היכי דמי מחלל שם שמים בסתר

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

שאץ'ל איך האב ממש נישט די ווערטער...

עס ליגט מיר שוין לאנג אויפ'ן געדאנק דעם רעיון אויף א צופארענעם פארנעם. דהיינו, איך האב אייביג געוויסט און געהאלטן אז די אלע טענות ומענות וואס דרייט זיך אויף די גאס, ווי דו האסט ארויסגעברענגט, אז, מ'דארף טוישן די מהלך החינוך.. פארפאלן, מ'קען נישט היינט.. ווען וועלט וואלט געווען וועלט.. וכו' וכו'.. איז א בלויזע מיטל זיך צו פראטעקטן און פארענטפערן על כל דבר רע. (עי' ערך "ווען וועלט וואלט געווען וועלט" בליקוטי ים המלח..) ואליבא דאמת איז עס בכלל נישט דאס וואס מ'פרובירט אלס צו שרייען, עס איז נאר די אלטע פשוט'ע יסודות.

האסט מיר עס ארויסגעשלעפט מכל חדרי לבבי און ארויפגעברענגט עלי גליון אזוי הערליך און קלאר. איישר חילך פאר'ן עס אזוי שיין צוזאמברענגען תחת קורת ארטיקל אחד. כה לחי!
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווארט »

נו האבן מיר דאך שוין דעם כלל "תכלית הידיעה אשר לא נדע"
תכלית הידיעה אשר לא נדע
מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

שטארק זיך האט געשריבן:אויסער וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע אבות זיך נישט צו פארנעמען מיט די זאכן; זענען די אלע דערמאנטע ארגעניזאציעס ״זייער״ אויבערפלעכליך, פונקט גענוג איבערצוצייגן א פרענק... רוב פון די מרצים ווען זיי טרעפן זיך מיט אן עכטן סייענטיסט, זענען זיי ללעג ולקלס. און נישט ווייל יענע זענען גערעכט, נאר ווייל זיי - די עושי נפשות - ווייסן נישט פון קאפ-זיך.


אויף די טעיפס פון ר' אביגדור מיללער ז"ל זענען דא עטליכע גוטע שיעורים וואו ער "צונעמט" די אלע לעכערליכע נארישקייטן פון די סייענטיסטן, ער און 'ער' מאכט 'זיי' ללעג ולקלס...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מה פתאום האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:אויסער וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע אבות זיך נישט צו פארנעמען מיט די זאכן; זענען די אלע דערמאנטע ארגעניזאציעס ״זייער״ אויבערפלעכליך, פונקט גענוג איבערצוצייגן א פרענק... רוב פון די מרצים ווען זיי טרעפן זיך מיט אן עכטן סייענטיסט, זענען זיי ללעג ולקלס. און נישט ווייל יענע זענען גערעכט, נאר ווייל זיי - די עושי נפשות - ווייסן נישט פון קאפ-זיך.


אויף די טעיפס פון ר' אביגדור מיללער ז"ל זענען דא עטליכע גוטע שיעורים וואו ער "צונעמט" די אלע לעכערליכע נארישקייטן פון די סייענטיסטן, ער און 'ער' מאכט 'זיי' ללעג ולקלס...

ר׳ אביגדור איז אן אנדערע מעשה...
און עס איז דא נאך עטליכע, אבער רוב חברה כנ״ל.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

יאפ! ווען שאץ מאץ שרייבט איז עס געשריבן!
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

מה פתאום האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:אויסער וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע אבות זיך נישט צו פארנעמען מיט די זאכן; זענען די אלע דערמאנטע ארגעניזאציעס ״זייער״ אויבערפלעכליך, פונקט גענוג איבערצוצייגן א פרענק... רוב פון די מרצים ווען זיי טרעפן זיך מיט אן עכטן סייענטיסט, זענען זיי ללעג ולקלס. און נישט ווייל יענע זענען גערעכט, נאר ווייל זיי - די עושי נפשות - ווייסן נישט פון קאפ-זיך.


אויף די טעיפס פון ר' אביגדור מיללער ז"ל זענען דא עטליכע גוטע שיעורים וואו ער "צונעמט" די אלע לעכערליכע נארישקייטן פון די סייענטיסטן, ער און 'ער' מאכט 'זיי' ללעג ולקלס...


אפשר זאגסטו מיר וועלכע טעיפס און ווי קען איך עס באקומען?
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

און ווי אייביג ווען שאץ שרייבט צוגיסט זיך עס אין די ביינער. יישר כחכם
פעטרעזאן
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 19, 2009 11:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטרעזאן »

עס שטעלט זיך דא ארויס אן אינטערסאנטע זאך, שאץ מאץ שרייבט אן ארטיקל און דער עולם וועקט זיך אויף, שכח פארן אויף קנייטשען מיין מוח, עס זעהט אויס אז דער עולם דרייט זיך מיט די געדאנקען פאר די לעצטע שטיק צייט, נאר איינער וואס האט א כח און שרייבן קען עס ארויס ברענגען מיט א קלארקייט, אני הקטן בין אויך פון די וואס קענען זאגן חטאתי, עפעס א רוח פון אויבערחכםשאפט האט זיך אריין געכאפט צו אונז, אפילו נאך פאר די אינטערנעט, מיר דרייען זיך שוין לאנג ארום אז דאס וואס מען האט מיט אונז געטוען וועלן מיר נישט נאך טוען פאר אונזערע קינדער.

מען מוז פארשטיין וואס די סיבה פון דעם איז, אזוי ווי שאץ מאץ האט צוגעגליכן אונזער היינטיגע מצב צו די פוילישע מצב פאר די קריג אדער נאך ערגער, איז גאר וויכטיג צו אהער צו ברענגען די דברים ברירים פון א רבי פון פוילן פון פאר די קריג, ווי אזוי ער לייגט אראפ די אורזאך די סיבה פארוואס די יונגווארג שפירט זיך העכער און קלוגער פון די עלטערע, דאס איז דער פעסעצניא רבי דער בעל חובת התלמידים.

עס איז דא א שמועס, עס איז געדרוקט אנפאנג פון די ספר חובת התלמידים, איז ער מסביר א הסבר וואס איך מיין אז דאס קען זיין טאקע אונזער מצב,
ער פרעגט, מיר זעען אזויפיל חרבנות ביי די יונגווארג, עס פאלן אוועק אזויפיל קינדער פון היימישע שטיבער (ער איז געווען און פולין פאר די צווייטע וועלט קריג) קענען מיר טאקע גארנישט טוען דערצו? זענען מיר טאקע אזוי הילפזלאז, הייבט ער אן אריין צוגיין און א הסבר און ער געט צו פארשטיין וואס איז די שורש פון די פראבלעם. איך וועל דא ברענגן בערך דעם הסבר.

דער אייברשטער האט אריין געלייגט און די נאטור פון א פיצל קינד ער זאל פארשטיין וואס ער האט צו טון ווען ער איז הינגעריג, ער זאל פארשטיין וואס ער האט צו טון ווען עס שמערצט אים עפעס, אויב א קינד זאל ח"ו נישט האבן דעם שכל, וואלט ער אויסגעגאנגען פאר הינגער, און א קינד וואס האט נישט געם שכל מיז טאקע זיין קראנק פאר דעם אליין.

די זעלבע זאך האט דער אייברשטער אריין געלייגט און עלטערע קינדער זאלן אויך פארשטיין אז זיינע עלטערען פארשטייען בעסער פון אים און ער דארף צו לייגן א אויר צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן, ווייל אז נישט וועט ער אויסקוקן ווי דעס קינד וואס וויינט נישט ווען ער איז הינגעריג, היינטיגע צייטן זעהט מען אבער אז עס קומט א געוויסע יארגאנג ביי קינדער וואס זיי זענען באמת נאך נישט רייפ אינגאנצן זיך אליין צו העלפן, עס פעלט זיי נאך אסאך אינפארמאציע פאר זייער לעבן, אבער עפעס גייט פאר מיטן קינד, וואס איז דאס? ער איז שוין נישט מקבל, ער מיינט אז ער ווייסט שוין אלעס, די מציאות איז אז ער איז נאך לפי הדרגתו אזוי ווי דאס קינד וואס דארף נאך בעטן פון די מאמע עסן, אבער דא האט געכאפט די ליבעראלע שוואכקייט, אז איידער ער איז שוין ערוואקסן, הערט ער אויף מקבל צו זיין פון די עלטערן און רבי'ס, איי, ער איז נאך אינטער זייער רשות, הייבט ער אן זיי אנצוקוקן ווי שלעכטע פאליציי און ווארט אויף די צייט וואס ער וועט באפרייט ווערן און דעמאלטס ווארפט ער אראפ די עול תורה ועול מצוות, איז ער מסביר ווי אזוי מען זאל האנדלן ווען די קומט אן צו די יארגאנג. ע"כ

איך מיין לויט מיין קוק ווינקל אז הן המה היה בעכרנו, די ליבראלקייט האט אינז געמאכט פאר פעלערהאפטיגע מענטשען, מיר דיוועלאפען זיך נישט געהעריג, פינקט אויב א קליין קינד וועט נישט פארשטיין ווי אזוי אפצונעמען זיין שפייז פון די מאמע און די אנדערע גאר וויכטיגע זאכן וואס ליגט און אים כדי ער זאל זיך קענען דיוועלאפען וועט ער געוויס זיך נישט אנטוויקלן געהעריג, (ווי זאגט מען די זעהסט א קאץ וואס לויפט נישט אוועק ווען מען מאכט אים שיץ קעצעלע, שטיי אוועק פון אים ווייל ער מיז זיין אנגעשטעקט) די זעלבע איז מיט אינז מיר האבן פארלוירן די נאטירליכע פארשטאנד אז מיר זענען נאך תנוקות הצריכים לאמם, און מיר האבן אנגעהויבן צו טראכטן אז מיר פארשטייען בעסער פון זיי, די רעזאלטאטען פון דעם איז אז מיר האבן זיך געדרייט אויף די וועלט נישט אנטוויקעלטערהייט, און מיר זענען אליין געווארן טאטעס, און צוביסליך האט אינז דאס לעבן מודיע געווען אז מיין קליגע וועג קען זיין גאר געפארפאל, די מציאות זאגט היינט טאקע אז פון די דור וואס איז אויסגעוואקסן ביי די גוטע טאטעס וואס גייען נישט טוען וואס מען האט זיי געטון האבן די זעלבע אדער ערגערע נאכפאלגן ווי די שטרענגע חינוך פראבלעמן.

איך ברענג דא דעם לשון פון חובת התלמידים
לא בהשערות, רק בחקים איתנים ובעובדות חזקות עלינו לבאר בראשונה מה החלוק בין דור לדור, למה בדורות הקדומים לנו כל חנוך שהוא היה מועיל, תלמידי כל מלמד ובני כל אב רובם ככולם היו עובדי ד', ולא כן עתה. הסבה הפשוטה והעיקרית היא , שהנוער קם וחושב א"ע לאיש בטרם בא מועדו. לא השערה בדוי' אנו אומרים בזה, כי גם כל העולם מקונן עתה על זה, ולא את הטעם והסבה באנו בזה לבאר, למה קם הנוער, אבל כך היא העובדא, רוח שטות זה עבר על בני הנוער לחשוב א"ע לאיש בדעת ורצון, בעוד בו דעת מהופך ורצון בוסר ומר, ועוד הודיעו לנו חז"ל מראש (סוטה מ"ט) בעקבות משיחא חוצפה יסגא. גם זאת חוצפה היא לחשוב א"ע ואת דעתו לנאמנים ובטוחים לסמוך עליהם הדבר הזה כ"כ התלקד, עד שמשתוממים לפעמים לראות תנוקות הכי קטנים עצמית ואומץ מרומה זה, כבר מבצבץ ועולה בהם לחשוב א"ע לאנשים.
ושתים רעות נמשכות מזה, א' שבשביל זה על כל מדריך מלמד ומחנך מביט הנער כעל עריץ זר, שבא למשול עליו ביד חזקה ולשלול ממנו שלטון עצמותו דעתו ורצונו, ומין התנגדות אף שנאה מתעוררת בקרב הנער פנימה אל מלמדיו ואביו, עד שאינו נותן לב לשמוע את דבריהם ואיך לקלטם בלבו, רק איך להתפטר מהם ולצאת מן ידיהם.
והב' שאפשר גדולה פרצתה מן הא' היא, שבראשונה שאישיות הילד ועצמותו לא מהרו להתגבל ולהתגדל בעודו בוסר, גם הרגשותיו ודעותיו ובכלל כל השקפותיו ושאיפותיו לא מהרו להתפתח קודם זמנן, מין נייר חלק הי' הילד בנפש טהורה לקבל את הצודות ואת הדבורים אשר ירשמו עליו מוריו ורבותיו, והם באמת ספו לו כתורא, ולא דבורים בלבד רק גם את נפשותיהם בו הכניסו ועל נפשו חרתו. והי' כאשר התחילו אח"כ נצני נפש הילד הרגשותיו ושאיפותיו מעט מעט להתנוצץ , מצאו כבר נער דשן בדושנה של תורה ושמן משמן משחת קודש, והיו הן ניצני הרגשותיו ושאיפותיו עוד לכח מוסיף ולנשמה יתרה להצמיח ולהוסיף על התורה ועבודת ד' אשר הכניסו בו רבותיו, בהם התחנך ובקדושתם התגדל.
לא כן עתה שאישיות ועצמות הילד ממהרת להתגבל ולהתגדל קודם זמנו גם שאיפותיו דעותיו והשקפותיו ממהרות להתפתח בעודן בוסר מרים וארסיים, ובהן מתחיל הוא להתבונן ולחקור בכל דבר (אף שבדברים שאסור לו) כאיש לעצמו, ולהתרגש ולהתפעל בהתרגשות לא מבושלה, והאם אפשר שמן הדעת שלו וההתרגשות והתפעלויות ארסיות, תתרקמנה שאיפות והשקפות לא פסולות ורעולות.
אם נחדור אך תוך נפש הנער ונתבונן בניסיונות זכים ואמיתיים בכל מהלכה נראה, שע"פ הרוב אין הנער סר מדרכי ד' בפעם אחת, לא מחלל שבת בפעם אחת אף אינו יוצא מבית המדרש לטרטיראות להבדיל פתאום, הגמרא (שבת ק"ה) אומרת, כך אומנותו של היצה"ר היום אומר לו עשה כך ולמחר עשה כך וכו".... לפום רהיטא רואים בגמרא רק כשבא כבר לעשות את המעשים הרעים ר"ל, לא בעבירה חמורה מתחיל בתחילה רק בהדרגה יורד לבאר שחת, אבל כד חזינן, גם טרם שבא למעשה הראשון הכי קל גם בדעתו פנימה המשבר לא נעשה פתאום ובפעם אחת רק לפני שנה או יותר התחילה דעתו להתפצע מעט, פצע ואינו פצע, כנגע נראה לי בבית רק כנגע , נגע ואינו נגע, וממנו מבצבצת מחשבה דקה מן הדקה, להסתכל על התורה והעבודה כעל דבר נבזה ובטלנות, ועל העולם החצוני של הוללות בערות ופחזות, כיפה וטוב, וגם סיבה הכי קלה יכולה לגרום פצע כזה, כי מצערה היא בראשיתה ואינה פועלת הרבה עליו ועל מעשיו, רבותיו אף חבריו היותר קרובים אינם מכירים בו שום השתנות, ומעט מעט מתעמקת היא בנפשו ומתרחבת במחשבתו מנפש ועד בשר מכלה, ופתאום קול רעש נשמע והנה עזב את בית אלהים ונפל לבאר שחת ר"ל.
ע"פ רוב נגע פנימי זה בנפש בא מן ישות והתנגדות הנ"ל, כיון שנעשה יש בפני עצמו והתנגדות אף שנאה מבצבצת בקרבו נגד אביו רבותיו ומחנכיו, לא רק נגדם מתעוררת התנגדותו, רק אל אשר יורו אותו ועל כל התנהגותם ודרכם דרך הקודש מתחיל להסתכל בשאט נפש ושנאה.
תוצאות דברינו הם, שמלפנים כל מדריך ואב הי' יכול לחנך את ילדי ישראל ולהרותם דרך ד', ואף אם לא הי' מדייק לחנך ע"פ דרכו שרמז לנו שלמה המלך, ע"פ דרכו של כל בן ותלמיד דעתו ועצמותו, ורק מרגיל ומצוה הי' גם כן מועיל, מפני שהילד בקטנותו אף בנערותו נפש נקי' הי', ולא עוד אלה שגם הוא בעצמו בקרבו פנימה הרגיש ריקנותו וחשכת דעתו ומין צמאון פנימי הי' בקרבו לשמוע את דרך ד' מכל מלמד ומדריך. ואף אם אירע שעה שהשתובב הנער וסרב לשמוע ג"כ הרגיש בעצמו אח"כ שחטא, אביו ומלמדו המייסרהו אף מלקהו הצדיק והוא הפושע, רוחו נפל בקרבו מעט וכפה א"ע לשמוע מעתה לקולם ולבטל את רצונו מפני רצונם, ומעט מעט קלט בקרבו את תורת ד' להיות יהודי נאמן, אם הי' אחד מהם יותר בן תורה או פחות, אבל יהודים עובדי ד' כלם היו.
לא כן עתה, שישותו של הילד ועצמותו מתקדם להתגבל בלא עתו, ועמו גם הרגשותיו שאיפותיו והשקפותיו בעודן בוסר בו מתגלות, ובסבתן פירוד ושנאה בין הבנים והוריהם עולה, בני דורנו שהיו מוכשרים להיות יהודים נאמנים יצאו ואינם, נהפכו עלינו לאויבים, שוחקים ומחרקים שן עלינו ועל אמונתנו, וזאת ראה שלמה המלך בחכמת ה' אשר בו מראש, והזהיר לנו חנוך לנער ע"פ דרכו, לא בציווי לבד רק בחנוך, וחנוך ע"פ דרכו של כל אחד ואחד..
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

שלום עליכם הרב פעטערזאהן, און ש'כח פאר די שטארקע ווערטער פונעם חובת התלמידים.

האסט זייער שיין ארויסגעברענגט די פראבלעם, למעשה אבער איז היינט זייער אן אפענע וועלט, און קינדערלעך (ליין בחורים/אינגעלייט) עוד קודם שנפתחו עיניהם באגעגענען זיי זיך אנליין צו אויפן גאס מיט מיינונגען - לאו דוקא כפירה אדער אפגעלאכעץ - נאר אזעלכע וואס זענען פשוט בניגוד צו דאס מיט וואס זיי זענען אויפגעוואקסן, וואס נישט האבענדיג אין זיך גענוג שטארקייט/שטאלץ כאפט זיך אטאמאטיש אריין א ווארימעל פון קאלטקייט צו ביטול כלפי זייער ביז איצטיגע מהלך החיים אין בעסטן פאל, און צומאל ענדיגט זיך עס מיט עפעס ערגערס, פארגעסט נישט שאני מינות דמשכי, און ניין מינות מוז נישט מיינען עבו"ז נאר פלעין פשוט די אינערליכע גליסט צו קענען, וויסן און פארשטיין זאכן, און די טבע זיך צו פארלירן צו, אדער ארויפקוקן אויף איינער וואס ווייסט אביסל מער פון דיר.
אלזא לשיטתך (אדער לשיטת החובה"ת ז"ל) וואס טאקע איז די סאלושען, זיך צומאכן די אויגן און זאגן פארן קינד, דארפסט נישט אלעס פארשטיין און וויסן, ביזט נאך צו יונג, ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין (וואס ליידער אין די היינטיגע וועלט וואלטן זיך אסאך עלטערן געוואונטשן זייערע קינדער זאלן קיינמאל נישט צוקומען צו אזא געעלטעראכץ...) ? אדער אריינווארצלן אביסל מער אמונה פשוטה אין די קינדער? בעסער אריינגעבן די קינדער א אמת'ע שטאלץ מיט אונזער אידישקייט/חסידישקייט און איך רעד פון בעיסיקס, וויסן און פארשטיין דעם חובת האדם בעולמו אא"וו?

כ'מיין באמת, וואו איז אונזער לאך, און וואו און וויאזוי הייבט מען אן?
פעטרעזאן
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 19, 2009 11:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטרעזאן »

די חובת התלמידים ברענגט א סעלושען מען דארף עס ברייט אויסשמועסן
ועוד חזון איך האב יעצט נישט די מינוטן
מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

ריק פערי האט געשריבן:
מה פתאום האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:אויסער וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע אבות זיך נישט צו פארנעמען מיט די זאכן; זענען די אלע דערמאנטע ארגעניזאציעס ״זייער״ אויבערפלעכליך, פונקט גענוג איבערצוצייגן א פרענק... רוב פון די מרצים ווען זיי טרעפן זיך מיט אן עכטן סייענטיסט, זענען זיי ללעג ולקלס. און נישט ווייל יענע זענען גערעכט, נאר ווייל זיי - די עושי נפשות - ווייסן נישט פון קאפ-זיך.


אויף די טעיפס פון ר' אביגדור מיללער ז"ל זענען דא עטליכע גוטע שיעורים וואו ער "צונעמט" די אלע לעכערליכע נארישקייטן פון די סייענטיסטן, ער און 'ער' מאכט 'זיי' ללעג ולקלס...


אפשר זאגסטו מיר וועלכע טעיפס און ווי קען איך עס באקומען?


איך ווייס נישט גענוי די נומערן פון די אלבומ'ס [פון ר' אביגדור איז דא הונדערטער טעיפס, און דוכט זיך אז אלעס איז גענומבערט], אבער דער נאמען פונעם טעיפ וואס איך האב יארן צוריק געהערט, איז עפעס בערך אזוי: THE INSANITY OF EVOLUTION
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אדורכגעליינט (בלויז דעם ארטיקעל פון שאץ אן אלע תגובת, סארי אבער ס'איז קיין סאך צייט נישט דא, ועד חזון למועד) און כ'קען בלויז באשטעטיגן וואס ער שרייבט.

כ'קען מאריך זיין ביז די נאכט אריין, אבער רבותי, פון חלק השרייבן ביזן טוען, אדער פון זאגן ביזן טוען איז זייער ווייט. יעדע טאטע האט אן אחריות אויף זיינע קינדער און ער זאל וויסן אז ער וועט נישט קענען טענה'ן אז דער סיסטעם, און אפי' ער וועט יא קענען וועט ער גארנישט האבן דערפון, ס'וועט בלייבן נעבעך זיין פעקיל.

לדעתי לדעתי דארף מען געבן מער צייט פאר די קינדער און איינגענעם פארברענגן מיט זיי, און אין די זעלבע צייט וואס זיי פארברענגן מיט זייער ליבליכער טאטע, א צייט וואס האט אין זיך בלויז פאזעטיוויטי, קיין געשרייען און קיין פסקים, וועט דער טאטע אריינלייגן אין זייערע הערצער מיט זיינע ווארימע ווערטער אלעס וואס נויטיג. בעיקר אמונה און אהבת ה', אני לדודי ודודי לי, ווי מיר האבן אים ליב און ווי ער האט אונז ליב.

ווען קינדער זענען נאך קליין כאפן זיי עס די בעסטע אויף, און ס'איז א שאד יעדע רגע וואס מ'טוט עס נישט. לאזט אייך אפ פון אינטלגנציה וכו' שטותים והבלים, פון דעם בלייבט נישט "גארנישט" און קיין נחת ברענגט עס זיכער נישט. ס'איז שוין געווען דא מיט א לאנגע צייט צוריק טענה'ריי און מ'איז נישט אנגעקומען אין ערגעץ, און די אלע וואס פירן זיך אויף דעם דרך פון מחנך זיין קינדער מיט "אינטלגנציה וכו'" קומען אויף נישט אן אין ערגעץ נישט, דו"ק ותשכח הרבה רח"ל.

בלייבט מיר אלע געזונט מיט נחת פון די קינדער געזונטערהייט, אמן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

ייש"כ ר'שמעלקא פאר די דברים כנים ונכונים יוצאים מלב טהור.

לטובתינו של כל א' וא' ביטע ביי די נושא מער מאריך זיין את אשר בידכם, למלאות נפשות הצמאים לדבר ה'.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

זייטן כינוס בין איך זיך מונע פון שרייבן דא, נאר ממש א מיעוטא דמיעוטא, ווי אויך האב איך געאפגרעידט מיין פילטער אזוי אז ביי מיר זענען 'אלע' בלאגס סיידס און נייעס סייד'ס געבלאקט, חוץ דיזער סייד איז עטוואס אפן
אבער כ'מוז דא מעתיק זיין א שרעקליכער פחד'דיגער חתם סופר לעצטע וואך (תורת משה פ' שופטים ד"ה לא תלמד) וואס כ'האב צופעליג געלערנט, וואס איז זייער אקטועל לענינינו, און לענין דאס וואס מען הערט לעצטנס, דער און יענער און ל"ע ולא עליכם ארויס לתרבות רעה רח"ל.
ואלו דברי קדשו:
לא תלמד לעשות כתועבות הגוים ההם ולא ימצא בקרבך מעביר בנו ובתו באש קוסם קסמים וגו' יל"ד לא ימצא בקמץ.
ע"כ נ"ל עפ"י מ"ש במקום אחר לא תלמד לעשות ר"ל שלא ילמוד ספרי האומות כמסתפק ולבסוף ידע כי האמת עמנו ויעבוד ה' בלב שלם יותר, חלילה וחלילה להיות בספק רגע אחד כי יאמין בקבלת אבותינו, וילמוד להבין ולהורות דיני כישוף וע"ז נמצא הלומד כמסופק הרי הרהר רגע בעבודה זרה, וכתב הרמב"ן בפסוק פן יש בכם שורש פורה ראש ולענה, כי כל מי שלא הרהר בעבודה זרה לא יוליד מודה בה, על כן אמר אם לא תלמד לעשות כמסופק (רק לדון ולהורות) אז ממילא לא ימצא בקרבך מעביר בנו ובתו באש, כי מי שלא הרהר לא יוליד מודה בה.

נשאלתי מ"ט חזינן דמי שהמיר דתו מיד הוא שונא ישראלים בלב ונפש יותר מכל הגוים, ואמרו חז"ל גיורא עד עשרה דרא לא תבזי ארמאה באפיה, ומאי שנא מומר שמיד מבזה ישראל ושונאם, ועמדתי על חקירה זו ואמרתי עפ"י דברי הרמב"ן הנ"ל, שזה המומר הוא כבר יותר מדור העשירי שהרי השרש היה כבר באבות אבותיו, ואפילו במעמד אתם נצבים כבר פרה ראש ולענה שלו, וכבר עברו עליו כמה דורות, עכל"ק
.
פון די פחד'דיגע ווערטער פון הייליגן חתם סופר קומט אויס, אז א פיצעלע הרהור פון א ספק באמונה קען חלילה שאטן צו צעהן דורות נאכדעם, עס זאל חלילה וחלילה ארויס קומען פון אים א פוקר א שונא ישראל........ רחמנא לישזבן א שפיל מיט פייער!!.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

א פחד נורא!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
סטרייק אוט
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 6:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרייק אוט »

געוואלדיגע ווערטער רב שאץ מאץ

עס איז ידוע בשם איינע פון די פריערדיגע צדיקים (דאכצעך געהערט בשם דער הייליגער ראפשיצער רב) אז פאר משיח וועט קומען העט מען זיך דארפ'ן דראפ'ן [קריכ'ן] איוף גראדע ווענט צו זיין א מאמין בה'.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איך האב דאס געהערט בשם דער ריזשינער זצ"ל און ער האט געזאגט אז די עצה איז צו רעדען וועגען צדיקים
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

דברים כדרבונות!

---
derech eretz האט געשריבן:געוואלדיג ווי אלע דיינע ארטיקלעך!!

למעשה, ברענגסט זייער גוט ארויס אז פאר אונז איז די סעלושען אז מ'מוז זיך אפטיילן פון די אלע בלאגס וכד' למיניהם, ופשוט הוא.
אבער לגבי (די נושא וואס "זיי" רעדן, דהיינו) אונזערע קומענדיגע דורות (וואס ס'איז דאך נישט בידינו זיי אפצוטיילן) שרייבסטו אויך אז די וועג איז דעם עשה טוב דהיינו אריינלייגן מער זיסקייט אינעם אידישקייט, זיי זאלן נישט ווערן אזוי שנעל פארלוירן פון דעם פאלשן גלאנץ פונעם גאס,
את הברכה אשר תשמעו, מיר דארפן מחנך זיין די קינדער (אין זיך אליין) צו מצות ומעש"ט, און פשוט'ע אידישקייט, נישט פלעין ביסט א אייזל וואס גייט נאך דעם פאסטוך, לערן ספר החינוך מיט דיינע קינדער, ווייס וואס מיינט קידוש מאכן שבת קודש, זאגן עדות אויף בריאת שמים וארץ, וואס מיינט תפילין, אזא לשם יחוד פאר הנחת תפילין לשעבד בזה תאוות ומחשבות לבינו, תפלה – פארוועם ביסטו מתפלל, וואס גיבסטו אוועק פון דיך בשעת התפלה,

איז דאס נישט ממש די זעלבע סעלושען וואס "זיי" געבן פאר דעם פראבלעם אונטערן טיטל "מדארף טוישן דעם סיסטעם"??
האב איך עס גוט ארויס, אז לגבי אונזערע דורות פארשטייען מיר אלע אז דאס און נאר דאס איז די עצה?

מצפה לתשובת כבודו הרמה
עס איז דא כמה מצוות עשה פון ושננתם לבניך וכו', און דאס וואס דער מלמד לערנט מיט די קינדער, נעמט נישט אוועק די חיוב פון א טאטן אריינצולייגן אהבת ה' ויראת ה' וכו' וכו' בקיצור מחנך זיין זיינע קינדער, און עס האט קיין שייכות מיט א "סיסטעם".
פעטרעזאן
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 19, 2009 11:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטרעזאן »

מיר האבן שוין געברענגט אויבן דעם חובת התלמידים אבער די סאלאשען האבן מיר נישט געברענגט, דאס איז טאקע זיין סעלאשען אריין לייגן א זיסקייט און אידישקייט.

ניין דאס איז נישט און קעגנזאץ צו אינזער קבלה, אינזערע עלטערן האט מען נישט מחנך געווען זיי א אייזל, די מציאות איז אז זיי האבן געהאט דעם סאטמערער רב זי"ע וואס מיר אלע קענען מעיד זיין נאר אלס קינדער פון זיי אז זיי האבן געלעבט און געאטמט עפעס העכערס זיי האבן געלעבט מיט א דערהויבנקייט, די דערהויבנקייט איז געווען אזוי נאטירליך און די ליפט אז זיי האבן עס נישט געקענט איבערגעבן ווייטער ווייל די מציאות איז נישט געווען מער, און א זאך וואס איז נישט דא קען מען נישט איבערגעבן, למעשה מיר האבן דאס נישט בלויז בלייבן מיטן געצויגנקייט אן דעם אור, זיכער אז מען דארף אריין לייגן וויפול מיר זענען ביכולת א זיסקייט.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

דבריך אינם מובנים לי.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

כהאב שוין אמאל גערעדט בענין הזה ברבים,

וויאזוי מקען און מדארף אריין לייגען און די קינדער א חביבות אהבה און ווי אויך יראה כדי מען זאל קענען מצליח זיין בס"ד בעיקר דורך זיך מחנך זיין אויף א אופן וואס זאל אריבער גיין ווייטער
אבער כבין דאך נישטא קען איך נישט מאריך זיין.

כעל אבער מוסיף זיין איין ווארט וואס כהאב געהערט פון מו"ר זז"ג חז"ל זאגען במקום חילול ד' אין חולקין כבוד לרב האט ער געזאגט פשט מען גיבט נישט דעם כבוד פארן רב אז ער זאל עפעס טון, נאר יעדער אליין דארף פראבירען צו ראטעווען וואס מער
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

הרב שאץ מאץ,

קודם כל ייש"כ אויף די ווארימע רייד. כ'האב שוין פאר אסאך מענטשען נאכגעזאגט דעם געדאנק אז 'די עריות פונעם אינטערנעט איז מחפה אויפען מינות', און דו ביזט כשר גערעכט.

כ' וואלט אבער געוואלט פרעגן חוות דעתך, צי איר האלט (ווי מיר) אז א גרויס חלק פונעם אלגעמיינעם ליצנות אויף רבנים והמסתעף (וואס דאס פירט שוין צו ליצנות אויף חז"ל און א קרירות צו עצם תוה"ק), איז צו פארדאנקען די צוויי גרויסע יודישע צייטונגען וואס פלעגן שרייבען ליצנות ורכילות אויף די מנהיגים פונעם צווייטען צד, וואך איין און וואך אויס (ועד היום זענען זיי נישט ריין דערפון)?

לענ"ד א טאטע וואס ברענגט אריין איינע פון די צייטונגען טוט מיט די אייגענע הענט פאר'סמ'ען זיינע בני בית.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א גוטע וואך און שלום עליכם אנעים.
איך מיין אז די שמועס זאל נישט ווייטער פארן איבער דעם פרט. עס קען פארפארן
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

אנעים דו האסט גראדע א פוינט אבער כ'וואלט נישט געזאגט אז דאס איז די יסוד, עניוועי אזא שמועס קען זייער שנעל פארפארן צו א אנדערע נושא לאמיר זיך בעסער דא אפשטעלן.

שלום עליכם יהא בואך לברכה.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

ווי לאנג מ'האט אינזינען נישט צי פארפארן פונעם נושא איז'ס אקעי...
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”