ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בשעה טובה
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 12:17 am

ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה טובה »

לעצטנס איז מיר אויסגעקומען אז איך בין דורך געגאנגען א געוויסע צרה ל"ע, נאכן אריבער גיין די גאנצע מעשה האב איך מיך אראפ געזעצט מיט מיין בני בית ביים דיינינג רום טיש און איבער געשמועסט אלעס וואס איז אריבער אויף אונז, איינער פון די זאכן וואס מיר האבן פראבירט צו פארשטיין איז געווען די ברענעדיגע קשיא אל מה עשה השם ככה, נאך א לענגערע חשבון הנפש איז געבליבן אז עס איז דא א ערנסטע מקום צו זאגן אז די צרה האט מיט שבת, לאמיר זיך אביסל פארשטיין געבן...........
איך בין א אינגערמאן וואס ארבעט שווער על המחי', איך האב אסאך אויף מיין קאפ דורך די וואך, לאמיר אייך מסביר זיין ווי אזוי מיין שבת קוקט אויס......
פרייטאג 12:00 - אויש! שוין שפעט! איך מוז שוין באלד אהיים גיין
פרייטאג 1:00 - מען זעצט זיך אריין אין די קאר אהיים צו פארן
צען מינוט פארן זמן - קומט אהיים פון מקווה
צען מינוט נאכן זמן - מען הייבט אן טרייבן די ווייב צו צינדן ליכט
איך קום אן און שול בערך ביי שטילע שמו"ע פון מנחה
נאכן דאווענען זעץ איך מיך אראפ שמועסן מיט חברים( סדאך שבת היינט.... נישטא ווי זיך צו יאגן... )
דו סעדה נעמט בערך א שעה
נאכדעם קומט א פולע בייגל נישט מער געדאכט....
9:30 מען קומט אן אין מקווה
10:15 מען מאכט א קאווע לכבוד שבת
10:35 מען הייבט אן דאווענען מיט א ברען
1:00 על נטילת ידיים
2:30 איז מען צוריק אין בעט
מנחה דאווען איך ווען עס שטייט אויפן צעטל און בהמ"ד אז דעמאלט איז מנחה
מעריב - דו ערשטע מינין וואס איז דא
איז אזוי! סדאך א דבר פשוט אז מיין שבת דארף א ערנסטע טויש, די שאלה איז וואס קען זיך א פשוטער ארבעטס יונגערמאן אונטער נעמען? לערנען הלכות שבת? תוספות שבת? העלפן מער אין שטוב?......... ביטע קומט אריין טייערע חברים און העלפט מיך ארויס מיט א גוטע פראקטישע עצה.
לעצט פארראכטן דורך בשעה טובה אום מיטוואך יאנואר 05, 2022 5:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אהההה! א פיינע נושא, יעדער קען חיזוק נוצן!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

איך האלט אז שרייבן די אשכול אליין גייט אויפטון אז דיין שבת וועט זיך עטוואס טוישן. דאס אליין אז דו שמועסט אויס דיין דילעמע, דו אנערקענסט אז צריך תיקון, איז א חצי נחמה וואס וועט פירן צו א ישועה.


----
ס'איז דא לייכטע ספרים וואס ברענגען אריין א שטיקל טעם אין שבת. א שטייגער ווי יסוד ושורש העבודה. זיך קובע זיין א שיעור דערין יעדן פרייטאג וועט אסאך אויפטון בעזהשי"ת.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6209
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

פון הגאון ר׳ גמליאל ראבינאוויטש און פון ר׳ יעקב מאיר שעכטער שליט״א איז דא ספרים אויף שבת. הערליך הערליך. מיך האט עס אסאך געטוישט.


ס׳איז מקובל פון מעזריטשער מגיד אז א מענטש זאל קיינמאל נישט זיין פארנומען אויף זאכן צו חשבון׳ על מה עשה השם ככה ווייל דאס אליין קען ח״ו אנברענגן דינים. מ׳זאל מאכן א שנעלע חשבון הנפש, און גלייבן בבטחון אז דער אייבערשטער האט שוין אנגענומען אונזער תשובה והישועה קרובה לבוא.
לעצט פארראכטן דורך בניהו אום דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני הוא הנער, נער המדבר
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

צו מאכן פון א וויקענד א שבת, דארף מען קודם וויסן וואס שבת איז, און וואס מ'פארפאסט פון א שבת
און אויף דעם זענען שוין געשריבן געווארן פילע פילע ספרים
אבער כאפ א בליק אין דעם אשכול אביסל איבער שבת קודש, עפעס וואס האט שוין געהאלפן פאר אסאך אידן בדורינו צו שפירן אן אנדערע טעם אין שבת קודש

viewtopic.php?f=3&t=22797
דובי'ס א פען
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 10:38 pm

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דובי'ס א פען »

קודם כל זאלסטו וויסן אז אונז פשוטע מענטשן ווייסן נישט חשבונות שמים , פארשטייט זיך אז לב יודע מרת נפשו א מענטש ווייסט וואס ער האט צו מתקן זיין און קען זיך אייביג מחזק זיין, אבער ס'איז נישט זה לעומת זה , אונז זענען מיר זיכער אז אונזער טאטע געבט אכטונג און באגלייט אונז בכל מצב און א יוד וויל און דארף זיך משתדל זיין צו מאכן נחת רוח להקדוש ברוך הוא בכל עת מצוא .

מ'רעדט דא וועגן ספרים, אבער איך מיין אז די האלסט נאך א סטעפ פריער, כלומר בעניני גשמיות מיט רוחניות צוזאמען וכדלהלן :

פרינט ארויס אפאר שיינע גיליונות מיט מעשיות און געדאנקען, ליין עס גוט כדי זאלסט עס קענען פארציילן פאר די מסובים ביים שבת טיש, וועסט זען ווי זייערע אויגן בליטשקען פון הנאה,

זיי משקיע און גוטע עסן/ דיפס/ וויין, לענג את השבת און מיט פשוטע פליישיגע אויגן עס זאל דיר מאכן מער געשמאק צו זיצן ביים סעודה פאר א לענגערע וויילע ווי איין שעה

נעם אויף דיר א התחייבות פאר א גרינגע געשמאקע לימוד וואס די דארפסט לערנען שבת ביינאכט דייקא, ( פאר אדער נאך די סעודה)

שבת נאכמיטאג, געב אוועק צוואנציג מינוט פאר עני לימוד, אדער אפילו ליינען עפעס א נושא וואס די גלייכסט אזוי גייסטו שלאפן מיט א בעסערע און מער רוהיגע געפיל,

אפשר פראביר אויס א נענטערע ביהמ"ד פאר מנחה און של"ס, זאלסט קענען אנקומען מער צייטלעך, און א געשמאקערע רב אויס צוהערן א תורה

אתה חוננתנו.. בעט פאר הצלחדיג'ע וואך , און זאלסט אי"ה האבן השפעות און ישועות עד בלי די !

חזק חזק ונתחזק !!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

עטליכע פראקטישע עצות

יעצט אין די לאנגע ווינטער שבתים איז עס פיל לייכטער צו דורכפירן

1)
לערן אדורך די זוהר מיט אידיש טייטש (אזוי ווי פסח ביים סדר די פיקודא בתר דא), עס ווארפט אן אנדערע בליק אויפן שבת און אויפן שבת בכלל טיש בפרט

2)
שטעל דיר אויף מיט די קינדער און כאפ א טענצל מיט די קינדער

3)
נעם דיר א לייכטע ספר מיט גרינגע תורות, ווערטלעך, מעשיות וכדומה און זאג עפעס נאך פאר די קינדער אדער די בני בית

די נקידה איז, מאך עפעס ניצען פונעם סעודה אויסער די חלה און דיפ, איינמאל דיינע קינדער וועלן קומען צום טעם וועלן זיי עס פארלאנגען פון דיר און דו וועסט פילן א (פשוטע גשמיות'דיגע) הנאה צוצושטעלן פאר זיי
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

הייב אן מיט איין קלייניגקייט, וואס דו קענסט זיכער ביישטיין, למשל צינדן ליכט ביים זמן, און האלט עס אן מיט רציחה.. צוביסלעך וועסטו זעהן בעזרת השם גרויסע ישועות,


דער עולם האקט מיט גוטע עיצות… אלעס זענען גוטע! אבער כ׳האלט נאך אלץ.. קודם איין קליינע זאך, למשל אויב ווילסטע לערנען שבת נאכמיטאג ווי איינער האט געשריבן, הייב אן מיט פינף מינוט קודם, אז ס׳ציעט זיך איז נישט קיין פראבלעם, אבער נעקסטע וואך זעץ זיך אוועק פאר די זעלבע פינף מינוט.. וכו׳
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נעם דיר איין מאכל אדער איין צימער און לייג צו קאפ אין מוח עס צוצוגרייטן לכבוד שב"ק, פארגעס נישט צו זאגן א לשם יחוד וגו' ויהי נועם וגו' בשמחה.


די איבריגע וועט נאכקומען בעזר ה'.

את אשר תאפו אפו ואת אשר תבשלו בשלו ואת כל העודף הניחו לכם למשמרת.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

ר' שמעון שפיצער האלט אינמיטן א שיינע סעריע שיעורים איבער עניני שבת קודש, דערווייל האלט ער ביי הכנה לשבת
סקען דיר זיין אינטערעסאנט אויב דו גלייכסט זיין שניט
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

א שטארקע נוגע'דיגע ענין ווי יעדער קענען אייביג ניצן חיזוק און גיין מעלה מעלה.
אשריך אז די און דיין בני בית זעצן זיך אוועק מאכן א חשבון הנפש און ווילן העכער מאכן די שבת קודש
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

קודוס פאר דיין רצון צו וועלן זיין א בעסערע איד
דאס איז שוין א שטארקע זאך אז א מענטש זאגט פארן באשעפער - איך וויל זיין נאנט מיט דיר

אסאך האבן געברענגט גוטע געדאנקען
איך העל שרייבן איבער א גרינגערע סארט עבודה וואס האט א שטארקע כח צו משפיע זיין אויפן מענטש און וואו אויך איז עס זייער חשוב אין הימעל

די ענין פון זמירות שבת - פשוט זינגען ניגונים ביים סעודה.
פרוביר צו זינגען ווארימע ניגונים וואס רעדט צו דיין נשמה
איך האב מיך איינגעהאנדעלט א זמירות מיט א פירוש + כהאב געקויפט שבתדיגע ניגונים סידי’ס פון לחיים אין דאס הערט מען ער״ש און מען פרובירט צו זינגען ווארימע ניגונים וואס ברענגען אריין א געשמאק
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוכר ספרים »

ס'איז מיר אביסל שווער געווען צו פארשטיין וואס דיר באדערט בפרטיות. כ'פארשטיי אז דו ווילסט טוישן פון א וויקענד צו א שבת. אבער מער בפרטיות, וואס באדערט דיר? אז דיין שבת טיש קוקט אויס ווי א נאכטמאל? אז דו פערזעליך ווילסט מער שפירן א געהויבנקייט אינעם שבת? דו ווילסט ווייניגער שלאפן?

קודם א כלל וואס כ'מיין אז קיינער האט עס דא נאכנישט ערווענט: כאפן א קורצן דרימל ערב שבת. א דרימל, אפילו א קליינע דרימל מאכט אויס א געוואלד! מ'שפירט זיך ווי א צווייטער מענטש. מ'האט מער נערוון צו אלעס, צום דאווענען, צו די קינדער און צו די גאנצע סעודה. מ'זינגט לעבעדיגער און מ'זוכט צו זינגען א לאנגן מנוחה ושמחה אדער כל מקדש אנשאט עפעס א קארליבאך מעלאדיע...

אין די ווינטער שבתים איז עס טאקע שווער וויבאלד פרייטאג איז קורץ, אבער צו דעם זענען דא עטליכע עצות. אויפשטיין פרייטאג פריער ווי יעדן טאג. אדער אפילו כאפן א דרימל אין קאר אדער אויפ'ן קאוטש פאר אפאר מינוט.

לגבי שלאפן שבת נאכמיטאג. ביי אונז האט מען לעצטנס איינגעפירט אז שבת נאכמיטאג לייגט מען זיך אריין אין בעט מיט'ן העמעד, ציצית הויזן און זאקן. (דרימלען מיט שיך געדענק איך זאגן אז ס'איז קשה לשכחה...). אזוי אז מ'מאכט זיך נישט צופיל באקוועם און ס'איז אסאאאך גרינגער אויפצושטיין, מ'שלאפט נישט איין אזוי טיף.

נאך אן עצה וואס כ'קען דיר אפשר רעקאמאנדירן און ס'איז בידך יא אנצונעמען אדער נישט אדער נאר אביסל: פראבירן צו ממעט זיין שבת מיט רעדן דברים בטלים. העי, ביסט געווארן א פרומער? ניין, וואס כ'מיין צו זאגן איז זייער פשוט. וכן נהגתי הרבה שנים. אוודאי אינדערהיים רעדט מען און מ'שמועסט "אלעס" מיט יעדעם, אבער ס'קוקט אויס ווי דו ביסט מער א רעדעוודיגער און איינער וואס ענדזשויעט קאמפעני בפרט אין שול... סאו יא... פשוט רעדן ווייניגער מילי דעלמא שבת. א גאראנטי אז ס'וועט דיר מער דערהייבן.

לאז הערן פידבעק...
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

איך לייג שוין די טישטעך מיטוואך
אוועטאר
בשעה טובה
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 12:17 am

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה טובה »

יישר כח יעדער איינער
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

איך קען מטר צילייגען וואס האט געארבעט פאר מיר,
איך האב אנגעהויבען זינגען אסאך לעבעדיגע ניגונים/ זמירות פרייטיג צינאכטס, פארשטייט אזעלעכע וואס סיי די קינדער גלייכען אין סיי ס'פאסט ביים שבת טיש,
די איינציגע פראבלעם איז נאר, אז צימאל (אלעמאל) קומט מען אן צים טיש זייער מיד און מיט ווייניג געדולד, די עצה אויף דעם ( וואס האט געארבעט פאר מיר) איז מאכען קידוש אויף וויין -אין נישט גרעיפ דזשאוס - נישט זיך אנטריקען חלילה, נאר מקיים זיין יין ישמח לבב אנוש,
מיין שבת איז ארויף א גרויסע לעוועל .
האט א פרייליכען שבת
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

וואס עפעס? האט געשריבן:קודוס פאר דיין רצון צו וועלן זיין א בעסערע איד
דאס איז שוין א שטארקע זאך אז א מענטש זאגט פארן באשעפער - איך וויל זיין נאנט מיט דיר

אסאך האבן געברענגט גוטע געדאנקען
איך העל שרייבן איבער א גרינגערע סארט עבודה וואס האט א שטארקע כח צו משפיע זיין אויפן מענטש און וואו אויך איז עס זייער חשוב אין הימעל

די ענין פון זמירות שבת - פשוט זינגען ניגונים ביים סעודה.
פרוביר צו זינגען ווארימע ניגונים וואס רעדט צו דיין נשמה
איך האב מיך איינגעהאנדעלט א זמירות מיט א פירוש + כהאב געקויפט שבתדיגע ניגונים סידי’ס פון לחיים אין דאס הערט מען ער״ש און מען פרובירט צו זינגען ווארימע ניגונים וואס ברענגען אריין א געשמאק

זייער ריכטיג. נאך בעסער קויף א זמירות מיט אידיש טייטש אז דו זאלסט פארשטיין וואס דו זינגסט. אפשר הער אויך אויס שבתדיגע זמירות מוזיק אנטאט אנדערע מוזיק דורך די וואך

גלייב מיר, די ווערטער זענען דאך הערליך... זינג כה אכסוף און בעט זיך ביים אייבערשטן, האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערלעך. זינג איבער און איבער א שטיקל וואס כאפט דיר...

הצלחה!

אוי איך זע יעצט אז איך האב נאר געליינט די ערדשטע העלפט תגובה פארן מגיב זיין. וואס עפעס זאגט שוין אלעס. נו גוט, דאפלט איז שטערקער...
שויתי ה' לנגדי תמיד
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

דברים אלו האט געשריבן:איך לייג שוין די טישטעך מיטוואך

נישט צו שפעט? קאנסט דאך עס שוין לייגן מאנטאג.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

סידורו של שבת.
אויב מעגליך נישט צו ארבייטן פרייטאג.
אפילו אויב יא נישט קיין מינוט נאך חצות.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

א חוץ זיך גרייטן ער”ש אדער ליל שישי, איז פארהאן נאך א נקודה.

ס’זענען פארהאן מגי”ש וואס לערנען טעגליך פאר גמרא אדער שו”ע פאר בעלי בתים, און ביי יעדע שיעור פלעכטן זיי אריין דברי חיזוק, שמועסעלעך מיט עובדא’לך. כ’דענק ווי הגאון ר’ מאיר יעקב מויזקאפ ז”ל פלעגט בעפאר יעדע שיעור עטליכע מינוט געבן א כמו שמועס, אינדערנאך גיין צום שיעור, עס האט אזויווי אויפגעוועקט און אנגעווארעמט די מקשיבים אינעם עץ חיים הוא.

כ’מיין אז ידידינו ’בשעה טובה’ וכדגמתו קען שטארק בענעפעטירן פון אזעלעכע שיעורים ווייל דאס שאלטערט אויס - אזוי צו זאגן - דעם מח יעדן טאג פאר א קורצע וויילע פונעם עולם העשיה.

פארוואס שרייב איך עס, ווייל ס’איז באמת שווער אריינצופאלן פלוצים אין שבת אויב מ’גיבט נישט יעדן טאג פון די וואך אביסל פונעם מעין עולם הבא יום שבת מנוחה.
על מי מנוחות ינהלנו
ושננתם
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 11:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ושננתם »

רייכער איד האט געשריבן:איך קען מטר צילייגען וואס האט געארבעט פאר מיר,
איך האב אנגעהויבען זינגען אסאך לעבעדיגע ניגונים/ זמירות פרייטיג צינאכטס, פארשטייט אזעלעכע וואס סיי די קינדער גלייכען אין סיי ס'פאסט ביים שבת טיש,
די איינציגע פראבלעם איז נאר, אז צימאל (אלעמאל) קומט מען אן צים טיש זייער מיד און מיט ווייניג געדולד, די עצה אויף דעם ( וואס האט געארבעט פאר מיר) איז מאכען קידוש אויף וויין -אין נישט גרעיפ דזשאוס - נישט זיך אנטריקען חלילה, נאר מקיים זיין יין ישמח לבב אנוש,
מיין שבת איז ארויף א גרויסע לעוועל .
האט א פרייליכען שבת

ווייס איך נישט צו די עצה ארבעט פאר יעדעם געהערט פין אסאך אז עס מאך זיי נאר דיזי די טרינקן וויין אויף א ליידיגע מאגן
אפשר האט איינער טאקע א עצה פאר דעים
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

וואסערפאל האט געשריבן:א חוץ זיך גרייטן ער”ש אדער ליל שישי, איז פארהאן נאך א נקודה.

ס’זענען פארהאן מגי”ש וואס לערנען טעגליך פאר גמרא אדער שו”ע פאר בעלי בתים, און ביי יעדע שיעור פלעכטן זיי אריין דברי חיזוק, שמועסעלעך מיט עובדא’לך. כ’דענק ווי הגאון ר’ מאיר יעקב מויזקאפ ז”ל פלעגט בעפאר יעדע שיעור עטליכע מינוט געבן א כמו שמועס, אינדערנאך גיין צום שיעור, עס האט אזויווי אויפגעוועקט און אנגעווארעמט די מקשיבים אינעם עץ חיים הוא.

כ’מיין אז ידידינו ’בשעה טובה’ וכדגמתו קען שטארק בענעפעטירן פון אזעלעכע שיעורים ווייל דאס שאלטערט אויס - אזוי צו זאגן - דעם מח יעדן טאג פאר א קורצע וויילע פונעם עולם העשיה.

פארוואס שרייב איך עס, ווייל ס’איז באמת שווער אריינצופאלן פלוצים אין שבת אויב מ’גיבט נישט יעדן טאג פון די וואך אביסל פונעם מעין עולם הבא יום שבת מנוחה.

ליינענדיג דיין תגובה האב איך מיך דערמאנט פון א שטיקל דרך פקודיך מצוה ל"א די מצוה פון זכור את יום השבת, מענין לענין

גם בכלל מצוה זו להמשיך בכל יום מימי החול חלק מקדושת שבת, אפילו הבעל משא ומתן צריך בכל יום להניח איזה שעה ממלאכתו ומשא ומתן להמשיך בכל יום קדושת שבת, ולכבד העת והזמן הנקבע לו בתורה ועבודה, וזה ששואלין לאדם קבעת עיתי"ם לתורה [שבת לא.]


ער זאגט עס ביי די נעקסטע מצוה אויך, ותמצית דבריו, אז א שיעור יעדן טאג וואס א מענטש איז זיך קובע און מקדיש צייט צו לערנען, דאס איז קדושת שבת, און דורכדעם איז ער ממשיך א חלק פון קדושת שבת אין די וואכעדיגע טעג
תן לחכם ויחכם עוד
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

נישט גרונטליך אדורכגעלייענט אלע תגובות ביז דא, קען זיין איינער האט עס שוין ערווענט.

'די יסוד צו א רואיגע מסודר'דיגע שבת קודש, איז א מסודר'דיגע וואך'
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

לערן דורך בעיון די פרשה חו"ר פין די וואך עס וועט איך געבען א אנדערע לעבן אין שבת, סיי די וועסט טרעפן נייע סארט חבירים מיט העכערע השגות, אין די וועסט אנדערשט הערן יעדע ווארט פין די פרשה
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”