זיצט זיך דער צוויי יעריגע משה'לע אין זיין 'הויכע-בענקל' און מיטען אצבע קטנה צייגט ער אהן אויפען קולה (מיט א הכשר), בעטענדיג זיך דערביי "טאטי געבן" (אדער בלשונו המתוק "טאטי געבם"). ר' אנעים האט שוין עטליכע מאל געגעבן צו טרונקען פאר די קליינע און אצינד האט ער געוואלט משה'לע זאל אויך עפעס עסן.
"ווילסט קולה? יא? ערשט זאלסטו עסן דער פלייש נאכדעם וועט טאטי געבן."
משה'לע איז גראדע נישט אזא נאר און אלגעמיין פארשטייט ער גאנץ פיין וואס מען רעדט צו איהם, נאר ווען ער הערט ווערטער וואס אין רוח חכמים נוחה מהם ווערט ער פלוצלינג כתינוק שנולד דמי און ער הייבט נישט אהן צו פארשטיין קיין איין ווארט. דער זיסע פינגער טוט זיך ווידער אויסשטרעקען צום ריכטונג פונעם קולה און ער פארלאנגט נאכאמאל, "טאטי געבן."
טאטי ווייסט אז עס איז ר"ה ביינאכט און מען טאר חלילה נישט פארלירען דעם געדולד, געבט ער ווידער א ליבליך שמייכעל צום קליינעם און חזר'ט איבער, "ערשט עס דיין פלייש נאכדעם וועסטו קענען האבען קולה."
משה'לע כאפט אבער נישט פארוואס עס זאל זיך עפעס האבען געביטען פון א מינוט צוריק און פארוואס ער זאל פלוצלינג יא אנהייבען פארשטיין וואס טאטי זאגט, אלזא שטרעקט ער ווייטער ארויס זיין פינגער און עקשנ'ט זיך איין, "טאטי געבן."
נו, וואס מיינט עטס, האט טאטי געגעבן? ווי א טאטעלע האט ער געגעבן! ווער קען דען בלייבען גלייכגילטיג ווען דער קליינע זיסע יונגעלע בעט זיך אזוי שיין?!
ר"ה צופרי ביים דאווענען. אנגעקומען צו אז ישיר און זיך באלד געשטעלט דאווענען. אפילו נישט געדארפט זיך יאגען ווייל ווי נישט צווישען דעם ובמקהלות, ישתבח, מממעקים און תהלות לא-ל עליון גואלם פסוק בפסוק איז דא גענוג צייט צו זאגען תפלה קודם התפלה, אפלערנען א בלאט גמרא און זיך מיטצוכאפען מיטען דאווענען. ס'ז טאקע ר"ה, האט מען אריינגעלייגט עטוואס כונה און אינזינען געהאט - טאמער נישט פירוש המילות ממש - כאטש צו וויסען אז עס איז פארהאנען א מושג פון פירוש המילות. שוין, צו שמו"ע האלטען מיר גלייך.
אבער...עס איז פארלאשען. יא, די ווערטער האב איך געזאגט אבער עפעס א געפיהל ווי יעדער מינוט איז טייער, ווי ס'ברענט ס'הויט, ווי מען האט אצינד א געלעגנהייט איינצוגעבן אן 'ארדער' אויף א גאנץ יאר, איז צום באדויערען נישט געוועהן. כ'האב פראבירט אביסעל טראכטען וואס איך זאג, אפשר ארויסקוועטשען א טרער, אבער אומזינסט, עס גייט נישט (ווער ווייסט, אפשר א תוצאה פון די אומצעליגע געכאפטע שמונה עשרה'ס דורכען יאר...).
וואזשע קען מען טוהן, האט מען געענדיגט די שטילע שמו"ע און געווארט דער חזן זאל אנפאנגען (ווען האב איך ס'לעצטע מאל געווארט אויפען חזן ר"ה?!). פותחין הארון און יעדער בעט אבינו מלכנו פתח שערי שמים לתפילתנו.
בם בם בם בם ברוך, אוי אוי אוי אוי אתה וכו', איך זיץ און הער אויס די ווערטער און זינג ערליך אריין דעם אהה אהה אהה אהה בם בם בם ווען מען דארף. אט האלט שוין דער שאץ ביי מסוד חכמים ונבונים, ומלמד דעת מבינים - און דער גאנצע עולם (ואני הקטן בתוכם) אהה אהה אהה איי איי איי, אפתחה פי בתפלה ובתחנונים... יראתי בפצותי שיח להשחיל אהאהא אהא אייי איי, און איך קוק שנעל אריין אינעם 'מפורש' צו זעהן וואס מיינט להשחיל, און דער שאץ נוסח'ט זיך ווייטער, ווען פלוצלינג...
...ווי צוויי פראסקעס קלינגען די ווערטער 'אם כגמול הלב יחיל'!!! אוי א פחד! אם כגמול - אפגעהיטען זאל מען ווערן טאמער וועט דער באשעפער מיר נאר געבן א טויזענסטעל פון וואס עס קומט... ווי שטעלט מען זיך אהין פאר בושה און שרעק? הלב יחיל - דאס הארץ ווערט אויפגעציטערט און אנגעפלאקערט. אם כגמול - נאר דאס נישט! רבש"ע געב מיר נישט לפי מעשי! הלב יחיל - עס פאנגען אהן ארויפקומען זכרונות פון איבערען יאר פון דעם 'גמול', און אז איך געדענק איז דאך ק"ו בן בנו של ק"ו אז דער מלך מלכי המלכים האלט חשבון, ותפתח את ספר הזכרונות...
ווייזט אויז דער פייטן האט געוואוסט וואספארא באמבעס ער באהאלט דארט צווישען די שורות ווייל ווי פאסענד איז טאקע געוועהן דעם קומענדיגע פראז: מקורי עפעפי אזיל כמזחיל - די קוועלן טרערן האבען זיך געעפענט און עס האט נישט אויפגעהערט פליסען. אזיל כמזחיל - עס איז גערינען ווי א שטראם וואסער, ווען אין אויער דונערען נאך די ווערטער אם כגמול... אוי וויי אם כגמול...ואני אנה אני באה... הלב יחיל - וואו באהאלט איך מיר און וויאזוי קען איך מיר נאר שיצען? הלב יחיל - עס טרייסלען אלע גלידער ווייל די ווערטער 'אם כגמול' קענען נישט ארויס פון קאפ!
עס קען דאך אבער נישט זיין אז דער פייטן וואס האט אזוי גוט געזעהן דעם מצב ביז אהער זאל נישט האבען אן עצה. ער האט זיכער געוואוסט פון מיין פארלוירענקייט און געראטען וואס צו טוהן ווייטער. האב איך געקוקט א שורה ווייטער און געוואוסט מיט וואספארא ווערטער איך זאל פראבירען איינרייסען. צדקה אקוה ממך ואוחיל - איך ערווארט און האף פון דיר באשעפר זאלסט מיר געבן א מתנת חנם. איך שטיי אצינד כעני בפתח און איך בעט מיר פאר א קליין נדבה'לע. ווייל יושר הורי זכרה להאחיל - דו ביזט דאך מיין טאטע און איך האב נישט קיין צווייטען וועמען צו בעטען. עס איז מיר ארויפגעשווימען אין זכרון דער נעכטיגע סצענע "טאטי געבן"!
יא טאטע, ביזט כשר גערעכט אז דו האסט מיר שוין אזויפיהל געגעבן און אצינד טוסטו ערווארטען פון מיר איך זאל אויך עפעס טוהן. "קודם ווער א שטיקעל א יוד, נאכדעם וועט טאטי געבן...", אבער איך האב מיר שוין געלערנט וואס צו טוהן פונעם קליינע משה'לע: "טאטי געבן"! כביכול בלייבסט גערעכט לך ה' הצדקה ולנו בושת הפנים אבער איך וועל נישט נאכלאזען און ווייטער איינרייסען ביי דיר אולי יחנן בשעת הדין.
צדקה אקוה ממך ואוחיל, יושר הורי - איך גיי מוטשען און איינבעטען ביי כביכול כאטש איך בין נישט ווערט אפילו אחד מני אלף פון די מיליאנע טובות וואס ער טוט מיט מיר בכל עת ערב ובוקר וצהרים, אבער ער איז דאך מיין טאטע און ווען א קינד בעט ביים טאטע - נישט וויסענדיג פון קיין חכמות נאר בלויז פארלאזענדיג זיך אויפען טאטע'ס רחמנות - טוט ער סוף כל סוף באקומען.
זאל דער אויבעשטער העלפען מיר זאלען אלע האבען גע'פועל'ט אלעס גוטס און מיר זאלען זוכה זיין צו א גמר חתימה טובה.