטער, האט אברהם געזאגט. סא ווער איז אין מאכט? נישט די לבנה, און נישט די זין זענען אין מאכט. יעצט לאמיר זאגן דו נעמסט די געטשקע, און דו פרעגסט זיך, זעסט די געטשקע, לאמיר זאגן דו ווילסט עס צוהאקן אויף שטיקער, קען די געטשקע צוריק קעמפן? דערפאר האט אברהם גענומען א האמער, און ער האט צושמעטערט די געטשקעס אין די אנוועזענהייט פון מענטשן. עס איז געווען א געפערליכע זאך צו טאן. עס איז געווען א סכנה'דיגע זאך צו טון אין עיר כשדים, אבער ער האט עס געטון, און ער האט איבערצייגט מענטשן אז די געטשקעס זענען פאלש.

יעצט, וויאזוי קענסטו אויפווייזן אז אותו האיש איז פאלש? עס איז די גרינגסטע פון אלע זאכן. קוק אין די נייע טעסטעמענט. בעסער קוק נישט, איך בעט אייך! אין אנפאנג פון די נייע טעסטעמענט, די גאנץ ערשטע מעשה, פארציילט דיר: עס איז געווען א מענטש וואס איז געווען אן ארסה, ער האט מקדש געווען א פרוי. עס איז נאכנישט געווען קיין חופה, זיי האבן נאכנישט געוואונט צוזאמען. פלוצים האט ער געזען א משונה'דיגע זאך, זי איז געווארן מעוברת! און זי האט מודה געווען אז לא שכב עמו. אוי! דאס איז א געפערליכע זאך, א ביטערע זאך. סא ער האט איר גענומען צו די רבנים. - ווייטער לויטעט עס - אויפן וועג, וואס איז געשען? א מלאך איז אראפגעקומען און געזאגט: Jake זארג דיך נישט וועגן דעם, איך בין דער וואס האט עס געטון!" יעצט אויב דו גלייבסט די באבע מעשה, אויב דו גלייבסט די פאנטאזיע, דאמאלטס פארדינסטו גארנישט בעסער.

יעצט וועלן זיי דיר זאגן אז עס שטייט אין פסוק, ישעי' הנביא האט געזאגט: "הנה העלמה הרה וילדת בן". ד.מ. די אינגע פרוי איז מעוברת און זי גייט האבן א קינד. און דאס איז יאשקע פאנדרא, ער איז די זין, אזוי ווילן זיי זאגן. אבער מיינט דען א "עלמה" בתולה?, ניין, עלמה מיינט נישט בתולה, עס מיינט א יונגער פרוי. אלטע פרויען קענען נישט האבן קיין קינדער, עס דארף זיין יונגע פרויען. - שטייט ווייטער - איידער די קינד וועט זיין גענוג אלט צו וויסן די חילוק בין טוב לרע, דאמאלטס, וועט אחז, די קעניג אחז פטור ווערן פון צוויי שונאים, פקח בן רמליהו, און רצין מלך ארם. סא ער זאגט אונז, בעפאר די קינד וואס ווערט געבוירן פון א אזוי גערופענע בתולה, און איידער עס וועט האבן די מעגליכקייט צו אויסוועלן טוב אדער רע, וועסטו פטור ווערן פון צוויי שונאים. סא עס מיינט אז ער רעדט פון א קינד וואס איז אויפגעוואקסן אין די צייטן פון אחז. טא וויאזוי קען עס האבן א שיכות מיט א קינד וואס איז געבוירן געווארן 600 יאר שפעטער אזוי ווי זיי זאגן? עס איז א באבע משעה, די גאנצע זאך איז א פאנטאזיע. עס איז קראנק אזוי ווי עס קען נאר זיין. דערפאר קען מען דאס גרינג אפשטויסן. דערפאר איז עס גרינג נישט צו באשטעטיגען. אלע געטשקעס פון די איסט זענען גארנישט אויסער אלטע פארבליבענע געטשקעס פון געצענדינעריי. אין אינדיע דינט מען געטשקעס, זיי ביקן זיך אראפ צו בילדער וואס האבן נישט קיין שום כח. ווען די בילדער פאלן אראפ און זיי צוברעכן זיך, קענען זיי זיך נישט אליין העלפן.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תשובה כג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

קשיא: וויאזוי קען א מענטש זען אויסצומיידען יענע מחלה?

ענטפער: יעדן טאג זאלסטו טון וואס די גמרא זאגט: ״לעולם יבקש אדם רחמים שלא יחלה״, א מענטש זאל שטענדיג זוכן רחמים פון השי״ת ער זאל נישט קראנק ווערן. וואס דאס מיינט, אז יעדן טאג זאלסטו דאווענען פאר א גוטן געזונט. איך ווייס אז איר וועט דאס נישט טאן, אבער הערט מיך אויס סייווי. יעדן איינציגסטן טאג אין דיין לעבן זאלסטו בעטן. פארלאז דיך נישט אויך שמונה עשרה, דו טראכסט ניטאמאל וואס דו זאגסט. אויב דו ווילסט קענסטו עס זאגן סוף שמו״ע איידער דו טרעטסט אויס. דו האסט געדאווענט אלע תפלות כמצות אנשים מלומדה, און ווען דו ווערסט פערטיג, זאג כאטש איין קליינע זאך מיט כוונה: ״רבונו של עולם יה״ר מלפניך שתשמור את בראותי ואת שלומי״. איך בעט דיר, היט מיין געזונט און מיין פרידן. ״שלומי״ מיינט קעגן קאר אינצידענטן און אנדערע אינצידענטן. דו דארפסט שטענדיג דאווענען קעגן אינצידענטן. וואס ערווארטן מענטשן, אז הקב״ה גייט זיי אפהיטען פאר גארנישט? די סיבה פארוואס עס איז דא אזויפיל אינצידענטן אין די וועלט איז כדי אונז אויפצוואכען און צו דערמאנען מענטשן צו דאווענען. ווייל אויב דו דאווענטס נישט דאן וואס קען הקב״ה טאן? ער קען דיר אפשר שיקן א אינצידענט חלילה דיר צו מאכן באוויסטזיניג. סא דערפאר, שטענדיג ׳לעולם יבקש אדם רחמים׳, א מענטש זאל שטענדיג בעטן אויף רחמים ׳שלא יחלה׳. און דאס איז איינע פון די מערסטע וויכטיגסטע שטיקלעך לעצקציס דו קענסט נאר אמאל הערן.


[הערה - מענין לענין מאד נעים לציין דברים כדברונות פון הגאון רבי שמשון פינקוס זצ״ל. וז״ל: ווען מען האט געקעמט די פלייש פון רבי עקיבא האבן די מלאכים געהאט טענות און געפרעגט זו תורה וזו שכרה, בשעת רבי עקיבא האט געוויינט, האט דער רבוש״ע געזאגט: נאך איין ווארט און איך דריי איבער די וועלט לתוהו ובוהו, מה הענין? וואס איז פשט אז נאך איין ווארט און דער רבוש״ע מאכט חרוב די וועלט? די ענטפער איז: ״געבעט איז קיום העולם״, ווען די מלאכים האבן געפרעגט, זו שכרה? האט דער רבוש״ע נישט זיי געקענט ענטפערן, אבער די טרערן פון רבי עקיבא האבן מהוה געווען די וועלט. יעצט, ענק האבן טענות? פיין דאמאלטס איז אויס וועלט! די וועלט קען נישט אנגיין אן טרערן, און אן געבעט. אלעס ווערט געשפייזט דורך ׳געבעט׳.]
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”