וואס טוה איך מיט דעם נאגל

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טאגליכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

וואס טוה איך מיט דעם נאגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאגליכט »

כווייס נישט אויב סקומט דא אריין, אבער איך בין אין א שטארקע דילעימאו, אפשר קאן מיר איינער העלפן, איך אזוי.

ווי פאלגענד

אזוי איז ליידער געשעהן

וזה החלי

אזוי ווי יעדער עהרליכן איד, שנייד איך מיר אפ די נעגל יעדע וואך ערב שבת נאך די מקוה, די דאזיגע פארגאנגענע וואך, בין פארשטייט זיך ערב שבת פרייטאג, געגאנגען ווי א יעדן עהרליכן איד אין מקוה, און נאך די מקוה זיך געשוירן די נעגל, לכבוד שבת קודש, און אהיים געגאנגען.

אזוי נאכן עסן טועמיה, און זיך איבערטוהן די שבתדיגע בגדים בין איך געגאנגען אין ביהמ"ד, אנקומענדיג אין ביהמ"ד האב יאך זיך גענומען מיין סידור, מיט א מעיינות, מיט עטליכע חסידישע ספרים און צוגעגאנגען צו מיין פלאץ אריין גלייגט אלעס אין א סדר אין לעדל, און זיך געגאנגען וואשן די הענט פארן דאווענען, ווי אלע אידן טוען, צורוק קומענדיג אויף מיין פלאץ האב איך מיר געזעצט זאגן שיר השירים, אזוי אינמיטן זאגן גיב איך אזא בליק אויף מיין האנט דערזעה איך ווי איין נאגל אויף די לינקע האנט ליגט זיך אזוי במנוחה אוםגעשוירן, כווייס נישט וויזוי ער האט דורך געלעבט דעם שערעלע, אבער פאקט ער זיצט זיך דארטן מיט א פעסטקייט.

בין איך אריינגעפאלן אין א דילעמא, ווען זאל איך אפשניידן די איינציג פארבליבענע מחוצף נאגל.

וועט דאך יעדער פרעגן וואס איז די פראבלעם? נעם א נעגל שניידער אין שנייד עס אפ און פטור אן עסק.

נא, די איז די מעשה אנדערש, אויב שנייד איך יעצט דאס מיינט מאנטאג אראפ דעם נאגל, וועט דאך ביז פרייטאג נישט צורוק וואקסן גענוג לאנג כדי צו קענען שניידן, וויזוי וועל איך קענען שניידן די נעגל, סוועט דאך ח"ו זיין צוויי נאגל איינס נאך די אנדערע.

העל איך נישט אפשניידן נאר ווארטן ביז פרייטאג, רחמנה לצלן, דאס נאגל מאכט מיר דאך אזוי נערוועז, הכלל, סאיז נישט איוון אלע פינגער.

נו וואס טוט מען?
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

אוי, איך האב געמיינט אז דו בויסט שוין די סוכה...
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

אפשר טראכסטע פין אפשניידען די גאנצע פינגער, אזוי וועסטע האבן א דאגה ווייניגער
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

איך האב געמיינט דו רעדסט פין GOOGLE
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כ'קען עס נישט גלויבן טאגליכט.

כאב געהאט דעם זעלבן פראבלעם.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

סאכדעס דו מאכסט א זשאוק,
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כ'מאך שוין גארנישט קיין וויץ
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

דאן מוז איך דיך זיכער זעהן (וועא"מ) ודי
אין עני קעיס וואס האסטו למעשה געטאן נאך שבת?
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

סאכדעס, טאגליכט, די מאכסט א דזשואק, (?)
פארגאנגענע וואך האביך מיטגעמאכט אקוראט דעם זעלבען מעשה, כאבעס נאר אויסגעפינען אביסל שפעטער אין די וואך, כאב מיטוואך אפגעשוירן יענעם נאגעל, ווייל ס'האט זיך שוין פארהאנקערט אין ציפול זאכן, און עס איז צום האפן אז די וואך בעזר השם העל איך שוין קענען געהעריג צירוק אריינגיין אינעם נעגל-שניידן סיסטעם.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

מרעדט פון וויין, ברוינפן, מאסקעס, המן טאשן, מגילות, מאשקעס אויספאסטן, און אויך פון
טאגליכטס נעגל,
וואט עי מעניו
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

צייטליך האט געשריבן:סאכדעס, טאגליכט, די מאכסט א דזשואק, (?)
פארגאנגענע וואך האביך מיטגעמאכט אקוראט דעם זעלבען מעשה, כאבעס נאר אויסגעפינען אביסל שפעטער אין די וואך, כאב מיטוואך אפגעשוירן יענעם נאגעל, ווייל ס'האט זיך שוין פארהאנקערט אין ציפול זאכן, און עס איז צום האפן אז די וואך בעזר השם העל איך שוין קענען געהעריג צירוק אריינגיין אינעם נעגל-שניידן סיסטעם.

חחחחחחחחחחחח....... אוי איז דאס געווען א גוטס...
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אבי אויב וויסטו וויסן, העליך דיר זאגן, כאב עס אפגעשוירן צוויי טאג שפעטער.


שוין פאראכטן דעם טעות.
לעצט פארראכטן דורך סאכדעס אום מאנטאג פעברואר 26, 2007 4:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

סאכדעס האט געשריבן:אבי אויב וויסטו וויסן, העליך דיר זאגן, כאב עס אפגעשוין צוויי טאג שפעטער.


כאב עס שוין אראפ גענומען,
לעצט פארראכטן דורך abimlaibt אום מאנטאג פעברואר 26, 2007 4:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יעדער ליינט, אבער ווייניג געבן עצות:

שנייד אפ איין האלב דערפון היינט, און די איבריגע פרייטאג.

א אידישע קאפ - הא?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

WOW WOW קרעמער אזא נייצע, ווען איך ווייס ווען רוף איך דיר אן.


און יאך לאז דיר א הודעה אינדערהיים.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

סאכדעס האט געשריבן:כ'קען עס נישט גלויבן טאגליכט.

כאב געהאט דעם זעלבן פראבלעם.

פארוואס האבן ענק זיך נישט געקענט צוזאמשטעלן און זיך אינאיינעם שערן די נעגל? אלע פראבלעמען וואלטן געקענט פארמיטן ווערן...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כ'מיין מ'גיימער זיך היינט טרעפן סייווי, אפשר וועלמיר רעדן איבער'ן פראבלעם.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

קרעמער האט געשריבן:יעדער ליינט, אבער ווייניג געבן עצות:

שנייד אפ איין האלב דערפון היינט, און די איבריגע פרייטאג.

א אידישע קאפ - הא?

די רעכטע העלפט, אדער די לינקע העלפט?...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

דער עולם ענטפערט דא אין גרויסן, און איך האב נאכנישט קיין אהנונג, פון וועלכע נאגל מ'רעדט, איך ווייס שוין אז ס'איז אויף די לינקע האנט, אבער געוואלד, אויף די לינקע האנט דארף זיין א קיימא לן פון פינף פינגער עטליסט, נו, וועלכע נאגל איז געווען דער עזות פנים, נאכדעם וואס מ'וועט שוין וויסן פון וועם מ'רעדט עמער קענען גיין ווייטער.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ביי מיר איז ער געווען, שוין כ'זאג נישט ווייטער.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך העל יא זאגן, ס'איז געווען די גראבע, עעעעעעמ.. כ'מיין די דיקע,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דריי_נול;

כא'דאך געוואוסט אז יעמאנד וועט זיין דער גרויסער אונטער-חכם צו פרעגן וועלכע האלב, האב איך דערפאר סתם וכתב געווען, זאל איך טאקען אויך זויכע זיין צו נאך א תגובה חצי בחנם.

צו ענטפערן דיין פראגע:
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

טאגליכט איז אין א גרויסע דילעמא, ער קען זיך פשוט נישט אן עצה טון. מיין עצה צו דיר, אז דו האסט שוין יא א גרויס נאגעל לערן זיך צו זיין א מוהל.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איך האלט אז ער בייסט זיך די נעגל פאר נערוועזקייט שוין א גאנצע וואך, זייענדיג אין די גרויסע דילעמא...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נאטורליך;

א מוהל? נישט קיין שלעכטע עצה, ווען ס'וואלט נישט געווען די פיס נאגל.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”