על אלה אני בוכי'.. איי ר' יוסף הערש...
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
על אלה אני בוכי'.. איי ר' יוסף הערש...
עיני עיני ירדו דמעה...
די הארץ בלוטיגט, טייכן טרערן גיסן זיך פון די אויגן..
ס'איז זייער שווער זיך מצמצם צו זיין..
ס'לאזט זיך נאך נישט גלייבן אז דאס האט פאסירט אונעם ווירקליכקייט...
אוי באשעפער... ס'רייסט ביים הארץ...
די מח איז נישט גרייט דאס צו אקצעפטירן.. וואו נעמט מען זיך.. וואו איז שייך דאס צו באשרייבן... די וואונד איז נאך אזוי אפען.. ס'איז א ריכטיגע בחינה פון מתו מיטל לפניו, וואס קיין תחנונים וועט נישט העלפן...
ר' יוסף הערש ר'יוסף הערש.... וואו האט איר דאס געקענט טוהן פאר אונז? וואו האט אייער הארץ דאס צוגעלאזט?
זעהט איר נישט די פארוויינטע אויגן? שפירט איר טאקע נישט די ווייטאג וואס איז אויסגעגאסן אויף יעדעם?
ס'איז קאלמוטנע אויפ'ן הארץ, ס'איז פארקלעמט די געפילן, די מח איז וואו פארלאזירט.. ר' יוסף הערש, האט איר דאס טאקע אלעס פארזעהן?
מ'זעמיר דא אריין געקומען אויסצוגעבן און אביסל זיך אראפשרייבן דאס הארץ פון די ווייטאג, אבער די פינגערס אנטזאגן זיך פון אויספאלגן די באפעלען. די מח אנטזאגט זיך פון גיבן אינסטראקציעס, אלעס איז פארפרוירן.
וואו זענען די מקוננים, וואו זענען די טרייסטערס? טייערע וויליאמסבורגע אידן, מיר האבן אים פארלוירן. טראגיש פארלוירן!
אייי.... ס'ציפט... איי.... ס'רייסט.... איי.... איי... מי יתן לנו תמרתו...?
די שיינקייט פון וויליאמסבורג איז פון אונז אוועקגענומען געווארן..
ר'יוסף הערש, וואו האט איר דאס געקענט טון צו אונז??
מיט צער און טרויער האבן מיר היינט געזעהן מיט די אויגן דעם בראך..
ס'האט זיך נישט געוואלט לאזן גלייבן אבער דאס מציאות האט געפראסקעט..
דאס וואס מ'זעהט קען מען נישט פארלייקענען.. די טרוקענע מציאות איז א פאקט וואס רירט זיך נישט..
ר' יוסף הערש וויינשטאק האט איבער געמאכט זיין ספרים געשעפט... אוי וויי....
ער האט זיך מאדענעזירט... ער האט אוועקגענומען א שטיק חן פונעם אמאליגן וויליאמסבורג.. די זיסקייט און געשמאקייט פון אזא קרעמעל איז שוין מער נישטא.. ס'וועט פארציילט ווערן מיט נאסטאלגיע ביי די היסטאריקער..
ר' יוסף הערש... פארוואס האט איר דאס געטון?? האט איר געפרעגט ביי אונז תושבי העיר צו מיר זענען איינשטומיג?
ווייסט איר דען נישט אז ס'איז געבליבן געציילטע אזאנע געשעפטען אין שטאט און יעדע פון זיי טראגן א באזונדערע חשיבות און מיר זענען נישט גרייט מוותר צו זיין אויף קיין איינס.
ר' יוסף הערש טייערע, קלערט אייך איבער. ס'איז אונז זייער שווער צו שלינגן און אפמאכן אז דאס איז א פאקט! וויינשטאקס האט זיך איבערגעמאכט... טוט דאס נישט...
הערט די געשריי פון די וויליאמסבורגע גאסן.. נייגט אן אויער צו די געבעט פונעם ציבור.. מיר דארפן צוריק די פראכט, די אמאליגן פראכט.. די אלטע צושטופטע שאפעס, די צופלויגענע פאליציעס.. איי.. ס'בענקט, ס'נאגט..
אבער לאמיר נישט פארגעסן פונעם עיקר צו ווינטשען ברכה והצלחה פאר ר'יוסף הערש'ן. זאל ער זעהן אסאך הצלחה אין זיין נייעם איבערגעמאכטן געשעפט.
אמן.

לעצט פארראכטן דורך געלעגער אום דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2010 2:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- זייער נייגעריג
- שר האלף
- תגובות: 1961
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm
- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
ערעב געלעגער, זאג נאר, דו ווייסט וואס דו האסט געטון מיט מיר, איך מיין נישט קיין דשאוק יעצט, דו האסט מיר געהעריג די נשמה ארויסגענומען, איך האב געהעריג געמיינט אז ר' יוסף הערש איגגו, איך האב געמיינט אז דו וויינסט אמת'דיג אויף אים, און איך בין כמעט צודרייט געווארן נאר טראכטנדיג אז ר' יוסף הערש האט זיך אפגעפעקלט.
טו דאס נישט נאכאמאל, אמת טאקע, אויב האט ער מאדערנעזירט זיין סטאר איז דאס א גרויסער בראך, און נישט נאר צוליב דעם סטאר אליינס, נאר אויך ווייל דאס קען זיין אן אינדיקעיטאר אז ר' יוסף הערש וועט נאך אפשר קויפן בקרוב א נייעם שטריימל.............. אבער צו געבן דעם אויסקוק ווי כאילו....... איז אביסל איבערגעטריבן, איים טעלינג יו, האסט מיך געהעריג צושרויפט

חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
NO man is a failure who has friends
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
געלעגער!!!!!!
איך האב מיך אויך אין אנהייב דערשראקן... גראדע איבער א אנדערע יוסף הערש....
איך געדענק מיינע יונגע יארן ווען איך פלעג קלעטרן דארטן צווישן די ספרים באקסעס, אוי מי יתן תמירתו...

http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- פליגל
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5993
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
- לאקאציע: ביים פענסטער
אוי געלעגער געלעגער! האסט אונז געפרעגט פארדעם צו אונז זענען איינשטימיג מיט דיין אקט?
יוש ס'(האט גע)ציפט! די מוחות זענען נאך נישט גרייט צי נעמען אזאנע אשכולות.
כ'מיין ווער ווייסט וואס קומט נעקסט?
ווי זאגט יענער? אזאנע אשכולות מאכן אים .... ממממ וואס?
האללא, וואס קאסט א דברי יואל? זיבעציג דאללאר, (ע נאכאלץ?)

נאט אייך א גרינע...
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
פליגל, ס'קאסט טאקע זיבעציג דאללער, אבער חלק א' איז אויף די רעכטע זייט אין די אונטערשטע שעלף, חלק ב' אין בעק אויף די אויבערשטע שעלף, חלק ג' אין א באקס ערגעץ וואו, און חלק ד' פעלט.... מ'קען עס קומען אויפפיקן פון צווייע ביז פירע פארטאגס.... (אזוי פלעגט מען זאגן ביי אונז אין שיבע).
געלעגער, כ'טהור'ל כמוני, כ'בין נישט געווען היינט אין די גיסטע פון אזאנע אשכולות, נאכאמאזל ס'ענדיגט זיך גוט....
געלעגער, כ'טהור'ל כמוני, כ'בין נישט געווען היינט אין די גיסטע פון אזאנע אשכולות, נאכאמאזל ס'ענדיגט זיך גוט....
- פליגל
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5993
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
- לאקאציע: ביים פענסטער
שמערי בערי האט געשריבן: מ'קען עס קומען אויפפיקן פון צווייע ביז פירע פארטאגס.... (אזוי פלעגט מען זאגן ביי אונז אין שיבע).
יהיה כן האט געשריבן:איין מינוט, דער באקס מיט די סעט טור אינדרויסן איז נאך דארט????
די גאנצע סטאר איז אינדרויסן, די סטאר איז אייביג אפען די פראגע איז נאר ווען מ'קען איינקויפן.
דאס געשעפט האט אזא מין באונוס אז אויב האנדלסטו איין א ספר באקומסטו (פאר אומזיסט)אפאר חסיד'שע ווערטלאך/מעשיות/ענינים וכו'.
ווער ס'פארפאסט אין געשעפט קען אים אפגעפונען אין ביהמ"ד.
נאט אייך א גרינע...
ישר כוח געלעגער פארן אזוי הערליך אראפלייגן כ'האב שוין געווארט אז איינער זאל דאס מספיד זיין,
אבער וואס ווילסטו יעצט געלעגער?
ער זאל צוריק צוווארפן די גשעפט?
האסטו דאס געדארפט שרייבן ווען ער האט ארויסגעליפערט די ספרים אויף בעדפארד עוו. אינטערן בלויען שלאק
אפשר אז די ביזט אים גרייט צו צאלן וועידשעס וועט ער עס טוהן..
עכ"פ באוויינען טוה איך עס אויך
און דאס האב איך אוודאי נישט געגלייבט אז עס וועט זיין אזוי מאדערניזירט מיט הערליכע שטיינערנע טיילס, געימס, טעיפס, און אפילו א קאמפיוטער..
איך וואונטש אים גרויס הצלחה דערין און אסאך געלט, אבער איך בעהט אים אנצוהאלטן מיט זיין אמאליגן תמימות און חן, מיט זיסע ווערטלך און מעשיות

די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3447
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
-
- שר מאה
- תגובות: 249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm
נעכטן ווען כהאב דערזעהן דעם געשעפט האב אך באקומען פיל האפענונג אז דער "לייברעריען" יאסעף העכש שיחי' וועט נאכאמאל אנהייבן זיין קאריעריע מיט איבערדריקן די חסדישע ספרים, מאכן נייע מעשיות פאר די ביכלעך לפי שמות תלמידי בע"ש.
אבער איז דאס שייך אויך מיט די נייע מאדערנעזירטע אויסגאבן???
אגב ביי ביגעלאייזן אין געשעפט געדענק איך נאך פון איסט סייד זיין קאמפיוטער, ער ניצט עס נאך היינט. יעדע ספר וואס ווערט פארקויפט שכייבט מוישע אריין אינעם נאטבוק. און דארט איז גאר אינטרעסאנט די פרייזן-בוכשטאבן, וואס אלץ בחור האב איך ליב געהאט דאס מפענח צו זיין פאר די ארןם-קוקער.

לעצט פארראכטן דורך א גוט ווארט אום דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2010 3:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
תכלית הידיעה אשר לא נדע
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
והוא פלאי האט געשריבן:בקיצור, וויאזוי זאגט ביגלאייזן, עס איז דא ספרים געשעפטן, און עס איז דא נעגל וואסער שיסל געשעפטן,
איז עס געווארן אויס ספרים געשעפט?
אוואו אזוי פלעגט ר' יקיר ז"ל ענטפערען ווען א בחור'ל האט איהם געבעהטן א סידור'ל, חומש, משניות'ל, גמרא צו א געפינטעלטע מוסר ספר,
"מיר זענען א בעסערע ספרים געשעפט, [מיר פאר-מאגן נישט קיין רומל סחורה (ווארע)],
ליידער האבן זיינע קינדער נישט געקאנט דער-הייבן דעם דרוק, און צו-ביסלעך משנה געווען ממסורת אבות, היינט האלטן זיי שוין געציילטע גמרות ועוד,
ויש עוד להאריך בזה, די אייניקלעך זעהט אויס וועלן נאך מער מאדערנעזירן בעוה"ר ה"י.
ועמך כולם צדיקים
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
א גוט ווארט האט געשריבן:אגב ביי ביגעלאייזן אין געשעפט געדענק איך נאך פון איסט סייד זיין קאמפיוטער, ער ניצט עס נאך היינט. יעדע ספר וואס ווערט פארקויפט שכייבט מוישע אריין אינעם נאטבוק. און דארט איז גאר אינטרעסאנט די פרייזן-בוכשטאבן, וואס אלץ בחור האב איך ליב געהאט דאס מפענח צו זיין פאר די ארןם-קוקער.
יאך קאן אויך די קליינע אותיות, ביטע פובליציר עס נישט אין פובליקום.
ועמך כולם צדיקים