נא_שכל האט געשריבן:לאז אפ האט געשריבן:זאל איך שרייבן ווייטער? אויב יא, איבער וואס פון די פריערדיגע ווילט איר איך זאל פארברייטערן?
וויאזוי פארופט זיך דער וואס גען גוט די NYC קאוד?
וויאזוי ווייסט מען ווי טיף מ'קען גראבן?
דער ארכיטעקט ארבייט מיטן ענדזשינער, אדער ווען דער ערשטער ענדיגט טראגט מען עס ווייטער צום צווייטן?
פארוואס בויט איינער סופער סטרוקטשער, איינער ביעם סטרוקטשער, איינער ציגל סטרוקטשע?
וויאזוי פארופט זיך דער וואס גען גוט די NYC קאוד?
כ'מיין אז דו מיינסט די עקפעדייטער, אבער די ארכיטעקט און ענגזשעניר דארפ'ן פונקט אזוי גוט קענען די קאוד.
וויאזוי ווייסט מען ווי טיף מ'קען גראבן?
מען מאכט בעפאר א טעסט (Test Pits & Borings) צו זעהן די קוואלעטעט פון די זאמד (soil) אונטער די ערד, און צו זעהן אויב ס'איז דא וואסער אונטער די ערד. דערנאך דרילט מען אריין נעבן די זייטן פון די פראפערטי (אויב ס'איז דא בנינים ארום און ארום) צו זעהן וואו טיעף די שכנימ'ס foundation איז, צו זעהן וואו טיעף מען דארף גראבן, און וועלכע סארט פאנדעישן מען דארף מאכן.
דער ארכיטעקט ארבייט מיטן ענדזשינער, אדער ווען דער ערשטער ענדיגט טראגט מען עס ווייטער צום צווייטן?
די ארכיטעקט ארבעט קודם אויף אן לעיאוט אבער ער ענדיגט נישט די גאנצע אויסשטעל, נאר ער מאכט בערך, ווייל ער ווייסט נישט וואס די ענדשעניר וועט אלץ אויפקומען וואס וועט מאכן ער זאל דארפן טוישן זיין מהלך.
פארוואס בויט איינער סופער סטרוקטשער, איינער ביעם סטרוקטשער, איינער ציגל סטרוקטשע?
אלעס ווענד זיך וואו גרויס די בנין וועט זיין, און אזוי אויך וואס טוט זיך אונטער די ערד, געוועדליך וועט די ענדזשעניר דיר זאגן וואס דו זאלסט טוהן. (געדענק אים צו challenge'ן ס'קען זיין אז דו קענסט בויען ביליגער און א גרינגערע וועג, נאר פאר אים איז גרינגער צו מחמיר זיין)
--
איך האף אז דיינע קשיות זענען פארענטפערט.