מעכל'ס ארבעטער קארגט שפייעכץ

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

מעכל'ס ארבעטער קארגט שפייעכץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

עס איז א גרינער דינסטאג, א שיינער וועטער, דער שטראז איז גאנץ פול, אויף אלע פיר ליניעס שלענגלען זיך לאנגע רייעס פון אויטאס, אלע מיט איין ציהל, נעמליך אריינצוקומען אינעם 'גאלדענעם לאנד' אמעריקא!, די אמעריקאנער גרעניץ פאטראל אויף איין זייט, און די מעקסיקאנער פאליציי (ווי פארשטענדליך רעדן מיר נישט פון קיין גרעניץ וועכטער, מיר פירן זיך נישט צו רעדן פון זאכן וואס לא באו לעולם) אויף די צווייטע זייט, היטן אז קיינער זאל נישט קענען פארלאזן די געבענטשטע מעקסיקא אן קיין רשות, און ביידע טוען זייער ארבעט אווי יעדן טאג.

אויפן ראוד געפינט זיך אויך א לאסט-אויטא, עטליכע שעה צוריק האט ער געמאכט זיין פיינעל סטאפ אין מעקיסקא, וואו ער האט אנגעלאדנט זיין טראק מיט א שפאר ביסל מאראנצן, ארום פינף הונדערט קעסטלעך מאראנצן האבן געפונען זייער פלאץ אינעם הונטערשטן חלק פונעם טראק, און נאכער האט דער שאפער ארויסגענומען א צעטל פונעם מענעדזשערס אפיס וואו עס ווערט ערקלערט שווארץ אויף ווייס אז אין דעם טראק געפינען זיך טויזנט שאכטלעך מאראנצן, און היידא, מען לאזט זיך אויפן וועג צום אמעריקאנעם גרעניץ.

איין מינוט איין מינוט!, מ'האט דאך געשמועסט אז ער האט נאר פינפהונדערט שאכטלעך, די איבריגע פינפהונדערט פון וואו זענען ארויסגעוואקסן?, דער תירוץ איז פשוט, אויסער דעם וואס ליגנט זאגן אין מעקסיקא איז נאר א פארברעכן אויב עס ווערט געזאגט פאר א מאפיא הויפט, איז דא נאך אן ערקלערונג, אינעם הונטערשטן חלק טראק האבן זיך געפונען א אכציג ספאניאלאס, וועלכע האבן נישט געהאט גרויס מזל בארץ מעקסיקא, און גייען אויספראבירן זייער מזל אין דעם לאנד פון ווי עס ווערן געשיקט שווערע מיליאנען דאלארן יערליך קיין מעקסיקא דאס איז דאך אונזער אלעמען באקאנטע "כאווער אבאמא'ס קאנטרי", זיי זענען אלע געזעסן אינעם הוטערגרונד פונעם טרעקל, צונויפגעשטופט ווי הערינג אין פעסל, און ווארטן אויפן גליקליכן מינוט ווען דער רייווער וועט ארויסקומען פון זיין קאבינע און געבן א שריי, "פוערא", אראפלאדענען אלע שאכטלעך אראנדזשעס, און ארויסלאזן זיינע כאוויירים אויף דער פריי, און זאלן זיי גיין ארבעטן, באקומען וועלפעיר, און נאכער העלפן ווייטער פיטערן דעם מעקסיקאנעם עקאנאמיע.

הכלל, צווישן אונזערע אלע חברה זיצט זיך פעדרא, ווי פיל פון זיינע חברים האט ער שוין עטליכע מאל געפילט דעם טעם פון זיצן מיט אנגסט און ווארטן אנצוקומען אויפן אמעריקאנעם זייט פונעם גרעניץ, אבער די פארגאנגאנע מאלן איז ער געכאפט געווארן דורך די פאליסיא, און איז שטרעג צוריקגעשיקט געווארן צו זיין כאטקעלע אין מעטלאטאנאק, דער ארימסטער מוניציפאל אין מעקסיקא, מיט א שטרענגן ווארענונג אז מער זאל ער דאס נישט וואגן צו טוהן, ס'לעצטע מאל האט ער אפילו געקריגן א ווארענונג אז ס'קומענדיגע מאל העט ער גיין אין חד גדיא אריין, ער האט שוין דורכאויס זיין דרייסיג יעריג לעבן עטליכע מאל געפילט דעם טעם פון פארברענגען אין א מעקסיקאנעם 'קארסעל', און ער איז בכלל נישט גרייט געווען דאס צו פארזוכן נאכאמאל, אבער וואס טוט מען נישט פאר אביסל ברויט.

יעצט האט ער צאמגעקליבן פעסא אויף פעסא, און באוויזן צו שאפן אביסל קאפיטאל פונקט גענוג אויף צו צאלן פארן מאראנצן טראק דרייווער, און האט אפילו געלייגט עטליכע דינעראס אין א זייט פאר ווען דער שאפער וועט פארלאנגען כמנהגם הטוב א הוספה, און... מען איז אויפן וועג קיין אמעריקא, למעשה האט דער שאפער איין נאכט אפגעשטעלט דעם טראק, אראפגעלאדנט א רייע מאראנצן באקסעס, און האט געמאכט זיין וועג צו זיינע אמיגאס אין די בעק, און קלאר געשטעלט אז יעצט פארלאנגט זיך א שטיקל הוספה (ווי פארשטענדליך נישט קיין סאך ווייניגער ווי דאפלט פון דעם פון פאראויס אפגעשמועסטן פרייז), ווען זיי האבן געקווענקלט צו עס לוינט צו צאלן, האט דער דרייווער ארויסגענומען א גאן און קלאר געשטעלט, אז ווער עס צאלט נישט יעצט וועט מער נישט זעהן נישט נאר דעם אמעריקאנעם באדן, נאר אויך נישט דעם מעקסיקאנעם שטח, בלית ברירה האבן זיי אויסגעליידיגט די טאשן, און אהינגעגעבן פארן שאפער (א חלק פון זיי ווארטן נאך יעצט אויף טשעינדזש).

אדורך אפאר טאג, און דער טראק איז נעקסט-אן-ליין', די גרעניץ וועכטער קוקן איבער די שאכטלעך מאראנצן, ווען די הערצער פון די ארבעטער, וועלכע זיצן שוין דריי טאג אין דעם פארשטופטן לול של ספאניאלאס, באכענען אוועק ווי מיט טויזנטער האמערס, און צו זייער מזל, האבן די דומע אמעריקאנער נישט געכאפט אז די מאראנצן זענען נאר א קאוועראפ אויף דעם ריכטיגן מאטיוו פון דעם שאפער, נאך א האלבע שעה איז פאריבער, און דער טראק איז שוין געווען טיף אין אריזאנא, דער דרייווער פארקירט זיין טרעקל אין א פארשטופטן פארקינג לאט, און נאכן אויסשיטן די מאראנצן טרייבט ער ארויס די חברה אין א אומבאקאנטן פלאץ, און נאך צוויי מינוט, איז מער קיין זכר פון קיין טראק נישט געווען.

לויט זייער פון פאראויס אפגעשמועסטן פלאן, איז אנגעקומען א אמיגא וועלכער איז שוין געווען א אלטער תושב ביי דזשאן מעקעין'ס שטאַט, און אהינגעגעבן פאר איטליכן שפאניאלא א סאציאלע זיכערהייט קארטל, און אויסגעלערנט וויאזוי מען בעט באקשיש אויף ענגליש, און געגעבן פאר זיי א קורצע רעדע איבער וואס זייערע פלענער קענען זיין.

אונזער פעדרא, האט געמאכט זיין וועג קיין ניו יארק, דער היימשטאט פון זיין ברודער אלבערטא, וואו אלבערטא האט אים שוין אפגעווארט און אים צוגעוויזן צום ערשט וואו דער וועלפעיר אפיס איז, און אים צוגעשטעלט א אכסניא, אויסנעמענדיג זיך מיט אים אז ער זאל נישט חלומ'ען צו בלייבן ביינעם אויף קעסט, נאך צוויי טעג אויב ער טרעפט נישט קיין דזשאב, קען ער גיין פאקן פעק, און זוכן גליקן ערגעץ אנדערש.

נאך אפאר טאג, האט פעדרא באקומען א דזשאב נישט מער און נישט ווייניגער ווי אין מעכל'ס אפיס, קענט איר מעכל?, ווער קען אים דען נישט?!, דער יודנאפשטאמיגער געלט-זויגער, אונזער באקאנטער מאיאר מעכל בלעם-בארג, האט אונטער זיין הערשאפט א ביורא מיטן שיין קלינגעדיגן נאמען 'העל(ט) דעפארטמענט', הידוע לשמצה לכל באי שער רעסטוראנטן וטעיק-אוט'ס, וואס אויסער פארקוקן אויף די הימלשרייענדע געזונטהייט פארלעצונגען ביי פיטער לוגער האבן זיי נאך איין ממשות'דיגע אויפגאבע, נעמליך, דער דאקומענט וועלכער יעדער אמעריקאנער בירגער האט, דער 'געבורטס-שיין', וועלכע באצייכנט דעם באטרעפנדן פארשוין אלס געבוירענער אין אמעריקא, (ווער עס האט עס נישט קען זיך אליינס מאכן איינס אויף פאטא-שאפ) ווערט געמאכט דורך זייער ביורא.

אט אין דעם ביורא ארבעט אונזער פעדרא, און טאג טעגליך לייגט ער אריין הונדערטער געבורטס-שיינען אין קאנווערטן, און שיקט זיי ארויס אויף די פאסט, פאר א נויט לייגט ער צו א רייע פאמפלעטן באצירט מיט בילדער פון עטליכע ספאנישע שיקסעס, וועלכע אפעלירן צו די עזרת נחשים אז זיי זאלן זייגן זייערע קליינע.

אבער... דא קומט דער אבער, פעדרא איז אדער א פוילער יונגאטש, אדער פארשטייט ער נישט אז אין אמעריקאַ איז דא א מנהג המקום (נישט אריינגיין אין די חלק ההלכה פליז) צו פארקלעבן די קאנווערטן, מען לייגן צו די פינגערלעך צום פרעסער, און עס ווערט נאס פון א פליסיגקייט וואס ווערט גערופן שפייעכץ, און היידא, מען פארקלעבט דעם קאנווערט.

הכלל, ער ווייסט נישט אדער ער וויל נישט וויסן, (עיי' בדברי רש"י פרשתן עה"כ לא ידע את יוסף) און ווען די קליינע צולייגערשי'ס געבורטס שיין איז אנגעקומען אויף די פאסט, איז דער געבורטס-שיין געלעגן אויפן פלאר, נעבן דעם פאסט קעסטל, אלעס א דאנק פעדראס פוילקייט.

דו שיכור איינער, דו געמיינער אינג, דו שפאניאלא, דו אויסווארף!, לאמיר זאגן אז מיין טאכטערס געבורטס שיין איז נישט אזוי וויכטיג, אבער וואסעט זיין מיט די פאמפלעטן, כוועל דאך נישט וויסן פונקטליך וויפיל מאל א טאג די שיקסעס טרינקען אן זייערע ממזרימ'לעך?????

הא????????

שיקער שיק-עס... יא פארקלעבט נישט פארקלעבט, אבי מ'קלעבט.
לעצט פארראכטן דורך צולייגער אום מיטוואך יאנואר 11, 2012 9:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

יו אידאס גוט איך לאך נאך אלס...........
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אפשר ביסטו מסביר וואס די דזשאוק איז?
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א מעכטיגער שרייבער!
הערליך ארטיקל, שריי מיר נישט אן, איך לאך נישט, איך בין ערנסט :|
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

צולייגער האט געשריבן:אפשר ביסטו מסביר וואס די דזשאוק איז?

;l;p-
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

צווישן מיר און דיר: ביסט גאנץ ביליג אפגעקומען, ווייל דו האסט כאטש דעם געבורטס-שיין מיט דיר. שטעל דיך פאר עס לאנדעט ערגעץ ווי אונטערוועגנס.

אבער אן ארטיקל איז דאס איינס און א גוטס!
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

שכוח גאר וואויל און הארצראסענד באנעזאם.
(נ.ב לכאורה ימ"ש אויף איד אפילו עס מיינט בלעם ימ"ש אפשר דארף מען מער אבאכט געבן)
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
Emergency Responder
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2012 10:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Emergency Responder »

געשמאק. איך בין נישט דא צו לאנג אבער אבער איך האב מורא'דיג הנאה. ש'כח
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

יאפס דאס איז א גוטס
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אהה, ס'רינט די שפייאכץ פון דעם ארטיקל...
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

חחחחחח אידאס גוט. חחחחח פיין
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אויפגעפלאצט האב איך.
זייענדיגע נאנט מיט די יוצאי מעקסיקאו קען איך נישט מער וואו באשטעטיגן די ווייטאג.
מכות קומט זיך פאר דער וואס האלט פאר זיי אזא קורצע דרשה אן גיבן די מינימאלע אנווייזונג וויאזוי מ'פירט זיך מענטשליך. דאס שאקלען מיטן קאפ 'יע יע' אפילו מ'ווייסט נישט צו איך האב אים געהייסן טאנצען פון די דאך צו איך האב אים געזאגט אז ער זאל איבערנעמען די קרענק פון אלע אידן, איז א חטא וואס איך שלונג נישט.

אלענפאלס, דו ביסט גוט!
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

שכח פאר אלע מגיבים
און צו מר. זאל ער קומען: עס איז געשריבן געווארן בעידן ריתחא, און עס איז שוין פארראכטן, שכח פארן אויפמערקזאם מאכן.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

צולייגער, הערליך ארטיקל

ווינקל קען קיין דזשאב אין די העלט דעפארטמענט שוין נישט באקומען, ער האט יא שפייאכטס..
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

נעה, ער מיינט צו זאגן אז עס רינט די שפייעכץ פונעם ארטיקל, נישט פון אים, ודוק.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

אז מעכל'ס ארבעטער האט עס נישט גענוצט איז געבליבן גענוג פארן ארטיקל, זאג נאר האט ער דיר עס נאכגעשיקט אין א בעג?
צולייגער גוט צולייגט!
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

הערליך , אן לי מילין
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

פארפאלן, אז סיז גוט אז סיז גוט!!
כאמעך געשאקלט פאגע לעכטער... שוין לאאאנג ניש געלינט אזא גוטס... קיפ איט קאמינג פליז!! גראנדע גראסיאס אמיגאו!!

נ.ב. מאזעל טאוו צו דיין נייע מיידעלע, תזכה לגדלה ולחנכה לבעל תורה ולחופה ולמעשים טובים, ולהכניסו בבריתו של שרה אמינו ע"ה בעיתה ובזמנהו!! און דו זאלסט זעהן אסאך נחת פון איר צוזאמען מיט דיין ב"ב געזונטערהייט עמו"ש!!
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אמן

צוריקצוברענגען מוישע יאכעס'ן האט זיך עס זיכער געלוינט...
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

מוישע_יאכעס האט געשריבן:פארפאלן, אז סיז גוט אז סיז גוט!!
כאמעך געשאקלט פאגע לעכטער... שוין לאאאנג ניש געלינט אזא גוטס... קיפ איט קאמינג פליז!! גראנדע גראסיאס אמיגאו!!

נ.ב. מאזעל טאוו צו דיין נייע מיידעלע, תזכה לגדלה ולחנכה לבעל תורה ולחופה ולמעשים טובים, ולהכניסו בבריתו של שרה אמינו ע"ה בעיתה ובזמנהו!! און דו זאלסט זעהן אסאך נחת פון איר צוזאמען מיט דיין ב"ב געזונטערהייט עמו"ש!!



העי מוישע ביסט א מוסלעמענער? צו מאכען א ברית פאר א מיידל איז היינט אומלעגאל אין אלע דיוועלאפט קאנטריס.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

אוי ביסטו גוט, כ'בין געבליבן אן א ברעקל שפייעכץ... ס'גיסט זיך פאר געלעכטער...
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

פיינע סחורה! ;l;p-

און אז מ'רעדט שוין פון אונזער הייליגע העלטה דיפארטמענט, איז גוט צו וויסן מענין לבנין אז אויב געפונט מען א פליג אינעם חצר פון דיין רעסטוראנט קענסטו באקומען א געלט שטראף דערפאר, און אויב פאקט מען דיר מיט די הארבע עבירה פון אנפילן א סענדוויטש מיט געשמאקע קעז בשעת די קעז איז נישט אין פרידזש.. דארפסטו ארויס ציילן איטליכע הונדערטער באנקנאטן פון טאש, און פארלירן דיין A צייכן.

סאנדס פאני? איך זאג נאר נאך וואס קאנסול ספיקער קווין זאגט.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

יוסף שרייבער איי דאונט בעליוו איט, דו לעבטס אין אזא צוריקגעשטאנענע סאסייעטי????
דו ווייסט דען נישט אז מיר לעבן היינט אין א תקופה וואס 'האַדאַראַט נאַשְׁים' איז אומלעגאל, סאו מוז מען מאכן א ברית פאר די ביינדלעך, צו מען וויל צו מען וויל נישט.

דערמאנט מיר פון א מעשה וואס האט פאסירט ביי מיינס א פריינד ווען ער איז אריינגעפארן אין שפיטאל מיט זיין ב"ב, אריינקומענדיג אין ל.ע.ד. יוניט ווען זיין ב"ב קומט אריין אונטער אים, האט אים א באאמטער אנגעהויבן נאכצושרייען, ער שטייט און קוקט וואס ער האט געטאן ראונג, הערט ער ווי יענער זאגט אים 'דער איז נאו דיסקרימינעישאן דער, לעידיס פוירסט'...

--
משה האקט...

דאס איז אויסער באצאלן א אכט סענטיגע שטייער פארן צושניידן איטליכן ראול.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

איך שרייב בעיקר וועגען אלטע זאכען,קען זיין איך ביך געווארען פארדשאוועט....

הדרת נשים איז טאקע א גרויסע פארברעכען אבער פימעיל סירכומסיזשאן איז דאך אויך שטרענג אומלעגאל טא ווי געט מען זיך אנעיצה? זאגט מען אין איסור חל על איסור?
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

א באס אויף צוריק פאר ובחרת בחיים העט אנקומען דא, און וויכי העט אונז אלע צוזאמען ארויסווארפן...

נידער מיט די ספאניאלאס, און נידער מיט מיכל'ען
געשטימט פאר ראשעק הול
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”