וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

באליבטער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 5:49 pm

וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באליבטער »

בעז"ה, כ'וויל שרייבן וואס ס'געשעהט מיט א מענטש וואס האט נישט באקומען א ווארעמע ליבשאפט אלס קינד/געווארן געקלאפט פון אנדערע.

--צו ער האט געהאט עלטערן וואס זענען מרוב צרות ביי די שואה געווארן פארהאטעוועט און פארהאקט פון אליין שפירן אדער ארויסווייזן סיי וואספארא געפיל.
--צו ער האט געהאט -לדוגמה- א שטוף טאטע/מאמע, און נישט באקומען די נאטורליכע ליבשאפט [אהבה] און געפיל וואס ס'איז דא צו א קינד וואס מאכט דאס קינד פילן אז מ'האט עם ליב.
און בפרט ווען -בנוסף צו דעם - איז מען נאך געשטאנען אויף עם ביד חזקה (די שטוף טאטע האט אנגענומען אז 'חושך שבטו שונא בנו' איז ווי סיפור יציאת מצרים, כל המרבה הרי זה משובח/ לייג נאך צו אז ער האט נישט די נאטורליכע אהבה + דאס קינד איז נישט די גרינגסטע קינד...):

--צו ער איז געווארן גע'בוליע'ט אינדערהיים אדער אין חדר, און געווארן ביי זיך צוקלאפט עד עמקי נשמתו, ער פילט זיך א גארביזש וואס האט נישט קיין זכות קיום. ער פילט נישט באליבט און אנגענומען מצד עצמו פשוט ווייל ער איז מענטש פונקט ווי יעדן.

---אדער ער האט שטארקע ADHD און די טעגליכע דורכפעלער/טעותים במשך זיינע יארן אין חדר אדער ישיבה האבן עם צוקלאפט טאג נאך טאג ביז ער האט געפילט אומבאקוועם מיט זיין עקזיסטענץ און ער פילט ווי ער איז איין שטיק טעות...

---אדער ער איז ל"ע געווארן געטשעפעט אלס קינד דורך אומערליכע מענטשן, און נישט געהאט די באהאנדלוג גענוג צו היילן זיין צושאקלטע נפש,

פארשטייט זיך ס'ווענדט זיך אלס וועלכע סארט נאטורן מ'איז, וויפיל דרויסענדיגע/אנדערע שטיצע און ליבשאפט מ'האט יא אדער נישט באקומען,

אבער אויב האבן די מצבים גורם געווען אז ער קוקט זיך אן ווי דער גרעסטער דורכפאל, און פשוט ער איז אומבאקוועם מיט זיין אייגענע מציאות,

אזא איינער וואס וואקסט אויף, אויב פארהאקט ער די געפילן און באהאנדלט עס נישט:

און בפרט אויב ער איז נאך אן איידעלע נאטור, איז עס א ביטערע מעשה.
און ס'איז ''אוממעגליך'' צו לעבן געזונט אויב מ'לאזט עס פשוט לויפן און מ'איז נישט וואך צו היילן די [געשעדיגטע און באגראבענע]' געפילן.

א לעבן פון סעל"ף דעפענ"ס!
אזא איד שפירט זיך זייער געקלאפט. ער האט טיף אינערליך אין זיך אריינגעבאקן אז איך בין גארביזש. ער האט קיינמאל באקומען א געפיל אז ער איז א מענטש וואס מ'פרייט זיך אז ער עקזיסטירט...

די געפיל אז מ'איז נישט ווערד, מ'איז א דורכפאל, מ'איז א 0, איז די שרעקליכסטע געפיל וואס א מענטש קען פילן. ופשוט הוא. און דעריבער ארבעט מען א גאנץ לעבן זיך צו פראטעקטן צו יא פילן חשוב, און יא דעליווערן.

ער וועט יעצט ארבעטן כל ימי חייו עד זיבולא בתרייתא (בלי גוזמה)צו מאכן זיכער אז ער איז א אויפטוער. דאס געבט עם די געפיל אז ער איז עפעס, ער איז 'נישט' קיין דורכפאל וואס איז גארנישט ווערד, און איז יא מער ווי א גארנישט (וויאזוי ער פילט אין די ביינער פון אלס קינד).

דא קען מען הערן אן אינטערוויו מיט א אינגעמאן וואס איז דורך די גיהנום אין חדר פון ווערן גע'בוליע'ט. מורא'דיג קלאר וויאזוי ער האט שפעטער געטון און געטון, אויפגעטון א וועלט, און געכאפט אז ער טוט דאס נאר צו קאווערען די טיפע געפיל אז מ'איז גארנישט ווערט אויב מ'דעליווערט נישט. ווייל ער פאר זיך -אן זיינע מעשים/עשירות/טאלאנט/גוטע קינדער האט דאך נישט קיין זכות קיום...: (ביי בערך 41 מינוט) דא: https://www.yiddish24.com/miscellanies/197/67341
ער האט זיך גענומען צו די ספרים פון ר' אביגדור מיללער און אויפגעבויעט פונדאסניי זיין קוק אויף די וועלט. ווי א מענטש איז מצד נשמתו און זיין חלק אלוקי ממעל, אן אומשאצבארא אוצר פארן אייבירשטען וכו'.
(מ'קען עס הערן אויף קול מבשר אויפן טעל. 212-444-1100 8 8 251#)
-

ווען א מענטש איז באקוועם מיט זיך און האלט זיך פאר א מענטש מצד עצמו ווייל ער איז פשוט א צלם אלוקים, און ער האט א זכות קיום פשוט ווייל דער אייבירשטער האט עם באשאפן און האט עם געוואלט דא האבן... איז עם אסאך גרינגער
  • ווען איינער זאגט אנדערש ווי עם.
    ווען ער פאלט אראפ בפני כל עם ועדה. ס'גארנישט געשעהן.... ער וועט קענען שלאפן יענע נאכט.
    ווען ער מאכט א טעות ביים ברעטל.
    ווען א קינד מאכט עם אביסל בושות אין ביהמ''ד..
    ווען א אייניקל איז נישט פונקטלעך וויאזוי ער וואלט געוואלט.
    ווען א קינד/אייניקל האט שוואכע כשרונות, בלייבט ער מיט די זעלבע געפיל און ליבשאפט (רחמנות האט יעדער. מ'רעדט פון א פאזעטיווע ליבשאפט וואס דער אייבירשטער האט נאטורליך אריינגעלייגט פון א טאטע/זיידע צו א קינד).
    ווען ער זעהט א מענטש וואס האט נישט קיין פרנסה/כשרונות וכו' איז נאך נישט וועגן דעם יענער א 'זיראו'... א מענטש האט דאך נישט קיין חשיבות נאר ווייל ער דעליווערט/איז געלונגן!
און די אלע זאכן איז פארקערט ווען מ'איז צוקלאפט פון אלס קינד אלס א דורכפאל/אומבאליבט -פאר קיין שום איד נישט געווינטשן.

1) מ'לויפט נאך ווי א דערטראקענער צו טון און אויפטוען/זיין א מתמיד/מאכן געלט/POWER/האבן גוטע קינדער, און ס'איז עפעס וואס מ'וועט אריינארבעטן דערין אסאך מער ווי נארמאל. ווייל ס'איז תלוי דערין די גאנצע עקזיסטענס. פשוט צו פילן אז מ'האט א זכות קיום.
מ'ווערט מורא'דיג פארלוירן אויף די אלע אויבנדערמאנטע זאכן אויב ס'גייט נישט. און ס'ברענגט א שטארקע דרוק.

מ'איז מורא'דיג פארלוירן פאר די IMAGE. מ'איז דאך נישט באקוועם מיט זיך, דארף מען דאך אהערשטעלן אלעס זאל קלאפן, ווייל פאר זיך אליינס איז מען דאך נישט ווערד צו עקזיסטירן.

2) מ'איז מחנך די אייגענע קינדער אז מ'איז נאר חשוב ווען מ'דעליווערט. "יענער? נעע, סתם א בטלן. "א גארנישט!" א מענטש האט דאך נישט קיין חשיבות נאר ווייל ער דעליווערט/איז געלונגן!
און דאס איז א געוואלדיגע בראך. ווייל דער קינד באקומט דער זעלבער מעסעדש אז זיין זכות קיום איז נאר ווען ער איז מאסיוו. בעצם איז מען גארנישט ווערד, נאר אויב מ'דעליווערט. דאס רימען דעם קינד אז ער האט זיך פארהערט, און עם געבן די געפיל אז דאס איז וואס מאכט עם חשוב, גייט עם נישט געבן קיין געפיל אז ער איז א אנגענומענע מענטט מיט א זכות קיום. נאר פונקט פארקערט. ביום מן הימים גייט דאס קינד איינזעהן דעם אמת אז ער איז נישט מאסיוו, ער וועט אנקומען אין א ישיבה און זעהן דארט אן אנדערע בחור וואס איז שטערקער פון עם, און זיין גאנצע זכות קיום -האט מען עם מחנך געווען- איז יעצט צופאלן!
הער דא ביי מינוט 44:34 זייער שיין אראפגעלייגט מבשרו אחזה https://www.yiddish24.com/miscellanies/197/67341:
יעצט ווערט שוין די דור שלישי פונעם שטיף מאמע/טאטע הנ"ל צוקלאפט און צוזעצט...

3) מ'ווערט אגרעסיוו אויסצופירן וואס מ'האלט פאר ריכטיג. און מ'גייט אין מלחמות מיט די נאנטע זיך צו שטעלן דערויף.
-אמאל ווייל ער קוקט אן וואס יענער טוט אז ס'איז נישט קיין כבוד פאר עם, ס'איז עם א בושה, און דאס איז עק וועלט. ווייל זיין זכות קיום איז דאך אלס אויפן וואגשאהל דא, ער הענגט דאך אויף א האר. סא ער 'מוז!' האלטן די זאך אין קאנטראל. ס'איז דיני נפשות. ווען א אייניקל איז נישט פונקטלעך וויאזוי ער וואלט געוואלט, איז עס אים נישט נאר די פשוט'ע צער אז איין אייניקל איז נישט אזוי איי איי איי, ס'איז אסאך מער פון דעם. אן אייניקל וואס איז נישט פונקטלעך אזוי בעל בתיש און פרום ווי מיר, צוטראסקעט מיין זכות קיוםף. ס'איז דא די IMAGE דא, ווערט מען מער אגרעסיוו.
-אמאל ווייל מ'איז פשוט נישט גענוג מקושר צו געפילן, און מ'איז נישט מסוגל זיך צו אריינלייגן צו אריינטראכטן וועגן וויאזוי יענער פילט. במילא שטויסט מען יענעם.

4) און ס'איז שווער צו געבן ליבשאפט -פשוט'ע ליבשאפט וואס דער באשעפער געבט אונז צו שפירן כלפי די קינדער- און אנשטאט באזירט מען עס אויף אטענשן צו די גוטע מעשים וואס זיי טוען. און דאס גייט מיט א מורא'דיגע דרוק. די קינדער מוזן פארשטענדליך דעליווערן און זיין גאר גאר גוט - בכל מחיר. כי בזה תלוי כל זכות קיום של האב!! גוטע קינדער...

און א קינד, בפרט א געפיליש קינד, (און ווער רעדט נאך אז ער איז נאך א טראבל מעיקע''ר קינד וואס הערט ער אסאך קריטיק), אבער פון די אנדערע זייט באקומט ער נישט די געפיל אז ער איז באליבט ביי איינעם, איז דאס א שווערע מעשה.
ער דארף ער דארף צו בליען ווי וואסער פאר א בלום-, ער דארף די חיזוק צו פילן פשוט אז זיין מציאות איז WELCOME,

ער קען נישט געבן א קאננעקשן פון אפענע אהבה
ער האט שוין לאנג על כרחו פארמאכט זיינע געפילן און לעבט זייער נישט באוויסטזיניג מיט זיינע געפילן. ער איז נישט AWARE אויף זיינע געפילן. (פארוואס בין איך אזוי אויס מענטש פון דעם? וואס באדערט מיר טיף אינערליך? ער איז נישט אפען דערמיט. אלעס באקומט א טעכנישע אויבנאויף ענטפער). און בכלל איז אלעס נאר מיט 'תכלית'. וואס איז ריכטיג. וואס איז גוט.

ער ווייסט נישט וויאזוי צו קאננעקטן מיט א אפענע ליבשאפט צו אנדערע. די נושא פון געבן פשוט'ע 'ליבשאפט' איז עפעס וואס ער קען נישט אזוי פערזענליך.

נישט אז זיי ווערן חלילה אכזרים. 'רחמנות' איז יא דא ווען יענער איז אין א צרה. אבער קאננעקטן צו ווי שטארק יענער פילט אזוי און אזוי, איז נישט דא די פשוט'ע נאנטשאפט צו קאננעקטן צו וויאזוי יענער פילט. ווייל מ'קען נישט קאננעקטן מיט אהבה און ליבשאפט אויב מ'איז אליין פארהאקט געווארן דערפון.

די אלע קאנסיקווענסן פון זיין אויף סעל''ף דעפענ''ס, נישט באקוועם מיט די אייגענע מציאות פשוט אלס מענטש א חלק אלוקי ממעל, און די חוסר פון אפענע געפילן, מאכט א שטארקע צער סיי פאר זיך, און אויך צו האבן א געשמאקע קשר מיט אנדערע. היות ער קאננעקט נישט מיט אפענע געפיל און אהבה אפילו צו זיינע אייגענע קינדער און אייניקלעך, קאננעקט ער זייער טעכניש און קען אמאל נישט כאפן ווי שטארק ס'באדערט פאר יענעם ווען מ'טוט וואס ער טוט/טוט נישט.

---
וואס איז די עצה פאר אזא מענטש?

כ'בעט אז נאר ווער ס'איז שוין אליין אריינגעקראכן טיף אין די נושאים זאל אריינקומען.
לעצט פארראכטן דורך באליבטער אום מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 7:33 pm, פארראכטן געווארן 10 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

איך קלער אז אריינקריכן אין זיך, און זעהן וואס ס'דרוקט און פון וואס מ'האט מורא, וואס מ'פיהלט גייט געשען, אויב מ'גייט ווייזן אפענע אהבה, וואס גייט געשען אויב מ'איז אויפמערקזאם אויף די געפילן. טיפע טערעפי.

מוזט פארשטיין אז ס'דא נאטורן וואס זענען מער פארנומען מיט 'תכלית', וואס איז ריכטיג, און וואס איז גוט. ס'איז מעגליך א נאטור וואס מ'דארף אויסארבעטן. ס'דא נאטורן וואס זענען מער פארהאקטע סארט. אמנם גאר א געפילישער קען חלילה ווערן פארהאקט.

און אויך האט דער רבש"ע באשאפן נאטורן וואס זאלן זיך אגאנץ לעבן פיהלן אזא קוועטש אז מ'האט זיי נישט געהעריג געגעבן ליבשאפט אלץ קינד. אדער כמעט נישט פארשטאנען, אדער אנדערע שוועריגקייטן. וואס דאס מאכט אז זיי זאלן אגאנץ לעבן טון געוויסע פעולות און זיך היילן די פארקנאקטע באגראבענע ווייטאגליכע געפילן וואס ווערן נישט פארהיילט נישט קיין חילוק וואס מ'טוט. דער רבש"ע האט דעזיגנירט פארשידענע מענטשן אז זיי זאלן אגאנץ לעבן האבן א טרייב קראפט זיך אויסצוהיילן פון זייער יוגנט וואס מ'קען נישט היילן. דער רבש"ע האט זיך זיינע חשבונות. כי אבי ואמי עזבוני וה' יאספני. עליך השלכתי מרחם, מבטן אמי קל-י אתה. אסאך גוטע זאכן פאר'ן נפש, און פאר די מענטשהייט, קומען ארויס פון דעם אליין אז מ'דארף זיך אוועקזעצן אויסהיילן די טיפע באגראבענע געפילן וואס ליגן טיף טיף טיף וואס מ'קען כמעט נישט אנכאפן.

דאס זענען נישט געמאכט צו היילן, דאס איז געמאכט אז מ'זאל פרובירן דאס צו היילן. ווייל א געוויסע קיום הנפש קומט ארויס פון דעם. דער טאטע וואס געט ליבשאפט פאר זיינע קינדער ווייל ער האט דאס נישט באקומען. וד"ל. אסאך אסאך זאכן קומען דוקא פון די אלע זאכן. עכ"פ, די עצה פאר דעם איז, צו זעהן פארוואס מ'קען נישט געבן אהבה, און פשוט ארבעטן אויף זיך. האדם לא נברא אלא לשבר את הטבע. דהיינו: א טבע מיינט נישט אז מ'מוז זיך לאזן דערפון וויאזוי עס פירט.

מ'דארף פשוט ארבעטן אויף א געוואוינהייט. און א געוואוינהייט איז אויך ווען עס קומט מיט צוואנג אויפן מענטש. צו ביישפיהל: אויב די טאטע איז געווען עמאושענעלי צעשאקלט און דאס האט נאך שטערקער פארשלאסן א נאטורליכער פארשלאסענער, דארף מען טרעפן דעם 'גיד' וואס לויפט, און עס טוישן. א מענטש האט טיפע לערנונגען וואס ער האט זיך אויסגעלערנט פון די וועלט וואס מ'קען טוישן. די ווערטער וואס א קינד לערנט זיך אויס קען זיין "איך מוז זיין פארשלאסן, ווייל אזוי בלייב איך סעיף" דאס הייסט אז דאס קינד דארף זיך אויסלערנען צו צוריק ווערן וואלנערעבל.
ער האט זיך גענומען צו די ספרים פון ר' אביגדור מיללער און אויפגעבויעט פונדאסניי זיין קוק אויף די וועלט. ווי א מענטש איז מצד נשמתו און זיין חלק אלוקי ממעל, אן אומשאצבארא אוצר פארן אייבירשטען וכו'.
איך האף אז ער האט זיך נאכנישט אינגאנצן אויסגעהיילט פון זיין ווייטאג, ווייל וויאזוי זאל ער ווערן מאוטיווירט צו פארשטיין נאך מער ווי ווייט חלק אלק ממעל ער איז. ווי מער ווייטאג, אלץ מער פארשטיין ווי אומשאצבאר אוצר פון אייבערשטן מ'איז. פארשטייסט? סאו, איך האף אז ער האט נאך ווייטאג פון חדר.
אזא איד שפירט זיך זייער געקלאפט. ער האט טיף אינערליך אין זיך אריינגעבאקן אז איך בין גארביזש. ער האט קיינמאל באקומען א געפיל אז ער איז א מענטש וואס מ'פרייט זיך אז ער עקזיסטירט...
די טיף אינערליך אריינגעבאקן אז מ'איז א גאבידזש, בין איך נישט זיכער צי מ'דארף מאכן זיכער אז ס'איז געטוישט. מ'דארף אבער יא ארבעטן אגאנצן לעבן דאס צו אויסהיילן. אדער צו קענען לעבן טראץ דעם. און דאס איז ווען א מענטש זעט אז טראץ דעם וואס ער פיהלט אז ער איז א גאבידש, איז ער א חלק אלוק ממעל. ער דארף זיך אויסלערנען צו סוויטשן צו די חלק אלוק ממעל אין זיך.

והשם הטוב יעזור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 9:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

באליבטער האט געשריבן:
כ'וועל שרייבן וואס ס'געשעהט מיט א מענטש וואס האט נישט באקומען א ווארעמע ליבשאפט אלס קינד. וויאזוי איך זעה עס:

---
וואס איז די עצה פאר אזא מענטש?

כ'בעט אז נאר ווער ס'איז שוין אליין אריינגעקראכן טיף אין די נושאים זאל אריינקומען.
שלום עליכם!! א כבוד דיך צו האבן דא!

אלץ איינער וואס איז שוין טיף אריינגעקראכן אין די ענינים (אז איינער האט א וועג ארויס ביטע מעלדן.) האב איך א געפיל זיך זיך צו זעצן שרייבן און שרייבן און ווייטער שרייבן.
האב איך נישט די צייט יעצט, וועל איך מיך דארפן באגעניגען מיט אפאר שורות.

דער באשעפער האט אריינגעלייגט אין די נאטור אז זאכן וואס זענען וויכטיג פאר דער מענטש איז דא הנאה ווען מען טוט עס, און ווען מען טוט עס נישט שפירט מען ווייטאג.
ווי למשל עסן, שלאפן, ארויסגיין, כשרונות, און..... ליבשאפט!

יענקל'ע איז א וואויל קינד וואס גייט שוין אין כתה ח'! ער לערנט ב''ה פיין, ער איז דרך ארץ'דיג, גוטע מידות, בקיצור אלעס וואס די קענסט טראכטן פון.

עס דערנענטערט דיך די טאג פון שלומי'ס בר מצוה עס איז גארנישט קיין קלייניקייט, די ערשטע בר מצוה פון די קלאס! די שמחה פון די קינדער איז אין לשער, אונז ווער מיר ריזיגע בחורים!
א וואך פאר דער בר מצוה מאכט דער רבי שטיל, און דעקלערט פאר די כתה אז מען וועט איבערגיין די סדר פון די קומענדיגע בר מצוה. הערנדיג דאס האבן אפילו חיים און וועלווי אויפגעהערט צו שפילן מיט די טשעקערס געים וואס איז געליגן אונטערן טיש פארדעקט מיטן גמרא. ווען מען רעדט וועגן דער בר מצוה וויל קיינער נישט פארפאסן!

אנגעווארנט וועלכע תפילין בייטלעך נישט צו קויפן, שטרענג אנגעזאגט וויאזוי זיך צו אויפצופירן ביי דער מצוה, און דער מלמד איז אנגעקומען צו וואס יענקלע ווארט שוין אזוי לאנג מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם. ווער גייט זיין סאלא ווען מען וועט זינגען ''זרעה חייה''!

יענקלע איז באשאנקען געווארן מיט א הערליך קול און זינגט ווי א פידל! שוין פון אלץ קליין קינד האט איהם זיידי געבעהטן צו זינגען ביים שבת סעודה. ווען פעטער ברוך האט חתונה געמאכט פאר יאר האט יענק'לע געזינגען ביים משפחה שבע ברכות און ביז יעצט באקומט ער נאך קאמפלימענטן!

ווער עס קען שיין זינגען זאל אויפהייבן די האנט, קומט דעם רבי'ס באפעל.

יענקלע הייבט אויף זיין האנט מיט איין אימפעט! ער זעהט זיך שוין זינגען אינעם שיין באלאכטענעם זייל! זיינע רויזע חלומות קומען אבער שנעל צו אן ענדע, פון דער ווינקל פון זיין אויג באמערקט ער זרח דער אומגעקרוינטער קעניג פון קלאס מיט אויפגעהויבענע הענט.
יענקלע איז נישט נאריש, ער ווייסט זייער גוט וואס עס מיינט גיין קאמפעטישן מיט זרח. בלית ברירה לייגט ער אראפ זיין הענט מיט א שטילן קרעכץ. זיין הערצלע פילט עפעס א שטארקע ווייטאג.

יענקלע באקומט ב''ה פול מיט ליבשאפט, סיי אינדערהיים און סיי אין חדר. סא וואס איז דער ווייטאג? נישט ליבשאפט איז וואס יא?
און דער תירוץ דערויף איז, דער וועג וויאזוי באשעפער האט באשאפען די מענטש!

דארפסט עסן און די האסט נישט? ביזט הינגעריג! האסט א כשרון וואס מען אנערקענט נישט? ס'טוט דיך וויי!

דאס אלעס שרייב איך ווייל איך וויל צוקומען צו ליבשאפט. איי געס מ'וועט דארפן משלים זיין א צווייטע מאל אויב איינער וועט הנאה האבן.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

אגב, ר' אביגדער מיללער זצ''ל אלס איז געווארן געטשעפעט. (אויב איך געדענק גוט אלץ אינגע בחור)
בעיקר פון קינדער אבער אויך פון א געוויסע מלמד. ווי ער דערציילט אז דער מלמד האט איהם אמאל געזאגט אז פון דיך וועט שוין גארנישט אויסוואקסען. (נישט קיין שלעכטע חיזוק פאר אסאך בחוריםI
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

@נקודה שרייב שרייב. אבער געב אכט אויף דיין צייט אויך. מזה וגם מזה אל תנח ידך
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

נשמה האט געשריבן:

יישר כח! חיזוק וואס קומט פון @נשמה איז נישט קיין קלייניגקייט!

און ווי קען איך נישט ענדיגן מיט א יישר כח פאר דיין תגובה!
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
באליבטער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 5:49 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באליבטער »

WOW שכוח פאר אלע טייערע מגיבים.

@נשמה, כ'ווינדער זיך וויאזוי הרה''ג ר' שרגא פליישמאן שליט''א איז קעגן אריינגיין אין די טיפע געפילן.
נשמה האט געשריבן:
בס"ד

איך קלער אז אריינקריכן אין זיך, און זעהן וואס ס'דרוקט און פון וואס מ'האט מורא, וואס מ'פיהלט גייט געשען, אויב מ'גייט ווייזן אפענע אהבה, וואס גייט געשען אויב מ'איז אויפמערקזאם אויף די געפילן. טיפע טערעפי.
קלאר אז מיט גוט דערהערן די שיעורים פון ר' שרגא גייען זאכן ווערן אסאך אסאך בעסער. אויפגעבן יכולת און אלעס נאר נעמען פון אייבירשטען וועט מורא'דיג העלפן און ס'טוישט די לעבן

אבער כ'קלער, אזא מענטש ווייסט אליין נישט פארוואס ער איז אזוי אויף סעלף דעפענס א גאנץ לעבן. מ'קען אזוי אפלעבן צענדליגער יארן ווייל מ'האט נישט אריינגעטראכט וואס ס'איז פארגעקומען אין די אינגע יארן.

און ס'דרייט זיך א רעדל פון ווייטאג, סאמעטוכעס, און סעלף דעפענס.

צו היילן די איינגעגעסענע צער, און פארקלאפטע געפילן, מיין איך אז מ'מוז יא זיך נעמען צו פארשטיין וואס ס'גייט פאר. ער כאפט דאך נישטאמאל אז ער לעבט אזוי מיט א פרעשור פון סעלף דעפענס.

נאכן פארשטיין וואס מיט עם איז געשען, זיך אויסגלעטן און אויסוויינען אויף די באגראבענע צער, און ווערן AWARE וויאזוי זיין מוח האט עם אויסגעשטעלט נאך די יארן פון צוקלאפטקייט וכדומה', נאר דאן קען ער טוישן זיין לעבן און ווערן א רואיגע ליבליכע מענטש וואס איז אפען, באקוועם מיט זיך, און קאננעקטן מיט אנדערע. וכו'.
באליבטער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 5:49 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באליבטער »

נשמה האט געשריבן:
@נקודה שרייב שרייב. אבער געב אכט אויף דיין צייט אויך. מזה וגם מזה אל תנח ידך
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

WOW WOW מורא'דיג שטארק ארויסגעברענגט די (נישט) געפילן פון איינער וואס האט קיינמאל באקומען א געפיל פון ליבשאפט פלעין ווייל טאטי-מאמי האט דיך ליב.

די איינציגסטע זאך וואס מ'קען טון איז וויינען אויף די צער פון אלע אידן וואס מאכן דאס מיט. און די אידן וואס זענען אין דעם, האבן קיינמאל טועם געווען פשוטע ליבשאפט זאלן זיך קענען ארויסזעהן פון דעם נאך פאר ס'קען נאך שאטן פאר זייערע קינדער, און זאלן שנעל גיין צו טערעפי.

די נקודה וואס די האסט ארויסגעברענגט אז דער וויקטעם פארשטייט נישט קיין צווייטן כ'מיין דאס איז די שווערסטע זאך וואס ער מאכט מיט און די ארומיגע, ער וויל נעבעך עכט פארשטיין א צווייטן אבער ער קען נישט.

שוין זאל די אויבערשטער העלפן זיינע קינדערלעך
חינוך האט געזיגט!
באליבטער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 5:49 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באליבטער »

אושפיזין האט געשריבן:
איינער וואס האט קיינמאל באקומען א געפיל פון ליבשאפט פלעין ווייל טאטי-מאמי האט דיך ליב.
טשיקעלע
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 19, 2022 12:21 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיקעלע »

באליבטער האט געשריבן:
טשיקעלע האט געשריבן:
דער יונגערמאן וואס איז אויפגעוואקסן אן קיין שום ליבשאפט וועט ע''פ רוב שוין אפילו נישט ווערן געטשעפעט ווען איינער גייט אים וויי טון, וואס א געזונטע מענטש מיט געפילן ווערט יא וויי געטון.
אפשר ע"פ רוב.

אנדערע וועלן דוקא יא זיין זייער ערפינדלעך. טאקע ווייל זיין זכות קיום איז אויף די EDGE.
זיי וועלן קענען נעמען אויף די ריכטיגע וועג א קאמפלימענט?

אוודאי גייען זיי טון גרויסע זאכן וואס זאל זיי געבן די געפיל אז ער איז עפעס ווערד אפילו קיינער האט אים קיינמאל געמאכט פילן אז ער איז עפעס ווערד און מ'האט אים ליב,
אבער למעשה ווען מען גייט אים געבן די קאמפלימענט אדער וועט ער עס נישט דארפן ווייל עס קומט זיך מיר נישט (ווייל ער איז עכט גארנישט ווערד), אדער ווייל עכט מיינסטו נישט עכט צו קאמפלימענטן ווילסט מיך נאר מאכן פילן גוט
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

באליבטער האט געשריבן:
WOW שכוח פאר אלע טייערע מגיבים.

@נשמה, כ'ווינדער זיך וויאזוי הרה''ג ר' שרגא פליישמאן שליט''א איז קעגן אריינגיין אין די טיפע געפילן.
נשמה האט געשריבן:
בס"ד

איך קלער אז אריינקריכן אין זיך, און זעהן וואס ס'דרוקט און פון וואס מ'האט מורא, וואס מ'פיהלט גייט געשען, אויב מ'גייט ווייזן אפענע אהבה, וואס גייט געשען אויב מ'איז אויפמערקזאם אויף די געפילן. טיפע טערעפי.
קלאר אז מיט גוט דערהערן די שיעורים פון ר' שרגא גייען זאכן ווערן אסאך אסאך בעסער. אויפגעבן יכולת און אלעס נאר נעמען פון אייבירשטען וועט מורא'דיג העלפן און ס'טוישט די לעבן

אבער כ'קלער, אזא מענטש ווייסט אליין נישט פארוואס ער איז אזוי אויף סעלף דעפענס א גאנץ לעבן. מ'קען אזוי אפלעבן צענדליגער יארן ווייל מ'האט נישט אריינגעטראכט וואס ס'איז פארגעקומען אין די אינגע יארן.

און ס'דרייט זיך א רעדל פון ווייטאג, סאמעטוכעס, און סעלף דעפענס.

צו היילן די איינגעגעסענע צער, און פארקלאפטע געפילן, מיין איך אז מ'מוז יא זיך נעמען צו פארשטיין וואס ס'גייט פאר. ער כאפט דאך נישטאמאל אז ער לעבט אזוי מיט א פרעשור פון סעלף דעפענס.

נאכן פארשטיין וואס מיט עם איז געשען, זיך אויסגלעטן און אויסוויינען אויף די באגראבענע צער, און ווערן AWARE וויאזוי זיין מוח האט עם אויסגעשטעלט נאך די יארן פון צוקלאפטקייט וכדומה', נאר דאן קען ער טוישן זיין לעבן און ווערן א רואיגע ליבליכע מענטש וואס איז אפען, באקוועם מיט זיך, און קאננעקטן מיט אנדערע. וכו'.
בס"ד

איך ווייס נישט ווי ווייט ר' שרגא איז קעגן 'אריינקריכן אין די געפילן און זעהן וויאזוי מ'קוקט אן די וועלט פון די טיפע דעת, פון די אונטערנבאוואוסטזיין', ווי ער איז קעגן דעם אז מ'פארקויפט נישט די ענין פון אויפגעבן יכולת און אלעס נעמען פון השי"ת.

ווען ר' שרגא נ"י מאכט אזוי חוזק פון 'עפעס א טראמא אין די אינגע יארן', מיינט ער צו רעדן קעגן די וועג וויאזוי מ'וויל אויסהיילן די 'טראמא'. אז מ'רעדט נישט פון דעם אז די עיקר טראמא איז צו אויפגעבן אויף יכולת.

דער עיקר וואס ער וויל איז פארקויפן אמונה, און לעבן מיט השי"ת.

דאס מיינט אז ווען מ'קריכט שוין יא אריין אין די באגראבענע צער, אין די צעקלאפטקייט, וואס איז יעצט? וואס זאל דער מענטש יעצט טון? ביסט צעקלאפט, און? ר' שרגא האלט אז אלעמאל דארף מען צוקומען צו די געפיל פון יכולת וואס מ'דארף אויפגעבן, צוצוקומען צו די געפיל פון די פעולות קומען פון אויבן צום מענטש. זייער אסאך מאל איז דא ווען מ'קריכט אריין אין טראמא און מ'לערנט נישט אויס דעם מענטש צו לעבן מיט השי"ת. מ'לערנט אים אויס וויאזוי יא צו זיין שטארק.

והשם הטוב יעזור
באליבטער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 5:49 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באליבטער »

יא, דאס הער איך. הערליך.

א דאנק נשמה.

און שכוח באשעפער פאר אזעלכע הארציגע און טיפע חבירים דא.

יא, די קאמפלימענט חלק בין איך מודה צו דיר 100%. איך רעד פון די חלק וואס דו שרייבסט אז ער וועט ע''פ רוב נישט ווערן געטשעפעט ווען איינער גייט אים וויי טון,

איך האב נישט באמערקט. איה''נ מיט דעם בין איך מודה אז עס איז דא פילע וואס ביי זיי איז פונקט פארקערט די עקסטריעם, אז זיי ווערן מורא'דיג שנעל באליידיגט, אזויווי די זאגסט זייער זכות קיום עקזיסטירט כמעט נישט אפילו אן יענעםס טשעפע
וכבשוה
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 26, 2022 2:46 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וכבשוה »

דאס איז א ביטערע נושא, די פראבלעם איז אז פילע פון דיע, ווייסן ניטאמאל אז זיי האבן נישט קיין אנונג וואס א פשוטע אפענע געפיל סיי פון ליבשאפט און סיי געפיל פאר א צווייטן'ס פראבלעמען איז, זיעי ווייסן נישט וואס דאס איז און אז עפעס פעהלט זיי.

די ווייב לייד, די מאן פארשטייט איר ניטאמאל, וואס על פי רוב פרויען דארפן א מאן פשוט ער זאל פארשטיין אירע פילינגס, און אפילו אין שווערע מצבים ווי ביי א קינד גייט ער איר אויך נישט פארשטיין. נאכדעם ווען מ'האט שוין עלטערע קינדער ווייסט מען נישט וויאזוי ליב צו האבן א קינד אן קיין שום קאנדישאנס, נישט ווייל ער פארשטייט צו לערנען, נישט ווייל ער איז וואיל, פשוט ווייל ער איז דיין זיסע יונגעלע. זיי קענען דאס נישט פארשטיין און ס'איז ביטערלעך. פאר די קינדער און פאר די ווייב.

ס'קומט יעצט ראש השנה און פונקט ווי מ'בעט דעם בורא פאר פיזישע קרענק קען מען פאר דעם אויך בעטן און ער העלפט. און פאר השתדלות ברויך מען טוען וואס די וואס טוען אין די נושא הייסן צו טעראפי וכדומה.

והשם יעזור
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

וכבשוה האט געשריבן:
דאס איז א ביטערע נושא, די פראבלעם איז אז פילע פון דיע, ווייסן ניטאמאל אז זיי האבן נישט קיין אנונג וואס א פשוטע אפענע געפיל סיי פון ליבשאפט און סיי געפיל פאר א צווייטן'ס פראבלעמען איז, זיעי ווייסן נישט וואס דאס איז און אז עפעס פעהלט זיי.

די ווייב לייד, די מאן פארשטייט איר ניטאמאל, וואס על פי רוב פרויען דארפן א מאן פשוט ער זאל פארשטיין אירע פילינגס, און אפילו אין שווערע מצבים ווי ביי א קינד גייט ער איר אויך נישט פארשטיין. נאכדעם ווען מ'האט שוין עלטערע קינדער ווייסט מען נישט וויאזוי ליב צו האבן א קינד אן קיין שום קאנדישאנס, נישט ווייל ער פארשטייט צו לערנען, נישט ווייל ער איז וואיל, פשוט ווייל ער איז דיין זיסע יונגעלע. זיי קענען דאס נישט פארשטיין און ס'איז ביטערלעך. פאר די קינדער און פאר די ווייב.

ס'קומט יעצט ראש השנה און פונקט ווי מ'בעט דעם בורא פאר פיזישע קרענק קען מען פאר דעם אויך בעטן און ער העלפט. און פאר השתדלות ברויך מען טוען וואס די וואס טוען אין די נושא הייסן צו טעראפי וכדומה.

והשם יעזור
;l;p-
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

טשיקעלע האט געשריבן:
זייער שיין און אפן געשריבן.

וויאזוי מען קען זיך העלפן, איך ווייס נישט אבער מסתמא די איינציגסטע וועג איז דורך טעראפי אדער די מענטש מיט זיך אליינס זאל איבערגיין זיין לעבן פון אלץ קינד און אריינטראכטן ווי עס האט אים געפעהלט ליבשאפט, און ווי ער האט נישט באקומען קיין ליבשאפט און עס ארויפברענגען פאר זיך בינו לבין עצמו, און אז מ'ברענגט ארויף די דעמאלדסטיגע געפילן קען עס שטארק עושה רושם זיין אז מ'זאל ווערן אויס פארהארטעוועט.
אבער איך מיין די בעסטע וואלט געווען טעראפי, וואס זיי זענען פראפעשענאל אין די ארויפברענגען פארהאקטע געשטארבענע געפילן.

*******

נאך איין נקודה וואס די האסט נישט ארויסגעברענגט.

דער יונגערמאן וואס איז אויפגעוואקסן אן קיין שום ליבשאפט וועט ע''פ רוב שוין אפילו נישט ווערן געטשעפעט ווען איינער גייט אים וויי טון, וואס א געזונטע מענטש מיט געפילן ווערט יא וויי געטון. און אזוי אויך גייט ער נישט דארפן א קאמפלימענט פאר א גוטע זאך וואס ער האט געטון, און אויב ער גייט יא באקומען א קאמפלימענט גייט ער פילן 'זייער' אנקאמפערטעבול. בעת וואס א געזונטע מענטש האט הנאה פון א קאמפלימענט אדער עכ''פ קען עס אננעמען אויף א געזונטע וועג.

למעשה . יא דאס איז א פארווייטאגטע נושא דרייען זיך הונדערטער יונגעלייט, בחורים, וואס האבן קיינמאל אין זייער לעבן באקומען א עכטע פשוטע ליבשאפט און ווייסן נישט וואס מיינט ליב האבן א צווייטן אנא שום קאנדישאנס, ביי די מערידזש קומט עס אסאך מאל ארויס און ס'ווערט פראבלעמען, און פילע מאל מאכט זיך די פראבלעמען ערשט ביי די קינדער.
ס'איז אימגלויבלעך וואס גייט דא אלץ פאר!

כ'וויל נאר צולייגן איין נקודה,

דער באשעפער האט באשאפען אין די סיסטעם פון א מענטש אז ווען די ווייטאג איז צו סאך שפירט מען שוין נישט.
דאס איז וואס געשעהט מיט א שטארקע וואונד ווען עס ווערט נאם, און דעס איז וואס געשעהט מיט איינעם וואס איז געווארן געטשעפעט צו סאך.

דאס מיינט אבער נישט אז עס טוט נישט וויי! ווען איינעם'ס פיס אויף קיין שום איד געדאכט ווערט איבערגעפארן מיט א קאר, וועט ער זייער אסאך מאל גאר נישט פילן. אבער 6 וואכן שפעטער פיין וועט ער עס פילן.
די זעלבע קען מען זעהן מיט מענטשען ''וואס ווערן שוין נישט געטשעפעט'', וואס נאך אפאר חדשים טערעפי וועלן די אלע ווייטאגן וואס זענען געליגן באגראבן טיף טיף ארויסקומען מיט א שטורעם! ווייל ער קען עס שוין הענדלען.

מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה.....!
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
צווילינג
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 29, 2020 10:24 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווילינג »

נשמה האט געשריבן:
באליבטער האט געשריבן:
WOW שכוח פאר אלע טייערע מגיבים.

@נשמה, כ'ווינדער זיך וויאזוי הרה''ג ר' שרגא פליישמאן שליט''א איז קעגן אריינגיין אין די טיפע געפילן.
נשמה האט געשריבן:
בס"ד

איך קלער אז אריינקריכן אין זיך, און זעהן וואס ס'דרוקט און פון וואס מ'האט מורא, וואס מ'פיהלט גייט געשען, אויב מ'גייט ווייזן אפענע אהבה, וואס גייט געשען אויב מ'איז אויפמערקזאם אויף די געפילן. טיפע טערעפי.
קלאר אז מיט גוט דערהערן די שיעורים פון ר' שרגא גייען זאכן ווערן אסאך אסאך בעסער. אויפגעבן יכולת און אלעס נאר נעמען פון אייבירשטען וועט מורא'דיג העלפן און ס'טוישט די לעבן

אבער כ'קלער, אזא מענטש ווייסט אליין נישט פארוואס ער איז אזוי אויף סעלף דעפענס א גאנץ לעבן. מ'קען אזוי אפלעבן צענדליגער יארן ווייל מ'האט נישט אריינגעטראכט וואס ס'איז פארגעקומען אין די אינגע יארן.

און ס'דרייט זיך א רעדל פון ווייטאג, סאמעטוכעס, און סעלף דעפענס.

צו היילן די איינגעגעסענע צער, און פארקלאפטע געפילן, מיין איך אז מ'מוז יא זיך נעמען צו פארשטיין וואס ס'גייט פאר. ער כאפט דאך נישטאמאל אז ער לעבט אזוי מיט א פרעשור פון סעלף דעפענס.

נאכן פארשטיין וואס מיט עם איז געשען, זיך אויסגלעטן און אויסוויינען אויף די באגראבענע צער, און ווערן AWARE וויאזוי זיין מוח האט עם אויסגעשטעלט נאך די יארן פון צוקלאפטקייט וכדומה', נאר דאן קען ער טוישן זיין לעבן און ווערן א רואיגע ליבליכע מענטש וואס איז אפען, באקוועם מיט זיך, און קאננעקטן מיט אנדערע. וכו'.
בס"ד

איך ווייס נישט ווי ווייט ר' שרגא איז קעגן 'אריינקריכן אין די געפילן און זעהן וויאזוי מ'קוקט אן די וועלט פון די טיפע דעת, פון די אונטערנבאוואוסטזיין', ווי ער איז קעגן דעם אז מ'פארקויפט נישט די ענין פון אויפגעבן יכולת און אלעס נעמען פון השי"ת.

ווען ר' שרגא נ"י מאכט אזוי חוזק פון 'עפעס א טראמא אין די אינגע יארן', מיינט ער צו רעדן קעגן די וועג וויאזוי מ'וויל אויסהיילן די 'טראמא'. אז מ'רעדט נישט פון דעם אז די עיקר טראמא איז צו אויפגעבן אויף יכולת.

דער עיקר וואס ער וויל איז פארקויפן אמונה, און לעבן מיט השי"ת.

דאס מיינט אז ווען מ'קריכט שוין יא אריין אין די באגראבענע צער, אין די צעקלאפטקייט, וואס איז יעצט? וואס זאל דער מענטש יעצט טון? ביסט צעקלאפט, און? ר' שרגא האלט אז אלעמאל דארף מען צוקומען צו די געפיל פון יכולת וואס מ'דארף אויפגעבן, צוצוקומען צו די געפיל פון די פעולות קומען פון אויבן צום מענטש. זייער אסאך מאל איז דא ווען מ'קריכט אריין אין טראמא און מ'לערנט נישט אויס דעם מענטש צו לעבן מיט השי"ת. מ'לערנט אים אויס וויאזוי יא צו זיין שטארק.

והשם הטוב יעזור

איך ווייס נישט ווער ר' שרגא איז אבער במחילות כבודו איך בין אדורך אסאך און איך עקספיריענסד מיט די ריכטיגע מענטשען אין טעראפי קען מען אלעס אדורכברעכן און אויך אנקומען צו א סעלושען אויף וואס מאיזה אדורך אלץ קינד,
אחד איינער וואס איז אין טעראפי פאר פיר יאר שוין צום גוטן איך טוה שווערע טעראפי איין זאך קענעך זאגן זאכן ארבעטן מדארף שטארק האלטען דערביי אבער סארבעט פיין ב"ה מיט די ריכטיגע מענטשען און די ריכטיגע מהלכים
איך האב שוין באצאלט שווערע געלטער און איך נישט קיין חרטה

דרך אגב מיין קליינע אינגעלע שיק איך אויך ווייל איך האלט אז עס וועט איך העלפן מיטן אויבערשטענס הילף
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

צווילינג האט געשריבן:

אה, ר' שרגא פליישמאנ'ס מהלך נ"י איז כדאי צו קענען. עס איז כדאי. זיין מהלך איז וואונדערליך. דאס וואס איך האב געשריבן, האט גארנישט מיט ר' שרגא פליישמאן. איך האב נישט געשריבן אז מיט די ריכטיגע מענטשן אין טערעפי קען מען נישט אלעס דורכברעכן בסיעתא דשמיא און אויך אנקומען צו א סעלושן. איך האב געשריבן עפעס אנדערש. איך האב געשריבן אז ס'דא מענטשן וואס וועלן אלעמאל האבן אזא אומפארהיילבארער וואונד. אבער מיר רעדן דא פון צוויי אנדערע זאכן. און עס איז נישט אינטערעסאנט וואס איך האב געשריבן. ס'דא צומאל ווען איך שרייב עפעס, וואס איז מער א איידיע, א געדאנק, א נקודה למחשבה, א רעיון, א בליץ. אבער איר רעדט אויף למעשה. און אויף למעשה איז נישט אזוי נוגע וואס איך האב געשריבן.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

נקודה למחשבה האט געשריבן:
טשיקעלע האט געשריבן:
זייער שיין און אפן געשריבן.

וויאזוי מען קען זיך העלפן, איך ווייס נישט אבער מסתמא די איינציגסטע וועג איז דורך טעראפי אדער די מענטש מיט זיך אליינס זאל איבערגיין זיין לעבן פון אלץ קינד און אריינטראכטן ווי עס האט אים געפעהלט ליבשאפט, און ווי ער האט נישט באקומען קיין ליבשאפט און עס ארויפברענגען פאר זיך בינו לבין עצמו, און אז מ'ברענגט ארויף די דעמאלדסטיגע געפילן קען עס שטארק עושה רושם זיין אז מ'זאל ווערן אויס פארהארטעוועט.
אבער איך מיין די בעסטע וואלט געווען טעראפי, וואס זיי זענען פראפעשענאל אין די ארויפברענגען פארהאקטע געשטארבענע געפילן.

*******

נאך איין נקודה וואס די האסט נישט ארויסגעברענגט.

דער יונגערמאן וואס איז אויפגעוואקסן אן קיין שום ליבשאפט וועט ע''פ רוב שוין אפילו נישט ווערן געטשעפעט ווען איינער גייט אים וויי טון, וואס א געזונטע מענטש מיט געפילן ווערט יא וויי געטון. און אזוי אויך גייט ער נישט דארפן א קאמפלימענט פאר א גוטע זאך וואס ער האט געטון, און אויב ער גייט יא באקומען א קאמפלימענט גייט ער פילן 'זייער' אנקאמפערטעבול. בעת וואס א געזונטע מענטש האט הנאה פון א קאמפלימענט אדער עכ''פ קען עס אננעמען אויף א געזונטע וועג.

למעשה . יא דאס איז א פארווייטאגטע נושא דרייען זיך הונדערטער יונגעלייט, בחורים, וואס האבן קיינמאל אין זייער לעבן באקומען א עכטע פשוטע ליבשאפט און ווייסן נישט וואס מיינט ליב האבן א צווייטן אנא שום קאנדישאנס, ביי די מערידזש קומט עס אסאך מאל ארויס און ס'ווערט פראבלעמען, און פילע מאל מאכט זיך די פראבלעמען ערשט ביי די קינדער.
ס'איז אימגלויבלעך וואס גייט דא אלץ פאר!

כ'וויל נאר צולייגן איין נקודה,

דער באשעפער האט באשאפען אין די סיסטעם פון א מענטש אז ווען די ווייטאג איז צו סאך שפירט מען שוין נישט.
דאס איז וואס געשעהט מיט א שטארקע וואונד ווען עס ווערט נאם, און דעס איז וואס געשעהט מיט איינעם וואס איז געווארן געטשעפעט צו סאך.

דאס מיינט אבער נישט אז עס טוט נישט וויי! ווען איינעם'ס פיס אויף קיין שום איד געדאכט ווערט איבערגעפארן מיט א קאר, וועט ער זייער אסאך מאל גאר נישט פילן. אבער 6 וואכן שפעטער פיין וועט ער עס פילן.
די זעלבע קען מען זעהן מיט מענטשען ''וואס ווערן שוין נישט געטשעפעט'', וואס נאך אפאר חדשים טערעפי וועלן די אלע ווייטאגן וואס זענען געליגן באגראבן טיף טיף ארויסקומען מיט א שטורעם! ווייל ער קען עס שוין הענדלען.

מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה.....!
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ הנותן ליעף כח לעשות חיל

הפלא ופלא וואָ דו שרייבסט. מ'דארף אכטונג געבן ווען מ'טוט טערעפי, אז מ'זאל עס נישט טון אויף א אופן צו מאכן נאם די געפילן. געפילן דארף מען פרובירן צו אויסהיילן. וואס מיינט א אומאויסגעהיילטער וואונד? איך קלער אז ס'מיינט אזוי. אז לאמיר זאגן איינער האט זיך אויסגעלערנט נישט צו לערנען געוויסע בלעטער אין א געוויסע מסכת וואס איז געווען שווער אין חדר. יעצט, אזא מענטש, ווילאנג ער קומט נישט אן צו יענע בלעטער, לערנט ער זייער פלייסיג אלע מסכת'ס הש"ס, אבער אויף עפעס א אופן זעהט ער נישט יענע בלעטער, און ער כאפט אפילו נישט. און דאס איז די פראבלעם, אז ער מיינט אז ער איז בשלום מיט אלע מסכת, אבער ער כאפט נישט אז ערגעץ האט ער א וואונד.

די זעלבע זאך, די נפש פון א מענטש פארמיידט קונצליך אויס א געוויסע סיטואציע, און ער כאפט אפילו נישט אז דארט דארף מען זיך אנדערש אויפפירן.

אויסהיילן א וואונד מיינט - לכאורה - אז יענע געוויסע חלק הנפש טוישט אנגענומענער מהלך. עכ"פ, נאם איז נישט די וועג. א וואונד דארף מען דורכגיין. ווייל יענע חלק נפש פירט זיך נישט אויף ווי עס קומט.

והשם הטוב יעזור
באליבטער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 5:49 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באליבטער »

צווילינג האט געשריבן:
איך ווייס נישט ווער ר' שרגא איז
נישט צו פארפארן דא, האב איך געשריבן הנלענ"ד אין ר' שרגא'ס אשכול: viewtopic.php?p=3840448#p3840448
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

דא מענטשן מיט געהעריגע געפילן אבער לעבן אויך אויף דיפענס צי וועגן אדורך גאנג אין די יונגע יארן וכו.
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

טערעפי איז גאר וויכטיג. און עס העלפט, געווענליך וועט מען דארפן פרובירן אפאר אנדערע טערעפיסטן ביז מען טרעפט מיטן אייבירשטן'ס הילף די ריכטיגע שליח.
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

אידיאט האט געשריבן:
טערעפי איז גאר וויכטיג. און עס העלפט, געווענליך וועט מען דארפן פרובירן אפאר אנדערע טערעפיסטן ביז מען טרעפט מיטן אייבירשטן'ס הילף די ריכטיגע שליח.
כ'האב פינקט גערעדט נעכטן מיט א מחנך וואס האט שוין געהאלפן א געוואלד פון מענטשן, זאגט ער מיר אז פון יעדע 20 טערעפיסטן זענען דא 2 גוטע.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”