קודם כל איז דאך נישט דא דער מאדעל א 512 גיג (און האלב די קעפעסעטי קאסט כמעט די זעלבע פרייז), און די מאדעלן (מיט USB 3.1 אדער 3.2) וואס עס איז יא דא 512 גיג איז עס אסאך אסאך טייערער ווי דער SSD.
צווייטענס, 135 איז זייער זייער שטאט אנקעגן 400-500 אפילו ביים שרייבן וואס דער SSD קען רואיג אנקומען צו.
דריטענס, כ'ווייס נישט ווען דו האסט געמאסטן די ספיד אבער עס מאכט שטארק אויס וועלכע סארט פיילס וכדו' (למשל אסאך קליינע פיילס וועט זיין גאר אסאך שטאטער), ווי אויך ריעל לייף יוז פון למשל ארבעטן אויף פיילס גראד דערויף קען זיין א גרויסע חילוק. (אין די רעוויאוס פון דער USB קוק אז רוב אירע האבן אפילו אסאך שוואכערע ספידס ווי דיר.)
און דאס איז חוץ ווי געזאגט די רילייעבעליטי פון דער מעמארי און דער קאנטראער טשיפ (א USB פלעש דרייוו'ס מעמעארי איז נישט געבויעט מיטן פלאן צו שרייבן און ליינען גאר גאר אסאך, עס איז מער פאר סטארידזש מיט ווייניגער מאך שרייבן.)