נחמו נחמו, נאך אביסל געדולד

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

נחמו נחמו, נאך אביסל געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

מענטשן פרעגן, יעדער וואונדערט זיך, מ'הערט זיך נישט אויף צו חידוש'ן
שוין א לאנגע צייט וואס דער גרויסער קעניג בויט זיך א פאלאץ, א נגידיש'ן

די גרעסטע און טייערסטע שטיינער, אפי' אין די טונקלניש עס שיינט
און דאס איז בלויז באשטעלט געווארן צו מאכן דעם דרויסנד'ן וואנט

שטעלט אייך נאר פאר, וואסערע רייכע אוצרות עס ווארט אפ אינווייניג
כאטש די ווענט, פון פארשידן ערליי טייערע שטיינער, דאך זעעט אויס אייניג

די גרעסטע פאך-לייט האט מען אריינ-גענומען, בלויז פארן סאלאן
הערליך רינדיגע מארמויערנע טרעפ, א אויג-פארכאפענדע שטיל אויבן אן

בלאשקענדע קאנדעלאברעס, און אויף די ווענט די טייערסע מאלערייען
די גרעסטע קונצלער פראבירן דאס בעסט, דעם קעניג צו דערפרייען

יעדער ווארט מיט אנגסט, אז דער קעניג זאל זיך שוין אריינציען
ס'גייען אדורך טעג און חדשים, אפי' יובל'ך שוין געטוהן פארביי פליען

וואס גייט דא פאר, האט נאך קיינער נישט קלאר פעסטגעשטעלט
אויף וואס ווארט דער קעניג, ס'איז דאך דער שענסטער פאלאץ אויף די וועלט

ענדליך איז מען געוואויר געווארן פון גאנץ קראנטליכע מקורות
דער קעניג וויל נאך באצירן דעם פאלאץ מיט עפעס זעלטן טייערע סחורות

ס'איז פון זייער א דינע, אבער גאר פעסטע מאטריאל, אויך שיינט עס זייער שטארק
אבער זייער שווער אויסצוארבייטן, סיי פאר אלטע, און סיי פאר יונגווארג

די אויסנאם טייערע סחורה געפונט מען בלויז אין די ווייטסטע מדבריות
ס'הערשט א פייער, א טריקעניש, וואס איז גרייט יעדן צו פארציקן מיט אכזריות

בלויז א קליין הייפל, שוואכע מענטשלעך זענען דארט אליין באשעפטיגט
יעדס מאל וואס זיי ארבייטן אויס א שיין פאדימעל ווערן זיי פון דעם געקרעפטיגט

אז די שיינע סחורה איז פארטיג, טוט מען דאס אין פאלאץ אריין ברענגן
אבער מיט דעם איז מען נאכנישט פערטיג, מ'דארף דאס אין די לופט הענגן

די שוואכע מענטשעלעך זענען אבער העלדן, יעדער איינער טוט זיך צוקוקען
וואו זיי דראפן זיך אויף די גראדע ווענט, און שטעלן זיך איין, כאטש ס'איז מסוכן

זיי ווייסן אז די סחורה איז סיי הערליך און סיי שטארק, א זעלטן טייער יריעה
ס'וועט דעם פאלאץ פארשיינען, און צוזאמען-האלטן, וכל הרוחות ממקומו לא יזועו

אט האלט מען שוין ביים סוף, און אלע גאסן שמועסט מען די פרייליכע נייעס
מ'גרייט זיך שוין מיט פאראד צו באנייען דעם פאלאץ, מזמור שיר חנוכת הבית


***

שוין פארביי א לאנגע צייט, זינט די ערשטע צוויי פאלאצן זענען געווארן חרוב
אבער דער גרויסער מלך הויבט גלייך אן בויען פון דאסניי, כאטש דאן אשורנו ולא קרוב

שוין כמעט 2000 יאר, וואס מיר גרייטן מיר זיך צו זינגן, עורי עורי שיר דברו
פארן פאלאץ וואס בויעט זיך דורך די גרעסטע קונצלער, מנשרים קלו ומאריות גברו

די גאונים, ראשונים ואחרונים, בע"ש ותלמידיו, דער הייליגע דברי חיים פון סאנז
די צדיקים וואס זענען געבליבן נאכן קריג, און צוגעלייגט צום פאלאץ אזויפיל גלאנץ

במשך די אלע יארן זענען געוועזן די ציווילע, אבער גאר ערליכע בעלי בתים
זיי האבן געהאלפן לייגן די ציגל, מיט דעם וואס זיי זענען געוועזן סריס למשמעתם

די אלע זענען שוין אויפן עולם שכולו טוב, אבער זיי וואונדערן זיך, תמיהין ושיילין
ווען גייט שוין דער גרויסער קעניג באנייען זיין פאלאץ, ווער קען אונז פארציילן

ענדליך ווערט מען געוואויר אן אינטערסאנטע נייעס פון הונטער די קוליסן
דער גרויסער באשעפער נויטיגט זיך נאך אין א טייער מאטריאל גאר גאר א זיסן

עפעס א מין מסי"נ וואס קיין איין דור בעפאר אונז האט נאך נישט ערצייגט
אין הייסן מדבר, אפגעזונדערט, פיל מיט נסיונות, האט מען אונז אריינגעלייגט

יעדע מסירות נפש'ל, אפי' מ'פאלט דורך, אבער מען פרובירט נאכאמאל
דאס איז די טייערסטע סחורה פארן גרויסן הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל

אויבן אין הימל שטייט שוין דער פאלאץ, צו זיין ביים חנוכת הבית יעדער וויל זיין זוכה
אבער מ'ווערט נאך אויף די טייערסטע סחורה, אויף די נהורא דנפיק מגו חשוכא

עליה רמזי דין הוא, אלע וועלן אנצייגן, דאס זענען די מענטשן, ברם באמתנותא
פארטריבן דעם יאוש מיט שמחה, און געדינט דעם באשעפער מיט בטחון זיסע

דעס וועט פארשיינען און צוזאם האלטן דעם נייעם שיינעם פאלאץ לעולמי עד
מיר דארפן נאר באמת גלייבן, אז אט גאר נאנט קומט שוין די גליקליכע צייט

כאטש מ'איז פאריאגט מקוצר רוח ומעבודה קשה, דאך הערן מיר אין הכי נמי
מיר שפירן און גלויבן באמת אז בקרוב וועט מקויים ווערן ''נחמו נחמו עמי''

***

מדה טובה מרובה, מיר ווייסן אז ווען ס'ביטער יאר, תש"ד האט זיך אנגעהויבן
די רוסן שטייען שוין ביי די גרענצע, אונגארן איז פארשוינט, האט מען געטוהן גלויבן

ליידער, אונטערן רוסיש'ן נוס, און הונטער די אמעריקאנע העלדישע פאראשוטן
האט מען רוב רובם פון דעם אונגארישן אידענטום אויפן שייטער-הויפן געבראטן

היינט איז דאך פונקט קאפויער, מ'גלייבט שווער, אז ביי די גרענצע שטייט די ישועה
פון איין מינוט אויף די צווייטע עט מען הערן דעם שומע קול שופר ומאזין תרועה

לאמיר געבן נאך אביסל מסירות נפש, נאך אביסל בטחון, נאך אביסל געדולד
''נחמו נחמו עמי'', לאמיר גיין מקבל זיין פני משיח, אך ווי שיין וועט זיין דאס בילד


מיט דאנק, וואסערפאל
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

הערליך הערליך!! ביז צו טרערען!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

כשמך כן תהלתך, דיינע רייד מאכן וואסער-פאל'ן פון אונזערע אויגן
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אויסנאם אויסנאם. איבערגענומען צו ווערן.
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

מתוק מדבש!
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

בערקא האט געשריבן:מתוק מדבש!
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

הערליך הערליך!!

געוואלדיגע דערהער, ביז טרערן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מורא'דיג!!!
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

וואסערפאל, רירענד ביז גאר!
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

געלעגער האט געשריבן:אויסנאם אויסנאם. איבערגענומען צו ווערן.
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

געוואלדיג, געקאסט א טרער
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

מורא'דיג מורא'דיג! אויסערגעווענליך!!

יישר כח וואסערפאל!
אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר גרינפעלד »

הערליך
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

הערליך שיין,
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שווארטץ »

זייער שיין!
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

ג"א מצטרף, זייער זייער שיין
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7391
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: נחמו נחמו, נאך אביסל געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

הערליך
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”