אפיל: געזוכט א דירה אין וויליאמסבורג

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

דירה געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

איך זיך דרינגענד א דירה (פאר איינעם).
3 בעדרומס, אין וויליאמסבורג (ניי אדער אלט).

אויב איינער ווייסט פון א דירה אדער וואו איך קען קוקן/פרעגן, ביטע מעלדן.

יישר כח
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

אפיל: געזוכט א דירה אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

איך ווייס נישט צו עס איז דא א אשכול איבער דעם, אבער איך האב צוגעזאגט מיין חבר אז איך גיי עפענען לכבודו אן אשכול, און דאס וואס ער פארציילט מיר, להוי ידוע אז ער איז נישט דער איינציגסטער, ליידער.
עס איז צום האפן אז מיר וועלן אי"ה האבן א חלק און העלפן דעם אינגערמאן.

פארציילט ער מיר אזוי:
ער האט חתונה געהאט בערך צוויי אהאלב יאר צוריק, און ער וואלגערט זיך נאך פון איין לעכל צום צווייטן. ערשט האט ער באקומען א רעגולער בעיסמענט, גארנישט אנדערש פון יעדן וויליאמסבורגער חתן-כלה. איז דורך עטליכע חדשים, דער באשעפער האט אים געהאלפן אין די פאמיליע האט אנגעפאנגען וואקסן, און עס איז נישט געווען מעגליך בשו"א און די אומשטענדן צו פארבלייבן אין דעם בעיסמענט. מען האט געזוכט, קיין אויסוואל איז נישט געווען ווייל עס איז נישט געווען קיין דירה, דעריבער האט מען געכאפט עפעס אנדערש, אויך פורנישד פארשטייצעך.

ער האלט שוין יעצט ביי צוויי קינדער, ער וואוינט אין א לעכל, און ער לעכצעט נאך א צוויי-צו-דריי בעדרום אפארטמענט אין וויליאמסבורג.
איך האב נישט געקענט אויסהאלטן זיין צער, ספעציעל ווען ער האט מיר אראפגעלייגט אז ער ווייסט נאך נישט וואס מיינט פורניטשער, ווייל ער האט דאס נאך נישט פארזוכט זייט זיין חתונה, אפילו קיין בעדרום פורניטשער.

איך האב אים געפרעגט פארוואס ער גייט נישט אוועק קיין דא, קיין דארט, ווי עס זענען פארהאן אסאך גרינגערע מעגליכקייטן פון דירות, האט ער מיר געענטפערט זייער א פארשטענדליכע תירוץ, און איך האב אים זייער גוט פארשטאנען.
איך האב אים פארציילט פון דעם איש את רעהו יעזורי פארום, און איך האב אים פארשפראכן אז תיכף נאך שבת וועל איך אים דאס ארויפלייגן.

דער עולם זאל מיך שיקן אין אישית, אדער צו [email protected], אדער אפילו ברבים, אויב מען ווייסט פון עפעס, און ארויסהעלפן דעם אידישן פארפאלק מיט די צוויי קינדערלעך מיט א מקום מנוחה, און דעם זכות זאל אייך דער באשעפער באצאלן מיט אלעם גוטן.

אזוי אויך קען דער אשכול בכלל דינען פאר די פלאטפארמע פאר די אלע וואס זיכן דירות אין די שטאט וויליאמסבורג.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
דער גראפיסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2009 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער גראפיסט »

שכוח שעפטיל פארן עפענען דען אשכול
איך גיי מיר נישט מספיד זיין אזויווי שעפטיל האט געטוהן מיט זיין חבר...
אבער איך טוה מעלדן בשער בית קרעטשמע אז גם אנו מצטרף עמו אנכי בצרה איך זיך אויך א לייטישע 2-3 בעדרום דירה אין וויליאמסבורג
איך זיץ נאך אוין אין א פערנישד בעיסמענט און איך האב נאך נישט זוכה געווען צו מיין אייגן בעטל
איך בעט פון די קרעטשמע דירות פארמיטלונג זאלן אונז ארויפלייגן אויף די אויבענאן פון די ליסטעס ויישר כחם פאר אלע וואס וועלן טוהן דערין פון פראנויס
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

רעב שעווטיל האסט מיר ממש בארירט די סטרונעס..

אבער זיי וויסן איין זאך, ווילאנג דער עולם וועט זיך נישט אויפהייבן און ארויסיאגן פון ווילי וועט דאס קיין דירות נישט זיין.

גייטס קיין דארלי גרין, מידעלטאון, בעיסוואטער, סקרענטאן, וואדריזש, און אפילו מאנראו, מאנסי, אבער דער עולם וויל זיך נישט ארויסרירן פונעם מאמענס פארטוך.

איך האף אז דער פלאטפארמע צו זוכן דירות זאל מען קענען ווי שנעלער צעווארפן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שוועמל האט געשריבן:רעב שעווטיל האסט מיר ממש בארירט די סטרונעס..

אבער זיי וויסן איין זאך, ווילאנג דער עולם וועט זיך נישט אויפהייבן און ארויסיאגן פון ווילי וועט דאס קיין דירות נישט זיין.

גייטס קיין דארלי גרין, מידעלטאון, בעיסוואטער, סקרענטאן, וואדריזש, און אפילו מאנראו, מאנסי, אבער דער עולם וויל זיך נישט ארויסרירן פונעם מאמענס פארטוך.

איך האף אז דער פלאטפארמע צו זוכן דירות זאל מען קענען ווי שנעלער צעווארפן.

זאג נאר, אין די אלע מקומות וואס דו רעכנסט אויס, בויט מען דירות אויך פאר סינגלס?............ טאמער יא לויף איך שוין אהין און פטור אנאייסעק
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ס'וואלט מיר סתם אונטערסאנט געווען אויב סאיז מעגליך צו הערן דעם הסבר פארוואס ער קען זיך נישט אוועקרירן פונם מאמעס פארטוך. ס'זעלבע ווי יהי'ס?
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

זוכסט א דירה, אדער דו זוכסט פאר א נארמאלער פרייז?

די ערשטע קענסטו טרעפן, די צווייטע גיב איך דיר א פינף פראצענט שאנס...

יענע געלעכטער נעבעך.
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

1.JPG
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

צום קעפל (און וויבאלד עס געפונט זיך אין "איש את רעהו יעזורו / ולאחיו יאמר חזק" איז איבריג צוצוגעבן אז מען רעדט דא ערנסט):

איך האב באקומען א מעלדונג אז איך דארף מיך ארויסציען פון מיין דירה ביז אפאר חדשים

איך זוך א גרויסע דירה (פון 4 שלאף צימערן בערך) אין המכונה וויליאמסבורג, אלט אדער ניי

פאר א נארמאלע פרייז
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

אין איינע פון די היימישע בתי חינוך לבנות האט א טיטשער אהיים געשיקט אויפן וועכענטליכע באריכט ווי די שילערינס האבן געהאלטן ביי אות ד'
אז די טיטשער זוכט א דאך איבערן קאפ א דירה אין וומסב"ג
ווער עס קען העלפן למצוה גדולה יחשב
אטעטשמענטס
CCF12092014_00000.jpg
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

לכאורה האט געשריבן:צום קעפל (און וויבאלד עס געפונט זיך אין "איש את רעהו יעזורו / ולאחיו יאמר חזק" איז איבריג צוצוגעבן אז מען רעדט דא ערנסט):

איך האב באקומען א מעלדונג אז איך דארף מיך ארויסציען פון מיין דירה ביז אפאר חדשים

איך זוך א גרויסע דירה (פון 4 שלאף צימערן בערך) אין המכונה וויליאמסבורג, אלט אדער ניי

פאר א נארמאלע פרייז

לכארה מ'דארף מיר רעדן, עמו אנכי בצרה ב"ה, מ'זעמיר און זעלבן פעקל, כ'זיך אויך, אפשר וואס דיר איז נישט אינטערסאנט איז מיר יא(על טעם וריח עלינו לשבח)און ווייס ווערסא, (וועלכע ווייס איז דאס פון די היימיש קאך?)

מ'ווייס מיר דאך אין א כחבוש מתיר את עצמו, אפשר אז מ'וועל מיר זיך העלפן וועט עפעס ארויסקומען, איש את .. יעזורו ולאחיו.. ונאמר אמן.
(מיין אישי איז אפען 24-7)
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
גדולי ישראל
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדולי ישראל »

איך זוך דרינגענד צו דינגען א קליין דירה אין וויליאמסבורג אויף איין וואך, פון די וואך פרייטאג ביז נעקסטע דאנערשטאג, קען מיר איינער העלפן? איז דא א נומבער וואו מ'קען זיך ווענדן צו דינגען דירות אין וומ"ס אויף א קורצע טערמין???
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לכאורה האט געשריבן:צום קעפל (און וויבאלד עס געפונט זיך אין "איש את רעהו יעזורו / ולאחיו יאמר חזק" איז איבריג צוצוגעבן אז מען רעדט דא ערנסט):

איך האב באקומען א מעלדונג אז איך דארף מיך ארויסציען פון מיין דירה ביז אפאר חדשים

איך זוך א גרויסע דירה (פון 4 שלאף צימערן בערך) אין המכונה וויליאמסבורג, אלט אדער ניי

פאר א נארמאלע פרייז

צייט לויפט... ארום אנדערטהאלבן יאר אדורך זינט דעם פריערדיגן מעלדונג. ברוך השם מען האט מיך נישט ארויסגעווארפן זינט דאן. אבער יעצט איז געקומען א קלארע מעלדונג אז דער דירה ווערט באדארפט, און איך מוז מיך איבערקלייבן צו א פרישע פלאץ.

איין זאך האט זיך געטוישט לטובה זינט מיין יעמאלטיגע בקשה, עטליכע שטעטלעך האבן אנגעהויבן שפראצן, און וויליאמסבורג איז שוין נישט די איינציגסטע ישוב וואס איך זוך צו וואוינען דארטן.

איך שרייב אבער דוקא אין דעם אשכול, ווייל צו אלעם ערשטן וויל איך טאקע זיכער מאכן אז אין וויליאמסבורג איז טאקע נישט דא גארנישט פאר מיר, און דאן וועל איך אי"ה נעמען דעם וואנדער שטעקן מיט א פרייליכן געמיט און אויפגעהויבן קאפ.

אלזא, אהובים יקרים, אויב איינער פון אייך איז אין די ליניע פון מעקלעריי, אדער איר פארמאגט אן אייגענע דירה צום פארדינגען, ביטע מעלדט אייך צו מיר פריוואט, איך בין שטארק אנגעוויזן דערויף.

איך זוך א 4-5 שלאף-צימערן דירה, סיי וואו אין וויליאמסבורג. יישר כחכם!
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

לכאורה האט געשריבן:

נישט אז איך האב @לכאורה, אבער איך בין נייגעריג וואסערע פרייז איר חלומט צו צאלן, טאמער זאלט איר יא טרעפען א 4-5 שלאף צימער דירה?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אוטש...
לייען איך לכאורה'ס תגובה, ס'קיצלט מיך פון אלע זייטן.... אוטש

ליידער קען איך נישט העלפן, באט כ'קען דיר ציווייזן וואו די ליין שטייט.... א לאאנגע ליין מיט 'פיר בעדרום דירה זוכערס' אין ווילי .... שטייט און רירט זיך כמעט נישט......

יעצט טראכט איך, אולי כדאי אנציפרעגן 'כאפצעם'...
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

יא, @כאפצעם קען אפשר ארויסהעלפן.
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

ס'קיצלט מיך אויך לכאורה'ס תגובה... איך האב אבער נישט געשריגן אוטש, איך האב געלאכט ווי הערשקאוויטש ביי די אינטערן'ס.

ס'פרייט מיך צו הערן אז נאך א משפחה גרייט זיך ארויס צו מופען צו די נייע שטעטלעך
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:צום קעפל (און וויבאלד עס געפונט זיך אין "איש את רעהו יעזורו / ולאחיו יאמר חזק" איז איבריג צוצוגעבן אז מען רעדט דא ערנסט):

איך האב באקומען א מעלדונג אז איך דארף מיך ארויסציען פון מיין דירה ביז אפאר חדשים

איך זוך א גרויסע דירה (פון 4 שלאף צימערן בערך) אין המכונה וויליאמסבורג, אלט אדער ניי

פאר א נארמאלע פרייז

צייט לויפט... ארום אנדערטהאלבן יאר אדורך זינט דעם פריערדיגן מעלדונג. ברוך השם מען האט מיך נישט ארויסגעווארפן זינט דאן. אבער יעצט איז געקומען א קלארע מעלדונג אז דער דירה ווערט באדארפט, און איך מוז מיך איבערקלייבן צו א פרישע פלאץ.

איין זאך האט זיך געטוישט לטובה זינט מיין יעמאלטיגע בקשה, עטליכע שטעטלעך האבן אנגעהויבן שפראצן, און וויליאמסבורג איז שוין נישט די איינציגסטע ישוב וואס איך זוך צו וואוינען דארטן.

איך שרייב אבער דוקא אין דעם אשכול, ווייל צו אלעם ערשטן וויל איך טאקע זיכער מאכן אז אין וויליאמסבורג איז טאקע נישט דא גארנישט פאר מיר, און דאן וועל איך אי"ה נעמען דעם וואנדער שטעקן מיט א פרייליכן געמיט און אויפגעהויבן קאפ.

אלזא, אהובים יקרים, אויב איינער פון אייך איז אין די ליניע פון מעקלעריי, אדער איר פארמאגט אן אייגענע דירה צום פארדינגען, ביטע מעלדט אייך צו מיר פריוואט, איך בין שטארק אנגעוויזן דערויף.

איך זוך א 4-5 שלאף-צימערן דירה, סיי וואו אין וויליאמסבורג. יישר כחכם!

נישט אז איך האב @לכאורה, אבער איך בין נייגעריג וואסערע פרייז איר חלומט צו צאלן, טאמער זאלט איר יא טרעפען א 4-5 שלאף צימער דירה?

איך וויל הערן די פרייזן און זעהן די דירות, בכדי זיך איבערצוצייגן אז מיין צוקונפט איז ערגעץ אנדערש
(איך פארמאג סעק. 8)
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

סעק. 8...
איך מיין עס איז נישט גענוג,

דארפסט לכאורה האבן..
איין יאר פאראויס רענט,
צוויי ערבים,
דריי חדשים סיקיוריטי,
טאטע אדער שווער דארפן זיין געלט'ישע מענטשן,

און אמאל אויך $20,000 אריינגעלייגן,

הצלחה רבה.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

לכאורה. איך האף אז די גייסט נישט טרעפן קיין דירה דא אין ווילי. די האסט יעצט א געלעגענהייט זיך צו הייבן און גיין פון דא. זיך נישט קיין תירוצים דא צו בלייבן.
אגב בלומינבורג האט שיינע דירות פאר דיר. מוועציך שטארק פרייען צו דיר דארט. און סיז נישט ווייט פון קאנטרי.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

לכאורה, לאז דיך נישט פון די שווארץ קיקערס, דער אויבערשטער זאל דיך באגליקן מיט רחבותדיגע דירה און וויליאמסבורג, און אן אייגענס.
.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

און העכסטענס דינגען א 2 בעדרום בעיסמענט פאר 4 אלפים...
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

@לכאורה, אז דו ביסט פון די מזלדיגע וואס האבן סעקשאן 8 שטייסטו נישט אזוי שלעכט. די געלט וואס מען ברויך צולייגן בנוסף צו די סעקשאן 8 איז א סכום וואס מען קען נאך געווענליך אפארדען היינט אין וויליאמסבורג.

אבער קוקענדיג אויפן לענגערען טערמין איז עס ווייט פון א תכלית, צו זיין אנגעוויזן ווען די לענדלארד וועט נאכאמאל ארויסווארפען... און די רענט פרייזן בלייבן נישט שטיין.

אויב האט איר דעם קוראזש, און די בני בית איז מסכים... טועט דעם ריכטיגען שריט.

הצלחה בכל אשר תפנה.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:לכאורה, לאז דיך נישט פון די שווארץ קיקערס, דער אויבערשטער זאל דיך באגליקן מיט רחבותדיגע דירה און וויליאמסבורג, און אן אייגענס.
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:לכאורה, לאז דיך נישט פון די שווארץ קיקערס, דער אויבערשטער זאל דיך באגליקן מיט רחבותדיגע דירה און וויליאמסבורג, און אן אייגענס.

און אויכעט א צוועלעף שטאקעדיגע וואלקען קראצער אין מאנהעטען, אויך א ווינטער הייט אין פלארידע אין א זימער היים אין טענערסוויל, אויב שוין יא ווינטשען עשירות ווינטש שוין בריוח :wink:
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”