קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

ובנוחה יאמר, מען לייגט אריין דעם ספר אין ארון קודש, ס'ווערט שוין שטיל, און דער עמוד שטייצעך בלייבט ליידיג........ מען הייבט אן קוקן איינער אויפן צווייטן, כאילו ס'עפעס אזא חידה וואס מען זוכט צו שליכטן דורך זיך אנקוקן איינער דעם צווייטן.... נאך עטליכע מינוט ס'הערשט אזא שטילקייט וואס קיינער וואגט זיך נישט עס צוברעכן, הייבט אן גיין פאקסן מיט די הענט, דערוילעם ווייזט זיך איינער פאר'ן צווייטן, כאילו 'דו באלאנגסט אין משוגעים הויז', דער אנדערע ווייזט צוריק ניין ''דו'', אזוי גייט עס אהין און צוריק מיט רמזים און דאס שטילקייט אין שול האט נאך קיינער נישט געבראכן...... ס'איז שא שטיל.... מען ווארט אויף א חזן...... צוביסלעך נעמט איינער קוראזש און הייבט דעם שטימע, ''אפשר גייסטו צו צום עמוד?'' און אזוי מאכט עס רינגע ראנגע רויזי ארום דעם שול, ביז ענדליך......... יעפ, שמשון זרח מאכט זיינע פיסטריט צום ברעטל....

דאמירן בעלמאאאאאאא ואמרו אמן.........

*******

די הויכע שמונה עשרה הייבט זיך אן, פונעם אנהייב קען זיך דאכטן אז די גאנצע מנין הייבט נישט אן צו קענען נוסח התפילה, ווער רעדט נאך פון נוצן דעם שטימע אין א שול, נישט קיין וואונדער מען האט געברויכט אזוי לאנג ווארטן איינער זאל נעמען ס'ברעטל, אבער ווי נאר מען ענדיגט דעם ימלך השם אלוקיך ציון לדור ודור הללוקה..... דא האב איך אנגעהויבן ווערן אנטוישט, די שטימע פונעם ציבור ביים צוענדיגן די קדושה האט מיר שוין געלאזט מעלדן אז עס קומט א היבשע איבעראשונג......

אתה בחרתנו מכל העמים... און דא הער איך א חלק עולם זינגט זיך אזוי שיין אונטער אהבת אותנו ורצית בנו...... העי, רבי איד, קענסט יא דאווענען??? נו וואס גייסטו נישט צו צום עמוד? ושמך הגדול והקדוש ברימען זיך אלע אונטער....... העלאוי, א גאנצע מנין מיט חזנים, שיינע שטימע'ס, ווי זענט איר אלע געווען צעהן מינוט צוריק? מועדים לשמחה זינגט זיך מיין שכן זעקל אונטער, קוק דער קען פיין די נוסח, וואס האסטו פריער ארומגעוואונקען פאר יעדן איינעם אז דו קענסט יא, איך זעה דו שעמסט דיך נישט מיט דיין שטימע....

ווי א מינוט שפעטער ווערט די טענער העכער און העכער, כאילו מען פרובירט צו העלפן דעם בעל תפילה מיטן ניגון, און ביי והשאינו את ברכת קומט דער קלימאקס...... אוי כאשר רצית...... קוק נאר דארטן דער זעמל וואס האט פריערט געוויזן ער קען נישט דאווענען, דער זינגט יעצט די העכסטע פון יעדן...... שיינע שטימע, אפשר טוהסטו דעס ביים עמוד?? דארפסט נישט טוהן גארנישט מער, נאר דאס וואס דו טוהסט יעצט...... טו עס ביים ברעטל......וטהר לבינו...... ס'פאהרט א באן דא..... פיין קענען זיי נוסח, מען גארגעלט אריין אז ס'גייט א רויעך..... און דא קומט דאס בעסטע שטיקל בחג המצות ובחג השבועות..... דאס גייט געווענליך נאך פאר די חזן האלט דארטן און דער גאנצע עולם זינגט זיך אונטער, קוקט אויס א פארמעסט ווער עס קען זיך פריערט אריינכאפן פונעם חזן..... איך לאז יעדן זינגען, זינגט וויפיל און ווילאנג איר ווילט, אבער ביים ברעטל.... נישט ווי א גרויסער צולייגער ארויפשפאצירענדיג דעם דורכגאנג מיטן טלית פאר'יתום'ט אויפן פלייצע כאילו דאס סמעדרעש איז דיינס..... אוי בחג המצות.... ובחג השבועות.... יע זייער שיין, נעם עס זיי מוחל צום ברעטל, און האלט נישט אויף ס'גאנצע שול פאר 20 מינוט ווייל כאילו קענסט נישט נוסח.... האב נישט מורא, דערוילעם דאווענט אנשטאט דיר עניוועי, מען זוכט נאר עפעס א דאמי זאל שטיין ביים עמוד למראית עין, פון אתה בחרתנו און ווייטער ווערט אויסגעזונגען אזוי צווישן ציבור, דו דאפסט גארנישט טוהן, ס'איז מלאכתו נעשית על ידי אחרים.....
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4018
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

;l;p- ;l;p-
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

פיין פיין


ווארטמער אויף אן עולם התיקון
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך מיין אז די נעקסטע קול קורא זאל זיין אויף דעם, עס אפעקטירט מער מענטשען.

באנדע צודרייטע חברה, יעדער חלושט צו דאווענען אבער די קאוויד איז אים וויכטיגער.

ביזט דאך אזוי גערעכט
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

א גוטע ארטיקל, פיין צולייגט, א שיין בילד געמאלן. ברויזע הומאר, שטארק און טאלאנטפול.

א באזונדער געשמאקע שורה:
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:העלאוי, א גאנצע מנין מיט חזנים, שיינע שטימע'ס, ווי זענט איר אלע געווען צעהן מינוט צוריק?


---------------------------
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:מועדים לשמחה זינגט זיך מיין שכן זעקל אונטער

ר' זעקל.. נו..
ר' זעקל האט געשריבן:

---------------------------
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:זעמל וואס האט פריערט געוויזן

זעמל.. וואסי פשט..
זעמל רינדצווייג האט געשריבן:
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

סניש ממש אזוי, אויפן אייגענעם פלאץ קען יעדער זינגען. אבער ביים ברעטל באקומט מען א שטיקל ציטער און מהייבט אן פארן טענער
(בד"וו פארוואס ביסטו ניש צוגעגאנען?? האסטעך אויך אינטערגעברימט)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17810
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פונעם נייניקלס פארענטפערונגען זעט אויס ווי ער איז געווען דארט
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

ייש"כ, האסט מיר געמאכט דעם זמן שמחתינו
:lol: :lol:
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4031
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יישר כח
גיט געזאגט!!
אוועטאר
האסט געמאכט מיין טאג
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 9:03 pm

Re: קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט געמאכט מיין טאג »

איך קען ברוך השם נוסח, אבער ווען עס קומט צום ברעטל קומט מיר אריין א שרעקליכן פחד.
מיט דעים אלעם זאגעך נישט אפ.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

וויפיהל מאל זעה איך מענטשען זאגען אפ פון צוגיין א וואכען מעריב ווייל 'איך קען נישט'. ר' יוד, וואס גענוי קענט איהר נישט? האסט מורא וועסט בטעות אויסלאזען הפורס סכת שלום אנשטאט שומר עמו ישראל לעד?

שיינע פה"א.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

א נייניקל האט געשריבן:סניש ממש אזוי, אויפן אייגענעם פלאץ קען יעדער זינגען. אבער ביים ברעטל באקומט מען א שטיקל ציטער און מהייבט אן פארן טענער
(בד"וו פארוואס ביסטו ניש צוגעגאנען?? האסטעך אויך אינטערגעברימט)


זאג נאר די פיש אין וואסער דארפן ציטער'ן דעם חודש? איך בין מיר גראדע יא משתתף מיט א סכום הגון פאר'ן ברעטל, אבער די דאזיגע מאל האט די קרעדיט קארד נישט גע'ארבייט (לייען מיין שטימע....)
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

א נייניקל האט געשריבן:(בד"וו פארוואס ביסטו ניש צוגעגאנען?? האסטעך אויך אינטערגעברימט)

פאלט דיר נישט איין אז מאנישס עכטע נאמען איז שמשון זרח?
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

אנעים זמירות האט געשריבן:וויפיהל מאל זעה איך מענטשען זאגען אפ פון צוגיין א וואכען מעריב ווייל 'איך קען נישט'. ר' יוד, וואס גענוי קענט איהר נישט? האסט מורא וועסט בטעות אויסלאזען הפורס סכת שלום אנשטאט שומר עמו ישראל לעד?

שיינע פה"א.

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

און פאר מאניש ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

חחחחח
גוט גוט גוט. יאפ, אזוי זעמער…
———
אגב, געליינט אין ״שרייבער״
אוועטאר
אלטע קוגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4983
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע: דארטן

Re: קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

:lol: :lol: :lol: :lol:
זיך טענה'ן מיט א נאַר איבערצייגט אז עס זענען דא צוויי.
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

אסאך סיבות פארואוס מ'גייט נישט צו, איינס פון די הויפט איז די קריטיקירער, זייער שווער יוצא צו זיין די מענטשהייט עז עי האול, אויפן זעלבן דאוונען וועט איינער פארפירן פארוואס אזוי שנעל, און א צוייטער אייסערט זיך גאר אז ס'איז געווען שרעקליך שטאט.
ס'דא נערוועזע מענטשן, אדער וואס גלייכן צו כאפן ביי טעותים, בקיצור ס'איז א שווערע מעשה דאס.
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

loyodea האט געשריבן:אסאך סיבות פארואוס מ'גייט נישט צו, איינס פון די הויפט איז די קריטיקירער, זייער שווער יוצא צו זיין די מענטשהייט עז עי האול, אויפן זעלבן דאוונען וועט איינער פארפירן פארוואס אזוי שנעל, און א צוייטער אייסערט זיך גאר אז ס'איז געווען שרעקליך שטאט.
ס'דא נערוועזע מענטשן, אדער וואס גלייכן צו כאפן ביי טעותים, בקיצור ס'איז א שווערע מעשה דאס.

ווען איינער גיבט מיר א קאמפלימענט זאג איך סתם "יישר כח".
ווען ס'איז פארקערט זאג איך אויך "יישר כח", נאר איך לייג צי ווי פאלגענד: "פארן מעורר זיין, איך וועל פרובירן קומענדיגן מאל צו זיין שטאטער אדער שנעלער אדער העכער אדער שטילער (ווענדט זיך כפי הקריטיקערער).

דער עיקר איז: נישט נעמען זיך צום הארצן ווען איינער זאגט קריטיק, מ'דארף קענען שלינגען.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

שיינע ארטיקל

איך גיי נישט צו צום עמוד צוליב אימתא דציבורא, און די פסק פארן דאווענען צו שנעל וואס איך האב לעצטע מאל באקומען [פון א שיינע איד] האט עס פארשטעקערט
אזויווי לא יודע זאגט

געליינט אין די שרייבער
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31212
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אוי דער שפראך!! בוינעדעיונע! אזאנס געלאכט.

(געליינט אין דער "שרייבער", נאכאמאזל עס איז נישט געשטאנען ווער עס האט עס געשריבן, ווייל אזוי האב איך אליינס געקענט געסן אז דאס איז מאניש!)

צום נושא, צוגיין צום עמוד איז א שרעק פאר אסאך, עס מוז נישט מאכן קיין סענס. איך האב דער חול המועד געדאווענט א הויך שמו"ע פון שחרית (דער ש"ץ האט געוואלט גיין שאקלען לולב) צום ערשטען מאל אין מיין לעבן און איך האב מיר ממש געשטיקט און קוים געקענט זאגן די ווערטער.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: קענסט דאך יא, נו פארוואס נעמט איר נישט דעם ברעטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

;l;p-

דארט וואו איך דריי מיר, זעט מיר אויס אז איינע פון די סיבות פארוואס אינגעלייט ווילן נישט צוגיין צום עמוד, איז כדי שלא יאמרו הבריות אז ער גלייכט גאר דעם עמוד. דאס איז חוץ די סיבה פון אימתא דציבורא, און נאטורליכע שעמעוודיגקייט.

און דער אמת? ליב האבן צו צוגיין צום עמוד, איז א נארמאלער נאטורליכע געפיל, וואס טייל מענטשן האבן מער און טייל מענטשן ווייניגער. און ביי די מענטשן וואס זענען נישט אפען מיט זייער נפש, מאכט זיך מער אז זיי האבן אינגאנצן נישט דעם געפיל. (כ'רעד פון די וואס האבן נישט די זייטיגע פראבלעמען צוצוגיין).

ס'קען טאקע אמאל זיין אויף אביסל א קינדישע לעוול, אדער א צו שטארקע אנגעוויזנקייט אויף דעם געפיל. אבער דער געפיל בשורשו, איז א חלק פון מענטשהייט. צייט דאס צו אקצעפטירן, און רעספעקטירן, דעם געפיל זעלבסט, און די מענטשן וואס האבן דאס.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”