א ערנסטע באטראכטנג איבער די מהלך הישיבות

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

די עיקר וואס מען דארף טוישן איז די חלק אז מען קוועשט אחרונים א אחרון איז גוט ווען מען האט א קשיא,
רוב בחורים פאלן דארט ארויס מען דארף לערנען אויפן פלאץ, וועלכע ספר מען וויל אבער אינעוויניג נישט קוועטשען קשיות וואס איז נישט שווער פארן פשוטען בחור.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:אין קורצען וועל איך דיר ענפערן
1)שקר
2)שקר

גא"מ מצטרף, זה סתם שקר גס, ניתן להאמין רק למי שמאמין השקר ש99% אוחזי ס"פ הם מחללי שבתות.....

Whishfull thinking....
הלואי איז עס נישט אמת!

די צוויי בחורים צו וועם איך האב גערעדט האבן נישט קיין שום סיבה אראפצורייסן זייער און זייער פארטיי'ס ישיבה.
#בת היענה אלערט


גם אני מצטרף למפצח אגוזים, ויהיה כן
מצוץ מן האצבע, משני בחורים שרוצים ללבן חזותם ודו"ק
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

דער עולם מיטשעט זיך דא, איך קום נישט מיט קיין פלאן, אבער איך וויל נאר דא פארציילן פארן עולם אז עס איז דא א ספר מיטן נאמען ויזרע יצחק פון א זוהן פונעם תורת חסד ראש ישיבה ז"ל ווי ער לייגט אראפ לענ"ד שטארקע מהלכים ווי אזוי צו לערנען מיט אלע סארט בחורים.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:אין קורצען וועל איך דיר ענפערן
1)שקר
2)שקר

גא"מ מצטרף, זה סתם שקר גס, ניתן להאמין רק למי שמאמין השקר ש99% אוחזי ס"פ הם מחללי שבתות.....

Whishfull thinking....
הלואי איז עס נישט אמת!

די צוויי בחורים צו וועם איך האב גערעדט האבן נישט קיין שום סיבה אראפצורייסן זייער און זייער פארטיי'ס ישיבה.
#בת היענה אלערט

איר זאגט הלוואי איך זאג דיר אז עס איז נישט אמת
דער בחור אדער האלט ער נישט ביים לערנען אין ער פראבירט צו פארגיטיגן זיין מצב
זאגט ער אז יעדער איז אזוי
אדער האט ער גערעדט פון פרייטאג אין ישיבה
דער מציאות איז אז 97% בחורים זיצן אגאנצן טאג אין ישיבה
טאקע דא א מספר וואס קענען נישט
אבער געבן א שיס א סטעטמענט וואס איז נישט אמת ?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

דינגט מען זיך צו אין ישיבת האצלפלאץ איז דא 50% אדער 90% בחורים מיט סעלפאונ'ס,

נישט דאס איז די נושא

דער נושא איז איינ'ס, דער מהלך היינט אין די ישיבות איז נישט גוט (ר' יודישע קהילות, קיינער רעדט נישט אויף די רבי'ס, אבער פרעג דיך נאך וועסטו געוואר ווערן וויפיל די רבי'ס האבן א ווארט אויף זייערע ישיבות, רוב גרויסע ישיבות האבן די רבי'ס גארנישט מיט די ישיבה/הנהלת הישיבה).

און די עצה איז צו עפענען קלענערע ישיבות, פון קליינע קהילות, ווי דער רבי האט צייט צו בעיביסיטן די בחורים
די וואס האלטן ביים לערנען, קענען לערנען כמה וכמה דפים א וואך, גמרא רש"י תוס' (א גוטער מגי"ש קען אראפלייגן א תוס' וואס 80% 85% בחורים זאלן דאס פארשטיין), די שוואכע בחורים וואס קענען דאס נישט מיטמאכן, ווערן הויז-בחורים, גבאים, שמשים, וכו', און זיי האלטן זיך ביי אידישקייט, און קענען חתונה האבן און אוועק שטעלן ערליכע אידישע דורות.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

איך האב בחורים אין ישיבות, און איך האב חברים מיט בחורים אין ישיבות, פון מיין עקספיריענס - און פון וואס איך הער פון אנדערע זע איך אז די ישיבות שטייען אין זייער זייער א גיטע מצב, זיי פראבירען די בעסטע וואס איז שייך אין אזא שווערע דור און זיי זעען טאקע גרויס הצלחה, די ישיבות היינט זענענן מער נישט קיין "איין סייז פיט פאר יעדעם" נאר זיי פראבירען באמת צו קאסטעמייזען לויטען פארלאנג,

עס איז אלץ דא אויסנאמען, אבער בדרך כלל איז די מצב נישט שלעכט, נאר מער צו די גיטע זייט.

דיסקלעמעיר: איך בין א חסיד מוהר"א, וכו"כ מיינע חברים, סא איך רעדט נאר פון די קהילות ישיבות אין וומסב"ג און אין קר"י, און פון ישיבה שערי תורה אין קר"י (ויאל משה) דארט האב איך קרובים וואס זאגען אז עס איז זייער גוט, בנוגע אנדערע ישיבות ווייס איך נישט.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

איך וועל זאגן עפעס שארף איך מיין נישט די שארפקייט נאר די נקידה פון די משל
מיטן סדום בעטל האט געקענט פאסירן 3 זאכן, איינס אז איינער איז געווען לענגער האט מען אים אפגעשניטן די פיס, צוויי אויב איינער איז געווען קערצער האט מען אים אויסגעצויגן, דריי אויב איינער איז געווען פונקט אזוי גרויס ווי דער בעט איז ער געווען דער גליקליכער וואס מען האט אים גארנישט געטון, און פארשטייט זיך ער האט נישט געזעהן און מיטגעהאלטן און נישט פארשטאנען וואס מעו רעדט אויפן גאס אז מען שניידט אדער מען ציעט אויס, מענטשן אויפן בעטל, ער איז דאך אליין דארט געווען און איינער פון זיינע קינדער זענען געווען 5 פיס הויך די אנדערע מיט א אינטש לענגער און מען האט זיי גארנישט געטון.
פשטות גייען אייערע בחורים אריין און די קאטיגאריע וואס פעסט דעם סיסטעם.
אלס הכרת הטוב פאר די חסד וואס די האבט באקומען פון אייבערשטן, גיי אביסל ארויס פון דיין סורקל און פארשטיי אנדערע מיטגעמאכטע מענטשן, וואס זענען אויך דעם אייבערשטנס קינדער.
סארי אויב עס איז ארויס געקומען אביסל שארף דאס קומט פון ווייטוג.
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

איך האב קלאר געשריבען אז איך רעדט דאך נישט פון "אלע" ישיבות, איך רעדט נאר פון די עטליכע פון ווי איך ווייס אז עס איז גוט, סאו איר דארפט בכלל נישט רעדן שארף קעגן מיר, אדער זיך פילען געטראפן פון מיינע ווערטער, ווייל מעגליך ביי אנדערע איז באמת נישט גוט.

אז איר שרייבט אז איר זענט פערזענליך א אפגעבריטער פון ישיבות, האב איך פאר אייך איין עצה; טוישט אייערע קינדער'ס חינוך צו א קהילה ווי עס איז יא דא גיטע ישיבות, בלייבט נישט קיין עבד נרצה צו א קהילה וואס וויל אייך נישט סערווירען לויט ווי איר האלט אז עס קומט אייך.

אדער אמאל איז דא ליידער גאר שוואכע בחורים וואס מען קען באמת נישט העלפן און טאטעס זעען עס נישט.

השי"ת זאל אונז אלע העלפן.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:די עיקר וואס מען דארף טוישן איז די חלק אז מען קוועשט אחרונים א אחרון איז גוט ווען מען האט א קשיא,
רוב בחורים פאלן דארט ארויס מען דארף לערנען אויפן פלאץ, וועלכע ספר מען וויל אבער אינעוויניג נישט קוועטשען קשיות וואס איז נישט שווער פארן פשוטען בחור.

אין די גרויסע ישיבות איז פאראן דעזיגנירטע דעפארטמענטס פאר יעדע סארט בחור, פונם קוועטשער ביזן בלאט לערנער... [ער דארף נאר האלטן ביים לערנען.....]
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

''הרב יידישע קהילות'' ביטע נישט זיין אזוי סענסעטיוו אז מרעדט אויף די רבי'ס, סקוקט אויס ווי איר האט אן אינגרוי טונעיל וואס ווערט געריפען רבי, ווען איינער זאגט עפעס אויף ישיבה'ס, שרייסטו רבי, איר ווייסט גאנץ גיט אז די אלע שינויים וואס זענען דא אין ישיבה'ס לטוב, איז נאר ווייל אינגעלייט עסקנים זענען אריינגעקומען און געארבייט, און די רבי האט מסכים געווען, שטייטסעך,,,
איך וויל וויסען צו ווען מנעמט נישט אן דיין בחור אין ישיב'ה און די גייסט צום רבי'ן וואס ער ענטפערט דיר,,,(סיי וועלכע איך מיין נישט קיינעם)
איך האב א מנהל איך קען גארנישט טוהן,, קום דיך דורך מיט אים,
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

סארקאזי האט געשריבן:''הרב יידישע קהילות'' ביטע נישט זיין אזוי סענסעטיוו אז מרעדט אויף די רבי'ס, סקוקט אויס ווי איר האט אן אינגרוי טונעיל וואס ווערט געריפען רבי, ווען איינער זאגט עפעס אויף ישיבה'ס, שרייסטו רבי, איר ווייסט גאנץ גיט אז די אלע שינויים וואס זענען דא אין ישיבה'ס לטוב, איז נאר ווייל אינגעלייט עסקנים זענען אריינגעקומען און געארבייט, און די רבי האט מסכים געווען, שטייטסעך,,,
איך וויל וויסען צו ווען מנעמט נישט אן דיין בחור אין ישיב'ה און די גייסט צום רבי'ן וואס ער ענטפערט דיר,,,(סיי וועלכע איך מיין נישט קיינעם)
איך האב א מנהל איך קען גארנישט טוהן,, קום דיך דורך מיט אים,

דאס האסטו 'אליינס געזעהן' אדער 'נאר געהערט'?
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

צהלה ושמחה האט געשריבן:איך האב קלאר געשריבען אז איך רעדט דאך נישט פון "אלע" ישיבות, איך רעדט נאר פון די עטליכע פון ווי איך ווייס אז עס איז גוט, סאו איר דארפט בכלל נישט רעדן שארף קעגן מיר, אדער זיך פילען געטראפן פון מיינע ווערטער, ווייל מעגליך ביי אנדערע איז באמת נישט גוט.

.

אמת עס איז אביסל בעסער ווי אינדרויסן אבער עס איז ווייט פין אן עולם התיקון . עס איז נאך אלץ דא זייער אסאך בחורים וואס קריכן אראפ פין זינען ווי גרויס דער טאג/חודש/יאר איז ווייל זיי האבן נישט דעם בעסטן קאפ אין קענען נישט אזויפיל מיטהאלטן. ווי שוין פריער דערמאנט עס וואלט געמעגט זיין מער פלעקסיבעל אין געבן א סענס אויף אקאמפלישמענט פאר זיי אויך אויף זייער לעוועל
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

סארקאזי האט געשריבן:''הרב יידישע קהילות'' ביטע נישט זיין אזוי סענסעטיוו אז מרעדט אויף די רבי'ס, סקוקט אויס ווי איר האט אן אינגרוי טונעיל וואס ווערט געריפען רבי, ווען איינער זאגט עפעס אויף ישיבה'ס, שרייסטו רבי, איר ווייסט גאנץ גיט אז די אלע שינויים וואס זענען דא אין ישיבה'ס לטוב, איז נאר ווייל אינגעלייט עסקנים זענען אריינגעקומען און געארבייט, און די רבי האט מסכים געווען, שטייטסעך,,,
איך וויל וויסען צו ווען מנעמט נישט אן דיין בחור אין ישיב'ה און די גייסט צום רבי'ן וואס ער ענטפערט דיר,,,(סיי וועלכע איך מיין נישט קיינעם)
איך האב א מנהל איך קען גארנישט טוהן,, קום דיך דורך מיט אים,

איך בין צוגעוואוינט צו די וועלכע לאכן אפ פון רבי'ס. געווענטליך לאכט מען פון איין רבי פון צוויי, אבער דאס איז עס.
דא לאכט מען אפ - און איך מיין דיין תגובה אויך - פון אלע רבי'ס.
נישט נאר פון רבי'ס, נאר אויך פון ראשי ישיבות און רבנים פון גרויסע ישיבות און קהילות.
קיינער ווייסט נישט וואס טוטסיך. יעדער איז קארופטירט. קיינעם גייט נישט אן די הצלחה פון די בחורים. קיינער ווייסט נישט וויאזוי עס איז ריכטיג צו לערנען. אויב עס איז דא עפעס א שינוי לטובה איז דאס נאר ווייל א פאר עסקנים זענען געווען בתוך הענינים און אויפגקלערט דעם רבי'ן. אויב איז דא א פראבלעם און דו פרובירסט צו רעדן צום רבי'ן, קענסטו בעסער רעדן צום לאמפ.
בקיצור, אויב דאס איז נישט ליצנות על כל גדולי ומנהיגי ישראל, וואס איז יא? עס איז פאראן באהאלטענע רעפארמיסטישע אונטערטענער דא.
איך ווייס אז רוב פון אייך טוהן דאס נישט במזיד. אבער למעשה איז דא א גאנצע אשכול וועלכע שרייט ארויס "מיר זענען קלוגער און בעסער ווי אונזערע רבי'ס".
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

מצב החינוך בימינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

מציאה מצאתי אין היברו-בוקס

אן ערנסטן אפהאנדלונג אויפן מצב פון א גרויסן מחנך

לדבריו הייבט זיך אן דער פראבלעם נאך אין חדר ...


http://www.hebrewbooks.org/56288

ס'איז ווערט די פאר מינוט איבער צו ליינען
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע: גלילות

Re: א ערנסטע באטראכטנג איבער די מהלך הישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

בעז''ה

אזוי ווי סהאסעך געטון און דעם אשכול ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל! איבער ישיבות היות דארט האט זיך עס אנגעהויבן מער סארקאטיש שרייב איך עס דא

איז אזוי,קודם איז טאקע דא ווייניגער כלים אין ישיבות למצויינים?
ווען די ישיבות נעמען אן נאר מצויינים בחורים דאס הייסט א בחור וואס לערנט ווייל ער איז א איד ער האט אביסל יראת שמים ער ווייסט פארוואס ער איז דא וואלט טאקע געווען אזוי. באט אזוי ווי היינט מיינט א מצוין א בחור וואס האט א גיט קעפל און ער enjoyed צו לערנען (אדער פאר א גיטע נאמען ביי שידוכים) און אזוי ווי רוב מצויינים ישיבות איז געבויעט מיט אזוינע בחורים קוקט עס אויס ווי סקוקט אויס (יעך געדענק און מיינע צייטן 2 אזוינע ישיבות וואס האט זיך כמעט פארשפארט וועגן כלים און נאך פראבלעמען)

יעצט די שורש פון די פראבלעם איז בעצם דאס וואס און די צענטראלע ישיבות איז נישט מעגליך אנציקוקן א בחור ווי ער איז און וואס מקאן טון מיט אים ארויפציברענגען צוליב די גרויסקייט פין די ישיבות נאר אנשטאט מאכט מען א סיסטעם וואס דארף צי זיין א דבר השוה לכל נפש ממילא די מצויינים שיקען די טאטעס אוועק ווייל ער זעט נישט קיין תכלית אז זיין בחור זאל בלייבן ווען ער קען בעסער פערפארמען און א קלענערע ישיבה ווי מקען זיך מער אפגעבן די בינוני נעמט מען דאך נישט אן און קיין אנדערע ישיבה דארף ער בלייבן ווי ער איז און אפשימלען מיט די שוואכע על אף וואס א בינוני האט געווענלעך מער א תמימות און זיך מער פון די מצוין וואס מיט אביסל פערסאנאל אטענשען ווי לערנען מיט זיי חומש רשי מוסר וחסידות וואלטן זיי געקענט צוקומען סאך העכער ווי דער מיטן שארפן קעפל.

איז למעשה די סעלושען איז לכאורה אנצוהייבן אנקוקן דעם בחור נישט ווי נאך א טיש און באנק נאר ווי א מענטש מיט פילינגס און נידס וואס ער ברויך און פארשטייט זיך אנהייבן לערנען מוסר וחסידות און השקפת החיים און אויב די ישיבות שטעלן עס נישט צי דארפן די טאטעס וואס זארגן זיך באמת פאר זייער בחור אליינס עפענען אזא ישיבה נישט שיקן צו אזויגערופענע ישיבה למצויינים און אויך נישט מיטן האבן טענות צו יעדעם
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי. קרעדיט יאנאש
אוועטאר
עכט נארמאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אין כולל

Re: א ערנסטע באטראכטנג איבער די מהלך הישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט נארמאל »

......
\
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: א ערנסטע באטראכטנג איבער די מהלך הישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

ווייס איך נישט ווי איז די פלאץ פאר דעם..
איז דא א ישיבה קטנה וואס לערנט מינימום א עמוד א וואך שיעור עיון אבער טיעף נישט אויבערפלעכליך? איך האב א בחור א מצוין ב"ה אבער האט נישט קיין נערווען צו זיצן א גאנצע וואך אויף 3 שורות גמרא און הערן די פערל ווערטער חידושים בעל פה פון זיין טאלאנטפולער בריסקער תלמיד מגיד שיעור.
עס מעג זיין א קליינע ישיבה אדער עני סארט אוט אף די באקס ישיבה אבער מען זאל לערנען פלייסיג דארט.
א דאנק
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: מצב החינוך בימינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

יצמחפורקניה האט געשריבן:מציאה מצאתי אין היברו-בוקס

אן ערנסטן אפהאנדלונג אויפן מצב פון א גרויסן מחנך

לדבריו הייבט זיך אן דער פראבלעם נאך אין חדר ...


http://www.hebrewbooks.org/56288

ס'איז ווערט די פאר מינוט איבער צו ליינען

WOW! דברים קילורין לעינים.
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע: גלילות

Re: א ערנסטע באטראכטנג איבער די מהלך הישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

איך ווייס פון א ישיבה גדולה וואס האט זיך געעפנט לעצטענס נעבן מאנרא וואס איז באמת א מוירעדיגע ישיבה די פאקעס איז נישט אזוי ווייט אויף די שיעור עיון נאר אריינציברענגען ווארימקייט און א בחור זייער וועג פון אננעמען בחורים איז דורך זען אז ער האלט ביים וואקסן נישט איינער וואס האלט ביי גארנישט זיי זענען גאר שטרענג אויף כלים איך בין שוין געווען בייזיכען דארט אפאר מאל סיז עפעס מוירעדיג
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי. קרעדיט יאנאש
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”