מיין חנוכה פאדי.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

מיין חנוכה פאדי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

ס'ווערט געברענגט מפי ספרים וסופרים די גרויסקייט פון זיך צאמנעמען אום הייליגן יאנטעף חנוכה, מ'זיצט און מ'פארברענגט די גאנצע משפחה און מ'זינגט שירות ותשבחות לפני קל חי, און מ'עסט פאנקען און לאטקעס און סיי וואס סיז געטינקן אין אויל, א זכר צום נס חנוכה בימים ההם, ובזמן הזה האמער די פימפעלס וואס זענען ארויסגעוואקסן אויף די נאז די ערשטע נאכט חנוכה און אנגעהאלטן גאנצע אכט טאג...

די דעליברעישנס (א נייע ווארט אין חסידיש'ן לעקסיקאן זייט די #וועבערמאן טרייעל...) הייבן זיך אן ווי נאר די סוכה איז צאמגעלייגט, די זריזין מקדימין וואס האבן בטבע ליב צו טראגן פרעשור, שיקן שוין ארויס מעסעדשעס פאר די גאנצע משפחה, "ריזערוו די דעיט" שרייבן זיי מיט קידוש השם אותיות, און מ'וואוט און מ'רייסצעך ביי די קעפ, ביז פיינעלי פאראייניגט מען זיך אויף א דעיט, און ביי דעם בלייבטעס טאקע ביז א וואך פאר חנוכה וואס דעמאלטס ווערט מען געוואר אז רוחי'ס שוויגער -די נארוואס געהאטע- האט שוין חזקה אויף דעי דעיט נאך ירושה פון איר באבע, און מיט א נייע מחותנת'טע ווילמענזעך ניש קריגן, און אלעס דרייצעך אוועק מיט א שנעלקייט צו אנאנדערן דעיט.

יעצט הייבט זיך אן א נייע מסכת, ווער שטעלט צו דאס עסן? אה! יעדער מאכט עפעס, גאנץ שנעל געסאלווד, יא? אייסעך וואס! ווער מאכט וואס??, דע שוועגערין וואס האט וויק וועט מאכן טשאקלעד מילך, און ס'איבעריגע וועט זיין עפ"י הגורל, ווייטער, זאל מען מאכן א פראגראם? וואס גייט זיין דער פראגראם? ווער גייטעס אנפירן? זאל מען טיילן מתנות? ווי סאך זאל מען ספענדן? וואס זאל מען טיילן? דעריקער איז אז מ'מאכצעך א פרעשור און אויב איז מען שוין ענדליך דורכגעקומען אויף עפעס וועט מען שנעל זוכען וואס נאך פרעשור מ'קען נעמען.

ס'קומט שוין ענדליך דער ערווארטערטער מאמענט, איך האב שוין געענדיגט צונדען, שיין אנגעטון די קינדערלעך, און ויסעו, מ'זעמער גרייט צו גיין, דא הייבצעכאן די פאון קאלס פון די גאנצע משפחה, ווען גייט מען? איימעניט, די טאטע/שווער האט קוים געצונדען, ניטעמאל דא אויף וואס זיך צו יאגן... אבער פון די אנדערע זייט, ווי נאר ער עסט אפ לויפטער צום רבי'ן, סאו אויב וויל מען אביסעלע פארברענגן דאפמען שוין גיין, נו, מ'נעמצעך צאם ס'האב און גוטס און מ'פעקלט אריין ס'גאנצע געזונדל אין קאר אריין און מ'גייט צום שווער.

די פרייליכע שוויגער שטייט ביים אריינגאנג אנגעטון מיטאיר פארטוך פארווישנדיג די שווייס מיט איר אויליגע הענט פון די פאנקן, די אנדערע האנט אויף די לענדן, און נעמט אויף די קינדערלעך "אה! ביסט געקומען צו מיין הויז??? ווער האטעך געלאזט? קום געב א קוש פאר באבי" און נאך ענליכע פראזן וואס די קינדער קוקן שוין ארויס דערויף א גאנץ יאר, מ'וואשצעך און מ'זעצט זיך צו די טישן, מ'סערווירט קודם די מעין דיש ווייל חני האט געמאכט פארשפייז און זי איז נאכניש אנגעקומען,

יעדע מינוט קומט אריין אנאנדערע פרוי צו די מענער מיט די אויסרייד צו זעהן אויב איר מאן דאף נאך עפעס, און אין איינוועגס מאכן זיכער אז מ'עסט אויף וואס זי האט געמאכט, און געט א ווינק פאר איר מאן מיט אזא האלב טרויעריגן האלב סטראשענדיגן גרימאס אז ער זאל בעסער זיכער מאכן אז אירע דילייטס ווערן אויפגעגעסן עד הסוף ווייל אויב ניש... סיז דורך א האלבע שעה, און מ'ענדיגט שוין סערווירן די דעזערט, מ'האמער שוין אפגעקייט אלע פאליטיקס, מעהאמער שוין ריינגעוואשן וועבערמאן, געהרגעט נחום ראזענבערג, ארויסגעוואוט היינס, אראפ געזעצט אבאמא, און צוריק געברענגט קאני ראטענבערג, סישויניש דא פון וואס צו רעדן, ס'ווערט שטיל, איין שוואגער אריענטירט זיך שנעל און רופט אריין זיין אינגעל מיט א קעלעכעל אויף א עף מעידשער, און הייסטעם זינגגען די ניגון פון חנוכה, ער הייבט אן מיטן פולסט פאטאס "הטובים הטובים הקיא זמן, הקיא זמן קהילתכם, ואם אין אתם מדליקים ואם אין אתם מדליקים, ראו באורי שסורח", דערנאך דאפער ווייזן אז ער קען חזנות אויך, און ער לייגט אראפ א חשוף אויף אלע באקן, נאר א שאד אז כאב הערשט געכאפט וועלכע ניגון ער זינגט ביים לעצטן ליין, כאבעם נעבעך אזוי געוואלט העלפן, ס'קעמען טון? איין זאך יא, סוכי פון סאנגס פאר סוכי האט אן ערנסטען קאמפעטישן...

נושוין, דער שווער אישויניש דא, דע רבי וויל שוין אריינקומען, ער ווארט נאר אויפן שווער זאל כאפן זיין פלאץ. ער האט איבערגעלאזט אפאר האלבע שקלים חנוכה געלט, די שוויגער האט שוין געשטאפט די קינדער מיט קענדיס למען השם, זי ווייסט אז די דענטיסט האט מיר אפגעקאסט איבער אן אלפ'על, אבער זי מעג טיילן קענדיס, פאר מיר שטייצעך שרייט זי אז איך טאניש....

די געימס און אנדער חלקים פונעם פראגרעם עלעך אויסלאזן, ניש צו גיסן זאלץ אויף די וואונדען פון די וואס האבען זיך געפלאגט עס אנצוגרייטן, און ס'האט נעבעך געפלאפט איינס ביי איינס... נעבעך אינגאנצען ניש געווען זייער שולד,סיז די שולד פון דער וואס האט זיי געגעבן די איידיעס...

למעשה האצעך פאר איין שוועגערין געדאכט אז איר בעיבי גייט וויינען, האט זי שנעל אנגעטון איר קאוט און געוויזן פאר איר מאן אז זי גייט, און וואונדער איבער וואונדער, ביז 5 מינוט אישוין יעדער געווען מיט אלע קינדער מיט די קאוטס, סינאר אינטרעסאנט אז יעדעס מאל איז עס די זעלבע וואס לויפט דיערשטע, און נאר איך און מיין ווייב בלייב מיר איבער אליינס אויפצוקלינען...
לעצט פארראכטן דורך מוישע_יאכעס אום זונטאג דעצעמבער 09, 2012 8:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
yankelshister
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 7:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankelshister »

געטראכט היינט ביים פארטי אז די ברכה שעשני כרצונו וואס די פרויען זאגן גייט זיכער ארויף אויף דעם וואס זיי קענען קוקען ווי די מענער טאנצן, א יעדעס יאר חנוכה פראביר איך פון פריש אויסצורעכענען וואס עס איז אזוי אינטערעסאנט צו זען אפאר אויסגעמיטשעטע פיס דרייען זיך ארום דעם טיש מורמלינדיג כיהרבייתא טובעס איילאי...
יאנקל שיסטער איז גערעכט...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מוישע,

גרייט ג'וב!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געוואלטיג ערעב מוישע יאכעס, די קיעבאורד איז מיר אויליג געווארן ליינענדיג...
קאא
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2011 8:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאא »

הא הא זייער שיין!
די זעלבע שפילט זיך אפ ביי מיר, איך הייב אן מורא האבן אז דו ביסט מיין שוואגער....
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ליינענדיג האבן מיינע מילצן געשפרינגען ווי א פאנקעלע אונעם טאפ.
וויפיל טינט איז שוין צאמגעגאסן געווארן אויף די פאטי שפענדעריי וואס קיינער ברויך נישט.

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט די וועד לטהור פארטינו ארויסגעקומען מיט אן איסור אויף די אלע וואס וואוינען אין די היימישע געגענטער אז זיי זאלן נאר קענען אריין רופן און נישט מיטהאלטן די זאך לייוו.. אבער עכשיו שלא זכינו, דארפן מיר א ש'יאכעסל זאל כאטש אריין ווארפן א זיס ווארט און באצוקערן די צוגעברענטע פארטי
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

הטובים הטובים הקיא זמן, הקיא זמן קהילתכם, ואם אין אתם מדליקים ואם אין אתם מדליקים, ראו באורי שסורח"


;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

שלעפשיץ האט געשריבן:
הטובים הטובים הקיא זמן, הקיא זמן קהילתכם, ואם אין אתם מדליקים ואם אין אתם מדליקים, ראו באורי שסורח"


;l;p- ;l;p- ;l;p-



זייער הנאה געהאט.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

גוט געזאגט.

שכוח פארן אויסלערנען די ווערטער פון די "הטובים" ניגון, כאבעס קיינמאל ניש געהעריג געקענט.
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

מוישע יאכעס איז בעק לכבוד חנוכה, ביזדערווייל האמער נאכנישט געהאט א פאדי אבער מיר האבן הנאה אז מוישע האט שוין געהאט איינס
;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געלעגער האט געשריבן:ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט די וועד לטהור פארטינו ארויסגעקומען מיט אן איסור אויף די אלע וואס וואוינען אין די היימישע געגענטער אז זיי זאלן נאר קענען אריין רופן און נישט מיטהאלטן די זאך לייוו..

:lol: :lol: :lol:
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

גוט גוט משה'לע, האסט מיך געמאכט אויספלאצן, סאם האו האב איך מיך געפילט היימיש בשעת'ן ליינען דעם ארטיקל...
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

משה יאכעס אפשר 'אפדעיט מען דאס פאר היי יאר (בימים ההם בזמן הזה...) היינס איז מער נישט אין אפיס.. קיינער רעדט מער נישט פון קאני ע"ה... מ'זינגט שוין נישט 'ואם אין אתה מדליקים... וכו''
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

כ'ווייס עס נישט ווי צו לייגן
אבער וואס איז פשט פון רייד'ס און פארוויילונג חנוכה?
אויך קען יעדע משפחה רעזעווירן א טיש דארט אין פראווענען א אייגענע חנוכה פארטי
אטעטשמענטס
CCF12152014_00000.jpg
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

גערעכטער האט געשריבן:משה יאכעס אפשר 'אפדעיט מען דאס פאר היי יאר (בימים ההם בזמן הזה...) היינס איז מער נישט אין אפיס.. קיינער רעדט מער נישט פון קאני ע"ה... מ'זינגט שוין נישט 'ואם אין אתה מדליקים... וכו''

קען נאכנישט צוזעך קומען פון דעי הטובים הטובים....
יאא מעיד מיי נייט
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

מוישע_יאכעס האט געשריבן:.

איך וואלט געקוואט יעדע שורה באזינדער..
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
מוישע_יאכעס האט געשריבן:.

איך וואלט געקוואט יעדע שורה באזינדער..
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
מוישע_יאכעס האט געשריבן:.

איך וואלט געקוואט יעדע שורה באזינדער..

וואס זאגט עטס?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”