קלעבעדיגע טובות
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
Re: קלעבעדיגע טובות
סזעהט מיר אויס ווי דער זרח האט א נארסעסיזם אדער בי.פי.די. וואט עווער.. פראבלעם. אבער טישטוך איז עדיקטעט צי אים. די זיכסט נישט קיין עצה ווי אזוי לויז ווערן פין אים. די זיכסט א מהלך אים צי האנדלען אין אנהאלטן. איך ווייס נישט וואס מקען דיר העלפן. פרעג דיך ערשט גיט וואס די ווילסט באמת דערנאך וועלן די גיטע אידן דא העלפן גערן. ר' להודות האט דיך געגעבן קלארע אנווייזונגן ווי אזוי זיך צי היילען.
Re: קלעבעדיגע טובות
ממוצע און טישטוך. טעיק איט פראם ען עקפיריענסד פראוממוצע האט געשריבן:טישטוך,
הוי! (די איבריגע וועל איך צוקוועטשען אין מיר)
איין זאך קען איך דיר זאגן, די גרעסטע טובה וואס דו קענסט טוהן טאקע פאר דעם מענטש, איז צו שטעלן קלארע באונדעריס, און אים האלטן אקאונטעבל אויף וואס ער טוט. ס'זאל זיין קלאר אז זיינע אקטן וועלן האבן קאנסעקווענצן. דאס איז קריטיש וויכטיג פאר אזעלכע מענטשן. כ'ווייס נישט די מעשה ספעציפיש, איך רעד אין אלגעמיין.
יעדעס ווארט מיט אזא באשעפעניש איז נאר אן איינלאדענונג פאר נאך צרות
מאך יעצט אפ אז דו האסט אים קיינמאל געקענט! ניטאמאל א קאפ שאקל אויפן גאס!
יעדע פיצעלע דיאלאג, הסבר, שמועס, גרוס, אדער סיי וועלכע מינדעסטע שייכות גייט דיך צוריקטראגן צום אנפאנג
ר' טישטוך ביסט א ווייך הארץ און דו וועסט נישט קענען האלטן קיין באונדעריס. הייב נישט אן
איך וואלט געשריבן א היבשע פאר פערזענליכע מעשיות אבער היות צופיל מענטשן ווייסן ווער איך בין וועט נישט טויגן. אבער גלייב מיר איך ווייס פונטליך וויאזוי דו שפירסט ווייל איך קום פון דארט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל

- טישטוך
- שר האלפיים
- תגובות: 2608
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
- לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה
Re: קלעבעדיגע טובות
קודם, א דאנק פאר די קאמענטירער.
די סיבה פארוואס איך שרייב יעצט דערוועגן איז צוליב דעם וואס דער פראבלעם האט עטוואס אפגעווייכט, זינט איך וואוין נישט לאקאל און אזעלכע פרימארגן עפיזאדן קענען זיך שוין נישט אפשפילן במציאות.
זרח איז א צושאסענער נפש, און ער האט נישט געהאט קיין גוטן טאג אין לעבן. דאס איז טאקע דער סיבה פארוואס ער האט זיך קיינמאל נישט געלערנט קאמיוניקירן אויף א געזונטער אופן. איך האב אוודאי גענומען שריט כדי אים אויסצומיידן, אבער אין זיין פאל האב איך באשלאסן ענדערש צו ליידן (פארשטייט זיך אז ווילאנג עס אפעקטירט נישט מיינע וויכטיגסטע) ווי אים צו זאגן גיי דיר.
נאכן זיך דורכרעדן מיט א געוויסער קלוגער איד, האבן מיר באשלאסן אז אנשטאט אים פארשיקן און לאזן אויפן וואסער, וועלן מיר אים באפעלן זיך צו גיין דאקטארן פראפעסיאנאל.
מיר האבן געצאלט א גוטער טעראפיסט וועלכער האט אנגעהויבן מיטן פראצעדור, אבער נאך א קורצע וויילע האט זיך ארויסגעשטעלט אז זרח פארשטייט נישט דעם טעראפיסט׳ס שטאנד, און ער האט אנגעהויבן זינגען זמירות אז דער טעראפיסט איז ״סתם א נייגעריגע קאטשקע וואס פרעגט אים אויס אלע שטותים״ און זינט דאן האט ער אים אפגעלאזט.
די מעשה מיט זרח גייט פיל ווייטער, אפשר באלד וועל איך דערציילן א דראמאטישע געשיכטע פון זרח מיטן קאר עקסידענט.
א דאנק נאכאמאל פאר אלע קאמענטירער.

-
- שר האלפיים
- תגובות: 2233
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm
Re: קלעבעדיגע טובות
שפאנענדע ערצעהלונגען פון זרח און טישטוך.
דאס איז דאך די ווייטאג פון נארסיסט/בפד וכדו' בעצם איז דא ערגערע דיסארדערס, אבער זיי קען מען נישט העלפן ווייל זיי זענען אין זייער באבל, און מען קען נישט העלפן איינער אן קיין אתרעותא דלתתא..

אינטערסאנט ווי דער עולם גיבט עצות פאר @טישטוך בשעת ער האט דאס נישט געבעטן.
@טישטוך הענדלט דאס דערווייל גאנץ פיין, אלץ א חלק פון די טעראפיע ווי ער האנדלט דאס איז קומען אויף אייוועלט זיך אויסגעבן אויף דעם אומגעזונטן כאראקטער און זעהן וואס דער עולם זאגט דערצו, וויאזוי מ'דיאגניזירט אים.
@טישטוך איך מוז דיר געבן א קאמפלימענט, איו מיינע אויגן איז ער אן עמושינעל מאניפולעיטאר, איך קען מיט אזוינע נישט שטיין אין ווארט.
זיי פרובירן, אבער מיין טבע איז צו שיקן קלארע אומצוויידייטיגע מעסעדזשעס וואס זיי כאפן גאנץ שנעל.
כ'האב יא געהאט א תקופה וואס משום סיבה בין איך אריינגעפאלן מיט אזוי איינעם פאר היבש לאנג. ווען כ'האב באמערקט ווי איך ווער כסדר אריינגעדרעגט אין זייער מצב האב איך איבערגעלייענט די כללים פון אן "עמושינעל מאניפולעיטאר" זיך אנגעגארטלט די כוחות הנפש פון שטעלן דעם וואנט אן דעם וואס זאל גורם זיין מחלוקת, עכט מתפלל געווען אז ס'זאל זיך ענדיגן בכי טוב און ב"ה ס'האט געארבעט א מחיה.
ס'איז געווען א פארוויקלטע פאל מיט אסאך דרוק פון גאר גאר נאנטע אבער מיר האבן זיך געהאלטן שטארק ווי אייזן בעת'ן געבן יעדן דעם כבוד הראוי לו.
איך האב אמאל געהערט אז די מצוות חיובות דארף מען טאהן בזמן ובשיעור כמבואר בפוסקים צו ס'שמעקט אונז יא צו נישט.
חסד ווידעראום איז א נאבעלע טאט וואס האט נישט קיין שיעור וערך, דאס דארף מען טוהן ווי מער אזוי לאנג ווי ס'איז חסד. די געדאנק פון חסד מיינט איז איך "מוז" דאס נישט טאהן און איך טו עס פארט, חסיד איז ווער איז טוהט לפנים משורת הדין, שכרו הרבה מאוד.
איינמאל משפירט אז מ'מוז עס טאהן איז עס נישט חסד, דאס איז קאנטראל פונעם נתקבל אויפן נותן. דאס איז א קראנקע רילעישנשיפ וואס מ'דארף אפשטעלן. די סמנים פון חסד איז די גוטע סיפוק וואס משפירט נאכדעם וואס מ'גיבט זיך אוועק פאר א צווייטן איד, משפירט אסאך מאל ווי א מיליאן דאללער, אויב אבער שפירט מען סיי וועלכע דרוק איז צייט אויפצוהערן, חסד איז אן אפציע נישט קיין חיובי.
ווי איך פארשטיי אפעקטירט דיר נישט די מאניפולאציע פון דעם קראנקן, איך קוק דיר גאר שטארק ארויף דערויף, חזק ואמץ.
הלואי אויף מיר געזאגט.

ויהי היום און זרח האט געבארגט א קאר פון עמיצן. ווי שוין פון פאראויס פארגעשטעלט האט ער געמאכט א שטיקל עקסידענט אויפן שטראז אין מאנסי (פארשטייט זיך ווייל ״יענע משוגע׳נע קאר קוקט נישט ווי ער פארט! ער פארט ווייטער ווען איך וויל זיך איינדרייען!) אבער עס איז נישט געווען קיין ערנסטע שאדן.
איך זיץ זיך ביי מיר אין אפיס און כ׳נעם ארויס דעם טעלעפאן. דאן בין איך נאך געווען אדיקטירט צום פארשאלטענעם סטאטוס פונקציע, און ווען כ׳האב דערזען אז עמיצער האט ארויפגעלייגט א פאוסט בין איך אריינגעגאנגען. איך זעה ווי זרח שרייבט אויף סטאטוס ״כ׳מיין אז עס איז שוין געקומען די צייט פאר מיר צו --- איך זעה נישט קיין תכלית אויף די וועלט״. א סטאטוס דערויף האט ער ארויפגעלייגט עטליכע צובראכענע הארצעלעך, און דערויף האט ער געשריבן ״קיינער זאל מיר נישט קאללן, עטס קענטס מיר נישט העלפן״.
איך האב אים באלד געפאלגט און אנגערופן פרעגן וואס עס גייט פאר, איך בין געווען זיכער אז ער וועט ענטפערן א פארוויינטער, אבער בכלל נישט. ״וואס איז נייעס?״ שרייט ער מיט פאטאס ״עפעס א קראנקע משוגענער האט אריינגעזעצט אין מיין קאר, כ׳ווייס נישט וואס צו טון״ איך האב אים געפרעגט וואס איז פשט אין דעם סטאטוס אויסברוך, ענטפערט ער מיר אן קיין בושה ״ווייל כ׳האב געוואלט אז דו זאלסט מיר קאללן״.
איך האב אראפגעהאקט דעם טרייבל מיט כעס.
זינט דאן האט ער שוין עטליכע מאל גענוצט דעם טאקטיק, אבער אויף מיר ארבעט עס שוין נישט. דאס איז מיר געווען א געלונגענע דוגמא וויאזוי א קראנקער פערזענליכקייט קען פרובירן דערגיין דאס הארץ נישט קימערנדיג זיך מיט וועלכע פינסטערע מעטאדן ער באנוצט זיך - אלס צו גרייכן זיין ציל.

- צוויי גילדען
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9376
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
- לאקאציע: מלפנים @שמעון משה
Re: קלעבעדיגע טובות
איך הייב אן טראכטן אז טישטוך פראבירט נאר ארפצומאלן א טיפ מענטש פאר איליסטראציע פוירפעסעס
Re: קלעבעדיגע טובות
צוויי גילדען האט געשריבן:איך הייב אן טראכטן אז טישטוך פראבירט נאר ארפצומאלן א טיפ מענטש פאר איליסטראציע פוירפעסעס
Re: קלעבעדיגע טובות
פון אנפאנג סוספעקטעד אזוי...
Re: קלעבעדיגע טובות
איך ציטער ס'גייט זיך ענדיגן מיט טראמפ.... כ'האף אז נישט.ממוצע האט געשריבן:פון אנפאנג סוספעקטעד אזוי...
- טישטוך
- שר האלפיים
- תגובות: 2608
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
- לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה
Re: קלעבעדיגע טובות
איך רעד פון אן אמת׳ער מענטש. ערנסט גערעדט. אלע מעשיות דא זענען הונדערט פראצענט ערשטהאנטיג און קראנט, איך דערצייל עס צוביסלעך אויף א זאפטיגערע שפראך. אבער עס איז אמת.צוויי גילדען האט געשריבן:איך הייב אן טראכטן אז טישטוך פראבירט נאר ארפצומאלן א טיפ מענטש פאר איליסטראציע פוירפעסעס
לעצט פארראכטן דורך טישטוך אום דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 4:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- האסטו וועסטו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4759
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
- לאקאציע: דא
Re: קלעבעדיגע טובות
(האסט נישט מורא?)טישטוך האט געשריבן:איך רעד פון אן אמת׳ער מענטש. ערנסט גערעדט. אלע מעשיות דא זענען הונדערט פראצענט ערשטהאנטיג און קראנט, איך דערצייל עס צוביסלעך אויף א זאפטיגער שפראך. אבער עס איז אמת.צוויי גילדען האט געשריבן:איך הייב אן טראכטן אז טישטוך פראבירט נאר ארפצומאלן א טיפ מענטש פאר איליסטראציע פוירפעסעס
#גיי_קראך_גרינע_פעפער
דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!
די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!
די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
- milech fried
- שר האלף
- תגובות: 1110
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
- לאקאציע: checkmate in 1
- פארבינד זיך:
Re: קלעבעדיגע טובות
איך האב גראדע לעצטענס די זעלבע מעשה בערך
איינער הערט מיר נישט אויף צו קאלן יעדן טאג עטליכע מאל א טאג בלאבעלט און בלאבעלט און קומט נישט צו צום ווארט יעדעס מאל פון אנדערע נומערען און סגייט מיר אויף די נערווען
שוין געהאט אמאל מיט אים און איך האב אים געלאזט א שארפע מעסעדזש און ער האט אויפגעהערט אבער לעצטענס האט ער ווידער אנגעהויבן און גיט נישט אויף איך קען נישט לויז ווערן

וויאזוי צו שפילן שאך
שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
Re: קלעבעדיגע טובות
זיי ממשך ביטע.טישטוך האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 11:30 amאיך רעד פון אן אמת׳ער מענטש. ערנסט גערעדט. אלע מעשיות דא זענען הונדערט פראצענט ערשטהאנטיג און קראנט, איך דערצייל עס צוביסלעך אויף א זאפטיגערע שפראך. אבער עס איז אמת.צוויי גילדען האט געשריבן:איך הייב אן טראכטן אז טישטוך פראבירט נאר ארפצומאלן א טיפ מענטש פאר איליסטראציע פוירפעסעס
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 609
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 16, 2021 2:08 am
Re: קלעבעדיגע טובות
מיין זרוך'ל קען זיך נאך אסך לערנען פון דיינס!טישטוך האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 11:30 amאיך רעד פון אן אמת׳ער מענטש. ערנסט גערעדט. אלע מעשיות דא זענען הונדערט פראצענט ערשטהאנטיג און קראנט, איך דערצייל עס צוביסלעך אויף א זאפטיגערע שפראך. אבער עס איז אמת.צוויי גילדען האט געשריבן:איך הייב אן טראכטן אז טישטוך פראבירט נאר ארפצומאלן א טיפ מענטש פאר איליסטראציע פוירפעסעס
מיין'ס קאלט נישט נאך צווייער ביינאכט, און מאקסימום 10 מאל און א האלבע שעה...
זיי ממשיך ביטע.
- טישטוך
- שר האלפיים
- תגובות: 2608
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
- לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה
Re: קלעבעדיגע טובות
כ׳האב שטארק רעדוצירט מיין אנוועזנהייט דאהי צוליב פילצאליגע סיבות. די הויפט סיבה איז צייט.עד סנאודען האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 8:59 pmמיין זרוך'ל קען זיך נאך אסך לערנען פון דיינס!טישטוך האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 11:30 amאיך רעד פון אן אמת׳ער מענטש. ערנסט גערעדט. אלע מעשיות דא זענען הונדערט פראצענט ערשטהאנטיג און קראנט, איך דערצייל עס צוביסלעך אויף א זאפטיגערע שפראך. אבער עס איז אמת.צוויי גילדען האט געשריבן:איך הייב אן טראכטן אז טישטוך פראבירט נאר ארפצומאלן א טיפ מענטש פאר איליסטראציע פוירפעסעס
מיין'ס קאלט נישט נאך צווייער ביינאכט, און מאקסימום 10 מאל און א האלבע שעה...
זיי ממשיך ביטע.
אויב בארגסטו מיר א פינף און צוואנציגסטע שטונדע פאר איין טאג וועל איך בעז״ה שרייבן...
-
- שר חמישים
- תגובות: 78
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 1:57 pm
Re: קלעבעדיגע טובות
Sureטישטוך האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 7:11 amכ׳האב שטארק רעדוצירט מיין אנוועזנהייט דאהי צוליב פילצאליגע סיבות. די הויפט סיבה איז צייט.עד סנאודען האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 8:59 pmמיין זרוך'ל קען זיך נאך אסך לערנען פון דיינס!טישטוך האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 11:30 amאיך רעד פון אן אמת׳ער מענטש. ערנסט גערעדט. אלע מעשיות דא זענען הונדערט פראצענט ערשטהאנטיג און קראנט, איך דערצייל עס צוביסלעך אויף א זאפטיגערע שפראך. אבער עס איז אמת.צוויי גילדען האט געשריבן:איך הייב אן טראכטן אז טישטוך פראבירט נאר ארפצומאלן א טיפ מענטש פאר איליסטראציע פוירפעסעס
מיין'ס קאלט נישט נאך צווייער ביינאכט, און מאקסימום 10 מאל און א האלבע שעה...
זיי ממשיך ביטע.
אויב בארגסטו מיר א פינף און צוואנציגסטע שטונדע פאר איין טאג וועל איך בעז״ה שרייבן...
שרייב אויף אויף מיין חשבון איין שעה
איך פראביר מיך צי האלטן שטיל ווען איך קים צווישען מענטשן וואס איך קען נאך נישט
אפילו מיט מיטארבייטער
אפילו מיט מיטארבייטער