דראפשיפינג - איז דאס א פרנסה?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

דראפשיפינג - איז דאס א פרנסה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

איך זעה אז מען האט נאך ווייניג ארומגערעדט דא איבער דראפשיפינג.
איך וויל הערן די דעת הציבור צו מען קען פארדינען בימינו אלה צו פארקויפן אנליין דורך דראפשיפינג קאמפאניס, אדער נאר ווען מען קויפט איין אסאך (bulk) אויף האלסעיל קען מען פארדינען?
לעצט פארראכטן דורך ישיחנה אום פרייטאג פעברואר 05, 2016 9:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עצה געזוכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 10:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עצה געזוכט »

כוויל אויך וויסן, און אויב מעגליך אויב איינער קען קלאר ארויסברענגען וואס איז דאס דראפשיפפינג
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

עצה געזוכט האט געשריבן:כוויל אויך וויסן, און אויב מעגליך אויב איינער קען קלאר ארויסברענגען וואס איז דאס דראפשיפפינג

פשוט פשט מיינט עס, אז ווען די באקומסט אן ארדער פון א קאסטעמער, מאכסטו אן ארדער ביי דיין סופלייער (אנדערע איבעי /עמאזאן סעלערס וכדו') און ער שיקט דיינע ארדערס גלייך צו דיין(ע) קאסטעמער(ס).
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

Copied from Wikipedia

Drop shipping is a supply chain management technique in which the retailer does not keep goods in stock but instead transfers customer orders and shipment details to either the manufacturer, another retailer, or a wholesaler , who then ships the goods directly to the customer. As in retail businesses , the majority of retailers make their profit on the difference between the wholesale and retail price, but some retailers earn an agreed percentage of the sales in commission, paid by the wholesaler to the retailer.
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
שלאק שמש
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:57 pm

וואס איז די נקודה פון דראפשיפינג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלאק שמש »

יישר כח פאר'ן עפענען די אפטיילונג, איך האב שוין אסאך געהערט פון דראפשיפ, אבער איך האב נישט קיין השגה וויאזוי דאס צו עסן, וואס איז דאס בכלל, וואס זענען די מעלות, חסרונות, וויאזוי ווייסט מען פון ריכטיגע קאמפאניעס, צו זענען מענטשען מצליח מיט דעם, אויב יא, וויאזוי, דורך אייגענע וועב זייטלעך אדער אויף עמעזאן/איבעי, איז פארהאן ווייניג אדער אסאך קאמפאטישענס? קאסט עס אסאך געלט אריינצוגיין דערין אדער נישט? אא"וו.
ביטע מסביר זיין ווער עס איז מער באהאווענט דערין.
יישר כח
אוועטאר
הארסי(פערד)
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארסי(פערד) »

ביי פעינט איז דאס זייער שייך.
אז די ווילסט באשטעלן א גרויסע קוואנטום פין איין קאלער פעינט, אנשטאט די פעינט סטאר זאל שטיין אין מישען יעדע באקעט עקסטער. ריפט ער אן די ספלייער בענזעמען מאר אז זיי זאל מישען די פעינט אין זיי שיקען עס גלייך צים קאסטעמער
אויב זוכט איר אן ארבעט פאר 1500 דאלער א וואך, 2 שעה א טאג, 3 טעג א וואך, פונדערהיים, פליז קאנטאקט מיך, און מיר וועלן זוכן צוזאמען
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

שלאק שמש האט געשריבן:יישר כח פאר'ן עפענען די אפטיילונג, איך האב שוין אסאך געהערט פון דראפשיפ, אבער איך האב נישט קיין השגה וויאזוי דאס צו עסן, וואס איז דאס בכלל, וואס זענען די מעלות, חסרונות

דראפשיפינג איז פשוט אז אנשטאט דו זאלסט קויפן א גאנצע סטאק מיט אייטמעס האסטו אקאונטס מיט סופלייערס וואס ווען איינער באשטעלא עפעס ביי דיר גייסטו עס באשטעלן ביים סופלייער וואס ער שיקט עס גראד צו קאסטומער

מעלות:
דארפסט נישט קיין סאך געלט אנצוהויבן וויבאלד דארפסט נישט איינקויפן קיין סטאק.
וויבאלד דארספט נישט קיין סטאק דארפסטו נישט קיין ווערהאוז מיט קיין ארבעטער, = קלענערע אווערהעד.
פאר די זעלבע סיבה קענסטו האבן אסאך א גרעסערע אויסוואל פון אייטעמס (אויב האסטו די סופלייערס דערפאר) וויבאלד דארספט נישטק קיין ווערהאוז דערפאר.

חסרונות:
די פראפיט פער אייטעם איז געווענליך ווייניגער וואו ווען דו ביזט א געהעריגע ריטעילער.
שווערער צו געבן סערוויס פאר די קאסטומערס וויבאלד דו ביזט נישט אליינס אין טשארדזש פון די אייטעמס.



שלאק שמש האט געשריבן:וויאזוי ווייסט מען פון ריכטיגע קאמפאניעס

די זעלבע ווי יעדע אנדערע סופלייער, ריסערטש, קאנעקשאן אד"ג

שלאק שמש האט געשריבן:צו זענען מענטשען מצליח מיט דעם, אויב יא, וויאזוי, דורך אייגענע וועב זייטלעך אדער אויף עמעזאן/איבעי, איז פארהאן ווייניג אדער אסאך קאמפאטישענס?

פונקט ווי יעדע ביזנעס איז דא מענטשן וואס מאכן געלט דורך דעם מעטאד און ס'דא וואס נישט, יעדנספאל מיינעך אז געווענליך טוען מענטשן ביידע, זיי האבן אייגענע ווערהאוזעס פאר סחורה אבער האבן אויך קאמפאניס מיט וועלכע זיי קענען דראפשיפן.


שלאק שמש האט געשריבן:ביטע מסביר זיין ווער עס איז מער באהאווענט דערין.

איך בין נישט באהאוונט דערין קען איך דיר נישט זאגן מער.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

שיעור # 1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

שיעור # 1


איך וועל אנהייבן אביסל מסביר צו זיין די ענין!

די סדר פון גרויסע דיסטריבעטארס/האלסעילערס האבן נישט קיין חשק זיך אפצוגעבן מיט קליינע ארדערס, זיי ווילן אז די ריטעילער וואס קויפט איין ביי זיי, זאל באשטעלן גאנצעטע קוואנטומס אויף איין מאל, און שיקט דאס אפ צום ריטעיל סטאר.

איז וואס טוט א פרישער יונגערמאן וואס האט נישט קיין סטאר און נישט קיין געלט איינצוקויפן פאר טויזענטער דאלער אויף אמאל, און נישט קיין פלאץ צו סטארעדזשען די אייטעמס? דא קומט אריין די ענין פון דראפשיפ.

ס'איז פארהאנדן בימינו אלה הונדערטער דיסטריבעטארס וואס זענען יא גרייט (מחמת סיבות שונות) זיך אפצוגעבן מיט איינצעלנע ארדערס, און נישט נאר דאס, נאר זענען גרייט צו שיקן די ארדער, גלייך צו "אייער" קאסטעמער, וואס האט דאס באשטעלט ביי אייך.
דאס מיינט בקיצור, די דיסטריבעטער גיבט אייך א באריכט (excel file וכדומה) מיט אלע זיינע אייטעמס וואס ער האט אין סטאק, מיט אלע בילדער פון די אייטעמס, מיט אלע האלסעיל פרייזן אין אינפארמאציע פון די אייטעמס, וואס איר קענט ארויפלאדען אויף אייער אנליין סטאר אלע אייטעמס מיט די בילדער, נאר איר וועט מיזן טוישן די פרייזן וויאזוי איר באשליסט.

יעצט ווען איינער קויפט איין ביי אייך, אויף אייער אנליין סטאר, אין איר באקומט באצאלט פון אים - אח"כ גייט איר צו אייער דיסטריבוטאר, (אויף זייער האלסעיל סייט, אדער אימעיל/פעקס כ"א לפי מצבו) און איר באשטעלט די אייטעם, און גיבט זיי די אדרעס פונ'עם קונה ווי זיי זאלן עס שיקן, און זיי וועלן עס שיקען מיט "אייער" קאמפאני נאמען, אזוי אז דער קונה וועט נישט וויסן אז עס קומט פון א צווייטע פלאץ.

אזוי קומט אויס אז מען דארף נישט אינוועסטן קיין איין איינציגע גראשן איינצוקויפן טויזנטער סארטן אייטעמס מקודם, איר קענט זיין א עני ואביון מגוזלו, און אויב ס'איז באשערט קען מען מצליח זיין אזויווי סיי וואספארא גרויסע גביר וואס אינוועסט יא מיליאנע דאלארן איינצוקויפן סטאק פון פאראויס.

נ"ב פארשטייט זיך אז די ברכה זאל חל זיין מיזט איר עס טוהן בדרך התורה, זיך שואל עצה זיין מיט א גיטע איד איבער פארקויפן אנליין, מיט א פילטער אויסגעהאלטן עפ"י הלכה - איך בין קיינעם נישט מייעץ צו פארקויפן אנליין, נאר איך בין נאר מסביר פאר ווער עס וויל וויסן.

ע"כ שיעור # 1
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

ישיחנה האט געשריבן:איך זעה אז מען האט נאך ווייניג ארומגערעדט דא איבער דראפשיפינג.
איך וויל הערן די דעת הציבור צו מען קען פארדינען בימינו אלה צו פארקויפן אנליין דורך דראפשיפינג קאמפאניס, אדער נאר ווען מען קויפט איין אסאך (bulk) אויף האלסעיל קען מען פארדינען?


ישיחנה האט געשריבן:שיעור # 1


איך וועל אנהייבן אביסל מסביר צו זיין די ענין!
ע"כ שיעור # 1


איך פארשטיי נישט!
קודם קומסטו פרעגן נאכדעם קומסטו אונז אויסלערנען?!
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
עצה געזוכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 10:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עצה געזוכט »

גוט.

מיר ווארטן אבער קוים אויף שיעור 2
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

איך פארשטיי נישט!
קודם קומסטו פרעגן נאכדעם קומסטו אונז אויסלערנען?!

ערשטענס, יא קען דאך זיין אז אין די 24 שעה בין איך שוין אינפארמירט געווארן וויאזוי דאס ארבעט!

צווייטענס, מיין רבי פלעגט אויך אנהייבן מיט א קשיא, קינדערלעך ווער ווייסט וויאזוי וכו'? און געמאכט נייגעריק די תלמידים, און דערנאך אליין געענטפערט!
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

שיעור ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

שיעור ב'

יעצט וועל איך אוועקגעבן עטליכע מינוט צו מסביר זיין וואס מען דארף זיין פארזיכטיג.
יעדע מענטש אין די וועלט האט אן אפעטיט צו מאכן אפאר דאלער, און יעדער פרבירט די בעסטע וואס ער קען, צווישן דעם איז פארהאן אסאך שווינדלערס, גאנצע & האלבע, און מען דארף זייער אכטונג געבן נישט אריינצופאלן מיט די שווינדלערס.
אזוי ווי מיר רעדן יעצט פון די נושא פון dropshippers וועל איך מסביר זיין וואס מען דארף דא אכטונג געבן.
ס'איז פארהאן הונדערטער אדווערטייזמענטס פון "פאלשע" קאמפאניעס אז זיי זענען דיסטריבעטורס/האלסעילערס, און זיי האבן טויזענטער אייטעמס, און אפילו מיליאנען אייטעמס פאר חצי בחנם, ווייניגער פון האלסעיל. און זיי טוען עס דראפשיפן צו אייער קאסטומער.
וואס הייסט פאלש?
באמת גייען זיי שיקען די אייטעם צו אייער קונה, אבער זיי זענען נישט קיין אמת'דיגע האלסעילערס, זיי זענען פשוט'ע ריטעילערס, און איר צאלט בלא יודעים די כמעט געהעריגע ריטעיל פרייז, און נאכדעם ווינדערט איר זיך פארוואס איר האט נישט קיין איין איינציגער קונה - זיי ווערן אנגעריפן בלע"ז "מידעלמענס", זיי שטייען אינדערמיט צווישן די האלסעילער אין אייך. און באמת האבן זיי אויך גארנישט אין סטאק, נאר ווען איר באשטעלט ביי זיי, באשטעלן "זיי" עס ביי די דראפשיפערס!!! נא וויאזוי קען מען פארדינען אזוי?

נו וואס איז די סימנים פון עכטע און פאלשע? ווארט אויף שיעור ג'!


ע"כ שיעור ב'
שלאק שמש
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:57 pm

שיעור ג'??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלאק שמש »

יישר כח פאר די ערשטע 2 שיעורים, איר האט מיר געעפנט א נייע וועלט.

איז מעגליך צו ממשיך זיין די שיעור ג'?

יישר כח
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

ישיחנה האט געשריבן:איך פארשטיי נישט!
קודם קומסטו פרעגן נאכדעם קומסטו אונז אויסלערנען?!

ערשטענס, יא קען דאך זיין אז אין די 24 שעה בין איך שוין אינפארמירט געווארן וויאזוי דאס ארבעט!

צווייטענס, מיין רבי פלעגט אויך אנהייבן מיט א קשיא, קינדערלעך ווער ווייסט וויאזוי וכו'? און געמאכט נייגעריק די תלמידים, און דערנאך אליין געענטפערט!



;l;p- ;l;p-

קיפ אן. זייער הנאה געהאט. האסט א גוטע שפראך און א שיין פעדער'ל.

ווארטן מיר אויף שיעור ג'
written using the Meshimer web filter
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

סימן פון עכטע און פאלשע דראפשיפערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

איינע פון די סימנים פון עכטע און פאלשע דראפשיפערס איז:

1) א עכטע האלסעילער/דראפשיפער קאסט נישט קיין מעמבערשיפ געלט חודש'ליך - און אויך נישט קיין SET UP FEES - אבער פאלשע וועלן יא בעטן מעמבערשיפ וכו'.

2) צו קויפן פון א עכטע דארף מען געווענליך האבן א טעקס איי-די (TAX ID) צו קענען קויפן פון זיי, אבער ביי פאלשע דארף מען נישט.

3)עכטע האלסעילערס האבן די אייטעמס אין סטאק און דילען אליין מיט די מעניופעקטור, אבער פאלשע נישט ועוד ועוד.



געדענק!
איינע פון די גרעסטע טעותים ביים פארקויפן אויף איבעי/עמעזאן/אייגענע זייטל, איז ווען מ'פאלט אריין צו א פאלשע דראפשיפער!
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

א גרויסן ישר כח פארן זיך נעמען די מי, קיפ אן. זייער הנאה געהאט.
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

ביטע זאגן וואס מ'וויל וויסן איבער די נושא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

ביטע זאגן וואס מ'וויל וויסן איבער די נושא, צו וויסן וואס צו שרייבן ווייטער.
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

טאקע דיין קשיא וויל איך וויסן די ענטפער:

ישיחנה האט געשריבן:איך זעה אז מען האט נאך ווייניג ארומגערעדט דא איבער דראפשיפינג.
איך וויל הערן די דעת הציבור צו מען קען פארדינען בימינו אלה צו פארקויפן אנליין דורך דראפשיפינג קאמפאניס, אדער נאר ווען מען קויפט איין אסאך (bulk) אויף האלסעיל קען מען פארדינען?
written using the Meshimer web filter
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

ישיחנה האט געשריבן:איינע פון די סימנים פון עכטע און פאלשע דראפשיפערס איז:

1) א עכטע האלסעילער/דראפשיפער קאסט נישט קיין מעמבערשיפ געלט חודש'ליך - און אויך נישט קיין SET UP FEES - אבער פאלשע וועלן יא בעטן מעמבערשיפ וכו'.

2) צו קויפן פון א עכטע דארף מען געווענליך האבן א טעקס איי-די (TAX ID) צו קענען קויפן פון זיי, אבער ביי פאלשע דארף מען נישט.

3)עכטע האלסעילערס האבן די אייטעמס אין סטאק און דילען אליין מיט די מעניופעקטור, אבער פאלשע נישט ועוד ועוד.



געדענק!
איינע פון די גרעסטע טעותים ביים פארקויפן אויף איבעי/עמעזאן/אייגענע זייטל, איז ווען מ'פאלט אריין צו א פאלשע דראפשיפער!

כ'בין אמאל אריין געפאלן מיט א פאלשן וואס האט מיר אראפגעריפט אבער געהאנדעלט האט ער עכט ווי די פערפעשאנעלס מיט די אלע אויבערדערמאנטע כללים.
לכן פאר איט דילט מיט איינעם מאכט א גוטן ריסערדש.
רעוואלטאלתי יותר מדי...
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

שיעור ג.א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

אויב איך מעג צולייגן צום שיעור, ס'איז טאקע דא געוויסע דראפשיפפערס וואס וועלן נעמען ביי דיר די ארדערס דורך אימעיל / עקסעל, אבער רוב גרויסע דראפשיפפערס מיט טויזענטער אייטעמס האבן אויך עט ליעסט סאָם סאָרט אוו אינטעגרעישאן (דיירעקט דורך API אדער עכ"פ דורך FTP), סאו ווען דו ווילסט דיעלן מיט א גרויסן, קענסטו פרובירן צו ער איז לעגיט דורך טשעקן אויב זיי האבן אינטעגרעישאן מיט פילע דאקומענטאציע.
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
שלאק שמש
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:57 pm

Doba.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלאק שמש »

Doba.com - Wholesale Drop Shipping‎
We're Now Up to 2,400,000 Products. Name Brands

צו ווייסט איינער וואס טוט זיך מיט די קאמפאני, איך האב שוין אמאל געדילט מיט זיי, אבער נישט פארקויפט קיין איין אייטעם.
זענען זיי פארלעסליך?
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

שלאק שמש האט געשריבן:Doba.com - Wholesale Drop Shipping‎
We're Now Up to 2,400,000 Products. Name Brands

צו ווייסט איינער וואס טוט זיך מיט די קאמפאני, איך האב שוין אמאל געדילט מיט זיי, אבער נישט פארקויפט קיין איין אייטעם.
זענען זיי פארלעסליך?


איך מיין אז "דאבע" זענען פון די גרעסטע שקרנים וואס איז דא אויף די מארקעט.

דארפסט פארשטיין, אז די גרעסטע מיליאנער אויף די וועלט האט אויך נישט די געלט צו אינוועסטען איינצוקויפן א גרויסע סטאק פון 2,400,000 פראדוקטן, ישט דא א געשעפט אויף די וועלט וואס האט אזוי סאך אייטעמס אנגעפאנגן פון B&H און געענדיגט ביי WALMART
Another Walmart.com goal — providing easy access to more of Walmart — is evident in the more than 1,000,000 products available online

ווייסט פארוואס?
ווייל זיי פארקויפן אויך דורך DROPSHIPPERS!
נישט אלעס, אבער די זאכן וואס זיי האבן נישט אין זייער לאקאלע קעשעפטן, האבן זיי נישט אין סטאק, נאר לייגן עס אויף זייער סייט, איון שיקן עס דורך די דראפשיפערס.
צא ובדוק...

במילא צוריק צו פריער, דאבע האט נישט קיין איין אייציגע אייטעם אין סטאק, זיי ווייסן ניטאמאל וויאזוי די אייטעם קוקט אויס, (אדרבא געב זיי א קאל און פרעג זיי אינפא. אויף א פראדוקט, וועלן זיי זאגן האלט אפאר מינוט און וועלן טרייען צו קאנטאקטן די מוכר.. ).
זיי האבן אלע סימנים וואס מיר האבן אויבן מגלה געווען, רעכענען חודש'ליכע אפצאל וכו'....

און ליהוי ידוע די קענסט אויך מאכן די זעלבע ווי דאבע, די זעלבע וועבזייטל, און וכו', האבן מעמבערס וואס זאלן באשטעלן דורך דיר, און די וועסט מאכן צוויי מאל געלט.
איינס פון די מעמבערשיפ.
צוויי, פון יעדע אייטעם וואס מ'וועט קויפן דורך דיר, וועסטו ארויפלייגן א פראצענט.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

שלאק שמש האט געשריבן:Doba.com - Wholesale Drop Shipping‎
We're Now Up to 2,400,000 Products. Name Brands

צו ווייסט איינער וואס טוט זיך מיט די קאמפאני, איך האב שוין אמאל געדילט מיט זיי, אבער נישט פארקויפט קיין איין אייטעם.
זענען זיי פארלעסליך?

http://www.sitejabber.com/reviews/www.doba.com
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ישיחנה,
דיין הגדרה פון פאלש איז פאלש..
מען ווערט נישט קיין "פאלשע" סופלייער ווען יענער נוצט אויך א סופלייער. סוף סוף האט ער געטון דעם זשאב פאר דיר ער האט דעליווערט דעם אייטעם צום קאסטומער.
כאטש האסט טאקע נישט געמאכט אזויפול מארזשין ווייל דו האסט גענוצט א מידלמען וואס האט שוין אראפגעציפט פון די ריוח, אבער אין געוויסע פעלער קענסטו אין אנהויב נישט צוקומען צו די עכטע גרויסע סופלייערס ממילא מוזטו נוצן א מידלמען, ביז מען דערלערנט זיך גוט און מ'דערשנאפט די קאנטאקט פון די עכטע סופלייערס, וואס סופלייען דיינע סופלייערס.
אבער די טריק איז נאך א צייט פארקויפן מאך א ריפארט און קוק די אייטעמס וואס גייט זייער אסאך קענסטו דאן אליינס באשטעלן און סטאקן אין גרעסערע קוואנטומס אזוי קריגסטו א בעסערע דיסקאונט.

חוץ מזה צומאל לוינט זיך צו נעמען פון די "פאלשע" סופלייער למשל א ראש ארדער אדער זשאסט אנצוהאלטן די אקאונט אין קעיס די האסט אישוס מיט די עכטע סופלייער. און אויך ווייל די פאלשע קען צומאל סופלייען אנדערע זאכן וואס די עכטע סופלייער האט נישט.
בקיצור עס איז נישט ממש פאלש און עכט מען דארף נאר נוצן אביסל שכל.
איך האב שוין געהאט פעלער ווען די מאנופעקטשורער איז אויסגעלאפן פון סחורה און נאר איינער פון די סופלייערס האט עס נאך געהאט, אזוי האב איך געקענט באשטעלן כאטש איך צאל אפאר פוינטס מער.

אודאי רעד איך נישט פון ממש פאלשע שווינדלערישע סופלייערס וכו' פון דעם איז מסתם דא גענוג. אבער אין די טרעיד איז גאנץ נארמאל צו האנדלען אמאל דירעקט מיט סופלייער און אמאל דורך א מידלמען, ביידע קען מען האבן נוצן.
הצלחה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

ישיחנה,
דיין הגדרה פון פאלש איז פאלש..

דארפסט מיר אביסל אנטשולדיגן.
איך רעד דא ב"ה פון ערפארונג נישט פון קיין השערה'ס, די קאמפאני איז פאלש.
אין אנדערע ווערטער, דאס וואס די זאגסט אז עס לוינט צו האבן קאנטאקט מיט די מידעלמענס ווען עס לויפט אויס די אייטעמס, ביזט גערעכט, אבער דעמאלס מיז מען נישט האבן די קאנטאקט דייקא מיט איינער וואס פאריפט זיך אויף די פאלשע נאמען "דראפשיפער" "בעלא האלסעיל" וכו'. דעמאלס קענסטו עס אויך קויפן ביי עכטע ריטעילערס ודי.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”